רויכערן איז שעדלעך 1
רויכערן איז שעדלעך 1 - - - רויכערן איז שעדלעך 2
אב תשס"ט
איז רויכערן טאקע שעדליך?
א יעדע אכט סעקונדען, טוט איין מענטש שטארבן פון א קרענק וואס איז פארבינדן מיט טאבעקא. טייל פאלן אוועק פון עמפעסימיע, א טייל פון לונגען פראבלעמען, און דאס גרעסערע טייל יענע מעשה ל”ע, די אלע קראנקהייטן מאכן זיך אפט ביי טאבעקא רויכערער. רייכערן ציגארעטלעך איז איינע פון די היינטיגע מאדערנע וועלט’ס שעדליכסטע געוואוינהייטן, און פילע טרעפן דאס זייער שווער זיך צו אפגעוואוינען דערפון. וואס מאכט דער פראבלעם אזוי ארט איז נישט די ניקאטין וואס א ציגארעטל אנהאלט, נאר גאר די אנדערע באשטאנדטיילן ווי ‘טאר’ און ‘פארמעלדיהייד’ וואס ברענגן אן אומבאשרייבליכע שאדן צו דעם מענטש’נס קערפער. כאטש אז רויכערן איז אזא גרויסע ריזיקע צום לעבן, וועלן אבער מענטשן אנהאלטן דאס פיפקען צוליב איר שטארקע עדיקטשאן.
דערמיט וועלן זיי בידים חרוב מאכן דעם קערפער און פארקורצערען זייער לעבנ’ס טעג ל”ע.
אנדערש ווי ביי גוים, וואס די געשמאקסטע יארן זענען אינגע יארן ווען מען קען נאך האצקען און בארדענען, איז ביי א איד להבדיל פונקט פארקערט. א איד איז באשאפן געווארן אויפצושטעלן שיינע אידישע דורות נאמנים לה’ ולתורתו. ווען עס גייט אריבער די ערשטע פופציג יאר, די קינדער האבן אלע חתונה, מען זעהט שוין בע”ה אייניקלעך און אור אייניקלעך, הערשט דאן הייבט מען אהן צו שפירן דעם ריכטיגן טעם פונעם לעבן. די שווערע הארעוואניע וואס מען האט אריינגעלייגט ביז אהער הייבט אן ברענגן די געוואונטשענע פירות און עס קומט די צייט וואס מען שעפט די נחת פונעם שיינעם דור וואס מען האט אויפגעשטעלט.
אסאך און אסאך טרערן, באגלייט מיט א הויפן סייעתא דשמיא, פעלט זיך אויס מען זאל דאס קענען דערלעבן. ליידער ליידער טוען זיך אבער מענטשן בידים פארפאטשקענען און מען בלאזט אויס די דאזיגע יארן מיט די שווארצע ציגארעטן רויעך. אפילו מען קומט שוין יא אהן צו די ימי זקנה, ווערט דאס אבער באגלייט מיט א שלל פון קראנקהייטן און מען לויפט טאג טעגליך ארום פון איין דאקטער צום צווייטן. אנשטאט זיצן אינדערהיים און פארברענגן מיט די קינדער און אייניקלעך, פארברענגט מען די יארן און אפיסעס אדער שפיטעלער ל”ע.
פילע פרואוון זענען שוין געמאכט געווארן צו העלפן די מענטשן זיך אפלאזן פון די דאזיגע שעדליכע געוואוינהייט. עס זענען פארהאן פארשידענע מיטלן וואס זענען ערצייגט געווארן אריינצוגעבן די ניקאטין - דאס וואס עס מאכט די רויכערער זיין עדיקטעט צו ציגארעטל - דורך אנדערע אופנים. די ניקאטין פעטש און די קייענדיגע ניקאטין גאם זענען טייל פון זיי.
די פראבלעם איז אבער אז פאר די מענטשן זעלבסט אינטערסירט נישט זיך אפצוגעוואוינען דערפון צוליב דער פיזישע טייל דערפון. מען שפירט א געשמאק מיט אויסבלאזן א ציגארעטל און מען האלט נישט ביים מוותר זיין דערויף. א פילטער וואס ווערט צוגעלייגט צום ציגארעטל און פארמיידט די שעדליכע באשטאנדטיילן פון אריינקומען אינעם קערפער, האט נישט סוקסעסירט אויפן מארקעט, בלויז א קליין טייל רויכערער באנוצן זיך דערמיט. מיליאנען אנדערע רויכערער ציהען טעגליך אריין די שעדליכע רויעך און שטעלן זייער לעבן אין א שרעקליכע געפאר.
