לדלג לתוכן

שושנת העמקים יד

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


עבודת השם בלי גבול, קריעת ים סוף, מלחמת עמלק, ומשלוח מנות

על פי שולחן ערוך, ווען איך זעה אן ארעמאן, אין מיטן יאר, דארף איך אים נישט געבן צדקה, אויב איך האב שוין געגעבן צדקה. ווייל אלעס גייט געמאסטענרהייט, אבער פּורים איז כל הפושט יד נותנים לו, יעדער וואס שטרעקט אויס זיין האנט געב איך אים. עטס ווייסט פארוואס? ווייל א גאנץ יאר ווען איך גיב צדקה, טראכט איך, אז עס איז א מצוה צו געבן? אבער פורים, פרעגט מיר עמלק, די מיינסט עס ערנסט טאקע צו געבן צדקה? אדער ווילסטו נאר נאך מאכן יענעם? א גאנץ יאר ווען איך זעה מיין ברודער דארף עפּעס, קוק איך אין שו״ע צו זען אויב איך בין מחויב אים צו געבן אדער נישט.

אבער פּורים ענטפער איך עמלק, כל הפושט יד נותנים לו, ווען איך זעה אן ארעמאן פּורים, קען איך מיר נישט איינהאלטן, איך געב עם גלייך צדקה.

עמלק זאגט אונז: מאך אלע זאכן נאר געמאסטענערהייט, ער מאכט אונז קאלט, מעסט עס, אויב איך מעסט א זאך מוז איך זיין זייער קאלט צו דעם, איך מאך עס אן קיין ברען, אויב איך מעסט נישט די זאך, איך גיי איבער דעם גרענעץ, איך בין ארויס פון מיינע כלים, דאן טוה איך עס מיט א ברען, פורים מעסטן מיר נישט, מיר מעקן אויס עמלק, מיר ווארטן נישט אויף מארגן, מיר טוהן נישט די מצות מיט קיין קאלטקייט, דאס גרייט אן דעם ביאת המשיח ווייל היום אם בקולו תשמעו, עס ווענט זיך אויף היינט, ווען איך לאז נישט די מצות אוי, מארגן, איך לייג נישט אפ מיט קיין קאלטקייט.

ווען די טוהטס א מצוה אן מעסטען און אומבאגרעניצט, דאן מאכסטו קיינעם נישט נאך, די קענט עס נישט נאך מאכן. המן און עמלק קומט צו מיר מיט די אות קו"ף און זאגן מיר די ביסט א מאלפּע, די מאכסט אלעס נאך, איך ענטפער אים די ווייסט וואס איז דער אות קוף איז, דאס איז קודש, הייליג, די ווייסט ווי הייליג אידן זיינען? קיינער מאכט נישט נאך, דאס איז ממש אמת.

יעדעס מאל ווען א מענטש טוהט א מצוה מאכט ער נאר איין ברכה, אבער ביי א חתונה זאגן מיר זיבן ברכות, וואס איז פשט דערפון? און נאך דערצו פאר זיבן טעג? נאר מיר טוהן דאס אומגאמאסטען, איך וויל נישט אז עמלק זאל האבן קיין שום חלק אין דער חתונה. די ברכה איז נאר דא ווען עס איז באהאלטן, אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין [בבא מציעא מב.], ווייל דאן איז עס אויך נישט געמאסטען.

ווען אונז ליינן די מגילה מעקן מיר אויס עמלק, ווייל: פארוואס באהאלט זיך השי"ת? פארוואס איז השי"ת נאמען נישט דערמאנט אין דער מגילה? ווייל ווען די געבסט עמעצן א זאך וואס איז נישט געמאסטן, עס איז אזוי געוואלדיג, אז די קענסט נישט אפילו ווייזן דיין פּנים, באהאלט איך זיך. געבן מיר אויך משלוח מנות נישט פנים אל פנים נאר מיט א שליח, צו ווייזן א זעס איז נישט געמאסטן, נאר א סאך העכער.

געדענקטס, מיר האבן געלערנט אז קינדער ווערן געבארן מיט פארמאכטע אויגן, ווייל זיי ווייסן אז זייער עלטערן ווילן זיי געבן אלעס אומגעמאסטן.

משלוח מנות איז באמת בנין בית המקדש, ווייל נאך מחיית עמלק, טוהן מיר בויען די בית המקדש, פארוואס האבן מיר זיך פיינט געהאט איינער דעם צווייטן? ווייל מיר האבן געמאסטן איינער דעם צווייטן? משלוח מנות מיינט ווען איך האב דיר ליב אזוי שטארק, אומגמאסטן און אן קיין גרעניץ, נאר דאן בין איך גרייט צו דעם בנין בית המקדש.

