לדלג לתוכן

קיצור מסעות בנימין השלישי

פֿון װיקיביבליאָטעק
קיצור מסעות בנימין השלישי
מחבר:מענדעלע מוכר־ספרים
אויסגאַבע:מאָסקווע, 1948
ערשטע אויסגאַבע:1878
פאַרלאַג:דער עמעס
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive:nybc212776
די צאָל זייטן:176
זע אויך אין מאָדערנעם אויסלייג



מענדעלע מויכער⸗ספאָרימ


מאסאָעס
ביניאָמינ
האשלישי



אָגיז * מעלוכע פארלאג „דער עמעס” מאָסקווע * 1948


↤ 2

אינהאלט
זײַט
האקדאָמאס מענדעלע מויכער⸗ספאָרימ 3
דאָס ערשטע קאפּיטל. ווער דער בּיניאָמינ איז, פונוואנענ ער איז אונ ווי די נעסיִע האָט פּלוצלימ צו אימ זיכ גענומענ 8
דאָס צווייטע קאפּיטל. ווי בּיניאָמינ ווערט א קאָדעש אונ זעלדע אנ אגונע 20
דאָס דריטע קאפּיטל. ווי בּיניאָמינ סקאָמפּאנייעט זיכ מיט סענדערל דער ייִדענע 34
דאָס פערטע קאפּיטל. ווי בּיניאָמינ מיט סענדערלענ פארלאָזנ טונעיאדעווקע 50
דאָס פינפטע קאפּיטל. וואָס מיט אונדזערע פּארשוינענ פּאסירט זיכ בּאלד בּיימ ערשטנ ארויספאָר 57
דאָס זעקסטע קאפּיטל. ווי אונדזערע פּארשוינענ פארשלעפּנ זיכ קיינ טעטעריווקע, אונ בּיניאָמינ כאפּט א פּאטש 74
דאָס זיבּעטע קאפּיטל. ווי צוליבּ בּיניאָמינענ ווערט אנ איבּערקערעניש אינ דער פּאָליטיק 85
דאָס אכטע קאפּיטל. ווי אונדזערע פּארשוינענ זענענ ארומגעגאנגענ איבּער די הײַזער 94
דאָס ניינטע קאפּיטל. ווי זכוס⸗אָוועס האָבּנ פאר אונדזערע פּארשוינענ זיכ געלייגט 98
דאָס צענטע קאפּיטל. הורא, רויטע ייִדלעכ! 111
דאָס עלפטע קאפּיטל. כידושימ⸗וועניפלאָעס אפ דער פּיאטיגנילעווקע 125
דאָס צוועלפטע קאפּיטל. ווי מענ פירט אונדזערע פּארשוינענ אינ בּאָד 138
דאָס דרייצנטע קאפּיטל. זעלנער זענענ, נעבּעכ, אונדזערע נויסימ געוואָרנ 153
דאָס פערצנטע קאפּיטל. אויס קאלע — ווײַטער א מויד! 164
בּאמערקונגענ צו „מאסאָעס בּיניאָמינ האשלישי” 169

↤ 3



קיצור
מסעות בנימין השלישי 1
דאָס הייסט
די נעסיִע אָדער א רײַזע⸗באשרײַבונג פונ ביניאָמינ דעמ דריטנ:

וואָס ער איז אפ זײַנע נעסיִעס פארגאנגענ העט ווײַט, אזש אונטער די האָריי⸗כוישעכ 2, אונ האָט זיכ גענוג אָנגעזענ אונ אָנגעהערט כידושימ שיינע זאכנ, וואָס זיי זענענ ארויסגעגעבנ געוואָרנ אינ אלע שיווימ 3 לעשוינעס אונ הײַנט אויכ אינ אונדזער לאָשנ.

פונ
מענדעלע מויכער⸗ספאָרימ




האקדאָמאס 4 מענדעלע מויכער⸗ספאָרימ

אָמר מענדעלי מוכר ספרים 5, זאָגט מענדעלע מויכער⸗ספאָרימ, געלוינט איז דער בוירע 6, וואָס באשטימט דעמ גאנג פונ די גאלגאלימ 7 אינ די הימל אויבנ אונ דעמ גאנג פונ זײַנע אלע באשעפעניש אפ דער ערד אונטנ. אפילע א גרעזעלע קריכט נישט ארויס פונ דער ערד, ביזוואנענ א מאלעכ שלאָגט עס נישט אונ זאָגט: וואקס! קריכ ארויס! מיקאָלשעקיינ 8 א מענטש, ער האָט ↰ 4 אוואדע א מאלעכ, וואָס שלאָגט אימ אונ זאָגט: גיי, גיי, קריכ ארויס! אונ מיקאָלשעקיינ נאָכ מער די פײַנע מענטשעלעכ, שיינע ייִדעלעכ. זיי האָבנ דאָכ בעוואדע לעכאָל⸗האפּאָכעס א מייע קיטעס 1 מאלאָכימ, וואָס שלאָגנ איטלעכנ פונ זיי באזונדער אונ זאָגנ אשטייגער אזוי: כייקעלע, טײַערע נעשאָמע, גיי אנטליי געלט, וויפל דו קענסט! גיי, גיי נעמ אָנ דאָרט בא די דײַטשנ סכוירע, וויפל דו ווילסט! שפּראָצ, וואקס, כייקעלע, קריכ ארויס, שקאָצ איינער, פונ דער בלאָטע! גיי, גיי, גיי גאנווע שטילערהייט ארויס די גאנצע סכוירע דײַנע, פונ דײַנ קלייט טאקע, אונ ענטפער דערנאָכ דעמ אוילעמ קוימעמיִעס 2!.. גיי, גיי, איציקל קאלבויניק, זיי זיס מאטריעכ זײַנ צו דײַנ פּריצל, מאכ עפּעס א מאניפאָרגעלע 3, אונ רוימ אימ דאָרט איינ אינ אויער עפּעס א פּיזמענ 4 אפ דעמ, אפ יענעמ אונ אפ וועמענ דו ווילסט... אָדער די מאלאָכימ זאָגנ אזוי: וואקסט, שפּראָצט, קאפּצאָנימ, אינ דער שטאָט, ווי גראָז, ווי קראָפּעווע! גייט, גייט, ייִדישע קינדער, אונ שלעפּט זיכ ארומ איבער די הײַזער!.. גייט, באלעבאטימ, איר זיצט דאָכ א בלויז ליידיק אונ האָט נישט וואָס צו טאָנ, גייט זשע, גייט, באלעבאטימ, אינ באָד ארײַנ!..

1 קיצער מאסאָעס בּיניאמינ האשלישי. — 2 פינצטערע בּערג. — 3 זיבּעציק. — 4 די פאָרעדע. — 5 אָמאר מענדעלע מויכער⸗ספאָרימ. — 6 דער בּאשעפער (גאָט). — 7 פּלאנעטנ. — 8 איז דאָכ אוואדע; שוינ אָפּגערעדט.

נאָר נישט דאָס אָבער בינ איכ אויסנ. איכ בינ אויסנ צו דערציילנ דאָ אײַכ, ראבויסימ, ווי איינער פונ אונדזערע ברידער איז פארגאנגענ העט⸗ווײַט אינ די ווײַטע מעקוימעס אונ האָט דערמיט קוינע⸗שעמ געווענ 5.

אלע ענגלישע אונ דײַטשע גאזעטנ זענענ פאראיאָרנ פול געוועזנ מיט דער וווּנדערלעכער נעסיִע, וואָס ביניאָמינ, א פּויליש ייִדל, האָט געמאכט אינ די ארצויס⸗האמיזראָכ 6 ערגעצ. „סטײַטש, סטײַטש, — האָבנ זיי זיכ געכידעשט, — א ייִד, ↰ 5 א פּוילישער ייִד, אָנ קליי⸗זײַענ, אָנ מאשינעס, נאָר מיט א טאָרבע אפ די פּלייצעס אונ מיט א טאלעס⸗ אונ טפילנ⸗זאק אונטערנ אָרעמ, זאָל אָנשפּארנ אינ אזעלכע ערטער, וווּ גרויסע בארימטע ענגלישע רײַזנדע האָבנ אהינ נישט געקענט צוקומענ? נישט אנדערש, אז דאָס איז געשענ נישט מיט קיינ מענטשלעכנ קויעכ עפּעס, נאָר מיט אזא קויעכ, וועלכנ דער סייכל קאָנ קלאל נישט מאסיג זײַנ 1, דאָס הייסט, דער סייכל איז פּונקט נישט אזוי בעקויעכ, אזוי ווי דער דאָזיקער קויעכ איז נישט בעסייכל. נאָר בעכאָל⸗האָויפאנימ, ווי די מײַסע איז שוינ דאָרט געווענ, ביניאָמינענ האָט די וועלט צו דאנקענ פאר די כידושימ, גרויסע זאכנ, וואָס זענענ דורכ אימ אנטפּלעקט געוואָרנ, אונ פונ איצט אָנ וועט די מאפּע אָדער די לאנדקארטע באקומענ גאָר אנ אנדער פּאָנעמ. ביניאָמינ פארדינט מיט רעכט דעמ מעדאל, וואָס די געאָגראפישע געזעלשאפט אינ לאָנדאָנ האָט אימ געגעבנ”...

1 גרופּעס. — 2 דאָ געמיינט: אָנזעצנ. — 3 א שפּיצל, א דריידל. — 4 דאָ געמיינט: א מעסירע, — 5 בּארימט געווארנ. — 6 מיזרעכ⸗לענדער.

די ייִדישע גאזעטנ האָבנ די ריזיקע רייד אופגעכאפּט מיט ביידע הענט אונ געהאט דערמיט צו זינגענ אונ צו זאָגנ דעמ גאנצנ פאר⸗א⸗יאָרעדיקנ זומער, אזוי ווי איטלעכנ, וואָס לייענט די דאָזיקע גאזעטנ, איז באקאנט. זיי האָבנ אויסגערעכנט אלע כאכאָמימ, וואָס זענענ בא ייִדנ געווענ פונ אָדאָמ⸗האָרישנ אָנ ביז אצינד, ביכדיי צו באווײַזנ, וואָס פאר א קלוג פאָלק ייִדנ זענענ. האָבנ אויכ אויסגעשטעלט א צעטל פונ די נויסימ (רײַזנדע) אינ אלע צײַטנ, פונ ביניאָמינ דעמ ערשטנ, מיט א זיבנ הונדערט יאָר צוריק, אונ ביניאָמינ דעמ צווייטנ מיט דער גאנצער כעוורע נויסימ, וואָס וואנדרעווענ הײַנט בא אונדז ארומ. אונ ביכדיי מאפליג צו זײַנ 2 די נעסיִע פונ אונדזער איצטיקנ ביניאָמינ, האָבנ זיי, ווי דער שטייגער איז פונ ייִדנ, דערווײַל פונ יענע ↰ 6 בלאָטע געמאכט אונ געזאָגט, אז די גאנצע קנופיע הײַנטיקע נויסימ זענענ טאקע נאָר פּראָסטע שלעפּערס, ווייסנ נישט פונ זייער כיִעס. די גאנצע נעסיִעס זייערע, מישטיינס⸗געזאָגט, באשטייט נאָר דערינענ, ארומצושלעפּנ זיכ ווי מעקאבלימ 1 איבער די הײַזער, זיי האָבנ אלע א פּאָנעמ ווי מאלפּעס אקעגנ איצטיקנ ביניאָמינ, אקעגנ ביניאָמינ דעמ דריטנ, דעמ עכטנ עמעסנ נויסייע 2. זיי האָבנ אפ אימ אונ אפ די ספאָרימ, וואָס מענ האָט געמאכט פונ זײַנ נעסיִע, געזאָגט, ווי געוויינטלעכ, דעמ געוויסנ פּאָסעק: „לא בא כבושם הזה” 3, דאָס טײַטש: ס׳איז נאָכ אזעלכע בסאָמימ, אזעלכע שמעקנדיקע געווירצ בא ייִדנ קיינמאָל נישט געווענ. געבענטשט אונ אײַנגעוויקלט מיט דימענטנ זאָל ווערנ דער דאָזיקער, — האָבנ זיי אלע פּע⸗עכאָד 4 געזאָגט, — וועלכער עס וועט דעמ טײַערנ אויצער פונ ביניאָמינס נעסיִע, וואָס געפינט זיכ אינ אלע פרעמדע לעשוינעס, איבערטראָגנ אויכ אינ לאָשנ⸗האקוידעש 5. נעכײַ לאָזנ ייִדנ, נעבעכ, אויכ פארזוכנ די פּאטעקע, וואָס רינט פונ ייִדישנ בינשטאָק, אונ זאָל זיי דערפונ ליכטיק ווערנ אינ די אויגנ.

1 אופנעמענ, בּאגרײַפנ. — 2 אויסצוצייכענענ; צו בּארימענ.

ואני 6 מענדעלע, אונ איכ מענדעלע, וואָס מײַנ קאוואָנע איז טאָמיד נוצנ צו ברענגענ אונדזערע ייִדעלעכ קעפי 7 מײַנ מעגלעכקײַט, האָב איכ מיכ נישט געקענט אײַנהאלטנ אונ געזאָגט: איידער די ייִדישע מעכאברימ, וואָס זייער מינדסטער פינגער איז גרעבער פונ מײַנע לענדנ, איידער זיי וועלנ זיכ אויסשלאָפנ ארויסגעבנ די ספאָרימ פונ ביניאָמינס נעסיִע אינ לאָשנ⸗קוידעש, וועל איכ דערווײַל מיכ פּרוּוונ כאָטש א קיצור פונ זיי ארויסגעבנ אפ פּראָסט ייִדיש. איכ האָב אָנגעגורט מײַנע לענדנ ווי א גיבער, אונ ווי אלט אונ שלאפ איכ בינ, לוי⸗אלייכעמ 8, האָב איכ ↰ 7 מיר פאָרט שטארקע מי געגעבנ ארויסצובאקומענ פונעמ גרויסנ אויצער אזעלכע איניאָנימ, וואָס טויגנ פאר די קינדער ייִסראָעל, אונ צו דערציילנ זיי פרײַ, קעפי מײַנ שטייגער. איכ האָב עפּעס געפילט, ווי מענ שלאָגט מיכ פונ אויבנ מיט די ווערטער: הקיצה 1, מענדעלע, כאפּ זיכ אופ, מענדעלע, אונ קריכ ארויס פונ אונטער אויוונ! גיי נעמ אָנ פולע הויפנס געווירצ פונ ביניאָמינס אויצער אונ מאכ דערפונ פּאָטראוועס צו דײַנע ברידער, אזוי ווי זיי האָבנ ליב. איכ בינ מיט גאָטס הילפ ארויסגעקראָכנ אונ צוגעגרייט די געשמאקע שפּײַז, וואָס איכ שטעל איצט דאָ פאר אײַכ אנידער. עסט, ראבויסימ, לאָז אײַכ ווויל באקומענ! אוביזכוס דער נעסיִע לאָמיר גיכ אינ אלע זײַטנ זיכ ווענדנ אונ קערנ, איטלעכער קעפי זײַנ גאנג אונ קעפי זײַנ באגערנ, אונ ווענ כאָלילע איינער באגייט עפּעס א פעלער, לאָז ער זיכ אויסדרייענ גלאט ווי אפ א טעלער, אונ בלײַבנ טאָמיד גוט אונ פרומ אי גערעכט, אזוי ווי עס ווינטשט אײַכ אײַער געטרײַער קנעכט הקטן 2 מענדעלע מ״ס.

1 בּעטלערס. — 2 א רײַזנדער. — 3 לוי בּאָ קאבּויסעמ האזע. — 4 מיט איינ מויל; ווי איינער. — 5 העבּרעיִש. — 6 וואאני. — 7 לויט; נאָכ. — 8 ניט פאר אײַכ געדאכט.

1 האָקיצאָ. — 2 האקאָטאָנ — דער קליינער (דער קליינווירדיקער).

↤ 8

דאָס ערשטע קאפּיטל
ווער דער ביניאָמינ איז, פונוואנענ ער איז אונ ווי די נעסיִע האָט פּלוצלימ צו אימ זיכ גענומענ

„כל ימי, — אזוי זאָגט ביניאָמינ דער דריטער אליינ, כל ימי נתגדלתי 1 בטונעיאדעווקע, מײַנ גאנצ לעבנ, דאָס הייסט ביז מײַנ גרויסער נעסיִע בינ איכ ניסגאדל געוואָרנ 2 אינ טונעיאדעווקע. דאָרט בינ איכ געבוירנ געוואָרנ, דאָרט בינ איכ דערצויגנ געוואָרנ, אונ דאָרט האָב איכ לעמאזל כאסענע געהאט עם אשתי 3, מיט מײַנ פּלויניסטע הצנועה מרת זעלדע תחיה” 4.

1 קאָל יאָמײַ ניסגאדאלטי. — 2 זיכ אופגעצויגנ. — 3 אימ אישטי. — 4 האצנואָ מאָראס זעלדע טיכיע — דער פרומער הארנטע זעלדע זאָל לעבּנ.

↤ 9

טונעיאדעווקע, דאָס קליינע שטעטל, איז א פארווארפנ ווינקל, אָנ דער זײַט פונעמ פּאָטשטאָוונ טראקט, קימאט אָפּגעריסנ פונ דער וועלט, אזוי, אז ווענ אמאָל מאכט זיכ, איינער קומט אהינ צו פאָרנ, עפנט מענ די פענצטער, די טירנ אונ מענ קוקט פארוווּנדערט אָנ דעמ פרישנ פּארשוינ. שכיינימ פרעגנ איינער באמ אנדערנ, ארויסקוקנדיק פונ די אָפענע פענצטער, א סאכ מער ווי פיר קאשעס: הא, ווער זאָל עס אזוינס זײַנ? פונ וואנענ האָט ער פּלוצלימ פונ דער העלער הויט אהער זיכ גענומענ? וואָס קענ אזעלכער באדארפנ? האָט ער עפּעס נישט א מיינ? עפּעס אזוי גלאט קענ עס ניט זײַנ, גלאט אזוי דענ נעמט מענ אונ מענ קומט! מיסטאָמע ליגט דאָכ דאָ עפּעס, וואָס מענ מוז עס דערגיינ... דערבײַ וויל איטלעכער ארויסווײַזנ זײַנ כאָכמע, זײַנ געניטשאפט, אונ בויכ⸗סוואָרעס פאלנ ווי מיסט. אלטע לײַט דערציילנ מײַסעס אונ ברענגענ מעשאָלימ פונ אָרכימ, וואָס זענענ אינ דעמ אונ אינ דעמ יאָר געקומענ אהער צו פאָרנ. באלע⸗האמצאָעס 1 זאָגנ מיקויעכ דעמ ווערטלעכ, אביסל עפּעס נישט קיינ שיינע, מאנצביל האלטנ זיכ בא די בערדלעכ אונ שמייכלענ, אלטע ווײַבער זידלענ אפ די באלע⸗האמצאָעס אפ קאטאָוועס, מיט א בייזער אי מיט א לאכנ אינאיינעמ, יונגע ווײַבלעכ דערלאנגענ פונ די אראָפּגעלאָזענע אויגנ א געבויגענעמ קוק פונ אונטנ ארופ, האלטנ די האנט אפנ מויל אונ שטיקנ זיכ, לאכנדיק אינ קולאק. דער שמועס מיקויעכ דעמ דאָזיקנ איניענ קויקלט זיכ פונ שטוב צו שטוב, ווי א קויל פונ שניי, אונ ווערט, קויקלענדיק זיכ, אלצ גרעסער, גרעסער, ביז ער קויקלט זיכ ארײַנ אינ בעסמעדרעש סאמע אונטערנ אויוונ, אינ דעמ אָרט, וואָס אהינ פארקויקלענ זיכ אלע שמועסנ פונ אלערליי ↰ 10 איניאָנימ, הענ 1 סוידעס פונ שטוב⸗זאכנ, הענ פּאָליטיקע מיקויעכ סטאמבול, מיקויעכ דעמ טויגער 2 אומיקויעכ קירענ 3, הענ געלט⸗געשעפטנ, מיקויעכ ראָטשילדס פארמעגנ אינ פארגלײַכ מיט די גרויסע פּריצימ אונ די אנדערע געוויסע נעגידימ, וועהענ 4 פּאָטשטנ מיקויעכ די גזיירעס אומיקויעכ די רויטע ייִדלעכ אוכדוימע, אונ וואָס דאָרט ראזביראיעט זיי קעסיידער א באזונדער קאָמיטעט פונ שיינע באטאָגטע 5 ייִדנ, וואָס זיצנ שטענדיק א גאנצנ טאָג ביז שפּעט אינ דער נאכט, זענענ מאפקיר ווײַב אי קינדער אונ גיבנ זיכ מיט די אלע געשעפטנ טאקע עמעס געטרײַ אָפּ, טוענ זייער זאכ בישליימעס 6, גלאט אזוי, לעשעמ⸗שאָמאיִמ 7, נישט צו נעמענ פאר זייער מי, פאר זייער פּראצע אפילע א צעבראָכענעמ העלער 8. פונ דעמ דאָזיקנ קאָמיטעט גייענ אָפט די איניאָנימ אוועק אינ באָד אפ דער אייבערשטער באנק, אונ אינ א פּאָלנער סאָבראניע פונ שטאָט⸗באלעבאטימ ווערנ זיי דאָרט אוטוויערדעט, והכל שריר וקים 9, אז דערנאָכ זאָלנ אפילע קומענ קאָל מאלכיי 10 מיזרעכ אונ מײַרעוו, זיכ שטעלנ מיט דעמ קאָפּ אראָפּ אונ מיט די פיס ארופ, וועלנ זיי גאָרנישט פּויעלנ. דער טויגער איז שיר איינמאָל נישט אומגליקלעכ געוואָרנ אינ אזא סאָבראניע אפ דער אייבערשטער באנק, ווענ עטלעכע יוסטע באלעבאטימ זאָלנ נישט געווענ האלטנ מיט אימ בלאט, ווער ווייסט, וווּ ער וואָלט איצט אָנגעשפּארט. ראָטשילד, נעבעכ, האָט שיר ניט פארלוירנ דאָרט עפּעס א צענ — פופצנ מיליאָנ. דערפאר האָט אימ גאָט געהאָלפנ אינ א פּאָר ↰ 11 וואָכנ ארומ. דער אוילעמ איז געווענ, ווי מענ זאָגט, בעגילופנ 1, אפ דער אייבערשטער באנק איז גראָד געווענ אביסל לעבלעכ, די בעזעמלעכ האָבנ זיכ געהויבנ, אונ מענ האָט אימ מיטאמאָל צוגעלאָזט ריינ פארדינסט אקעגנ א ק״נ 2 מיליאָנ קערבלעכ!

1 דאָ: וויצלינגענ.

1 סײַ — 2 דער טערק. — 3 עסטרײַכ. — 4 אונ סײַ. — 5 עלטערע; בּאיאָרטע. — 6 דאָ: געוויסנהאפט. — 7 פונ גאטס וועגנ. — 8 געמיינט: א גראָשנ. — 9 וועהאקויל שאָריר וועקאיאָמ — אונ אלצ פארבּלײַבּט אינ קראפט אונ עקזיסטירט (א טראפארעטע צושריפט אינ סאָפ פונ א דאָקומענט פאר דער אונטערשריפט). — 10 אלע מעלאָכימ פון...

די אײַנוווינער אליינ אינ טונעיאדעווקע זענענ, נעבעכ, קימאט אלע, לוי⸗אלייכעמ, גרויסע עוויוינימ, שטארקע דאלפאָנימ. נאָר דעמ עמעס מוז מענ זאָגנ, זיי זענענ פריילעכע עוויוינימ, לוסטיקע קאפּצאָנימ, ווילדע באלע⸗ביטאָכנס. אז מענ זאָל, אשטייגער, פּלוצלימ א פרעג געבנ א טונעיאדעווקער ייִדנ: פונוואנענ אונ וויאזוי ער איז זיכ מעפארנעס 3? בלײַבט ער טכילעס שטיינ ווי צעמישט, ווייסט, נעבעכ, נישט וואָס צו ענטפערנ. נאָר שפּעטער אביסל אָבער קומט ער צו זיכ אונ ענטפערט ביטמימעס 4:

— איכ, ווי ארומ איכ לעב, איכ? עט, ס׳איז דאָ א גאָט, זאָג איכ אײַכ אָט⸗אָ, וואָס פארלאָזט נישט אלע זײַנע באשעפעניש. ער שיקט צו, אונ וועט מיסטאָמע ווײַטער צושיקנ, זאָג איכ אײַכ אָט⸗אָ.

— פאָרט וואָס טוט איר אזוינס? האָט איר כאָטש עפּעס וואָס ס׳איז פאר א מעלאָכע אָדער א פּארנאָסע אינ דער האנט?

— געלוינט איז האשעמ⸗ייִסבאָרעכ! איכ האָב, באָרעכ⸗האשעמ 5, אזוי ווי איר קוקט מיכ אָנ אָט⸗אָ, א מאטאָנע פונ זײַנ ליבנ נאָמענ, א קיילע, א קאָל⸗נעגינע 6 אונ דאוונ מוסאָפימ 7 ↰ 12 יאָמימ⸗נויראָימ 1 אינ דער סוויווע. איכ בינ א מויעל אונ א מאצע⸗רעדלער איינער אינ דער וועלט. איכ פיר אמאָל אויס א שידעכ פיר איכ אויס, איכ האָב א שטאָט, אזוי ווי איר קוקט מיכ אָנ אָט⸗אָ, אינ דער שול. הײַנט האלט איכ אויכ, צווישנ אונדז זאָל עס בלײַבנ, א שענקל, וואָס מעלקט זיכ צוביסלעכ, איכ האָב א ציג, וואָס מעלקט זיכ, אָנ אײַנהאָרע, זייער גוט, אונ האָב נישט ווײַט פונדאנענ א רײַכנ קראָוו אָט⸗אָ, וואָס לאָזט זיכ אונטער א שלעכטער צײַט אויכ אביסל מעלקנ. הײַנט כוצ די אלע זאכנ, זאָג איכ אײַכ אָט⸗אָ, איז גאָט א טאטע אונ די ייִסראָעל זענענ ראכמאָנימ⸗בניי⸗ראכמאָנימ 2, זאָג איכ אײַכ אָט⸗אָ, נישט צו פארזינדיקנ!..

1 דאָ: אופגעלייגט. — 2 קאנ — 150. — 3 שפּײַזט זיכ; קריגט פּארנאָסע. — 4 נאיִוו. 5 גאָט צו דאנקענ. — 6 א קאָל צומ זינגענ. — 7 צוגאָבּ⸗טפילעס אומ שאבּעס אונ יאָמטעוו.

אויכ מוז מענ די טונעיאדעווקער אײַנוווינער דעמ שוואכ 3 נאָכזאָגנ, אז זיי זענענ צופרידנ, מיט וואָס גאָט גיט, אונ קלײַבנ כאָלילע אינ דער האלבאָשע 4 אונ אינ דעמ עסנ שטארק נישט איבער. אז די שאבעסדיקע קאפּאָטע, אשטייגער, איז צעהאקט, צעפאלנ, צעריסנ, אביסל פארשלומפּערט אונ עפּעס נישט אזוי ריינ, מאכט אויכ ניט אויס, אבי זי איז פאָרט פונ אטלעס אונ גלאנצט. אי ערטערווײַז קוקט ווי פונ א רעשעטע ארויס דאָס הוילע לײַב, מיילע, וואָס ארט עס וועמענ, ווער וועט זיכ דאָ אזוי שטעלנ צוקוקנ? לעמײַ פּיאטעס, מיט וואָס איז דאָס ערגער פונ אויסגעריסענע פּיאטעס? פּיאטעס איז דענ נישט קיינ לײַב, קיינ מענטשנ⸗פלייש?.. א שטיקל ברויט מיט א קאָליש, אבי ס׳איז גאָר דאָ, איז זייער א גוטער מיטיק. ווער שמועסט א בולקע מיט א ראָסלפלייש פרײַטיק, ווער עס האָט נאָר, דאָס איז טאקע א מײַכל⸗מעלאָכימ, קיינ בעסערס דערפונ איז שוינ, דאכט זיכ, אפ דער וועלט נישטאָ. לאָז מענ זיי דערציילנ, אשטייגער, פונ אנדערע ↰ 13 מינע פּאָטראוועס, כוצ פיש⸗יויכ, געבראָכנס אונ א מערנ⸗ אָדער א פּאסטערנאק⸗צימעס, קומט זיי דאָס אויס עפּעס מעשונע⸗ווילד אונ זאָגנ דערופ אפ פארשיידענע ווערטלעכ מיט דעמ גרעסטנ געלעכטער, גלײַכ ווי דער, וואָס זאָגט עס, איז נאריש, מעשוגע, אונ וויל זיי אויכ מאכנ מעשוגע, אײַנרעדנ זיי א קינד אינ בויכ, א קו איז געפלויגנ איבערנ דאכ אונ געלייגט אנ איי. א שטיקל באָקסער אינ כאמישאָ⸗אָסאָר 1, דאָס איז אזא פּיירע, וואָס מעכײַע⸗נעפאָשעס. קוקנדיק דערופ, דערמאָנט מענ זיכ אינ ערעצ⸗ייִסראָעל, נישט איינ מאָל פארגלאָצט מענ דערבײַ די אויגנ מיט א קרעכצ: אכ, ותוליכנו קוממיות 2, זאָלסט אונדז, הארצעדיקער פאָטער, פירנ קוימעמיִעס, טאקע וואָס קוימעמיִעס הייסט, לארצנו 3, צו אונדזער לאנד, וואָס ציגנ עסנ דאָרט באָקסערנ!.. אלפּי מיקרע 4 האָט איינער אמאָל אינ דעמ שטעטל גראָד געבראכט א טייטל, האָט איר באדארפט זענ, וויאזוי מענ איז דאָס געלאָפנ אָנקוקנ אפ כידושימ. מענ האָט אופגעמישט א כומעש אונ געוויזנ, אז תמר 5, דער טייטל, שטייט אינ כומעש! סטײַטש, דער טייטל, אָט דער טייטל וואקסט דאָכ פונ ערעצ⸗ייִסראָעל!.. קוקנדיק אפנ טייטל, האָט זיכ אויסגעדאכט, ערעצ⸗ייִסראָעל איז פאר די אויגנ. אָט גייט מענ איבער דעמ יארדנ, אָט איז די מעאָראס⸗האמאכפּיילע 6, דער מוטער ראָכלס קייווער, דאָס קויסל⸗מאראָווי 7, אָט באָדט מענ זיכ אינ חמי טבריא 8. מענ ↰ 14 קריכט ארופ אפנ האר⸗האזייסימ 1, מענ עסט זיכ אָנ מיט באָקסערנ, מיט טייטלענ, אונ מענ לייגט אָנ פולע קעשענעס מיט ערעצ⸗ייִסראָעל⸗ערד. אכ! האָט מענ געקרעכצט, אונ אינ די אויגנ האָבנ איטלעכנ זײַנ געשטעלט טרערנ.

1 ראָשעשאָנע אונ יאָמקיפּער. — 2 געמיינט: גרויסע בּאלראכמאָנעס. — 3 א לויבּ. — 4 קליידונג.

1 דער פופצנטער אינ שוואט (יאנוואר⸗פעווראל), ווענ, לויט אנ אלטנ רעליגיעזנ מינהעג, עס איז אָנגענומענ צו עסנ בּאָקסער אונ אנדערע דאָרעמדיקע פּיירעס. — 2 וועסויליכיינו קוימעמיִוס — וועסט אונדז פירנ האָפערדיק. — 3 לעארציינו. 4 צופעליק. — 5 טאָמאָר. — 6 דער לעגענדארער קייווער פונ די אורפאָטערס אווראָהאָמ, ייִצכאָק אונ יאנקעוו. — 7 א רעשטל פונ אנ אלטער וואנט אינ יערושאָלאיִמ, וואָס די ייִדישע רעליגיעזע טראדיציע האלט דאָס פאר דער מײַרעוו⸗וואנט פונעמ אמאָליקנ בּייס⸗האמיקדאָש (טעמפּל). — 8 כאמיי טעוואריע — די ווארעמע בּעדער פונ טיבּעריע, וואָס ווערנ דערמאָנט אינ טאלמוד.

„יענע צײַט, — אזוי זאָגט ביניאָמינ, — איז גאנצ טונעיאדעווקע, ווי גרויס זי איז, געווענ אינ ערעצ⸗ייִסראָעל. מענ האָט געשמאק גערעדט פונ מאָשיִעכנ, אָט⸗אָט איז שוינ גאָטס פרײַטיק נאָכ האלבנ טאָג. דער נײַער פּריסטאוו, וואָס איז נישט לאנג אָנגעקומענ, האָט גראָד בעיאָד ראָמאָ 2 דענסטמאָל געפירט דאָס שטעטל, בא א פּאָר ייִדנ האָט ער אראָפּגעריסנ די יארמעלקעס, איינעמ אָפּגעשניטנ א פּייע, עטלעכע נעבעכ געכאפּט שפּעט בא דער נאכט אינ א געסל אָנ פּאספּאָרטנ, בא נאָכ איינעמ פארנומענ א ציג, וואָס האָט אופגעגעסנ א נײַעמ שטרויענעמ דאכ, אונ ער איז דערמיט אויכ געווענ די סיבע דערפונ, וואָס דער קאָמיטעט אונטערנ אויוונ האָט זיכ שטארק געדורעט מיט דעמ טויגער. אד⸗מאָסײַ 3 וועט דער שר של ישמעאל 4 אזוי שוילעט 5 זײַנ? מענ האָט אופגעמישט דעמ געוויינטלעכנ שמועס מיקויעכ די אסערעס⸗האשוואָטימ 6, ווי גליקלעכ זיי לעבנ דאָרט אינ יענע ווײַטע מעקוימעס, אינ געדולע, אוישער אונ קאָוועד. מענ ↰ 15 האָט אפירגענומענ די רויטע ייִדלעכ 1, די בניי⸗מוישע 2, מיט גוזמאָעס מײַסעס פונ זייערע גוווּרעס אוכדוימע. עלדאָד⸗האדאָני 3, עס פארשטייט זיכ, האָט אויכ געטאנצט אינדערמיט. יענער צײַט צומייסטנ האָב איכ צו פארדאנקענ די נעסיִע מײַנע, וואָס איכ האָב דערנאָכ געמאכט.”

1 א בּארג, ניט ווײַט פונ יערושאָלאיִמ. — 2 דאָ געמיינט: שטרענג. — 3 בּיזוואנענ. — 4 סאר שעל ייִשמאָעל — דער מאלעכ, דער הימלשער בּאשיצער פונ ייִשמאָעל (דאָ געמיינט: פונ די טערקנ). — 5 הערשנ, געוועלטיקנ (דער זינ פונ דער פראזע איז: בּיזוואנענ וועט דער הימלשער בּאשיצער פונ די טערקנ האָבּנ די מאכט אונ וועט ניט לאָזנ די ייִדנ קיינ ערעצ⸗ייִסראָעל). — 6 די צענ שוואָטימ, וואָס האָבּנ אינ אוראלט בּאוווינט די מעלוכע „ייִסראָעל”, וועלכע אסיריע האָט כאָרעוו געמאכט אונ פארטריבּנ אירע אײַנוווינער פונ פּאלעסטינע אינ 719 יאָר פאר אונדזער ערע. אינ מיטלאלטער זײַנענ אופגעקומענ בּא די ייִדנ פארשיידענע פאנטאסטישע לעגענדעס וועגנ דעמ, אז די צענ שוואָטימ עקזיסטירנ אלס א ייִדישע מעלוכע אינ אנ ערגעצ⸗לאנד, וואָס געפינט זיכ הינטער די „פינצטערע בּערג” (האָריי⸗כוישעכ) אפ יענער זײַט טײַכ „סאמבאטיענ”, אונ מע קאָנ צו זיי ניט צוקומענ.

פריִער איז ביניאָמינ געווענ ווי א הינדעלע, וואָס ליגט אינ איי, אָדער ווי א וואָרעמ, וואָס ליגט אינ כריינ, ער האָט געמיינט, אז אפ יענער זײַט טונעיאדעווקע עקט זיכ די וועלט, קיינ זיכער, קיינ בעסער לעבנ ווי דאָ איז גאָר נישטאָ.

„איכ האָב געמיינט, — זאָגט ביניאָמינ ערגעצ אינ איינ אָרט, — אז רײַכער פונ אונדזער ארענדאר באדארפ מענ שוינ נישט זײַנ. א קלייניקײַט. עפּעס אזא שטוב מיט באלעבאטישקײַט: פיר פּאָר מעשענע לײַכטער, א זעקס⸗רערנדיקער הענגלײַכטער, אויבנ מיט אנ אָדלער, צוויי קופּערנע פּארעווע טעפּ, מיט א פינפ קופּערנע פענדלעכ, א פּאָליצע צינערנע טעלער, אונ אוואדע אקעגנ א טוצ טעמבעקאָווע לעפל, צוויי זילבערנע בעכערלעכ, א האָדעסל 4, א כאנעקע⸗לעמפּל, א ציבעלע⸗זייגער אינ צוויי קופּערטעס מיט א גראָב קייטל פונ זאמד⸗פּאטשערקעס, צוויי קי מיטאמאָל, אונ א טעלעצע אפ דער צײַט, צוויי שאבעסדיקע קאפּאָטעס אוכדוימע נאָכ אונ נאָכ אזא גוטס. איכ האָב געמיינט, א כאָכעמ איז טאקע נאָר איינ רעב אײַזיק⸗דאָוויד רעב ארנ יוסעלעס סאָרע זלאטעס. א קאטאָוועס! מענ זאָגט, אז ער ↰ 16 האָט אמאָל אינ דער יוגנט געהאט א יעדיִע אינ טישבוירעס 1. ער האָט געמעגט זײַנ מיניסטער, ווענ דאָס שטיקעלע מאזל זאָל אימ נאָר דינענ. ווער האָט נאָכ, האָב איכ געמיינט, אזא האדראס⸗פּאָנעמ 2, אזא בענימעסדיק שמועסל ווי אונדזער כײַקל זאיִקע, אָדער ווער איז אזא מומכע 3, אזא דאָקטער, וואָס מאכט פונ טויט לעבעדיק, ווי אונדזער רויפע, וואָס ער האָט, קעפי האשמוע 4, די כאָכמאס⸗האדאָקטאָריע געלערנט בא א ציגײַנער פונ די כארטומיי⸗מיצראיִמ 5”.

1 די אײַנוווינער פונ דער פאנטאסטיש⸗לעגענדארער ייִדישער מעלוכע. — 2 מוישעס קינדער — א פאנטאסטיש⸗לעגענדארער ייִדישער שייוועט. — 3 א ייִדישער רײַזנדער אנ אוואנטיוריסט פונ IX יאָרהונדערט. — 4 א בּסאָמימ⸗פּושקעלע, וואָס ווערט בּאנוצט אינ ייִדישנ רעליגיעזנ ריטואל.

האקלאל, דאָס לעבנ אינ זײַנ שטעטל האָט ביניאָמינענ זיכ אויסגעוויזנ זייער שיינ, זייער גוט. ער האָט אפילע געלעבט אינ דאכקעס 6, ער מיט זײַנ ווײַב אונ קינדער זענענ געגאנגענ קרוע⸗בלוע. נאָר האָט דענ אָדאָמ⸗האָרישנ אונ זײַנ ווײַב, בעשאס זיי זענענ געווענ אינ גאנ⸗איידנ, פארשטאנענ זיכ צו שעמענ, וואָס זיי זענענ נאקעט אונ באָרוועס? די וווּנדערלעכע מײַסעס אָבער פונ די „רויטע ייִדלעכ” אונ די „אסערעס⸗האשוואָטימ” זענענ אימ ארײַנ טיפ אינ הארצ, אונ פונ יענער צײַט אָנ איז אימ עפּעס ווי ענג געוואָרנ אינ זײַנ שטעטל. עס האָט אימ עפּעס געצויגנ אלצ אהינ, אהינ דאָרט אינ די ווײַטע מעקוימעס ארײַנ. דאָס הארצ האָט אינ אימ זיכ געצויגנ, אזוי ווי קליינע קינדער ציִענ זיכ מיט די הענטלעכ אקעגנ דער לעוואָנע. דאכט זיכ אינ פלוג, וואָס איז אזוינס א טייטל, א פּריסטאוו, א יארמעלקע, א פּייע, א ייִד נעבעכ, וואָס ווערט נילקעד 7 אינ א געסל שפּעט בא דער נאכט, א ציג אונ א שטרויענער דאכ? נאָר דאָס אלצדינג האָט אָנגעמאכט אינ אימ א גרויסע פארענדערונג. עס האָט געפירט ↰ 17 דערצו, אז ער זאָל באגליקנ די וועלט מיט זײַנ בארימטער נעסיִע. אינ דער וועלט זעט מענ נישט איינ מאָל, ווי פונ קליינע סיבעס קומענ ארויס גרויסע, זייער גרויסע זאכנ. דערפונ, וואָס דער מוזשיק האָט געזייט ווייצ אונ קאָרנ, וואָס דער מילנער האָט עס געמאָלנ, וואָס דערפונ איז א טייל ארײַנ אינ דער גאָראלניע אונ געוואָרנ בראָנפנ, אונ א ביסל פונעמ מעל איז ארײַנ אינ גיטל דער שענקערנס הענט, וואָס זי האָט עס געראָשטשינעט, געקנאָטנ, געקאטשעט אונ געמאכט קנישעס, מעצורעפ⸗לאָזע 1, וואָס די פעניציער האָבנ מיט טויזנטער יאָר צוריק אנטדעקט די האמצאָע, ווי מענ מאכט גלאָז, אונ דורכ דעמ איז ארויסגעקומענ קויסעס אי קעלישקעס, — אָט פונ די דאָזיקע אלע קליינע סיבעס זענענ בא אונדז אינ א סאכ שטעט ארויסגעשפּרונגענ יענע ווילדע קאָהאָלס⸗לײַט, יענע מעשונע⸗בארימטע פּיינענ בעריעס...

