קיצור שו"ע עברי טייטש סימן מח
מפתחות - סימן מח דינים און כללים מברכה הראשונה - סימן מט דינים מיט כללים פון בורא מזונות - סימן נ בורא פרי הגפן און הטוב והמטיב - סימן נא בורא פרי העץ - סימן נב בורא פרי האדמה - סימן נג שהכל - סימן נד יויך, זאפט, פירות - סימן נה הלכות קדימה בברכות - סימן נו אויף וואס מאכט מען ברכה פריער - סימן נז טעות בברכות - סימן נח נאך דער ברכה האט מען געבראכט נאך עסן - סימן נט כללים פון ברכה אחרונה - סימן ס ברכת הריח - סימן סא ברכת הראיה - סימו סב הגומל - סימן סג שהחיינו
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן מח: דינים און כללים מברכה הראשונה. (פון די ערשטע ברכה וואס מען דארף מאכן איבער יעדער זאך וואס מען האט דערפון הנאה). אנטהאלט דרייצן סעיפים.
א. דוד המלך זאגט אין תהילים "לה' הארץ ומלואה" דאס איז טייטש, די גאנצע וועלט מיט אלעס וואס עס געפינט זיך אויך איר, איז דעם אייבערשטנס, און עס איז הייליק ווי הקדש. נאר ווייל דער עיקר בריאה איז דאך דער מענטש, אויך דער עיקר כוונת הבריאה איז דאך געווען אז דער מענטש זאל אפגעבן דעם אייבערשטן אויך אלעס אשבח והודיה, (און) וועט דעם מענטש גוט זיין. דען (= ווייל) דער אייבערשטער איז א טוב ומטיב, און דער רצון פון א גוטער, איז יענער גוטס צו טאן. האט דער אייבערשטער אלע זאכן איבערגעגבן דעם מענטש, אז ער זאל פון אלעס קענען הנאה האבן, און פון יעדער ערלעכער זאך וואס ער וועט הנאה האבן, זאל ער אפגעבן א באזונדערן שבח, און דערמיט ווער ער קונה זיין די זאך, אז ער זאל מעגן הנאה האבן. אבער אז ער מאכט נישט קיין ברכה טאר ער פון דער זאך נישט הנאה האבן, דען(= ווייל) דאס איז דאך נישט זיין, נאר דעם אייבערשטנס, או ווען ער האט הנאה הייסט ער א גזלן, אז ער גזלת די אייבערשטנס זאך, דען(= ווייל) דער אייברשטער האט אים נאר מקנה געווען די זאך דורך א ברכה. אויך הייסט ער א מועל בהקדש. און אפילו ער עסט און טרינקט נאר ווייניק מוז ער מאכן די ערשטע ברכה.
ב. ווייל מען דארף אויף יעדער זאך א באזונדערן שבח אפ צו געבן, דעריבער איז דער דין אז די זאך וואס מען מאכט, די ברכה זאל זיין פאר אים. און ווען דאס איז א זאך וואס מען קען עס נעמען אין דער האנט אריין, איז רעכט אז ער זאל עס פאר דער ברכה נעמען אין דער רעכטער האנט אריין. און פריער מכוין זיין (= אין זינען האבן) וואס א ברכה עס קומט איבער דער זאך, דער נאך זאל ער מאכן די ברכה, בכדי אז (ווען) ער וועט דערמאנען דעם שם, זאל ער וויסן וואספאר א ברכה ער דארף אויסלאזן (= ענדיקן) איבער דער זאך. אבער ווען ער האט געמאכט א ברכה איז די זאך נישט געווען פאר אים, כאטש אז נאך דער ברכה האט מען אים געברענגט די זאך, און ער האט זי בשעת ברכה אין זינען געהאט, נאר ער האט נישט געוואוסט אז מען וועט אים בוודאי ברענגען, הייסט עס פארט א ברכה לבטלה, און מוז נאך א מאל מאכן א ברכה.
ג. אז דאס מאכל אדער משקה איז אים נאך איידער ער האט טועם געווען ארויסגעפאלן פון דער האנט באופן אז ער קען שוין נישט עסן אדער טרינקען, איז דער דין אז אזוי באלד עס איז נאך פון דער מין געלעגן פאר אים בשעת ברכה, און ער האט אויך בשעת ברכה אין זינען געהאט אויך צו עסן, זאל ער עסן די רעשט אן א ברכה. אבער אז ער האט שוין מיין (= מער) פון דעם מין נישט געהאט ביי זיך בשעת ברכה, נאר ערשט האט מען אים געברענגט, אדער אפילו ער האט נאך געהאט בשעת ברכה, נאר ער האט נישט אין זינען געהאט נאך צו עסן, מוז ער נאך אמאל מאכן א ברכה.
ד. תיכף נאך די ברכה זאל מען די זאך עסן. און כל זמן ער האט נאך נישט אראפגעשלונגען דעם ערשטן ביס, טאר ער נישט מפסיק זיין און רעדן פון א זאך וואס איז נישט צוליב דעם מאכל. און ער איז מפסיק מוז ער נאך אמאל מאכן די ברכה.
