שושנת העמקים א
חברה דאס איז ממש אזוי טיף איהר מיזט עפענען אייערע הארץ, מען מישט איבער א בלעטעל אין גן עדן, איך וויל איהר זאלט וויסען השי"ת האט אונז געגעבן די תורה אויף שבועות, וואס איז געשעהן צו אונז אויף פסח? וואס השי"ת זאגט אונז אויף פסח, ממש, מיר זאגען אייביג אז דער באשעפער האט אונז אויסגעוועלט פון אלע פעלקער פון דער וועלט, ווען האט אונז השי״ת אויסגעוועלט? סדר נאכט.
סדר נאכט, גיי איך נישט אוועק פונען סדר און איך קען שוין די תורה, סדר נאכט איז קלאר פאר מיר השי"ת האט אונז אויסגעוועלט. און דא זאגט די איזשביצער די טיפסטער טיפסטער תורה, ווען השי״ת האט אונז געגעבן די תורה פרעגט מען נישט פארוואס ער האט אונז אויסגעוועלט צו באקומען די תורה, אבער סדר נאכט ממש יעדעס יאר וועלט אונז השי״ת אויס נאכאמאהל, פרעגען מיר פארוואס (מה נשתנה)?
עטס ווייסט די טיפסטער זאך איז, אז בעצם וויל איך נישט הערען קיין תירוץ אויף דעם, דער איזשביצער זאגט עס איז נישט קיין קשיא וואס פאדערט זיך אן ענטפער,עטס ווייסט וואס דער קשיא איז, פארוואס האבען מיר אזא זכי' צו זיין אויסגעוועלט? עס איז קלאר צו מיר אז עס קומט זיך נישט פאר מיר צו זיין דער אויסגעוועלטער.
עטס זעהטס ווי טיף דאס איז, סדר נאכט, דער וועג וויאזוי איך קוק אויף דער וועלט, זאג איך נישט ״רבונו של עולם וועם דען האסטו געקענט אויסקלויבען די כינעזער אדער די יאפאנער?״, ניין! עס איז נישט אמת, סדר נאכט איז קלאר פאר מיר אז עס איז באמת נישטא קיין שום סיבה פארוואס פונקט מיר, ממש געוואלד רבונו של עולם האר פון דער וועלט איך ווייס נישט פארוואס,און דא זאגט דער איזשביצער א זאך אסאך טיפער, די נקידה פון סדר נאכט איז מצה ומרור, עטס ווייזט וואס מצה איז? מצה איז דער וועג וואס עס איז באמת, עטס ווייסט חמץ איז אויפגעבלאזען, חמץ נעמט שעות צו ווערען עס איז דא צופיל זאכען וואס געשעהט, מצה איז ממש דער וועג ווי עס קומט אראפ פון הימעל, מצה איז ממש הימעלדיגע ברויט, מצה איז ממש איך ווייס אז השי״ת האט מיר אויסגעוועלט, עפעס געשעהט צו מיר איך ווייס נישט וואס.
מרור, עטס ווייסט פאוואס עס איז ביטער? וייל איך ווייס אז עס קומט מיר נישט טאקע, שטעלטס ענק פאר איך בין הויפט רב פון ארץ ישראל און איך ווייס אז עס קומט מיר נישט צו זיין רב, איז עס אביסעל ביטער פאר מיר, וועגען דעם איז דא מצה און מרור.
יעצט דאס איז טיפסטער טיפקייט, עטס ווייסט, פון ווי קומט קשיות? אויב איך שפיר באמת אינעוויינוג אז השי״ת האט מיר אויסקליבען בין איך סדר נאכט פיל מיט קשיות, און דאס זיין קלאר פאר אונז אז השי"ת האט אונז אויסגעוועלט אלץ כלל ישראל און אלץ מיר פרטיותדיג, דארפען ענק באמת עפענען אייער הארץ, פסח צופרי זענען איז גאנץ כלל ישראל ארויס פון מצרים, צופרי פרעג איך נישט קיין קשיות ווייל עס איז שוין קלאר צו מיר אז כלל ישראל איז דער הייליגסטער פאלק אין דער וועלט, עטס ווייסט וואס איז די ספעציעלע זאך פון אונז אז אלץ פאלק זענען מיר אויסערגעווענליך אבער אלץ יחידים ווייס איך נישט, אפאר זענען גוט אפאר פארקערט, הערטס-צו צו דעם, סדר נאכט איז ממש איך זוץ מיט מיינער בני בית און קינדער ביים סדר און עס איז מיר קלאר אין הארצען אז השי"ת אונז אויסגעוועלט, השי״ת האט מיר אויסגעקליבען צו זיין א חלק פון דער הייליגער פאלק, ממילא קען איך נישט אויפהערען צו פרעגען פון השי״ת ווי קומט עס זיך פאר מיר אזא זכייה? רבונו של עולם איך קען נישט גלייבען אז די האסט מיר אויסגעוועלט.
