לדלג לתוכן

שושנת העמקים י

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


יציאת מצרים, אפי' די נאטור איז א נס, וסיפור מר' ר' דוד לעלאווער לכבוד יומא דהילולא של ר"ר דוד ב”ר שלמה מלעלוב זיעועכי"א נולד בשנת ה'תק"ו ונפטר בז' שבט ה'תקע"ד (1746-1814), זיעועכי"א

דורכן יאר האבן מיר א ס א ך מאמענטן וואס מיר זענן זייער הויך, א הויכער שבת, א הויכער מינוט, אפשר איין גוטע דאווענן, אבער נאכדעם ל י י ד ע ר פארלירט מען עס, ווידער פסח ביינאכט געבט אונז השי"ת צוריק די אלע מאמענטן.

וועגן דעם איז עס די ליל שימורים, די אלע אפגעהיטענר מאמענטן באקומט מען צוריק, און דער בית יעקב איז עס מסביר, למשל א טאטע געבט פאר א קינד א מיליאן דאלער, און דער קינד זאגט ער וויל קויפן מיט דעם א נאש, נעמט דער טאטע גלייך צו די געלד, און האלט עס פאר עם ביז ער וועט גרויס ווערן, השי"ת געבט אונז הויכער מינוטן, אבער נאכדעם זעהט השי"ת אז מיר ווילן פארקויפן די הויכער מינוטן פאר קלייניקייטן, נעמט עס השי"ת אוועק פון אונז.

מיר מיינען אייביג אז די הויכער מינוטן ווערן פארלוירן, אבער דער אמת איז השי"ת לייגט עס אוועק, און ביים סדר נאכט באקומט מען עס צוריק, דאס מיינט אז מען קען נאכאמאל איבערלעבן די אלע הויכער מינוטן פון א גאנץ יאר און אפשר אויך פון א גאנץ לעבן, אדער אפי׳ פון די פריעדיגער גילגולים, ביים סדר.

מיר האלטן דעם יו"ט פסח צו געדענקן די אלע ניסים וואס השי"ת האט געטוהן מיט אונז, וואס מיינט דאס ניסים? א נס מיינט אז השי"ת האט נישט קיין שום גרעניץ, אפי' אלעס וואס ער טוהט פאר מיר איז נישטא קיין שום נאטור.

די מערסטער באגרעניצטער זאך איז די נאטור, און זימער מוז זיין זימער און אין ווינטער מוז זיין ווינטער, עטס געדענקטס די מעשה פון ר׳ דוד'ל לעלובער זיעועכי"א, ווען ער פלעגט פארן אין די זימער פלעגט ער מיט נעמן א פעלץ, האט מען עם געפרעגט הלמאי, אין מיטן זימער א פעלץ? האט ער גענטפערט ווי שטייט אז זימער מוז זיין הייס? אויב עס איז הייס אין זימער איז א נס, איך וויל מיר נישט פארלאזן אויף א נס׳ אפשר וועט קאלט זיין מארגן, פאר ר׳ דוד׳ל האט די וועלט נישט געהאט קיין גרעניצן, ווי שטייט אז עס קען נישט שנייען חודש תמוז? עס שטייט נישט אין די תורה דאס.

אלעס וואס שטייט אין די תורה איז אזוי, אבער אויב עס שטייט נישט דארף עס נישט זיין, וועגן דעם ווען ר׳ דוד׳ל איז אויפגעשטאנן אין די זימער און עס איז געווען הייס איז עס געווען א נס פאר עם, קענן ענק זיך פארשטעלן וואס פארא כלים ער האט געהאט דאס צו קענן פארנעמן, אבער ביי אונז לכל הפחות פסח באקומן מיר דיע כלים פאר דעם, איינצוזעהן אז אלעס איז א נס.

די גרויסער נס איז געווען אז השי״ת האט אונז ארויסגענומן פון מצרים, וואס מיינט דאס? דאס מיינט אז השי"ת פירט די וועלט נישט נאר ווען ער מאכט ניסים, נאר אפי' ווען עס זעהט אויס ווי די נאטור איז עס אויך א נס, נאר ווען השי"ת מאכט א נס דאן שיינט עס באמת אריין אין אונזער הארץ אז השי"ת פירט טאקע די וועלט שטענדיג. ויה״ר מלפני אבינו שבשמים שנזכה כולנו לצאת מאפילה לאור גדול בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.