1 בּרוכצאָלנ. — 2 א שיינער (אימפּאָזאנטער) אויסזענ. — 3 א ספּעציאליסט. — 4 לויט די קלאנגענ; ווי מע דערציילט. — 5 די מאגנ, די קישעפמאכער פונ עגיפּטנ (מיצראימ). — 6 ענגשאפט, אָרעמקײַט. — 7 געפאנגענ.

מעגלעכ איז, אינ ביניאָמינענ איז געלעגנ א ניצעצ 2 פונ א נוסע, נאָר דער ניצעצ וואָלט פארלאָשנ געוואָרנ, ווענ די סיכעס אונ די מײַסעס פונ יענער צײַט וואָלטנ אימ נישט אופגעבלאָזנ. אונ ווענ אפילע דער ניצעצ וואָלט נישט פארלאָשנ געוואָרנ אינגאנצנ, וואָלט ער, ווענ נישט די דאָזיקע סיבעס אינ יענער צײַט, געהאט אזא קליינעמ קויעכ, אז פונ ביניאָמינענ וואָלט מיט דער צײַט אויסגעוואקסנ א וואסערפירער, אָדער ווענ פיל — א באלעגאָלע.

איכ האָב אינ מײַנ לעבנ באגעגנט זייער פיל באלעגאָלעס אונ שמײַסערס, וואָס זיי זענענ מעסוגל געווענ 3 צו ↰ 18 זײַנ אזעלכע נויסימ גלײַכ כ׳לעבנ ווי יענע, וואָס וואנדרעווענ הײַנט ארומ צווישנ ייִדנ... נישט דאָס אָבער בינ איכ אויסנ.

1 צוגעגעבּנ דערצו. — 2 א פונק. דאָ געמיינט: א טאלאנט. — 3 פעיִק געווענ.

פונ יענער צײַט אָנ פלעגט ביניאָמינ מיט גרויס כיישעק זיכ פארטיפנ אינ ראבע⸗באר⸗באר⸗כאָנעס 1 נעסיִעס אפנ יאמ אונ אינ דער מידבער. ער האָט אויכ דערטאפּט שפּעטער דעמ סייפער „אלדד הדני” 2, דעמ סייפער „מסעות בנימין” 3, וואָס ער האָט מיט א זיבנ הונדערט יאָר צוריק גערײַזט ביז עק וועלט, דעמ סייפער „שבחי ירושלים” 4, מיט הויסאָפעס, אונ דעמ סייפער „צל עולם” 5, וואָס אינ זיבנ קליינע בלעטלעכ איז ער קוילעל 6 אלע שעווע⸗כאָכמעס 7 אונ דערציילט כידושימ⸗וועניפלאָעס פונ דער גאנצער וועלט אונ פונ אירע מעשונע⸗ווילדע באשעפעניש. די דאָזיקע ספאָרימ האָבנ אימ געעפנט די אויגנ אונ אימ איבערגעקערט פּאָשעט גאָר פאר אנ אנדער מענטשנ.

„פונ די וווּנדער⸗שיינע מײַסעס דאָרט, — דריקט זיכ אזוי ביניאָמינ אויס אינ זײַנ סייפער, — פלעג איכ שטארק ניספּאָעל ווערנ. אײַ, אײַ! פלעג איכ נישט איינ מאָל פאר גרויס היספּײַלעס א געשריי טאָנ, ווי העלפט מיר גאָט כאָטש א הונדערטל דערפונ צו זענ מיט מײַנע אויגנ! דער קאָפּ מײַנער האָט געטראָגנ ווײַט⸗ווײַט”...

1 איינער פונ די טאלמוד⸗געלערנטע פונ סאָפ III יאָרהונדערט. אינ זײַנ נאָמענ ווערט אינ טאלמוד געבּראכט פיל פאנטאסטישע מײַסעס אונ רײַזע⸗פּאסירונגענ. — 2 „עלדאָד האדאָני" (זע זײַט 171). — 3 „מאסאָעס בּיניאָמינ” (זע זײַט 169). — 4 „שיווכיי⸗יערושאָלאיִמ” (זע זײַט 171). — 5 „צייל אוילאָמ” (זע זײַט 171). — 6 נעמט ארומ, אנטהאלט. — 7 זיבּנ וויסנשאפטנ. געמיינט: אלע וויסנשאפטנ.

↤ 19

פונ דענסטמאָל אָנ איז אימ טונעיאדעווקע שוינ טאקע געוואָרנ צו ענג, ער האָט בא זיכ גוימער געווענ 1 ארויסצוכאפּנ זיכ פונ דאָרט מיט אלע קויכעס, גלײַכ ווי א הינדעלע, וואָס הייבט זיכ אָנ אויסצופּיקנ אונ ארויסקריכנ פונעמ איי אפ דער ליכטיקער וועלט.

1 בּאשלאָסנ.

↤ 20

דאָס צווייטע קאפּיטל
ווי ביניאָמינ ווערט א קאָדעש 1 אונ זעלדע אנ אגונע 2

בעטעווע איז אונדזער ביניאָמינ, דער נוסע, געווענ א ווילדער באל⸗פּאכדנ 3, הײַנע 4 בא דער נאכט פלעגט ער מוירע האָבנ צו גיינ אפ דער גאס; שלאָפנ איינער אליינ אינ א שטוב וואָלט ער נישט געוואָלט, מענ זאָל אימ אָפּגילטנ. ארויסצוגיינ א ביסל ווײַט פונ דער שטאָט האָט בא אימ געהייסנ פּאָשעט זיכ אײַנשטעלנ דאָס לעבנ, מאלע וואָס קענ, כאָלילע, געשענ. פאר א ליאד הינטל האָט ער געציטערט איימאס⸗מאָוועס 5.

1 א הייליקער, א מארטירער. — 2 א פרוי, וואָס דער מאנ האָט זי געוואָרפנ אָנ א געט, האָט זי, לויטנ רעליגיעזנ געזעצ, קיינ רעכט ניט כאסענע האָבּנ מיט אנ אנרעדנ. — 3 א שרעקעדיקער. — 4 נעמלעכ; אשטייגער. — 5 טויט⸗שרעק.

„איינמאָל, — אזוי דערציילט ביניאָמינ, — איינמאָל, איכ ↰ 21 געדענק עס ווי הײַנט, דאָס איז געווענ טאמעז, אינ א שרעקלעכ הייסנ טאָג, איז אונדזער ראָוו מיט איינעמ פונ זײַנע לײַט געגאנגענ זיכ אָפּטויוולענ אינ דעמ טײַכל, וואָס אונטער דער שטאָט. איכ מיט א פּאָר ייִנגלעכ, מײַנע כאוויירימ, זענענ מיט גרויס דערעכ⸗ערעצ נאָכגעגאנגענ פונ הינטנ, אונ געווענ בא זיכ זייער זיכער, אז מיר וועלנ נישט האָבנ קיינ שומ שלעכטע באגעגעניש אונ, אימ⸗ייִרצע⸗האשעמ, קומענ צוריק בעשאָלעמ אהיימ, געדופעט אפ דעמ ראָוו. עפּעס א קאטאָוועס א ראָוו, וואָס פאר אימ האָט דערעכ⸗ערעצ א וועלט, וואָס קיינ עלטערס פאר אימ איז שוינ גאָר נישטאָ! וואָס דער טיטל זײַנער פארנעמט א בלעטל פּאפּיר... דער ראָוו, אונדזער באשיצער, איז מיט ברייטקײַט געגאנגענ היפּש פריִער פאר אונדז, אונ אז ער האָט געהאלטנ אינ אויסטאָנ זיכ, איז אינמיטנ⸗דערינענ אָנגעקומענ עפּעס א שייגעצ אונ אפ אימ אָנגערייצט זײַנ הונט. אונדזער באשיצער איז נישט טויט⸗לעבעדיק אנטלאָפנ, צוגעהאלטנ, מעכילע, די אָפּגעשפּיליעטע טאכטוינימ 1 מיט איינ האנט אונ מיט דער אנדערער דאָס קײַלעכדיקע געשטעפּטע פעלפּענע היטל. מיר ייִנגלעכ זענענ אוואדע מעוווּלוול געוואָרנ. דענ, אז דער ליוויאָסנ ווערט אפ דער ווענטקע געכאפּט, וואָס זשע, נעבעכ, זאָלנ שוינ טאָנ די פּלאָטקעס אינ דער בלאָטע? מיר האָבנ אָנגעגורט אונדזערע לענדנ אונ געשווינד ווי די הירשנ געלאָפנ פאָרויס מיט א גוואלד, מיט א ביטער געשריי, ביז מיר זענענ אזוי הענדומ⸗פּענדומ אָנ א נעשאָמע אינאיינעמ מיט אונדזער גיבער ארײַנגעלאָפנ אינ דער שטאָט. ס׳איז געוואָרנ א מעהומע, א צונויפלויפעניש, א ליארעמ: עס ברענט! מענ הארגעט, מענ שלאָגט! איינער פונעמ אנדערנ האָט נישט געוווּסט.”

1 אונטערהויזנ, הויזנ.

↤ 22

אז ביניאָמינ האָט פירגענומענ די נעסיִע אינ די ווײַטע מעקוימעס, איז בא אימ געבליבנ קוידעמ⸗קאָל זיכ צו שטארקנ אוועקצוּווארפנ דעמ פּאכעד. ער האָט זיכ געצוווּנגענ דאפקע גיינ אליינ שפּעט בא דער נאכט, דאפקע שלאָפנ איינער אליינ אינ א כיידער אונ דאפקע ארויסגיינ אָפט אונטער דער שטאָט, כאָטשע דאָס האָט אימ געקאָסט געזונט, אונ איז פאר שרעק, נעבעכ, פונעמ פּאָנעמ אראָפּ. די נײַע האנהאָגע 1 זײַנע אינ דער היימ אונ אינ בעסמעדרעש, זײַנ פארטראכט בלייכ פּענעמל אונ זײַנ פארפאלנ ווערנ אָפט אפ עטלעכע שאָ פונ דער שטאָט איז איטלעכנ געוואָרנ עפּעס א פּליִע 2. מענ האָט אימ גענומענ אינ מויל ארײַנ אונ פונ אימ געשמאק גערעדט. א טייל האָבנ געזאָגט: נישט אנדערש, ער איז מעשוגע, כאָסער⸗דייע. איינמאָל, אזוי האָבנ זיי געדרונגענ, איז ביניאָמינ טאקע געווענ טאָמיד א ביסל שויטעוואטע, עס האָט אימ געפעלט אינ קאָפּ א קלעפּקע; צווייטנס, איז שוינ טאקע אינ טונעיאדעווקע לעערעכ עטלעכע יאָר נישט געווענ קיינ מעשוגענער, אונ ווי שיקט זיכ עס עפּעס? מיר האָבנ דאָכ א קײַמעלאָנ 3, הא, ווי זאָגט מענ עפּעס: עיר ועיר וחכמיה, עיר ועיר ומשוגעיה 4, איטלעכע שטאָט מיט איר כאָכעמ אי מיט איר מעשוגענעמ. ביפראט נאָכ הײַנט אינ אזעלכע גרויסע היצנ. פּאָשעט איז פּאָשעט, ביניאָמינ איז מעשוגע. ווידער א טייל, אונ בעראָש פונ זיי רעב אײַזיק⸗דאָוויד רעב ארנ⸗יוסעלעס סאָרע⸗זלאטעס, האָבנ געמאכט: עט, עט!.. טאקע נאָכאמאָל עט! עמעס טאקע, ביניאָמינ איז שויטעוואטע, טאקע שטארק שויטעוואטע, נאָר דערפונ איז נאָכ קלאל נישט געדרונגענ, אז ער מוז ווערנ אי מעשוגע, ↰ 23 וואָרעמ, זעלט עס אנדערש זײַנ אזוי, איז דאָכ די קאשע, פארוואָס גראָד אצינד אונ נישט פריִער? אדעראבע⸗וועאדעראבע, דערצו האָט ער געהאט צײַט אי פאר⸗צוויי⸗יאָרנ אי פאראיאָרנ זומער, וואָס די היצנ זענענ דענסטמאָל געווענ א גוזמע גרעסער. אײַ, וואָס איר זאָגט, טונעיאדעווקע איז, וועדליק דעמ קײַמעלאָנ, נישט ערגער פונ אנדערע שטעט, מיילע, בלײַבט דאָכ טאקע אלצ די קאשע, פארוואָס איז עטלעכע יאָר לעערעכ נישט געווענ דאָ קיינ מעשוגענער? אײַ, וואָס טוט מענ ווידער צוריק מיט דעמ קײַמעלאָנ? דער טערעצ איז אָבער — אונדזער טײַכ. דער טײַכ אונדזערער, האָבנ מיר דאָכ א קײַמעלאָנ, נעמט זיכער צו פונ אייביק אָנ א מענטשנ אלע יאָר, אונ פונדעסטוועגנ האָט ער שוינ א פּאָר יאָר קיינעמ נישט צוגענומענ! פארקערט, ער אליינ איז אינ די פּאָר יאָר אָפּגעפאלנ, אז ערטערווײַז קענ מענ מאמעש אימ איבערגיינ טרוקנ⸗פוס... אײַ, ביניאָמינ? וואָס טוט מענ מיט ביניאָמינענ? בלײַבט טייקו 1, א קאשע. דער גרעסטער טייל אָבער, אונ צווישנ זיי די ווײַבער, האָבנ געזאָגט: ער מוז האָבנ צו טאָנ מיט זיי... ער פּאָרעט זיכ אוואדע מיט אימ... מיט דעמ באל⸗דאָוואָר 2... וואָס דענ זשע בראָדזעט ער אליינ בא נאכט אינ דער פינצטער? וואָס דענ זשע ווערט ער אמאָל פארפאלנ אפ עטלעכע שאָ? וואָס דענ זשע שלאָפט ער איינער אליינ אינ ספּיזשארנע? זעלדע, זײַנ אייגנ ווײַב, דערציילט אויכ, אז זי האָרכט בא דער נאכט, ווי מענ קלאפּט בא אימ אינ ספּיזשארנע, זי האָרכט א קלאפּערײַ, ווי מענ גייט דאָרט מיט פיס...

1 אופירונג. — 2 א וווּנדער. — 3 דאָ געמיינט: אנ אָנגענומענער קלאל. 4 איר וואָיִר וואכאכאָמעהאָ, איר וואָיִר אומעשוגאָעהאָ.

דער דאָזיקער שמועס מיקויעכ דעמ איניענ האָט, ווי געוויינטלעכ, זיכ אוועקגעקויקלט אהינ אונטערנ אויוונ. פונ דאָרט ↰ 24 אינ דער סאָבראניע אפ דער אייבערשטער באנק. מענ איז איבער ביניאָמינענ דאָרט צווישנ זיכ נאָכ נישט פארטיק געוואָרנ. נאָר דערווײַל איז געבליבנ מוסקעמ 1 בא אלע, מענ זאָל צונויפשטעלנ א קאָמפּאניע פונ א פּאָר שיינע ייִדנ מיט דעמ סויפער 2, וואָס זיי אינאיינעמ זאָלנ ארומגיינ אינ אלע הײַזער, קעסיידער נאָכנ צעטל, אונ אומעטומ בוידעק זײַנ 3, רעווידירנ די מעזוזעס. אונ ווײַל די סאָבראניע האָט אפ דעמ איניענ געקוקט ווי אפ א קאָהאָלשער זאכ, א פּאָלזע פאר דער שטאָט, לאָכיינ 4 איז געבליבנ, אז ביכדיי אויסצושטיינ די הויצאָעס, וואָס אזא קאָמפּאניע באדארפ קאָסטנ, זאָל מענ ארופציִענ דעמ מעקעכ פונ פלייש... אינ טונעיאדעווקע איז דאָ א ווערטל: פונ וואָס מענ זאָל ניט שמועסנ, מוז ארויסקומענ אפנ טויט, אונ פונ וואָס מענ זאָל נישט רעדנ אפ אנ אסיפע 5, מוז מענ אויסלאָזנ מיט דער טאקסע 6 פונ פלייש. אונ בעעמעס איז עס טאקע אלפּי דערעכ⸗האטעווע, אנדערש קענ עס טאקע גאָר נישט זײַנ, דער סייכל איז אויכ אזוי מיסכײַעוו 7, וואָרעמ: סוף כל אָדם למות, וסוף יהודי לטאקסע 8, דאָס טײַטש: דער סאָפ פונ א מענטשנ איז צו שטארבנ, אונ דער סאָפ פונ א ייִדנ — צו צאָלנ טאקסע! דער טויט אונ די טאקסע — דאָס זענענ בעטעווע אזעלכע צוויי זאכנ, וואָס מענ קענ פונ זיי בעשומ אויפנ נישט פּאָטער ווערנ. אזוי האָט דער אייבערשטער באשאפנ די וועלט, אונ ווי ער האָט זי באשאפנ, ↰ 25 אזוי איז גוט, אזוי געהער עס זיכער צו זײַנ. קאשעס פרעגנ נאָר אפּיקאָרסימ...

1 א טאלמודישע פאָרמולע, וואָס בּאטײַט, אז אפ דער געשטעלטער פראגע איז קיינ ענטפער ניטאָ. בּאמ לערנענ טאלמוד פלעגט דאָס וואָרט „טייקו” געטײַטש ווערנ: „בּלײַבּט א קאשע”. — 2 דאָ געמיינט: דער שעד, דער טײַוול.

1 געקומענ צו א העסקעמ; מע האָט בּאשטימט. — 2 דער, וואָס שרײַבּט מיט א פעדער (פונ א פויגל) אפ פּארמעט רעליגיעזע שריפטנ לויט דער אָנגענומענער טראדיציע (סייפער⸗טוירעס, מעזוזעס אדגל.). — 3 איבּערקוקנ, רעווידירנ. 4 דעריבּער. 5 פארזאמלונג. — 6 דער שטײַער אפ „קאָשער” פלייש בּאמ צאריזמ, וואָס איז געווענ א בּיז גאָר שווערע לאסט אפ דער ייִדישער אָרעמשאפט. — 7 געמיינט: די לאָגיק פאָדערט. — 8 סאָפ קאָל אָדאָמ לאָמוס וועסאָפ יעהודי לעטאקסע.

שפּעטער א ביסל האָט מיט ביניאָמינענ זיכ פארלאָפנ א מײַסע, וואָס ער האָט מיט איר קוינע⸗שעמ געווענ. ארויסגייענדיק איינמאָל פונ דער שטאָט, טאמעז אינ א הייסנ טאָג, צוועלפ אזייגער אינדערפרי, סאמע ווענ די זונ האָט געבראָטנ, איז ער פארגאנגענ טיכלעכ אינ א וואלד, אקעגנ א דרײַ טכומ⸗שאבעסנ 1 פונ דער שטאָט. מיט זיכ אינ דער קעשענע האָט ער געהאט זײַנע ספאָרימ, וואָס אָנ זיי פלעגט ער נישט גיינ קיינ טריט. ער איז געזעסנ אינ וואלד אונטערגעלענט אונטער א בוימ אונ האָט געשמאק געטראכט. צו טראכטנ האָט ער געהאט זייער פיל. באלד איז אימ דער קאָפּ פארפלויגנ ווײַט אהינ אינ יענע לענדער אינ עק וועלט. ער איז געגאנגענ איבער בערג, איבער טאָלנ, איבער מידבאָריעס אונ אלע ערטער, וואָס שטייט אינ זײַנע ספאָרימ. ער האָט געוואנדרעוועט פוס⸗טריט נאָכ אלעקסאנדער מוקדנ 2, נאָכ עלדאָד⸗האדאָני אוכדוימע, ער האָט געזענ דעמ שרעקלעכנ פּיפּערנאָטער 3, דעמ לינדנוואָרעמ 4, שלאנגענ, עקדישנ אונ אלע מינע שלעק מעשולאכעסנ 5. ער האָט זיכ צוגעשלאָגנ צו די רויטע ייִדלעכ אונ גערעדט מיט די בניי⸗מוישע, דערנאָכ איז ער בעשאָלעמ צוריקגעקומענ צו זיכ אונ האָט געטראכט, וויאזוי אונ ווענ זשע זאָל ער שוינ טאקע מאכנ די נעסיִע.

1 דער מעהאלעכ, וואָס לויטנ טאלמודישנ געזעצ איז דערלויבּיט א ייִדנ צו גיינ אומ שאבּעס אויסיירנ ייִשעוו. — 2 דער בּאוווּסטער גריכישער קייסער (356⸗323 פאר אונדזער ערע), וואָס א סאכ לעגענדעס וועגנ אימ זײַנענ פאראנ אינ דער טאלמודישער אונ מיטלעלטערלעכער ייִדישער ליטעראטור. — 3 א פאנטאסטישע גיפטיקע שלאנג. — 4 א פאנטאסטישע כײַע (דראקאָנ). — 5 געמיינט: אָנשיקענישנ.

אינ מאכשאָוועסנ איז דערווײַל צוגעפאלנ די נאכט. ער איז אופגעשטאנענ, אויסגעגלײַכט די ביינער אונ זיכ געלאָזט גיינ ↰ 26 אהיימ. ער גייט אונ גייט — נאָכ אלצ נישט פונעמ וואלד ארויס. ער גייט א שאָ, צוויי, דרײַ, פיר שאָ, ס׳איז קיינ סאָפ, קיינ עק. ער האָט נאָכ טיפער אינ וואלד זיכ פארשלאָגנ, אונ דאָ איז פינצטער, כאָטש אנ אויג ארויסצונעמענ. פּלוצלימ איז נאָכ געוואָרנ א שטורעמ⸗ווינט מיט א שלאקסרעגנ, עס האָט געבליצט, געדונערט, אונ די ביימער האָבנ גערוישט — א שרעק! ביניאָמינ איז געבליבנ שטיינ. דער רעגנ האָט אימ געוואשנ, א צאָנ אָנ א צאָנ האָט אימ געקלאפּט פאר קעלט, פאר נעצ אונ פאר גרויס פּאכעד. עס האָט אימ זיכ געדאכט, אָט פאלט אפ אימ אָנ א בער, אָט פארצוקט אימ א לייב, א לעמפּערט, אָט גייט דער „מאטול”, וואָס, קעפי עס שטייט אינ „צל עולם”, איז ער א גרויסער, א לאנגער מינ באשעפעניש, מיט צוויי לאנגע הענט, מיט וועלכע ער ווארפט אנידער א העלפאנד. אנגסטנ האָבנ אימ באשלאָגנ, נעבעכ, אונ דאָ איז ער נאָכ טויט⸗הונגעריק, כוצ א רעטשנ קיכל איז דעמ גאנצנ טאָג אינ זײַנ מויל נישט געקומענ. ער האָט פאר אלע צאָרעס זיכ גענומענ דאוונענ מײַרעוו אונ געדאוונט מיט היסלײַוועס פונעמ גאנצנ הארצ.

גאָט האָט געהאָלפנ, ס׳איז טאָג געוואָרנ. אונדזער ביניאָמינ נעמט זיכ ווײַטער צומ גיינ אפ גאָטס באראָט. ער גייט, ער גייט, ביז ער שלאָגט זיכ צומ סאָפ ארופ אפ עפּעס א שטאלנ וועג. מיט דעמ וועג איז ער געגאנגענ אקעגנ א שאָ צוויי — אונ פּלוצלימ דערהערט ער פונדערווײַטנס א קאָל פונ א מענטשנ. אנשטאָט ער זאָל מיט דעמ קאָל זיכ דערפרייענ, איז ער, סאָנע⸗ציִענ 1, פארצאפּלט געוואָרנ. אימ האָט זיכ נישט אנדערש געדאכט, אז דאָס איז אוואדע א גאזלענ. מאכמעס שרעק האָט ער ↰ 27 זיכ געלאָזט לויפנ צוריק אָנ אָטעמ, אקוראט ווי ער איז אמאָל, נישט פאר אונדז געדאכט, געלאָפנ פארנ ראָוו. באלד אָבער האָט ער זיכ באטראכט: פע, ביניאָמינ! דו ווילסט וואנדרעווענ אזוי ווײַט איבער יאמימ אונ מידבאָריעס, וואָס דאָרט שוויבלט אונ גריבלט פונ עקדישנ, פונ כײַעס⸗ראָעס 1 אונ ווילדע אומעס 2, אונ דאָ האָסטו מוירע פארנ געדאנק, טאָמער באגעגנסטו א גאזלענ! אײַ, פע, מעגסט, כ׳לעבנ, זיכ שעמענ, ביניאָמינ. איז דענ אלעקסאנדער מוקדנ אויכ אנטלאָפנ אזוי ווי דו? האָט דענ אלעקסאנדער מוקדנ אויכ אזוי ווי דו זיכ מעיאעש געווענ 3, בעשאס ער איז געפלויגנ רײַטנדיק אפ זײַנ אָדלער אונ ס׳איז אויסגעגאנגענ דאָס פלייש פונעמ שפּיצ שפּיז, וואָס דער אָדלער פלעגט עס פּיקנ אונ פליִענ דורכ דעמ אלצ העכער? ניינ, אלעקסאנדער מוקדנ איז נישט אנטלאָפנ, אלעקסאנדער מוקדנ האָט בא זיכ אליינ אויסגעשניטנ א שטיק פלייש אונ ארופגעשטאָכנ אפנ שפּיז! אדעראבע, שטארק זיכ, ביניאָמינ, דאָס וויל גאָט דערמיט דיכ נאָר אויספּרוּוונ. האלטסטו אויס די פּראָבע, אז ווויל אונ גוט איז דיר דענסטמאָל! דענסטמאָל, ביניאָמינ, ביסטו א מענטש אונ וועסט טאקע ווערט זײַנ צו האָבנ די זכיִע פונ האשעמ⸗ייִסבאָרעכ צו דערגרייכנ דײַנ וווּנטש וועגנ די בניי⸗מוישע אונ מיט זיי איבערשמועסנ מיקויעכ דעמ קלאל⸗ייִסראָעל אינ אונדזער ווינקל, דערציילנ זיי גאנצ פּאָדראָבנע די האנהאָגעס פונ אונדזערע ייִדעלעכ דאָ, וואָס זיי טוענ אונ וואָס זיי מאכנ. וועסטו איצט אויסשטיינ נאָכ אי די דאָזיקע פּראָבע אונ גיינ צוריק אקעגנ דעמ קאָל, דענסטמאָל ביסטו מענאצייעכ 4 אלע פּכאָדימ אונ שרעקענישנ, וועסט ווערנ א קיילע⸗שליימע 5, א בראָכע, ↰ 28 א בענטשונג צווישנ די קינדער ייִסראָעל, אונ אָנטאָנ קאָוועד גאנצ טונעיאדעווקע. טונעיאדעווקע אונ מוקדנ — דאָס וועלנ זײַנ צוויי ערטער, גלײַכ באקאנט אינ דער גאנצער וועלט דורכ אלעקסאנדער טונעיאדעווקער אונ ביניאָמינ מוקדנ!..

1 די פײַנט פונ ציִענ (פונ די ייִדנ) — א רעדנסארט, וואָס בּאטײַט דאָס זעלבּע ווי „ניט פאר קיינ ייִדנ געדאכט”.

1 בּייזע כײַעס. — 2 פעלקער. — 3 זיכ אנטוישט, געקומענ אינ פארצווייפלונג. 4 בּאזיגסטו. — 5 א פולקומע זאכ.

אונדזער ביניאָמינ האָט זיכ אומגעקערט טאקע צוריק אונ איז געגאנגענ באהארצט ווי א גיבער מיט גרויס ביטאָכנ, ביז ער האָט פאר זיכ דערזענ דעמ גאזלענ. דאָס איז געווענ א מוזשיק וואָס איז געפאָרנ אפ א פּאָר אָקסנ מיט אָנגעלאָדענע זעק אינ וואָגנ.

— דאָברי דיענ! — האָט ביניאָמינ, צוגייענדיק, א זאָג געטאָנ ראפּטעמ אפ א מעשונע קאָל, וואָס ער האָט אינ זיכ געהאט אלע טײַמימ: אי געשריי, אי געבעט, אי ווי איינער זאָגט: נא, נא, טו מיט מיר, וואָס דו ווילסט אי עפּעס ווי א באקאָשע: גוואלד, האָב ראכמאָנעס אפ מיר, אפ מײַנ ווײַב אונ קינדער, נעבעכ!..

אָפּזאָגנדיק אָדער אָפּשרײַענדיק אי אָפּוויינענדיק דעמ „דאָברי דיענ”, איז ביניאָמינ געבליבנ אָנ לאָשנ ווי דערוואָרגנ. דער קאָפּ האָט אימ זיכ פארדרייט, אינ די אויגנ איז אימ געוואָרנ פינצטער, די פיס האָבנ אימ אופגעהערט צו דינענ, אונ ער איז טויט אנידערגעפאלנ אפנ אָרט.

אז ער האָט אופגעעפנט די אויגנ אונ איז צו זיכ געקומענ, האָט ער זיכ געפונענ ליגנדיק אינ וואָגנ אפ א גרויסנ זאק קארטאָפליעס, איבערגעדעקט מיט א גראָבער סוויטע. צוקאָפּנס איז אימ געלעגנ א געבונדענער האָנ, וואָס האָט אפ אימ געקוקט אינ דער זײַט מיט איינ אייגל אונ אימ געגראבלט מיט די נעגל, צופוסנ איז געשטאנענ אָנגעשטעלט קאָראָבקעלעכ מיט יונגנ קנאָבל ↰ 29 אי ציבעלעס אונ שאָר⸗יעראָקעס 1. אייער, אפּאָנעמ, איז דאָרט אויכ געלעגנ, וואָרעמ פּאָלאָווע זענענ געפלויגנ אונ אימ פארשאָטנ די אויגנ. דער מוזשיק איז געזעסנ, גערייכערט גאנצ רויִק דאָס ליולקעלע אונ איטלעכע רעגע אפ די אָקסנ אונטערגעשריגנ. סאָפּ, הײַטא, סאָפּ! די אָקסנ, קוימ וואָס זיי האָבנ זיכ גערירט, אונ די רעדלעכ פונעמ וואָגנ האָבנ מעשונע געסקריפּעט איטלעכס אפ אנ אנדער קאָל, אינאיינעמ איז אויסגעקומענ עפּעס א סקריפּנריקעד קאָנצערט, וואָס האָט געגרילצט אינ די אויערנ. דעמ האָנ, אפּאָנעמ, ווי עס האָט אויסגעזענ, איז אזא סקריפּערײַ אויכ נישט געווענ לעראָצנ 2, וואָרעמ איטלעכס מאָל, בעשאס די רעדלעכ פלעגנ אינגאנצנ זיכ אומדרייענ אונ אויסלאָזנ אפ א סווישטש מיט א שאלשעלעס 3, פלעגט ער ביניאָמינענ א שטארקנ גראבל טאָנ מיט די נעגל אונ א קריי געבנ קוקוריקו מיט קאס, מיט אימפּעט, אז עטלעכע רעגע דערנאָכ פלעגט בא אימ כאָרכלענ פארדומפּנ אינעווייניק אינ האלדז. ביניאָמינ האָט אינ זיכ נישט געפילט קיינ גאנצ אייווער אונ איז געלעגנ א היפּשע צײַט שטארק פארדולט: א שפּאס, וואָס ער איז אויסגעשטאנענ: שרעק, הונגער, נעצ אונ קעלט! עס האָט אימ זיכ געדאכט, אז א טערק האָט אימ געפאנגענ אינ דער מידבער אונ פירט אימ פארקויפנ ערגעצ פאר א קנעכט. נעכײַ, האָט ער געטראכט, נעכײַ זאָל ער מיכ כאָטש פארקויפנ צו א ייִדנ, וואָלט איכ נאָכ געקענט פאָרט עפּעס אופגעריכט ווערנ, אונ בעיִמ 4 אָבער, ער וועט מיכ פארקויפנ צו א פּרינצ אָדער כאָלילע גאָר צו א פּרינצעסנ פונ די אומעס⸗האָוילעמ 5, בינ איכ דאָכ פארלוירנ, פארלוירנ אפ אייביק. דערצו נאָכ האָט ער זיכ גראָד דערמאָנט די מײַסע פונ יאָסעפ⸗האצאדיק ↰ 30 מיט זליכענ 1, אונ האָט מאכמעס יעסורימ א שטארקנ קרעכצ געטאָנ.

1 אנדערע מינימ גרינס. — 2 געמיינט: צומ הארצנ. — 3 א געציקלטער, א געדרייד?⸗סער טאנ. — 4 אויבּ. — 5 די פעלקער פונ דער וועלט. געמיינט: ניט⸗ייִדנ.

דער מוזשיק האָט זיכ אומגעקוקט, אז ער האָט דערהערט ביניאָמינס קרעכצ, זיכ צוגערוקט נעענטער אונ אימ א פרעג געטאָנ:

— נו, זשידקאָ, א שטשאָ, טראָשקע ליפּשע?

דער קאָפּ איז ביניאָמינענ בעעמעס געוואָרנ א ביסל פרײַער, אונ ער האָט זיכ דערמאָנט אינגאנצנ, וואָס מיט אימ איז פאָרגעקומענ. ער האָט אָבער זיכ געפילט אינ זייער א שלעכטער לאגע: גוייִש קענ ער קימאט נישט קיינ וואָרט, הײַנט וואָס זשע טוט מענ דאָ? ווי ענטפערט מענ דעמ אָרל 2 אונ ווי טײַנעט מענ מיט אימ זיכ דאָ אויס צו וויסנ אקוראט, וווּהינ ער פירט מיכ?

ביניאָמינ האָט געפּרוּווט זיכ אופזעצנ, נאָר אומזיסט, די פיס האָבנ אימ שטארק געבראָכנ.

— טראָשקע טעבע ליפּשע? — האָט אימ דער מוזשיק ווײַטער אמאָל געפרעגט אונ טאקע בינשימע⸗אכאס 3 א מאכ געטאָנ:

— סאָפּ, הײַטא, סאָפּ!

— ליפּשע. ראק ריבי מאָיִ אײַ, אײַ, אײַ! — האָט ביניאָמינ געענטפערט, ווי ער האָט נעבעכ געקענט, אונ אימ געוויזנ אפ די פיס.

— איזווידקי טי, זשידקאָ?

— איזווידקי טי, זשיטקע?! — האָט ביניאָמינ געמאכט מיט א ניגנ ווי א מײַפּעכ⸗פּאשטאָ 4 — יא ניִאָמקא, ביניאָמקא אוּוו טונעיאדעווקו!

1 א בּיבּלישע מײַסע, וויאזוי די פרוי פונ אנ עגיפּטישנ הויכגעשטעלטנ הויפמאנ האָט געוואָלט פארפירנ איר קנעכט יויסעפנ (דעמ זונ פונ יאנקעוו⸗אָווינו). — 2 געמיינט:. דער ניט⸗ייִד. — 3 אינ איינ אָטעמ. 4 צוויי געוויסע מענער פונעמ טראדיציאנעלנ רעטשיטאטיוו (פונעמ „טראָפּ”), מיט וועלכנ מע לייענט די בּיבּל.

↤ 31

— טי איז טונעיאדעווקי? קאזשי זשע, שטשאָ טי וויטאראשטשיל נא מעני אָטשי אי גליאניש יאק שילאָני. אליע מאָזשע טי טאקי אי שילאָני? טראסצא טוואָי מאטערי! סאָפּ, הײַטא, סאָפּ!

— יא, סטײַטש, יא טעבי לעכאטכילע קאזאטע, יא ניאָמקע סאמ אוּוו טונעיאדעווקו! — האָט ביניאָמינ געענטפערט, געמאכט דערבײַ א ראכמאָנעס⸗פּאָנעמ, א ווײַז געטאָנ מיט דער האנט אונ געבעטנ ראכמימ: — גוואלד, אוּוו טונעיאדעווקי זשינקא טעבי דאמ טשארקע שליש אי שאבאשקאָווע בולקע, אי דאָברע דאנקוּיעט טעבי.

דער מוזשיק, אפּאָנעמ, האָט זיכ אָנגעשטויסנ, וואָס ביניאָמינ מיינט.

— דאָברי, זשידקאָ! — האָט ער געזאָגט, זיכ געזעצט אפ זײַנ אָרט מיט דעמ פּאָנעמ צו די אָקסנ אונ געמאכט: סאָפּ, הײַטא!

אקעגנ א פּאָר שאָ ארומ איז דער וואָגנ ארופגעפאָרנ גלײַכ אפנ מארק אינ טונעיאדעווקע, ווײַבער אונ מאנצביל האָבנ זיכ א שאָט געגעבנ אקעגנ מיט פארשיידענע שײַלעס.

דער שרײַט:

— טשוּיעש, סקילקע כאָטשעס זא פּיווענ? זא ציבולי?

יענער פרעגט:

— מאָזשע מאיעש קארטאָפל, יאיצי?

בסויכ⸗האבאָיִמ 1 קומט איינער מיט א שײַלע:

— טשוּיעש, מאָזשע טי באטשיל נא דאָראָגי זשידקאָ? או נאס יעדינ זשידקאָ, ביניאָמקא, ווטשאָרא פּראָפּאל יאק אוּוו וואָדי.

1 צווישנ די אָנגעקומענע.

↤ 32

אונ איידער דער מוזשיק האָט אוספּייעט איטלעכנ צו ענטפערנ זענענ די אלע ווײַבער ווי די היישעריקנ איבערגעפאלנ דעמ וואָגנ, האָבנ אופגעדעקט די סוויטקע אונ אינ איינ קאָל ארויסגעלאָזט א געשריי:

— ביניאָמינ!.. ער איז דאָ! ציפּע⸗קרוינע! באסשעווע⸗ברײַנדל, לויפט גיכער צו זעלדענ מיט דער גוטער בסורע, אז איר שאָדנ האָט זיכ אָפּגעזוכט! זי וועט שוינ נישט זײַנ קיינ וויסטע אגונע.

ס׳איז געוואָרנ א ראש, א צונויפלויפעניש. גאנצ טונעיאדעווקע האָט זיכ געוויגט, קינד אונ קייט זענענ געלאָפנ אָנקוקנ ביניאָמינענ. מענ האָט אימ פארוואָרפנ מיט רייד, מיט שײַלעס, מיט ווערטלעכ, מענ האָט דערציילט, אז דעמ גאנצנ נעכטיקנ טאָג מיט דער נאכט האָט מענ אימ געזוכט, געאקערט, מענ האָט אימ שוינ געהאלטנ פאר א קאָדעש אונ זײַנ ווײַב פאר א וויסטע אגונע.

פּלוצלימ אינמיטנ געטומל איז דאָס ווײַב זײַנס צוגעלאָפנ מיט א געוויינ. זי האָט געבראָכנ די הענט, אָנקוקנדיק איר באשערטנ, ווי ער ליגט בלייכ אונ טויט אונ קענ קיינ ריר זיכ נישט טאָנ. זי האָט, נעבעכ, אליינ נישט געוווּסט וואָס צו טאָנ, צי זאָל זי אימ שעלטנ, אויסלאָזנ צו אימ איר שווער ביטער געמיט, צי זאָל זי ארויסווײַזנ איר פרייד, איר סימכע, וואָס גאָט האָט זי, וויסטע אגונע, אופגעריכט.

אינ עטלעכע מינוט ארומ האָט מענ ביניאָמינענ, אזוי טאקע ווי ער איז געלעגנ אפנ זאק קארטאָפליעס, געפירט צו זיכ אהיימ איבער דעמ מארק מיט א גרויסער פּאראדע. דער גאנצער טונעיאדעווקער אוילעמ פונ קליינ ביז גרויס האָט אימ אָפּגעגעבנ קאָוועד, קיינער האָט זיכ נישט געלאָזט בעטנ אונ אימ באלייט מיט א ראש, מיט א געשריי: קאָדעש! קאָדעש! קאָדעש!

↤ 33

דער נאָמענ קאָדעש איז ביניאָמינענ פונ דענסטמאָל אָנ טאקע אפ טאָמיד געבליבנ. ער האָט געהייסנ ביניאָמינ דער קאָדעש, אונ זײַנ ווײַב — זעלדע די אגונע.

דער טונעיאדעווקער מומכע איז נאָכ דעמ טאָג טאקע צו ביניאָמינענ געקומענ אונ האָט אימ געגעבנ ראטונעק מיט אלע טאכבולעס, וואָס איז נאָר מעגלעכ געווענ. ער האָט אימ געשטעלט באנקעס אי פּיאווקעס, אויכ אינגאנצנ אימ אָפּגעגאָלט אונ געזאָגט פארנ אוועקגאנג, אז נאָכ די אלע מיטל וועט ער, אימ⸗ייִרצע⸗האשעמ, גענעזנ ווערנ אונ וועט נאָכ מאָרגנ קענענ, אויב ער וועט קויעכ האָבנ, גיינ גוימל בענטשנ 1 אינ בעסמעדרעש ארײַנ.