אין אן היסטארישע דרוכברוך איז לעצטנס געלונגען פאר סייענטיסטן צו ערצייגן א נייעם סארט ‘עלעקטרישע ציגארעטל’ וואס אנטשפרעכט צו זיין אן ענדגילטיגע לעזונג צו דעם לאנג יאריגן מערדערישע פראבלעם. די מעלה פון דעם עלעקטרישע ציגארעטל איז אז עס זעהט אויס און שפירט זיך גענוי ווי א געהעריגע ציגארעטל, אבער עס אנהאלט נישט די פילע שעדליכע קעמיקאלן וואס די פאפירענע ציגארעטן האבן. אין צוגאב זענען די עלעקטרישע ציגארעטן פיהל ביליגער און וועלן שפארן דעם רויכערער א שיינע פאר טאלער יעדן חודש.
די עלעקטרישע ציגארעטן - אדער די ‘אי- ציגארעט ווי זי ווערט גערופן לויט די היינטיגע מאדערנע עפאכע - איז שוין געווען אויף די מארקעט מיט פינף יאהר צוריק. איר פראבלעם איז אבער געווען אז זי איז געווען צו גרויס און שווער אז מענטשן זאלן דאס אקצעפטירן. מיט די צייט האבן די קאמפאניס איר פיהל אויסגעבעסערט און היינט זעהט דאס אויס פונקט ווי א געהעריגע ציגארעטל מיטן אויסטויש אז דאס איז צוזאמגעשטעלט פון מעטאל, נישט פון פאפיר.
מיט א נענטערע בליק אויפן ‘אי-ציג’, זעהט מען אז דאס באשטייט פון פיר באזונדערע חלקים. יעדע חלק קען ווערן צוטיילט און צוריק צוזאמען געשטעלט דורך דאס אריינשרויפן און ארויסשרויפן.
די ערשטער קומט דאס ברוינע שטיקל וואס ווערט צוגעלייגט צום מויל. ביי די געווענטליכע ציגארעטן וועט די דאזיגע חלק אנהאלטן א ספאנדש וועלכע דינט אלס פילטער אז דער מענטש זאל בלויז אריינציהען די רויעך און נישט די טאבאק שטיקלעך. ביי די אי-ציג דינט דאס אבער גאנץ עפעס אנדערש. די עיקר חכמה פון וואס די אי-ציג באשטייט, איז אז עס נעמט אומשעדליכע טראפן און פארוואנדלט זיי אין רויעך, בעסער געזאגט, אין פשוטע פארע וואס שפירט ענדליך ווי די רויעך פון א געווענטליכע ציגארעטל. די ברוינע שטיקל איז ווי א פלאסטישע גלעזל וואס דינט אלס היים פאר די דאזיגע טראפן. מען קען דאס קויפן אנגעפילטערהייט אדער קען מען דאס אליין אנפולן מיט די ספעציעלע אי-ליקוויד וואס מען קויפט ביי די קאמפאניס.
די צווייטער חלק איז די ‘אטאמייזער’. דארט ליגט דער יסוד פונעם ציגארעטל. די סעקונדע וואס דער מענטש הייבט אהן צו זויגן דעם ציגארעט וועט א סאספיקירטע טשיפ אנצינדן דעם אטאמייזער וועלכע וועט אנהייצן די טראפן און זיי פארוואנדלען אין רויעך. דאס אלעס ווערט געשען אין ווייניגער ווי א סעקונדע! כאטש דער אטאמייזער דארף אנקומען צו א געוויסע גראד היץ צו קענען וועפארייזן די טראפן, וועט זיך אבער פון אינדרויסן גארנישט שפירן, גיבענדיג דעם מענטש דעם מאקסימום באקוועמליכקייט זיך צו באניצן מיט דעם אי-ציג.
דערנאך קומט די באטעריע, דאס איז די לענגסטע שטיקל פונעם אי-ציג. די באטעריע קען מען גרינג רעטשארזשן פונקט ווי יעדע סארט באטעריע. עס קומט מיט א געווענטליכע טשארזשער, א קאר טשארזשער און א יו. עס. בי. טשארזשער דאס צו קענען איינשטעקן אינעם קאמפיוטער. איינמאל די באטעריע איז אנגעפילט קען דאס פארנעמען אפילו א שטארקע רויכערער. א יעדן אויפדערנאכט דארף מען בלויז איינשטעקן דעם ציגארעטל אינעם וואנט און דערנאך געניסט מען דערפון א גאנצן טאג. אינעם ערגסטן פאל קען מען צוקויפן נאך א באטעריע וואס מען קען גרינג אריינדרייען אינעם ציגארעטל.
