שושנת העמקים לו

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


ויבטחו בך יודעי שמך כי לא עזבת דורשיך ד', דער רבונו של עולם פארלאזט נישט די וואס האפן אין עם, און איך בענטש אייך און מיר, מיר זאלן אויך נישט פארלאזן השי"ת, און איר ווייסט פריינט אויב מיר וואלטן געהאט טויזענטער שעות, און הלואי וואלט איך אייך געקענט אלעס זאגן וואס אונזער רבי'ס לערנען אונז וועגן די צען טעג עשרת ימי תשובה, און יעדער טאג זאגן מיר דעם שיר המעלות ממעקים, רבונו של עולם איך רוף דיר פון די טיפסטע טיפקייט.

שיר המעלות..

דאז איז די קאפיטעל ק"ל און מאך עס דיין געוואוינהייט עשרת ימי תשובה, גיי ארום און זאג דעם קאפיטל, איך רוף ארויס צו השי"ת פון דעם טיפעניש פון מיין הארץ, אמאל אפי' פון דעם טיפעניש פון צובראכנקייט, פון הילף-לאזקייט, אדער פון דער טיפקייט פון האפענונג, פון ליבשאפט, פון די אלע טיפקייטן אין דער וועלט.

יעדערער ווייסט אז די צען טעג, פראביר איך מיך דאס בעסטע צו טוישן מיין לעבן, ארויס צו ברענגן מיינע טיפקייטן, און די צען טעג קוק איך אויף דער וועלט מיט גאר אנדערע אויגן, און איר ווייסט פריינט דאס איז אזוי טיף, ווי אזוי ווייסטו אויב די קומסט אריין אין דיין הויז אדער אינעם אנדערש'ס הויז, עס איז זייער פשוט, למשל אויב איך בין זייער שמוציג עס איז שפעט ביינאכט איך בין שיכור, און איך קלאפ אויף דער טיר פון מיין בעסטער חבר, יא, ער וועט עפענען אבער ער וועט מיר זאגן מיין טייערע פריינט, פארוואס קומסטו אזוי שפעט? פארוואס ביזטו אזוי שמוציג? גיי וואש דיך אפ.

אבער ווען איך קום צו מיין אייגענעם הויז, איר ווייסט וואס מיינע שטוב מענטשן זאגן מיר, אה! מיר זענען אזוי פריילעך אז די ביזט געקומען, מיר האבן זיך אזוי געזארגט פאר דיר, איר ווייסט א סאך מענטשן טוען תשובה, אבער זיי גייען נישט צוריק צו זייער אייגענעם הויז, מענטשן פרעגן עם, ווי ביזטו געווען אזוי לאנג? פארוואס ביזטו אזוי שמוציק? פארוואס ביזטו אזוי נישט אידיש? פארוואס קענסטו אזוי ווייניג? אבער ווען דו קומסט צוריק צו דיין אייגענעם הויז, זאגט מען נאר, אה! מיר האבן זיך געבענקט נאך דיר אזוי שטארק, עשרת ימי תשובה קומען מיר צוריק צו אונזער אייגענעם הויז, און מיר זענען אזוי פריילעך ממש מיט יעדער מענטש וואס טרעפט צוריק זיין וועג צו דעם אייבערשטן.

יום כיפור

נאכדעם קומט יום כיפור, און איר ווייסט פריינד עס וואלט געווען צו לאנג אריינצוגיין אין דעם, ערב יום כיפור פארטאגס נעמט מען א הינדעלע און מען שעכט דאס און מען גיט דאס פאר די ארעמעלייט צו עסן, אבער אמאל ווען עס איז שווער צו טרעפן א הינדל, קען מען נעמען געלט און מען זאגט זאל דאס גלעט אריינגיין אין צדקה, און מיר, רבונו של עולם, ברעג מיר אריין צו א גוטן לעבן, און דער אמת איז אז ערב יום כיפור אפ' מען עסט אין מען טרינקט דאך איז דא עפעס אין דער לופט עפעס אזוי הייליג, אזוי הערלעך, אזוי לויטער.

און איך בין זיכער אז יעדערער גייט אין מקוה אריין, זיך אריינצולייגן אין רעגן וואסער, וואסער וואס קומט פון הימל, וואסער וואס קיין מענטש האט נישט צו גערירט, ווייל אין יום כיפור ווייסט איר וואס שיינט אריין אין אונז? דאס טיפסטער טיפקייט פון אונזער נשמה, וואס איז אויך נישט בארירט, מען זעט עס נישט, עס איז אזוי טיף.

און יום כיפור ביינאכט קומט מען אין שול, מען בעט זיך איבער איינער דעם אנדערן, און נאכדעם ווייסט איר וואס? לעצטער יאר האבן מיר צו געזאגט אזוי פיל פארן אייבערשטן אבער מיר האבן אזוי ווייניג געהאלטן ווארט, מיר האבן פארלוירן די זעלבסט שטארקייט, מען גלייבט שוין אפ' נישט אין זיך מער, וועגן דעם נעמט מען ארויס די ספר תורה, און מען גייט ארום, און מען בעט מחילה פון דעם ספר תורה, "איך בעט דיר הייליגער תורה, זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געהאלטן, זיי מיר מוחל אז איך בין נישט געווען אינגאנצן אריינגעלייגט אין יעדן ווארט און אין יעדן אות".

