לדלג לתוכן

שושנת העמקים ח

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


ברכת כהנים די טיפסטער פשט יברכך ד' וישמרך יאר ד' פניו אליך ויחנך ישא ד' פניו אליך וישם לך שלום.

יעדער ווייסט עס איז אין די סדרה דיע וואך, שטייט ביי ברכת כהנים יברכך ד׳ וישמרך דער אייבערשטער זאל דיך בענטשען אין היטען, יאר ד' פניו אליך, השי"ת זאל דיך אריינשיינען מיט די לעכטיגקייט פון זיין פנים כביכול, דאס איז זייער א אויבערפלעכליכער פשט, צו מיינט דאס נאר אז השי"ת וועט די בענטשען אין האלטען עס מיז דאך זיין אסאך טיפער, נאר דאס איז דער פשט פון דער גרעסטער רבי׳ס אין דער וועלט דער הייליגער הייליגער ראזדינער (סוד ישרים), עפענטס אייער הארץ דאס איז אזוי טיף.

יברכך איז א לשון בריכה א לשון פון א גרויסער כלי וואס קען האלטען אסאך וואסער, איז דער ערשטער זאך איז אז דער גרעסטער פראבלעם פון רוב מענטשען איז אז דער טיפסטער אינעוויינגסטער פון אונזער הארץ איז אזוי פארמאכט מיין כלי איז נישט אפען צו באקומען דער באשעפערס ברכה געהעריג, ווי למשל א טאטע מיט קינדער אוודאי איך געב זיי צו עסען גוטע זאכען זיי האבען א גוטע צייט, אבער עס איז דא איין זאך וואס איך וויל זיי געבען אזוי טיף אין זייער הארץ אין דאס קענען זיי נאר באקומען דורכ׳ן אנקומען צו די טיפסטער טיפקייט פון זייער הארץ, אין אויב דער טיפער פלאץ איז פארמאכט קען עס נישט אריינגיין.

דאס וויל אונז השי"ת געבען אזא שטארקער שיין, און דאס קען נאר אנקומען צו די טיפסטער פלאץ אין מיין הארץ צו די טיפסטער חלק פון מיר, דאס איז דאך אזוי שיין די ברכה פון דער כהן, דער ערשטער זאך איז יברכך ד' השי"ת זאל עפענען און מאכען כלים ביי מיר אז די ברכה זאל קענען אנקומען אין דער טיפסטער פלאץ.

עטס ווייסט אסאך מאל קען מען אנקומען צו א מענטש מען ווערט נאנט מיט עהם פאר א פאר מינוט, אבער נאכדעם פארלירט מען עהם, אזוי ווי אמאהל האט א רייכער מענטש זאגט צו צו העלפן שפעטער איז ער געווארען אפגעקילט דערפין, דאס איז וישמרך אז ווען די באקימסט יא דער שיין ביי דיר זאלסטו עס אפהיטען אויף אייביג און נישט פארלירן, און עטס ווייסט ווען מען איז מיט א מענטש זייער נאנט וויל מען פארברענגען מיט עהם אליין אן קיין אנדערע מענטשען, אזוי אויך איז מיט השי״ת ביזטו אליין מיט דעם באשעפער? מאכסטו צו די טיהר? ביזטו אליין מיט דיין ברכות, מאכסטו צו די טיהר?

און באמת אמאהל איז מען זייער הויך שבת אדער יום כיפור יעדער איד איז יום כיפור ממש ווי א מלאך מיר קומען אהן צו די העכסטער פלאץ , וואס געשעהט די נעקסטער טאג? מיר ווערן אפגעקיהלט, דאס איז ווייל מיר האבען נישט פארמאכט די טיהר, אזוי ווי א ביי א בריכה וואס האלט וואסער אויב עס איז נישט פארמאכט רינט ארויס די וואסער, דאס בענטש די כהן יברכך ד׳ השי"ת זאל דיך בענטשען אין עפענען די טיפסטער פלאץ אין דיין הארץ, וישמרך השי"ת זאל דיר ווייזען ווי אזוי דאס אפצוהיטען.