1 זאָגנ א בּראָכע, וואָס איז בּאשטימט פאר אזעלכע, וואָס ראטעווענ זיכ פונ א טויט⸗געפאר.

↤ 34

דאָס דריטע קאפּיטל
ווי ביניאָמינ סקאָמפּאנייעט זיכ מיט סענדערל דער ייִדענע

די דאָזיקע מײַסע, וואָס מיט ביניאָמינענ האָט זיכ געטראָפנ, וואָס האָט אָנגעמאכט אזויפיל יעסורימ זײַנ ווײַב, אזויפיל לײַטישע רייד, אי אינ דער שטאָט, אי דאָרט אונטערנ אויוונ, אי אפ דער אייבערשטער באנק, האָט אינ פלוג, דאכט זיכ, באדארפט אפ אייביק פונ אימ ארויסשלאָגנ דעמ געדאנק פונ זײַנ נעסיִע אינ די ווײַטע מעקוימעס. נאָר אָבער א טאָעס, פארקערט, עס האָט נאָכ אינ אימ דעמ דאָזיקנ געדאנק ערשט בעסער ארײַנגעשלאָגנ. ער האָט פונ דענסטמאָל אָנ אפ זיכ ↰ 35 געקוקט מיט דערעכ⸗ערעצ, ווי אפ א מענטשנ א געניטנ, וואָס איז גענוג אינ זײַנ לעבנ אופגעשטאנענ. ער איז בא זיכ געווענ צענ מאָל טײַערער פאר זײַנ באהארצטקײַט, פאר זײַנ שטארקײַט, מיט וועלכער ער איז אופגעשטאנענ אזויפיל שווערע פּראָבעס אונ גויווער געווענ אינגאנצנ די טעווע זײַנע. ער האָט אָנגעהויבנ זיכ צו האלטנ פאר א גיבער, פאר א כאקרענ 1, וואָס האָט א יעדיִע אינ אלע שעווע⸗כאָכמעס, וועלכע עס געפינענ זיכ נאָר אינ דעמ „צל עולם”, וואָס האָט זיכ אָנגעלייענט ווי א פּויק אינ אזעלכע מינע ספאָרימ אונ ווייסט, וואָס אפ דער גאנצער וועלט טוט זיכ. ער האָט אָנגעהויבנ אליינ אפ זיכ א מייוונ צו ווערנ אונ זיכ אליינ צו באדויערנ, וואָס ער, אזא מענטש ווי ער, געפינט זיכ, נעבעכ, כשושנה בין החוחים 2, ווי א רויז צווישנ דערנער. וווּ? אינ טונעיאדעווקע, אינ אזא העק, צווישנ פּראָסטע מענטשנ, וואָס פארשטייענ נישט אונ ווייסנ נישט פונ זייער לעבנ צו זאָגנ! די לײַטישע רייד אונ די ווערטלעכ, וואָס זענענ איבער אימ געפאלנ, זיי האָבנ, אדעראבע, אימ ערשט געטריבנ אינ וועג ארײַנ. עס האָט אימ זיכ געגלוסט ווי צומ גיכסטנ אוועק פונ טונעיאדעווקע. ווי דערלעב איכ שוינ, פלעגט ער אלצ טראכטנ, זיכ אוועקצולאָזנ אהינ, ווײַט, אונ קומענ בעשאָלעמ צוריק מיט יעשועס 3 אונ געכאָמעס 4 אפ ייִדנ, מיט קאָוועד אונ מיט א גוטנ נאָמענ אינ דער וועלט! אונ דענסטמאָל וועט גאנצ טונעיאדעווקע וויסנ, פונ קליינ ביז גרויס, וואָס איכ, ביניאָמינ, בינ, וואָס איכ, ביניאָמינ, באטײַט...

1 דאָ געמיינט: א פילאָסאָפ. — 2 קעשוישאנאָ בּיינ האכויכימ. — 3 הילפ. — 4 טרייסט.

ביניאָמינענ האָט לעסאטע אָפּגעהאלטנ פונ דער נעסיִע נאָר די דאָזיקע קליינע מעניִעס: ערשטנס, וווּ נעמט מענ אפ הויצאָעס? ↰ 36 בא אימ אליינ האָט קיינמאָל זיכ נישט געפונענ קיינ גראָשנ אינ קעשענע. ער פרעגט טאָמיד זיצנ ליידיק אינ בעסמעדרעש אונ זײַנ פּלויניסטע איז געווענ די איישעס⸗כאיִל 1, די פּארנאָסע⸗געבערנ פונ א נאס אפּטייקל 2, וואָס זי האָט זיכ געקאָנט באלד נאָכנ קעסט אראָפּגייענדיק, אונ, מישטיינס⸗געזאָגט, וואָס דאָס גאנצע קלייטל האָט אָנגעטראָפנ: ווענ זי זאָל דערבײַ נישט געווענ ארבעטנ זאָקנ, נישט פליקנ ווינטער ביז שפּעט אינ דער נאכט פעדעמ, נישט פּרעגלענ אפ צו פארקויפנ פּייסעכדיק שמאלצ, נישט אײַנהאנדלענ אמאָל אינ א מארק⸗טאָג בא אירע באקאנטע מוזשיקעס קיינ מעציִעס, וואָלט נישט געווענ מיט וואָס די נעשאָמע צו דערהאלטנ. פארקויפנ עפּעס פונ שטובזאכנ? נאָר וואָס אָבער האָט דאָרט זיכ געפונענ? א פּאָר מעשענע לײַכטער, וואָס זענענ זעלדענ געבליבנ יערושע פונ אירע עלטערנ, אינ וועלכע זי בענטשט ליכט, שייערט עס טאָמיד אונ זיכ דערמיט שטארק מעהאנע 3. קיינ צירונג האָט זי נישט, כוצ א זילבערנ רייפעלע מיט א פּערל פונ איר מאמעס שטערנ⸗טיכל, וואָס דאָס ליגט בא איר פארשלאָסנ אונ טוט עס אָנ נאָר אמאָל בעשאס א גרויסע סימכע אָדער בעשאס א מאזלטאָוו אָפּגעבנ. פארקויפנ זשע עפּעס פונ זײַנע כפייצימ? נאָר אינגאנצנ האָט ער געהאט א שאבעסדיקע אטלעסענע קאפּאָטע נאָכ פונ דער כאסענע אָנ, צעהאקט, צעפאלנ פאָרנט אי הינטנ אונ דער געלער אונטערשלאק האָט ארויסגעקוקט. ער האָט געהאט, פּראוודע, אי א טולעפּל, נאָר אונטנ איז ער געווענ אינגאנצנ אָפּגעבארעט, דער קאָלנער מיט גאָרנישט באלייגט. בעשאס זײַנ כאסענע האָט דער טאטע זײַנער, אימ צו לאנגע יאָר, געהייסנ נישט זשאלעווענ, אדעראבע, מאכנ א לאנגנ קאָלנער פונ דער ↰ 37 פולער האנט אונ אָפּשטעפּנ אימ לעסאטע פונ אויבנ מיט א שטיק אונטערשלאק, וואָס איז געבליבנ ייִטער 1 פונ זײַנ קאפּאָטע, אונ האָט דערבײַ זיכ מיסכײַעוו געווענ 2 צו באלייגנ דעמ קאָלנער מיט פיי, אימ⸗ייִרצע⸗האשעמ, שפּעטער באמ סילעקנ 3 דעמ מויסער 4 פונעמ נאדנ. דעמ נאדנ אָבער האָט ער ניט געסילעקט, אונ דער קאָלנער איז געבליבנ, אזוי ווי ער איז געווענ ביז דעמ הײַנטיקנ טאָג...

1 א בּעריע א פרוי. — 2 געמיינט: א שענק. — 3 האָט האנאָע.

צווייטנס, האָט ביניאָמינ נישט געוווּסט, ווי מענ רײַסט זיכ ארויס פונ דער היימ.

איבערשמועסנ מיקויעכ דער נעסיִע מיט זײַנ פּלויניסטע אונ ארויסזאָגנ איר די גאנצע זאכ בעפיירעש? כאָלילע⸗וועכאס 5! עס וואָלט געוואָרנ א ליארעמ, א געפּילדער, זי וואָלט אימ אָפּגעוויינט מיט טרערנ אונ אימ געהאלטנ זיכער פאר ריינ מעשוגע. וואָרעמ, ווי האָט א ייִדענע סייכל אזעלכע איניאָנימ מאסיג צו זײַנ? א ייִדענע, אז זי איז שוינ אפילע גאָר די איישעס⸗כײַיִל, איז זי דאָכ פאָרט נישט מער ווי א ייִדענע. וואָס דער מינדסטער מאנצביל האָט אינ נאָגל, האָט עס נישט אונ קענ עס גאָר נישט האָבנ די פײַנסטע אונ די קליגסטע ייִדענע אפילע אינ איר קאָפּ...

אוועקגיינ זשע בישטיקע 6 אונ דעמ זײַ⸗געזונט פארגעסנ? איז עפּעס אויכ פּריקרע. דאָס איז א ביסל מײַסע ליטוואק. ווידער זשע בלײַבנ זיצנ אינ דער היימ אונ אָפּזאָגנ זיכ פונ דער גאנצער נעסיִע? דאָס איז ריינ אומעגלעכ. עס הייסט אזויפיל ווי אָפּזאָגנ זיכ צו לעבנ.

1 דער רעשט, וואָס בּלײַבּט בּאמ שנײַדער פונעמ בּאשטעלערס צײַג. — 2 זיכ פארפליכטעט. — 3 בּאצאָלנ. — 4 דער רעשט. — 5 געמיינט: גאָט בּאהיט: — 6 געמיינט: שטילערהייט, בּעסאָד.

די נעסיִע איז ביניאָמינענ געוואָרנ די צווייטע נאטור. ווי א ייִד מוז דרײַ מאָל אינ טאָג דאוונענ, אזוי האָט ער געמוזט איטלעכע ↰ 38 רעגע אינ דער נעסיִע טראכטנ. אפילע אינ שלאָפ איז זי אימ פונ זינענ נישט ארויס אונ האָט אימ זיכ שטענדיק געכאָלעמט. זי האָט טיפ זיכ אײַנגעוואָרצלט אימ אינ הארצ אונ זיכ באשעפטיקט געמאכט מיט זײַנע אויגנ אונ אויערנ אזוי, אז ער האָט אופגעהערט צו זענ אי צו הערנ דאָס אלצדינג, וואָס פאר אימ. ער האָט נאָר געזענ אי געהערט דאָס, וואָס טוט זיכ דאָרט, דאָרט העט ווײַט אינ יענע מעקוימעס. נישט איינ מאָל פלעגט ער אינ א שמועס מיט עמעצנ פּלוצלימ ארײַנמישנ: הינדיִיאָ 1, סאמבאטיענ 2, אנטיקודאָ, פּיפּערנאָטער, לינדנוואָרעמ, אייזל, מויל⸗אייזל, באָקסער, קעצאפּיכיס 3, טערק, טאָטער, גאזלענ אוכדוימע נאָכ אזעלכע ווערטער.

די נעסיִע האָט געמוזט געמאכט ווערנ, נאָר וואָס טוט מענ מיט די מעניִעס? דאָס האָט ער זיכ קיינ אייצע נישט געקענט געבנ. ער האָט געפילט, אז ער באדארפ האָבנ איינעמ, מיט וועמענ ער זאָל קענענ מיקויעכ דעמ זיכ מעיאשעוו זײַנ.

איש אחד היה 4 בטונעיאדעווקע, איינ מענטש איז געווענ אינ טונעיאדעווקע, ושמו 5 סענדערל, אונ ער האָט געהייסנ סענדערל, נאָכ זײַנ עלטערזיידנ רעב סענדערל. זה 6 האסענדערל, דער סענדערל, היה איש פשוט 7, איז געווענ א פּאָשעט מענטשל, דאָס הייסט א פּראָסטער אָנ כאָכמעס. אינ בעסמעדרעש האָט ער געהאט א שטאָט אונטער דער בימע, אונ דאָס אליינ איז שוינ דער בעסטער סימענ, אז ער איז ניט געווענ פונ די טונעיאדעווקער פײַנע⸗בעריעס, פונעמ דאָרטיקנ צימעס אונ דער גילדענער פאָנ. די שמועסנ אינ בעסמעדרעש אָדער ערגעצ אנדערש ↰ 39 פלעגט ער דאָסראָוו צוהערנ שטיל, ווי א זײַטיקער פּארשוינ אָדער א וואָלנע סלושאטעל. נאָר פלעגט ער אמאָל זיכ אָנרופנ א וואָרט, האָט עס אָנגעמאכט א גרויס געלעכטער, נישט מאכמעס דערינענ איז געלעגנ עפּעס א ווילדע כאָכמע אָדער, א גרויסע האמצאָע, ניינ, נאָר גלאט זײַנס א וואָרט האָט עפּעס געמאכט לאכנדיק, כאָטשע ער האָט עס נעבעכ געזאָגט גאנצ פּאָשעט ביטמימעס 1 אונ האָט קלאל גאָרנישט געמיינט יענעמ דערמיט לאכנדיק צו מאכנ. אדעראבע, אז מענ פלעגט לאכנ, פלעגט ער אויסשטעלנ א פּאָר אויגנ אונ אָנקוקנ, פארוואָס מענ לאכט. פאראיבל האָבנ דערפאר פלעגט ער קיינמאָל נישט, וואָרעמ ער איז בעטעווע געווענ א גוטער, א פּאָקאָרנער, ווי עס גיט זיכ אמאָל אויס א פּאָקאָרנע קו; ער האָט גאָר נישט געוווּסט, אז מענ באדארפ פאראיבל האָבנ. יענער לאכט, נו, מיילע, לאָז ער זיכ לאכנ. מיסטאָמע האָט ער דאָכ האנאָע.

1 אינדיע. — 2 א לעגענדארער טײַכ, וואָס א גאנצע וואָכ ווארפט ער קעסיידער פונ זיכ שטיינער אונ שאבּעס רוט ער. — 3 א בּיבּליש וואָרט, וואָס בּאטײַט עפּעס אנ עסנווארג, נאָר דאָס פּינקטלעכע טײַטש פונ דעמ איז ניט בּאוווּסט, נעמט מענ עס אָנ פאר אנ עקזאָטישס. — 4 איש עכאָד האָיאָ. — 5 אושמוי. 6 זע. — 7 האָיאָ איש פּאָשוט.

דאָכ מוז מענ מוידע זײַנ, אז אינ סענדערלס א וואָרט איז אמאָל געלעגנ טאקע אנ עמעס גלײַכער אײַנפאל, כאָטש ער אליינ האָט עס גאָר אזוי ווײַט נישט געמיינט אונ דאָס געזאָגט גלאט ביטמימעס. מיט אימ פלעגט מענ ליב האָבנ קאטאָוועס צו טרײַבנ. דער גרעסטער טייל בערלעכ אינ טישעבאָוו זענענ אינ זײַנע פּייעס אײַנגעפּלאָנטעט געווענ. דער בעסטער כיילעק קישעלעכ, וועלכע מענ ווארפט הוישײַנע⸗ראבע בא דער נאכט באמ אופזײַנ, איז אימ אָנגעקומענ. אקעגנ זשע דער קלענסטער כיילעק רעטשנ קיכל אונ בראָנפנ פונ טיקנ 2 אָדער גלאט אזוי בראָנפנ — איז ווידער טאקע אינ אימ אָנגעקומענ.

1 נאיִוו. — 2 בּראנפנ אונ צובּײַסנ, וואָס עס שטעלט אינ בּעסמעדרעש דער, וואָס פּראוועט יאָרצײַט נאָכ א פארשטאָרבּענעמ.

האקלאל, סענדערל איז טאָמיד אונ אומעטומ געווענ דאָס קאפּאָרע⸗הינדל, אונ מאכמעס דעמ האָט ער טאקע באקומענ ↰ 40 א צונעמעניש: סענדערל דאָס קאפּאָרע⸗הינדל. סענדערל איז בעטעווע נישט געווענ, ווי אנדערע, קיינ אקשנ; האָט איינער געזאָגט אזוי, איז פונ זײַנעטוועגנ רעכט געווענ אזוי. סענדערל האָט געטאָנ יענעמס ראָצנ 1, נישט מאכמעס מעוואטל צו זײַנ 2 זײַנ ראָצנ, קעדיי יענער זאָל דערפאר מעוואטל זײַנ זײַנ ראָצנ פאר זײַנ ראָצנ, נאָר גלאט פּראָסטע איז מאָסטע, ער האָט געטאָנ יענעמס ראָצנ.

— וואָס ארט עס מיכ? — איז זײַנ שטייגער געווענ צו זאָגנ. — וואָס פאר א דײַגע איכ האָב? דו ווילסט דאפקע אזוי, נו, זאָל זײַנ אזוי.

צווישנ ייִנגלעכ איז סענדערל געווענ א ייִנגל. ער פלעגט עפטערס גיינ, שמועסנ, זיכ שפּילנ מיט זיי אינאיינעמ אונ האָבנ דערפונ טײַנעג 3. צווישנ זיי איז סענדערל בעעמעס געווענ ווי א פּאָקאָרנע בעהיימע, וואָס לאָזט צו זיכ צו קינדער, זיי זאָלנ אפ איר רײַטנ אונ איר קראצנ די מאָרדע. קונדייסימ פלעגנ אימ קריכנ אפנ קאָפּ אונ צופּנ אימ באמ בערדל. אנדערע פלעגט עס אמאָל ארנ אונ פלעגנ אָנשרײַענ: טארבעס 4, שקאָצימ, פאר אנ עלטערנ, פאר א ייִדנ מיט א באָרד! וואָס צופּט איר אימ דאָס בערדל?!

— נישקאָשע, נישקאָשע, — פלעגט סענדערל זיכ אָנרופנ, — וואָס ארט עס מיכ? וואָס פאר א דײַגע איכ האָב? זאָלנ זיי מיכ אביסל קראצנ.

1 ווילנ. — 2 בּאָטל מאכנ, צונישט מאכנ. — 3 פארגעניגנ. 4 געמיינט: אָפּשײַ; דערעכ⸗ערעצ.

בא זיכ אינ דער היימ האָט סענדערל נעבעכ קיינ האָניק נישט געלעקט. זײַנ ווײַב איז געגאנגענ אינ ספּאָדעק, אונ ער האָט בא איר געהאט א וויסטע, ביטערע דאָליע. זי פלעגט אימ האלטנ אינ דער מוירע, אמאָל דערלאנגענ א זעצ, אונ ער, נעבעכ, ↰ 41 האָט עט געמוזט מעקאבל⸗בעאהאווע זײַנ 1. אונטער א יאָמטעוו פלעגט זי אימ אנידערשטעלנ אויסווײַסנ די שטוב אונ אונטערבינדנ אימ דאָס בערדל מיט א טיכל. ער פלעגט איר שיילנ קארטאָפליעס, קאטשענ אונ בראָקנ לאָקשנ, אָנפילנ פיש, אָנטראָגנ אי ארײַנלייגנ אינ אויוונ האָלצ אונ אונטערהייצנ, אקוראט ווי א ייִדענע. דעריבער האָט מענ אימ טאקע אויכ גערופנ „סענדערל די ייִדענע”.

אָט דעמ סענדערל די ייִדענע האָט אונדזער ביניאָמינ אופגעקליבנ אימ צו עפענענ דאָס הארצ אונ מיט אימ זיכ שויעל⸗בעייצע זײַנ 2, וואָס ער זאָל טאָנ. דער טאמ דערפונ, פארוואָס גראָד סענדערל? איז דער: ווײַל ביניאָמינ האָט טאָמיד געפילט צו אימ עפּעס א שטיקל ליבשאפט. סענדערל איז אינ פיל זאכנ אימ זייער געפעלנ. ער האָט אינ א סאכ איניאָנימ זיכ מיט אימ אויסגעגלײַכט אונ פלעגט אמאָל אינ א שמועס מיט אימ זיכ פּאָשעט מעכײַע זײַנ. מעגלעכ עפשער נאָכ אי צוליב דעמ אויכ, וואָס ביניאָמינ האָט גערעכנט דערופ, וואָס סענדערל איז קיינ אקשנ נישט. ער, סענדערל, וועט זײַנ פּלאנ אָנעמענ אונ אימ נאָכגעבנ אלצדינג, וואָס ער וועט אימ זאָגנ. אונ אויב סענדערל וועט עפשער אינ עטלעכע פּונקטנ זיכ אײַנשפּארנ, וועט ער אימ מיט גאָטס הילפ אונ מיט זײַנ כעלקאס⸗האלאָשנ 3 גויווער זײַנ...

ויהי כבוא בנימין לסענדערל 4, אונ אז ביניאָמינ איז געקומענ צו סענדערלענ, האָט ער אימ געטראָפנ כשהוא יושב על ספסל החלב וקולף 5 קארטאָפליעס, ווי ער זיצט אפ דער מילכעדיקער באנק אונ שיילט קארטאָפליעס. איינ באק האָט אימ ↰ 42 שטארק געפלאמט אונ אונטערנ אויג איז אימ געווענ בלוי מיט א גראבל, עפּעס ווי מענ דערלאנגט א קרעל מיט א נאָגל. ער איז געזעסנ ווי א נעכטיקער, באטריבט אונ פאראומערט ווי א יוגנט, וואָס דער מאנ אירער האָט זי אוועקגעוואָרפנ אונ איז אוועקגעגאנגענ לימדינאס⸗האיאמ 1, אָדער ווי אנ אישע, וואָס דער מאנ האָט איר דערלאנגט א פּאטש...

1 אָנעמענ פאר ליבּ. — 2 זיכ אָנ אייצע האלטנ, זיכ בּאראטנ. — 3 געמיינט: גלאטיק צינגל; גלאטנ ארט ריידנ. — 4 ווײַהי קעוווי בּיניאָמינ לעסענדערל. — 5 קשעהו יוישייוו אל סאפסאל העכאָלאָוו וועקוילייפ.

סענדערלס ווײַב איז ניט געווענ אינ דער היימ.

— גוט⸗מאָרגנ, סענדערל! וואָס ביסטו, סערדצע, אזוי באטריבט? — האָט ביניאָמינ געזאָגט ארײַנקומענדיק אונ געוויזנ סענדערלענ מיט א פינגער אפ דער באק. — הא, ווײַטער זי? וווּ איז זי, די באָכערטע?

— אינ מארק.

— גאנצ גוט! — האָט ביניאָמינ קימאט א געשריי געטאָנ פאר גרויס סימכע. — לייג אוועק, נעשאָמע מײַנע, דײַנע קארטאָפליעס אונ קומ מיט מיר אינ אלקער ארײַנ. דאָרט איז קיינער נישטאָ? קיינ שוימער מיט דיר באדארפ איכ איצט נישט האָבנ, איכ וויל דיר אנטפּלעקנ מײַנ הארצ. איכ קענ מיר שוינ נישט אײַנהאלטנ, עס קאָכנ אינ מיר די געבליטנ. אכ, גיכער, סערדצע, גיכער, זי קענ נאָכ אָנקומענ אונ אונדז שטערנ, איידער מיר וועלנ פארטיק ווערנ.

— וואָס ארט עס מיכ? דו ווילסט טאקע גיכ, זאָל זײַנ גיכ, וואָס פאר א דײַגע איכ האָב? — האָט סענדערל זיכ אָנגערופנ אונ איז ארײַנ אינ אלקער.

— סענדערל! — האָט ביניאָמינ אָנגעהויבנ מיט אזא שמועס. — זאָג מיר, דו ווייסט, וואָס אפ יענער זײַט טונעיאדעווקע איז?

1 געמיינט: ערגעצ אפ יענער זײַט יאמ.

↤ 43

— איכ ווייס, דאָרט איז די פּריטשעפּע, וווּ מענ באקומט אמאָל א גוט ביסל בראָנפנ.

— דו ביסט א נאר, איכ מיינ ווײַטער, א סאכ ווײַטער.

— נאָכ ווײַטער פונ דער פּריטשעפּע? — האָט סענדערל פארוווּנדערט זיכ אָנגערופנ. — ניינ, ווײַטער דערפונ ווייס איכ ניט. אונ דו, ביניאָמינ, ווייסט?

— אויב איכ ווייס? א שײַלע א ביסל, אויב איכ ווייס? דאָ איז ערשט דאָ א וועלט! — האָט ביניאָמינ א זאָג געטאָנ מיט היסלײַוועס 1, גלײַכ ווי קאָלומבוס, בעשאס ער האָט אנטדעקט אמעריקע.

— וואָס זשע איז אזוינס דאָרטנ?

— דאָרטנ, דאָרטנ, — האָט ביניאָמינ זיכ צעפלאקערט, — פּיפּערנאָטער! לינדנוואָרעמ!..

— דער לינדנוואָרעמ, מיט וועלכנ שלוימע⸗האמעלעכ האָט געשניטנ די שטיינער צומ בייס⸗האמיקדעש? — האָט סענדערל ארײַנגערוקט זײַנ וואָרט ביטמימעס.

— יאָ, נעשאָמע מײַנע, יאָ, דאָרט איז ערעצ⸗ייִסראָעל, דאָרט איז יענע מעקוימעס... הא, דו וואָלסט געוואָלט זײַנ דאָרט?

— אונ דו וואָלסט געוואָלט?

— א שײַלע א ביסל! איכ וויל, סענדערל, איכ וויל אונ וועל טאקע דאָרט באלד זײַנ.

— איכ בינ דיר מעקאנע, ביניאָמינ. דו וועסט עס דאָרט זיכ אָנעסנ א ביסל מיט באָקסערנ אונ מיט טייטלענ, האָ⸗האָ!

— דו, סענדערל, קענסט עס אויכ עסנ ווי איכ. דו האָסט אינ ערעצ⸗ייִסראָעל אזא כיילעק ווי איכ.

— כיילעק האָב איכ טאקע, נאָר ווי קומט מענ אָבער אהינ? דאָרט איז דאָכ דער טויגער.

1 מיט בּרענ; מיט ענטוזיִאזמ.

↤ 44

— דערצו, סענדערל, איז דאָ א טרופע 1. זאָג מיר, סערדצע, דו ווייסט עפּעס פונ די רויטע ייִדלעכ?

— איכ האָב זיכ אָנגעהערט גענוג מײַסעס איבער זיי אונטערנ אויוונ, נאָר וויסנ אקוראט, וווּ זיי זיצנ אונ ווי מע קומט צו זיי, דאָס ווייס איכ נישט. איכ זאָל וויסנ, מיסטאָמע, וואָלט איכ דיר מוידיִע געווענ 2. פארוואָס ניט? וואָס ארט עס מיכ?

— הע⸗הע! זעסטו, אונ איכ ווייס, — האָט ביניאָמינ געזאָגט מיט גאדלעס אונ ארויסדערטאפּט פונ קעשענע דעמ „שבכי ירושלים”, — זעסטו, וואָס דאָ שטייט. איכ וועל דיר עס לייענענ.

„אז איכ בינ געקומענ קיינ ברוטי, אזוי שטייט געשריבנ, האָב איכ געפונענ פיר ייִדנ פונ באָוול. האָב איכ גערעדט מיט איינעמ פונ זיי, וואָס האָט פארשטאנענ לאָשנ⸗קוידעש אונ האָט געהייסנ ראָוו מוישע, האָט ער מיר דערציילט גאנצ עמעסע זאכנ פונעמ טײַכ סאמבאטיענ, אז ער האָט געהאָרכט פונ ייִשמעיילימ 3, וואָס האָבנ אימ געזענ, אונ אז דאָרט זײַנענ דאָ די בניי⸗מוישע.”

אויכ, זאָגט ער ווײַטער: „אז דער נאָגיד 4 האָט מיר דערציילט, אז א יאָר דרײַסיק אינ דעמ איז בא אימ אײַנגעשטאנענ איינער, וואָס ער איז געווענ פונ שייוועט שימענ, אונ ער האָט געזאָגט, אז אינ זײַנ מאָקעמ זײַנענ דאָ פיר שוואָטימ. איינער פונ זיי איז דער שייוועט ייִסאָסכער, וואָס איז זיכ אויסעק אינ טוירע אונ פונ דעמ שייוועט איז דאָ א מעלעכ איבער זיי.”

1 א מיטל. — 2 געגעבּנ צו וויסנ. — 3 געמיינט: מאכמעדאנער. — 4 געמיינט: דער האר, דער פירשט פונ די דאָרטיקע ייִדנ.

כוצ דעמ שטייט נאָכ בעפיירעש אי אינ דעמ דאָזיקנ סייפער „מאסאָעס ביניאָמינ” אָט די ווערטער: „פונ דאָרט איז א מעהאלעכ פונ צוואנציק טעג צו די בערג גיסבוינ, וואָס אפ דער טײַכ ↰ 45 גויזאָנ. אינ די בערנ גיסבוינ לוינענ דאָ פיר שוואָטימ: דער שייוועט דאָנ, דער שייוועט זוווּלנ, דער שייוועט אָשער אונ דער שייוועט נאפטאָלי, זיי האָבנ מעדינעס אונ קראקימ 1 אינ די בערג. פונ איינ זײַט נעמט זיי ארומ דער טײַכ גויזאָנ. זיי האָבנ ניט אפ זיכ קיינ יאָכ פונ די אומעס, נאָר איינ מעלעכ איז דאָ איבער זיי, אונ ער הייסט רעב יאָסעפ אמארקעלאָ האלייווי. אונ זיי האָבנ א בריס, א בונד מיט דעמ קויפער אל⸗טורעכ. אכוצ דעמ שטייט נאָכ אונ נאָכ זאכנ וועגנ די בניי⸗רייכאָוו 2 אינ דעמ לאנד טיימאָ, וואָס זיי האָבנ איבער זיכ א ייִדישנ מעלעכ אונ פאסטנ אונ בעטנ גאָט טאָמיד אפנ גאָלעס⸗ייִסראָעל. נו, וואָס דענקסטו, סערדצע, אז זיי וואָלטנ אשטייגער פּלוצלימ דערזענ מיכ, מיכ, זייער ברודער ביניאָמינ פונ טונעיאדעווקע קומט צו זיי צוגאסט? הא, וואָס דענקסטו, סענדערל? אדעראבע, זאָג, איכ בעט דיכ, וואָס זאָגסטו דערצו?

— זיי וועלנ פּאָשעט זיכ מעכײַע זײַנ, זאָג איכ דיר, ביניאָמינ, א קאטאָוועס אזא גאסט, אזא טײַערער גאסט? איטלעכער וועט דיכ פארבעטנ צו זיכ אפ א מאָלצײַט. דער מעלעכ אמארקעלאָ מיסטאמע אויכ, לאָז זיי דאָרט כאָטש פונ מיר נאָר פרײַנדלעכ גריסנ. איכ זאָל קענענ, וואָלט איכ, כ׳לעבנ, אויכ מיט דיר אהינ געגאנגענ.

1 גרויסע שטעט. — 2 א ייִדישער שטאמ, וואָס ווערט דערמאָנט אינ דער בּיבּל.

— הא! — האָט ביניאָמינ א מאכ געטאָנ פארפלאמט פונ א נײַעמ געדאנק, וואָס איז אימ אײַנגעפאלנ. — הא! טאָמער בעעמעס טאקע, סענדערל סערדצע, וואָלסטו מיט מיר אינאיינעמ געמאכט די נעסיִע. נארעלע, אצינד, כ׳לעבנ, האָסטו זייער א גוטע געלעגנהייט. איכ גיי א בלויז אהינ, וועל איכ דיכ מיטנעמענ. ↰ 46 נארעלע איינער, אינצווייענ איז היימלעכער. טאָמער וועל איכ דאָרט, א קאשע אפ א מײַסע, ווערנ מעלעכ, וועל איכ דיכ מאכנ, כ׳לעבנ, פאר א מישנע⸗לעמעלעכ 1. נא דיר מײַנ האנט טקיִאס⸗קאפ 2. וואָס וועסטו, נארעלע, דאָ זיצנ אונ לײַדנ גאָלעס, נעבעכ, פונ דײַנ פּלויניסטע, די ראָשעטע. קוק אָנ, וואָס פאר א באק, נעבעכ, דו האָסט. דו האָסט דאָכ בא איר א וויסטע, פינצטערע דאָליע. כ׳לעבנ, סענדערל, קומ, וועסט נישקאָשע קיינ כאראָטע נישט האָבנ.

— טאָ, — האָט געזאָגט סענדערל, — אויב דו ווילסט דאפקע אזוי, זאָל זײַנ אזוי. אי זי? וואָס פאר א דײַגע איכ האָב? א נאר וואָלט איכ באדארפט זײַנ, איר זאָגנ, וווּהינ איכ לאָז מיכ אוועק.

— נעשאָמע מײַנע, לאָמיכ דיכ א קוש טאָנ! — האָט ביניאָמינ ארויסגעלאָזט מיט גרויס סימכע אונ פאר ליבשאפט ארומגענומענ סענדערל די ייִדענע. — דו האָסט מיר, סערדצע, מיט איינ וואָרט פארענטפערט א קאשע, א קלאָצ⸗קאשע! איכ זאָג איצט אויכ אזוי ווי דו: אי זי? מײַנע, מיינ איכ, וואָס פאר א דײַגע איכ האָב? ס׳איז אָבער דאָ נאָכ א קאשע: וווּ נעמט מענ אפ הויצאָעס?

— אפ הויצאָעס? דו ווילסט דענ זיכ אויסקליידנ, ביניאָמינ, אָדער איבערניצעווענ דײַנ קאפּאָטע? הערסטו, אונ איכ וואָלט געזאָגט, מע באדארפ, כ׳לעבנ, נישט. אינ וועג איז אדעראבע גלײַכער אלטע קליידער. דאָרט וועלנ מיר מיסטאמע באקומענ גאָלע שיינע קאפּאָטעס.

1 א וויצע⸗קיניג. — 2 געבּנ די הענט אפ צו פארפעסטיקנ אנ אָפּגערעדטע זאכ.

— יאָ, טאקע עמעס, דאָרט האָב איכ שוינ קיינ דײַגע נישט. ↰ 47 מע באדארפ דאָכ אָבער לעסאטע ביז דאָרט האָבנ עפּעס געלט פּראָסט אפ צו עסנ?

— וואָס הייסט, ביניאָמינ, אפ צו עסנ? דו האָסט דענ בעדייע מיטפירנ מיט זיכ א קיכ? צי וואָס? נישטאָ דענ אפנ וועג קיינ קרעטשמעס, קיינ הײַזער?

— איכ פארשטיי דיכ, סענדערל, נישט, וואָס דו מיינסט, — האָט ביניאָמינ פארוווינדערט זיכ אָנגערופנ.

— איכ מיינ, — האָט סענדערל געענטפערט ביטמימעס, — אבי ס׳איז נאָר דאָ הײַזער, קענ מענ אינ איינ וועג טאקע גיינ איבער די הײַזער. וואָס טוענ דענ אלע אנדערע ייִדנ? הײַנט גייענ א טייל צו יענע אינ די הײַזער, דערנאָכ גייענ יענע פונ זייער זײַט צו אנדערע אינ די הײַזער. ס׳איז דאָכ א ייִדישע זאכ, נאָר א גמילעס⸗כעסעד...

— דו ביסט, כ׳לעבנ, גערעכט! — האָט ביניאָמינ א זאָג געטאָנ בעסימכע — אצינד איז מיר ליכטיק געוואָרנ אינ די אויגנ. אויב אזוי, בינ איכ, באָרעכ⸗האשעמ, אינגאנצנ פארטיק אונ פארזאָרגט מיט אלצדינג. נאָכ מאָרגנ טאקע, גאנצ פרי, אז דער אוילעמ וועט נאָכ שלאָפנ, קענענ מיר אוועקגיינ. פארלירנ צײַט איז, כ׳לעבנ, אנ אוויירע. דו ביסט מוסקעמ?

— דו ווילסט מאָרגנ? זאָל זײַנ מאָרגנ. וואָס פאר א דײַגע איכ האָב?

— מאָרגנ גאנצפרי, הערסטו, סענדערל? וועל איכ שטילערהייט ארויסגיינ פונ דער היימ. לעבנ דער פּוסטער ווינטמיל דאָרט וועל איכ אפ דיר ווארטנ. געדענק זשע, סענדערל, מאָרגנ גאנצפרי זאָלסטו אהינ ארויסקומענ. געדענק זשע! — האָט ביניאָמינ נאָכאמאָל איבערגעכאזערט אונ שוינ געוואָלט אוועקגיינ.

↤ 48

— ווארט נאָר, ביניאָמינ, ווארט א ביסל! — האָט סענדערל געזאָגט, זיכ געבאָברעט איבער דער בוזעמ⸗קעשענע פונעמ לײַבל אונ ארויסדערטאפּט פונ דאָרט עפּעס אנ אלט פארשוויצט שטיקל יערכע 1, ארומגעוויקלט מיט בענדלעכ עטלעכע מאָל הינ אונ צוריק אונ פארקניפּט אוואדע מיט א צוואנציק קניפּלעכ. — זעסטו, ביניאָמינ, אָט דאָס קניפּל האָב איכ אוספּייעט אָנזאמלענ אונטער מײַנ ווײַב פאר דער גאנצער צײַט, וואָס איכ האָב פאר איר כאסענע געהאט. עס וועט אונדז אינ דער האסכאָלע 2 צוניצ קומענ, הא?

— אצינד, סערדצע, ביסטו ווערט, מענ זאָל דיר אויסקושנ איטלעכס אייווער, איטלעכס גליד באזונדער, — האָט ביניאָמינ געזאָגט הויכ, לעבעדיק אונ ארומגעכאפּט סענדערל די ייִדענע.

— אָ, פארכאפּט זאָלסטו ווערנ! קוקט נאָר אָנ, איכ בעט אײַכ, דאָס גרויסע ליבשאפט ווי מענ נעמט זיכ אזוי ארומ, אונ דאָ אינ שטוב שטייט א ציג אונ עסט די קארטאָפליעס! ווערעמ זאָלנ עסנ דײַנ לײַב, — האָט זיכ פּלוצלימ געהערט א געשריי.

דאָס געשריי איז געווענ פונ סענדערלס פּלויניסטע. זי איז געשטאנענ אָנגעצונדנ אינ א פײַער, מיט איינ האנט געוויזנ אפ דער ציג אונ מיט דער אנדערער גערופנ צו זיכ סענדערלענ. סענדערל האָט מיט אנ אראָפּגעלאָזטנ קאָפּ זיכ געלאָזט פּאמעלעכ⸗פּאמעלעכ ארײַנגיינ אינ שטוב, גלײַכ ווי א פארזינדיקט קינד, וואָס מענ וויל אימ מעקײַעמ⸗פּסאק 3 זײַנ.

1 ווײַסע זעמש. — 2 אָנהייבּ. — 3 בּאשטראָפנ לויטנ געריכט. דאָ געמיינט: אָפּשמײַסנ.

↤ 49

— שטארק זיכ, נעשאָמע מײַנע, דאָס איז איר שוינ דאָס לעצטע מאָל, געדענק זשע, מאָרגנ... — האָט ביניאָמינ שטילערהייט אײַנגערוימט סענדערלענ אינ אויער אונ ווי א קעצעלע זיכ ארויסגערוקט פונעמ שטוב.

↤ 50

דאָס פערטע קאפּיטל
ווי ביניאָמינ מיט סענדערלענ פארלאָזנ טונעיאדעווקע

אפ מאָרגנ גאנצפרי, איידער דער פּאסטעכ האָט נאָכ פארנומענ די בעהיימעס אינ דער טשערעדע ארײַנ, איז אונדזער ביניאָמינ שוינ געשטאנענ גרייט לעבנ דער ווינטמיל מיט א פּעקל אונטערנ אָרעמ. אינעווייניק, אינ דעמ פּעקל, איז געלעגנ אלע זאכנ, וואָס זענענ נייטיק געווענ צו דער נעסיִע, הײַנע: טאלעס אונ טפילנ, א סידער „דרך החיים” 1, א כאָקל 2, א טילימ אונ יענע אלע ספאָרימ, אָנ וועלכע ער האָט זיכ נישט געקענט רירנ, אזוי ווי א באלמעלאָכע אָנ זײַנ געצײַג. די שאבעסדיקע קאפּאָטע זײַנע איז אויכ דאָרט געלעגנ, — מענ מוז דאָכ פאר דער וועלט א פּאָנעמ האָבנ אונ יויצע זײַנ פאר לײַט. אינ קעשענע האָט ער געהאט א פופצנטהאלבנ גראָשנ, וואָס ער האָט פארנ אוועקגאנג ארויסבאקומענ בא זײַנ פּלויניסטע אונטער דעמ קישנ.

1 „דערעכ האכאיִמ”. — 2 דער סייפער „כאָק לעייִסראָייל” (חק לישראל).

↤ 51

האקלאל, ער איז געווענ, באָרעכ⸗האשעמ, פארזאָרגט מיט אלצדינג אונ שוינ געקענט זיכ לאָזנ אינ וועג ארײַנ.