און עטס ווייסט וואס פסח איז? סדר נאכט איז השי״ת איבערגעשפרינגען איבער די הייזער, דאז מיינט נאר השי״ת אליין די האר פון דער וועלט אני ולא אחר, און עטס ווייסט, איך בין נישט אויסגעקליבען וועגען עפעס א סיבה, אדער וועגען עפעס ספעציעל, נאר איך בין פשוט אויסגעקליבען דורך דעם אייבערשטען אליין, נאר דער אייבערשטער ווייסט, און עטס זעהטס איך וויל אפי' נישט וויסען און איך וויל יא וויסען, עס איז דאך אזוי טיף, געוואלד איז דאס טיף! רבונו של עולם, די ווייסט אז איך וואלט געקענט געבוירען ווערען ערגעץ ווי און איך ווייס נישט וואס, אבער וואס א זכייה האב איך אז איך בין געבוריען א איד השי"ת האט מיר אויסגעקליבען!
און איך געב איבער פאר מיינע קינדער דעם נאכט, עטס ווייסט וואס דאס מיינט? ממש השי"ת האט ענק אויסגעקליבען צו זיין אידען, און נאכ'ן סדר עפענען מיר די טיהר, און מיר זאגען "רבונו של עולם! איך וואלט מיר געווינטשען אז דער גאנצער וועלט זאל אויך ווערען אויסגעקליבען" דאס איז אזוי טיף ווייל באמת די גאנצע וועלט איז דאך אויך באמת אויסגעקליבען, ווייל יעדער מענטש איז אויסגעוועלט פאר עפעס דורך השי"ת, נאר דער וועג ווי זיי זענען יעצט זענען זיי אזוי ווייט פון דעם, און עטס ווייסט וואס מיר בעטען? רבונו של עולם! בוי אויף דעם בית המקדש! בוי שוין אויף דער וועלט פון דאסניי! אבער קודם מיז דאס זיין קלאר פאר מיר אז איך בין אויסגעקליבען, אז מיינער קינדער זענען אויסגעקליבען.
נאך דעם קען איך קוקען אויף דער וועלט און זעהן אז יעדער מענטש איז אויסגעוועהלט, זיי זענען אויסגעוועלט פאר זייערע זאכען מיר זענען אויסגעקליבען צו זיין אידען און זיי זענען אויסגעקליבען פאר עפעס אנדערש.
און איך ווילט איהר זאלט וויסען וואס איז משיח, דער לעצטער כוס, עטס ווייסט ווען משיח וועט קומען וואס וועט ער אריינשיינען אין דער וועלט, דאס איז ממש וואס אלע רבי'ס זאגען די זעלבער זאך, פארוואס הארגענען מענטשען איינער דעם אנדערען?
ווייל זיי ווייסען נישט וואס צו טוהן אויף דעם וועלט און זיי גייען אראפ פון דעת, אויב איך ווייס נישט וואס צו טוהן מיט מיין לעבען ווערט מען אזוי, אבער אויב איך ווייס ממש וואס השי"ת וויל פון מיר און איך האב א וויכטיגער תפקיד צוטהון אויף דער וועלט קען מען נישט קיין שלעכטס טוהן, עטס ווייסט וואס איז א קרימינאלער מעננטש אינער וואס מיינט אז דער וועלט דארף עהם נישט, זיי זענען אזוי בייז מיט דער וועלט, וואס? די דארפסט מיר נישט דא, וועל איך זיכער מאכען אז די זאלסט וויסען אז איך בין דא, איך וועל דיך שעדיגען, וועסטו וויסען אז איך בין דא.
ווייל זיי ווייסען נישט אז עס איז דא אזא הייליגער זאך, וואס מען דארף טוהן ממש וואס השי״ת וויל מען זאל טוהן אויף דער וועלט.
אבער עטס זעהטס וואס עס איז, ביז ווילאנג איך ווייס נישט אז איך בין א איד! קען איך נישט רעדען פון דער וועלט, ווייל אויב די ווייסט נישט אז די ביזט אויסגעוועלט צו זיין איד, ווייסט די נישט וועגען די וועלט, טראכטס אריין ווי וועט דאס אויס זעהן פאר ענק, איינער זאגט ״איך קען נישט ליידען מיינער אייגענער קינדער, אעבר איך האב ליב די אלע קינדער פון דער וועלט״, עס האט דאך נישט קיין ווערטער. קודם דארף מען פארעכטען די אייגענער הויז.
סדר נאכט פארעכט איך מיין אייגענער הויז קודם, איך געב איבער פאר מיינער קינדער אז עס איז ממש דא איין באשעפער, נאכדעם עפען איך די טיהר צו דער וועלט, געוואלד עפען איך דער טיהר, איך וויל איהר זאלט וויסען ביי די אלע גרויסער רבי״ס ווען זיי האבען געפענט די טיהר איז עס געוועהן ממש אזוי ווי נאכדעם וואס משיח איז געקימען, גאר אן אנדערען וועלט.