לדלג לתוכן

קירגיזן־הויף

פֿון װיקיביבליאָטעק

פֿ‏‎ון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)


קירגיזן־הויף

אַ „זעמליאַנקע‟ פֿון לײם און קיזעקעס
בײַ אַ סאַזשלקע —
און ווײַט אַרום קײן שכן,
חוץ אַן אַלטער סקירדע שטרוי —
און אויבן — אַ הימל אַזוי לויטער און בלוי,
אָן אַ פּגם און אָן אַ כמאַרע —
צווישן אַסטראַכאַן — סאַמאַרע.

מקורות

[רעדאַקטירן]

שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 14.