שושנת העמקים לט
טייערע פריינט, באמת דארף מען פארשטיין פארוואס האט השי"ת אונז געשיקט קיין מצרים דערנאך אין מדבר? פארוואס האט השי"ת אונז נישט גלייך אריינגענומען קיין ארץ ישראל, וואלט אלעס געווען בלויז גוט אן די אלע נסיונות?
נאר די תשובה איז אז א לעבן וואס אלעס איז בלויז גוט אן קיין טעותים איז אזוי ווי א ראבאט אן קיין שום טעם, אזוי ווי די גמ' זאגט אין אדם עומד על דברי אלא אם כן נכשל בה, די נסיונות הייבן אויף א מענטש. האט יוסף הצדיק געמיינט אז ער איז משיח ווייל ער האט קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטאן, אלעס איז געווען גלאטיג, האט יהודה איינגעטונעקן זיין שיינע העמד אין בלוט, עם מרמז צו זיין, אז צו זייןמשיח דארף מען אדורך גיין אסאך שוועריקייטן, נסיונות, טעותים אים, ביז מען ווערט אויסגעלייטערט בעז"ה.
וועגן דעם ווען אלע האבן עוסק געווען אין טרויער, איז יהודה געגאנגן חתונה האבן. און השי"ת זאגט: פון אים וועל איך ארויסברענגען משיח, ווייל ער ווייסט פון דעם סוד זיך אויפהייבן, זיך שטארקן נאך אלע טעותים און בויען ווייטער די וועלט.
דאס איז די חינוך פאר אונזער קינדער, נישט גענוג אז מען לערנט זיי צו וואשן נעגל וואסער, נאר מען דארף זיי ווייזן ווי מען מאכט טעותים, און מען קען זיך אויפהייבן דערפון, ויה"ר מלפני אבינו שבשמים, שנתברך בגבורת הארי כיהודה, לעבוד השי"ת בשמחה תמיד בביאת גואלנו אמן.