שושנת העמקים כט

פֿון װיקיביבליאָטעק
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


בהעלותך את הנרות, הנרות הללו קודש הם, להעלות נר תמיד
דער פלאם האלט זיך אויף אייביג
לכבוד שבת קודש פרשת בהעלותך תש״ע לפ״ק

מיינע טייערע פריינט, איר אלע ווייסט אודאי, אז השי"ת האט מבטיח געווען פאר אהרן הכהן אז דאס צינדן דער מנורה, וועט זיין אויף אייביג, שלך קיימת לעולם (מדרש), זאגן די מפורשים אז דאס זענען די נרות שבת און חנוכה, וווי אזוי האלט זיך דאס אויף אייביג? נאר יעדער איינער ווייסט אז וואסער ווערט אנגערופן ריין, מים טהורים, און פייער איז הייליג, אש קודש, פארוואס איז פייער הייליג? ווייל מען קען אנצינדן אן א שיעור ליכט פון איין ליכט.

אויב איך האב אן עפל און איך גיב אים פאר דיר, אויב נאכן דיר געבן, איך שפיר אז פעלט מיר עפעס, ווייזט דאס אז איך וויל דיר עס נישט באמת געבן, יא! איך האב דיר געגעבן דעם עפל, אבער איך האב א פראבלעם מיטן געבן, איך גיב עס נישט מיט דעם גאנצן הארצן.

ווייל אויב איך וויל דיר געבן דעם עפל באמת מיט דעם גאנצן הארצן, וואלסט דו געהאט דעם עפל, און איך וואלט אים נאך אלץ געהאט, דאס איז די טבע-פייער, דאס פייער וויל אזוי שטארק אז די וועלט זאל האבן מער ליכטיגקייט, אז מען קען געבן דאס פייער פון איין ליכט צו א צווייטער ליכט, און דאס פייער איז נאך אלץ געבליבן דא אויפן ערשטן אופן.

קומט אויס עס איז דא צוויי מיני געבן, איך קען געבן עפעס און איך פעל עס נאכן געבן, דאן איז די געבן נישט בשלימות, אבער שטעל דיר פאר אז איך קען אנקומען צו דער מדריגה פון געבן אזוי ווי פייער, דאס איז ממש די העכסטע זאך אין דער וועלט, איך האב עס נאך אלץ נאכן געבן, די תורה ווערט אנגערופען פייער, מימינו אש דת למו, מען גיט עס איבער פאר אנדערע מענטשן, און מען האט עס נאך אלץ ביי זיך.

דער חילוק ציווישן הייליגע זאכן און סתם זאכן איז זייער פשוט, א מענטש בענקט זיך נישט נאך קיין גשמיות'דיגע זאכען ווען ער האט עס שוין, ווייל ווען מען דערגרייכט עס איז מען שוין זאט דערפון, אבער ביי א הייליגע זאך אפי' ווען מען האט עס שוין בענקט מען זיך נאך אלץ דעראויף, מען דארשט נאך אלץ פאר דעם, ווי אזוי ווייסט מען אויב מען האט באמת דעם הייליגן שבת? מען האט נישט שבת דורך דעם וואס מען האלט איין אלעס וואס מען דארף, אפשר וועסטו באקומען גן עדן פאר דעם, אבער די שאלה איז האסטו באמת דעם שבת? דו האסט נאר דעם שבת אויב די בענקסט דיך נאך שבת, דו האסט עס אויב די בענקסט נאך דעם די גאנצע צייט.

גייט אויס פון בענקעניש פאר השי"ת, וועגן דעם זען מיר אז פייער, טאנצט די גאנצע צייט, ווייל דאס פייער האט אזא גרויסע תשוקה און בענקעניש פאר עפעס העכער און הייליג, דאס איז די קדושה פון פייער, און אהרן הכהן האט געהאט די זכי' פון צינדן די מנורה, ווייל ביי עם איז דאס געווען די זעלבע זאך, ער האט אזוי שטארק געוואלט געבן פאר א צווייטן אז ער האט עס נאך אלץ געהאט אפי' נאכן געבן, דאס איז מרומז אין רש"י להגיד שבחו של אהרן שלא שינה, ער איז גארנישט געטוישט געווארן אפי' נאכן זיך אוועקגעבן פאר צווייטן איד, האט ער נאך אלץ עס געהאט ביי זיך ווי פריער, אזוי ווי דאס פייער פון דער מנורה, און יעדע הייליגע זאך האלט זיך אויף אייביג, אזוי ווי השי"ת איז אויף אייביג, איז דא אויך שלך קיימת לעולם, און דער זעלבער פלאם וואס מיר צינדן לכבוד שבת און חנוכה איז דער זעלבער פלאם פון אהרן הכהן.

ויה"ר עס זאל מקיום ווערן די שבועה פון השי״ת פאר דוד המלך, שלא יכבה נרו לעולם ועד, בביאת גואל צדק בב"א.