קיצור שו"ע עברי טייטש שער
ווי זעט מען אין דעם ספר, ער איז געבויט אויף דעם ספר קיצור שולחן ערוך, פון רבי שלמה גאנצפריד. דעריבער ער האט גערופן דעם נאמען פון דעם ספר שלחן שלמה, ע"ש ר' שלמה גאנצפריד, הגם דער נאמען פון דעם מחבר איז ר' אהרן אליעזר בן ר' מ' מרדכי אביגדור.
יארן שפּעטער האט מען געדרוק דעם ספר נאך אמאל, ווי זעט מען אז דער צווייטער ספר איז ווארט ביי ווארט ווי דער ספר שלחן שלמה, און האט מען נישט געשריבן ווער איז דער מחבר פון דעם ספר, ווי זעט מען אין דעם צווייטן טיטלבלאט.
אין העברעיש ביכער וועבסייט ברענגט ער די צוויי ספרים. דער שלחן שלמה, און ער שרייבט נישט ווער האט אים מחבר געווען, און דער צווייטער אונטער דעם נאמען חיי אדם, און צו איין גירסה דוברוש בן משה אשכנזי האט מחבר געווען דעם ספר, און צו דער צווייטער גירסה דער בעל החיי אדם האט מחבר געווען דעם ספר. און פארשטייט זיך אז דאס איז א טעות.