די זונ איז דערווײַל אופגעגאנגענ זייער שיינ אונ האָט אראָפּגעקוקט מיט איר ליכטיקנ פּאָנעמ אפ דער וועלט. איינ קוק אירער האָט צוגעגעבנ א שטיק געזונט, מעכײַע געווענ איטלעכע זאכ באזונדער. ביימער אונ גראָז האָבנ עפּעס ווי זיס געשמייכלט, איידער די גרויסע טרערנ טוי פונ באנאכט זענענ זיי נאָכ נישט אויסגעטריקנט, אקוראט ווי קליינע קינדער צעלאכנ זיכ פּלוצלימ פריילעכ אינמיטנ געוויינ פונ א בלישטשענדיק טשאטשקעלע, בעשאס טרערנ ווי די באָב שמייענ זיי נאָכ אינ די אויגנ. די פעלד⸗פייגעלעכ האָבנ געשווינד זיכ געטראָגנ אינ דער לופט, געשפּילט אונ געזונגענ ארומ ביניאָמינענ, גלײַכ ווי זיי וואָלטנ געזאָגט:

— קומט, לאָמיר זינגענ אי שאלנ אונ דערפרייענ דעמ פײַנעמ פּארשוינ לעבנ דער ווינטמיל! דאָס איז ביניאָמינ אליינ, דאָס איז ביניאָמינ דער טונעיאדעווקער, דער אלעקסאנדער מוקדנ פונ זײַנ צײַט, וואָס ער פארלאָזט זײַנ פאָטערלאנד, ווארפט אוועק ווײַב אונ קינדער אונ גייט אינ גאָטס שליכעס, וווּהינ די אויגנ טראָגנ! אָט שטייט דער גרויסער ביניאָמינ, וואָס ער איז, ווי די זונ, ארויס פונ זײַנ געצעלט, אונ פרייט זיכ ווי א גיבער צו לויפנ אינ וועג מיט זײַנ פּעקל אינ דער האנט! ער איז שטארק ווי א לעמפּערט אונ גרינג ווי אנ אָדלער צו טאָנ דעמ ראָצנ פונ אונדזער פאָטער אינ הימל! זינגט, שפּילט: טרילילילי, טרריל, טריל! שאלט, זינגט אונ דערפרייט זײַנ הארצ!..

ביניאָמינענ איז טאקע בעעמעס פריילעכ געווענ אפנ הארצ, ער האָט בא זיכ געטראכט: „איכ בינ דאָכ דער גליקלעכסטער מענטש אפ דער וועלט. וואָס פעלט מיר אָנ אײַנהאָרע? וואָס גייט מיר אָפּ? מײַנ ווײַב האָב איכ, געלויבט איז האשעמ⸗ייִסבאָרעכ, ↰ 52 פארזאָרגט. זי האָט א שטיקל פּארנאָסע. איכ אליינ בינ א פרײַער פויגל, גלײַכ ווי די אלע פעלד⸗פייגעלעכ דאָ. די גאנצע וועלט איז פאר מיר אָפנ. מיט מײַנ געניטשאפט, מיט מײַנ באהארצטקײַט אונ מיט מײַנ שטיקל יעדיִע אינ די שעווע⸗כאָכמעס וועל איכ נישקאָשע ערגעצ נישט פארפאלנ ווערנ. הײַנט דערבײַ בינ איכ דאָכ עפּעס א ייִד, א שטיקל באל⸗ביטאָכנ. אוועקגעלייגט שוינ אלע מײַלעס אינ דער זײַט, לעבנ דאָכ ייִדנ אפ א וועלט מיט ביטאָכנ אליינ, אונ גאָט פירט זיי אויס.

ביניאָמינענ איז עפּעס זייער גוט געווענ אפנ הארצ, אזוי, אז די לעפצנ זײַנע האָבנ זיכ געעפנט, אונ ער האָט בענימעסדיק אפנ בײַ⸗קאָל אונטערגעזונגענ א מארש פונעמ מלך עליון 1. זײַנ מארש האָט זיכ פארמישט מיט דעמ געזאנג פונ די פייגעלעכ, מיט דעמ זוזשענ פונ די פליגלענ, מיט דעמ שמוצערנ פונ די גרילנ, אונ האָבנ אינ א קאָנצערט זיכ דערהויבנ ביז צומ קיסיי⸗האקאָוועד 2 פונ זײַנ ליבנ נאָמענ, הויכ⸗הויכ אפ דעמ אייבערשטנ הימל!

דערווײַל איז אוועק א היפּשע צײַט, אונ סענדערל איז נאָכ נישטאָ. דאָס האָט אָנגעהויבנ ביניאָמינענ א ביסל צו ארנ אונ צעשטערט זײַנ סימכע. ער האָט געקוקט אינ אלע זײַטנ, זיכ ארויסגענומענ די אויגנ קוקנדיק. נאָר אומזיסט די מי. מענ הערט נישט, מענ זעט נישט. ניטאָ סענדערל!

1 מעלעכ עליוינ — א הימנ, וואָס גייט ארײַנ אינ דער ליטורגיע פונ ראָשעשאָנע אונ יאָמקיפּער (געמיינט: דעמ ניגנ פונעמ הימנ). — 2 גאָטס טראָנ.

האָט אימ עפשער דענ די ראָשעטע זײַנע מעכאבעד געווענ מיט עפּעס א מעלאָכע? נאָר דערצו איז נאָכ אָבער איצט נישט די צײַט. גאנצ טונעיאדעווקע שלאָפט נאָכ אצינד געשמאק. קארטאָפליעס הייבט מענ אָנ צו שיילנ העט שפּעטער, ייִדענעס נעמענ זיכ צומ ווארמעס ערשט נאָכנ אָנקריגנ אונ אָפּשעלטנ ↰ 53 זיכ מיט די מאנענ, ערשט דערנאָכ, ווענ מענ שמײַסט שוינ אָפּ קינדער אונ מענ הענגט ארויס טריקענענ די בעבעכעס...

אונדזער ביניאָמינ האָט ניט געוווּסט וואָס צו טאָנ, אונ אימ איז געוואָרנ נישט פריילעכ. שטארק ניט פריילעכ. אומקערנ זיכ אהיימ? פע, דאָס איז מיִעס! אלעקסאנדער מוקדנ האָט צעבראָכנ די בריק, איבער וועלכער ער איז אריבער קיינ הינדיִיאָ, ביכדיי ער זאָל נישט קענענ צוריקגיינ. לאָזנ זשע זיכ אליינ אָנ סענדערלענ? ניינ, דאָס איז פּריקרע, זייער פּריקרע! סענדערל איז אימ געווענ שטארק נייטיק. זינט ער האָט מיט אימ זיכ סקאָמפּאנייעט, איז אימ עפּעס ליכטיק געוואָרנ אינ די אויגנ. אָנ סענדערלענ זיכ אוועקצולאָזנ וואָלט אופגעקומענ עפּעס מעשונע⸗ווילד, עס וואָלט נאָר א פּאָנעמ געהאט ווי א שיפ אָנ א רודער, אָדער ווי א מעלוכע אָנ א מיניסטער.

פּלוצלימ האָט זיכ געלאָזט זענ פונדערווײַטנס עפּעס ווי א מענטשנ⸗געשטאלט. דאכט זיכ, סענדערל, אונ פאָרט נישט סענדערל. דאכט זיכ, גאָר איינע אינ א ציצנ קליידל אונ מיט א טיכל אפנ קאָפּ.

ביניאָמינענ האָט א טיאָכקע געגעבנ דאָס הארצ, אונ איז געוואָרנ טויט, בלייכ ווי די וואנט. אימ האָט זיכ געדאכט, אז דאָס גייט זײַנ ווײַב. ניינ, זי גייט נישט, זי לויפט, זי יאָגט. אָט קומט זי צו לויפנ, כאפּט זיכ אפ אימ ארופ מיט גרויס קאס, לאָזט צו אימ אויס איר שווער ביטער הארצ אונ שלעפּט אימ אהיימ מיט א יאָמער, א קלאָג.

„איינ גאָט נאָר ווייסט, — אזוי דערציילט ביניאָמינ אליינ, — ווי איכ בינ דענסטמאָל געשטאנענ אינ איינע צאָרעס, אינ געהאקטע וווּנדנ, הונדערט פּיפּערנאָטערנ וואָלט מיר דענסטמאָל ליבער געווענ צו באגעגענענ ווי מײַנ ווײַב, וואָרעמ א פּיפּערנאָטער בײַסט נאָר דאָס לײַב, דעמ גופ, אונ א ווײַב בעשאס ↰ 54 קאס גריזעט אונ בײַסט די נעשאָמע. האשעמ⸗ייִסבאָרעכ אָבער האָט מיכ געשטארקט, איכ בינ באלד טאקע באהארצט אנטלאָפנ, זיכ פארבאָרגנ הינטער דער ווינטמיל אונ געלוגט 1 דאָרט ווי א לייב לוגט אפ זײַנ פארצוקונג.”

אינ עטלעכע מינוט ארומ איז ביניאָמינ ארויסגעשפּרונגענ פונ זײַנ פארבאָרגעניש מיט א שרעקלעכנ שפּרונג אונ מיט א געשריי ווי א ריינער מעשוגענער:

— הא, סענדערל!

סענדערל איז געגאנגענ אָנגעטאָנ אינ א ציצנ כאלאטל, אונטערגעבונדנ ביידע באקנ מיט א פארשמאָלצענעמ טיכל. אונטער ביידע אויגנ בלוי, צעגראבלט. א שטעקנ אינ דער האנט, אונ אפ די פּלייצעס א היפּש פּעקל.

ער האָט אינ ביניאָמינס אויגנ געהאט דענסטמאָל דעם זיבעטנ כיינ, ווי א שיינע אויסגעפּוצטע קאלע אינ די אויגנ פונעמ כאָסנ.

ביניאָמינ שילדערט זײַנ סימכע דענסטמאָל מיט די ווערטער: „ווי א אינד, וואָס גלוסט אפ קוואלנ וואסער, ווי א דאָרשטיקער אינ דער מידבער, וואָס געפינט לעבעדיקע, קוועלנדיקע וואסער, וואָס רינט אראָפּ פונ א שפּיצ סקאלע, אזוי האָט מײַנ גלוסטיקע לײַב זיכ געטאָנ טאָנ דערפרייענ אפ סענדערלענ מײַנ באשערטנ, מײַנ געטרײַענ געזעלנ.”

— וואָס איז די מײַסע, סענדערל? וואָס האָסטו געלאָזט אפ זיכ אזוי לאנג ווארטנ?

— סטײַטש, איכ בינ דאָכ געגאנגענ צו דיר אהיימ, — האָט סענדערל ביטמימעס געענטפערט, — ביזוואנענ איכ בינ דערגאנגענ, אונ ביזוואנענ איכ האָב אופגעוועקט דײַנ זעלדענ, איז דערווײַל אוועק א היפּשע צײַט.

1 לויערט; קוקט אויס.

↤ 55

— אופגעוועקט זעלדענ! — האָט ביניאָמינ א געשריי געגעבנ מעשונע⸗ווילד נישט מיט זײַנ קאָל. — סענדערל, לעמײַ, מעשוגענער, האָסט אזוינס געטאָנ?

— וואָס, סטײַטש לעמײַ?! — האָט סענדערל פארוווּנדערט זיכ אָנגערופנ, — לעמײַ, אז איכ האָב דיר פריִער אָנגעקלאפּט אינ דער ספּיזשארנע, אונ דו האָסט זיכ נישט אָנגערופנ, האָב איכ מיכ גענומענ קלאפּנ אינ דער שטוב⸗טיר סטוק, סטוק, סטוק. נו, איז זעלדע, נישט טויט, נישט לעבעדיק, אופגעשטאנענ, אונ איכ האָב זי געפרעגט מיקויעכ דיר.

— סענדערל, מיר זענענ פארבײַ! דו האָסט פארקאָכט א גוטע קאשע. סטײַטש, זעלדע וועט נאָכלויפנ, זעלדע, אונ וועט...

— אײַ, שרעק זיכ נישט, ביניאָמינ! זי האָט מיכ אָפּגעשיקט צו אלדי שווארצע יאָר מיט אזא קאס, גלײַכ ווי איכ וואָלט איר געקוילעט די קאפּאָטע. „גיי מיט מײַנעמ אינאיינעמ, אינ דער ערד ארײַנ ביידע!” — האָט זי געזאָגט אונ צוגעמאכט די טיר. איכ בינ א היפּשע צײַט געבליבנ שטיינ אינ דרויסנ ווי צעמישט. דערנאָכ ערשט האָב איכ מיכ דערמאָנט אָנ דער ווינטמיל אונ זיכ געשטויסנ, דו מוזט שוינ אפּאָנעמ זײַנ דאָ. אונ דעריבער טאקע האָט אפּאָנעמ דײַנע געזאָגט: „גיי מיט מײַנעמ אינאיינעמ, אינ דער ערד ארײַנ ביידע!” זי האָט אפּאָנעמ, מוז געדרונגענ זײַנ, געזענ, ווי דו ביסט אוועקגעגאנגענ.

— וואָס, וואָס, סענדערל! זי האָט געזענ? עפשער גייט זי, גייט זי עפשער?

— כאָלילע, ביניאָמינ! זי האָט גאָר פארקײַטלט די טיר. אז איכ האָב פארנ אוועקגיינ ווידער אָנגעקלאפּט אונ געפרעגט: זעלדע! זעלדע! וואָס זאָגסטו עפּעס אָנ צו דײַנ מאנ, זעלדע? אָדער האָסטו, עפשער, א קאשע אפ א מײַסע, וואָס אימ מיטצוגעבנ, זעלדע? האָט זי נישט געענטפערט קיינ גוט וואָרט. אפּאָנעמ ↰ 56 זי האָט זייער א הארטנ שלאָפ, אונ שלאָפט געשמאק, אָנ אײַנהאָרע. נו, האָב איכ געזאָגט: זעלדע, דו שלאָפסט, שלאָפ זשע, שלאָפ געזונטערהייט! זײַ מיר געזונט, זעלדע. האָב איכ געזאָגט אונ בינ מיר אוועקגעגאנגענ.

סענדערלס לעצטע ווערטער האָבנ אזוי ווי טראָפּנס אָפּגעמינטערט ביניאָמינענ. ער האָט אָנגעהויבנ פרײַ צו אָטעמענ אונ געסאָפּעט, גלײַכ ווי א שטיינ איז אימ פונעמ הארצ אראָפּ. דאָס פּאָנעמ האָט אימ געשײַנט, אונ זײַנע אויגנ האָבנ געפלאקערט פאר גרויס פרייד.

— אצינד, סענדערל! — האָט ער עפּעס ווילד א קוויטש געגעבנ, — אצינד מיט דער רעכטער פוס!

אינ דער צײַט האָט פונ א לוזשע אינ דער זײַט זיכ ארויסגעלאָזט א קאָל פונ זשאבעס, גלײַכ ווי זיי האָבנ זיכ געזעגנט מיט אונדזערע פּארשוינענ אונ זיי צוגעקוואקעט א מארש. טונעיאדעווקער זשאבעס שרײַענ מעשונע⸗שטארק אינ זייערע פארשימלטע בלאָטעס. זיי זינגענ בארימט אינ דער וועלט גלײַכ מיט דניעפּראָוויצער וואנצנ אונ טאראקאנעס...

↤ 57

דאָס פינפטע קאפּיטל
וואָס מיט אונדזערע פּארשוינענ פּאסירט זיכ באלד באמ ערשטנ ארויספאָר

אונדזערע פּארשוינענ האָבנ זיכ א לאָז געטאָנ ראפּטעמ אונ געגאנגענ געשמאק גיכ, גלײַכ ווי די וואָלטנ זיכ אָפּגעריסנ פונ א קייט, אָדער גלײַכ ווי איינער וואָלט זיי פונ הינטנ געטריבנ מיט א בײַטש. מיט זייערע ברייטע פּאָלעס, וואָס האָבנ געשוועבט אפנ ווינט, האָבנ זיי זיכ געמעגט גלײַכנ צו א שיפ, וואָס גייט געשווינד אפ אירע אויסגעשפּרייטע זעגלענ. די קאָנדוקטאָרס פונ געוויסע דיליזשאנסנ אינ אונדזער ווינקל וואָלטנ זיכ, ↰ 58 כ׳לעבנ, געמעגט ווינטשנ: האלעווײַ דער גאנג פונ אונדזערע וואנדערער — אפ זייערע פערד געזאָגט געוואָרנ! סאָראָקעס אונ וואָראָנעס, וואָס האָבנ ארומגעשפּאצירט אפ דער ערד, האָבנ מיט דערעכ⸗ערעצ אָפּגעטראָטנ דעמ וועג, אונ זענענ שרײַענדיק זיכ צעפלויגנ אינ אלע זײַטנ, מאכמעס גרויס פּאכעד פאר די צווייפיסיקע מינע באשעפענישנ, וואָס האָבנ זיכ געיאָגט מיט גרויס כיישעק אונ היסלײַוועס.

קיינ פּענ איז נישט בעיעכוילעס 1 צו באשרײַבנ, ווי גליקלעכ, איבערגליקלעכ זיי זענענ דענסטמאָל געווענ. עס האָט זיי עפּעס מעשונע האנאָע געטאָנ, אונ זענענ געווענ שטארק צופרידנ — צופרידנ פונ זיכ אליינ, צופרידנ איינער פונעמ אנדערנ אונ צופרידנ פונ דער גאנצער וועלט.

סענדערל, ווי עס האָט אויסגעזענ, איז זייער פריילעכ געווענ, וואָס ער האָט זיכ ארויסגעכאפּט פונ זײַנ ווײַבס הענט אונ איז פּאָטער געוואָרנ אזא שווערנ, ביטערנ גאָלעס. נעכטיקער טאָג באזונדערס איז פאר אימ, נעבעכ, געווענ זייער א שווערער, א ביטערער, א טאָג פונ צאָרעס אונ יעסורימ, וואָס האָט איבערגעלאָזט א סליעד פונ סיניאקעס אפ זײַנ לײַב, וואָס האָט מיט שטורעמ אויסגעוואָרצלט א סאכ האָר פונ זײַנ בערדל אונ וואָס האָט גאנצ פרײַ פאר דער גאנצער וועלט זיכ געכאסמעט מיט ברוינ⸗בלויע צייכנס אונטער זײַנע ביידע אויגנ. נישט פאר אײַכ, פּאנטאָפל⸗מענער, געזאָגט געוואָרנ אזא וויסטנ פינצטערנ פּעטשאטאָק, וועלכנ סענדערל, נעבעכ, האָט נעכטנ פרי געכאפּט פונ זײַנ באָכערטע!

1 איז ניט אימשטאנד; קאָנ ניט.

א היפּשע צײַט זענענ אונדזערע פּארשוינענ געלאָפנ קימאט אָנ א נעשאָמע, שא, שטיל, נישט צו רעדנ איינער מיט דעמ ↰ 59 אנדערנ א וואָרט. זיי האָבנ זיכ שטארק דערווארעמט, אונ גרויסע טראָפּנ שווייס האָבנ זיי ארויסגעטראָטנ אפנ פּאָנעמ. סענדערל האָט אָנגעהויבנ ביסלעכווײַז זיכ אָפּצושטעלנ אונ געסאָפּעט ווי א גאנדז.

— גיכער, גיכער, סענדערל! — האָט ביניאָמינ אימ אלצ אונטערגעגעבנ קוראזש אונ איז געלאָפנ מיט אימפּעט פאָרויס, ווי א גיבער, וואָס גורט אָנ זײַנע לענדנ אונ לויפט מיט פײַל⸗אונ⸗בויגנ אינ דער מילכאָמע.

— גוואלד, ביניאָמינ, האָב ראכמאָנעס אפ מײַנ נעשאָמע! — האָט סענדערל געבעטנ ראכמימ. — איכ האָב מער קיינ קויעכ נישט דיר נאָכצולויפנ. דו לויפסט, אָנ אײַנהאָרע, ווי א הירש אפ די בערג אונ ווי א צאפּ פאר דער טשערעדע.

— גיכער, גיכער, סענדערל! — האָט ביניאָמינ אימ אלצ געשריגנ אונ געלאָפנ פאָרויס מיט גאדלעס אפ זײַנ בערייִשקײַט — זעסטו, סענדערל, איכ וואָלט אזוי געלאָפנ, געלאָפנ ביז עק וועלט!

— נאָר צו וואָס, ביניאָמינ, איכ בעט דיכ, לויפסטו אזוי? — האָט סענדערל געפרעגט. — מיר וועלנ, כ׳לעבנ, גאָרנישט פארזאמענ. אז מיר וועלנ אָנקומענ אהינ שפּעטער מיט א טאָג אָדער אפילע מיט עטלעכע טעג, איז אויכ, כ׳לעבנ, קיינ סאקאָנע נישט. די וועלט וועט נאָכ אזוי גיכ נישט אונטערגיינ. זי האָט נאָכ צו שטיינ, קעפי איכ האָב געהאָרכט, ביז דעמ אלף השביעי 1, שטארקע עטלעכע הונדערט יאָר.

1 עלעפ האשוויִיִ — דער זיבּעטער יארטויזנט לויטנ ייִדישנ רעליגיעז קאלענדאר (דאָס יאָר 1878, ווענ ס׳איז דערשינענ „מאסאָעס”, איז לויט דער דאָזיקער צײַט⸗רעכענונג געווענ דאָס יאָר 5638).

— גיכער, סענדערל, גיכער, אנ אוויירע די צײַט! וואָס גיכער ארויסרײַסנ זיכ פונדאנענ, איז אלצ בעסער. האָרעווע, ↰ 60 סענדערל, קנעל א ביסל צו, נישקאָשע! דערפאר, קומענדיק אהינ, וועסטו אויסגלײַכנ דיר די ביינער, וועסט עטעמענ אונ לעבנ ווי א סראָרע.

— דו ביסט, ביניאָמינ, זייער גערעכט. דו ווילסט גיכער, וואָס פאר א דײַגע איכ האָב, זאָל זײַנ גיכער, בא מיר האָסטו געפּויעלט, נאָר וואָס טוט מענ מיט די פיס, מיט מײַנע פיס?

איינ בריירע, ביניאָמינ האָט געמוזט צוליב טאָנ סענדערלענ אונ אײַנהאלטנ א ביסל דעמ גאנג.

אז די זונ איז ארויס פונ איר פוטערפאס אונ האָט געשמאק געווארעמט, געבראָטנ מיט אירע ליכטיקע שטראלנ, זענענ אונדזערע וואנדערער אנידערגעפאלנ לעבנ א וועלדעלע, בא דער זײַט פונעמ וועג. זיי זענענ געלעגנ אינ איינ שווייס אונ האָבנ שטארק געסאָפּעט, געמאכט מיט די זײַטנ, די פרישע סיניאקעס האָבנ בא סענדערלענ זיכ צעפּריעט, אונ ער האָט געפילט א ווייטעק, ווי מענ שטעכט מיט שפּילקעס.

נאָכ דעמ, אז זיי האָבנ א ביסל אָפּגערוט, איז די ערשטע זאכ זייערע געווענ ארויסצונעמענ טאלעס⸗אונ⸗טפילנ אונ דאוונענ. ביניאָמינ האָט זיכ געשאָקלט, געדאוונט לעבעדיק, מיט א ברענ. ער איז ווערט געווענ דערנאָכ א ביסל בראָנפנ. נאָר ווי האָט ער עס אָבער געקענט דאָ אויספירנ? ער וואָלט גערנ געווענ, ער זאָל האָבנ כאָטש א שטיקל ברויט. דאָס הארצ האָט אימ געכאלעשט, דער אפּעטיט זײַנער איז געווענ זייער גרויס נאָכ אזא געשמאקנ גאנג. ער וואָלט געקענט אויפעסנ א וועלט, אונ דאָ האָט בא אימ, מײַסע⸗סאָטנ 1, זיכ נישט געפונענ אפילע א ברעקל ברויט ווי א קעזאיִס 2.

1 א שפּיצל פונעמ טײַוול. געמיינט: ווי אפ צולאָכעס. — 2 ווי אנ איילבּערט די גרייס.

↤ 61

ער האָט געוואָרפנ מיט די אויגנ אהינ אונ אהער, אויסגעקנאקט די פינגער, געגענעצט, זיכ געקראצט, פּאָסמאקעוועט, געמאכט אלצ טא⸗טא, געגלעט, געצויגנ די פּייעס, דאָס בערדל, נאָכאמאָל א קראצ אונ נאָכאמאָל טא; ביז ער האָט זיכ מעיאשעוו געווענ אונ ארויסדערטאפּט פונעמ קלומיקל עפּעס א פערטלדיקנ סייפער ווי א מאכזערל, אינ וועלכנ ער האָט ארײַנגעקוקט אונ אונטערגעברומט מיט אנ אקדאָמעס1⸗ניגנדל.

— סענדערל! — האָט ביניאָמינ אינדערמיט מאפסיק געווענ 2, — דו ווייסט, וואָס איכ זאָג דאָ איצט אזוינס? דו ווייסט, פארוואָס איכ זאָג עס איצט מיט דעמ ניגנדל?

— דו מוזט אוואדע הונגעריק זײַנ, — האָט סענדערל געענטפערט ביטמימעס.

— גראמ⸗שטראמ, — האָט ביניאָמינ זיכ אָנגערופנ, — אונ אז איכ בינ הונגעריק, מיילע?!

— מיילע, מיילע, דעריבער זינגסטו, — האָט סענדערל געענטפערט, — ס׳איז דאָכ דאָ א בעפיירעש ווערטל: קאָלי זשיד ספּיוואיע, קאָלי ווינ גאָלאָדני. דו, ביניאָמינ, מעגסט דיר זינגענ, זינג דיר, זינג, אונ איכ וועל מיר דערווײַל עפּעס אנדערש טאָנ.

אינ דעמ, ווי סענדערל האָט גערעדט, האָט ער טאקע ארײַנגעשטעקט די האנט זײַנע צו זיכ אינ פּעקל אונ ארויסבאקומענ פונ דאָרט א טאָרבע.

— עט, דו ווייסט נישט, דו פארשטייסט נישט, אקעגנ וואָס איכ טו עס, — האָט ביניאָמינ געזאָגט. — סענדערל, נארעלע, איכ וועל דיר מעפוירעש זײַנ 3 דעמ טאמ דערפונ.

1 דער רעטשיטאטיוו פונעמ רעליגיעזנ הימנ „אקדאָמעס”, וואָס מע זאגט שוווּעס. דער הימנ איז אָנגעשריבּנ אפ אראמיש אונ פארפאסט האָט אימ ניט עלדאָד⸗האדאָני, ווי בּיניאָמינ מיינט. — 2 איבּערגעריסנ. — 3 דערקלערנ.

↤ 62

נאָר סענדערל אָבער האָט דערווײַל זיכ זײַנס געטאָנ אונ פּאמעלעכ⸗פּאמעלעכ אופגעבונדנ די טאָרבע. אז ביניאָמינ האָט א קוק געטאָנ, איז אימ ליכטיק געוואָרנ אינ אלע רמח 1 אייוורימ. אינ טאָרבע איז געלעגנ פונ קאָלטוּוו 2: ברויט, שטיקלעכ קוילעטש, וואָס איז איבערגעבליבנ פונ שאבעס, אוגערקעס, רעטעכלענ, ציבעלעס אונ קנאָבל! סענדערל האָט אינזינענ געהאט אלצדינג אָנצוגרייטנ ווי א גוטע באלעבאָסטע, אונ ער איז בא ביניאָמינענ דערפאר געהויכט, געקרוינט געוואָרנ נאָכ א סאכ מער ווי פריִער. ביניאָמינ האָט אינ הארצ זיכ שטארק געפרייט, וואָס האשעמ⸗ייִסבאָרעכ האָט אימ באשערט אזא טײַערנ כאווער אפ דער נעסיִע. סענדערלענ האָט מיר גאָט צוגעשיקט, אזוי האָט ער געטראכט, ווי די קינדער ייִסראָעל מנ אינ דער מידבער.

נאָכ דעמ, אז זיי האָבנ אונטערגעלענט זייער הארצ, האָט סענדערל אײַנגעוויקלט דאָס ביסל שפּײַז, וואָס איז איבערגעבליבנ, צוריק אינ טאָרבעלע, מיט די ווערטער:

— דאָס ביסל שפּײַז וועט אונדז צוניצ קומענ נאָכ אפ א מאָל, אונ דאָס טאָרבעלע אפ טויזנט מאָל, אפ אונדזער גאנצנ לעבנ. דערמיט וועלנ מיר, אימ⸗ייִרצע⸗האשעמ, איבער די הײַזער ארומגיינ. נישקאָשע, גאָט באָרוכ⸗הו וועט אונדז העלפנ!

1 ראמאכ — 248; געמיינט: אינ אלע גלידער, ווײַל לויט דער פאָרשטעלונג פונ טאלמוד פארמאָגט דער קערפּער פונעמ מענטשנ 248 גלידער. 2 אלדאָס גוטס.

דאָס וווּנדערלעכע טישטעכל אינ די מײַסע⸗ביכלעכ, וואָס מענ זאָגט: טישטעכל, טישטעכל, גיב מיר עסנ! גיב מיר דאָס, גיב מיר יענצ! אונ דאָס טישטעכל גיט — אָט דאָס דאָזיקע כידושימ⸗וווּנדערלעכע טישטעכל איז בא אונדז ייִדנ די טאָרבע. פיל נעפאשעס, זייער פיל, שפּײַזנ זיכ כידעשלעכ⸗גרינג זייער גאנצ לעבנ נאָר פונ דער טאָרבע אונ לאָזנ זי איבער בעיערושע קינדס⸗קינדס⸗קינדער. די טאָרבע איז, אינ טאָכ ארײַנ, אלצ איינע, ↰ 63 נאָר בא פארשיידענע קלאסנ מענטשנ באקומט זי אנ אנדער מינ פאָרמע אונ אנ אנדער מינ נאָמענ. באמ פּראָסטנ אוילעמ איז זי פּאָשעט א טאָרבע, א פּראָסטע לייוונטענע טאָרבע, באמ געהויבענעמ אוילעמ נעמט זי אָנ אלערליי מינע געשטאלטנ, ווי אשטייגער: א קעסטעלע, א קאָראָבקעלע, א קליי⸗קוידעשל, א כעוורעלע, א פּושקעלע, א קאָהאָלש בײַטעלע, א גמילעס⸗כעסעד⸗באנקעלע, א מעכאברישער פּלוידער⸗זעקעלע אוכדוימע. די אלע זענענ בעעמעס טאקע נאָר טאָרבעס, טאָרבעס, עכטע ייִדישע טאָרבעס!..

— סענדערל! — האָט ביניאָמינ זיכ אָנגערופנ, געשטארקט פונ סענדערלס ווערטער. — מיר ביידע זענענ א זיווג מן השמים 1, מיר ביידע זענענ ווי א גופ מיט דער נעשאָמע. ווענ דו זאָרגסט אינ גאשמיִעס 2 מיקויעכ עסנ אונ טרינקענ אפ אונדזער נעסיִע, אקעגנ זשע זאָרג איכ אינ רוכניִעס⸗זאכנ 3. נאָכאמאָל פרעג איכ דיכ, סענדערל, דו ווייסט, פארוואָס איכ זאָג אקדאָמעס? איכ האָב דערמיט א גרויסנ קיוונ 4, איכ זאָרג מיכ איצט, אז האשעמ⸗ייִסבאָרעכ וועט אונדז בעשאָלעמ ברענגענ אהינ, צו די בניי⸗מוישע, זאָלנ מיר קענענ א מויל עפענענ אונ מיט זיי זיכ אויסטײַנענ. זיי רעדנ עפּעס האלב⸗טארגעמ 5, צומייסטנ רעדנ זיי דאָרט אקדאָמעס⸗לאָשנ. עלדאָד⸗האדאָני, וואָס איז פונ יענעמ ווינקל צו אונדז געקומענ, ער האָט דאָכ דאָס דעמ אקדאָמעס געמאכט. ושריות שותא 6, סענדערל, איז דער טײַטש — איכ הייב אָנ צו שפּרעכנ, געדענק זשע, סענדערל! דאָ אינ כוצ⸗לאָאָרעצ 7 קענ מענ זיכ באגיינ מיט אונדזער לאָשנ, מיט דײַטש, אָבער דאָרט מוזנ זיי קיינ דײַטש אוואדע נישט קענענ.

1 זיוועג מינ האשאָמאיִמ — געמיינט: א בּאשערטע פּאָר. — 2 מאטעריעלע זאכנ. — 3 גײַסטיקע זאכנ. — 4 א מיינ. — 5 איבּערזעצונג; געמיינט: דאָס לאָשנ פונ דער אראמישער בּיבּל⸗איבּערזעצונג. — 6 וועשאראיוס שוסא. — 7 אויסלאנד. געמיינט: ניט פּאלעסטינע.

↤ 64

— איכ פארלאָז מיכ אינ די זאכנ אינגאנצנ אפ דיר, — האָט סענדערל געזאָגט בעהאכנאָע 1. — דו ביסט א געלערנטער מענטש אונ קוקסט ארײַנ אינ דײַנע ספאָרימ, מיסטאָמע ווייסטו, וואָס דו טוסט, וווּהינ דו גייסט. א סימענ, איכ האָב דיכ אפילע נישט איבערגעפרעגט, צי גייענ מיר מיט דעמ גלײַכנ וועג. דו גייסט, וואָס פאר א דײַגע איכ האָב, גיי, איכ גיי דיר נאָכ ווי א קו נאָכ א קעלבל.

ביניאָמינענ האָט מעשונע האנאָע געטאָנ סענדערלס גרויסער ביטאָכנ אפ זײַנ כאָכמע. ער האָט בא זיכ אינ די אויגנ אויסגעזענ ווי א שיפס⸗קאפּיטאנ, וואָס ער אליינ פירט די שיפ אפנ יאמ. דאָס פונדעסטוועגנ האָט אימ נישט אָפּגעהאלטנ זיכ באלד טאקע צו באטראכטנ, אז ער ווייסט בעעמעס נישט, וווּ ער געפינט זיכ, מעגלעכ עפשער בלאָנדזעט ער אונ איז גאָר אראָפּ פונעמ וועג.

דערווײַל ווי ער האָט געטראכט, האָט גאָט אָנגעטראָגנ א מוזשיק, וואָס ער איז געפאָרנ פארבײַ אפ א פולנ, אָנגעטאסעוועטנ וואָגנ מיט היי.

— סענדערל, — האָט ביניאָמינ געזאָגט, — עס שאדט קלאל נישט א פרעג צו געבנ דעמ אָרל מיקויעכ דעמ וועג. גיי אפ ציקאוועשטש, גיכ א פרעג. דאָ אינ כוצ⸗לאָאָרעצ וועסטו בעסער פונ מיר זיכ קענענ אויסטײַנענ מיט די מוזשיקעס אפ זייער גראָבנ לאָשנ. דײַנ פּלויניסטע פלעגט דאָכ עפטערס דיכ מיטנעמענ מיט זיכ אפנ מארק.

סענדערל האָט זיכ אופגעהויבנ פונ זײַנ אָרט, צוגעגאנגענ מיט גרויס דערעכ⸗ערעצ צומ מוזשיק אונ געזאָגט קעהײַ לישנאָ 2:

— דאָברי דיענ! קאזשי נאָ, טשעלאָוויטשע, קודי דאָראָגי אפ ערעצ⸗ייִסראָעל?

1 אונטערטעניק. — 2 מיט אָט די ווערטער.

↤ 65

— שטשאָ?! — האָט דער מוזשיק פארוווּנדערט געמאכט אונ אויסגעשטעלט א פּאָר אויגנ. — יאקי סרול? ני באטשיל יא סרוליא!

— ני, ני! — האָט ביניאָמינ זיכ נישט געקענט אײַנהאלטנ אונ זיכ ארײַנגעמישט פונדערווײַטנ. — עטאָ ווי סרול, א ווינ, לעהאוודל, ערעצ⸗ייִסראָעל קאזאטע ווינ. סענדערל, זאָג אימ נאָכאמאָל בעפיירעש ארויס. ער האָט א פּויערש קעפּעלע. שארפער, שארפער, סענדערל!

— אפ ערררעצ⸗ייִסראָעל קודי דאָראָגי? — האָט סענדערל נאָכאמאָל שארפ איבערגעכאזערט.

— א פּיעס וואס, זשידקי, זנײַעט, שטשאָ ווי מאָראָטשעטע מעני גאָלאָווי, עטאָ דאָראָגי דאָ פּיעווקי, א וויני עלעסלאָעל! עלעסלאָעל! — האָט דער מוזשיק זיכ נאָכגעקרימט, א שפּײַ געטאָנ אונ אוועקגעפאָרנ ווײַטער.

אונדזערע פּארשוינענ האָבנ זיכ געלאָזט ווײַטער אינ וועג.

ביניאָמינ האָט געפילט א ווייטעק אינ די ליטקעס, די פיס זענענ אימ געווענ, לוי⸗אלייכעמ, ווי אָפּגעשניטנ. דאָכ האָט ער, נעבעכ, זיכ נישט וויסנדיק געמאכט, זיכ געמאכט הארצ, אלצ אונטערגעגעבנ קוראזש. אונ מאכמעס אימ איז, נישט פאר קיינ ייִדנ געדאכט, זייער שווער געווענ צו גיינ גלײַכ אונ געשווינד, האָט ער געמוזט אלצ אונטערשפּרינגענ. אוואדע איז דאָס נישט געווענ אזא גאנג ווי פריִער. עס איז געווענ געמוטשעט. נאָר פונדעסטוועגנ האָט ער געטאָנ זײַנס אונ איז געגאנגענ, וואָרעמ די קאשע איז דאָכ, וואָס האָט ער דענ געקענט מאכנ? אנידערלייגנ זיכ, סאָנע⸗ציִענ, אפנ וועג? מיילע, וואָס וואָלט דערפונ דער טאכלעס געווענ? הײַנט ווי לייגט עס זיכ א ייִד אינמיטנ וועג גלאט אנידער? ער וואָלט נאָר מעצאער געווענ 1 סענדערלענ, ↰ 66 אונ די נעסיִע וואָלט, כאָלילע, אופגעהאלטנ געוואָרנ. האקלאל, זיי זענענ געגאנגענ, געגאנגענ אזוי א גאנצנ טאָג, ביז גאָט האָט זיי בעשאָלעמ געבראכט קיינ פּיעווקי אפ נאכטלעגער.

1 פארשאפנ צאר, ווייטעק.

ארײַנקומענדיק אינ פּיעווקער קרעטשמע, איז ביניאָמינס ערשטע זאכ געווענ זיכ א וואָרפ צו טאָנ ווי גרויס ער איז אינ א ווינקעלע, אויסצורוענ די פיס אונ כאפּנ דעמ אָטעמ.

סענדערל איז, ווי אנ אלטע באלעבאָסטע, געגאנגענ צו באשעפטיקנ זיכ אינ דעמ באלעבאטישקײַט אונ שמועסנ מיקויעכ וועטשערע.

דער ארענדאר האָט אָנגעקוקט סענדערלענ פונ קאָפּ ביז די פיס אונ האָט פונ זײַנ גאנצנ הוילעכ ארויסגעזענ, אז דאָס איז עפּעס נישט גלאט אזא פּארשוינ ווי אנדערע, וואָס פאָרנ געוויינטלעכ דורכ. ער האָט אימ אָפּגעשטעקט א שאָלעמ⸗אלייכעמ, אונ אפ דער שײַלע: מא שמייכעמ 1? פונוואנענ איז א ייִד? האָט סענדערל געענטפערט ביטמימעס, ער הייסט סענדערל, ער איז א שטיקל ערעצ⸗ייִסראָעל⸗ייִד, ער איז מעשאמעש 2 בא רעב ביניאָמינ, וואָס ליגט איצט מיט זײַנ קאָוועד דאָ אינ א ווינקל. דער ארענדאר האָט געמאכט א פרומ פּענעמל, זיכ א ביסל פארטראכט אונ געבעטנ סענדערלענ זיצנ.

לאָמיר לאָזנ די באס⸗מאלקע 3, דאָס הייסט, סענדערלענ, שמועסנ מיט דעמ ארענדאר, אונ זיכ אומקערנ צומ בענ⸗מעלעכ 4, צו ביניאָמינענ, זענ, וואָס ער מאכט אונ וואָס ער טוט.

1 ווי רופט מענ אײַכ? — 2 בּאדינט. — 3 א פּרינצעסנ. — 4 א פּרינצ.

אונדזער ביניאָמינ, אז ער האָט זיכ א וואָרפ געטאָנ אינ ווינקל, איז געבליבנ ליגנ ווי א שטיינ אונ נישט געוווּסט, ↰ 67 אפ וועלכנ אוילעמ 1 ער איז. די אָדערנ פונ די פיס זענענ געווענ שטארק אָנגעקוואָלנ, דאָס בלוט האָט אינ זיי זיכ צעשפּילט, געזעצט אונ געשטשיפּעט, גלײַכ ווי מורעשקעס וואָלטנ דאָרט הויפנסווײַז ארומגעלאָפנ אונ געביסנ, געשטאָכנ. די שלייפנ האָבנ געהאקט, געקלאפּט ווי האמערס. אינ די אויערנ האָט פארדומפּנ גערוישט, אונ דאָס רוישנ פלעגט זיכ אלצ אויסלאָזנ צומ סאָפ מיט א הילכעדיקנ לאנגנ קלונג, ווי א טקיִע⸗גדוילע 2, אָדער מיט א שארפנ שומ, ווי בעשאס מענ לאָזט ראקעטנ. בא איטלעכנ ארויספליִענדיקנ ראקעט פונעמ קאָפּ האָט מיטאמאָל אימ א בלישטשע געגעבנ אינ די אויגנ טויזנטערליי פײַערווערק: געלע, גרינע, בלויע, העלע, רויטע, פּאָמסענע 3, נאָכ אי נאָכ קאָלירנ אָנ אנ עק, אָנ א סאָפ. אינ א מינוט ארומ ווערנ די פײַערווערק אויסגעלאָשנ, כוישעכ⸗פינצטער ווערט אימ אינ די אויגנ, אונ אינ די אויערנ רוישט ווידער ווי אינ א מיל.

