רבי הערש לייב פון אליק

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן


געטראפן אן עצה

רבי הערש לייב פון אליק (תק"כ-תקע"ב) האט זיך געטראפן מיט רבי ברוך מעזיבוזשער. (תקי"ז-תקע"ב) ביי דעם שמועס האט רבי ברוכ'ל אים געבעטן ער זאל אים זאגן ווי אזוי ער האט ממתיק געווען ראש השנה, און מעלה געווען די אידישע תפילות מיט זיינע מליצות יושר.
האט דער אָליקער דערציילט אז באמת איז געווען א געוואלדיקער קיטרוג אויפן כלל ישראל, מיט די טענה אז זייער גאנצע כוונה איז גאר פאר זיך, אפילו זייערע רוחניותדיקע בקשות קומען פונעם ווילן פון "לגרמייהו", עס זאל זיין גוט אויף יענער וועלט, און זיי לייגן נישט צו קיין שום הארץ צו שאפן א נחת רוח פארן באשעפער ב"ה.

איך אבער געטראפן אן עצה האט ער צוגעלייגט איך האב ממליץ געווען פאר יידן, זאגנדיק: עס שטייט דאך מפורש יהי חסדך ה' עלינו כאשר יחלנו לך (תהילים לג כב) פונק ווי אונזער האפענונג האט דערין כוונת פאר אונז אליין, בעטן מיר השי"ת ער זאל אונז אויך טאן חסד, מדה כנגד מדה, עשה למענך ולא למענינו, דער אויבערשטער זאל אונז טאן חסר מיט אונז פאר זיין הייליגן נאמען וועגן.
די דיבורים האבן געמאכט אזא געוואלדיקן רושם אויבן אין הימל, און דערמיט זיינען נתעלה געווארן אלע תפילות ובקשות.

זע אויך[רעדאַקטירן]

וועגן רבי ברוך מעזיבוזשער

מקורות[רעדאַקטירן]

"דער איד" צייטונג