לדלג לתוכן

שושנת העמקים לא

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


בס"ד

דער אמת איז אז יעדער רגע וואס מיר זענען דא אויף דער וועלט הערן מיר נישט אויף צו דאווענען פאר השי"ת, יעדער אטעם וואס מיר נעמען אריין איז דער טיפסטע תפילה צו השי"ת.

דאך איז דא נאך א מדריגה, פון דאווענען איינמאל פון די טיפסטע טיפעניש פון מיין הארץ, פאר דער איינציגער איינציגסטער, דער באשעפער פון די וועלט. ווען איינער טרעפט זיך מיט א געשעפטסמאן, רעדן זיי אלעס וואס מען דארף רעדן, און מער איז נישטא וואס צו רעדן. אבער ווען איך טרעף מיר מיט א נאנטע א באליבטע חבר, איז די גאנצע צייט פון דער וועלט נישט גענוג פאר אונז צו זאגן וויפיל מיר האבן זיך ליב.

די צוויי הייליגע צדיקים, ר' מענדלע וויטעפסקער און ר' אברהם קאליסקע, זענן געפארן קיין ארץ ישראל, ר' אברהם האט זיך באזעצט אין צפת, און ר' מענדל האט זיך באזעצט און טבריה, האט ר' אברהם געשריבן א בריוו צו זיין חבר ר' מענדל, "איך וויל דיר זאגן מיין ליבע פריינט, אז פאר איך בין דא געקומען, פלעג איך מתפלל זיין אז איך זאל קענען אייביג דאווענען פאר השי"ת מיט דעם גאנצן הארץ, אבער יעצט זע איך אז דאס איז אסאך מער וויפיל איך קען, בין איך מתפלל פאר השי"ת אז כאטש איין תפילה זאל איך קענען דאווענען מיט דעם גאנצן הארץ פאר איך פארלאז די וועלט".

האט ר' מענדל גענטפערט צו עם "צו מיין באליבטע פריינט ר' אברהם, איך האב גרויסע הנאה אז די האלטס שוין ביי דער מדריגה צו קענען בטן פאר איין תפילה, אבער איך האלט נאך נישט דארט, איך בין מתפלל צו השי"ת אז כאטש איין ווארט, זאל איך האבן די זכיה צו דאווענען מיט דעם גאנצן הארץ, איינמאל אין מיין לעבן