1 וועלט. — 2 א לאנגער, אויסגעצויגענער טאָנ בּאמ בּלאָזנ שויפער. — 3 טיפ רויטע.

ליגנדיק פארטראָגנ אזוי א היפּשע צײַט, הערט ביניאָמינ א קאָל פונ גלעקלעכ קלינגענ אינ דרויסנ פונדערווײַטנ. מיט איטלעכער מינוט קומט דער קאָל צו אלצ נעענטער, נעענטער, ווערט אלצ העלער אי שטארקער, אונ פּלוצלימ גיט א סקריפּ ווי א וואָגנ האָט זיכ אָפּגעשטעלט לעבנ טויער. פונעמ וואָגנ לאָזנ זיכ הערנ אלערליי מינע קוילעס: בײַקעלכלעכ, פיסטלעכ, געמבעס, הײַזעריקע, כאָרכלענדיקע אי צוגעלעגערטע שטימעס, גלײַכ ווי א גאנצ שטעטל האָט דאָרט זיכ פארקליבנ אפ א וויכטיקער, וואזשנער אסיפע. אלע רעדנ, שרײַענ מיטאמאָל, אונ מענ הערט נישט איינ וואָרט. פונ קעצ, וואָס פארזאמלענ זיכ צײַטנווײַז אפ די דעכער, הערט מענ כאָטש א מיאוּקענ, דאָס הייסט, ווענ אפילע ↰ 68 קאצנ⸗לאָשנ איז נישט צומ פארשטיינ, דאָכ, אויסהערנדיק א סאָבראניע קעצ, קענ מענ ווייניקסטנס זאָגנ גאנצ באשטימט: יאָ, די קעצ מיאוּקענ. נאָר דאָ אָבער איז ריינ אומעגלעכ צו באשטימענ אי דאָס אויכ, וואָס פאר א מינ איז דאָס געשריי פונ די פּארשוינענ, ווײַל דערינענ איז אויסגעמישט אי געלעכטער, אי א געקרעכצערײַ, געזיפצערײַ, אי א שושקערײַ, אי א קוויטשערײַ, אי א טאָנ פונ א שייגעצ, אי דאָס זיסע כאניפע⸗קעלכל, אי א הוסטערײַ, אי נאָז⸗שנייצערײַ, א געקלאפּערײַ אונ א געפּאטשערײַ. הײַנט גיי פארשטיי, וואָס דאָס אלצדינג אינאיינעמ איז, וואָס דאָס באטײַט? באלד דערופ עפנט זיכ די טיר, אונ א כאָפּטע מענטשנ שיטנ זיכ ארײַנ אינ שטוב מיט אימפּעט.

ביניאָמינ רוקט זיכ ווײַטער, ווײַטער אינ ווינקל אונ נורעט זיכ שטארק אײַנ.

דערווײַל ווערט אינ שטוב זייער ליכטיק פונ א סאכ ליכט, וואָס ברענענ אינ שאבעסדיקע מעשענע לײַכטער; א טייל זענענ פארשטופּט מיט שנויצנ, אונ די ליכט שטייענ אפ זיי צוגעשטאָלצנ, נאָר אפ מישקוילעס 1, א טייל זענענ מיט צו גרויסע, ברייטע, נישט קיינ טיפע לעכער, אונ די ליכט שמייענ אינ זיי קרומ, אינ דער זײַט פארשטעקט פונ אונטנ מיט א קויל.

1 האלטנ זיכ אפ א האָר.

באמ עק פונ א לאנגנ דעמבענעמ טיש זיצט א כעוורע קלעזמער אונ סטרויענ, שטעלנ אָנ זייערע קיילימ. דער פידלער פּאָרעט זיכ מיט דער פידל, קיצלט זי מיט פינגער, אונ איטלעכע סטרונע רופט זיכ אָפּ: זימ, זימ, זימ אפ איר קאָל, גלײַכ ווי זיי רעדנ: נישקאָשע, מעגסט אונדז קיצלענ, פונ אונדזערטוועגנ זענענ מיר פארטיק, אבי פונ ריינ סמיטשעק זאָל נאָר קיינ מעניִע נישט זײַנ. ער כאפּט זיכ צומ סמיטשעק, גלעט אימ אונ האלט ↰ 69 אימ גרייט צומ שפּיל. דער פלייטער שמועסט איבער שטיל מיט דער פלייט, זי פײַפט אימ שטילערהייט אָנ, אונ דער צימבלער לויפט זיכ דורכ איבער דעמ צימבל אונ קלאפּט זיכ פּאמעלעכ מיט די העמערלעכ. נאָר דער בלינדער פּויקער זיצט אָנגערוקט מיט דער קוטשמע איבער די אויגנ אונ כאפּט א דרעמל.

לעבנ די קלעזמער שטייט אפ א בענקל עפּעס א מינ פּארשוינ, וואָס קוימ רעדט ער אויס א וואָרט, שטיקט מענ זיכ פאר געלעכטער, אפילע קינדער, וואָס שטייענ אָנגעשטופּט אונ קוקנ ארײַנ פונ די פענצטער, לאכנ מעשונע אונ קרימענ זיכ נאָכ. דער פּארשוינ גיט דערנאָכ א געשריי: האריי! ליכווויד די מעכוטאָנימ אוליכווויד דעמ באלעבאָס ולכבוד כל המסובים בכאן 1 שפּילט אפ א לעבעדיקס, א פריילעכס! אונ די קלעזמער צעלאָזנ זיכ באלד אפ די קיילימ, פריילעכ, לעבעדיק, ווײַבער מיט מאנצבילנ נעמענ זיכ צונויפ אונ טאנצנ א ראָד — האָצ, האָצ.

אלצדינג האָט זיכ באוועגט, אפילע וואנצנ אי טאראקאנעס זענענ ארויס פונ די שפּאלטנ אונ זיכ צעקראָכנ איבער די ווענט.

טאנצנדיק פאלט איינער ארופ אפ ביניאָמינענ אינ ווינקל. דער טענצער קוקט אימ אינ פּאָנעמ ארײַנ אונ לאָזט ארויס א געשריי:

— א, ביניאָמינ! איכ האָב אימ דערטאפּט, כ׳לעבנ, די קאָשערע מעציִע, ער איז דאָ, ער איז דאָ!

אפ דעמ געשריי לויפנ צו נאָכ מענטשנ. ביניאָמינ דערקענט צווישנ זיי טונעיאדעווקער פײַנע⸗בעריעס אונ דעמ דאָרטיקנ רעוול.

אײַנ קאָל, איינ געשריי:

1 וועליכווויד קאָל האמעסובּימ בּעקאנ — אונ צומ קאָוועד פונ די אלע, וואָס זיצנ דאָ.

↤ 70

— ביניאָמינ, קומ טאנצנ! ביניאָמינ, קומ טאנצנ!

— איכ קענ, אָסער, ניט, — בעט זיכ ביניאָמינ ראכמימ, — איכ קענ זיכ נישט רירנ פונעמ אָרט.

— נישקאָשע, נישקאָשע — ענטפערט מענ אימ. — קומ, זאָגט מענ דיר, דו וועסט קענענ. וואָס האָט מענ דאָ צו קענענ? אָדאָמ א מענטש, קאטשקע רוק זיכ! ריר זיכ, בעהיימע, מיר וועלנ נישקאָשע דערציילנ.

— זעלדענ! — גיט ביניאָמינ א געשריי אינ איינ אָטעמ. — איכ בעט אײַכ, דערציילט נישט זעלדענ!

— ריר זיכ זשע, בעהיימע! — שרײַט מענ אימ. — ריר זיכ, בעהיימע, שטעל זיכ שוינ אפ די פיס!

— דערבארעמט זיכ, ייִדישע קינדער! — בעט זיכ ביניאָמינ. — איכ קענ, כ׳לעבנ, זיכ איצט נישט רירנ. איכ האָב יאָ טאמ, פארוואָס איכ קענ נישט. ס׳איז א סאָד, וואָס איכ וועל אימ מעגאלע זײַנ 1 דעמ ראָוו.

אונ ווי ער כאפּט ארומ דעמ ראָוו פעסט מיט ביידע הענט אײַנצורוימענ אימ אינ אויער א סאָד, פילט ער פּלוצלימ א שרעקלעכנ זעצ אינ דער זײַט, אזש ס׳איז אימ פארגאנגענ אינ דער נאָז ווי פונ כריינ. ער גיט זיכ פאר ווייטעק א וואָרפ, רײַבט די אויגנ אונ זעט, אינ שטוב איז גאָר טונקל, די לעוואָנע שײַנט ארײַנ פונ די פענצטער. ער ליגט לעבנ א קעלבל אונ האלט זי ארומגענומענ שטייפ מיט ביידע הענט.

1 אנטפּלעקנ; אויסזאָגנ.

וואָס טוט זיכ דאָ אזוינס?! פונוואנענ נעמט זיכ דאָ פּלוצלימ א קעלבל? האָט זיכ דענ ביניאָמינ געקעלבט? נאָר ווי שיקט זיכ עס? אָנגענומענ די סוואָרע — ביניאָמינ איז א בעהיימע, צענ מאָל, הונדערט מאָל א בעהיימע, נאָר ער איז דאָכ אָבער א צווייפיסיקע ↰ 71 בעהיימע, אונ וווּ איז דאָס געהערט אי געזענ געוואָרנ, אז א צווייפיסיקע בעהיימע זאָל האָבנ א קעלבל?! עמעס, בא אונדז איז דאָ א סאכ קעלבלעכ, אונ דאָסראָוו דאפקע אינ לײַטישע הײַזער, אָבער דאָס זענענ דאָכ פאָרט נישט מער ווי קעלבלעכ אינ א מענטשנס געשטאלט. זיי זענענ נאָכ דאָסראָוו גראָד זייער שיינ, מיט א שיינ פּענעמל אונ מיט כיינ⸗גריבעלעכ. אָבער דאָס קעלבל, וועלכע ביניאָמינ האלדזט דאָ אונ נעמט זי שטארק ארומ, איז דאָכ טאקע פּאָשעט אנ עמעס קעלבל. הײַנט פונוואנענ, איז די קאשע, האָט זי זיכ אהער גענומענ? א כידעש⸗ניפלע 1. נישט אנדערש, זי איז פונעמ הימל אראָפּגעפאלנ?..

ניינ, ראבויסײַ, גלייבט נישט אינ הימלשע קעלבלעכ. צווישנ אלע אונדזערע קעלבער איז אפילע נישט אי איינ קעלבל פונעמ הימל אראָפּגעשיקט געוואָרנ. עס איז גאָר נישט אזא כידעש⸗ניפלע, ווי איר מיינט. איר האָט זיכ אפ דעמ קעלבל גאָרנישט אזוי צו וווּנדערנ אונ פונ אימ אזא פּיירעש צו מאכנ. פּראָסטע איז מאָסטע, נאָר אָנ קונצנ. די מײַסע דערפונ איז אזוי געשענ.

1 געמיינט: א גרויסער וווּנדער.

אז ביניאָמינ איז, נישט טויט, נישט לעבעדיק, אנידערגעפאלנ אינ ווינקל, האָט ער פאר גרויס מידיקײַט נישט באמערקט, אז דאָרט ליגט א קעלבל. בעשאס אימ האָבנ זיכ צעשפּילט די געבליטנ, איז ער אָנשלעפּנ געוואָרנ אונ אימ האָט זיכ פאָרגעשטעלט אינ כאָלעמ די גאנצע כאסענע מיט די מעכוטאָנימ אונ מיט די קלעזמער. ער איז געווענ שרעקלעכ אומרויִק, זיכ אלצ גערוקט, גערוקט אינ ווינקל. אונ בעשאס ער האָט אינ כאָלעמ ארומגענומענ דעמ טונעיאדעווקער רעוול, האָט ער גאָר ארומגעכאפּט פעסט דעמ פּיעווקער ארענדארס קעלבל אונ אימ אײַנגערוימט ↰ 72 אינ אויער דעמ סאָד פונ זײַנ נעסיִע. דאָס קעלבל אָבער האָט עס נישט גוירעס געווענ 1, נישט געוואָלט לײַדנ, מענ זאָל אימ אזוי האלדזנ אי שטיקנ. עס האָט אויסגעשטרעקט דאָס פיסל, אָנגערירט ביניאָמינענ אינ דער דיכ, אונ ביניאָמינ האָט זיכ אופגעכאפּט.

אז ביניאָמינ האָט זיכ אופגעכאפּט, האָט ער נאָכ אלצ געהאלטנ ארומגענומענ דאָס קעלבל מיט ביידע הענט זייער פארדולט אונ צעמישט. ערשט אינ א רעגע שפּעטער האָט ער פונ זיכ א שטופּ געטאָנ דאָס קעלבל, זיכ אופגעהויבנ דערשראָקנ אונ זיכ געלאָזט גיינ געשווינד. דאָס קעלבל פונ זײַנ זײַט, וויבאלד עס איז לייז געוואָרנ פונ פרעמדע הענט, איז אויכ אופגעשטאנענ געשווינד אונ זיכ געלאָזט מאכנ א פּלייטע, איז, לויפנדיק, ארופ ראפּטעמ אפ ביניאָמינענ, אונ ביידע זענענ געפאלנ איבער א גרויסנ צעבער וואסער, טראכ מיט א שרעקלעכנ קלאפּ!

שטארק דערשראָקנ פונ אזא טראכ איז סענדערל אונ דער ארענדאר מיט א ליכטל אינ האנט ארויסגעלאָפנ פונעמ אנדערנ כיידער אינ שטוב ארײַנ. זיי גיבנ א בליק: אָ⸗ווא, א שרעק! ביניאָמינ מיט דעמ קעלבל ליגנ ביידע אויסגעצויגנ אפ דער ערד אונ שווימענ פּאָשעט אינ א לוזשע וואסער, עפּעס נישט אזוי פריש שמעקנדיק!

ווענ א לידל⸗מאכער זאָל געווענ דענסטמאָל זיי ביידע אָנקוקנ, וואָלט ער אזוי געמאכט: „ליבהארצעדיקע אונ זיסע, אי אינ ווינקל אי אינ דער לוזשע זענענ זיי ניט צעשיידט געוואָרנ!”

1 געמיינט: ניט אָנגענומענ.

נאָר דער ארענדאר אונ סענדערל זענענ געווענ פּראָסטע באָסאָר⸗וואָדאָמ, נישט קיינ לידל⸗מאכער, אונ האָבנ די ליבהארצעדיקע ↰ 73 אי זיסע באלד צעשיידט. דאָס קעלבל האָט מענ אָפּגעשיקט צו דער מוטער מיט שטעכווערטלעכ פאר איר שלענטער אופירונג, אונ ביניאָמינענ האָט מענ פונ דער טווילע 1 ארײַנגעפירט אינ א באזונדערנ אלקער אונ באלייגט אפ עטלעכע קוליקלעכ שטרוי מיט א קישנ צוקאָפּנ.

1 דאָס אָפּטוקנ זיכ; דאָס אויסבּאָדנ זיכ.

↤ 74

דאָס זעקסטע קאפּיטל
ווי אונדזערע פּארשוינענ פארשלעפּנ זיכ קיינ טעטעריווקע, אונ ביניאָמינ כאפּט א פּאטש

ביניאָמינס אייוורימ זענענ א ביסל אָפּגעגאנגענ אינ דער לייל⸗טווילע 1, נאָכ דעמ אָפּשווענקענ זיכ מיט א גאנצנ צעבער קאלטע וואסער, אונ, אופשטייענדיק אינדערפרי, האָט ער זיכ געפילט פרישער אי געזינטער. ער האָט באשײַמפּערלעכ ארויסגעזענ א פינגער פונ וווּנדער אינ נעכטיקער מײַסע מיט דעמ קעלבל, וואָס דורכ אימ גראָד איז געקומענ די רעפוע צו זײַנע ווייטעקנ. ער האָט באוויזנ סענדערלענ דערמיט, ווי אומגערעכט דער זינדיקער מענטש איז, וואָס באקלאָגט זיכ בעשאס ↰ 75 עפּעס אנ אומגליק אונ פארשטייט נישט, אז דאָס אומגליק, קענ זײַנ, פירט גאָר צומ גליק, אונ פונ דער ראָע קומט ארויס א טויווע; ווי דער אייבערשטער מאכט פאר א שאָליִעכ אלע זײַנע באשעפעניש, אפילע א בעהיימע; ווי א דאָקטער קענ אמאָל גאָר זײַנ א קעלבל; ווי א מוק אפילע קענ אמאָל פּיקנ אינ קאָפּ, שטארק דאָקוטשענ אונ שטיינ אינ דער גארגערעס 1. פאר א רײַע דערצו דינט די מוק מיט טיטוס⸗האָראָשע 2 אינ די אלטע, אלטע צײַטנ. דאָס נעכטיקע באגעגעניש איז אימ איצט געווענ א גוטער סימענ, אז די נעסיִע זײַנע איז אינ א גוטער מאזלדיקער שאָ, אונ ער וועט אימ⸗ייִרצע⸗האשעמ מאצליִעכ זײַנ צו דערגרייכנ, וואָס ער ווינטשט.

1 די באָד⸗נאכט.

— א וואסערטרעגער, וואָס גייט איבער מיט פולנ, איז פונ אייביק אָנ א גוטער סימענ, אפּשיטע 3 שוינ א גרויסער, א פולער צעבער! — האָט סענדערל זיכ אָנגערופנ אונ צוגעבאסעוועט מיט די רייד.

נאָר מאכמעס דעמ ווייטעק, וואָס ביניאָמינ האָט נאָכ געפילט אינ די פיס, אונ מאכמעס די קוליקלעכ שטרוי, וואָס דערופ איז אימ ווייכ געווענ צו ליגנ, איז ביניאָמינ פארבליבנ דעמ גאנצנ טאָג אינ פּיעווקע. ער איז געגליכנ געווענ צו א שיפ אינ יאמ, וואָס האָט זיכ געזעצט אפ א זאמד אונ קיינ גוטער ווינט איז נישטאָ אראָפּצוטרײַבנ פונ דאָרט.

אפ מאָרגנ גאנצפרי האָט ביניאָמינ זיכ אופגעהויבנ פונ זײַנ געלעגער אונ זיכ געלאָזט ווײַטער אינ וועג ארײַנ.

1 אינ גאָרגל; טיפ אינ האלדז ארײַנ. — 2 א טאלמודישע לעגענדע, וואָס דערציילט, אז גאָט האָט געשטראפט דעמ רוימישנ קייסער טיטוס דערפאר, וואָס ער האָט פארניכטעט די מעלוכע יעהודע (די ייִדנ רופנ טיטוסנ דערפאר ראָשע), מיט דעמ, וואָס אינ זײַנ מויעכ האָט זיכ ארײַנגעקליגנ א מוק אונ איז אימ דערגאנגענ די יארנ. — 3 שוינ אָפּגערעדט איז דאָס געוויס.

↤ 76

א היפּשע צײַט איז ביניאָמינ געגאנגענ עפּעס ווי מאָרע⸗שכוירעדיק, שטיל פארטראכט, נישט צו רעדנ קיינ וואָרט. דערנאָכ האָט ער א פּאטש געגעבנ זיכ אינ שטערנ אונ געבליבנ שטיינ שטארק באטריבט. ערשט אינ א פּאָר מינוט שפּעטער האָט ער געעפנט א מויל אונ ארויסגעלאָזט מיט א קרעכצ די ווערטער:

— אכ, סענדערל, איכ האָב פארגעסנ!

— וווּ פארגעסנ? — וואָס פארגעסנ? — האָט סענדערל זיכ אָנגערופנ אונ זיכ א כאפּ געטאָנ צו דער טאָרבע.

— אינ דער היימ, סענדערל, אינ דער היימ האָב איכ פארגעסנ!

— אײַ, ביניאָמינ, וואָס פאלט דיר אײַנ? — האָט סענדערל געמאכט. — מיר האָבנ, דאכט זיכ, מיטגענומענ אלצדינג, וואָס נייטיק איז מענטשנ אינ וועג ארײַנ: א טאָרבע, נישט צו פארזינדיקנ, איז דאָ, טאלעס⸗אונ⸗טפילנ מיט סידורימ איז אויכ דאָ, שאבעסדיקע קאפּאָטעס — אויכ דאָ. דאכט זיכ, אלצדינג, באָרעכ⸗האשעמ, איז דאָ, אלצדינג האָבנ מיר פארנומענ. וואָס גייט אונדז דענ אָפּ? אונ וואָס האָבנ מיר אזוינס געקענט פארגעסנ?

— די זאכ, וואָס איכ האָב פארגעסנ, סענדערל, איז זייער וויכטיק, נייטיק אינ לעבנ ארײַנ, האלעווײַ אלצדינג זאָל אָפּלויפנ בעשאָלעמ, נאָר בעיִמ, כאָלילע, לא יעלה ולא יבוא 1, גאָט זאָל שוימער⸗אומאצל 2 זײַנ, אפנ וועג וועט עפּעס מײַסע⸗סאָטנ געשענ, דענסטמאָל וועלנ מיר ערשט דערפילנ דעמ גרויסנ ווערט פונ דער טײַערער זאכ, וואָס איכ האָב פארגעסנ. ארויסגייענדיק פונ דער היימ, האָב איכ אינ אײַלעניש פארגעסנ צו זאָגנ א שפּרוכ, וואָס שטייט געשריבנ אינ א סייפער, ארויסגענומענ פונ ↰ 77 א גאנצ אלטנ קסאוו⸗יאד 1. דער שפּרוכ מוז געזאָגט ווערנ פאר א נעסיִע, ארויסגייענדיק פונ דער היימ, בא דער ראָגאטקע, אונ מענ איז אָרעוו, אז ער איז א זיכערע שמירע 2 אינ וועג פאר קאָל⸗האמינע סאקאָנעס אונ שלעכטע באגעגעניש, — אָט וואָס איכ האָב פארגעסנ!

1 לוי יאאלע וועלוי יאָוווי — געמיינט: אזוינס זאל גאר ניט געשענ. — 2 אויסהיטנ אונ ראטעווענ.

— עפשער איז דײַנ גוטער ווילנ זיכ אומקערנ אהיימ? — האָט סענדערל געזאָגט ביטמימעס.

— דו ביסט מעשוגע צי כאָסער⸗דייע! — האָט ביניאָמינ א געשריי געטאָנ, אונ דאָס גאנצע בלוט איז אימ אינ פּאָנעמ ארײַנ. — סטײַטש, וואָס הייסט, זיכ אומקערנ אהיימ? נאָכ אזויפיל מי אונ אָנגיינ זיכ אזא וועג — פּלוצלימ אומקערנ זיכ! סטײַטש, אונ די וועלט? וואָס וועט זאָגנ די וועלט?

— וואָס הערנ מיר, ביניאָמינ, די וועלט? — האָט סענדערל זיכ אָנגערופנ. — די וועלט האָט דענ דיכ געבעטנ מאכנ אזא נעסיִע? האָט זי דענ מיט דיר א קאָנטראקט געמאכט אונ דיר אפ הויצאָעס געגעבנ, דו זאָלסט גיינ וואנדרעווענ?

— גאנצ סייכלדיק! — האָט ביניאָמינ זיכ נאָכגעקרימט. — אונ אלעקסאנדער מוקדנ, אימ האָט דענ די וועלט געבעטנ, ער זאָל גיינ קיינ הינדיִיאָ אונ מילכאָמע האלטנ דאָרט? אונ די אלע וואנדערער בא אונדז ייִדנ האָט דענ די וועלט געבעטנ ארומצוּוואנדרעווענ פונ שטאָט צו שטאָט?

1 האנטשריפט; מאנוסקריפּט. — 2 א בּאוואָרעניש.

— ווייס איכ? — האָט סענדערל געמאכט מיט א שמייכעלע — פונ מײַנעטוועגנ האָבנ זיי אלע געמעגט, כ׳לעבנ, זיצנ אינ דער היימ. עס וואָלט, דאכט זיכ, בעסער אונ גלײַכער געווענ פאר איטלעכנ. אכ, נארעלע, נארעלע, דו, אלעקסאנדערל מוקדנ, דו האָסט אינ דער היימ פונ קאָלטוּוו, זיצ, לעב דיר צופרידנ אונ ↰ 78 גלעט דיר דאָס בײַכל. צו וואָס טויג דיר נאָכ, נארעלע, הינדיענ? סידי דאָמא דא ני ריפּײַסא, איז דאָ אנ אוילעמס ווערטל. אונ דער אוילעמ זאָגט: אנ אוילעמס ווערטל איז, לעהאוודל, א געמאָרע 1. מער כידעש איז אפ אונדזערע ייִדעלעכ. זיי האָבנ דאָכ טאקע יאָ געמעגט האלטנ פונ דער געמאָרע, זיצנ אפ זייער אָרט אונ באשעפטיקנ זיכ איטלעכער מיט זײַנ זאכ. צו וואָס טויג דאָס ארומוואנדרעווענ, דאָס ארומבלאָנקענ זיכ ווי א דולער הו⸗האהא, נישט צו וויסנ אליינ פונעמ געזונט, פונעמ לעבנ, אונ נאָר אומזיסט⸗אומנישט רײַסנ שטיוול? ווי איכ בינ א ייִד, ביניאָמינ! איכ זאָל אזא פּארשוינ באגעגענענ, וואָלט איכ אימ גלײַכ אפנ אָרט אָפּגעזאָגט דעמ אוילעמס ווערטל, לעהאוודל, די געמאָרע מיינ איכ.

א היפּשע צײַט האָבנ אונדזערע פּארשוינענ זיכ אוועקגעאמפּערט. סענדערל האָט געפרעגט קאשעס, אונ ביניאָמינ האָט אימ אלצ אויסגעוויזנ, אז ער איז א נאר אונ האָט קיינ פּיצל יעדיִע נישט אינ אזעלכע זאכנ.

1 דאָ געמיינט: הייליק; ריכטיק, אזוי ווי אנ ארויסזאָגונג אינ געמאָרע (טאלמוד).

סעגדערל איז דענסטמאָל געגליכנ געווענ צו א פערדל, וואָס טאָמיד דינט עס זײַנ האר געטרײַ אונ פאָלגט אימ אינ פײַער, אינ וואסער ארײַנ, פּלוצלימ מאכט זיכ אמאָל, פאלט אפ אימ אָנ פונ דער העלער הויט עפּעס א מאנקאָליע, עס שפּארט זיכ אײַנ, שטעלט זיכ דיבאָמ אונ וויל זיכ נישט רירנ פונעמ אָרט, כאָטש טו זיכ דאָ, סאָנע⸗ציִענ, א מײַסע אָנ. אונ ווענ ביניאָמינ האָט דענסטמאָל ניט דער געשמיסנ דעמ אײַנגעשפּאנטנ סענדערלענ מיט א בײַטש, דערפאר האָט ער אימ דורכגעבויקערט מיט זײַנ זיס צינגל אונ אימ אָפּגעשאָטנ מיט רייד, ביז סענדערל איז געוואָרנ ווייכ ווי א טייג, א גוט פערדל ווי פריִער. ער האָט אופגעשטעלט ↰ 79 די אויערנ, הערנדיק ביניאָמינס רייד, וואָס האָבנ געבראָכנ דעמ מויעכ, אונ לעסאָפ האָט ער זיכ אָנגערופנ, ווי זײַנ שטייגער איז געוויינטלעכ, מיט די ווערטער:

— אויב דו ווילסט דאפקע אזוי, זאָל זײַנ אזוי. וואָס פאר א דײַגע איכ האָב?

אז ביניאָמינ איז פארטיק געוואָרנ מיט סענדערלענ, האָבנ זיי זיכ ווײַטער געלאָזט אינ וועג ארײַנ, אונ נאָכ דעמ, אז זיי זענענ זיכ אָנגעגאנגענ אפ וועגנ אונ זײַטנ⸗וועגעלעכ, זענענ זיי נישט טויט, נישט לעבעדיק אָנגעקומענ קיינ טעטעריווקע.

טעטעריווקע איז די ערשטע גרויסע שטאָט, וואָס אונדזערע וואנדערער האָבנ געזענ אינ זייער לעבנ. דעריבער איז קיינ וווּנדער נישט, וואָס זיי האָבנ געקוקט אפ די גלײַכע אויסגעברוקירטע גאסנ אי אפ די גרויסע הויכע מויערנ אונ נישט געקאָנט זיכ זאט אָנקוקנ. קימאט אפ די שפּיצנ פינגער זענענ זיי געגאנגענ אפ די טראָטוארנ אונ געהויבנ די פיס עפּעס מעשונע, גלײַכ ווי זיי וואָלטנ זיכ געהיט צו שטארק נישט צו בארירנ די גלאטע שטיינער אונ נישט אָנמאכנ, כאָלילע, קיינ שאָדנ. פיס, וואָס האָבנ נישט עפּעס אזא גוטע דאָליע בא זייערע באלעבאטימ אינ די קליינע שטעטלעכ אונ וואָס מענ מאכט דאָרט פאר זיי נישט עפּעס גרויסע צערעמאָניעס! קליינשטעטלדיקע פיס, וואָס ווייסנ, נעבעכ, נישט פונ קיינ פּאָדלאָגע צו זאָגנ אפילע אינ שטוב, וואָס קריכנ, נעבעכ, ווי די כאזיירימ אינ בלאָטע, וואָס זייערע באלעבאטימ שטעקנ זיי גייענדיק טיפ אהינצו ארײַנ אונ דראָלנ מיט זיי פּראָסטע⸗מאָסטע, גאָר אָנ שומ מעלאָכעס, אזעלכע פיס מוזנ בעעמעס מעוווּלוול ווערנ ווי די שיקערע, אז זיי דערפילנ פּלוצלימ אונטער זיכ א בריק פונ שטיינער, אונ מוזנ פאר גרויס קאָוועד טאקע א ביסל אונטערשפּרינגענ אונ נישט וויסנ א צײַט זיכ וווּהינ⸗צו⸗טאָנ. פריש ערשט⸗אָנגעקומענע ↰ 80 קליינשטעטלדיקע פיס וועט איר באלד דערקענענ אפ די אויסגעברוקירטע גאסנ אינ די גרויסע שטעט.

אונדזערע טונעיאדעווקער פּארשוינענ זענענ געגאנגענ ווי מיט א פארקלעמט הארצ אונ בעהאכנאָע אָפּגעטראָטנ פאר אימ לעבנ דעמ וועג. סענדערל פלעגט אינ אזא פאל אָנעמענ ביניאָמינענ פאר דער פּאָלע אונ אימ א שלעפּ טאָנ אינ דער זײַט. אמאָל איז דורכ דעמ סענדערלענ אויסגעקומענ צו כאפּנ א שטיל טענצל מיט עמעצנ, וואָס איז געקומענ אקעגנ. יענער איז זיכ געגאנגענ גלײַכ זײַנ וועג אונ האָט זיכ אָנגעשלאָגנ מיט סענדערלענ, וואָס מאכמעס דעמ אָפּטרעטנ האָט ער אימ פּונקט גאָר פארשטעלט דעמ וועג. יענער כאפּט זיכ רעכטס, אָבער אונדזער סענדערל האָט אימ מאקדימ געווענ 1 אונ שטייט שוינ גרייט. ביידע ווארפנ זיכ לינקס אונ ווײַטער רעכטס, ביז יענעמ געראָט לעסאָפ אויסצומײַדנ זיכ. איינער, וואָס איז גראָד נישט אופגעלייגט געווענ צו טאנצנ מיט סענדערלענ, האָט אימ פּראָסט אָנגענומענ אונ א וואָרפ געטאָנ אינ דער זײַט, אז די ציינ זענענ אימ שיר נישט ארויסגעפאלנ.

אלצדינג זענענ פאר אונדזערע פּארשוינענ געווענ נײַ, אלצדינג האָט זיכ זיי אויסגעוויזנ, טײַט אפ זיי מיט די פינגער. די דראָשקעס שרײַענ, די פאעטאָנענ פּילדערנ, די טויערנ שטייענ האָפערדיק, קוקנ שטאָלצ מיט זייערע גרויסע גלעזערנע טאפליעס, אונ די מענטשנ קרימענ זיכ. אלצדינג שרײַט זיי נאָכ: טארבעס, קאפּצאָנימלעכ! טארבעס, קליינשטעטלדיקע ייִדעלעכ! טארבעס, טארבעס!

1 פארלאָפנ דעמ וועג.

— הערסטו, ביניאָמינ! — האָט סענדערל געזאָגט נאָכ דעמ, ↰ 81 אז ער האָט פאריסנ דעמ קאָפּ אונ געקוקט אפ די מויערנ מיט דערעכ⸗ערעצ. — איכ מיינ, ביניאָמינ, דאָס איז סטאמבול.

— גיי שוינ, גיי, נארעלע, ווי קומט עס צו סטאמבול? — האָט ביניאָמינ געמאכט מיט אזא מינע, גלײַכ ווי ער איז א סטאמבולער א געבירטיקער — סטאמבול, נארעלע, האָט ת״ק 1 מאָל ת״ק גאסנ, איטלעכע גאס האָט ת״ק מאָל ת״ק פופצנ, צוואנציק, אָדער עפשער דרײַסיק⸗גאָרנדיקע הײַזער, אונ אינ איטלעכנ הויז וווינענ ת״ק מאָל ת״ק מענטשנ! דו מיינסט, אז דו ביסט שוינ פארטיק? ניינ, ווארט נאָר, ווארט, נארעלע איינער, הײַנט איז נאָכ דאָ קליינע גאסנ, יורדיקעס, קאטשעניווקעס, מאָטשעניווקעס, פּיסקעס, יארנ אונ פּאָדאָלנ 2 קעכויל⸗האיאָמ 3!

— אײַ, אײַ, אײַ! — האָט סענדערל געמאכט פאר גרויס וווּנדער, — ס׳איז דאָכ עפּעס גאָר א שרעק, כ׳לעבנ, אזא גרויסע שטאָט! נאָר איכ בעט דיכ, ביניאָמינ, פונוואנענ קומט עס אָט די אלע גרויסע שטעט? מענטשנ זאָלנ זיכ צונויפשטיקנ אינ איינ אָרט אונ ליגנ איינער איבער דעמ אנדערנ, גלײַכ ווי די וועלט איז ווייניק אונ נישטאָ מער קיינ ערד! עס מוז דאָכ אוואדע דערינענ עפּעס זײַנ, וואָס מענטשנ דערווײַטערנ זיכ פונ דער ערד אונ ווילנ אלצ פליִענ אינ הימל, אינ די הויכע, הויכע פענצטער. זאָל עס עפשער זײַנ דעריבער, וואָס דעמ מענטשנס נעשאָמע וואקסט פונ הימל אונ מאכמעס דעמ ציט עס אימ, נעבעכ, אלצ ארופ, ארופ, אונ ער האָט זייער שטארק כיישעק אויסצושפּרייטנ די פליגעלעכ אונ זײַנ אלצ פונ אויבנ? וואָס זאָגנ דערצו עפּעס דײַנע כאקראָנימ 4, ביניאָמינ? האָסטו נישט באגעגנט מיקויעכ דעמ עפּעס א שמועס אינ דײַנע כקירע5⸗ספאָרימ?

1 טאק — 500. — 2 נעמענ פונ פאָרשטעט אינ פארשיידענע שטעט, ווו סע וווינענ א סאכ ייִדנ (זשיטאָמיר, בּערדיטשעוו, קיִעוו אא.). — 3 ווי דער זאמד פונ יאמ; געמיינט: זייער פיל. — 4 פילאָסאָפנ. — 5 פילאָסאָפיע.

↤ 82

— אלפּי כקירע, — האָט ביניאָמינ געמאכט מיט א קנייטשל, — איז וועגנ דעמ איניענ דאָ א גאנצ ווײַטער שמועס. איכ האָב שוינ דערפונ אפילע געהאט אמאָל צו טאָנ בא אונדז אינ בעסמעדרעש אונטערנ אויוונ, אונ דורכ דעמ איז פארענטפערט געוואָרנ די געמאָרע פונ די צענ טעפּ אָרעמקײַט, וואָס זענענ אראָפּגעשיקט געוואָרנ אפ דער וועלט, ווי אויכ דער פּאָסעק: כי מלאה הארץ חמס 1, די וועלט איז פול געוואָרנ מיט רויב. נאָר איכ וועל עס דיר א ביסל מאסביר זײַנ 2, אלפּי אונדזער טוירע. כומעש האָסטו דאָכ געלערנט, סענדערל. לויט ווי עס שטייט אינ כומעש, האָבנ אונדזערע עלטערנ גאָר טכילעס, אינ די פריִערדיקע דוירעס, געוווינט אינ געצעלטנ, נאָר בעשאס דעמ דאָר⸗האפלאָגע 3 האָבנ אלע מענטשנ זיכ פארקליבנ אינ איינ אָרט, זיכ גענומענ מאכנ ציגל אונ אויסבויענ א שטאָט מיט הויכע מויערנ אינ הימל. אינדערמיט ארבעט טאקע איז שוינ אפ זיי אָנגעפאלנ א בייזע מעהומע, א געטומל. איינער האָט נישט פארשטאנענ דעמ אנדערנ, אונ די גאנצע פירונג דאָרט איז עפּעס אויסגעקומענ קאפּויר. א נעס, וואָס גאָט האָט זיי באלד צעטריבנ, האָבנ מענטשנ ווידער אָנגעהויבנ צו לעבנ, עטעמענ פרײַער, אונ די וועלט איז ווײַטער אופגעריכט געוואָרנ. נאָר דער כעט 4 פונעמ דאָר⸗האפלאָגע האָט נאָכ אינגאנצנ נישט אופגעהערט. פונ יענער צײַט אָנ ציט זיכ נאָכ אלצ, באאוווינויסיינו⸗האָראבימ 5, די טײַווע בא מענטשנ צו שטיקנ אונ צונויפשטיקנ זיכ, אויסצומויערנ זיכ הויכ, צו מאכנ זיכ א שעמ אונ פליִענ אינ הימל. — וואָס האָסטו אינ מיר זיכ אָנגעטשעפּעט ווי א ↰ 83 זלידניע? — זאָגט אווראָמ צו לאָטנ 1. — לעמײַ זאָלנ דײַנע מענטשנ זיכ קריגנ מיט מײַנע איבער א שפּאנ ערד? די גאנצע וועלט שטייט דאָכ פאר דיר פרײַ, גיי דיר, וווּהינ דו ווילסט, אונ לאָז מיכ געמאכ!

1 קי מאָלעאָ האָאָרעצ כאָמאָס. — 2 דערקלערנ. — 3 די צײַט, ווענ מע האָט געבּויט דעמ בּאָוול⸗טורעמ (לויט דער בּיבּלישער לעגענדע). — 4 די זינד. — 5 איבּער אונדזערע גרויסע זינד.

נאָר איידער נאָכ ביניאָמינ האָט געענדיקט דעמ שמועס, האָט זיכ געלאָזט הערנ א שטארקער געשריי פונ א פּארטשיק, וואָס איז אונדזערע פּארשוינענ אָנגעפאָרנ פונ הינטנ אונ האָט זיי שיר ניט מאזיק געווענ מיט דעמ דישל.

— אוכניאָקעס! — האָט דער פּארטשיק געשריגנ אינ איינ אָטעמ אונ געמאכט אפ זיי מיט דער בײַטש. — וואָס קריכט איר, צו אלדי שווארצע יאָר, ווי די ראקעס, אונ פארשטעלט דעמ וועג! היי, היי, יאָלדנ! היי, היי, פלאָכטנ!

אונדזערע פּארשוינענ, נעבעכ, האָבנ געהויבנ פיס אונ געלאָפנ פאר שרעק ווי די פארסאמטע מײַז, דער אהינ אונ דער אהער.

לויפנדיק האָט סענדערל זיכ א זעצ געטאָנ אינ א שטופּ אונ זיכ אויסגעצויגנ, נעבעכ, ווי גרויס ער איז, אפ דער ערד.

1 דער בּיבּלישער אורפאָטער אווראָמ אונ זײַנ פּלימעניק לאָט (לויט דער בּיבּלישער לעגענדע איז צווישנ זיי איינמאָל פאָרגעקומענ א קריגערײַ).

ביניאָמינ האָט אינ אײַלעניש זיכ אָנגעשלאָגנ אינ א קויש מיט אייער, וואָס א קורעלאפּניטשקע האָט געטראָגנ. די אייער האָבנ זיכ צעבראָכנ, אונ אפ אימ האָט זיכ געעפנט א גענעמ, א פּיסק, א פײַער, א געשריי. יענע פונ די צעבראָכענע אייער, נעבעכ, האָט אימ אָפּגעשאָטנ מיט טויטע קלאָלעס, זי האָט אימ געוואָלט אָפּשטעקנ, אָדער זי האָט אימ שוינ טאקע אָפּגעשטעקט א פּאטש אונ שטארק כיישעק געהאט אײַנצופּלאָנטענ זיי אינ זײַנע האָר. קורצ, ביניאָמינ האָט גענוג געלייזט, ביז ער איז קוימ מיט צאָרעס לעבעדיק ארויס פונ אירע הענט אונ געמאכט ↰ 84 א פּלייטע אינ א הינטערגעסל, וואָס אהינצו איז אויכ סענדערל באלד צוגעקומענ.

