שושנת העמקים יט

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


זיין אנגעפילט מיט פרייד, דאס טרייבט ארויס כעס. לרגל יומא דהילולא של רבינו הדברי חיים מצאנז זיעועכי"א כ"ה ניסן תש"ע לפ"ק

איר ווייסט איך קען זיין אויפגערעגט מיין גאנצע לעבן, אדער קען איך פארעכטן אלעס וואס איך דארף אין מיין לעבן, און מיר האבן צייט עס צו טוהן, און וואס איז די רפואה פאר כעס? די רפואה פאר פיינט האבן א צווייטן? עס איז דא נאר איין רפואה, איין קליינע וויטאמין, עס רופט זיך וויטאמין פון פרייד, עס איז נישטא קיין אנדערע וועג.

ווייל ווען א מענטש איז טרויעריג האט ער יעדעם פיינט, מען האט זיך פיינט, מען האט פיינט השי״ת חלילה, מען האט פיינט די טאטע די מאמע, יעדעם איינעם, אבער ווען די ביזט פיל מיט פרייד בשמחה, האסטו ליב די גאנצע וועלט, און אויב די ביזט טרויעריג און איינע טרעט אויף דיין פיס, פאנגט דיין טרויעריגע מחשבות אן צו קלערן, אז יענע איז אן אנטי-סאמיט ער טרעט אויף מיין פיס, איך בין זיכער ער האט פיינט אידן, מען דארף זיך היטן פון יענעם, אבער ווען די ביזט פרייליך זאגסטו אה, די האסט שטארקע פיס, און די גייסט ווייטער.

איר ווייסט דער הייליגע דברי חיים זי"ע דער רבי פון צאנז, האט געזאגט איך האב געטראפן נאר איין איד וואס האט נישט קיין שום כעס אין עם, עס נעמט ממש א גאנץ לעבן צו קענן ארויסנעמן די כעס פון זיך, מען דארף ממש אן פילן די הארץ מיט שמחה און פרייד.

דער הייליגע ר"ר הערשל פון רימענאוו זי"ע פלעגט אלעס אוועקגעבן, מען פלעגט ברענגן פדיונות און ער האט עס אלעס פארטיילט, און די שבת'דיגע בעקיטשע איז געווען שוין אביסל אלט און צוריסן, און די חסידים האבן געגעבן פארן רבי׳ן אפאר הונדערט רובעל צו קויפן א נייע, און ער האט עס פארטיילט פאר די ארימעלייט, האבן זיי געלאזט נייען א הערליכע נייע בעקיטשע לכבוד שבת געמאכט פון גאלד און זילבער, און עס איז געווען אזוי שיין, די חסידים האבן געשטראלט פאר שמחה.

עס איז געקימען פרייטאג צו נאכטס ביי די סעודת שבת, און א משמש האט אריינגעברענגט די טעלער פון זופ פאר'ן רבין ר׳ הערשלע, און דער הייליגע צאנזע איז דארט געווען, און די הייסע יוך האט זיך אויסגעגאסען אויף די הערליכע שיינע נייעם בעקיטשע, און עס איז זעהט אויס קאליע געווארן, עטס ווייסט וואס דער הייליגע רימינאווער האט געזאגט? ער האט א שמייכל געגבען צום משמש און געמיטליך געזאגט אה.. עס שפירט זיך אזוי פיין ווארעם.

לאמיר אייך דאס געבן צו פארשטיין, ווי קען זיין אז דער רבי האט זיך נישט געבייזערט אויף עם?, אויב איך שטיי פאר א באנק מעשין און עס קומט ארויס פינעף מיליאן דולער פאר מיר, און איינער טרעט אויף מיין פיס, וועל איך מיר דען נעמן שרייען? עס גייט מיר בכלל נישט אן, די וועלט איז דאך אזוי שיין, איך בין אזוי פרייליך איך טאנץ ווייטער פאר פרייד.

ממילא וויל איך אייך מאכן וויסן, וואס מאכט א מענטש טרויעריג בעצבות ח"ו, ווען ער מיינט אז ער קען שוין גארנישט מער פארעכטן מתקן זיין, און וואס מאכט א מענטש פיל מיט פרייד, ווען ער זעהט פלוצלינג עס איז קלאר פאר עם, אז ער קען אייביג אלעס פארעכטן, מיטן השי"ת הילף, נישט נאר פון די פריעדיגע לעבנס, נאר מען קען אפילו פארעכטן די גאנצע וועלט, פון אדם הראשון. איר אלע, מען מיינט אפשר אז מיר האבן נישט קיין כח, אבער בעזרת השם האבן מיר אומגלויבליכע כחות אלעס צו פארעכטן מיט צו זיין אנגעפילט מיט פרייד.