שושנת העמקים ל
הנה קל ישועתי.. איך וויל עפעס זאגן זייער שנעל, הבדלה האט אייביג צו טאן מיט די פרשה פון דער וואך, איך וויל עס נאר זאגן שנעל, ושאבתם מים בששון משה רבינו כי מן המים משותיהו, אה אה.., נאכדעם קומט ליהודים.. דאס איז אהרן הכהן דער רבי פון יעדן ייד, אהרן הכהן איז בהעלותך את הנרות.. ליהודים היתה אורה, געוואלד אהרן הכהן, ער מאכט ליכטיג פאר יעדן ייד, ושמחה עס שטייט ותקעתם בחצוצרות ושמחתם לפני ד' אלקיכם, ששון ווייסט יעדער איינער פון דער סוכוטשוב'ער איז אן אומגעהאפט פרייד איך האב מיך נישט געהערשט אויף דעם, דאס איז פסח שני זיי האבן געמיינט אז זיי האבן עס פארלוירן זיי האבן געזאגט למה נגרע, נאך דעם קומט ויקר, ויקר איז תנה לנו בשר ונאכלה רבונו של עולם איך האב אלעס אבער איך דארף איין רגע א זאך אזוי ספעציעל וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט...
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, איך וויל אייך אנווינטשן, נאך דערצו עלטערן מיט די קינדער, איר ווייסט וואס איר דארפטס, איר דארפטס די ספעציעלע רגעים, אפי' איר האט מן פון הימל, די גאנצע צייט דארף מען האבן די איין ספעציעלע רגע, איר געדענקט דער איזשביצער זאגט עס איז געווען נאר איין רגע (ביי די שליו) און זיי האבען ממש זיך פארלוירן ווייל זיי האבן נישט געהאט די כלים פאר דער רגע, אבער עס איז זיי נישט אנגעגאנגען זיי האבן געזאגט: מיר ווילן דער איין מאמענט אזוי שטארק, איר ווייסט וואס דאס איז צווישן מענטשן מען דארף די איין רגע תנה לנו בשר ונאכלה, עלטערן מיט קינדער דארפן די רגעים, איר ווייסט ווען איר זענט אין ירושלים פאר א פאר וואכן, און אפשר גייט מען דריי מאל א טאג צו דער כותל המערבי, די רגעים זענען אויף דער מדריגה פון תנה לנו בשר ונאכלה, עס איז אזוי גוט.
איך וויל איר זאלט וויסן משה רבינו איז דער ייד וואס איז אויף אייביג, און אהרן הכהן איז אויך אויף אייביג, דער אייבערשטער זאגט פאר אהרן שלך קיימת לעולם און דער רמב"ן זאגט אז דאס איז די ליכט פון שבת און חנוכה, אבער באמת דארף מען פארשטיין לכאורה די ליכט זענען דאך אויך נישט אויף אייביג עס איז דאך נאר די פאר רגעים ווען מען צינדט שבת און חנוכה? נאר די תירוץ איז אז די פאר רגעים האלט אונז פאר אייביג. קודש קדשים, קודש איז אייביג, קודש קדשים איז נאר רגעים (ווען די כהן גדול איז אריין דארט נאר יו"כ, קומט אויס אז אהרן הכהנ'ס אייביגקייט איז די רגעים פון ליכט בענטעשן און אויך אין קדשי קדשים וואס הגם זיי זענען נאר רגעים האלט עס אונז אויף אייביג, דאס מיינט שלך קיימת לעולם).
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, כן תהי׳ לנו, כן תהי׳ לנו, כן תהי׳ לנו, כן תהי׳ לנו... כוס ישועות אשא ובשם ד׳ אקרא.
(כדי צו פארשטיין די טיפסטער ענין פון בשמים און די הבדלה ליכט איז דער רשב"ן מקדים דא) יעצט איז עפעס אנדערש, בעצם לערנען מיר אייביג אז רחל און לאה שתיהן בנו את בית ד׳, ביידע האבן געבויט השי"ת הויז, בעצם פאנגט זיך אן די נייע וואך מיט רחל און לאה, רחל איז יוסף הצדיק אור זרוע לצדיק דאס איז די שיין (נר הבדלה), און יהודה איז משיח והריחו ביראת ד׳ דאס איז לאה, די ריח (בשמים), איך וויל איר זאלט וויסן עפעס, עס שטייט אין חסידות אז די עץ הדעת האט נישט געהאט קיין שום ריח, איר ווייסט אויב איך האלט אן עץ הדעת׳דיגן שבת איז עס א זיסע שבת, איך טו אלעס גוט, אבער איך האב נישט די ריח פון שבת, אבער אויב איך האב א עץ החיים׳דיגן שבת האט עס אזא גוטן ריח.
וויל איך בענטש אייך מיט מיר, און אונז אלע, אז אלעס וואס מען טוט, איר ווייסט איך קען אנטאן תפילין אויף דער מדריגה פון עץ הדעת, מזל טוב שוין איך האב אנגעטאן תפילין, איך קום ארויף אין הימל איך זאג איך האב געלייגט תפילין, אבער ווי איז דער ריח פון תפילין. איר ווייסט עס איז דא מענטשן וואס לערנען תורה טאג און נאכט אבער זיי האבן נישט די ריח פון דער תורה, אבער עס איז דא מענטשן וואס לערנען תורה נאר אפאר מינוט און די ריח של תורה איז אזוי גוט.
נאכדעם די שיין, איר ווייסט וואס די ריזשינער זאגט, ווען די גייסט ארום מיט א שיין מיט א ליכט דארף מען נישט מאכן קיין פרסום אין די צייטונג אז איך האב א שיין, ווייל יעדער איינער זעט עס, אויב די דארפסט זאגן פאר מענטשן מיינט עס אז עס איז טונקל ווייל מען דארף זיי צו-רעדן.
איר ווייסט וואס די טרויעריגסטער זאך אין דער וועלט איז אז מיר האבן קיינמאל נישט געטראגן די שיין פון אידישקייט צו דער וועלט, דער אייבערשטער זאגט, אור לגוים נתתיך, והלכו גוים רבים לאורך, ווען מיר זען די וועלט איז נישט אויף אונזער זייט קענען מיר נישט זיין אויפגערעגט אויף זיי, ווייל מיר באמת האלטן נישט ארויף אונזער ליכט אונזער שיין, זאלן מיר ממש האבן די זכייה אז מיר זאלן טראגן די הבדלה ליכט אין דער וועלט, ביז ממש עס וועט מער נישט זיין המבדיל בין קודש לחול נאר עס וועט זיין המבדיל בין קודש לקודש.
שנזכה להגאולה שלימה במהרה בימינו אמן.