שושנת העמקים כה
איר ווייסט מיין טייערע פריינט די אויסלייזונג פון דער וועלט די גאולה שלימה, די אויסלייזונג פון יעדער איינציגסטער מענטש, וועט נישט זיין שנעל און פלוצלינג, נאר עס קומט פאמעלעך.
לאז מיך אייך זאגן און זינגט מיט מיר, איין פרי מארגען איין הייליגער פרי מארגען אדער אפשר שפעט ביינאכט, עס איז געווען אזוי שפעט אזוי שפעט, דער וועלט איז געווען אזוי טונקעל אזוי טונקעל, עס איז געווען איין מינוט פאר דער מארגענשטערן איז ארויס, און איר און איך ווייסן אז ווען די וועלט איז די טונקעלסטער דאן ווערט שוין טאגס, עס ווערט שוין לעכטיג.
דער זוהר הקדוש, דער הייליגער ספר, דער ספר פון דער גרויסער שיין, דער ספר וואס דעראין איז דא די טיפסטע עלטסטע לימודים, אונזער הייליגסטער לימודים, דאס שטייט דארט, איין מאל שפעט ביינאכט ר' שמעון בן יוחאי מיט זיין זון ר' אלעזר זענען געשטאנען אויף א בארג, עס איז געווען אזוי טונקעל, און די טינקעלסטער זמן נאך דעם חרבן בית המקדש.
פלוצלינג איין שטראל פון ליכטיגקייט איין היילגער שיין פון די זון, פאר איין סעקונדער א שיין פון לעכטיגקייט, נאכדעם איז געווארן טונקעל נאכאמאל, און נאך א שטראל, עס איז נא א ביסל ווייניגער טונקעל, און צוביסלעך צוביסלעך דער באשעפער'ס שטארקסטער ליכטיג די זון קומט אויפשיינען פאר די גאנצע וועלט.
און שטעלטס אייך פאר איך מיט אייך שטייען דארט אויף דעם הייליגן בארג, און רבי שמעון בר יוחאי זאגט פאר זיין זון ר' אלעזר מיין זון קענסטו זען? דאס איז דער וועג ווי די אויסלייזונג פון דער וועלט די אויסלייזונג פון אונז אידן, די איבערבויען פון דער הייליגער שטאט ירושלים, וועט געשען..
איין שטראל פון ליכטיגקייט און נאך א שטראל.. און נאך א שטראל פון ליכטיגקייט.. ביז ביז ביז די גאנצע וועט ווערן אנגעפוהלט מיר דער פרייליכקייט און דער לעכטיגקייט. שנזכה להגאולה שלימה בב"א.