לדלג לתוכן

שושנת העמקים לה

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


בס"ד

ראש השנה עת התחדשת העולם והנשמה

מיין טייערע פריינט, מיר האבן די זכי' אז קומט נאכאמאל ראש השנה אוף דער וועלט, עס איז אריבער נאך א יאר, און אמאל לעבן מיר מיט אזא אלטקייט נישט קיין אמת'ע לעבן ביז מיר האבן נישט קיין כלים צו קענען מקבל זיין דאס התחדשות, וועגן דעם בענטש איך אייך און מיר און גאנץ כלל ישראל, אז מיר זאלן זוכה זיין צו באנייען אונזער לעבן און אלעס ארום אונז.

עס קען זיין די שווערסטע זאך אין דער וועלט צו האבן די כלים פאר התחדשות, ווייל וואס איז באמת אנדערש יעצט ווי נעכטן ראש השנה איז דאך פונקט ווי א טאג פריער? נאר דאס התחדשות איז באמת די גרעסטע מתנה אויף דער וועלט, אונזער רבי'ס לערנען אונז אז די אנהייב און סוף פון אלעס ליגט אין השי"ת האנט, אבער אלעס אינמיטן האט השי"ת געגעבן פאר אונז צו טאן לויט אונזער פארשטאנד.

ראש השנה איז די צייט פון התחלות די התחלות פון אלע התחלות, עס איז די טיפסטע פון טיפקייטן, ווען מיר זענען ממליך השי"ת אויף דער גאנצער וועלט.

די התחלה איז אזוי וויכטיג, ווייל ווען א מענטש האט צוגעזאגט אן הבטחה ראש השנה צו השי"ת און האט עס נישט איינגעהאלטן, איז עס נישט ווייל ער האט נישט געמיינט ערנסט זיין הבטחה, נאר ווייל די התחלה זיינע איז נישט געווען קיין התחלה באמת, און מען דארף וויסן ווי אזוי אנצוהייבן נאכאמאל, ווייל די אלע פראבלעמען וואס מאכן זיך ווי עס איז א מחלוקת איז נאר ווייל זיי ווייסן נישט ווי אזוי אנצוהייבן נאכאמל פון דאסניי.

און דער עיקר איז צו זיין פיל מיט פרייד, ווייל אויב מען איז בכעס בפרט אין די טעג, קען מען קיין התחלות נישט מאכן, און לויט ווי ברייט מיין הארץ איז פאר א צווייטן אזוי איז השי"ת צו מיר, ווען איך עפען מיין הארץ פאר מיין חבר טו איך עפענען מיינע אייגענע טויערן, און די ברכות וואס מען ווינטש ראש השנה ביינאכט איז אזוי טיף, ווייל עס איז די צייט ווען מיר קענען עפענען אלע טויערן פאר א צווייטן, און פאר דער גאנצער וועלט.

די אלע תפילות ראש השנה זענען טאקע בלשון רבים, ווייל דער עיקר איז מיר זאלן בעטן פאר א צווייטן, מיר זאגן רבונו של עולם, אויב די גיבסט נישט לעבן פאר מיין חבר, פארוואס דארף איך עס האבן, אויב די גיבסט נישט רייכקייט פאר יעדער איד, ווי אזוי וועל איך אויסזען צו זיין די איינציגסטע עושר אויף דער וועלט, אויב די גיבסט נישט שלום אויף דער גאנצער וועלט און אין ירושלים עיה"ק ת"ו, גיב מיר גארנישט.

השי"ת זאל העלפן אז די התחלה דאס יאר זאל זיין אן אמת'ע התחלה, נישט אזוי ווי לעצטע יאר, א נייע ליסטע, נייע מחשבות, נייע לימודים, נייע ווערטער, יעדער אטעם וואס מיר געבן זאל זיין כאילו מיר האבן קיינמאל נאכנישט געאטעמט, און דער הייליגער סוכטשובער זאגט אז ווען מען בלאזט שופר, טוט השי"ת אריינבאלזן אין אונז א נייע נשמה ממש, יה"ר מיר זאלן זוכה זיין צו היטן אויף די נייע נשמה, אז עס די קדושה זאל זיך האלטן ביי איר, מיר זאלן זוכה זיין צו א זיס יאר, א יאר אמת'ע התחלות, און א שנת גאולה וישועה, אמן.