שושנת העמקים יב
הַיּוֹם שְׁלשָׁה וּשְׁלשִׁים יוֹם שֶׁהֵם אַרְבָּעָה שָׁבוּעוֹת וַחֲמִשָּׁה יָמִים, לָעוֹמֶר:
הָרַחֲמָן. הוּא יַחֲזִיר לָנוּ עֲבוֹדַת בֵּית הַמִּקְדָּשׁ לִמְקוֹמָהּ בִּמְהֵרָה בְּיָמֵינוּ. אָמֵן סֶלָה:דערבארימדגער איינציגסטער נעם אונז צוריק, ברענג אונז צוריק, ברענג אונז נאכאמהל נאנט צו דיר צו די הייליגער בית המקדש, און דיך צו דינען דער איינציגסטער איינציגסטער, אמן.
עטס ווייטס מיין טייערע פריינט, איך מיין איך האב עס שוין געזאגט פאר א פּאָר פון ענק, אז דער הייליגער בעל שם טוב זאגט אז די נוסח וואס מען זונגט ראש השנה און יום כיפור דאס איז די איינציגסטער זאך וואס מיר געדענקען נאך פונעם בית המקדש, עטס ווייסט ווען איך לייג תפילין זאג איך נישט רבונו של עולם! איך בין גרייט פאר דעם בנין בית המקדש, איך בין זיכער עס איז וויכטיג אבער מיר זאגען עס נישט, עס איז נאר דא איין מצוה וואס מיר טוהען און גלייך נאכדעם זאגט מען רבונו של עולם נעם מיר צוריק צו דער הייליגען בית המקדש דאס איז ווען מיר ציילען ספירה.
עטס ווייסט וואס דאס מיינט צו זיין אין גלות? אז פאר מיר איז איין טאג פינקט ווי דער צווייטער, איין מינוט איז פינקט ווי דער צווייטער, איך שטיפ דורך מיינע טעג און מיינער נעכט, איך טוה גארנישט שלעכט אבער די לעבען איז נישט אינטערעסאנט עס איז ליידיג, און עטס ווייסט עס איז געוועהן מינוטען, טעג וואס מיר האבען געקענט פארעכטען די וועלט ווען מיר וואלטען געקענט פארעכטען אונזער אייגענער לעבען אבער מיר זענען פשוט געוועהן אין גלות, מיר האבען עס אפילו נישט געשפירט, אבער ווען איך צייל ספירה זאג איך רבונו של עולם איך צייל נאכאמאהל איך בין נאכאמהל אן אויסגעלייזטער מענטש )נאך פסח( איך ווייס ווי טייער עס איז די רגעים, און די רגע וואס די גאולה שלימה וועט קומען, רבונו של עולם בין איך שוין גרייט, עטס ווייסט ציווישען מענטשען וויפיל מאל וואלטען זיי עס געקענט פארעכטען ווען זיי וואלעטן אבאכט געגעבען אויף די רגעים, זיי וואלטען געקענט פארעכטען זייער לעבען און זיין נאכאמהל בשלום.
ציווישען אונז אין דער וועלט וואלט מען געקענט שלום מאכען אבער מיר האבען נישט אבאכט געגעבען אויף די רגעים מיר האבען נישט געציילט די טעג, און יעצט פאר מיר ציילען די עומר וועלען מיר זינגען אביסעל פון ראש השנה און יום כיפור צו בעטען מיט ענק פאר שלום, און נאכדעם וועט מען ציילען ספירה עס וועט זיין אזוי שיין.
וּבְכֵן תֵּן כָּבוֹד ד' לְעַמֶּךָ, תְּהִלָּה לִירֵאֶיךָ, וְתִקְוָה טוֹבָה לְדוֹרְשֶׁיךָ, וּפִתְחוֹן פֶּה לַמְיַחֲלִים לָךְ, שִׂמְחָה לְאַרְצֶךָ, וְשָׂשׂוֹן לְעִירֶךָ, וּצְמִיחַת קֶרֶן לְדָוִד עַבְדֶּךָ, וַעֲרִיכַת נֵר לְבֶן יִשַׁי מְשִׁיחֶךָ, בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ:
שלום אין ירושלים, שלום אין די הייליגער שטאט..
זאל זיין שלום..
שלום אין יעדער לאנד.. שלום אין יעדעט שטאט.. שלום אויף יעדער גאס..
זאל זיין שלום..
נאר נאך איין טרער.. נאר נאך איין תפילה.. נאר נאך איין ניגון..
זאל זיין שלום..
נאר נאך איין טאג.. נאר נאך איין זון אונטערגיין..
נאר נאך איין מער נאכט..
זאל זיין שלום..
נאר פאר מיינער קינדער.. נאר פאר ענקער קינדער..
נאר פאר אלע אייבערשטערס קינדער..
זאל זיין שלום..