קירגיזן־קברות

פֿון װיקיביבליאָטעק

פֿ‏‎ון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)


קירגיזן־קבֿרות

ניט קײן געפֿלאָכטענער פּלויט
היט דאָס אײנזאַם קבֿרים־פֿעלד,
וווּ דאָס פּאַסטוך־פֿאָלק נאָכן טויט
געפֿינט אַן אײביק געצעלט.

אַ פֿאָסע נאָר אַ ברײטע
באַשיצט די בערגלעך ערד.
פֿאַר בהימות פֿאַרשײטע,
קעמלען, חזרים און פֿערד.

און סע ליגן דאָ און דאָרט
פֿאַרפֿוילטע ברעטלעך, סלופּעס;
מצבֿות שטום אָן אַ וואָרט
צעשטערטע קבֿרים־קופּעס.

ווײַל ניט אײנמאָל האָט געטראָפֿן,
אַ בוהײ איז ווילד אַריבער,
אָפֿן פֿעלד אַרום געלאָפֿן
אופֿגעדעקט די שטילע גריבער.

מקורות[רעדאַקטירן]

שינדלער, א. „פֿון סטעפּ און ישוב‟. מינכען, 1922. ז. 9‒10.