קראפ סירקל (רינגען) 1

פֿון װיקיביבליאָטעק

ערשטער קאפיטל - - צווייטער קאפיטל - - דריטער קאפיטל


א מיסטעריע אינעם פעלד קראפ סירקילס

די זון האט אויפגעשיינט, א נייע מארגן ברענגט א פרישקייט אויפן וועלט, אבער פאר ליפאלד קענדעס, א פארמער אינעם צפון טייל פון ענגלאנד, האט דאס געברענגט עפעס וואס ער האט בכלל נישט ערווארטעט. ווי זיין שטייגער יעדן טאג, איז ליפאלד אויך היינט אויפגעשטאנען גאר פרי פארטאגס זיך ארויסצולאזן צו זיין קארן פעלד באארבעטען די זאנגען אז זיי זאלן גוט וואקסן. ליפאלד האט אויסגעוועלט צו ארבעטן אינעם פעלד אין די פריע פארטאגס שעה’ן, איידער די זון קומט ארויס מיטן פוהלן פראכט און פארשווערט דאס ארבעט מיט איר שטארקע היץ.

מען האלט אצינד אינמיטן אפריל און די זאנגען זענען שוין בערך 15 אינטשעס הויך. יעצט איז די קריטיש'טע צייט אויב וויל מען די שניט זאל זיין א געלונגענס. אינעם נעקסטן חודש וועלן די זאנגען שוין אנהייבן ארויסגעבן די זאמען און דעריבער ציטערן די פארמערס פאר יעדעס קלייניגקייט וואס זאל שטערן דעם וואוקס. טאג טעגליך טוט מען באוואסערן די פעלד און אוועקשניידן די נישט גוטע ווארצלען. מען גייט איבער די ריזיגע פעלדער פון אויבן אראפ זיכער צו מאכן אז אלעס איז אינעם בעסטן ארדענונג. ליפאלד האט זיך אריינגעזעצט אינעם גרויסן רויטן טראקטאר זיינע, און ארויסגעפארן צום פעלד וואס געפונט זיך בלויז א האלבע מייל אוועק פון זיין שטוב. ער פארקירט דעם טראקטאר אויפן באשטימטן ארט און וויל אריינגיין אינעם פעלד אנהייבן די ארבעט. פלוצים האט ער באמערקט א זאך וואס האט איהם אינגאנצן שאקירט. אינמיטן דעם פעלד, פונקט אינעם צענטער דערפון, איז א ריזן שטח פלאך געווארן! די אלע הויכע זאנגען וועלכע זענען שיין געוואקסן די פארגאנגענע וואכן ליגן איינגעבויגן און צובראכן אויפן ערד. נישט בלויז אויף איין ארט איז דאס אזוי. ליפאלד קוקט זיך ארום און זעהט ווי נאך עטליכע קלענערע פלעצער האבן געטיילט דעם זעלבן מזל.

וואס דאס האט געמיינט פאר ליפאלד איז אומבאשרייבליך. שוין א גאנץ יאר קוקט ער ארויס אויף די דאזיגע קריטישע חדשים פון וואס ער ציהט זיין פרנסה אויף דעם גאנצן יאר. דא פלוצלינג אזא בראך. הונדערטער פיס פון די תבואה זענען קאליע געווארן. א שאדן פון טויזענטער פונטען. ליפאלד האט געשפירט ער האלט דאס נישט אויס.

"ווער האט דאס געטאהן?" האט זיך ליפאלד געברויזט, און מיט רעכט. קיין ווינטען האבן די נאכט נישט געבוזשעוועט, די ביסעלע וואס עס האט גערעגנט איז אויך געווען גאר לייכט, און עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס די זאנגען זאלן זיך האבן אראפגעלייגט. נאכמער האט איהם געשטערט די וואונדער וויאזוי בלויז געציילטע ערטער זענען געשעדיגט געווארן, און ארום איז אלעס שיין גאנץ. עס מוז זיין אז א מענטשליכע האנט איז פארמישט דערינען. אבער ווער זאל האבן אן אינטערעסע דאס צוטאהן?

ווען ליפאלד זאל ווען האבן געווען עטוואס מער יארן אינעם פארמער ליין וואלט ער שוין איינמאל געוויסט דעם תשובה דערויף. דעריבער ווען ער איז זיך געגאנגען אויסרעדן פאר זיינע שכנים דערוועגן, האבן זיי דאס אויפגענומען אן קיין איבעראשונג. זיי זענען שוין געווען צוגעוואוינט צו הערן די געשיכטעס און טייל פון זיי האבן דאס שוין אליין מיטגעמאכט מיט אייניגע יארן פריער. ליפאלד איז אבער געווען א גאנץ אינגע מאן און דאס איז געווען בלויז דאס דריטע יאר נאך וואס ער האט אפגעקויפט די פעלד דארט אין צפון ענגלאנד.

צום ערשטן מאל אין לעבן האט ליפאלד געהערט פון זיינע שכנים איבער די מיסטעריעזע ‘קראפ רינגען’, - אדער ווי זיי ווערן אנגערופן אין די גויאישע וועלט ‘קראפ סירקילס’. קיינער ווייסט נישט וויאזוי זיי ווערן פראדוצירט אבער אלץ וועט דאס געמאכט ווערן אין שיינע הערליכע פארומען. ווי עס שטעלט זיך אויס, איז ליפאלד פעלד געפאלן א קרבן צו די מיסטעריעזע קראפ סירקיל פאברעצירער, פונקט ווי נאך פילע הונדערטער פארמער פון איבער די גארע וועלט.

די נייעס איבער א פרישע קראפ סירקיל איז גאר שנעל פארשפרייט געווארן אינעם גאנצן געגנט. ביז אייניגע שעה האבן זיך פילע הונדערטער מענטשן וואס קראפ סירקילס איז געווען ביי זיי באקאנט, באוויזן פארנט פונעם פעלד ווען יעדער וויל צוגיין און באטראכטן דעם סירקיל פון דער נאנט און זעהן אין וועלכע פארעם די פרישע סירקיל איז אויסגעפארעמט. פאר ליפאלד איז איינגעפאלן א געדאנק. ער וועט נישט אריינצולאזן קיינעם אהן באצאלן פון פאראויס. יעדער באזוכער האט געדארפט איינצאהלן א גאנצע פונט און הערשט דאן איז ער ערלויבט געווארן צו כאפן א בליק אויפן סירקיל. אזוי ארום האט ליפאלד באוויזן צוריקצומאכן כאטש טייל פונעם שאדן וואס דער סירקיל האט איהם אפגעמאכט.

אפילו די בי. בי. סי., די ענגלישע הויפט נייעס סטאנציע האט אויפגעכאפט די נייעס. זיי האבן באלד ארויסגעשיקט א העליקאפטער צו גיין אפכאפן א בילד פון די הייך און זעהן די פונקטליכע פארעם פונעם קראפ סירקיל. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ליפאלד האט באקומען א סירקיל מיט א וואונדערליכע פארעם ווי קיינמאל בעפאר. א ריזיגע פארעם פון א זשעלי-פיש האט זיך באוויזן פון אויבן. די מוסטערהאפטיגע פארעם און איר אייניגע פונקטליכקייט איז געווען עפעס אויסערגעווענטליך. די בילדער זענען שנעל פארשפרייט געווארן איבער גאנץ ענגלאנד און טויזענטער טוריסטן זענען אהין געקומען באזוכן דעם סירקיל. אנשטאט זיך אפגעבן מיט באארבעטן די איבעריגע זאנגען אז זיי זאלן שיין וואקסן, איז ליפאלד געווען פארנומען מיט זיכער מאכן אז די קראפ סירקיל פארבלייבט אין איר פארעם און די זאנגען בלייבן איינגעבויגן צו די ערד. עס האט זיך איהם שוין היבש געלוינט דאס גאנצע געשעפט.

צווישן די אלע באזוכער זענען אויך געוועזן א שיינע פאר ‘קראפ סירקיל פארשער’ וועלכע שטודירן שוין דעם מיסטעריע פאר לאנגע יארן. די פארשער האבן אויסגעפרעגט ליפאלד פארשידענע פראגן האפענדיג צו קענען טאפן עפעס א שפיץ פאדעם צו דעם פארהוילענעם סוגיא. אבער פונקט ווי ביי די פריערדיגע פעלער האט זיי ליפאלד גארנישט געהאט צו פארציילן. ער האט בכלל נישט באמערקט קיין שום ספעציעלע געשעענישן איידער יענע נאכט וואס זאל האבן זענען אוועק מיט ליידיגע הענט און ביזן היינטיגן טאג איז נישטא קיין געהעריגע ענטפער וועלכע זאל זיי העלפן לייזן דעם מאדנעם מיסטעריע, ווער עס שטייט אונטער די אלע סירקילס.

וואס איז דאס קראפ סירקילס?