— אָט האָסטו דיר א גרויסע שטאָט! — האָט סענדערל געזאָגט אונ אָפּגעווישט מיט דער פּאָלע דעמ שווייס פונ זײַנ פּאָנעמ. — דאָ גיי נישט, דאָ שטיי נישט, דאָ רו נישט. ווייסט זיי אלע דער שווארצ⸗יאָר!

— דאָס ציט זיכ נאָכ אלצ פונעמ דאָר⸗האפלאָגע, — האָט געענטפערט ביניאָמינ, וואָס האָט געסאָפּעט ווי א גאנדז, דאָס אלצדינג, וואָס דו זעסט דאָ, איז אלצ דאָר⸗האפלאָגע, מיט זײַנ בייזער מעהומע, זײַנ געטומל, גנייווע, גזיילע אונ רעציכע!

— א, אינ דער ערד ארײַנ מיטנ קאָפּ! — האָט סענדערל א מאכ געטאָנ. — קומ, ביניאָמינ, לאָמיר זיכ אויסרוענ! דו זעסט עפּעס שרעקלעכ אויס, עס פײַערט דיר עפּעס א באק, א רועכ אינ דער כצופעס 1 טאטנ ארײַנ! וויש נאָר אָפּ, זיי מויכל, דעמ פּאָנעמ. די כצופע האָט, אפּאָנעמ, בעשאס⸗מײַסע דיכ אויסגעשמירט מיט געלכנ פונ אייער!

1 א פארשײַטע פרוי; אנ אויסוווּרפ.

↤ 85

דאָס זיבעטע קאפּיטל
ווי צוליב ביניאָמינענ ווערט אנ איבערקערעניש אינ דער פּאָליטיק

אינ איינעמ פונ די טעטעריווקער קלייזלעכ האָט שטארק געקאָכט פונ דער דענסטמאָליקער קרימער מילכאָמע. דער אונטער⸗אויוונ איז צעפאלנ אפ פארשיידענע קיטעס. איטלעכע קיטע מיט איר פּרעזידענט אונ מיט איר גאנג אינ דער פּאָליטיקע.

כײַקל באלמויעכ אונ זײַנ קאָמפּאניע איז זייער באשעפטיקט געווענ מיט דער מומע וויטענ 1, פלעגט זי צעלייגנ אפ טעלערלעכ אונ באווײַזנ די האסבאָרעס 2 אי די שפּיצלעכ, וואָס אינ איר שטעקט.

1 געמיינט די ענגלישע קיניגנ וויקטאָריע (1819⸗1908). — 2 דאָ געמיינט: קונצשטיק.

כײַקל איז געווענ אמאָל א שטיקל זייגערמאכער, ער האָט ↰ 86 געהאט א גרינגע האנט צו מאצע רעדלענ, קיינער האָט ניט געקענט, אזוי ווי ער, א סוקע מאכנ. דאָס לאָקשנ⸗ברעט, די לאָפּעטע, די מילכעדיקע באנק, דאָס טשאָלנט⸗ברעטל אונ די צעבראָכענע שטייג פונ אויפעס זענענ אינ קיינעמס סוקע נישט געווענ אזוי גוט צוגעפּאסט ווי אינ זײַנער. דעריבער, ווענ עס פלעגט נאָר אויסקומענ עפּעס א רייד אינ מאשינענ⸗זאכנ, פלעגט דער אוילעמ האָבנ פאר אימ אָפּשײַ אונ זאָגנ:

— דאָס געהער זיכ אָנ מיט כײַקלענ, כײַקל ווייסט.

כײַקל פלעגט אלצ דערציילנ וווּנדערלעכע זאכנ פונ מעשונע⸗ווילדע ענגלישע מאשינעס, אזש די האָר פלעגנ זיכ שטעלנ פּאָשעט קאפּויר הערנדיק. אונ אז איינער האָט אימ אמאָל מאפסיק געווענ 1 די רייד מיט עפּעס א קאשע אונ אימ געפרעגט דעמ סייכל דערפונ, פלעגט כײַקל דערקלערנ דאָס אינגאנצנ קורצ אונ פּראָסט מיט עפּעס אזא מינ שפּרינזשינקעלע אונ דערבײַ מאכנ אזא מינע מיט א זיס שמייכעלע, גלײַכ ווי ער וואָלט פארענטפערט א קלאָצ⸗קאשע אונ יענעמ געעפנט די אויגנ. האקלאל, מיט א שפּרינזשינע האָט כײַקל דערקלערט אלצדינג, אי דעמ זייגער, אי דעמ טעלעגראפ, אי א שפּיל⸗פּושקעלע אונ אלע אנדערע מינע האמצאָעס אפ דער וועלט. איציק פּאשטנ 2 אָבער איז קיינמאָל נישט צופרידנ געווענ מיט כײַקלס שפּרינזשינקעס. ער פלעגט קוקנ דערופ עפּעס ווי אפ אפּיקאָרסעס אונ מאכנ מיט א געשפּעט:

— באלד וועט שוינ כײַקל זאָגנ, אז א גוילעמ 3 אוכדוימע אזעלכע מאָפסימ 4 זענענ אויכ דורכ א שפּרינזשינקעלע!.. פע, ↰ 87 פע, כ׳לעבנ! זײַנע אלע זאכענישנ זענענ, פּאָשעט איז פּאָשעט, איכ בעט אײַכ איבער, גאָרנישט, טאקע עמעסע נארישקײַטנ.

1 איבּערגעשלאָגנ. — 2 א מענטש, וואָס נעמט אופ, דערקלערט דערשײַנונגענ לויטנ פּאָשעטנ געזונטנ סייכל, אָנ קיינע דרינגערניענ. — 3 א קינסטלעכ געשאפענער מענטש דורכ מאגישער קונסט (ס׳זײַנענ געווענ אינ פאָלק לעגענדעס וועגנ גוילעמס אונ מע האָט געגלייבּט, אז זיי האָבּנ עקזיסטירט). — 4 וווּנדער.

אונ ווײַל כײַקל באלמויעכ איז געווענ פארקאָכט אינ וויטענ, דעריבער האָט איציק פּאשטנ, כײַקלס באשטענדיקער מיסנאגעד 1 אינ אלע זאכנ, זיכ אָנגעטשעפּעט אינ דער מומע ראָסיע 2 אונ זיכ ארויסגעשטעלט פאר איר מיט אלע קרעפטנ. איטלעכער פונ ביידע צדאָדימ האָט שטארק געארבעט צו בייגנ אפ זײַנ זײַט די איבעריקע קאָמפּאניעס. איז כײַקל שוינ געשטאנענ אפ א שטיקל שטייגער מיט שמוליק באָקסער, דער פּרעזידענט פונעמ פעטער ייִשמאָעלס קנופיע, אונ האָט שוינ קימאט ווי האלב זיכ אויסגעגלײַכט מיט בערל פראנצויז, נאפּאָלעאָנס א הייסער כאָסיד, האָט איציק אָנגעמאכט א הארמידער אונ צוגעצויגנ צו זיכ טעוויע מאָק, קירעס מענטש. פּאָטשטנ זענענ געפלויגנ פונ אלע זײַטנ. איטלעכער האָט געלאָזט זײַנע ראציעס 3, די וועלט האָט זיכ געקערט, אונ דאָס קלייזל האָט זיכ פּאָשעט געוויגט!

אָט אינ דער דאָזיקער צײַט בעשאס דער גרויסער מעהומע זענענ אונדזערע פּארשוינענ אָנגעקומענ קיינ טעטעריווקע אונ זיכ אָפּגעשטעלט אינ דעמ דאָזיקנ קלייזל אפ סטאנציע.

סענדערל מיט זײַנ כאראקטער איטלעכנ נאָכצוגעבנ האָט אינ די איניאָניי⸗האפּאָליטיקע אויכ זיכ נישט אײַנגעשפּארט אונ איטלעכנ צוליב געטאָנ אזוי, ווי ער וויל. דו ווילסט אזוי, פלעגט ער זאָגנ, וואָס פאר א דײַגע איכ האָב, זאָל זײַנ אזוי. אונ דעריבער טאקע האָט ער שטארק נויסע⸗כיינ⸗געווענ 4 אונ איז באלד איטלעכנ געפעלנ. באמ ערשטנ שאָלעמ⸗אלייכעמ איז ↰ 88 בא דעמ אוילעמ געבליבנ, אז סענדערל איז אָנ א גאל, א ייִד אָנ כאָכמעס, וואָס האָט אינ זיכ נישט די מידע פונ אקשאָנעס. אונ ווענ סענדערל איז געווענ אופגעטראָגנ מיט אלע גלײַכ גאָר אָנ א שומ כילעק, אקעגנ זשע איז ביניאָמינ געווענ אנ איבערקלײַבער, אונ גאָר צומ ערשטנ איז אימ מער פונ אלע עפּעס געפעלנ שמוליק באָקסער, צו וועלכנ ער האָט ביסלעכווײַז זיכ צוגעלאָזט, ביז ער איז מיט אימ געוואָרנ שטארק כאווער. ביניאָמינ האָט אימ מעגאלע געווענ דעמ גאנצנ פּלאנ פונ זײַנ נעסיִע, אונ שמוליקנ איז די זאכ זייער שטארק געפעלנ. ער האָט מיקויעכ דעמ איבערגעשמועסט מיט כײַקלענ, כײַקל האָט דאָס גענומענ אפ זײַנ מויעכ; אונ האגאמ די זאכ איז אימ אופגעקומענ א ביסל שווערלעכ, דאָכ איז דאָס אימ געגאנגענ אינ קאָפּ. ער האָט באלד טאקע אינ א סעסיע מיט בערל פראנצויז אונ טעוויע מאָק אפירגענומענ דעמ דאָזיקנ איניענ, אונ זיי האָבנ זיכ דערופ שטארק פארכידעשט.

1 דאָ: א קעגנער. — 2 רוסלאנד. — 3 דאָ געמיינט: נאכריכטנ; בּיולעטענענ. — 4 אויסגענומענ.

— ביניאָמינ, — האָבנ זיי געזאָגט, — זעט טאקע עפּעס ניט אויס ווי א געוויינטלעכער מענטש, ער איז עפּעס ווי צעטראָגנ, נישט אפ דעמ אוילעמ 1. אז ער רעדט, איז שווער צו פארשטיינ, וואָס ער מיינט, ער פארטראכט זיכ אמאָל, שטעלט אויס א פּאָר גלעזערנע אויגנ אונ שמייכלט. זײַנ הילעכ אונ זײַנע אלע פּאָסטעמקעס זענענ עפּעס מעשונע. דאָס אלצדינג באווײַזט, אז ער איז העט⸗העט גאָר פונ אנ אנדערער מאדרייגע, נישט גלאט א מענטש. אינ אימ מוז בעוואדע עפּעס שטעקנ, גלאט פּאָשעט קענ עס לעגאמרע 2 נישט זײַנ. ווער ווייסט, עפשער איז דער ביניאָמינ גאָר נישט קיינ ביניאָמינ, א קאשע אפ א מײַסע!..

1 דאָ: וועלט. — 2 אינגאנצנ; דורכויס.

↤ 89

אז ביניאָמינ אונ סענדערל זענענ פארסאָפּעט ארײַנגעקומענ אינ קלייזל נאָכ דער מײַסע מיט דער ייִדענע פונ די אייער, איז דאָרט געווענ א שרעקלעכער געפּילדער. די סעסיע פונ אונדזערע פּאָליטיקער האָט שטארק זיכ מעפאלפּל געווענ 1 מיט איציק פּאשטנ, וואָס ער האָט זיכ געריסנ אפנ גאָרגל אונ איטלעכנ אריבערגעשריגנ:

— נאט זעט, וואָס שטייט אינ יויסיפנ 2, — האָט איציק געשריגנ אינ איינ אָטעמ אונ געטײַט מיטנ פינגער אינ א סייפערל, — אינ יויסיפנ שטייט, אז אלעקסאנדער מוקדנ האָט געוואָלט גיינ צו די קינדער יוינאָדאָוו בענ⸗רייכאָוו. איז ער דערגאנגענ ביז צו די האָריי⸗כוישעכ, אונ ער מיט זײַנע גיבוירימ האָבנ דאָרט נישט געקענט לאכלוטנ גיינ, זייערע פיס זענענ געזונקענ אינ בלאָטע ביז איבער די קני. מאכמעס די זונ שײַנט דאָרט נישט, איז די ערד אינ יענעמ אָרט שטארק זומפּיק. הײַנט פארשטייט איר שוינ: אלעקסאנדער מוקדנ, דער גרויסער אלעקסאנדער מוקדנ, וואָס איז געפלויגנ אפ אנ אָדלער אונ וואָס איז שוינ געווענ בא די טירנ פונעמ גאנ⸗איידנ, ער האָט נישט געקענט אריבער די האָריי⸗כוישעכ, מיקאָלשעקיינ אײַער פּארשוינ, אזא נעפעש ווי ער! עס וועט אימ נישט העלפנ דערצו אפילע כײַקל מיט אלע זײַנע שפּרינזשינקעס.

— דו, גראָבער קאָפּ איינער! — האָט כײַקל זיכ געלאָזט אפ א קאָל אונ געטיטשעט איציקנ מיטנ גראָבנ פינגער. — וווּ זענענ דײַנע אויגנ? אדעראבע, זע טאקע, וואָס דאָ שטייט ווײַטער. ער זאָגט, אז אלעקסאנדער מוקדנ האָט דאָרט געהערט אויפעס, פייגלעכ ריידנ יעוואָניס 3. איינ פויגל האָט אימ געזאָגט בעזע⸗האלאָשנ: ↰ 90 דײַנ מי איז אומזיסט, ווײַל דו ווילסט קומענ אינ גאָטס הויז אונ אינ דעמ הויז פונ זײַנע קנעכט, די בניי⸗אווראָמ ייִצכאָק וועיאאקויוו 1 — הײַנט פארשטייסטו שוינ, גראָבער קאָפּ איינער, פארוואָס אלעקסאנדער מוקדנ האָט אהינצו נישט געקענט גיינ?

1 דיסקוטירט; דעבּאטירט. — 2 א ווערק וועגנ ייִדישער געשיכטע, פארפאסט אינ מיטלאלטער אפ העבּרעיִש, דער אווטאָר אומבּאוווּסט. פארמאָגט א מאסע לעגענדארישנ מאטעריאל. די ערשטע ייִדישע געדרוקטע אויסגאבּע: ציריכ 1546. — 3 גריכיש.

— מיילע, וואָס וועסטו אָבער טאָנ, מײַנ גרויסער באלמויעכ, אויב עס קומט גאָר אויס ווי די יעש⸗אוימרימ 2 דאָרט, אז די אסערעס⸗האשוואָטימ מיט די רויטע ייִדלעכ אָדער די בניי⸗מוישע וווינענ גאָר דאָרט ערגעצ לעבנ דעמ לאנד פונעמ פּריסטער יאָנ 3? נו, הײַנט לאָז דײַנ נעפעש מויכל זײַנ געפינענ ערגעצ דאָס לאנד פונעמ פּריסטער יאָנ! מאָרגנ נאָכנ קאלטנ קוגל!

— עט, נארישקײַטנ, איציק! כ׳לעבנ, נארישקײַטנ.

— ווארט נאָר, ווארט, מיינ באלמויעכ! עס איז עפּעס נאָכ דאָ א סאמבאטיענ אויכ! וואָס וועט ער טאָנ מיט דעמ סאמבאטיענ, וואָס ער שלײַדערט א גאנצע וואָכ שטיינער? לאָמיר שוינ אָנעמענ אינ דער סוואָרע, אז ער איז שוינ אריבער די האָריי⸗כוישעכ, ער האָט שוינ געפונענ דאָס לאנד פונעמ פּריסטער יאָנ. נו, קומט ער צו צומ סאמבאטיענ, טפּררו! עס רעגנט מיט שטיינער, אומעגלעכ צו שטעלנ א פוס, דאָס דאָ וועט דאָכ אימ נישט העלפנ אפילע דײַנ וויטע. זי זאָל זיכ אפילע שטעלנ מיטנ קאָפּ אראָפּ אונ מיט די פיס ארופ.

— הע, הע, דו טשעפּעסט שוינ זיכ אינ וויטענ! אָט וווּהינ דו ביסט פארקראָכנ.

1 די קינדער פונ אווראָהאָמ, ייִצכאָק אונ יאנקעוו; געמיינט: די ייִדנ. — 2 ס׳זײַנענ פאראנ אזוינע, וואָס זאָגנ; געמיינט: א בּאזונדער מיינונג. — 3 א מיטלעלטערלעכע לעגענדע וועגנ א קריסטלעכ ערגעצ⸗לאנד, וווּ עס קיניגט א פּרעסבּיטער יאָאנ — א קריסטלעכע אנאלאָגיע צו דער ייִדישער לעגענדע וועגנ די אסערעס⸗האשוואָטימ.

↤ 91

— וואָס איז דאָס אינ עמעסנ פאר א גאנג, איציק, אומזיסט⸗אומנישט שפּעטנ פונ די מאלכיִעס 1, — האָט בערל פראנצויז זיכ ארײַנגעמישט מיט פארדראָס. — מיר רעדנ דאָכ איצט פונ ביניאָמינענ, זידל דיר ביניאָמינענ אונ מיש ניט ארײַנ די מאלכיִעס, איכ בעט דיכ!

— פארוואָס זידלענ ביניאָמינענ? — האָט זיכ אָנגערופנ טעוויע מאָק — ביניאָמינ גייט, דאכט זיכ, אפ א דערעכ. דורכ אימ קענ ניצמאכ ווערנ 2 ייִדנ א יעשוע.

— אײַ, מאָק, מאָק! — האָט איציק געמאכט מיט טארומעס 3 אונ געשאָקלט מיטנ קאָפּ. — אפ דיר, מאָקעניו, האָב איכ מיכ, כ׳לעבנ, נישט געריכט, אז דו זאָלסט האלטנ מיט זיי אונ מאכנ אזא פּיירעש פונ ביניאָמינענ. וואָס האָסטו אינ אימ אזוינס דערזענ?

— הערט נאָר, איכ בעט אײַכ, א גאנג פונ א מענטשנ: וואָס האָסטו אינ אימ אזוינס דערזענ?! — האָט שמוליק באָקסער זיכ נאָכגעקרימט מיט א געשפּעט. — מעשוגע ביסטו הײַנט, איציק, צי וואָס? זײַנ אָפּגעלאָזנקײַט, זײַנ צעטראָגנקײַט, זײַנ קוקנ, זײַנ רעדנ מיט זײַנ גאנצ באנעמענ באווײַזנ, דאכט זיכ, זייער גוט, ווער ער איז אזוינס. דאָס פּאָנעמ איז דער בעסטער שפּיגל. אויב דאָס אלצדינג איז בא דיר קיינ באווײַז נישט, ווייס איכ שוינ ניט, וואָס הייסט בא דיר אזוינס א מענטש. אדעראבע, איכ בעט דיכ, אָט איז ער איצט אליינ אָנגעקומענ. קוק אימ, זײַ מויכל, אָנ, אונ זאָג, אויב דו ביסט נישט מעשוגע, טאקע ריינ כאָסער⸗דייע... איר זעט, עפּעס פלאמט אימ דאָרט א באק אונ דרײַ געלע פּאסקעלעכ ציִענ זיכ אימ ווי א שינ אפנ פּאָנעמ! נו, איציק, וואָס פאר א פּאָנעמ האָסטו איצט?

1 געמיינט: קיניגלעכע פּערזאָנענ. — 2 ארויסשפּראָצנ, אויסוואקסנ. — 3 פאריבּל; פארדרוס.

↤ 92

איציק איז צוגעגאנגענ נעענטער צו ביניאָמינענ, האָט אימ אָנגעקוקט פונ קאָפּ ביז די פיס, אימ א שפּײַ געטאָנ קימאט אינ פּאָנעמ ארײַנ אונ איז אוועקגעגאנגענ אינ איינ קאס.

פונ דעמ דאָזיקנ שמועס אָנ וועגנ ביניאָמינענ האָט באקומענ די פּאָליטיקע אנ אנדער פּאָנעמ. שמוליק באָקסער מיט בערל פראנצויז האָבנ געשלאָסנ בלאט מיט כײַקלענ. וויטע האָט ארויסגעשיקט אינ יאמ טויזנט גרויסע אָקרענטנ 1 מיט שרעקלעכ ווילדע מאשינעס, דער פעטער ייִשמאָעל 2 איז אריבער דעמ פּרוט אונ נאפּאָלעאָנ 3 האָט געשאָסנ מיט באָמבעס אפ סעוואסטאָפּאָל, טעוויע מאָק איז געשטאנענ אפ מישקוילעס, נישט אהינ, נישט אהער, געדרייט מיט דער צונג, נישט צו וויסנ, מישטיינס⸗געזאָגט, אפ וועלכער וועלט ער איז. אונ איציק פּאשטנ איז געבליבנ איינער אליינ ווי אפנ וואסער. ער האָט, נעבעכ, געארבעט אפ אלע קיילימ אונ שיר נישט געשפּרונגענ ארויס פונ דער הויט. א קאטאָוועס איינער אקעגנ אזא כעוורע! דערפאר האָט ער זיכ פארעסנ אפ ביניאָמינענ, ער האָט פונ יענער צײַט אָנ זיכ אלצ צו אימ געזוכט אונ אימ געטאָנ אינ דער גאל ארײַנ.

1 זעגל⸗שיפנ. — 2 דאָ געמיינט: טערקײַ. — 3 געמיינט: נאפּאָלעאָנ III.

„גאָט איז מײַנ איידעס, — דערציילט ביניאָמינ אינ איינ אָרט, — אז איכ האָב מיכ נישט געמישט אינ דער פּאָליטיקע, וואָרעמ איינמאָל, צו וואָס טויג עס? צווייטנס, וואָס געהער זיכ עס מיט א ייִדנ אָנ? פונ מײַנעטוועגנ האָט געמעגט זײַנ אזוי אָדער אזוי, אלצ גלײַכ. סענדערל מײַנער האָט אינ אזעלכע זאכענישנ זיכ אויכ, אָסער, נישט געמישט. אונ פונדעסטוועגנ האָט מיכ איציק נישט געלאָזט רוענ, איכ האָב פונ אימ נישט געהאט קיינ טאָג אונ קיינ נאכט. א מאָל פלעגט ער מיכ ארומשמעקנ הינטנ מיט פעדערנ, אָדער ווארפנ אפ מיר שטילערהייט א קישעלע, ↰ 93 אָדער פארשלײַדערנ ערגעצ מײַנס א שוכ, אז איכ האָב מיר דעמ קאָפּ פארדרייט זוכנדיק. בינ איכ בא דער נאכט אנטשלאָפנ געוואָרנ אפ מײַנ געלעגער, פלעגט ער מיט א שטרויעלע מיר קיצלענ די פּיאטעס, אז איכ פלעג אזש אונטערשפּרינגענ, אָדער ער פלעגט מיר לאָזנ א פּאָמפּע אונטער דער נאָז. איכ פלעג זיכ אופכאפּנ נישט טויט, נישט לעבעדיק אונ קײַכנ, הוסטנ מאכמעס דעמ רויכ עפשער א שאָ קעסיידער, גלײַכ ווי איכ בינ שולדיק געווענ אינ דעמ, וואָס די דרײַ קאָמפּאניעס האָבנ געמאכט יאד⸗אכאס.”

↤ 94

דאָס אכטע קאפּיטל
ווי אונדזערע פּארשוינענ זענענ ארומגעגאנגענ איבּער די הײַזער

דעמ גרעסטנ טייל טאָג זענענ אונדזערע פּארשוינענ טאָרעד געווענ 1 מיט דער פּארנאָסע. זיי האָבנ געמאכט וויזיטנ אינ די טעטעריווקער הײַזער אונ האָבנ אינ א קירצער צײַט קוינע⸗שעמ געווענ אזוי, אז מענ פלעגט אפ זיי נאָכטײַטנ מיט די פינגער אונ באגעגענענ זיי — דער מיט א גלײַכווערטל, דער מיט א שמייכעלע. אנ אנדערער אפ זייער אָרט וואָלט זיכ שטארק איבערגענומענ פונ אזא קאָוועד אונ צעפּויקט אומעטומ פונ זײַנ גרויסקײַט, אָנ אײַנהאָרע, אינ דער וועלט, ווי מענ האָט זיכ געשמאָלצנ, ↰ 95 פּאָשעט, אָנקוקנדיק אימ, ווי מענ האָט זיכ געלאָבט 1 מיט איטלעכ זײַנס א וואָרט, אונ מיט וואָס פאר א שמייכעלע מענ פלעגט אימ אופנעמענ אונ ארויסבאלייטנ פונ דער טיר. נאָר אונדזערע פּארשוינענ אָבער זענענ בא זיכ געווענ פּראָסטע מענטשלעכ אונ האָבנ פונ אזא קאָוועד זיכ גאָרנישט געמאכט. ביניאָמינ איז געווענ פארטראָגנ אינ זײַנע זאכנ, אונ סענדערלענ איז געלעגנ אינ זינענ, די טאָרבע זאָל זײַנ פול, אונ אינ דער קעשענע זאָל זײַנ עטלעכע גראָשנ אפ הויצאָעס. צי גיסטו מיט א שמייכעלע צי מיט א קרימ — וואָס מאכט עס א ייִדנ אויס? אבי גיב.

1 געווענ פארנומענ.

הײַנט איז פּורימ, מאָרגנ איז אויס —
גיב מיר א גראָשנ אונ טרײַב מיכ ארויס!

אָט דאָס איז דאָס באקאנטע ייִדישע לידל, וואָס שילדערט זייער גוט זייער פּראָסטקײַט, זייער אניוועס 2 אונ וואָס סענדערל פלעגט עס, גייענדיק אפנ וועג, זייער אָפט שטילערהייט אונטערזינגענ.

— א גוט⸗מאָרגנ, גאָט העלפ! — פלעגט סענדערל זאָגנ באמ ארײַנקומענ ערגעצ אינ א שטוב, נאָכשלעפּנדיק הינטער זיכ ביניאָמינענ פאר דער פּאָלע. דערנאָכ פלעגט ער אימ דערלאנגענ א שטופּ פאָרויס, אימ אײַנרוימענ אינ אויער, ער זאָל זיכ ניט שעמענ אונ אליינ אנידערשטעלנ זיכ אינ דער זײַט מיט גרויס דערעכ⸗ערעצ.

1 געקוויקט. — 2 בּאשיידנקײַט.

ארומגייענדיק אפ אזא שטייגער, זענענ אונדזערע פּארשוינענ איינמאָל ארײַנ אינ א שטוב, אינ וועלכער זיי האָבנ געטראָפנ עפּעס א יונגנמאנ, טײַנענדיק מיט דעמ באלעבאָס. עס האָט אויסגעזענ פונ די רייד, ווי דער יונגערמאנ גיט דעמ באלעבאָס ↰ 96 צו פארשטיינ די וויכטיקײַט פונ עפּעס אנ איניענ, וואָס דורכ דעמ קלינגט מיט אימ איצט די וועלט, ווי ער לויבט זיכ פאר אימ אָפּ, ווײַזט פּאפּירנ אונ פארלאנגט פונ אימ עפּעס א זאכ. נאָר דער באלעבאָס קרימט זיכ אָבער, טײַנעט, ווי ער קאָנ, אונ צאפּלט פּאָשעט זיכ אויסצודרייענ פונעמ יונגנמאנס הענט. דער באלעבאָס האָט זיכ אָנגעכאפּט אינ אונדזערע פּארשוינענ אזוי ווי א דערטרונקענער אינ א שטרוי. ער האָט געשווינד זיכ צוגעלאָזט צו זיי אינ דער האָפענונג, עפשער האָבנ זיי צו אימ א נייטיק געשעפט אונ וועלנ אימ דערווײַל באפרײַענ פונ דער נויט. נאָר קוימ אָבער האָט ער דערהערט, ווער די זענענ אונ וואָס זיי ווילנ, איז ער געבליבנ שטיינ צעמישט, שטארק פארוווּנדערט, ווי איינער, בעשאס דאָס אָנשיקעניש טרעט אימ פּלוצלימ צו פונ אלע זײַטנ.

— אָט האָט איר נאָכ נויסימ! — האָט דער באלעבאָס זיכ אָנגערופנ נאָכ דעמ, אז ער איז צו זיכ געקומענ, אונ זיכ געווענדט צו דעמ יונגנמאנ. — די דאָזיקע ייִדנ, זעט איר, זענענ אויכ נויסימ! נאָט אײַכ נײַס, נויסימ אפ אונדזער קאָפּ!

דער יונגערמאנ מיט אונדזערע פּארשוינענ האָבנ איינער דעמ אנדערנ זיכ אָנגעקוקט.

— הערסטו, — האָט סענדערל א צי געטאָנ ביניאָמינענ פאר דער פּאָלע אונ אימ אײַנגערוימט אינ אויער, — מעגלעכ, אז דער דאָזיקער יונגערמאנ וואנדרעוועט אויכ אהינצו... ער קענ נאָכ, כאָלילע, פארלויפנ פריִער אונ אונדז אָפּטאָנ אפ טערקיש.

— עפשער זענט איר טאקע אלע איינ קאָמפּאניע? — האָט דער באלעבאָס זיכ ווײַטער אָנגערופנ.

— כאָלילע, כאָלילע! — האָט ביניאָמינ מיט סענדערלענ ביידע אינ איינ קאָל געשריגנ. — מיר גייענ באזונדער גייענ מיר!

— גייט אײַכ געזונטערהייט באזונדער, בא מיר אָבער הייסט ↰ 97 איר איינ קאָמפּאניע, — האָט דער באלעבאָס געזאָגט אונ ארויסגענומענ א מאטבייע פונ דער קעשענע.

— גיט, זײַט מויכל, אונדז, אונדז גיט, — האָט סענדערל געבעטנ אונ אויסגעשטרעקט די האנט, — מיר וועלנ שוינ דעמ יונגנמאנ ארויסגעבנ זײַנ כיילעק. קומט, יונגערמאנ, מיר וועלנ אײַכ ארויסגעבנ. איכ האָב מינצ.

אינמיטנ⸗דערינענ האָט זיכ געעפנט די טיר פונ דער קיכ, אונ א שרעקלעכער קאָל האָט זיכ געלאָזט פונ דאָרט הערנ מעשונע⸗ווילד:

— דאָס איז ער, ער! אָט דער, וואָס שטייט לעבנ דעמ קליינעמ דארנ ייִדל. זיי האָבנ דענסטמאָל אויכ ביידע זיכ ארומגעשלעפּט. איכ האָב אימ דערקענט, דעמ שיינעמ נעפעש, אינ זײַנ פּענעמל, אינ זײַנ געל בערדל, אויסגעצופּט זאָל עס אימ ווערנ! אינ זײַנ צעכראסטעט הערצעלע, א, פארכאפּט, ריבוינע⸗שעל⸗אוילעמ, לאָז ער ווערנ! לאָז עס מיט אימ קויקלענ, מאָרדעווענ אונ אויסרינענ דאָס מארכ פונ זײַנע טרייפענע ביינער... אויסרינענ!

— קומ, ביניאָמינ, אוועק! — האָט סענדערל געזאָגט, שלעפּנדיק ביניאָמינענ פאר דער פּאָלע. — א רועכ אינ דער כצופעס טאטנ ארײַנ! זי האָט נאָכ אלצ צו טאָנ מיט די צעבראָכענע אייער!

↤ 98

דאָס ניינטע קאפּיטל
ווי זכוס⸗אָוועס 1 האָבנ פאר אונדזערע פּארשוינענ זיכ געלייגט

זיפצנ אונ קרעכצנ מוז מענ, אז מענ לייענט די געשיכטנ פונ די גרויסע בארימטע קאָפּ⸗מענטשנ, ווי זיי האָבנ, נעבעכ, געליטנ שטארק זייער גאנצ לעבנ פונ דער וועלט, פאר וועלכער זיי האָבנ מאקריוו געווענ 2 זייערע טעג אונ יאָרנ אונ זי באגליקט מיט זייער נוצלעכע זאכנ, וואָס זיי האָבנ מיט זייער סייכל דערגאנגענ. די וועלט איז בעטעווע א קינד, וואָס האָט ליב זיכ צו האלטנ נאָר אינ דער מאמעס פארטעכ, נישט אָפּצוטרעטנ פונ איר אפ א האָר; וואָס האָט אלצ ליב די אלטע נארישע מײַסעס, וועלכע די ניאנקעס ↰ 99 אונ אלטע באבעס כאזערנ זיי אימ איבער הונדערט מאָל אינ טאָג; וואָס מיינט, אז בעסערס פונ זײַנע שפּילכעלעכ איז טאקע גאָר נישטאָ, אינ דערינענ שטעקט די גאנצע כאָכמעס, וואָס קענ נאָר זײַנ, אונ אז דער באהעלפער 1 קומט אימ נעמענ אינ כיידער ארײַנ, אויסצולערנענ אימ עפּעס, שרײַט ער גוואלד, גלײַכ ווי מענ וואָלט אימ געקוילעט. די וועלט האָט ליב צו לעבנ, אזוי ווי זי איז געוווינט, עפּעס א נײַס קומט איר אויס מעשונע⸗ווילד, זי שרײַט דערופ מײַסימ אונ זידלט, מאכט מיט דער בלאָטע גלײַכ דעמ, וואָס טראכט אזוינס אויס. ערשט דערנאָכ, אז דאָס נײַס איז שוינ נוילעד געוואָרנ 2, עס האָט זיכ אײַנגעלעבט אונ ווײַזט באשײַמפּערלעכ ארויס דעמ גרויסנ נוצנ, וואָס אינ אימ ליגט, ערשט דענסטמאָל כאפּט מענ זיכ אינ דעמ שטארק אָנ, מענ האָט דערפונ גרויס האנאָע אונ פארגעסט קלאל יענעמ, נעבעכ, וואָס האָט עס מיט נויט⸗שווייס מאמצי געווענ 3. נאָכ זייער שיינ פונ דער וועלט, אז זי האָט זיכ זײַנער דערמאָנט אימ צו מאכנ כאָטשע א מאָלע 4 אונ צו שטעלנ אימ א מאצייווע. מיליאָנענ מענטשנ לעבנ הײַנט גליקלעכ אונ אָטעמענ פרײַ אינ אמעריקע, אונ קאָלומבוס, בעשאס אימ איז ארײַנ דער געדאנק צו אנטדעקנ אמעריקע, האָט, נעבעכ, שטארק געליטנ, די וועלט האָט אימ געהאלטנ פאר מעשוגע אונ אויס אימ כויזעק געמאכט.

1 די פארדינסטנ (גוטע מײַסימ) פונ די עלטערנ. — 2 געבּראכט פאר א קאָרבּנ; אָפּגעגעבּנ אינגאנצנ.

1 א געהילפ בּא א מעלאמעד. — 2 געבּאָרנ געוואָרנ. — 3 דערפונדנ. — 4 זאָגנ א טפילע נאָכ געשטאָרבּענע.

דעסגלײַכנ איז אויכ געווענ מיט אונדזער ביניאָמינענ פונ טונעיאדעווקע. נאָר אָנקוקנדיק אימ, האָט מענ אימ געהאלטנ פאר א מעשוגענעמ, אונ הערנדיק זײַנע רייד איבער דער נעסיִע, האָט מענ זיכ געשטיקט פאר געלעכטער, מענ האָט מיט אימ געטריבנ קאטאָוועס, איטלעכער האָט מיט אימ געהאט צו טאָנ אונ אויס אימ געמאכט א קאָטער. א נעס, וואָס ביניאָמינ האָט עס ↰ 100 אזויפיל נישט פארשטאנענ. זיסט וואָלט ער זיכ פארעסנ, כאס⸗וועשאָלעמ, קראנק געוואָרנ אונ א שפּײַ געטאָנ אפ דער גאנצער נעסיִע!

מיר היפּערנ איבער א סאכ זאכנ פונ דעמ אוילעמס האמצאָעלעכ איבער ביניאָמינענ, ביכדיי דאָס זאָל אפ אונדז אלע נישט פאלנ פאר קיינ אייביקנ פלעק אונ דאָס זאָל אונדז נישט זײַנ צו קיינ כארפּע, צו קיינ בושע אינ דער געשיכטע פאר די שפּעטערדיקע דוירעס. מיר מאכנ זיכ נישט⸗וויסנדיק פונ די אלע זאכנ, כאטע⸗פּאָקרישקע! אונ נעמענ זיכ ווײַטער צו אונדזער דערציילונג.

„אינ טעטעריווקע, — זאָגט ביניאָמינ, — איז דאָ א גרויסע קעהילע ייִדנ, זאָלנ זיכ פרוכפּערנ אונ מערנ. ווער זיי זענענ, וואָס פאר א מינע מענטשנ זיי זענענ, אונ פונוואנענ זיי האָבנ זיכ גענומענ, דאָס, פרעגט זיי בעכיירעמ, ווייסנ זיי אליינ נישט, זיי האָבנ נאָר בעקאבאָלע 1 פונ טאטעס, זיידעס אונ עלטער⸗עלטער⸗זיידעס, אז זיי וואקסנ פונ ייִדנ, אונ ווי עס זעט אויס פונ א טייל זייערע מינהאָגימ, פונ זייער האלבאָשע, פונ זייער לאָשנ אונ פונ זייער האנדל אוכדוימע, זענענ זיי, אפּאָנעמ, טאקע מעכוּיעוו צו זײַנ ייִדנ, נאָר צונויפגעלאָפענע, אָפּגעריסענע פונ פארשיידענע שוואָטימ. וואָרעמ איינער מיט דעמ אנדערנ געהער זיכ קימאט נישט אָנ, לאָז, אשטייגער, איינער פאלנ, וועט דער אנדערער אימ נישט אופהייבנ, כאָטש ער זאָל, סאָנע⸗ציִענ, די קאפּאָרע ווערנ, די מיסע⸗מעשונע אָנעמענ דאָ אפנ אָרט...

צווישנ זיי איז דאָ א טייל, וואָס פארשטייענ זייער גוט מאניפאָרגע⸗לאָשנ 2. מאניפאָרגע איז פונ דעמ שוירעש מאניפאָרגי⸗סימוס. ↰ 101 דאָס הייסט: מאני — לאָשנ, פאָרגי — ציגײַנעריש. מאניפאָרגע⸗ייִדנ קענענ כאָכמאס⸗האיאד 1, קוקנ יענעמ אינ דער האנט ארײַנ אונ ציִענ געוויינטלעכ דערפונ זייער פּארנאָסע. דערצו נאָכ קענענ זיי אנדערע מעלאָכעס, לעמפּלעכ⸗מאכערס אונ טאָקערס זענענ זיי טאקע איינע אינ דער וועלט, כידעשנ נאָר מוז מענ זיכ, ווי זיי מאכנ אמאָל יענעמ א לעמפּל אונ טאָקנ אָפּ זאכנ עפּעס נאָר שעלוי⸗קעדערעכ⸗האטעווע 2. אויכ האָבנ זיי א מאטאָנע פונ זײַנ ליבנ נאָמענ אָפּצוזאָגנ אמאָל א פּיזמענ, אונ דאפקע שטילערהייט, מיט אזעלכע מינע טנועס, אזש טרערנ שטעלנ זיכ דורכ דעמ אינ די אויגנ, אונ זיי נעמענ דערמיט בא יענעמ פּאָשעט צו דאָס כיִעס... מענ זאָגט, יאקבי זיי שטאמענ פונ די ערעוו⸗ראָוו 3 פונ דער געזע קאפטוירימ 4.

1 א מינדלעכע איבּערגעבּונג, איבּערדערציילונג. — 2 גאנאָווימ⸗שפּראכ. מיט דער ווײַטערדיקער דערקלערונג פונעמ וואָרט „מאניפאָרגיע” מאכט דאָ מענדעלע כויזעק פונ די וווּלגארע פאָלקס⸗עטימאָלאָגיעס.

ביכלאל, זאָגט ביניאָמינ, זענענ די אײַנוווינער דאָרט ערלעכע לײַט, גוטע מענטשנ. זיי פלעגנ מיכ אופנעמענ טאָמיד מיט א שמייכעלע אונ מעשונע האנאָע האָבנ מיט מיר זיכ אָפּצוגעבנ. מענ האָט געזענ באשײַמפּערלעכ, אז זיי זענענ מיט מיר שטארק צופרידנ. איכ ווינטש זיי פונעמ גאנצנ הארצנ, אז גאָט אונ לײַט זאָלנ פונ זיי אייביק אויכ אזוי צופרידנ זײַנ. אָמיינ!”

א כידעש⸗ניפלע, — דערציילט ווײַטער ביניאָמינ, — דאָרט אינ דער סוויווע באגעגנט מענ אמאָל פּארשוינענ, וואָס זענענ א ביסל ווי כאזערעוואטע. מענ דערקענט עס זיי באלד אינ דעמ אָנבליק. א טייל זאָגנ, אז דאָס איז אזא פּאָראָדע, ווידער א טייל ווילנ האָבנ, אז דער אָרט איז דערצו מעסוגל. ביניאָמינ וויל דערינענ נישט מאכריִע זײַנ 5. דאָס געהער זיכ אָנ מיט די געלערנטע, ↰ 102 זיי זאָלנ די זאכ פאָרשנ אונ אונדז דערקלערנ אקוראט, וואָס דאָס באטײַט. נאָר ווי די מײַסע איז, זאָגט ביניאָמינ, אזוי צי אזוי, די זאכ אליינ איז קיינ נײַס נישט אפ דער וועלט. נאָכ דער אלטער מאטיסיאָהו דעלעקארטי 1 העט⸗העט אינ די פריִערדיקע יאָרנ ברענגט אינ זײַנ סייפער „צל עולם” בעזע⸗האלאָשנ:

1 האנט⸗וויסנשאפט (כיראָמאנטיע); מענדעלע טײַטשט דאָס אויס אפ זײַנ אויפנ. — 2 אומנאטירלעכ. — 3 א געמיש פונ פעלקער, וואָס האָבּנ, לויט דער בּיבּלישער לעגענדע, זיכ געהאט פארייניקט צו די בּניי⸗ייִסראָעל בּאמ ארויסגיינ פונ מיצראיִמ. — 4 דער שטאמ קאפטוירימ, וואָס ווערט דערמאָנט אינ דער בּיבּל. — 5 בּאשליסנ, וועלכע מיינונג איז די ריכטיקע.

