שושנת העמקים יא
גוט יום טוב מיין זיסער פריינט, עטס ווייסט היינט איז ל"ג בעומר, דאס האט אזוי פיל פשטים, מיליאנער פשטים, אבער די וויכסטיגסטע זאך איז אז היינט איז די טאג וואס ר' שמעון בר יוחאי האט פארלאזט די וועלט, ער האט באמת נישט פארלאזט די וועלט, וואס מען וועט זאגען איז נישט גענוג דאס מסביר צו זיין, אזוי ווי ר' נחמן זאגט ווען א מענטש פארלאזט די וועלט איז דאס אזוי ווי ער גייט אריבער אין די זעלבער שטוב פון איין ווינקעל צום צווייטען, איך וויל מיטיילען דא ענק אז פאר רשב״י איז אוועק האט ער אויף דעם טאג איבער געבעבען די גרעסטער סודות פון דער וועלט.
עטס ווייסט דאך אלע אז יהושע בן נון ביי די מלחמה שטייט השמש בגבעון דום די זוהן איז נישט אינטערגעגאנגען ווייל יהושע האט געזאגט אז די מלחמה איז נישט פארטיג, אזוי אויך ווען ר' שמעון האט פארלאזט די וועלט איז אויך געוועהן אזוי די זוהן איז נישט אינטערגעגאנגען ווייל רשב"י האט נישט געענדיגט איבערגעבען די אלע סודות' עס איז געוועהן א לאנגע טאג.
עטס ווייסט פריינט, אמאהל איז ביי אונז די טאג אזוי קורץ, עטס ווייסט פ א ר ו ו א ס ? ווייל עס איז אזוי ליידיג פון סודות פון טיפקייט, ווייל ווען די טאג איז פיל מיט סודות אהה איז די טאג אזוי לאנג אזוי שיין, וויל איך יעצט לכבוד ר' שמעון בר יוחאי מיטיילען מיט ענק א חסיד׳ישער מעשה.
עטס ווייסט מיר אלע ווייסען אז צייט איז אזוי טיף, אמאהל איז די צייט נישט חשוב, אבער אמאהל איז עס געוואלדיג טיף, א מאהל א מינוט וואס מען בטל׳ט איז גארנישט ווערט, אבער א מינוט וואס מען פארברענגט מיט אונזער טייערע פריינט, אדער מען טוהט א זאך וואס מען האט אזוי ליב ווי לערנען די הייליגער תורה איז עס דאך אזוי פיהל ווערט.
דאס איז א מעשה, פון דער הייליגער ר׳ יהודה סטרעטנער זצ"ל איהר ווייסט ווען ער פלעגט ענדיגען דאוואנען יום כיפור? ווען די שטאט אידען האבע שוין געענדיגט דאווענען זיי האבען שוין אפגעגעסען, זיי גייען שפאצירען זיי קומען אהיים זיי עסען נאך עפעס זיי גייען זיך לייגען און פאר זיי לייגען זוך קוקען זיי ארויס פון די פענסטער, דאנמאלס האט דער הייליגער סטרעטנער זיך געשטעלט צו נעילה און ווער ווייסט ווען ער האט גענדיגט, און ער האט זיך אזוי לאנג אהן געגרייט אז ער האט נאר אנגעהויבען פיר אזייגער שחרית.
איין יאהר האט דער הייליגער סטרעטנער אויסגערופען יום כיפור ביינאכט, אז דאס יאהר איז א ספעצילע יאהר דאס יאהר וועט מען ענדיגען ווי יעדער איינער, צוואנציג מינוט נאך זיבען, און די חסידים האבען געקלערט אז דאס מיינט אז מען וועט זיך שטעלען דאווענען פרי, אבער זיי האבען זיך טועה געוועהן דער הייליגער סטרעטנער קומט אריין שפעט אזוי ווי יעדעס יאהר און עפעס שטומט נישט ווייל זיי האבען נאר דריי שעה, דער סטרעטנער פאנגט אהן צו דאווענען שחרית און פלוצלינג קוקען זיי אויף זייגער זיבען פופצען און די זייגער האט זיך אפגעשטעלט זיי האבען געדאווענט שחרית פאר ווער ווייסט וויפיל יאר, מוסף, מנחה, נעילה האבען די חסידים געקענט צוזאגען אז האט גענומען פונעף הונדערט יאהר, און ביי נעילה ווען מען זאגט שמע ישראל ד׳ אחד האט די זייגער נאך אמאהל אנגעפאנגען צו ארבעטען און עס איז געווארען זיבען צוואנציג, און די חסידים האבען געוויסט אז דאס איז אזוי ווי א וואך שפעטער, זיי גייען ארויס אין גאס צו זעהן, זעהן זיי אז די בית המדרש אריבער די גאס האט יעצט גענדיגט עס איז געוועהן פונקטליך זובען צוואנציג, עטס ווייסט וואס דער סטרעטנער האט געטוהן ער האט ארויס גענומען זיין גאנצער קהילה אידען ארויס פון די צייט, למעלה מן הזמן, עטס ווייסט יעדער רעדט פון ארויס גיין פון אויר העולם, אבער למעלה מן הזמן איז אזוי טיף.
עטס ווייסט וואס די געוואלדיגע זאך מיט אונז אידען איז אז מיר זענען למעלה מן הזמן, העכער פון די צייט, החודש הזה לכם, עטס ווייסט א איד דארף גאר אן אנדערע זייגער, אויב די דארפסט א געהעריגער זייגער גיי קויף דיך איינס, אבער עס איז דא נאך א זייגער וואס די דארפסט באקומען פון ירושלים די הייליגער שטאט גאר אן אנדערע צייט.