און נאכדעם, די דאווענען יום כיפור ביינאכט איז מן הסתם די העכסטע דאווענען פון א גאנץ יאר, אזוי פיל שמחה און זינגען און טאנצן, וואס פאר א טאג מיר האבן באקומען, און איך זאג אייביג פאר מיינע פריינט, שטעלטס אייך פאר, איך בין שולדיג פאר דער באנק צען מיליאן דאלאר, און עס איז נישטא קיין שום וועג ווי אזוי איך קען דאס באצאלן, נאכדעם באקום איך פון דער באנק א בריוו אז נישט נאר איך דארף נישט צאלן די צען מיליאן, מיר געבן דיך א פרישע הלוואה פון צען מיליאן דאלאר, לאמיר אייך פרעגן, וואס טו איך? צו גיי איך ארום וויינען? אוי אוי! לעצט יאר האב איך נישט באצאלט מיין חוב, וואס ווילסטו? די באנק זאגט זיי זענען דיר מוחל די באקומסט א נייער הלוואה! איז עס דען נישט די צייט צו זיין פריילעך?

אלע רבי'ס זאגן אז יום כיפור איז מן הסתם דער פרייליכסטער טאג אין יאר, און מיין אייגענער נשמה איז אנגעפילט מיט אזוי פיל שמחה, און איר ווייסט פריינט יום כיפור עס איך נישט, נישט ווייל איך פאסט, נאר ווייל די ליכטיגקייט און שפע וואס קומט אראפ פון הימל, איז אזוי טיף עס איז אזוי ווי מן פון הימל, און די מציאות איז, איר ווייסט פריינט יום כיפור ווי שפעטער עס ווערט איז מען וויינגער הונגעריג, און די לעצטער פאר מינוט פון יום כיפור איז מען בכלל נישט הונגעריג, האסטו שוין אמאל געפרעגט איינעם ביים ענדע יום כיפור צו ער איז הונגעריג? ניין איך בין נישט הונגעריג, איך וואלט געקענט פאסטן נאך א וואך.

נעילה

און איך בענטש אייך פריינט, די לעצטער פאר מינוט פון יום כיפור, "נעילה" דאס איז די צייט ממש אויס צו גיסן אונזער הארץ, צו זיין אזוי נאנט צום באשעפער, צו זיין אזוי נאנט צו די אלע וואס מיר האבן ליב, און אונזער הייליגער רבי'ס לערנען אונז, איר ווייסט וואס מיינט נעילה? עס איז אזוי ווי השי"ת זאגט צו יעדן איינעם פון אונז, א גאנצער טאג זענען מיר אלע געווען צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל, אבער יעצט די לעצטער פאר מינוט, לאמיר גיין צו א שטוב זיך איינשפארן נאר דיר מיט מיר, השי"ת איז מיט יעדן איינעם פון אונז, און מען קען זיך אויסבעטן פון השי"ת אלעס וואס איז דא צו בעטן, און השי"ת זאגט אונז אויך אלעס וואס ער וויל פון אונז, איך בענטש אייך און מיר, מיר זאלן געדענקען וואס השי"ת זאגט פאר אונז, עס זאל זיין אזוי טיף אין אונזער הארץ, איך בענטש אייך מיט דעם בעסטן יום כיפור, גוט יום טוב, גוט יום טוב.

סוכות

איר ווייסט מיינע זיסע פריינט, ביי נעילה בעפאר השי"ת מאכט צו די טויערן, באמת מאכט ער קיין מאל נישט צו די טויערן, אבער ער נעמט אונז ארויף צו דעם העכסטן פלאץ אין דער וועלט, צו דער אינערווייניגסטער שטוב, יעדער איד איז אליין מיט השי"ת, און השי"ת זאגט צו אונז "איך האב אן איינלאדענונג פאר דיר, איך בעט דיר קום פאר איין וואך צו מיין סוכה, כביכול צו דעם זומער הויז פון השי,ת, קום דארט פאר איין וואך, אין איך וועל דיר אויסהיילן דיין הארץ, און דיי נשמה, און דיך געבן כח", און אויב די ווילסט באמת וויסן אויב השי"ת האט דיר מוחל געווען יום כיפור, די שאלה איז, קומסט דו אריין אין דער סוכה מיט פרייד? שפירסט די דיך אינדערהיים דארט? האסטו געהערט השי"ת איינלאדענונג ביי נעילה?

איך בענטש אייך עלטערן, איך בעט אייך, ברענגטס אריין אייער קינדער אין דער סוכה, סוכות איז דאך זמן שמחתינו, אונזער הארץ איז איבערפול מיט פרייד.