„אינ בריטאניאָ איז דאָ א פאָלק מיט אנ עק פונ הינטנ ווי בא בעהיימעס. אויכ זענענ נאָכ דאָ ווײַבער, הויכע, גרויסע, ווי די ריזנ, אונ זיי זענענ באוואקסנ מיט שטשעטינעס (כאזער⸗האָר) ווי די כאזיירימ. אינ צאָרפאס 2 האָט זיכ געוויזנ א פאָלק מיט הערנער. אפ יענע בערג זענענ דאָ קרומע ווײַבער, אונ די, וואָס איז מער קרומ, איז אלצ שענער.” טאקע מאמעש ווי מענ באגעגנט נאָכ בא אונדז הײַנטיקע צײַטנ זייער פיל ווײַבער, וואָס קומענ אויס קרומ, שטארק בוילעט, מעכילע, פונ הינטנ, מיט א לאנגנ עק, וואָס באָמבלט זיכ אונ שלעפּט זיכ זיי נאָכ אפ דער ערד. „דאָס, וואָס איז געווענ, זאָגט דער פּאָסעק, דאָס וועט אויכ זײַנ, אונ ס׳איז נישטאָ קיינ נײַס אונטער דער זונ!”

1 זע „בּאמערקונגענ” זײַט 171. — 2 געמיינט: פראנקרײַכ.

טעטעריווקע, — זאָגט ביניאָמינ, — איז גרויס, מיט שיינע מויערנ אונ לאנגע גאסנ. אָנקוקנדיק זי באמ ערשטנ מאָל, דאכט זיכ אויס, זי לעבט, עס קאָכט דאָרט אונ רוישט. נאָר דערנאָכ, אז מענ ווערט א ביסל אײַנגעוווינט, זעט מענ, אז זי איז אינ טאָכ ארײַנ א מינ גרויסע טונעיאדעווקע. די אײַנוווינער דאָרט עסנ, לייגנ זיכ שלאָפנ, שטייענ אופ ווי געוויינלעכ אלע טאָג אינ איינ צײַט. די צײַט ווערט גערעכנט דאָרט נאָכ דעמ עסנ. פונעמ אָנבײַסנ, אשטייגער, ביז ווארמעס; אונ פונ ווארמעס ביז וועטשערע. מאכמעס אָנבײַסנ, ווארמעס אונ וועטשערע זענענ דרײַ קרעטשמעס אינ זייער לעבנ, וואָס אהינצו גארט מענ זיכ צו דערשלעפּנ ↰ 103 אפ א פּאָפּאס אונ עפּעס טאָנ נאָכ דעמ, אז מענ האָט פארבראכט א שטיק צײַט מיט גאָרנישט אינ א פּוסטנ סטעפּ. מענ זאָגט, יאקבי טעטעריווקער לופט מאכט בעטעווע פויל, אָפּהענטיק אונ שלעפעריק. ווענ עס פאלט אהינצו ארײַנ עפּעס א מענטש מיט א קוראזש, מיט א כיישעק עפּעס צו ווירקנ, נעמט עס אינ א קורצער צײַט בא אימ צו אי דעמ קוראזש אי דעמ כיישעק, אונ עס בלײַבט אימ מער נישט איבער ווי דער כיישעק צו עסנ, צו שלאָפנ אונ אופצושטיינ, ביכדיי ווײַטער צו עסנ אונ צו שלאָפנ.

ביניאָמינ האָט דאָרט געזענ די סטאנציעס פונ די קליינשטעטלדיקע סבאָרשטשיקעס 1 אונ פּאָוויערענעס. אוועקפאָרנדיק פונ דער היימ, האָבנ זיי ארויסגעוויזנ קוראזש אונ שטארקײַט נאָכ פיל מער, ווי מענ באדארפ. מענ מוז פאָרנ, האָבנ זיי אלצ געדרונגענ אונ אײַנגעשמועסט דעמ אוילעמ, מענ מוז פאָרנ, זיכ סטארענ, ארבעטנ אונ אײַנלאדעווענ מיקויעכ דעמ געלט פונ געוויסע קאָהאָלשע היצטארכעס 2 אונ מיקויעכ נאָכ אנדערע שטאָטישע זאכנ, כאָטש זייער סטארענ זיכ, ארבעטנ אונ טאָנ וועגנ דעמ איז אינגאנצנ אנ איבעריקע זאכ, טאקע נאָר ווי א פינפטע ראָד צומ וואָגנ, ווײַל דערופ איז דאָ א סמעטע, אונ אלצדינג וועט געמאכט ווערנ גאָר אָנ זייער הילפ. נאָר זיי האָבנ אָבער פאָרט באקומענ שטארק כיישעק, עס האָט זיכ זיי מעשונע פארגלוסט, האָבנ זיי גענומענ באמ אוילעמ געלט פאר זייערע ווײַבער אונ קינדער אי פאר זיכ אפ הויצאָעס אונ מארש אינ וועג ארײַנ אינ א גוטער, אינ א מאזלדיקער שאָ. אינ טעטעריווקע קומענדיק, איז זיי, מײַסע⸗סאָטנ, באלד פארגאנגענ דער כיישעק. וווּ בעריעשקײַט, ווענ בעריעשקײַט! האָבנ זיכ אנידערגעזעצט אפ דער סטאנציע פויל, אָפּהענטיק, ↰ 104 נאָר געגעסנ, נעבעכ, געטרונקענ אונ געשלאָפנ, גלײַכ מענ האָט זיי א קישעפ אָנגעטאָנ. אינ דעמ צושטאנד פארברענגענ זיי, נעבעכ, דאָרט זייערע טעג אונ יאָרנ, דער אוילעמ שיקט זיי אלצ צו, אפ זייער באקאָשע, געלט אונ ווײַטער געלט, אונ זיי הינענ טאקע אלצ, גענעצנ, עסנ, שלאָפנ, נעבעכ, ווי די פארצויבערטע פּרינצנ, אונ ס׳איז פּאָשעט אומעגלעכ זיי פונ דאָרט ארויסצורײַסנ, אפילע קיינ באל⸗שעמ 1 אונ קיינ טאָטער 2 קענענ דערצו אויכ נישט העלפנ.

1 אופזאמלער פונ שטײַערנ (א קאָהאָלשער אמט). — 2 בּאדערפענישנ.

ביניאָמינענ האָט אָנגענומענ א יעיצער⸗האָרע זיכ צו באקענענ מיט די בארימטע געלערנטע אונ שריפטשטעלער, וואָס אינ טעטעריווקע. עפּעס איז ער דאָכ אויכ א שטיקל קענער, א כאקרענ, וואָס קוקט ארײַנ אינ די קליינע אויסיִעסלעכ אונ ווייסט, וואָס איז אזוינס א ייִדישער כקירע⸗סייפער, פונוואנענ די דאָזיקע לײַט האָבנ געשעפּט זייער טוירע, זייער יעדיִע אינ די שעווע⸗כאָכמעס. הײַנט ווי שיקט זיכ עס, קומענ אהער אונ זיכ נישט זענ מיט זײַנ סאָרט מענטשנ?! כוצ דעמ האָט זיכ אימ געוואָלט טאקע איבערשמועסנ מיט זיי וועגנ זײַנ נעסיִע. אזעלכע לײַט וועלנ אימ דאָכ פארשטיינ אונ קענענ אָפּשאצנ דעמ ווערט זײַנעמ. ער האָט געהאָפט, זיי וועלנ אימ נאָכ געבנ האסקאָמעס 3 אונ אימ הייבנ ווי אפ דרוקעס. זיי האָבנ דאָכ ליב ארויסצוגיינ מיט זייערע האסקאָמעס אפ קלייניקײַטנ, שמאָכטעלײַענ, ביפראט נאָכ אפ אזא זאכ, אפ אזא וויכטיקע זאכ, דאָ וועט דאָכ די פּענ זייערע זיכ צעלאָזנ גאלאָפּ, גאלאָפּ ווי א פערד.

1 א מענטש, וואָס טוט וווּנדער, היילט קראנקע מיט פארשיידענע קאמייעס אדגל. — 2 געמיינט: א זנאכער. — 3 געמיינט: רעקאָמענדאציעס; רעקאָמענדיר⸗בּריוו.

נאָר צו וועלכנ פונ זיי ביניאָמינ איז געקומענ, האָט ער אימ אלצ געטראָפנ — אָדער ער עסט אָדער ער שלאָפט! איינמאָל איז אימ געראָטנ צו טרעפנ איינעמ פונ די לײַט — א ווילדער ↰ 105 שרײַבער, מעשוגע א בארימטער בעריע — ווי ער איז געזעסנ אָנגעלענט אפ א באנקבעטל אינ אנ אָפּגעזונדערט כיידערל.

— גוט⸗מאָרגנ!..

— גוט⸗יאָר! וואָס וויל א ייִד?

— עט, אזוי, א ביסל שמועסנ!

אהינ⸗אהער, עפּעס פּלאטשיק דער אייסעק. דער בעריע איז עפּעס ווי צעקראָכנ, קוימ וואָס ער רירט מיט די ליפּנ, די נעשאָמע ליגט אימ אפ דעמ שפּיצ נאָז אונ עס קלעפּנ זיכ אימ די אויגנ. ביניאָמינ מינטערט אימ, רעדט איבער אימ, ווי ער קענ, נאָר אומזיסט די מי, ער איז קאלט ווי אײַז. ערשט דערנאָכ האָט ער זיכ א ביסל אויסגעטשוכעט, א שטארקנ גענעצ געטאָנ אונ ארײַנגערופנ דאָס ווײַב.

— ווענ וועט מענ שוינ גיינ עסנ? — האָט ער זי א פרעג געגעבנ אונ אויסגעקנאקט די ביינער מיט א געשמאקנ גענעצ.

— לאָז מענ שוינ געבנ עסנ, וואָרעמ איכ וויל, — האָט ער געזאָגט, — איכ וויל א ביסל צולייגנ מיכ שלאָפנ...

האקלאל, טעטעריווקע איז א גוטע ספּאלניע, אלצדינג שלאָפט דאָרט רויִק, אי דאָס געלערנטקײַט, אי דער האנדל, אי די בענק, אי די פּראָצעסנ (לאָדענישנ) אונ אלע מינע געשעפטנ. ווי מענ זאָל זיי נישט פּרוּוונ וועקנ, קענ מענ זיי אלצ נישט דערוועקנ. אפילע ווענ עטלעכע מענטשנ פארקלײַבנ זיכ אמאָל אינאיינעמ, נעמט זיי באלד אָפּ דאָס לאָשנ, זיצנ, גענעצנ אונ קוקנ איינער דעמ אנדערנ אָנ ווי די גוילעמס, אונ די גאנצע געזעלשאפט ווערנ אנטשלאָפנ. ערשט ווענ מענ דערלאנגט די וועטשערע, רירט זיכ אינ זיי אנ אייווער, זיי ווערנ לעבעדיק, נעמענ זיכ געשמאק צו דער אכילע, עסנ אָפּ — אונ א גוטע⸗נאכט! זיי גייענ אהיימ שלאָפנ...

אונדזער ביניאָמינ האָט עס געפילט שפּעטער אפ זיכ אליינ. ↰ 106 ער האָט דערנאָכ אינ טעטעריווקע נישט מער געטאָנ ווי געגעסנ אונ געשלאָפנ, אונ דער כיישעק פונ דער נעסיִע איז אימ עפּעס ווי פארגאנגענ. ער איז געווענ אינ א גרויסער סאקאָנע פארפאלנ צו ווערנ דאָרט, אזוי ווי א שיפ, וואָס כאפּט זיכ ארײַנ אינ דעמ שטילנ יאמ, אונ אָפּשלעפּנ דאָרט זײַנ לעבנ ביז אצינד, ווענ מיט אימ זאָל זיכ נישט געווענ מאכנ א מײַסע, וואָס האָט, ווי א שטורעמווינט, אפ זײַנ גליק אונ אפ דער וועלטס גליק, אימ מיט גוואלד ארויסגעטריבנ פונדאנענ ווײַטער צו זײַנ נעסיִע.

די סינע פונ איציק פּאשטנ צו ביניאָמינענ האָט וואָס א טאָג אלצ מער געוואקסנ. ער האָט די לעצטע צײַט ווי א זלידניע זיכ אײַנגעגעסנ אינ ביניאָמינענ אונ זיכ גענומענ שטארק מעפאלפּל צו זײַנ מיט אימ איבער זײַנ נעסיִע, אימ לייגנ שטיינער אפנ הארצנ, אז דענסטמאָל, ווענ דאָ אפ דער דלאָניע וועט וואקסנ האָר, וועט ער קומענ צומ סאמבאטיענ אונ זענ די רויטע ייִדלעכ, ווי ער זעט זײַנ אויער.

ביניאָמינ אָבער האָט זיכ נישט געלאָזט שפּײַענ אינ דער קאשע אונ אויסגעדרונגענ, אז ס׳איז דאָ אינ דער וועלט א בוירע 1, וואָס פארלאָזט נישט די, וואָס האָבנ אינ אימ א ביטאָכנ. נישקאָשע, ער וועט, אימ⸗ייִרצע⸗האשעמ, מיט גאָטס קויעכ דערגיינ אהינצו, סאָנימ אפ צעשפּרינגעניש. אונ אז ביניאָמינענ פלעגט, טײַנענדיק, זיכ צעשפּילנ די געבליטנ, פלעגט ער ווערנ פלאמ⸗פײַער אונ אינ דער מיט שמועס ארײַנווארפנ אפ א קאָל: פּיפּערנאָטער, לינדנוואָרעמ, אייזל, מויל⸗אייזל אוכדוימע! דאָס האָט געהייסנ אזויפיל ווי: בילט אפ די ציינ, אָט בינ איכ שוינ העט⸗ווײַט, אָט בינ איכ שוינ דאָרט אינ דער מידבער אונ גיי אונ גיי אונ גיי!..

1 בּאשעפער.

איציק פלעגט דרײַ מאָל אויסשפּײַענ אונ זאָגנ: ער איז פּאָשעט מעשוגע, כאָסער⸗דייע, מענ באדארפ אימ פירנ צומ טאָטער. אונ ↰ 107 האָט צומ סאָפ אזוי ווײַט געבראכט, אז קוימ האָט ביניאָמינ זיכ געוויזנ אפ דער גאס, זענענ אימ ווײַסע⸗כעוורע נאָכגעלאָפנ ווי נאָכ א מעשוגענעמ מיט שטיינער, אימ געמאכט א הורא אונ געשריגנ: פּיפּערנאָטער, לינדנוואָרעמ!

איינמאָל, אז ביניאָמינ מיט סענדערלענ זענענ פארנאכט געגאנגענ ביידע אינ גאס, איז כעוורע זיי באפאלנ ווי די היישעריקנ אונ זיי שטארק דאָקוטשעט, אזוי אז זיי האָבנ געמוזט אנטלויפנ מיט הינטערגעסלעכ. אינ איינעמ פונ די ענגע געסלעכ האָבנ זיי, לויפנדיק בארג⸗אראָפּ איבער א לאנגער, שמאָלער קלאדקע, זיכ באגעגנט דאָרט סאמע אפ דער מיט מיט א מענטשנ, וואָס איז זיי געקומענ אקעגנ. אויסמײַדנ זיכ דאָרט איז נישט געווענ קיינ שומ מעגלעכקײַט, סײַדנ אראָפּשפּרינגענ אונ צעשלאָגנ דעמ קאָפּ אָדער ווייניקסטנס זיכ אויסברעכנ א פוס. די ביידע זאכנ אָבער האָבנ אונדזערע פּארשוינענ באדארפט האָבנ נייטיק אינ לעבנ ארײַנ. אָנ א קאָפּ אָדער אָנ א פוס וואָלט דאָכ קיינ סוואָרע נישט געווענ צו מאכנ זייער נעסיִע. אונ ביניאָמינ מיט סענדערלענ זענענ געבליבנ שטיינ מיט אראָפּגעלאָזענע נעזער.

— א⸗א, שאָלעמ⸗אלייכעמ, ביניאָמינ! — האָט יענער פּארשוינ, וואָס איז געקומענ אקעגנ, א זאָג געגעבנ מיט א פארדראָס אי מיט א געלעכטער אינאיינעמ. — א גוטע באגעגעניש, כ׳לעבנ, אזוי ווי געוווּנטשנ!

— שאָלעמ⸗אלייכעמ, אלייכעמ⸗שאָלעמ, רעב אײַזיק⸗דאָוויד! — האָט ביניאָמינ געענטפערט נישט מיט זײַנ קאָל שטארק צעמישט.

דער דאָזיקער פּארשוינ איז געווענ רעב אײַזיק⸗דאָוויד רעב ארנ⸗יוסעלעס סאָרע⸗זלאטעס, דער כאָכעמ פונ טונעיאדעווקע.

— שיינע מענטשנ! — האָט רעב אײַזיק⸗דאָוויד געמאכט מיט טארומעס. — מענ פאָרט אוועק פונ דער היימ ביגנייווע, גלאט ↰ 108 אוועק, פאר וואָס, פאר ווענ? ווייס איכ? אלצדינג מוז דאָכ זײַנ עפּעס מיט א גאנג, מיט א דערעכ⸗האטעווע. וואָס הייסט גלאט אוועק אונ מאכנ ווײַבער, נעבעכ, אָנ א שומ גאנג, פאר וויסטע אגונעס מאכנ ווײַבער! ווייס איכ? סטײַטש, אדעראבע, שוינ אוועקגעשטעלט אלצדינג אינ דער זײַט, פרעג איכ אײַכ נישט מער, נאָכאמאָל טאקע, אדעראבע, סטײַטש, סטײַטש?! פארקערט, זאָגט, וואָס טוט איר דאָ? איכ מיינ טאקע דיכ אויכ, סענדערל. נישקאָשע, איכ זע דיכ, ווי דו שטייסט פונ הינטנ. דײַנ ווײַב, סענדערל, וועט דיר, נישקאָשע, געבנ, גוט מעכאבעד זײַנ וועט זי דיכ, דײַנ ווײַב. ווי א הערינג, אזוי אינ קאס איז זי, וואָלט זי דיכ צעריסנ, דײַנ ווײַב. דאָס הארצ, אָבער, האָט איר געזאָגט, אז דאָ מוזט איר אוואדע זײַנ, האָט איר געזאָגט דאָס הארצ, דײַנ ווײַב, אונ זי האָט געוואָלט, נישט אנדערש פאָרנ גאָר אהער, האָט זי געוואָלט, נאָר מיט מיר, דײַנ ווײַב.

— הא, ער איז דאָ! — האָט א געשריי געטאָנ א ייִדענע, וואָס איז אונטערגעקומענ פונ הינטנ צו רעב אײַזיק⸗דאָווידנ.

סענדערל האָט אינ קאָל דערקענט זײַנ באָכערטע. ער איז געוואָרנ טויט ווי די וואנט אונ געבליבנ אָנ א נעשאָמע פאר שרעק. ער האָט מיט ביידע הענט זיכ אָנגעכאפּט אינ ביניאָמינס פּאָלע, ער זאָל נישט אראָפּפאלנ פונ דער קלאדקע, אזוי האָט אימ זיכ דער קאָפּ פארדרייט. עס האָט אימ זיכ געדאכט, אָט נעמט אימ שוינ אָנ זײַנ ווײַב אונ פּעטש שיטנ זיכ אימ ווי האָלצ.

— קוקט נאָר אָנ די נעפאשעס, די שיינע נעפאשעס. א, די קאפּאָרע זאָלנ זיי ביידע ווערנ! הא, וווּ איז ער דאָרט ערגעצ, מײַנ ייִמאכ⸗שמויניק 1? לאָזט מיכ נאָר צו אימ צו א ביסל, לאָזט מיכ, איכ וועל אימ ווײַזנ, וואָס פאר א גאָט מיר האָבנ!

1 געמיינט: דער פארשאָלטענער; דער אויסוווּרפ.

↤ 109

אזוי האָט אינ איינ אָטעמ געשריגנ סענדערלס ווײַב אונ געשטופּט רעב אײַזיק⸗דאָווידנ.

— נאָר אָנ געשריי, אָנ ראש, — האָט רעב אײַזיק⸗דאָוויד זי געבעטנ, — האָט נאָר צײַט. אז איר האָט אזויפיל געווארט, ווארט זשע נאָכ א ביסל. קיינ אגונע, מיט גאָטס הילפ, וועט איר דאָכ שוינ קיינ אגונע נישט זײַנ. אונ ווײַטער, ווי זאָגט מענ עפּעס, הא? אויכ די אייגענע מײַסע, א ייִדענע בלײַבט טאקע א ייִדענע. דאכט זיכ, א קלוגע, אונ פאָרט א ייִדענע. לאָמיר שמועסנ די אייגענע זאכ פארקערט. מיילע, מא ראש 1? ס׳איז נישט מער, גלאט פארדראָסיק: גלאט אוועק, פאר וואָס, פאר ווענ? אלצדינג מוז דאָכ זײַנ עפּעס מיט א גאנג, פארשטייט איר מיכ? נאָר אז ס׳איז שוינ אזוי, איז דאָכ שוינ טאקע אזוי, הײַנט וויבאלד ס׳איז אזוי, איז דאָכ טאקע די קאשע: צו וואָס נאָכ שרײַענ? דער טערעצ איז אָבער, איכ בעט אײַכ איבער ווי אנ אייגענע מוטער: א ייִדענע, מעכילע, בלײַבט טאקע א ייִדענע.

1 וואָס איז דער טומל, דער גוואלד.

רעב אײַזיק⸗דאָוויד האָט זיכ ערשט צעוויגט אונ געוואָלט, ווי זײַנ שטייגער איז, דעמ שמועס זײַנעמ איבערשמועסנ ווידער פארקערט, דערנאָכ ווײַטער אמאָל פארקערט, אונ ארײַנגעבנ דערינענ א ביסל פעפער מיט ציבעלע. נאָר פונ ביידע זײַטנ קלאדקע זענענ געשטאנענ א סאכ מענטשנ, וואָס זענענ דערווײַל אָנגעקומענ. זיי האָבנ פונדערווײַטנ זיכ שטארק געבייזערט דערופ, וואָס ייִדנ האָבנ זיכ אוועקגעשטעלט דאָ שמועסנ, גלײַכ ווי עס גייט זיי נישט אָנ די גאנצע וועלט, אונ לאָזנ קיינעמ נישט אריבערגיינ.

די קלאדקע איז אזוי שמאָל געווענ, אז צוויי מענטשנ האָבנ דאָרט זיכ נישט געקענט מײַדנ. די, וואָס פונ איינ זײַט, האָבנ טאָמיד געמוזט ווארטנ, ביז יענע פונ דער אנדערער זײַט וועלנ פריִער אריבער. דעריבער האָט סענדערלס ווײַב מיט רעב אײַזיק⸗דאָווידנ ↰ 110 געמוזט צוריק גיינ צו יענער זײַט קלאדקע, פונוואנענ זיי זענענ אָנגעקומענ. דעסגלײַכנ סענדערל מיט ביניאָמינענ האָבנ אויכ צוריקגעקערט זיכ צו דער אנדערער זײַט, אונ ערשט דערנאָכ האָט, פונ דער דאָזיקער זײַט טאקע, דער אוילעמ אָנגעהויבנ איבערצוגיינ די קלאדקע.

— איכ בעט דיכ, סענדערל, וואָס שטייענ מיר דאָ אזוי אונ ווארטנ? — האָט זיכ אָנגערופנ ביניאָמינ, וואָס איז פריִער צו זיכ געקומענ — עפּעס שטייענ מיר דאָ, אזוי גלײַכ ווי מענ בינדט צו א ייִנגל מיט איינ עק פאָדעמ אינ מויל אונ מיט דעמ אנדערנ צומ פיסל פונ טיש. נארעלע, איצט האָבנ מיר צײַט ניצל צו ווערנ 1.

— גערעכט, ווי איכ בינ א ייִד! — האָט סענדערל א זאָג געטאָנ פריילעכ, ווי איינער, וואָס רײַסט זיכ ארויס פונ דער קלעמ. — גיכער, גיכער, ביניאָמינ! אויב דו ווילסט, איכ זאָל נישט ארײַנפאלנ אינ אירע הענט. דאָס איז נישט קיינ קלאדקע, נאָר זכוס⸗אָוועס האָבנ דאָ פאר אונדז זיכ געלייגט...

אונדזערע פּארשוינענ האָבנ געמאכט געשווינד א פּלייטע, אונ אינ עטלעכע מינוט זענענ זיי שוינ געווענ ווײַט ערגעצ אינ אנ אנדער עק שטאָט. זיי האָבנ נישט געמאכט לאנג שיִעס, פארנומענ באלד זייערע פּעקלעכ אונ זיכ געזעגנט מיט טעטעריווקע.

1 זיכ ראטעווענ.

↤ 111

דאָס צענטע קאפּיטל
הורא, רויטע ייִדלעכ!

— היי, וויאָ, וויאָ! — האָט אפ דער קעלניע פונ א בויד הײַזעריק געשריגנ א שמײַסער אונ איז שיר מיטנ דישל נישט ארופגעפאָרנ אפ צוויי ווײַבלעכ, וואָס זענענ געשטאנענ אינ דער מיט גאס, סאמע די לעבעדיקסטע פונ גלופּסקער גאסנ, ביידע מיט טאָרבעלעכ שפּײַז: פלייש, רעטעכלעכ, ציבעלע, קנאָבל אונטערנ אָרעמ, אונ האָבנ איינע דער אנדערער אײַנגערוימט סוידעס אי אויסגעגאָסנ דאָס הארצ, שרײַענדיק אפ א קעלכל, אז מענ האָט אימ געקענט הערנ ווײַט פאר א מײַל.

די ווײַבלעכ זענענ אינמיטנ שמועס זיכ צעלאָפנ, איטלעכע אינ אנ אנדער זײַט גאס, אונ זיכ געשטעלט פונדערווײַטנס צו ענדיקנ זייער שמועס, אריבערשרײַענדיק מיט א ניגנ איבער בוידנ, דראָשקעס, טעליגעס אונ פורלעכ האָלצ, וואָס האָבנ זיכ געצויגנ ↰ 112 איינע הינטער דער אנדערער אינ א גאנצ לאנגער שורע, אזוי אז א היפּשע צײַט איז ריינ אומעגלעכ געווענ די גאס איבערצוגיינ.

— כאסיע⸗ביילע! נו, וועסטו הײַנט בא דער נאכט קומענ אהינצו — צו דער קאָרטנווארפערנ? איכ וועל דאָרט זײַנ מיט מײַנעמ... דײַנער וועט אויכ אהינצו קומענ, ער האָט מיכ געבעטנ, איכ זאָל דיר זאָגנ, עס וועט דאָרט זײַנ פריילעכ. קומ, נארעלע, וועסט, כ׳לעבנ, האנאָע האָבנ! נו, כאסיע⸗ביילע, וועסטו קומענ?

— מײַנ באלעבאָסטע, ברענענ זאָל זי, וויל מיכ הײַנט מעכאבעד זײַנ מיט ראָשטשינענ ברויט אונ איבערײַסנ גרײַפּלעכ. איכ וועל מיכ אָבער אויסדרייענ אונ קומענ. נאָר איכ בעט דיכ, דאָבריש, לאָז עס זײַנ בעסאָד, זאָג נישט קיינעמ!

— ווארט נאָר, כאסיע⸗ביילע, ווארט! דער רועכ וועט דײַנ באלעבאָסטע נישט נעמענ, אז דער ווארמעס וועט שפּעטער מיט א שאָ ארויסקומענ. זי וויל פרעסנ? נו, לאָז זי עסנ ווערעמ, קרענק! איכ האָב גאָר פארגעסנ, כאסיע⸗ביילע! זיפּ נישט איבער אזוי די מעל. די מיטשניטשקע איז ניט צופרידנ פונ דײַנע קלייענ. וויפל איז דיר געבליבנ הײַנט פונעמ אָנקויפנ?

— שייגעצ, שייגעצ! כאפּט אימ נאָר, דעמ שייגעצ! וואָס איז עס פאר א מאָדע כאפּנ? א, פארכאפּט זאָל ער ווערנ!

— וואָס איז דאָרט, כאסיע⸗ביילע? וואָס שרײַסטו אזוי?

— א קארמאנשטשיק, דאָבריש! ער האָט בא מיר שיר⸗שיר נישט ארויסגעשלעפּט דאָס טאָרבעלע שפּײַז פונ אונטערנ אָרעמ. א מאראָכע 1, וואָס איכ האָב באצײַטנ מיכ ארומגעקוקט.

1 דאָ געמיינט: א גליק.

— זע נאָר, זע, כאסיע⸗ביילע! וואָס איז דאָרט אזא צונויפלויפעניש? ↰ 113 עס מוז שוינ ווײַטער ערגעצ ברענענ. ס׳איז שוינ הײַנט די צווייטע סרייפע. ביז נאכט קענ זײַנ נאָכ עטלעכע סרייפעס.

— מענ הערט נישט קלינגענ, דאָבריש. א סרייפע, וואָלט מענ דאָכ געקלונגענ.

— שא, אָט גייט די מעקלערנ. איכ וועל זי א פרעג טאָנ. סימע⸗דוואָסיע! סימע⸗דוואָסיע! וואָס לויפט מענ דאָרט עפּעס אזוי?

— איכ ווייס נישט, קיינ צאר! עפשער ווייסט נעכאמע⸗גיסע. נעכאמע⸗גיסע! וואָס איז דאָרט פאר א רעדל, סערדצע? אײַערע קאטשקעס שרײַענ עפּעס, אז מענ הערט נישט, וואָס מענ רעדט, האָדל איז הײַנט געלעגנ געוואָרנ, זי וועט בא אײַכ צונעמענ די קאטשקעס. הינער האָט איר אויכ? זייער פעטע קאטשקעס! אייער איז הײַנט נישט געווענ זיכ צו דערקויפנ. וואָס איז דאָרט אזא מעהומע?

— ווייס איכ? עפּעס רויטע ייִדלעכ. עפּעס האָב איכ געהערט שרײַענדיק: רויטע ייִדלעכ.

— וואָס, עס זענענ אָנגעקומענ רויטע ייִדלעכ? אײַ⸗אײַ⸗אײַ! מענ מוז דאָכ גיינ אָנקוקנ אפ כידושימ, — האָבנ אלע מיטאמאָל א געשריי געטאָנ אונ זיכ געלאָזט לויפנ הענדומ⸗פּענדומ צומ רעדל מענטשנ.

— הורא, פּיפּערנאָטער, לינדנוואָרעמ! הורא, רויטע ייִדלעכ! — האָבנ צווישנ דעמ רעדל מענטשנ געשריגנ א גאנצע כאָפּטע ווײַסע⸗כעוורע.

די דאָזיקע רויטע ייִדלעכ — דאָס זענענ געווענ אונדזערע פּארשוינענ, ביניאָמינ מיט סענדערלענ, וואָס אינ א קורצער צײַט נאָכ יענער מײַסע, וועלכע עס האָט מיט זיי זיכ געטראָפנ אפ דער קלאדקע, זענענ זיי אָנגעקומענ קיינ גלופּסק אונ האָבנ דאָרט בעמעשעכ פונ א פּאָר וואָכנ שטארק קוינע⸗שעמ געווענ. עס האָבנ זיכ געפונענ א סאכ ערלעכע ייִדנ, וואָס האָבנ פונ זיי ↰ 114 פּאָשעט אָנגעקוואָלנ, מאמעש אזוי ווי פונ דעמ שוסטערל, וואָס ער איז אינ יענער צײַט דורכ זײַנע מאָפסימ אינ גלופּסק פּלוצלימ ניסגאלע געוואָרנ 1.

טאָלצע אונ טרײַנע, צוויי געוויסע אלטע ייִדענעס, קאָשערע נעשאָמעס, וואָס פלעגנ, ווי איטלעכנ איז באקאנט, אלע טאָג פארנאכט שאבעסדיק זיכ אָנטאָנ מיט דער יופּע אי מיט דעמ שטערנ⸗טיכל אונ ארויסגיינ אונטער דער שטאָט באגעגענענ מאָשיִעכנ, אָט זיי זענענ דאָס געווענ די גליקלעכע אינ איינ פארנאכט צו ווסטרענציִענ אפ יענער זײַט ראָגאטקע אונדזערע פּארשוינענ באמ אָנקומענ זייערנ פונ טעטעריווקע אונ אינ א גוטע שאָ ארײַנצופירנ זיי אינ גלופּסק. באלד טאקע בא דעמ ערשטנ באגעגעניש האָבנ שוינ די ביידע יופּעס זיכ דערוווּסט אלצדינג, וועמענ גאָט האָט זיי דאָ באשערט. טאָלצע מיט טרײַנענ האָבנ פארוווּנדערט זיכ אָנגעקוקט, איינע די אנדערע זיכ געשטאָרכעט: — נו, טרײַנע? — נו, טאָלצע? — האָבנ זיי זיכ געשושקעט: — דאָס הארצ אָבער האָט אונדז גלײַכ געזאָגט, אז דאָס זענענ עפּעס ניט גלאט קיינ מענטשנ. טאָלצע אונ טרײַנע האָבנ זיכ געשמאָלצנ אינ אונדזערע פּארשוינענ. זיי זענענ עפּעס ווי יינגער געוואָרנ, עס האָט זיי זיכ געפרייט דאָס הארצ, הערנדיק פונ דער נעסיִע, זיי האָבנ געקוקט אפ זייערע באשערטע אונ זיכ אלצ געשטורכעט מיט א שמייכעלע: — נו, טרײַנע? — נו, טאָלצע?.. טאָלצע האָט זיי אונטערגעארבעט זאָקנ, טרײַנע האָט זיי פארלאטעט העמדער, צוגענייט בענדלעכ, אונ זענענ געווענ גליקלעכ, איבערגליקלעכ, אקוראט ווי קאלעווײַז, אמאָל אינ די יונגע יאָרנ. האקלאל, אונדזערע פּארשוינענ האָבנ אינ גלופּסק אפ זיכ געפונענ מייווינימ. אזעלכע לײַט ווי זיי קענ טאקע נאָר איינ גלופּסק שאצנ אונ פארשטיינ זייער טײַערנ ווערט.

1 זיכ אנטפּלעקט; אנטדעקט געוואָרנ.

↤ 115

אהינ, אינ גלופּסק ארײַנ, איר, ייִדישע קינדער! וואָס וואלגערט איר זיכ, נעפאשעס, שיינע מענטשנ, אונ ווערט ווי באטלאָנימ פארפאלנ אינ די קליינע שטעטלעכ אונטערנ אויוונ?! אינ גלופּסק ארײַנ, צו אלדי שווארצע יאָר! דאָרט וועט איר געפינענ אײַער גלײַכנ, דאָרט ווארטנ אפ אײַכ אײַערע טאָלצעס, אײַערע טרײַנעס אונ טויזנטער ערלעכע ייִדנ אונ קאָשערע נעשאָמעס, דאָרט קענט איר וואקסנ, דאָרט קענט איר אופגעריכט ווערנ, דאָרט קענט איר געפעלנ, שטארק גילטנ, א פּאָנעמ האָבנ אונ ערשט לעבנ!..

אינ גלופּסק, א רועכ אינ אײַער טאטנ ארײַנ!

אָט וויאזוי אונדזער ביניאָמינ שילדערט די שטאָט גלופּסק:

„אז איר קומט אָנ קיינ גלופּסק דורכ דער טעטעריווקער גאס, זאָלט איר מויכל זײַנ איבערשפּרינגענ דאָרט איינ בלאָטע, ווײַטער א ביסל די צווייטע, נאָכ ווײַטער א ביסל די דריטע, סאמע די גרעסטע, וואָס אהינצו לויפנ ארײַנ, מעכילע, רינשטעקלעכ אי באלעבאטישע פּאָמויניצעס אונ ברענגענ מיט זיכ אָנ פונ קאָל⸗טוּוו, איטלעכנ טאָג עפּעס אנ אנדער מינ סכוירע, אנדערע סאָרטנ כפייצימ פונ אלערליי קאָלירנ אונ פארשיידענע מינע רייכעס, ווי עס פּאסט צומ איניענ, אונ דורכ דעמ איז זייער גרינג צו טרעפנ דעמ טאָג. גיסנ זיכ אהינ, אשטייגער, געלע לוזשקעלעכ פונ זאמד, מיט וועלכנ מענ וואשט די פּאָלנ, אונ טראָגנ מיט זיכ אָנ לישקעס פונ פיש, דרויב, פיסלעכ, קעפּלעכ פונ הינער, א ביסל האָר מיט פארברענטע שטיקלעכ קאפּיטעס — זאָלט איר האָבנ א סימענ: הײַנט איז פרײַטיק, נעמט א בעזעמ מיט א ראשקע אונ לויפט, זײַט מויכל, אינ מערכעצ ארײַנ. טראָגנ זיכ אהינצו אָנ שאָלעכצ פונ אייער, פונ ציבעלעס, פונ רעטעכ, סוכעזשילעס פונ לעבער מיט עקנ פונ הערינג אונ גרויסע אויסגעהוילטע מארכ⸗ביינער, — אהא! גוט⸗שאבעס אײַכ, ייִדישע קינדער! זאָל אײַכ ווויל באקומענ נאָכנ קוגל. ↰ 116 זעט איר אָבער די רינשטעקלעכ קוימ⸗קוימ וואָס זיי רירנ זיכ, עס שלעפּנ זיכ דאָרט פארברענטע שטיקלעכ קאשע, פארדארטע שטיקלעכ טייג, א צעריסענע שמאטע מיט א צעפאלענעמ וויכעטש, איז א סימענ: דאָס איז הײַנט זונטיק. דער וואסערפירער האָט נאָכ נישט געבראכט קיינ וואסער, קוימ וואָס מענ האָט אויסגעזויגנ א ביסל פונ דער פאס אפ אויסצוּוואשנ ווי ס׳איז כאָטש די טשאָלנט⸗טעפּ מיט די מאקערטעס. אונ אזוי אינ אלע איבעריקע טעג פונ דער וואָכ האָט איטלעכע לוזשע איר באזונדער פּאָנעמ, איר באזונדער געשטאלט מיט איר באזונדער רייעכ.

אונ אז איר זענט בעשאָלעמ איבערגעקומענ אי די דאָזיקע בלאָטע אויכ, וועט איר, ראבויסימ, גיינ פארבײַ א היפּשנ בערגל מיסט, דאָס איז אנ איבערגעבליבענער זייכער פונ אנ אָפּגעברענט הייזל, וואָס אויבנ שטייט געוויינטלעכ א בעהיימע, גלײַכ ווי א קעלביקער מאגיד 1, איז גאנצ רויִק זיכ מאלעגיירע, מאכט מיט דעמ מויל אונ קוקט טאמעוואטע אפ דעמ גאנצנ אוילעמ ייִדנ, וואָס לויפנ אונטנ ווי די פארסאמעטע מיט אלערהאנט שטעקנס, שטעקלעכ אי פּאראסאָלנ, טוט דערבײַ אמאָל א סאָפּע, אָדער א קוישנ זיפצ, טאקע נאָר גלײַכ ווי זי וואָלט געזיפצט אונ געקרעכצט, מישטיינס⸗געזאָגט, אפ דעמ דאָזיקנ אוילעמ, אויכ אפ איר שלימאזל, וואָס זי איז, נעבעכ, ארײַנגעפאלנ אינ ייִדישע הענט... איבערקומענדיק אי דעמ בערגל, וועט איר גיינ גלײַכ, גלײַכ, אלצ גלײַכ. עפשער וועט איר, לא יעלה ולא יבוא 2, זיכ א זעצ געבנ אינ די שפּיצעכדיקע שטיינער פונעמ ברוק, וואָס ליגנ צעזײַט, צעשפּרייט, מעשונע⸗ווילד, אונ, כאס⸗וועשאָלעמ, פאלנ, זאָלט איר מויכל זײַנ אופשטיינ, אויב איר וועט קענענ, ↰ 117 אונ אלצ טאקע גיינ, גיינ, בעיִמ איר האָט נישט אויסגעבראָכנ קיינ פוס, כאָלילע, ביז איר וועט קומענ אפ עפּעס א מינ פּלאצ. דאָרט אפ דעמ פּלאצ וועט איר געפינענ דעמ טאמציס 1 פונ גלופּסק.

1 א בּאלדארשנ, א פּריידיקער. — 2 לוי יאאלע וועלוי יאָוווי געמיינט: עס זאָל די שאָ ניט זײַנ.