און די מעשה איז לכבוד ר' שמעון בר יוחאי און די אלע גרויסער צדיקים די אלע הייליגער צדיקים וואס זענען געוועהן זיינער תלמידים, עטס ווייסט דער הייליגער ר׳ הערשל זידיטשובער פלעגט זיך אינטער חתמ׳נן צבי בן פייגא תלמיד מרבי שמעון בר יוחאי, די מעשה איז אז נאכדעם הסתלקות פון דער הייליגער חוזה מלובלין איז איינער פון זיינער גרעסטער תלמידים דער אור המאיר געקומען צו א קרעטשמער, דער אור המאיר איז געועהן אזוי הייליג, האט דער קרעטמער געזאגט פאר איהם איך האב זייער א מכובד'יגער שטוב פאר אייך, און ער נעמט איהם אריין דארט און עס איז דא א גרויסען זייגער אויפן וואנט, און דער הייליגער אור המאיר האט נישט געקענט שלאפען, ער איז געוועהן אויף א גאנצער נאכט געגאנגען ארויף און אראפ און זיין שטוב, און עטס ווייסט די אלטע האלצערנער הייזער ווען מען האט שפאצירט רעכטס האט די גאנצער הויז זיך געריקט צו די רעכטער זייט, איז דער קרעטשמער האט נישט געקענט שלאפען און דריי אזייגער האט ער געקלערט ער וועט אריין ברענגען טיי פאר'ן רבי'ן.
ער גייט אריין צום רבי'ן און זאגט איך בעט אייך איבער, איז עפעס נישט גוט מיט דעם בעט? איך זעה אז דער רבי קען נישט שלאפען, האט דער רבי געזאגט ניין די בעט איז נאך נישט באריהרט געווארען, האט דער קרעטשמער געפרעגט רבי פארוואס קען דער רבי נישט שלאפען? האט דער אור המאיר געזאגט פאר דעם קרעטשמער איד׳עלע זיי מיר מוחל פאר׳ן פרעגען אבער איז דעס נישט דעם זייגער פון מיין הייליגען רבי'ן דעם חוזה פון לובלין, האט ער גענטפערט יא! אבער איך האב עס נישט געגנבעט ח"ו, נאר זיין זוהן איז געוועהן דא פאר א פאר וואכען און האט נישט געהאט צו צאלען האט ער מיר געגעבען דעם זייגער ביז ער וועט דאס קומען אויס לייזען, אבער רבי פרעגט עהר וואס האט דאס מיט דעם שלאפען.
אהה עטפערט דער רבי די זעהסט עס איז דא צוויי מיני זייגערס א פשוט׳ער זייגער ווען מ׳קוקט אויף דעם איינס צוויי דריי, ווייסט וואס דער זייגער זאגט? נאך א שעה ווייניגער צו לעבען.. נאך א שעה ווייניגער צו לעבען.. און מען געבט אויף און מען גייט שלאפען, מען טראכט עס איז נישטא קיין שום ענין צו פרובירען, אבער די ווייסט די זייגער פון דער הייליגער חוזה זאגט.. נאך א שעה נענטער צו משיח!.. נאך א שעה נענטער אויסגעלייזט צו ווערען!.. נאך א שעה נענטער צו אלעס הייליג און שיין!.. מען ווערט אזוי פרייליך מען קען נישט שלאפען..
עטס זעהטס פריינט, היינט איז רבי שמעון בר יוחאי'ס יאהרצייט, איך בענטש דיר מיט מיך און אונז אלעס, איך בעטש ענק מיט ביידער, מיר זאל האבען די כח זיך ארויס צונעמען פון די צייט אמאהל, עטס ווייסט ווי קען זיין אז מיר אידען ווארטען פאר משיח אזוי לאנג? עס איז נישט אזוי לאנג! ווייל אויב די ביזט העכער פון די צייט איז עס איין מינוט, הונדערטער יאהרען אהן קיין ברעק, אבער איבער אלעם וויל איך בענטעשן דיר און מיר אז יעדער שעה זאלען מיר איינזעהן אז מיר ווערען נענטער, נענטער און נענטער.
און איך בין אמאהל געגאנגען ביים ים אין תל אביב, און איך זעה א אינגער מענטש וויינען עס איז געועהן שפעט ביינאכט, גיי איך צו צו איהם און איך זאג עהם פארוואס וויינסטו מיין טייערע פריינד? זאגט ער, די ווייסט עפעס, איך האב אלעס, איך האב הנאה איך האב געלט, אבער איך האב אויך א נשמה און איך ווייס נישט וואס צו טוהן דערמיט.
עטס ווייסט היינט נאכט איז דער נאכט וואס מיר אלע וויינען רבונו של עולם! האר פון די וועלט איך האב א נשמה אבער איך ווייס נישט וואס צו טוהן דערמיט?
קומט דא רבי שמעון בר יוחאי און ער לייגט אונטער אונזער נאז די טיפסטער הייליגסטער שענסטער ספר אין דער וועלט די הייליגער זוהר הקדוש, דער ספר וואס מאכט דער וועלט שיינען וואס מאכט אונז שיינען, וואס געבט אונז אזא הערליכער שיין, אזוי פיהל טיפקייט, וויל איך אנוויטשען ענק און אונז אלע אז אונזער נשמה זאל שיינען, און מיר זאלען האבען די זכייה צו שפאצירען אויף די גאסען און יעדער איינער וואס מען זעהט זאל מען איבערגעבען די שיין, דיע טיפסטער שיינקייט אין דער וועלט, דער שיין פון אונזער אייגענער נשמה.