שושנת העמקים כב

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


צו ביזטו גענוג הייליג אז די קענסט זיך אוועק געבן פאר א צווייטן? א קשר פון פרשת תזרי"מ אח"ק אמור מיט פסח שני, לפרשת קדושים תש"ע לפ"ק

קדושים תהיו כי קדוש אני ד' אלוקיכם, פריערדיקע וואך אין פר' תזריע האבן מיר געלערנט אז א פרוי ווערט אומריין ווען א קינד ווערט געבוירן, לכאו' איז דאס דאך די העכסטע מאמענט און די הייליגסטער זאך אויף די וועלט אראפצוברענגען א היילגע אידיש נשמה אויף דער וועלט, היינט פארוואס זי איז טמא? נאר די ענין איז אז די מאמע זאגט פארן קינד, מיין קינד לעבן, איך בין גרייט פאר דיר צו טאן אלעס, אפי' אז איך זאל נישט מעגן אריינגיין אין די משכן, ואל המקדש לא תבא שטייט, אבי איך זאל דיר קענן אויפברענגען אויף דעם ריכטיקן וועג.

די שאלה איז, וויפיל ביזטו גרייט צו ווערן נישט-הייליג פאר דיין קינד, וויפיל ביזטו גרייט אראפ צו גיין אין די טיפסטע פלאץ פאר דיין קינד?, ווייל ווען עלטערן הערן אז דאס קינד איז אויסגעצייכענט אין אלעס און זיי זאלן קומען זען ווי דאס קינד באקומט א באלוינונג, איז דאך יעדער גרייט צו קומען, אבער וואס טוט זיך ח"ו אויב דאס קינד זאגט איך בין אזוי צעבראכן איך האב געטאן דעם עוולה און דעם עוולה וכדו', און די עלטערן זאגן עם, מיר קענען נישט קומען דיר העלפן, מיר האבן א וויכטיגן מסחר צו ערלעדיגן, מיר וועלן דיר שיקן געלד, עס איז זייער שיין פון זיי, אבער דאס איז נישט די וועג פון א הייליגן איד.

די תורה זאגט קדושים תהיו, דער שפיץ פון קדושה איז, וויפיל ביזטו גרייט צו ווערן אויס הייליג צו העלפן א צווייטען, ווייל די איינציגסטער וועג איז צו העלפן איינער וואס איז צעבראכען און איז ווייט פון אידישקייט, איז זיך ממש אריינלייגן אין יענעמ'ס חשכות, אין זיין טינקעלקייט און שפירן ווי נישט הייליג יענער איז, און מען זאגט רבונו של עולם אויב דער איד גלייבט נישט ח"ו אין דיר וויל איך אויך זיין אין זיין שפל המצב און ח"ו נישט גלייבן, די מוזט אונז ביידע העלפן צוזאמען, פיל מיך אן מיט אזוי פיל הייליגקייט און לעכטיגקייט אז דער צעבראכענער איד וועט מיר נאר אנקוקן זאל ער שוין זען אז די פירסט די וועלט און עס איז נאר דא איין באשעפער.

און דער אמת איז ווען א איד האט אזא מסירת נפש צו ראטעווען א צווייטן אזוי ווי איינער וואס שפרינגט אריין אין ים צו ראטעווען א דערטרוקענער דארף ער זיך ממש אריינווארפן כדי להציל, דאן איז ממילא שוין נישט דא נאך אזא מדריגה פון קדושה ווי דעם, אזוי ווי מיר זען נעקסטער וואך פר' אמור, אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין צו א מת, אבער ביי א מת מצוה מוז ער, דער כהן איז אזוי הייליג ער איז גרייט זיך מטמא זיין כדי יענעם צו ראטעווען, און ער ווערט נישט אויס כהן, ער בלייבט ביי זיין קדושה.

דאס זאגט די תורה קדושי תהיו כי קדוש אני ד׳ אלוקיכם, אזוי ווי דעם אני ד' השוכן אתם בתוך טמאותם השי"ת לאזט זיך אראפ צו יעדן איד אפי' בתוך טמאותם זיי צו ראטעווען, וועגן דעם האט משה רבינו טאקע צעבארכן די לוחות ביי די מעשה העגל, ווייל ער האט געזאגט רבונו של עולם אויב איז כלל אזוי ווייט געפאלן, בין איך מיט זיי, איך ווארף מיר אריין אין זייער מצב, נאר כדי זיי צו ראטעווען, האט עם השי"ת געזאגט יישר כח ששברת איך דאנק דיר אז דו האסט צעבראכן די לוחות, און בזכות דיין מסירת נפש בין איך זיי מוחל.

