לדלג לתוכן

שושנת העמקים כ

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


איר ווייסט פריינט, מיר האבן יעצט גערעדט וועגן "הייליגקייט" אז דאס מיינט ווען מען איז פארבונדן מיט דער צייט נאכאמאל, ווען איך טו אן תפילין יעדן טאג זאג איך נישט "הרחמן הוא יחזיר לנו עבודת בית המקדש" איך קען אנטאן תפילין ווען איך וויל, א גאנץ יאר, אבער ביי ספירת העומר זאגן מיר רבונו של עולם נעם מיר צוריק צו דעם הייליגן בית המקדש, ווייל די גרעסטע תיקון פאר דעם בית המקדש איז צו פארעכטן די צייט מיט ציילן די טעג.

ווייל די עגל האבן מיר נאר געמאכט ווייל מיר האבן נישט געוואוסט אז מיר זענען מער נישט אין מצרים, אין מצרים קען מען אפשר מאכן אן עגל, אבער יעצט אז מען האלט נאך קבלת התורה ווי קען מען דאס טאן, און עס איז אסאך מער ווי מען טאר נישט, אגאנץ לעבן איז נישט אייביג די שאלה צו איך מעג עס טאן אדער נישט, די שאלה דארף איך דאס יעצט טאן? איך קען עס טאן שפּעטער.

שטעלט אייך פאר, דו טרעפסט דיך מיט דיין בעסטע פריינט, און די פאנגסט אן צו רעדן לשון הרע ח"ו, עס איז אפּגערעדט אז עס איז אסור, אבער האסטו נישט געטראפן קיין בעסערע צייט צו רעדן שלעכטס אויף א צווייטן, יעצט אין די הויכע מינוט ווען די טרעפסט דיין באליבטן חבר גייסטו רעדן שלעכטס, נישט יעצט, קענסט עס לאזן אויף א צווייטן מאל, דאס מיינט אז מען ווייסט נישט וואס מיינט די יעצטיגע מאמענט פאר מיר.

איך וויל מיטיילן מיט אייך נאך א זאך, מיר אלע באקומען א הימעלישע לעכטיגקייט ווען מיר ווערן געבוירען, און מיר מיינען אז השי"ת געבט עס אונז דאן און נעמט עס אוועק נאך די הונדערט צוואנציג, עס איז א טעות, ווייל מיר באקומן די לעכטיגקייט יעדער רגע, נישט נאר דאן ווען מיר ווערן געבוירן, און די אלע טעותים וואס מיר מאכן איז נאר ווייל איך מיין אז יעצט בין איך אינמיטן מיין לעבן, מען איז קיינמאל נישט אינמיטן, נאר יעדער רגע ווערן מיר נאכאמאל געבוירן, און די ערשטע רגע וואס איך ווער געבוירן וועל איך קיין שלעכטס נישט טאן, איך וועל עס אפּלייגן אויף א צווייטן מאל, ממילא יעצט צווישן פסח און שבועות לערנען מיר זיך אויס וואס מיינט די טייערקייט פון יעדען טאג, יעדען מינוט, יעדען רגע.

און אין די ספירה טעג לערנען מיר זיך אויס אז מען באקומט יעדן טאג נאך א לעכטיגקייט פון הימל, וועגן דעם זענען מיר מתפלל גלייך נאך ספירה ציילן, רבונו של עולם נעם אונז צוריק צו דיין הייליגען בית המקדש, ווייל איך ווייס שוין אז יעדער רגע באקומען מיר א נייעם אור פון הימעל, וואס דאס איז דער טיפסטע טיפקייט.

און אויב מיר וואלטן זיך אויפגעפירט איינעם מיטן צווייטן כאילו מען איז נארוואס (= יעצט) געבוירן (בני אתה היום ילודתך), וואלטן מיר נישט פיינט געהאט ח"ו א צווייטן מענטש, (אזוי ווי די תלמידים פון ר' עקיבא של נהגו כבוד זה לזה זענען אוועק ליידער אין די טעג), ווייל איך האב נאר פיינט איינעם אויף וואס ער האט מיר נעכטן געטאן, און וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען בב"א? מיר וועלן פלוצלינג זיך ליב האבן איינעם דעם אנדערן, ווייל מיר וועלן איינזען אז ער איז נארוואס (= יעצט) געבוירן, קען זיין האסט נעכטן געטאן עפּעס וואס טויג נישט, אבער וועם גייט דאס אן ביזט דאך היינט נאכאמאל געבוירן, (אזוי ווי א קליין קינד האט אזא לעכטיגקייט אויפן פנים אז יעדער האט עם ליב, דאס איז דער הימעלישע חן).

און מיט דעם וואס מיר וועלן אפּגעבן כבוד איינעם דעם צווייטן, וועלן מיר זען ווי מיר אלע גייען העכער און העכער יעדן טאג, ווייל ווען מען טשעפערט איינעם קלאפּט מען אראפּ, ער קען נישט וואקסן, אבער ווען מען זאגט עם א גוט ווארט מיט א שמייכל געבט מען עם כח און חיזוק צו וואקסן העכער און העכער, דאס זענן די ספירה טעג וואס יעדן טאג ציילט מען נאך העכער, ויה"ר שיבנה בית המקדש במהרה בימינו ממש אמן.