פארוואס פאלט עמלק נאר אין די הענט פון מרדכי הצדיק פון די קינדער פון רחל אמנו, ווייל רחל איז דער ערשטער, וואס האט געטוהן א זאך אומגעמאסטן, צו איבערגעבן די סימנים פאר לאה דאס איז העכער פון אלעס.

באלד נאכן עמלק שטייט אין די תורה וישמע יתרו, יתרו האט געהערט, וואס איז דער שייכות? ווייל נאכדעם וואס מיר האבן מלחמה געהאלטן מיט עמלק, האבן מיר געפועלט אז השי"ת זאל זיך אנטפלעקן צו די וועלט אומבאגרעניצט און אומגעמאסטן.

יתרו האט דערהערט אז אפילו נאר צו טראכטן געמאסטענרהייט איז שוין אויך די גרעסטע עוולה אין דער וועלט, ווייל ער האט קודם געמיינט אז, איך גלויב אין השי"ת, איז שוין אלעס פיין, עס איז שוין גענוג מיט דיע אמונה אליין, אלעס ארום קען נאך אלץ זיין געמאסטן.

אבער ווען ער האט געהערט אז משה רבינו האלט מלחמה מיט עמלק, עמלק קומט און זאגט די אידן זייטס נישט קיין נאַַראנים, אלעס איז געמאסטן. זאגט די תורה מלחמה לה' בעמלק מדור דור, אז השי"ת האלט מלחמה מיט עמלק אויף אייביג, עס איז אן אומגעמאסטנער מלחמה, אז מיר זאלן וויסן אז די ערגסטע זאך אין די וועלט איז, צו טראכטן אז אלע מצות און מעשים טובים זענן בלויז געמאסטן און באגרעניצט.

איר ווייסט פארוואס א טייל פון אונז זענן קראנק אינעווייניג און אינדרויסן, ווייל זיי האבן נישט קיינעם אין דער וועלט וואס האט זיי ליב אומגעמאסטענרהייט.

אין פורים ווייסן מיר אלע, וואס רבי לייב'לע איגר זאגט: אז דאס ווארט פּורים קומט פון די לשון רפואה. וואס איז עמלק? עמלק וויל אונז קראנק מאכן, ער וויל נישט באמת אונז אויסמעקן, ער וויל אונז קראנק מאכן. וועגן דעם ווען עס קומט פּורים, און מיר שיקן משלוח מנות, האב איך דער כח ארויס צונעמן קראנקהייטן פון דער וועלט, ווייל די גרעסטע קראנקהייט אין דער וועלט איז פיינטשאפט, שנאה, און ווען איך געב דיר משלוח מנות טוה איך דאן פארמערן ליבשאפט ביי אידן.

שנאת חינם, פיינט האבן אן קיין סיבה, דאס איז די גרעסטער קראנקהייט. און ביי מתן תורה – פארשטייט זיך, קען מען נישט שטיין ביים בארג סיני, ווען מען איז קראנק. ווייל יעדער ווייסט אז ביי מתן תורה האבן מיר אלע געקענט הערן און זעהן, עס איז נישט געווען קיין איין טויבער אדער בלינדער מענטש.

די מצריים האבן אונז קראנק געמאכט פיזיש, די גמרא זאגט אז מיר אלע זענן געווען אזוי צובראכן אין מצרים, מיר האבן נישט געקענט הערן, נישט זעהן, אדער רעדן.

ווען עמלק איז געקומען פאר מתן תורה, האט ער אונז געמאכט קראנק, טיף טיף אינעווייניג, וועגן דעם האבן מיר אזוי שטארק געדארפט די רפואה סיי פון אינדרויסן וואס די מצריים האבן אונז קראנק געמאכט, און סיי פון אינעווייניג פון עמלק, און נאכדעם וואס מיר זענן שוין אויסגעהיילט פון אלעם און מיר האבן מער נישט קיין שום שנאת חינם, מיר זענן שוין כאיש אחד בלב אחד זענן מיר גרייט פאר קבלת התורה, ווייל די תורה מיט די אידן זענן איינס, און כדי צו פארשטיין די תורה דארף מען ליב האבן יעדעס איד.

באמת פרעגט זיך א קשיא, מיר האבן געזעהן אז יעדעס ווארט וואס משה האט געזאגט צו אונז איז אמת, ער האט אונז צוגעזאגט אז מיר וועלן ארויסגיין פון מצרים, עס איז אזוי געווען. ער האט אונז צוגעזאגט אז מיר וועלן האבן מן, אזוי איז געווען טאקע. ער האט צוגאזאגט אז מיר וועלן מקבל זיין די תורה ביים בארג סיני, אזוי איז טאקע געווען. אויב אזוי, פרעגט זיך א קשיא, פארוואס פונקט ביים עגל, האבן מיר נישט געגלייבט אז משה רבינו וועט צוריק קומען? ער האט דאך אונז צו געזאגט אז ער וועט צוריק אראפקומן פון הימעל?