ה. ביי אלע זאכן וואס מען מאכט דער נאך בורא נפשות, איז דער דין, אז אזוי באלד ער גייט אין מיטן עסן פון איין הויז אין אנדערן הויז אריין, אדער פון שטוב אין הויף אריין, אדער אפילו פון איין שטוב אין דער אנדערער, נאר ער זעט פון דארט נישט זיין ערשט ארט, אויך האט ער בשעת די ברכה נישט אין זין געהאט צו גיין אין דער צווייטער שטוב, און אפילו ער האלט דאס מאכל אין דער האנט, ווען ער האט משנה געווען דאס ארט, מוז ער נאך אמאל מאכן א ברכה.
ו. אזוי אויך ווען מען גייט אין מיטן ארויס פון דער שטוב, און מען קומט דער נאך צוריק אויף דעם ערשטן ארט, מוז מען נאך אמאל מאכן א ברכה. סיידן מען זיצט א חבורה, און עס איז דורך דער צייט פון דעם אויסגיי, געזעסן איינער פון די חבורה אויף זיין ערשטן ארט, דען (= דעמאלט) איז דער דין אז זיי קומען צוריק אויך דעם ערשטן ארט דארף מען נישט נאך אמאל מאכן א ברכה.
ז. אז מען עסט פרוכטן אין א גארטן וואס איז ארום פארצאַמט, און בשעת ברכה האט ער אין זין געהאט יוצא צו זיין אויף די אלע פרוכטן וואס וואקסן אין דעם גארטן, קען ער כסדר עסן פון איטלעכן בוים, און דארף נישט נאך אמאל מאכן אר ברכה. אבער אז ער קומט אין אן אנדער גארטן, אדער אפילו אין דעם זעלבן גארטן, נאר ער איז נישט ארומגעצאמט, אויך זעט ער נישט פאר זיך דאס ערשטע ארט פון שעת הברכה, מוז ער נאך א מאל איבער די פירות מאכן א ברכה.
ח. אז מען פארזוכט א מאכל, אויב עס פעלט נישט דערינען א ביסל זאלץ אדער אן אנדער זאך, און ער שלינגט אראפ, איז א ספק צו ער דארף מאכן א ברכה. דעריבער איז גלייך (= געהעריק) אזוי באלד מען וויל פארזוכן א מאכל און אראפשלינגען, זאל מען אין זינען האבן אז ער וויל דערפון הנאה האבן, דען (= דעמאלט) וועט ער קענען מאכן א ברכה.
ט. אויף א רפואה זאך, א מעדיצין, אפילו עס איז א טריפה זאך, אזוי באלד ער האט דערפון הנאה, מוז ער מאכן א ברכה. סיידן אז עס איז זייער ביטער, אז ער האט דערפון קיין הנאה נישט, דארף ער נישט מאכן קיין ברכה.
י. אז מען טרינקט וואסער צוליב אראפצושלינגען די זאך וואס איז אים געבליבן שטעקן אין האלדז, דארף ער נישט מאכן א ברכה. אבער אן אנדער משקה אדער עסנווארג אפילו ער עסט און טרינקט צוליב דעם וואס ער איז געבליבן שטעקן אין האלדז מוז ער פארט מאכן א ברכה.
יא. אז מען עסט א פרי, זאל ער זי אפשיילן פאר די ברכה. און איידער ער שיינדט זי צו, זאל ער מאכן די ברכה איבער דעם גאנצן פרי. נאר אז ער איז חושש אז די פרי איז ווערעמדיק, זאל ער די פרי צושניידן, און בודק זיין פאר די ברכה.
יב. אז מען וויל אפגיסן א ביסל וואסער פון דעם כלי וואס מען גייט טרינקען, זאל מען אפגיסן פאר דער ברכה.
יג. אז ער האט פארגעסן און גענומען א זאך אין מויל אריין בלא ברכה זאל ער עס אויסשפייען אין דער האנט אריין און מאכן איבער דעם א ברכה. ווען די זאך איז אבער א ווייכע זאך אז מיט אויסשפייען ווערט זי מיאוס, זאל ער עס אין מויל אוועקשטופן אין א זייט און מאכן א ברכה. ווען עס איז אבער א משקה וואס מען קען דאך עס נישט מאכן אין א זייט, איז דער דין, אויב ער האט נאך פון דעם משקה פאר זיך זאל ער דאס אויסשפייען און נעמען אן אנדערער. און ווען נישט, זאל ער דער משקה אראפשלינגען און דער נאך מאכן די ערשטע ברכה אבער קיין ברכה אחרונה דארף ער נישט מאכן[1], סיידן אז דער משקה איז געווען וויין און ער האט געהאט אין מויל א קוואטירל (= רביעית),[2] זאל ער אויך מאכן די ברכה אחרונה פון וויין[3].
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ און אזוי פסקענט דער קיצור שולחן ערוך. אבער די משנה ברורה סימן קע"ב פסקענט אז ער זאגט נאר ברכה אחרונה ווען ער האט א שיעור רביעית, און נישט ברכה ראשונה.
- ↑ קוואטירל איז א פערטל פון א האלבער ליטער. א האלבער ליטער איז 500 גראם, און א פערטל פון דעם איז 125 גראם.
- אבער דא ער ניצט דאס ווארט אלס א פערטל פון א לוג, רביעית הלוג. דאס איז רביעת וואס שטייט אומעטום.
- ↑ און אזוי פסקענט דער קיצור שולחן ערוך. אבער פון די משנה ברורה סימן קע"ב זעט מען, אז נישטא קיין חילוק צווישן וויין און אנדערע משקים, און ביי זיי ביידע ווען עס איז דא רביעית זאגט ער ברכה אחרונה.