שושנת העמקים יח

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


ויקהל משה את בני ישראל, אויב איר געדענקט, האבן מיר געלערנט אז משה רבינו האט צאמגענומן אלע אידן, און זאגט זיי וועגן שבת, און וועגן בויען די בית המקדש, און פאריגע וואך פרשת כי תשא די פרשה פון די עגל, איז צווישן תצוה און ויקהל, פרעגן אלע, לכאורה איז דאך די עגל געווען פאר די ציווי פון די משכן?. אלע ספרים זאגן די זעלבע זאך, אויב גלייך אין פרשת יתרו נאך קבלת התורה, וואלטן מיר געלערנט די פרשה פון די עגל, אויפן סדר וואלטן מיר עס נישט געקענט אויסהאלטן, פון בושה. וועגן דעם האט השי"ת מיט זיין גרויס רחמנות, קודם אונז געלערנט די רפואה פאר די מכה, מיט די בויען פון די הייליגע משכן. וועגן דעם לערנן מיר קודם תרומה תצוה, נאכדעם כי תשא די פרשה פון די עגל, און נאכדעם ווייטער ויקהל און פקודי.

וויל איך איר זאלט וויסן, אז מען קען מאכן מענטשן זאלן שטיין צוזאמן, אבער צו מאכן איינס פון זיי קען מען נישט, נאר השי"ת אליין קען דאס, איך קען שטיין הונדערט יאר לעבן מיין גוטע פריינט, אבער צו ווערן ממש נאנט מיט עם וועט עס נישט גיין, איך קען מיך נישט צווינגן, צו זיין נאנט ממש צו א צווייטן, דאס איז די גרעסטע מתנה פון הימעל. דאס איז ויקהל משה, השי"ת האט געמאכט איינס פון כלל ישראל, ווי אזוי? מיט שבת קודש, ווייל שבת איז שלום ומבורך, השי"ת בענטש אונז מיט די ברכה פון שלום און אחדות.

איר ווייסט וואס עמלק זאגט צו אונז, אלעס איז פאלש, דו מיינסט אז דו ביזט באמת נאנט צו איינעם? די האלטס באמת שבת? די מאכסט נאר נאך א צווייטן. דיין נאנטקייט מיט דיין משפחה און קינדער איז נאר נאכגעמאכט, גארנישט איז עכט (= אמת).

איך מעק נישט אויס עמלק נאך יום כיפור, ער גייט נאך אן, אבער פורים דאן מעקן מיר עם אויס אינגאנצן מיר זאגן פאר עמלק, די ביזט נישט גערעכט, איך וויל דיר זאגן איך בין עכט יא! איך מאך נאך, חודש אדר איז די אות ק', ק' ווייזט אויך קדוש"ה, איך בין הייליג איך מאך נאך השי"ת, והלכת בדרכיו, איך גיי און זיין וועג. טיף טיף אינעווייניג ביי מיר.

עס איז אזוי טיף אז מען קען עס נישט זען, פורים איז אלעס אזוי באהאלטן און טיף, ווען איך פרעג וואס מאכסטו? די מיינסט איך זאג דאס, אבער באמת טראכט איך נאר פון השי"ת.

איר געדענקט די באוואוסטע מעשה, איינע פון די גרויסע תלמידי בעל שם טוב זי"ע האבן געטראפן א גרויסע גאון א מתנגד, זיי גייען צוזאמן רעדענדיג אין לערנען, זאגט די חסיד פאר עם, די ביזט אזא גאון די מוזט גיין צו א רבי אמאל, זאגט ער דו מיינטס איך האב נישט וואס צוטאן מיט מיין צייט, זאגט די חסיד, די ווייסט, אז א רבי לערנט אויס צו קענען תופס זיין מחשבה, האט די מתנגד געזאגט, יא? די קענטס וויסן וואס איך טראכט יעצט? זאג מיר פון וואס טאקע? האט דער חסיד געשמייכלט און געזאגט, די טראכסט יעצט פון דעם הייליגן באשעפער ב"ה, זאגט דער גאון, ניין! די ביזט נישט גערעכט, זאגט דער חסיד, די טראכסט נישט פונעם אייבערשטען? אויב אזוי, דארפסט די טאקע שוין גיין צו מיין רבי'ן, די ווילסט מיר זאגן אז די לערנסט די הייליגע תורה דיין גאנצע לעבן, און די טראכסט פון אנדערע זאכן, און נישט פון אייבערשטן?

איר זעט, עמלק זאגט מיר איך מאך אלעס נאך, זאגן מיר צו עם, די מיינסט איך רעד פון אחשורוש, ניין איך רעד פון השי"ת באמת.

איך וויל איהר זאלט וויסן עפעס זייער טיף, וואס איז ירושלים? עס איז אזוי באהאלטן, עס זעהט אויס ווי א געוויינלעכע שטאט, אבער דער אמת איז עס איז מקושר צום ירושלים של מעלה, די שפאצירסט אין ירושלים, די מיינסט אז די גייסט אויף דער וועלט, עס איז אסאך העכער, ירושלים עיה"ק איז מבהיל על הרעיון. עאיר זעט די משכן האט מען געבויט, פון די אלע קליינע זאכן, יעדע איד האט איין זאך וואס ער טוהט מיט די גאנצע הארץ, און מען קען עס קיינמאל נישט אוועקנעמען פון עם, איין זאך וואס איז העכער פון אלעס און דאס קען מען נישט זען. אזוי אויך מיט דעם בויט זיך די בית המקדש השלישי, וואס יעדעס איד ממש האט א שייכות.

איר זעט אין פרשת פקודי, האט משה רבינו פרובירט צו בויען די משכן, און עס איז צאמגעפאלן הונדערט פופציג מאל, און יעדעס מאל וואס עס איז צאמגעפאלן איז עס געווען אזוי ווי די חורבן בית המקדש. קענען אייך זיך פארשטעלן וואס משה רבינו איז דורכגעגאנגן יעדעס מאל עס איז צאמגעפאלן.

איך וויל איר זאלט וויסן עפעס זייער טיף, ווייל צו וויסן וויפיל יעדעס איד ווערט נבהל ונשתומם אויף איין נקודה פון די תורה, דאס קען נאר משיח וויסן, אפי' פאר משה רבינו איז דאס געווען צופיל. איך וויל איר זאלט וויסן די טיפסטע טיפקייט, משה רבינו איז נישט אריין געקומן אין ארץ ישראל, ארץ ישראל איז דאך מבהיל על הרעיון, און משה רבינו איז תורה שבכתב, וואס איז אזוי פיל און אזוי פיל ווערטער און אותיות, אבער ארץ ישראל איז תורה שבעל פה, עס איז מבהיל על הרעיון עס איז העכער פון אלעס.

און ביידע צוזאמען תורה שבכתב ובעל פה, דאס איז משיח מיט ארץ ישראל, קענען אייך זיך פארשטעלן וויפל משה רבינו האט געדאווענט אז ער זאל זוכה זיין צו ביידע, ער זאל קענען נבהל ונשתומם ווערן מיט די קשר פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה.