קירגיזנסטעפ

פֿון װיקיביבליאָטעק

פֿ‏‎ון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)


קירגיזנסטעפּ

דורכגעמאָסטן דײַנע וועגן,
דײַנע סטעזשקעס, דײַנע שטעגן,

פֿון אוראַל ביז קאַספּי־ים,
געוואַנדרעוועט פֿון שטאַם צו שטאַם.

נעכט בײַ שטרוינעם פֿײַער־פֿלאַקער,
טרײַ געפּילנעוועט דײַן אַקער;

אויף דײַן קעמל שטאָלץ געריטן,
דײַן גערעטעניש געשניטן.

אין דײַנע שטובן און געצעלטן
אָפֿט געהערט דײַן זינגען, שעלטן;

כ׳קען דײַן כּעס און דײַן געלעכטער,
דײַנע זין און דײַנע טעכטער.

מקורות[רעדאַקטירן]

שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 9.