שושנת העמקים מ

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


טייערע פריינט, איר אלע ווייסט, אז יו"כ איז השי"ת אונז מוחל אויף אלעס. אבער ווען טוט השי"ת פארעכטן און ריינגען אונזער הארץ, דאס איז "חנוכה", דאן טוט השי"ת ארויסנעמען אלעס וואס איז שלעכט, און יעדע פיינטשאפט פון אונזער הארץ.

אין די טעג גיט אונז השי"ת די ליכטיגקייט און הייליגקייט צו זען א צווייטענס ליכטיגקייט און הערליכע שיין, חנוכה איז די צייט פון אהרן הכהן וואס צינדט די מנורה, דעם אוהב שלום, ווי אזוי מאכט מען שלום צווישן מענטשן, נאר ווען מען קען רייניגט יענמעס הארץ פון אלע שלעכטס, דאן וועט ער נאר זען גוטס אויף יעדן, און ווען די הארץ איז ריין קענען מיר לערנען די תורה מיט אונזער קינדער, וואס זענען אזוי הייליג און ריין, דאס איז דער פארזיגעלטע פח שמן וואס בלייבט אייביג ריין, בביאת גוא"צ בב"א.