און אויך וויל איך עטס זאלט וויסען דאס איז די טיפסטער ווארט פון דער איזשביצער, קלערט אריין איך גיי אויפן גאס און א א איד א רבי זאגט די ווייסט דער באשעפער האט דיך ליב, השי"ת האט באמת ליב יעדער איינער, אבער מארגען פארגעס איך דערפון ווייל דאס איז נישט געוועהן פערזענליך פאר מיר, דיע ידועה אז השי"ת האט ליב יעדען באריהרט מיך נישט אזוי שטארק, אבער ווען האלט איך עפעס ביי מיר ווען איך ווייס אז עס איז נאר פאר מיר, דאס בענטש די כהן אונז אז מיר זאלען דאס טועם זיין אז דיע ברכה און שיין איז נאר פאר מיר.

ווייל אפי' אלץ איד קען איך האלטען אלע מצות פון די תורה, אויב עס איז נישט די טיפסטער פריוואטע פארבינדונג צום באשעפער האלט זיך עס נישט, איך קען האלטען שבת אבער עס דארף זיין מיין פריוואטער שבת מיט השי"ת דאס האלט זיך אויף אייבוג דאס זאגט די תורה לעשות את השבת לדורותם א פערזענליכער שבת יעדער איד מיט׳ן רבונו של עולם, מיין דאווענען מיין פאר תפילין.

נאכדעם שטייט יאר ד' פניו אליך, עטס ווייסט אויב איך האב א נאנטער חבר און איך געב עהם א מתנה אויב ווען ער באקומט די מתנה קוקט ער אויף די מתנה האט ער ליב דער מתנה נישט מיר, אבער אויב קוקט ער אויף דיר דאן האט ער דיך ליב נישט די מתנה, ווייל די מתנה איז נאר א סימן אז מיר זענען גוטע פריינט.

דאס זאגט דער פסוק יאר ד' פניו אליך די זאלסט באקומען די שיין פון השי"ת, אבער קוק נישט אויף די מתנה קוק נאר אויף די פנים פון כביכול דאס איז יאר ד׳ פניו אליך השי"ת זאל שיינען זיין פנים אויף דיר, געוואלד איז דאס טיף, איך קען לערנען די תורה און איך קוק אויף די שיינער אותיות, אבער אויב קוק איך אויף די אותיות און איך זעה ממש דעם יאר ד' פניו אליך, דאן איז עס גאר אנדערע ווערטער, גאר אנדערע לערנען, גאר אן אנדערע שבת.

דאן שטייט ויחנך, איך ווייס נישט וואס מיינט חן ביי ענק אבער פארגעסט וואס איך און ענק ווייסען לאמיר געדנעקען וואס דער איזשביצער זאגט, עטס ווייסט אמאהל בעט איינער א טובה און מען קען נישט זאגען ניין נישט ווייל ער איז שיין אדער קליג נאר ער האט א געוויסער חן, אמאהל זענען דא מענטשען וואס האבען ממש א חן מען וויל אלעס טוהן פאר זיי, עטס ווייסט וואס דאס מיינט אמאהל אין הימעל קען מיר השי״ת דן זיין אויב עס קומט מיר עפעס אדער נישט, אבער אמאהל איז דא ויחנך אז די זאלסט האבען עפעס אין דיין נשמה וואס איז אזוי טייער אז די זאלסט געפינען חן ביי השי"ת, און דער אייבערשטער זאל טוהן דאס פאר דיר אהן ער זאל פרעגען אויב עס קומט דיר נאר ווייל די האסט חן.

