לדלג לתוכן

שושנת העמקים לג

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


דער רויטע קו דארף זיין גאנץ רויט, און רש״"י ז"ל ברענגט אז אויב עס איז דא צוויי שווארצע האר איז עס נישט כשר פאר פרה אדומה, זענען די תלמידי בעש"ט זצ"ל דאס מסביר, אז דאס איז דער גאנצע יסוד פון אידישקייט פון זיין אן עובד השם, אזוי ווי ווען מען טוב'לט זיך אין א מקוה דארף עס זיין בשלימות דער גאנצע מענטש דארף אריינגיין אין וואסער, און אויב עס שטעקט ארויס אפי' איין האר לא עלתה לו טבילה.

דאס איז טאקע דער נקודה אז א מענטש וואס וויל זיך רייניקן, דארף וויסן אז ער דארף זיך נעמען דינען דעם אייבערשטן אינגאנצן מיט אלע גלידער, ער זאל זיין אינגאנצן דארט אפי' איין האר זאל זיך נישט ארויסשטעקן.

זאגט דער תורה הק' זאת חקת התורה, עס שטייט נישט זאת חקת הפרה, ווייל די יסוד פון זיין אינגאנצן אריינגעטאן אין דער זאך, דאס איז טאקע דער יסוד פון תורה און תפלה, און וועגן דעם איז עס א חוק בלי טעם, מיר זאלן עס נישט טאן צוליב עפעס א טעם וואס דאס באגרעניצט די מצוה, נאר מיר טוען עס ווייל השי"ת האט אונז באפוילן אזוי, דאס איז טאקע דער תמימות פון די מצוה און יעדער מצוה, מיר פרעגן נישט קיין שאלות נאר מען טוט דעם רצון השם בשלימות.

אזוי אויך זעען מיר ביים דאווענען, נאך דערצו היינטיגע צייטן, אז עס איז דא אזוי פיל מניעות, וואס האלט אונז אפ, פון דאווענען בשלימות מיר זאלן נישט זיין דארט, נאר האלב וועגס, און די חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת פארן דאווענען, כדי אוועקצונעמען אלע טרדות, לערנען מיר זיך פון דעם, אויב מיר טוען נישט דעם שעה אחת קודם, זאל כאטש זיין די שעה וואס מיר דאווענען, אן קיין טרדות, ויה"ר מיר זאלן זוכה זיין צו דעם וקבצנו יחד מארבע כנפות ווען השי"ת וועט צוזאמנעמן גאנץ כלל ישראל בשלימות, בב"א.