קיצור שו"ע עברי טייטש סימן סח
מפתחות - סימן סד האנדלען - סימן סה גניבת דעת - סימן סו האנדלען מיט דבר טמא - סימן סז פראצענט נעמען - סימן סח תפילת הדרך - סימן סט מנחה - סימן ע מעריב - סימן עא דאס פירעכץ ביינאכט
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן סח: דינים פון תפילת הדרך. אנטהאלט פינף סעיפים.
א. ווען מען גייט אדער פארט אוועק אונטערוועגנס, סיי פון זיין היים סיי פון זיין אכסניא וואס ער האט דארט גענעכטיגט אונטערוועגענס, און וויל ווייטער פארן. איז דער דין, אז אזוי באלד ער דארף גיין אדער פארן א פרסה[1] (= ארבע מיל. מיל = אלפיים אמה) אדער ווייטער, דארף ער נאך דעם ווי ער גייט שוין אויס אלע הייזער פון דעם ארט וואס ער איז אפגעפארן, אן ערך פון זיבעציק איילן, זאגן תפילת הדרך.
ב. תפילת הדרך דארף מען זאגן בעמידה, און נעבן א צווייטע ברכה. ווען עס איז אין דער פרי זאל ער זאגן נאך ברכת השחר, און ווען אין מיטן טאג, זאל ער עפס טועם זיין, און זאל זאגן תפילת הדרך נאך די ברכה אחרונה. אדער ווען מען האט זיך געוואשן די הענט אויף אשר יצר, קען מען זאגן תפילת הדרך נאך אשר יצר.
ג. מען דארף מיין נישט זאגן תפילת הדרך ווי איין מאל אין א טאג, כאטש ער האט אויף דעם וועג זיך אפגערוט אין א פאר אכסניא'ס, און ווייטער געפארן. נאר אזוי באלד ער האט שוין בדעה געהאט אין איין אכסניא צו בלייבן די נאכט, און דער נאך האט ער זיך מיישב געווען ווייטער אוועקצופארן, מוז ער נאך אמאל זאגן תפילת הדרך.
ד. אזוי באלד מען פארט צוזאמען עטלעכע טעג, אז מען נאט נישט אין מיטן פארן גענעכטיקט אין א אכסניא, זאגט מען די רעשט טעג תפילת הדרך אן דעם אויסלאז פון דער ברכה.
ה. עס איז רעכט איידער מען פארט אונטערועגנס צו געבן צדקה, אויך זאל מען אכטונג געבן אין די אכסניא וואס מען עסט אויב עס איז כשר.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ אינעווייניק שטייט "מייל". אין שו"ע סימן ק"י שטייט פרסה. ודבריו צ"ע, אויב מיינט ער צו א "מיל" וואס שטייט אין גמרא דאס איז נאר 2000 אמה נישט קיין פרסה. און אויב ער מיינט צו א "מייל" וואס מען מעסט אין דעם אין חו"ל, וואס זיין מאס איז 7.420 מטר. דאס איז א סאך מער פון פרסה. ווייל פרסה איז פיר מיל, און דאס איז ארום 4 ק"מ.