שושנת העמקים ט
דער הייליגער חוזה פון לובלין איז געווען פון די גרעסטער תלמידים פון דער הייליגער ר"ר אלימלך פון ליזענסק זיעועכי"א, ער איז באמת געווען זיין ממלא מקום, איין טאג האט ר"ר אלימלך געזאגט פארן חוזה, איך האב דיר אסאך אויסגעלערנט אבער עס איז דא איין זאך וואס איך קען דיר נישט אויסלערנן, די מוזט גיין צו מיין הייליגן ברידער ר"ר זושא, איז דער חוזה געקומן צו ר"ר זושא, און ר״ר זושא פרעגט דעם חוזה, זאג מיר איין זאך, ווען די זעהסט א איד וואס דארף א תיקון און די ווילסט ער זאל בעסער ווערן, וויאזוי טוהסט די דאס?, האט דער חוזה גענטפערט, זייער פשוט: איך זאג עם וואס ער האט נישט גוט געטון, און דאס וואס די האסט ג ע ט ו ה ן איז ממש א גרויסער עוולה, עס איז געפערליך די מיזט תשובה טוהן, און איך פרעג עם זיין לעבנס געשיכטע, און איך זאג עם מיט אזא געפערליכן לעבן מיזטו אוודאי תשובה טוהן.
האט ר"ר זושא זיך אנגערופן צום חוזה, די ווייסט וואס די טוהסט צו דעם מענטש? די ווארפסט עם נאך מער אראפ, די נעמסט דאך אוועק דאס לעצטע ברעקעל פון זעלבסט שטארקייט וואס ער האט נאך געהאט.
האט דער חוזה געפרעגט פון ר"ר זושא, וויאזוי טוהט איר דאס? האט ר"ר זושא געזאגט: איך טו עס אנדערש, איך זאג עם גארנישט שלעכטס, נאר איך נעם מיך דאווענן אזוי שטארק פאר עם אז איך עפען אלע טויערן פון לעכטיגקייט פאר עם, און ווען דער גרויסער שיין פון הימעל שיינט אריין אין עם, דארף ער זיך שוין גארנישט ראנגלען מיט זיך.
עטס פארשטייטס מיין זיסער פריינט, פארוואס ראנגעלט מען זיך אמאל מיט זיך צו טוהן א מצוה, ווייל טיף אינעוויינוג איז עס נאכנישט פאראכטן ביי מיר, אויב טיף אינעוויינוג האב איך נאך ספיקות, איז עס שווער פאר מיר צו האלטן שבת, און אויב מיין שבת איז א געראנגל און איך זעה די זאלסט אויך האלטן שבת, דאן וועלכער שבת באקומסטו? די זעלבע שבת ווי מיר, עס איז א געצווינגענער שבת, און יעדער פרייטאג צו נאכטס דארפסטו זיך פלאגן צו היטן שבת ווייל די האסט באקומן דיין שבת פון איינער וואס האט ליידער אין זיך א קליינער עמלק וואס איז נאכנישט זיכער אויב מען דארף טאקע האלטן שבת. איך האב געטראפן אמאל א איד און איך פרעג וואס מאכסטו? זאגט ער מיר איך ראנגל מאך מיט אידישקייט, וואס מיינט דאס אז ער ראנגעלט זיך? צו דען דארף מען זיך צווינגען פאר דעם זיסן פרייטאג צו נאכטס? עס איז נאר ווייל אלעס וואס די האלסט פונעם שבת איז פון אינדרויסען, דו האסט נישט געהאלטן די אינעווייניגסטער טיפקייט פון שבת.
איך בענטש ענק און מיר, אז השי"ת זאל אריין שיינען אין אונז דעם הימעלדיגער שיין, דעם אור השבת, און מיר וועלן זעהן אז עס איז נישט דא נאך אזא זיסקייט און לעכטיגקייט ווי היטן שבת, דאווענן און לערנן תורה מיט אזא שמחה און פרייד. ויה"ר שנזכה כולנו יחד במהרה לאורו של משיח בב"א