ביים שפיץ פונעם אי-ציג געפונט זיך א לעד- לעקטער וואס שיינט רויט ווען די רויכערער ציהט ארויס פונעם ציגארעטל. דאס העלפט צו געבן דעם אפעקט פון א געווענטליכע ברענעדיגע ציגארעטל. די לעקטער דינט אויך אלס ווארענונג אויב די באטעריע איז שוואך, די לעקטער וועט דאן אנהייבן בלינקען אנציווייזן דעם באלעבאס אז די ציגארעטל האלט ביים אויסברענען. אלעס צוזאמען האט דאס כמעט אן ענדליכע אויסזען ווי א געווענטליכע ציגארעטל, בלויז די שעדליכקייט דערפון פעלט.
כאטש אז דער ציהל פונעם אי-ציג איז אז זאל אויסזעהן און זיך שפירן ווי אן עכטע ציגארעטל, האבן אבער פארשידענע קאמאפאניס ערצייגט שווארצע ציגארעטן מיט א בלויע לעקטער ביים שפיץ, דאס גיבט עס אן אויסזעהן ווי א סאספיקירטע מאדערנע אפאראט. ווי אויך קומען שוין היינט די אי-ציגארעטן אין פארשידענע אנדערע קאלירן ווי רויט, געהל, גרין וכו’ כדי צו ציהען אלע סארט מענטשן דאס צו קויפן.
דער הויפט ערזאץ צום אלטן ציגארעטל איז די אי-ליקוואד. דאס דארף געבן דעם רויכערער דעם זעלבן טעם ווי די פאפירענע ציגארעטן, אנדערש וועלן מענטשן דאס נישט אקצעפטירן. שווערע הארעוואניע און יארן פארש ארבעט איז אריינגעלייגט געווארן צו דאס צו ערצייגן. די אי-ליקוואד’ס אנהאלטן די ניקאטין צו וואס די רויכערער ווערן אנגעבינדן אבער פארמאגן נישט די פילע אנדערע שעדליכע באשטאנדטיילן.
די קאמפאניס וועלכע ארבעטן מיט די אי- ליקוואד’ס האבן שוין באוויזן אהערצושטעלן טראפן וועלכע זאלן ענדלען מיטן טעם ווי די מארעלבארא ציגארעטן און ווי די קעמל ציגארעטן, מיט די צייט האפן זיי ארויסצוקומען מיט טראפן וועלכע ענדלען צו יעדע סארט געווענטליכע ציגארעטן. די טראפן קומען אין פארשידענע סארט ניקאטין שטארקייטן, עס זענען דא שטארק, מיטלמעסיג, שוואך און אפילו אהן ניקאטין בכלל.
פאר די וואס דארפן נישט דוקא א ציגארעטן טעם, זענען ערצייגט געווארן טראפן מיט פילע אנדערע פלעיוואר’ס, ווי סטראבערי, באנאנע, וואנילע, טשאקלאד, קאפפי און נאך. די אי-ציג רויכערער האבן די מעגליכקייט צו טוישן די טראפן לויטן פריוואטן געשמאק. פאר אונז אידן וועט דאס ווארשיינליך דארפן א הכשר, און צו מען וועט דאס מעגן רייכערן אין א תענית, וועט א רב דארפן פסקנ’ן.
אויב איז דער אי-ציג נישט גענוג א וואונדער פאר זיך אליין, קומט נאך אבער צו א צווייטע וואונדערליכע ערצייגונג. הפנים די אי-ציג קען דינען אויך אלס מעדעצין! סייענטיסטן זענען ביי די מיינונג אז פונקט ווי די טאבאקא רויעך איז שעדליך פארן קערפער, קען אנדערע רויעך פונקט אזוי זיין געזונט און אפילו גאר היילן די אינעווייניגסטע גלידער. פארגאנגענעם חודש איז טאקע א דרוכברוך געמאכט געווארן. סייענטיסטן האבן ערצייגט אן אי-ליקוואד וואס העלפט אפפאלען וואג. די טראפן אנהאלטן א געמישעכץ פון רימאנאבענט, א מעדעצין וואס שטילט אפ דעם אפעטיט, און העלפט דער מענטש זיך לייכטער איינהאלטן פון אריינעמען אומנויטיגע עסן אין מויל. מיטן גאלאפ פון די היינטיגע טעכנעלאגיע קענט איר זיין גערישט אז אין אייניגע יאהר וועט אייך דער דאקטער פארשרייבן ציגארעטן אנשטאט טאבלעטן. "רייכערט צוויי דאזעס אינדערפרי און צוויי אויפדערנאכט פאר צעהן טאג!".
מקורות
[רעדאַקטירן]זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com