און הערטס ווי טיף דאס איז, איך קען געבען פאר מיין קינד א מתנה און זאגען אז איך געב עס ווייל ער איז געוועהן גוט פאריגע וואך, וויאזוי זעהט דאס אויס? עס איז זיס אבער נישט די ריכטיגער זאך, ווייל די קינד מיינט אז ער באקומט נאר ווייל עס קומט עהם, אבער א מתנה איז דאך אזוי פיהל טיפער א מתנה מיינט איך פרעג נישט אויב עס קומט דיר אדער נישט, מיין קשר מיט דיר איז נישט ווייל עס קומט דיר נאר מיין קשר מיט דיר איז אזוי שטארק אז עס איז נישטא קיין זאך אין דער וועלט וואס איך וויל דיר נישט געבן, עטס זעהטס ווי די טיף דאס איז, דאס איז דער צווייטער ברכה יאר ד' פניו אליך איך זאל האבען די זכי׳ צו זעהן דעם פנים פון כביכול, איך זאל האבען די טיפסטער זכי׳ איינצוזעהן אז השי"ת געבט מיר גארנישט ווייל עס קומט מיר, יא עס קומט מיר אביסעל, אבער נישט וועגען דעם באקום איך דאס, נאר איך באקום דאס ווייל השי"ת האט מיר אזוי ליב און איך האב חן פאר'ן באשעפער.

דער דריטער ברכה איז ישא ד' פניו אליך, השי"ת זאל הייבען זיין פנים כביכול צו דיר און וישם לך שלום, דאס איז אזוי געוואלדיג, אז איך באקומם דער ברכה פון הימעל איז דאך למעשה דער אייבערשטער אין הימעל און איך בין דא אויפן ערד, זאגט דער פסוק ישא ד׳ פניו אליך דער אייבערשטער וועט דיך אויפהייבען פאר איין רגע אזוי הויך אז די וועסט דיך שפירען אזוי גוט און הייליג, ווי למשל איך געב א מתנה פאר מיינער קינדער און איך בין הויך העכער פון זיי איך שטיי דארט הויך דאס איז איין וועג, אדער קען איך זיך אראפבייגען צו זיי צו זייער הויך קייט און זיי געבען דאס איז דאך אזויפיהל מער טיפער די ליבשאפט צו זיי.

דאס איז דער ברכה פונעם כהן אז פאר איין רגע ווען די באקומסט די השפעות זאלסטו זיין אזוי נאנט צום אייבערטשען כאילו איינס ממש, וישם לך שלום דאס איז דער טיפסטער זאך, הערטס צו, אויב איך וויל ברעגנען שלום ציווישען מענטשען נאך דערצו אויב זיי טענ'ן זיך, צו מיינסטו אז איך קען זיך טענ'ן מיט זיי? קען מען ברענגען שלום אזוי?

עטס ווייסט וואס מען דארף טוהן? מען מיז זיך אויפהייבען אויף גאר א נייער ראנג און הויכקייט, מען קען נישט שלום מאכען אויפן זעלבען ראנג ווי מען האט זיך געקריגט, דאס הייסט וישם לך שלום אז השי״ת זאל דיר געבען דער זכי׳ אז וועם די טרעפסט זאלסטו ברענגען שלום ביי זיי מיט דעם וואס די וועסט זיי אויפהייבן מיט גוטע ווערטער דברי חיזוק, ווייל מענטשען האבען דיר דער מערסטער ליב ווען די הייבסט זיי אויף אפי׳ אביסעל. און עטס זעהטס עס וועט קיינמאל נישט זיין שלום אויף דער וועלט נאר אויב מען הייבט אויף דער וועלט אויף גאר א נייעם ראנג, ווייל דער זעלבער טענ׳ן וואס האט געברענגט די מלחמה קען נישט ברענגען שלום.

יעצט זאגט דער איזשביצער דער טיפסטער טיפקייט, אז שלום קומט פון אזא הויכער פלאץ אז די כלים פון א מעטנש מיז זיין ממש בשלימות, דאס זאגט דער פסוק וישם לך שלום השי"ת זאל פארעכטען און גאנץ מאכען דיינער כלים, אז די גרויסער כלים פון שלום זאלען טרעפען די כלים ביי דיר אין הארצן צו קענען אנקומען דארט.