לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן מא

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן לט וואשן צום עסן - סימן מ דיני הפסק קודם ברכת המוציא - סימן מא אויף וואס מאכט מען המוציא - סימן מב דער סדר פון מאכן המוציא - סימן מג הלכות אכילה - סימן מד דברים הבאים בתוך הסעודה - סימן מה מים אחרונים - סימן מו יעלה ויבא און על הניסים - סימן מז בענטשן במזומן


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן מא על איזה מינים מברכים המוציא (איבער וועלכע זאכן מען דארף מאכן א מוציא) . אנטהאלט אכט סעיפים.

א. די המוציא מאכט מען נאר איבער ברויט אויסמעל פון די פינף מינים. ווייץ (= חיטה), קארן (= שיפון), גערשטן (= שעורה), האבער (= שבולת שועל), ארקוש (= גריקע, כוסמת). אויך זאל עס זיין געקנטן מיט וואסער אדער דער עיקר איז וואסער. דאס הייסט, עס זאל זיין דרינען (= אין דעם) וואסער מיין (= מער) ווי אייער אדער אנדערע זאכן אליין, און נישט אנגעפילט מיט פלייש, אדער אנדערע זאכן. אויך מוז עס זיין געבאקן.

ב. אזא געבעקס וואס איז אין מיטן געפילט מיט פלייש אדער מיט קעז אדער מיט פרוכטן, אויך ווען עס איז געקנטן מיט אייל, אדער מיט האניק, מיט אייער, מיט מילך, מיט זאפט פון פרוכטן, אפילו ער האט צוגעמישט א ביסל וואסער נאר עס איז מיין (= מער) דא אין דעם טייג פון די משקים איידער וואסער, דארף מען זיך (דעריבער) [אויף דעם] נישט וואשן און מאכן ברכת המוציא, נאר בורא מזונות.

ג. ווען מען זעצט זיך אבער אנידער עסן פון די זאכן אזא שיעור וואס רוב מענטשן וואלטן ביי די סעודה זיך דערמיט אנגעגעסן צו דער זעט. אדער אפילו ער עסט עס מיט א צועסעכץ (= אלע סארטן עסן), נאר אויך רוב מענטשן ווען זיי וואלטן דעם שיעור געגעסן מיט א צועסעכץ, וואלטן זיי געווען זאט, אפילו ער איז דערמיט נישט זאט. אדער ווען ער עסט דערפון אליין צו דער זאט, כאטשע רוב מענטשן וואלטן פון אזוי א שיעור נישט געווען זאט, דארף מען זיך דערצו (= אויף דעם) וואשן און מאכן המוציא.

ד. אזא טייג וואס ווערט ווייך פארקנעטן, און דער נאך ווערט עס געפרעגלט אין משקה, אפילו מען עסט דערפון צו דער זעט, דארף מען זיך דערצו (= אויף דעם) נישט וואשן נאר מען מאכט בורא מיני מזונות.

ה. געקאכט טייג, אפילו מען עסט צו דער זעט, מאכט מען בורא מיני מזונות, און דער נאך על המחיה.

ו. אויך א געבאקענע זאך ווען מען פרעגלט עס איבער, אדער מען קאכט עס דער נאך צעשטויסנדיק, (= ביז עס ווערט געקוועטשט) אדער צעריבנקייט, מאכט מען נאר בורא מיני מזונות[1].

ז. א טייג וואס צום ערשטן האט מען עס געקאכט און דער נאך געבאקן, מוז מען מאכן (דעריבער) [אויף דעם] המוציא, און וואשן זיך.

ח. נאר דינע פלעצלעך (= ביסקוויטן) דארף מען זיך (דעריבער) [אויף דעם] נישט וואשן. אויך ווען מען עסט דערפון צו דער זעט. נאר מען מאכט בורא מיני מזונות.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. ועיין אין קיצור שולחן ערוך מח ז וואס ער ברענג חילוקים ווען עס איז דא כזית אדער נישט, און ווען איז גבליבן תואר לחם צו נישט.