לדלג לתוכן

שושנת העמקים ז

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו שושנת העמקים בלעטל


מעשה נפלא מרבינו ר' משה בן ר' דוד מלעלוב זצ"ל (רבי משה מלעלוב תאריך פטירה: י"ג טבת ה-תרי"א)

סיפר בפה קדשו בנוסח וניגונים עמוקים מני ים מרבינו הרשב"ן זצ"ל רבי שלמה ב"ר נפתלי קארליבאך זי"ע ההרים רקדו כאלים גבעות כבני צאן...

די בערג וויינען און שרייען ארויס צו די וועלט! ווייסט איהר נישט אז עס איז דא איין באשעפער? צו ווייסט עטס נישט אז דער גאט פון יעקב לעבט נאך...

און דער מעשה איז, דער הייליגער דברי יחזקאל משינאוו און דער הייליגער לעלוב'ער (ר' משה א זוהן פון ר' דוד לעלוב'ער בעל ההילולא) ווען זענען געוועהן יונג, בערך איין און צוואנציג יאהר אלט, זיי זענען געזעצען אין ירושלים, זיי זענען געזעצען אויף די בערג פון ירושלים, און איינער זאגט צום צווייטען, קענסטו זעהן ווי די בערג טאנצען, האט ער גענטפערט יא! איך זעה, האט דער צווייטער געפרעגט, פארוואס טאנצען זיי? האט ער גענטפערט, זענען זיי נישט די בערג פון ירושלים די הייליגער שטאט?

און דער הייליגער לעלוב'ער ענטפערט צוריק ניין, ווייסט די פארוואס זיי טאנצען, ווייל מיר זענען צוויי גוטע פריינט, מיט אזא ליבשאפט זיצען מיר אויף די בערג. גלייבטס מיר פריינט, ביידער ענטפערס זענען אמת! און אפשר קענען מיר זיך אויך פרייען צוזאמען מיט ליבשאפט און דער גאנצער וועלט וועט זיך אביסעל שאקעלן, כאטש אביסעלע, לאמיר גיין...

מלפני אדון חולי ארץ... מלפני אלוקי יעקב...