לדלג לתוכן

ר' מאָטעניו

פֿון װיקיביבליאָטעק

פון ר' אהרון צייטלין 1898 – 1973


זאָגט דער רבי ר' מאָטעניו:
אַ גוט מאָרגן דיר, גאָטעניו!
נעם אַראָפ פון אונדז דיין כעס,
וועט מען טאָן כדין וכדת.

אוי, צדיקים, צדיקים גייען באָם,
אוי, רשעים, רשעים פאַלן באָם.
בים, באָם, בירי-בירי-באָם......

זאָגט דער רבי ר' מאָטעניו:
אַ גוט העלף דיר, גאָטעניו!
דער טאָג איז הייס, די מלחמה איז שווער,
נאָר מען לאָזט ניט אַרויס דאָס געווער.

אוי, צדיקים, צדיקים גייען באָם....

זאָגט דער רבי ר' מאָטעניו:
אַ גוטן אָוונט דיר, גאָטעניו!
דער טאָג איז אַוועק, איך האָב אַלץ געמאַכט,
גיב זשע מיר אַ גוטע נאַכט.

אוי, צדיקים, צדיקים גייען באָם....