שושנת העמקים ב
פרשת יתרו
וישמע יתרו רש"י הק' זאגט מה שמועה שמע ובא קריעת ים סוף וכו' דארף מען דאך פארשטיין די גאנצע וועלט האט דאך דאס מיט געהאלטען, ווי אזוי האט פונקט יתרו זוכה געוועהן צו ציקומען צום אמת אין זיך מגייר זיין?
נאר אונזער הייליגער רבי'ס זענען דאס מסביר, אז מען זעהט דא דעם כח פון התבוננות אריין קלערן אין יעדער זאך נישט טראכטען עס איז סתם געשעהן, יתרו ווען ער האט געהערט פון קריעת ים סוף, האט ער פארשטאנען דעם כח פון ים וואס כדי די אידען זאלען קענען אריבער גיין דוריך איהר האט זי באקומען דעם כח פון השי"ת זיך צו טוישען פון וואסער צו טרוקען ערד, אויב אזוי קען ער אליין אויך, אפי' ער האט געהאלטען אזוי ווייט און שוין אפגעדינט אלע עבודה זרות פון די וועלט, קען ער אויך זיך טוישען אין ווערן א איד און מקבל זיין די תורה.
און דער אמת איז איינמאל א מענטש איז שוין גרייט זיך צו טוישען פארן אייבערשטען איז עס בכלל נישט שווער אין עס פעלט נישט אויס קיין טויש אזוי ווי ביי דער ים סוף שטייט וישב הים לאיתנו עס איז געבליבען ים אפי' ווען עס איז געוועהן טריקען, און פונקט פארקערט ער קוקט צוריק און זעהט אז די גאנצע צייט ביז אהער ווען ער איז געוועהן אזוי ווייט דאן איז עס געוועהן שווער און געצווינגען, יעצט אבער ווען ער איז שוין געווארען נאנט צום אייבערשטען איז דאס די בעסטע פלאץ און עס קען נישט זיין לייכטער און געשמאקער.
דער דיבנער מגיד, זאגט א הפלא'דיגען משל, צוויי סוחרים קומען צוריק פון לייפצוג, איינער האט איינגעקויפט טייערע דימאנטען גאלד און זילבער און טראגט דאס אין זיין טאשקע, דער צווייטער א שטיקל בטלן האט זיך אנגעקויפט מיט א פאר טאן פון אייזענער נאגלעך, א כלל זיי קומען אהיים, דער דימאנטען סוחר צאלט און גייט צו זיך און שטוב, א פאר שעה שפעטער קלאפט דער בעל עגלה ביים איהם אין טיהר, און איז אויס געשוויצט, אין זאגט איך ארבעט שוין אפאר שעה אהער צו ברענגען דיינע פעקלאך! איך וויל נאך הונדערט רובעל, זאגט עהם דער דיימענטען סוחר "מיין טייערע בעל עגלה, אויב האסטו אזוי שווער געארבעט איז דאס נישט געוועהן מיין פעקעל – נאר דעם נאגעל סוחר, ווייל מיין פעקעלע איז גאר לאכט צו טראגען"
דאס זאגט דער נביא ישעי' לא אותי קראת יעקב כי יגעת בי ישראל, אויב די שפירסט אז די ביזט מיד, דאן דינסט די נישט דעם אייבערשטען, ווייל צו דינען השי"ת איז אזוי גוט אזוי לייכט נישט געצווינגענהייט.
עס שטייט בבית אלקים נהלך ברגש, אויב א איד קומט אריין אין ביהמ"ד אין ער ווייסט אז דאס איז "בית אלקים" ער טראכט אריין פאר וועם ער קומט דא דאווענען, דאן וועט ער דאווענען מיט א געשמאק און נישט א אפשמועסן דאס דאווענען דאס מיינט נהלך ברגש ער גייט מיט א ברען און געשמאק, אבער אויב איינער שפירט אז ער שלינגט איין די ווערטער און איז פארנומען מיט אנדערע זאכען, ער האט נישט קיין חשק איז עס נאר ווייל ער איז זיך נישט מתבונן "ווי ער איז בכלל", אזוי אויך ווען מען עפענט דעם ארון קודש ביי ברוך שמיא עס איז דאך דאן אזא עת רצון, און יעדער ווייסט אז דאן קען מען פועל'ן אלעס ווייל די טויערן אין הימעל עפענן זיך נאר מען דארף זיך גוט מתבוננן זיין, ויה״ר מלפני אבינו שבשמים שיתקבל ברחמים וברצון את תפילותינו, אמן.