קראפ סירקילס זענען פארעמען וואס ערשיינען אין פעלדער. די פארעמען ווערן ערצייגט ווען אין געוויסע ערטער אין א פעלד ווערן די זאנגען אראפגעבויגן פלאך צום ערד ווען די ארומיגע זאנגען בלייבן שטיין אומבארירט. די רונד איז אזוי מייסטערהאפטיג און אייניג אז עס זעהט אויס אוממעגליך צו ווערן געמאכט דורך א מענטשליכע הענט. די אראפגעבויגענע זאנגען קענען צומאל אינגאנצן חרוב ווערן, אבער אסאך מאל וועט דאס יא ווייטער וואקסן אראפ געבויגענעהייט.

אמאל זענען די קראפ סירקילס בלויז פשוטע רינגען אבער אין אנדערע פעלער קענען זיי גאר גאר אינטערסאנטע און קאמפליצירטע פארעמען וואס באצויבערן דעם אויג מיט איר שיינקייט. די היסטאריע פון די דאזיגע קראפ סירקילס גייט שוין צוריק מיט איבער 300 יאר. דאקומענטן פונעם 17 ’טן הונדערט למס’ ווייזן שוין בילדער פון קראפ סירקילס, כאטש אבער נאר אלס איין פשוטע רינג. די ריכטיגע פלייץ פון די סירקילס עפעס א פארבינדונג מיטן סירקיל. די פארשער האט זיך אנגעהויבן מיט פופציג יאר צוריק און זינט דאן האלט מען אין איין טרעפן מער און מער איבער די גארע וועלט.

די צענטער פון די קראפ סירקילס איז אין צפון ענגלאנד. אין יענעם ראיאן געפונען זיך פילע ריזיגע פעלדער און ביזן היינטיגן טאג זענען שוין טויזענטער סירקילס געווארן דארט אויסגעפארעמט. עס איז היינט א נארמאלע ערשיינונג אז א פארמער זאל איין אינדערפרי אויפשטיין צו א פריש געבאקענע סירקיל. די סירקילס ווערן מיט די יארן מער און מער סאספיקירט. זיי ווערן שענער און גרעסער פון יאר צו יאר.

די סעזאן פון די קראפ סירקילס איז פון אפריל ביז סעפטעמבער וואס אין די חדשים וואקסן די זאנגען הויך און די פארעמען ווערן גרינג דערקענט. פילע טוריסטן קומען יערליך צו יענע געגנט כדי צו כאפן א בליק אויף די וואונדערליכע סירקילס. היינט צו טאגס טרעפט מען שוין פילע סירקילס אויך אין אנדערע טיילן פון אייראפע, ווי אויך אין אמעריקע, אוסטראליע, און אין נאך פארשידענע לענדער.

נישט בלויז פארעמען ווערן געפונען. אין 1987 איז געטראפן געווארן אין ענגלאנד א פעלד ווי די זאנגען זענען געווען אראפגעלייגט אין פארעם פון אותיות. א ריזיגע אויפשריפט מיט די ענגלישע ווערטער WE ARE NOT ALONE איז געווען אויסגעהאקט אויף די לענג פונעם פעלד.

ווער מאכט די קראפ סירקילס?

די קראפ סירקילס ווערן באטראכט ווי א מיסטעריעזע ערשיינונג ווען קיינער קען נישט אנגעבן א צופרידענע ענטפער איבער ווער עס טוט זיי פאבריצירן. קראפ סירקילס איז דעריבער דאס בעסטע ארט פאר קאנספערירער ליבהאבער זיך צו קענען אויסגעבן און אויפקומען מיט פארשידענע מאדנע טעאריעס און געשיכטעס, איינס מער צודרייט פונעם צווייטן. יעדער קומט זיך אהן מיט זיינע ראיות און הוכחות אבער קיינער קען זיי נישט אפווענדן.

פילע אויספארשער געבן היינט אוועק טויזענטער שעה'ן צו פארשען די קראפ סירקילס. צו זאגן אז אלע זענען געמאכט געווארן דורך מענטשליכע הענט איז כמעט אוממעגליך. פילע קראפ סירקילס זענען צו שטארק קאמפליצירט אז מען זאל דאס קענען פארטיגן בלויז אין איין נאכט און נאכדערצו אז עס זאל אויסקומען אזוי אייניג און שיין. אין די פאלגענדע קאפיטל וועלן מיר אראפברענגן טייל פון די טעאריעס וואס קורסירן איבער די סירקילס און איר קענט אייך אויסוועהלן דאס בעסטע וואס אייך געפעלט.

מקורות[רעדאַקטירן]

גלגל אינפא

זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com