לדלג לתוכן

שושנת העמקים יג

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


לכבוד פורים תשס"ט - דברי תורה מים עמוקים ודובר שלום לכל זרעו
געבען חיזוק פאר א חבר

נאך איין זאך עטס ווייסט וואס עמלק איז אויך, איהר ווייסט וואס די גרעסטער שלעכטס אין דער וועלט איז ווען מ'נעמט אוועק איינעם זעלבס שטארקייט זיין גלייבען אין זיך [זיין קאנפידענס], עטס ווייסט פארוואס עס נישט דא קיין שלום אויף דער וועלט ווייל קיינער גלייבט נישט אין זיך אז ער קען דאס טוהן, מען גלייבט שוין נישט אין דעם מער, עמלק עמלק, איהר ווייסט ווען מיר זענען ארויס פון מצרים וואס האט עמלק אונז געזאגט יא עס איז זייער שיין עטס זענט פריי פאר אפאר וואכען באלד וועלען זיין קנעכט נאכאמאל.

איהר ווייסט אין די היסטאריע אזוי פיל לענדער זענען געווארען פריי איהר ווייסט עס האט נישט לאנג אנגעהאלטען, איהר ווייסט פארוואס ווייל קיינער האט זיי נישט געגעבן קיין שטארקייט זיי זאלען גלייבען אין זיך.

איהר ווייסט איך גיי אמאהל שפילען מחזק זיין אידען אין תפיסות איהר ווייסט די טרויערירגסטער זאך אין דער וועלט איז אמאהל קום איך די צווייטער דריטער מאל, און איך פרעג ווי איז משה'לע זאגען זיי יא ער איז ארויס פון תפוסה אבער ער וועט באלד צוריק זיין!, איהר ווייסט וואס דאס מיינט ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון תפיסה האט איינער געזאגט צו זיי די וועסט באלד צוריק זיין דאס האט אוועק גענומען די לעצטער ביסעל זעלבס גלייבונג פון זיי (קאנפידענס). איהר ווייסט די היימלאזער מענטשען זיי זענען מיינער בעסטער פריינט האפענטליך, אמהל פרעג איך זיי ווי איז דער וואס פלעגט דא זיצען? זאגען זיי אה ער האט געטראפען א הויז אבער ער וועט באלד צוריק זיין ער וואט נאכאמהל קומען וואוינען אויפן גאס, עס איז אזוי האצרייסענדינג!

ממילא פורים די וויכסטיגסטער זאך איז צו געבען איינער דעם אנדערן שטארקייט, קאנפידענס, ער זאל גלייבען אין זיך, און איהר ווייסט וואס דאס איז געוואלד געוואלד האבען מיר זיך ליב איינער דעם צווייטען אויף פורים, אין איהר ווייסט, יעדער וואך שבת ליינען מיר ויאמר ד' אל משה, אבער פורים די מגילה איז פייער ממש פייער, עס איז אן אטאמישע אויס-פלאצונג אינעווייניק יעדעס ווארט [וויל דער אייבערשטערס נאמען איז נישט דערמאנט עס איז העכער ווי ויאמר ד' ווייל דער אייבערשטער אליין זאגט עס פאר אונז].