נאר די ענין איז, אז דאס איז נאר וועגן מיר האבן באגעגנט עמלק, וואס ער ברענגט כסדר אריין אין אונז ספיקות, מיר האבן נאר געמאכט די עגל ווייל מיר האבן זיך אנגעטראפן מיט עמלק, ער האט אונז קאלט געמאכט, ער זאגט די מאכסט נאר נאך, אלע אידן האבן געשריגן נעשה ונשמע האסטו אויך מיט געשריגן, די מיינסט עס נישט ערנסט, אלע אידן אידן זענן ארויס פון מצרים ביזטו אויך ארויס, עס איז אלעס בלויז נאכגעמאכט, מצוות אנשין מלימודה, די עגל איז אויך בלויז א נאגעמאכטער זאך.

ממילא קומט דער הייליגע יום טוב פּורים, לויף איך ארום און טייל אויס משלוח מנות, מיט די קלענסטע זאך אין די וועלט אן עפל מיט א שטיקל מזונות וואס איז אומגעמאסטן, איך טוה עס מיט א ווארמקייט מעקן מיר אויס עמלק.

און יתרו וואס איז געווען די נשמה פון קין האט געוויסט אז כדי ער זאל תשובה טוהן מוז ער קומען צו משה רבינו אומגעמאסטענרהייט, און אלע עבודי זרות אפלאזן אריין גיין אין מדבר לערנן תורה, אן קיין גבול, ער האט דאס איינגעזען פון קריעת ים סוף און די מלחמת עמלק אז די סוד איז צו טוהן תורה אין מצות איז, עס צו טוהן אומגעמאסטן.

און מיר זעהן די קינדערלאך וואס קומען צוריק צו אידישקייט, וואס זייער עלטערן האבן ליידער נישט געהאלטן תורה ומצות, ווען זיי טוהן א מצוה איז עס אומגעמאסטן, זיי טוהן עס מיט די גאנצע הארץ, אבער פאר קינדער וואס זענן געבוירן ביי ערליכער עלטערן איז עס שווערע צו טוהן א מצוה אן נאכמאכן, דארפן זיי זיך מער אנשטערנגן עס צו טוהן פאר השי"ת אליין, אן נאכצומאכן יענעם.

און אזא מצוה פון א פשוט'ער איד האט עמלק נישט קיין שום שליטה, ווייל עס קומט פון אזא טיפער פלאץ, וועגן דעם זאגן מיר פורים צו השי"ת, איך זאג צו, אז עס איז דא עפעס אין מיר אזוי טיף, וואס עמלק האט נישט דעראויף קיין שום שליטה.

די טרויעריגסטער זאך אין די וועלט איז ליידער, אז מיר ווייסן אזויפיל וועגן וואס אנדערע מענטשן טוהן, אלע עוולות פון א צווייטן, עמלק קומט און זאגט, האסטו געהערט דיע שלעכטער מעשה אויף יענעם?, מען פארקויפט לשון הרע אויף אידן ליידער, דאס איז עמלק'ס געשעפט, אבער וויפיל ווייסען מיר דען וועגן די הייליגער מצות וואס מען דארף טוהן מיט אזוי פיל הארץ, פארוואס זאגן מיר נישט קיין גוטס איינער אויף די אנדערן?

עטס זעהטס, אויב ווילט איר וויסען אויב איינער וואס רעדט צו דיר איז נשפע פון עמלק, זעה אויב רעדט ער אייביג שלעכטס, דאס איז אשר קרך בדרך, ער איז אפגעקילט פון אידישקייט, קענסטו מיר זאגן עפעס גוטס אויך?

וועגן דעם כדי דאס צו פארעכטן, שיקן מיר משלוח מנות, זיסע עסענווארג, מיני מתוקה, צו ווייזען אז איך וועל פון היינט נאר זעהן די גוטע זאכן אויף דיר, שנראה כל אחד מעלת חברנו ולא חסרונם.

איך ווינטש ענק און מיר אן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צום לך כנוס את כל היהודים, אלע אידן זאלן זיך צאם קומען, דאן וועט זיין ודובר לשום לכל זרעו, ווען מען וועט נאר זעהן גוטס איינער אויף די צווייטען, וועט משיח שוין קומען, בב"א.