לדלג לתוכן

שושנת העמקים כז

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


די הייליגקייט פון שבועות נאכט
לכבוד חג השבועות זמן מתן תורתנו תש"ע לפ"ק

שבועות ביינאכט זענען מיר אלע אויף, און מיר לערנען די הייליגע תורה, און איינע פון די טעמים איז ווייל מיר זענען געשלאפען די נאכט פאר קבלת התורה און משה רבינו האט אונז געדארפט אויפוועקן צו גיין מקבל זיין די תורה.

דער הייליגע רבי פון אלכסנדר פרעגט, ווי קען דאס זיין אז נאך די אלע הכנות פאר דעם מעמד פון קבלת התורה זאלען מיר גיין שלאפן?, מיר האבען דאך געציילט ניין און פערציג טעג, מיר האבן שוין אזוי שטארק געווארט אויף דעם, נאר ער גיט צו פארשטיין אז דאס האט זיך באמת גענומען פון דאס מדת העניוות, מיר האבן זיך געלערנט קליינצוהאלטן פון משה רבינו, יעדער איד האט געהאלטן אז ער האט זיך נישט געגרייט מקבל צו זיין די תורה, און השי"ת וועט מארגן געבן די תורה, אבער מען וועט אונז צוריק אהיימשיקן ווייל מיר זענען נישט ראויים צו דעם.

אויב אזוי קומט אויס אז עס איז געווען א גוטע סיבה, פארוואס דארפן מיר אויף בלייבן וואס דארף מען פארעכטן?, זאגט דער רבי פון אלכסנדר זי"ע אז באמת אונזער זיידעס האבן געדארפט פארשטיין אז קיין שום מענטש קען זיך נישט גענוג אנגרייטן צו זיין ראוי לקבלת התורה, נאר עס איז בלויז א מתנה פון הימל, וועגן דעם זענען מיר אויף א גאנצע נאכט, צו לערנען אונז און אונזער קינדער, אז באמת האבן מיר זיך טאקע נישט גענוג אנגערגרייט, מיר זענן נישט ראויים צו דעם, נאר השי"ת מיט זיין גרויס ליבשאפט צו אונז, וויל אונז געבן א גרויסע מתנה, דארפן מיר זיין צום צייט עס אנצונעמען מיט פרייד.

און אונזער רבי'ס זענן דאס אויך מסביר, אז פון גרויס פחד וואס א גרויסע אחריות די מתנה טראגט האבן מיר זיך געלייגט שלאפן, קומט אויס אז מיט דעם וואס מיר זענען אויף ביינאכט פאר קבלת התורה, דאס נעמט ארויס די פחד פון אונזער הארץ, און מיר האבן בטחון אין השי"ת אז מיר וועלן קענען אלעס איינאלטן כראוי.

ויה"ר מלפני אבינו שבשמים מיר זאלן זוכה זיין מקבל צו זיין די תורה הק' מיט גרויס פרייד, און דעם יו"ט שבועות זאל זיין א נייע אנפאנגונג פאר אונז אלע אנצונעמען אונזער אידישקייט פריש נאכאמאל, און מיר זאלן נישט האבן קיין שום פחד פון די גרויסע אחריות וואס דער מתנה אנטהאלט, געדענקענדיג אז אונז השי"ת גיט די גרויסע מתנה פאר א צייכן פון די גרויסע ליבשאפט צו אונז.