ווייל די סוד פון דעם גאנצן לעבן איז, וויפיל ביזטו פיל מיט קדושה אין לעכטיגקייט אפי' ווען עס איז טונקעל, ווייל ווען עס איז לעכטיג גלייבט דאך יעדער פשוט אין השי"ת, אבער דער נסיון איז ווען די זעסט גארנישט, כי בענן אראה עס הערשט א צומישעניש וויפיל גלייבסטו דאן אין השי"ת, אזוי ווי אונזער זיידעס וואס זענען געשטאנען ביי די גאז-קאמערן וויפיל גלייבסטו דאן אין באשעפער, וויפיל לעכטיגקיט פארמאגסטו אז עס זאל שיינען אפי' ווען עס איז טונקעל, עס זאל שיינען אפי' ווען די שטייסט לעבן א איינער וואס איז אזוי צעבראכן אז אלעס איז פאר עם טונקעל.

דאס איז א כהן ער האט געהאט די קדושה אז אפי' עס איז אריינגעקומען די ווייטסטע איד אין משכן, אזוי פיל טונעקלקייט, טוט דער כהן אויסוואשן זיין נשמה ער פילט עם אן נאכאמאל מיט אזוי פיל פרייד און לעכטיגקייט.

וועגן דעם פארשטייט מען פארוואס שטייט נאך די ענין פון קדושה, איש אמו ואביו תראו, און קודם דערמאנט מען די מאמע, ווייל די מאמע איז דער ערשטער וואס לערנט אויס דאס קינד אז מען דארף זיין גרייט זיך מוסר נפש זיין פאר א צווייטן איד, דאס איז די העכסטע מדריגה פון קדושה.

און יעצט מיינע פריינט, פארשטייט מען שוין די טיפקייט פון פסח שני וואס קומט נעקטסע וואך, ווייל די הייליגע אידן האבן געהאט אזא מסירת נפש און זיך געלאזט מטמא זיין געטראגן די ביינער פון יוסף הצדיק און פון נדב ואביהו וואס ביידע האבן געהאט מסירת נפש אליין, זיי האבן אפי׳ מוותר געווען דעם יו"ט פסח אבי צו קענען מיטנעמן די ביינער, האבן זיי געהאט דער זכי׳ אראפצוברענגן פסח שני פאר אונז, פסח שני איז דער יו"ט וואס זיי האבן דאס אויסגעבעטן, דאס לערנט אונז אז מיט דעם מסירת נפש וואס מען האט פאר א צווייטן פארלירט מען נישט, נאר אדרבה מען איז זוכה צו ווערן נאך מער הייליג, ווייל פסח שני האט דער טיפער טיפקייט וואס אפי' דער וואס זענען בדרך רחוקה ווייט פון אידישקייט, און דער ערשטע פסח האבן זיי נאך נישט געקענט אנקומען, קענען זיי יעצט לייכטעהייט אנקומען צו ברענגן א קרבן פסח און זיך צוריק כאפן בקדושה וטהרה.

דאס איז אויך געווען נדב ואבוהו וואס זיי האבן זיך מוסר נפש און געברענגט דעם אש זרה זיי האבן אינזינען געהאט אז אפי' א איד וואס די גאנצע ענין פון אידישקייט איז פאר עם פרעמד די פייער פון קדושה קומט נישט אן צו עם, זאל ער אויך קענען זיך אויפהייבן און אריינגיין גלייך אל הקודש פנימה אין קדשי קדשים, זיי האבן געפועלט מיט דעם אז ווען זייער פאטער אהרן הכהן גדול וועט אריינגיין לפני ולפנים וועט ער קענען מיטנעמן אפי' די ווייטסטע איד אין דער אנדערע עק וועלט, ווייל אפשר איז נישט יעדער איד הייליג, אבער דאך איז יעדער איד דער הייליגסטער פון דער הייליגסטער, ווייל יעדער איד האט אין זיך א פינטל לפני ולפנים וואס איז קדשי קדשים, און וויפיל מען זאל זיך נישט פאר'שמד'ן ח"ו, וועט דאס פינטל אייביג ריין בלייבן, דאס איז דער בזא"ת יבוא אהרן מיט דעם נקודה טובה פון יעדן איד, בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.