אונ ווענ ס׳איז נאָר א סוואָרע טעטעריווקער גאס אָנצורופנ דעמ מאָגנ פונ גלופּסק, קענ מענ נאָכדעמ שוינ מיט רעכט זאָגנ, אז דער דאָזיקער פּלאצ איז איר הארצ, וואָס דאָרט קלאפּט זיכ טאָמיד טאָג אי נאכט, אונ וואָס דאָרט איז איר כיִעס, דאָס גאנצע לעבנ. דאָרט שטייענ קלייטנ, קלייטעלעכ, שאפקעס אונ די באקאנטע גנייווע⸗שאפקעלעכ, וווּ באל⸗מעלאָכעס זעצנ דאָרט אפ דעמ ייִטער: שטיקלעכ מאטעריע, טאסמעס, בענדלעכ, סאמעט אונ שטיקלעכ פּעלצ. דאָרט רודעוועט זיכ זייער שטארק. עס שוויבלט אונ גריבלט, א געדיכטער אוילעמ אָנ אײַנהאָרע: ייִדנ שטופּנ זיכ אונ כאפּנ, נעבעכ, פונ איטלעכער זײַט דישלעס פונ טעליגעס אונ פּארקעס. דאָקטוירימ זאָגנ, בײַשער אז מענ פּאלמעסט א גלופּסקער ייִדנ, געפינט מענ דאָסראָוו בא אימ אינ לײַב שטעקט א דישל. נאָר אפ גלופּסקער דאָקטוירימ קענ מענ זיכ נאָכ נישט סוימעכ זײַנ 2. די רויפימ שפּילנ דאָרט א סאכ א גרעסערע ראָליע. דאָרט הערט מענ טאָמיד א קאָל: הייסע באבקעס, ייִדעלעכ! אהער, הייסע רעטשאניקעס, קנאָבל, ציבעלעס, ייִדישע קינדער! פונ אָפּגעריסענע ייִנגעלעכ, וואָס גייענ ארומ אונ שרײַענ מיט עפּעס א מעשונע ניגנ. דאָרט כאפּט מענ אמאָל פארנאכט א דאוונ, מענ איז מעכאדעש גאנצ הויכ די לעוואָנע 3 אונ מענ שרײַט דערבײַ צו איטלעכנ, וואָס גייט נאָר פארבײַ: שאָלעמ⸗אלייכעמ, פעטער! דאָרט שטייענ ↰ 118 טרעגערס, ארומגעגארטלט מיט גראָבע שטריק, אָטסטאוונע סאָלדאטנ מיט אלטע כאָליעוועס אונ אויסגעריסענע שינעלנ, טאנדעמניקעס מיט אלטע טאכטוינימ, קאפטנס, לײַבלעכ אונ נאָכ אלערליי שמאטעס. אינמיטנ שטייט דער פּאני סטאָראָזש אונ עסט געשמאק א שטיק ייִדישנ קוילעטש, וואָס ער באקומט שאבעס פאר די ליכט אָפּשניצנ, אונ היט זיכ, לעהאוודל, ווי א שמורעניק 1, בעשאס ער גיט א ביס, עס זאָל, כאָלילע, קיינ ברעקל נישט אראָפּפאלנ. קארמאנשטשיקעס דרייענ זיכ דאָרט ארומ צו מאכנ די קונצ. עפּעס א פארשמירט מיידל מיט צעשויבערטע, צעפּאטלטע האָר שפּרינגט פּלוצלימ פונ דער העלער הויט ארויס, רעוועט, בעט א נעדאָווע אפ א צעריפּעטנ קאָל, כאפּט אָנ פאר דער פּאָלע אונ שרײַט, כאָרכלט וויינענדיק, גלײַכ ווי איר וואָלט זי געקוילעט אונ צוגענומענ בא איר געלט. א פּעקל ווײַסע⸗כעוורע לויפט דאָרט מיט א הורא נאָכ עפּעס א מעשוגענעמ, וואָס זינגט טרויערדיקע לידלעכ, האלב ייִדיש, האלב פּויליש, אונ טראָגט אפנ קאָפּ א צעקנייטשט קאפּעליושל. דאָרט שטייט א באָכער מיט עפּעס א מינ קעסטעלע, ייִדנ קוקנ אהינצו אינ לאָכ, אונ ער רעדט דערבײַ מיט פּיסקעס זײַנ געוויינטלעכנ פּיזמענ: דאָס איז לאָנדאָנ, דער פּויפּסט פאָרט דאָ רײַטנדיק אינ רויטע הויזנ, אונ אלע שטייענ פאר אימ אָנ א היטל! איצט זעט איר, ווי נאפּאָלעאָנ מיט זײַנע פראנצויזלעכ שלאָגנ זיכ מיט דעמ פּרײַס, אונ די פּרײַסנ צעלויפנ זיכ ווי די טאראקאנעס! אָט אצינד קומט פיר, ווי איינע פאָרט אינאיינעמ מיט דעמ טויגער אינ איינ קארעטע. דער גראָספעציר 2 האלט די בײַטש אונ טרײַבט אָנ. די פערד האָבנ זיכ ראספּאָלאָשעט, אויסגעקערט די קארעטע, דער טויגער, נעבעכ, איז געפאלנ, זיכ א גוטנ זעצ געטאָנ, ↰ 119 אונ זי זוכט אינ אײַלעניש ווי זיכ אויסצודרייענ! נו, א סאָפ, גענוג שוינ צו קוקנ פאר א הארטנ גראָשנ. דאָרט זיצנ שורעסווײַז אויסגעזעצט ייִדענעס מיט מולטערס, פול אָנגעלייגט מיט בינטלעכ קנאָבל, מיט אוגערקעס, קארשנ, אגרעסנ, ווײַמפּערלעכ, ערעצ⸗ייִסראָעל⸗עפּעלעכ, קאָלנידרע⸗בארלעכ אונ מיט נאָכ אנדערע זאכנ. אינ דער זײַט שטייט אפ הינערשע פיסלעכ אנ אלטע אײַנגעהויקערטע בודקע, אָנ טיר אונ פענצטער, וואָס קעפי אלטע גרײַז⸗גרויע ייִדנ דערציילנ, איז אמאָל דאָרט געשטאנענ א בודאָטשניק, אונ די גאנצע שטאָט איז דענסטמאָל געלאָפנ אָנקוקנ די בודקע מיט דעמ סאָלדאט אפ כידושימ. לעבנ דער אלטער בודקע, מיט וועלכער גאנצ גלופּסק איז זיכ מעיאכעס 1 ווי מיט עפּעס אנ אלטנ קרעפּאָסט, דאָרט אונטער עפּעס א מינ דעכל, באדעקט מיט עטלעכע פארשימלטע ברעטלעכ, מיט איבערגעפוילטע שטרוי אונ ראָגאָזשעס, אָנגעשפּארט אפ פיר קרומע אויסגעבויגענע סלופּעס, זיצט דוואָסיע די סעדעכע, ארומגערינגלט פונ אלע זײַטנ מיט מולטערס. בא איר געפינט זיכ טאָמיד איר גרויסער פײַערטאָפּ, וואָס ווינטער זיצט זי אפ אימ, ווי א קוואָטשקע אפ די אייער, דעמ גאנצנ טאָג קעסיידער, נאָר וואָס זי כאפּט אימ אמאָל פונ אונטער איר ארויס אונטערצובלאָזנ די קוילנ אונ ארויסצונעמענ פונעמ אש געבראָטענע קארטאָפליעס.

1 די קווינטעסענצ. — 2 זיכ פארלאָזנ. — 3 מעכאדעש זײַנ די לעוואָנע — זאָגנ ספּעציִעלע טפילעס בּא דער שײַנ פונ דער לעוואָנע אינ דער ערשטער העלפט לעוואָנע⸗כוידעש. 1 שטארק פרומע לײַט, וואָס עסנ א ספּעציִעלנ מינ מאצע (שמורע). 2 גרויסוויזיר.

פונ יענע ייִדנ, אזוי גייט ארומ צווישנ אוילעמ א גאנצ אלטע אגאדעטע 2, פונ יענע ייִדנ, וואָס שלוימע⸗האמעלעכ האָט געשיקט אפ שיפנ קיינ אופיר נאָכ גאָלד אונ אנדערע מינע אויסלענדישע סכוירעס, זענענ א סאכ, מאכמעס קאמע טײַמימ 3, איבערגעבליבנ דאָרט. זיי האָבנ מיט דער צײַט געעפנט אינ אינדיענ זייער ↰ 120 טײַערע קלייטנ אי גרויסע קאָנטאָרנ, האָבנ געהויבנ בא די דאָרטיקע דײַטשנ שטארקע האקאָפעס 1 אונ אלערליי קאָמיסיעס, אונ דאָס מאזל האָט זיי א לאנגע צײַט שטארק געדינט. דערנאָכ אָבער האָט זיכ איבערגעדרייט דאָס רעדל אונ אונדזערע סאָכרימ האָבנ זיכ געשטעלט 2 אונ געמוזט אויקער זײַנ 3. א טייל פונ זיי זענענ פארפאלנ געוואָרנ אינ דער מידבער, א טייל זענענ בעשאָלעמ אריבער די גרענעצ, האָבנ זיכ געזעצט אינ אָקרענטנ אונ געזעגלט אפ דער פּיאטיגנילעווקע, וואָס איז אינ יענער צײַט ארײַנגעפאלנ גלײַכ אינ יאמ ארײַנ. אזוי האָבנ זיי געזעגלט, געזעגלט, ביז פּלוצלימ איז אופגעשטאנענ א שרעקלעכער שטורעמ⸗ווינט, די כוואליעס האָבנ זיכ אופגעהויבנ ביז דעמ הימל, האָבנ צעשלאָגנ די אָקרענטנ אונ ארופגעוואָרפנ די מענטשנ אפנ ברעג. דאָרט האָבנ זיי אויסגעבויט א שטאָט אונ זי א נאָמענ געגעבנ גלופּסק.

1 דאָ געמיינט: נעמט זיכ איבּער. — 2 דאָ: א לעגענדע. — 3 געמיינט: פיל סיבּעס.

די כויקרע⸗קאדמויניִעס 4, וואָס קענענ מיט זייער גרויס כאָכמע מאכנ פונ א גאָרנישט א מושקאטקויל 5, האָבנ פונ דער דאָזיקער אגאדעטע געמאכט א גאנצנ פּיירעש אונ אויסגעדרונגענ מיט טויזנטער שארפע שפּיצלעכ, ווי זייער שטייגער איז, אז דערינענ ליגט א שטיק עמעס. די רײַעס, וואָס זיי ברענגענ דערופ, זענענ:

1 געמיינט: נעמענ סכוירע אפ בּאָרג. — 2 אָנגעזעצט; בּאנקראָטירט. 3 אנטלויפנ, — 4 די אלטערטומ⸗פאָרשער. — 5 א יאָדער פונ א מושקאט⸗נוס.

ערשטנס, דער פאסאָנ פונ די הײַזער, וואָס איז עפּעס מעשונע⸗ווילד, גאָר אפ דעמ אלטנ שניט, ווי מיט טויזנטער יאָר צוריק, אז מענטשנ זענענ נאָכ געזעסנ אינ געצעלטנ אונ זיכ געוואלגערט אינ לעכער. פיל הײַזער זענענ דאָ אינ גלופּסק, וואָס זעענ בעעמעס אויס נאָר ווי לעכער, אונ א סאכ האָבנ א פּאָנעמ ווי די געצעלטנ פונעמ טאָטער. פונ זייער אָנבליק אונ פונ זייער ↰ 121 שטיינ זעט אויס, ווי זיי זענענ איינער מיט דעמ אנדערנ עפּעס נישט שאָווע⸗בעשאָווע 1. דו שטייסט ארײַנגערוקט, וויל איכ מיר שטיינ, דיר אפ צולאָכעס, ארויסגערוקט; דו שטייסט פּאָפּערעק, אונ איכ וויל מיר שטיינ קאפּויר; דו ווילסט אינ דרויסנ א טרעפּל, אונ איכ, דאפקע, א לייטערל, ווער עס באדארפ, וועט נישט קראנק זײַנ קלעטערנ. אונ אז דו האָסט שוינ יאָ עפּעס מעשונע הויכ פאריסנ דײַנ פארלאטעט דעכל, נו, האלט איכ מיר מײַנ דעכל דאפקע אראָפּגערוקט. געשמאיע דיר פארפול! וועמענ עס געפעלט נישט, לאָז זיכ צומאכנ די אויגנ... קורצ, דאָס אלצדינג איז מעראמעז 2 אפ אלטע, גאנצ אלטע צײַטנ. צווייטנס, די מינהאָגימ פונ די אײַנוווינער. צווישנ זיי זעט מענ נאָכ אד⸗הײַעמ אזעלכע מינהאָגימ, וואָס קומענ ארויס פונ די היידנ 3, צווישנ וועלכע זיי האָבנ אינ פריִערדיקע צײַטנ זיכ אופגעהאלטנ. דער קסאוו אונ כאָכמאס⸗האכעשבנ 4 איז דאָרט נישט שעכיִעכ 5, אזוי, אז אלע איניאָניי⸗האקעהילע 6 אונ אלע כעוורעס דאָרט ווערנ געפירט אָנ ביכער, אונ די פירער גיבנ קיינעמ נישט אפ קיינ כעשבנ.

דריטנס — די קיטעס, די מענטשנ טיילנ זיכ דאָ אויכ אינ פארשיידענע קיטעס, ווי אמאָל בא די אינדיִאנער. ווי אשטייגער די קיטע כאפּלאפּער, סאמע דער צימעס, וואָס געוועלטיקנ בעיאד⸗ראָמאָ 7; די קיטע בלאטהאלטער, זאשטשיטניקעס, וואָס האלטנ שטאָל⸗אונ⸗אײַזנ, קריגנ אונ שלאָגנ זיכ פאר די כאפּלאפּער מיט דעמ סוינע אונ נעמענ דערפאר בא זיי געוויסע זשאלאָוואניעס אונ אומזיסט פלייש; די קיטע וואכלאקלאקער, ארופירער אפ א גליטשט, אונ וואָס אליינ דרייענ זיי זיכ אויס גלאט ↰ 122 ווי אפ טעלער. די דאָזיקע לײַט צעפאלנ אפ קוימעמיִעס⸗זאָגער, וועלטלעכע מענטשנ, וואָס האָבנ צו זאָגנ אינ איניאָניי⸗האמיסכער 1, אונ אפ צוווּאקאנער, קליי⸗קוידעש, וואָס האָבנ צו זאָגנ אינ איניאָניי⸗האעמונע 2; די קיטע גלופּאָ⸗טרוסאָ⸗בעזיאזיקאָ⸗קאבצאנער, דער פּראָסטער אָרעמער אוילעמ, וואָס איז שטארק ניכנע די אלע איבעריקע קיטעס אונ באקומט פאר זיי דאָס נײַניאָריקע קאדאָכעס.

1 קאָנענ צווישנ זיכ ניט דורכקומענ; הויזנ ניט. — 2 דײַט אָנ. 3 געצנ⸗דינער. — 4 מאטעמאטיק. — 5 ניט פאראנ; מע טרעפט ניט. — 6 קעהילע⸗איניאָנימ. — 7 מיט א שטארקער האנט.

הײַנט, פערטנס, די מאטבייע, וואָס מענ האָט אמאָל, בעשאס גראָבנדיק די גרעבליע, דאָרט געפונענ. פונ איינ זײַט איז זי געווענ שטארק אָפּגעריבנ, קוימ⸗קוימ וואָס מענ האָט ארויסגעזענ עפּעס ווי א שטיקל פארטעכ, צוגעטשעפּעט צו א שטעקנ, אונטנ עפּעס פּאָכאָזשע אפ א מולטערל, פונוואנענ עס האָבנ ארויסגעשטעקט שטיקלעכ קעפּ. פונ דער אנדערער זײַט איז די מאטבייע געווענ קימאט גלאט, נאָר אז מענ האָט זיכ גוט צוגעקוקט, האָט מענ דערקענט אלטמאָדישע קסיוועטע אויסיִעס: „יאשלג וענפ”. די געלערנטע האָבנ אפ דער דאָזיקער אופשריפט זיכ געבראָכנ די קעפּ אונ ארײַנגעלייגט דערינענ פּשאָטימ, איטלעכער אפ זײַנ גאנג. א טייל האָבנ געהאלטנ אינ דער סוואָרע, אז די י׳ אונ די ג׳ באמ אָנהייב אונ סאָפ וואָרט „יאשלג” זענענ גאָר נישט קיינ אויסיִעס, נאָר שטיקלעכ פונ טשאטשקעלעכ, וואָס זענענ פונ דער צײַט אָפּגעריבנ געוואָרנ. בעכיינ מאכט עס: אשל 3 — א בוימ, וענף 4 — אונ א צווײַג. אונ דאָס איז דער שטעקנ מיט דעמ פארטעכ. ווידער א טייל האָבנ עס דערקלערט גאָר אנדערש, אונ די געלערנטע האָבנ דערמיט מאריש⸗אוילעמ געווענ 5. ביז דערנאָכ איז געקומענ איינער מיט אָפענע ↰ 123 אויגנ אונ האָט דערינענ דערזענ נאָר ראָשע⸗טייוועס, וואָס זיי מאכנ: יהודי אופיר (אָדער אינדיִאָ) שבאו לכאן (אָדער לק״ק) גלופּסק ונתישבו על נהר פּיאטיגנילעווקע 1. דער שטעקנ מיט דעמ פארטעכ אונ מולטערל מיט די קעפּ, דאָס באטײַט: אנ אָקרענט מיטנ זעגל אונ מיט פּארשוינענ. דער דאָזיקער געלערנטער האָט איבער דעמ געמאכט זייער א דיקנ סייפער אונ ווענדט זיכ דאָרט צומ אוילעמ מיט א באקאָשע, אז מענ זאָל רייניקנ דעמ טײַכ, וועט מענ דאָרט זיכער געפינענ א סאכ אלטע זאכנ, וואָס וואָלטנ געעפנט די אויגנ אינ דער כקירע מיקויעכ גלופּסקער ייִדנ. נאָר די דאָרטיקע אײַנוווינער שײַענ זיכ 2 אָבער אויסצורייניקנ די בלאָטע אונ זאָגנ: דאָס, וואָס מענ האָט פונ אלטע צײַטנ אָנגעמאכט, דאָס מוז בלײַבנ, קיינ מענטשנס אויג טאָר אינ דעמ נישט פארבאָרגעניש ארײַנקוקנ...

1 האנדל⸗איניאָנימ. — 2 רעליגיעזע איניאָנימ. — 3 איישעל. — 4 וועאָנאָפ. — 5 אופגערודערט די וועלט; אָנגעמאכט א ראש.

1 יעהודיי אויפיר (אָדער אינדיאָ) שעבּאָו לעקאנ (אָדער לעקאק) גלופּסק וועניסיאשוווּ אל נעהאר פּיאטיגנילעווקע — די ייִדנ פונ אויפיר (אָדער אינדיע), וואָס זײַנענ געקומענ אהער (אָדער אינ דער הייליקער קעהילע) גלופּסק אונ האָבּנ זיכ בּאזעצט אפנ טײַכ פּיאטיגנילעווקע. — 2 האָבּנ מוירע; מײַדנ אויס.

אינ דער שטאָט אליינ געפינענ זיכ אקעגנ א דרײַסיק-פערציק לוזשעס, שוינ מיט לעוואדעס אינאיינעמ. זיי פארייניקנ זיכ דורכ היילנ מיט די אָפּגרונטנ פונ דער פּיאטיגנילעווקע, אונ אינ געוויסע צײַטנ, ביפראט נאָכ פאר א פאר⸗פּייסעכ, צעשפּילנ זיי זיכ שרעקלעכ שטארק אונ פארפלייצנ די גאסנ מיט אזא טיפער, שיטערער בלאָטע, אז בא די הויכ⸗געוואקסענע מענטשנ אפילע ווערט גייענדיק פארשלומפּערט דאָס היטל. גלופּסק ווערט אינ די פינצטערע נעכט באלײַכט פונ איינ קליינער לאמטערנע, זי ווערט אויכ באוואכט פונ א פּאָר בודאָטשניקעס. פונדעסטוועגנ פאלט מענ דאָרטנ פאָרט בא דער נאכט אונ מענ ברעכט האלדז אי לײַב. אונ גנייוועס טרעפנ זיכ דאָרט אויכ זייער אָפט, כאָטש ↰ 124 ס׳איז דאָ אזא שמירע 1. דערפונ איז טאקע געדרונגענ, אז מענ קענ זיכ קלאל נישט אײַנהיטנ, מענ קענ זיכ נישט באוואָרענענ, וואָס ס׳איז באשערט דאָס איז באווערט. עס העלפנ גאָרנישט דעמ מענטשנס כאָכמעס מיט דײַגע אלע טאכבולעס 2.

דערומ, — זאָגט ביניאָמינ, — באדארפנ מיר צומאכנ די אויגנ אונ גיינ טאָמיד אפ גאָטס באראָט, מיט דעמ ביטאָכנ, מיסטאָמע וועט ער זײַנע מאלאָכימ געביטנ אונדז צו היטנ אונ אפ די הענט אונדז צו טראָגנ. עס פאלט נישט דער שפּאָנ, ביז ס׳איז עפּעס דראָנ. באדארפ מענ מער, — זאָגט ער, — ווי איכ האָב באוואָרנט מײַנ טאלעס⸗ אונ טפילנ⸗זאק. איכ האָב אימ אנידערגעלייגט אינ בעסמעדרעש אפ דער פּאָליצע. וואָס קענ שוינ, דאכט זיכ, זײַנ מער א זיכער אָרט ווי דאָ? פונדעסטוועגנ, אז גאָט האָט נישט געוואָלט אָפּהיטנ, האָט מענ אימ אינאיינעמ מיט די איבעריקע אונדזערע זאכנ פונדאנענ אויכ אוועקגעגאנוועט!”

1 א וואָכ. — 2 מיטלענ, קליגענישנ.

↤ 125

דאָס עלפטע קאפּיטל
כידושימ⸗וועניפלאָעס 1 אפ דער פּיאטיגנילעווקע

אפ דעמ טײַכ פּיאטיגנילעווקע, אז אונדזערע פּארשוינענ האָבנ דאָס ערשטע מאָל א קוק געגעבנ, זענענ זיי ניווהעל⸗אונישטוימעמ געוואָרנ 2. זיי האָבנ אזא מינ טײַכ נאָכ קיינמאָל אינ די אויגנ נישט געזענ. סענדערל האָט געזאָגט, דאָס מוז זײַנ אוואדע דער גרעסטער טײַכ אינ דער גאנצער וועלט. וואָרעמ אנדערש האָט אימ גאָר אינ קאָפּ זיכ נישט געלייגט. א קאטאָוועס אזא טײַכ, וואָס איז עפשער א הונדערט מאָל גרעסער פונ טונעיאדעווקער. נאָר סענדערל איז געווענ א פּראָסט מענטשל, מער ↰ 126 פונ טונעיאדעווקע האָט ער נישט געוווּסט. אינ די קליינע אויסיִעסלעכ ארײַנקוקנ האָט ער נישט געקענט, דעריבער איז אלצדינג וואָס נאָר עפּעס נישט אזוי ווי אינ טונעיאדעווקע, בא אימ געווענ א כידעש⸗ניפלע, אונ פלעגט מיינענ, אז דערמיט עקט זיכ שוינ טאקע די וועלט. ביניאָמינ אָבער, וואָס פיל געלערנטער פונ אימ, וואָס האָט אינ זײַנע מינע כקירע⸗ספאָרימלעכ שוינ געכאפּט, ווי מענ זאָגט, א לעק פונ די שעווע⸗כאָכמעס, וואָס האָט געוווּסט א ביסל די באשרײַבונג פונ דעמ גאניידנ⸗האטאכטנ 1, פונ די מעשונע⸗ווילדע באשעפעניש אינ הינדיִיאָ אוכדוימע נאָכ אזעלכע מינע זאכנ, האגאמ ער פלעגט באמ ערשטנ מאָל, אָנקוקנדיק עפּעס נײַס, זיכ אויכ שטארק כידעשנ אינ הארצ, נאָר ער פלעגט דערבײַ מאכנ אזא מינע מיט א שמייכעלע, גלײַכ ווי איינער רעדט: עט, נארישקײַטנ, דאָס איז נאָכ גאָרנישט אקעגנ יענצ, וואָס איז נאָכ דאָ... ער האָט סענדערלענ באוויזנ, אז די פּיאטיגנילעווקע איז פּאָשעט בלאָטע, איכ בעט אײַכ איבער, טינעפ, אקעגנ דעמ יארדנ, וואָס איז פיל מאָל גרעסער פונ איר, זי וואָלט דעמ שויר⸗האבאָר 2 נישט געקלעקט אפילע אפ איינ צאָנ, אונ פונעמ נאָמענ יארדנ טאקע איז אויכ אזוי די מאשמאָעס, וואָרעמ יארדנ איז דאָכ דער טײַטש: א גוזמע, א סאכ, א יארדנ!

1 געמיינט: גרויס וווּנדער. — 2 דערשראָקנ אונ איבּעראשט.

— ווייסטו סענדערל, וואָס מיר איז אײַנגעפאלנ? — האָט ביניאָמינ געזאָגט נאָכ דעמ, אז ער איז געשטאנענ איינמאָל שטארק פארטראכט לעבנ דער פּיאטיגנילעווקע. — מיר איז אײַנגעפאלנ צו לאָזנ זיכ פונדאנענ מיט דעמ וואסער.

1 דער אונטערשטער גאניידנ (דער גאניידנ אפ דער ערד, וואָס ווערט בּאשריבּנ אינ דער בּיבּל). — 2 דער ווילדער אָקס — א לעגענדארע קאָלאָסאלע בּאשעפעניש.

— גאָט איז מיט דיר! — האָט סענדערל זיכ א כאפּ געטאָנ פאר גרויס שרעק. — דערמאָנ זיכ נאָר, ביניאָמינ, אז אונדזער ↰ 127 טײַכ נעמט אלע יאָר צו א מענטשנ, הײַנט מי⸗יעדייע וויפל מענטשנ מוז דער דאָזיקער טײַכ א יאָר צונעמענ. האָב ראכמאָנעס אפ אונדזער לעבנ, אפ דײַנ ווײַב אונ קינדער, ביניאָמינ!

— ביטאָכנ, ביטאָכנ, סענדערל! ביטאָכנ איז א ייִדישע זאכ, מיט ביטאָכנ איז יאנקעוו⸗אָווינו מיט זײַנ שטעקל דעמ יארדנ איבערגעגאנגענ. מיט ביטאָכנ, זעסטו, עפענענ דאָ ייִדישע קינדער אפ גרויסע געוועלבנ. אלצדינג, וואָס דו זעסט דאָ, איז אלצ לויטער ביטאָכנ. אפילע טרעפּ אונ סטעליעס, ווי אויכ פיל גרויסע הײַזער, האלטנ זיכ דאָ נאָר אפ ביטאָכנ...

— נאָר פארוואָס ווילסטו דאפקע מיט דעמ וואסער, — האָט סענדערל געפרעגט, — אז מיר קענענ דאָס אייגענע אויכ מיט דער יאבאָשע?

— איכ האָב דערופ א סאכ טײַמימ, — האָט ביניאָמינ געענטפערט — איינמאָל, וועט, ווי מיר דאכט זיכ, די נעסיִע מיט דעמ וואסער זײַנ אי נעענטער אי גיכער. מיר באדארפנ זענ אָנקומענ אהינ ווי צומ גיכסטנ. וואָס פריִער איז אלצ בעסער. פארוואָס? דאָס ווייס איכ שוינ, דאָס איז שוינ מײַנ זאכ! מיכ קוועטשט, סענדערל, מיכ קוועטשט זייער שטארק, עס פּיקט מיכ אָט דאָ, דאָ אינ קאָפּ. איכ וואָלט שוינ געוואָלט דאָרט זײַנ מיט לײַב⸗אונ⸗לעבנ. ווענ עס זאָל מעגלעכ זײַנ, וואָלט איכ ווי א פויגל אינ דער לופט אהינצו געפלויגנ... צווייטנס, אז ביניאָמינ פונ טודעלאָ האָט בעיאָמאָוו 1 זיכ געלאָזט אפ זײַנ נעסיִע, איז ער טכילעס אויכ געפאָרנ מיט דעמ טײַכ עבראָ 2, אזוי שטייט בעפיירעש געשריבנ אינ זײַנ סייפער. מיסטאָמע, אז ער איז פארצײַטנ געפאָרנ מיט דעמ טײַכ אונ נישט מיט דער יאבאָשע, באדארפ דאָכ טאקע זײַנ דאפקע אזוי אונ נישט אנדערש. ↰ 128 מיסטאָמע האָט ער געוווּסט, וואָס ער טוט, אונ איז אזויפיל קלוג געווענ ווי מיר אלע, כ׳לעבנ. רעב ביניאָמינ איז א קאדמענ 1, א פריִערדיקער פאר אונדז, מוזנ מיר אימ הערנ גאָר אָנ קאשעס...

— אויב אזוי, — האָט סענדערל געמאכט, — איז שוינ טאקע רעכט. בא מײַנ ייִדישקײַט, ביניאָמינ! נישט נאָר אפנ טײַכ, אפילע ווענ רעב ביניאָמינ וואָלט פארצײַטנ געפאָרנ רײַטנדיק אפ א קאָטשערע, וואָלטנ מיר דאָ נישט באדארפט לאנג טראכטנ, זיכ גענומענ אופגעזעצט אונ אויכ געפאָרנ אפ א קאָטשערע.

1 אינ זײַנ צײַט. — 2 א טײַכ אינ שפּאניע.

— אונ דריטנס, — איז ביניאָמינ ארײַנגעפאלנ סענדערלענ אינ די רייד, — שאָדט טאקע קלאל נישט, מיר זאָלנ זיכ געוווינענ צו פאָרנ מיט דעמ וואסער, איידער נאָכ עס וועט אונדז שפּעטער אויסקומענ צו פאָרנ אפנ יאמ אָקיאָנוס 2. איכ וואָלט נאָכ אפילע געזאָגט, אז איידער מיר וועלנ זיכ אָפּפארטיקנ דאָ אינ גלופּסק, וואָלט, אָסער, גאָר נישט קרומ געווענ צו פּרוּוונ גלאט אזוי דורכצופאָרנ זיכ א ביסל אפנ טײַכ. דאָרטנ, דאָרטנ, זעסטו, שטייט איינער מיט א לאָדקע, אָט, כ׳לעבנ, לאָמיר צוגיינ אונ אימ עפּעס געבנ, וועט ער מיט אונדז א ביסל פאָרנ.

1 דאָ: א פריִערדיקער, פונ אנ עלטערנ דאָר, הייסט דאָס — אנ אווטאָריטעט, וואָס מע טאָר קעגנ אימ ניט שטרײַטנ (לויט דער הערשנדיקער מיינונג פונ די ראבּאָנישע געלערנטע). — 2 דער אָקעאנ.

אינ עטלעכע מינוט ארומ זענענ אונדזערע וואנדרעווער באהארצט ארײַנ אינ א לאָדקע אונ האָבנ זיכ געשיפט איבער די פּיאטיגניקעווקע. טכילעס האָבנ זיי אפילע זיכ געשראָקנ. סענדערלענ האָט זיכ פארדרייט דער קאָפּ, אונ ער האָט געצאפּלט מיט הענט אונ פיס. אָט⸗אָט, האָט ער געמיינט, קערט זיכ די לאָדקע אומ, אונ ער פאלט ארײַנ אינ די טיפע אָפּגרונטנ פונעמ טײַכ. ס׳איז אנ עק פונ זײַנ לעבנ, אונ זײַנ ווײַב ↰ 129 בלײַבט אנ אייביקע אגונע. נאָר דערנאָכ איז אימ געוואָרנ א ביסל בעסער.

— נישקאָשע, סענדערל, — האָט ביניאָמינ אימ געטרײַסט, אז זיי זענענ ארויס אפנ ברעג. — זאָל דיכ נישט ארנ, וואָס דער קאָפּ דרייט זיכ אונ עס ווערט עפּעס נישט גוט. דאָס איז די יאמ⸗קראנקײַט, וואָס איטלעכער מוז זי לײַדנ, אז ער פאָרט דעמ ערשטנ מאָל אפנ יאמ. דעמ צווייטנ מאָל, וועסטו זענ, וועט זײַנ בעסער אונ דו וועסט שוינ גאָרנישט פילנ.

פונ יענער צײַט אָנ פלעגנ אונדזערע פּארשוינענ זייער אָפט פאָרנ אפנ טײַכ אונ דערפונ גרויס טײַנעג געהאט. זיי זענענ בא זיכ געוואָרנ אזוי שטארק, אז איבערשיפנ זיכ דעמ יאמ, האָט זיכ זיי געדאכט, איז א שפּיל.

ביניאָמינ פלעגט דורכ סענדערלענ זיכ ארײַנלאָזנ אינ א שמועס מיט דעמ לאָדאָטשניק אונ אימ פארווארפנ מיט שײַלעס, ווי אשטייגער: פרעג נאָר, סענדערל, דעמ קאפּיטאנ, וויפל מײַל האָבנ מיר פונדאנענ ביז דעמ יאמ? פרעג אימ, אויב ס׳איז דאָ עפּעס וויספּעס? וואָס פאר א מינע לײַט וווינענ דאָרט? צי וווינענ צווישנ זיי ייִדנ? וועמענ צאָלנ זיי מאס 1, אונ צי ווייסנ זיי פונ א גאָלעס? אָדער אשטייגער אזוי: פרעג, סענדערל, אפ א ציקאוועשטש, דעמ אָרל וועגנ די בערג גיסבוינ אונ דעמ קויפער אל טורעכ? צי ווייסט ער עפּעס מיקויעכ די אסערעס⸗האשוואָטימ? א קאשע אפ א מײַסע, עפשער האָט ער עפּעס געהערט, אוכדוימע נאָכ אונ נאָכ אזעלכע שײַלעס פלעגט אלצ ביניאָמינ הייסנ פרעגנ.

1 צינז.

נאָר דאָס ביסל גוייִש, וואָס סענדערל האָט זיכ אויסגעלערנט ↰ 130 רעדנ, גייענדיק מיט זײַנ ווײַב טאָמיד אפנ מארק, איז קארג געווענ פאר אזעלכע הויכע איניאָנימ. דינגענ זיכ פאר אייער, ציבעלעס, קארטאָפל, דאָס האָט ער נאָכ ווי⸗ס׳איז געקענט; אָבער אויסטײַנענ זיכ מיט א קאפּיטאנ איבער געלערנטע זאכנ, דאָס האָט ער לאכלוטנ נישט געקענט. ס׳איז געווענ א צאר⸗באלעכאיִמ ווי סענדערל, נעבעכ, פלעגט זיכ מוטשענ אינ אזא שמועס. ער פלעגט רעדנ מיט הענט אונ מיט פיס, ארבעטנ אפ אלע קיילימ אונ אָפּגיינ מיט שווייס, אז איינ גאָט האָט געמעגט אפ אימ ראכמאָנעס האָבנ. זײַנ קאפּיטאנ פלעגט שפּײַענ, טײַנענ, אָנקוקנ אימ בייז פונ איינ זײַט, אונ ביניאָמינ פלעגט אימ דורענ א קריזש, שטורכענ אונ קוקנ אימ אינ מויל ארײַנ פונ דער אנדערער זײַט.

— ווינ טשערוואָני זשידקי, ווינ פּיטאיע, — פלעגט סענדערל ארויסגיינ מיט אזא שפּראכע אשטייגער.

— איז טשערוואָני זשידקוּוו יא זנא לייבקו, שמולקו, באָגאטיע זשידקי, — אזא טשוּווע פלעגט סענדערל באקומענ פונ זײַנ קאפּיטאנ.

— ני לייבקאָ, ני, ני! ווינ טשערוואָני זשידקי פּיטאיע, טאמאָטשקא, ווי זאָגט מענ עפּעס, ני טאמאָטשקא, לעבנ בערגעלע גיסבוינ.

— גיסבאָנא, זשידקאָ, גיסבאָנא?

— זאָג אימ, סענדערל, — פלעגט ביניאמינ שרײַענ, — זאָגנ זאָלסטו אימ, א בארג! מאָל אימ אויס, ווי דו קענסט.

סענדערל פלעגט צונויפשטעלנ הויכ די הענט, אויסצומאָלנ דערמיט א בערגעלע, אונ שרײַענ דערבײַ: העט, העט וויסאָקא!

— טפו! — פלעגט דער אָרל אויסשפּײַענ, אויסבאטלענ אפ סענדערלענ כאלוימעס אונ אימ אָפּשיקנ צו אלדי שווארצע יאָר.

↤ 131

פונ זײַנע נעסיִעס אפ דער פּיאטיגנילעווקע דערציילט ביניאָמינ כידושימ, וווּנדערלעכע זאכנ, וואָס האָבנ אינ דער וועלט א ראש אָנגעמאכט. מיר וועלנ דערפונ דאָ נאָר א מיקצעס 1 ארויסשטעלנ.

שיפנדיק זיכ איינמאָל אפ דער פּיאטיגנילעווקע, האָט ביניאָמינ דאָרט דערזענ אינ דער מיט טײַכ א גאנצ גרויסנ אָרט, וואָס איז געווענ גרינ באוואקסנ אונ מיט זײַנ גרינקײַט די אויגנ פארנומענ. ער האָט געמיינט, דאָס איז א וויספּע, באוואקסנ מיט גראָז אי מיט שמעקנדיקע קרייטעכצער. אז ער האָט ארויסגעשטעלט א פוס אונ שוינ געוואָלט א שפּרונג געבנ אפ דער וויספּע, האָט דער קאפּיטאנ פונ דער לאָדקע אימ פּלוצלימ א כאפּ געטאָנ פונ הינטנ מיט א געשריי אונ א שלײַדער געגעבנ אימ צוריק אינ דעמ שיפעלע מיט דעמ גאנצנ קויעכ אזוי, אז ער איז א היפּשע צײַט געבליבנ ליגנ שטארק פארדולט. ער האָט מער נישט געהערט, ווי ארומ דעמ שיפעלע קאָכט, רעשט זיכ, גלײַכ ווי עס ראנגלט זיכ מיט עפּעס, אונ עס גייט מיט גרויס מי זײַנ וועג. אונ אז ער איז שפּעטער צו זיכ געקומענ, האָט אימ דער אָרל געזאָגט, ער איז געווענ אינ א גרויסער סאקאָנע דערטרונקענ צו ווערנ אינ דעמ גרינקײַט. וואָרעמ דאָס גרינקײַט איז נישט קיינ וויספּע, ווי ער האָט געמיינט, נאָר דאָס איז גאָר דער צוויט, וואָס די פּיאטיגנילעווקע צוויטעט אלע יאָר.

1 א בּיסעלע; א מינימומ.

„איכ אָבער, אזוי שרײַבט ביניאָמינ, האָב מיכ נישט געקענט לאָזנ אײַנרעדנ, אז דאָס זאָל זײַנ צוויט. עמעס טאקע, א רייעכ עפּעס האָט עס געהאט, נאָר זינט איכ לעב, האָב איכ נישט געהערט אונ אויכ אינ מײַנע ספאָרימ נישט באגעגנט, אז וואסער ↰ 132 זאָל צוויטענ. ווענ עס זאָל צוויטענ, וואָלט דאָכ דערופ באדארפנ וואקסנ דערנאָכ עפּעס א מינ פּיירע. איכ האלט גאָר אינ דער סוואָרע, אז דאָס איז דער מעשונע גרויסער יאמ⸗פיש כיליינאָ, פונ וועלכנ ס׳איז דאָ זייער א שיינער שמועס אינ דעמ סייפער „צל עולם” מיט די דאָזיקע ווערטער: „דער שרעקלעכ גרויסער פיש באדעקט זיכ מיט גראָז אונ מיט ערד, ביז ער זעט אויס ווי א גרויסע וויספּע, אונ אמאָל מיינענ די, וואָס זעגלענ אינ יאמ, אז דאָס איז א שיינער בארג, זיי שטעלנ זיכ דערופ, טוענ, וואָס זיי באדארפנ, קאָכנ מײַכאָלימ, אונ אז דעמ פיש ווערט ווארעמ פונעמ פײַער, טוקט ער זיכ אונטער אינ די אָפּגרונטנ, אונ אלע, וואָס האָבנ אפ אימ געלאגערט, ווערנ דערטרונקענ.” דערמיט טאקע איז א שטארקע אײַזערנע רײַע צו יענע ווילדע כאקראָנימ, וואָס האלטנ, אז די גלופּסקער אײַנוווינער וואקסנ פונ הינדיִיאָ. זעגלענדיק פונ דאָרט איבער דער פּיאטיגנילעווקע אינ די אלטע יאָרנ, האָבנ זיי מיט זיכ פארשלעפּט דעמ כיליינאָ, וואָס האלט זיכ אפ בעעמעס אינ הינדיִיאָ אונ וואָס זײַנ טעווע איז נאָכצולויפנ נאָכ די שיפנ”.

אז ביניאָמינ האָט איינמאָל ארײַנגעקוקט אינ טײַכ, האָט ער דאָרט דערזענ טיפ אינ וואסער עפּעס מינע באשעפעניש, אקוראט גלײַכ צו די געשטאלטנ פונ ווײַבער.

„נאָכ גאנצ לאנג, זאָגט ביניאָמינ, האָב איכ געלייענט אינ ספאָרימ, אז אינ וואסער זענענ דאָ יאמ⸗מענטשנ. פונ אלטע עמעסע מענטשנ, וואָס מענ מעג זיי גלייבנ אפנ וואָרט, האָב איכ אויכ געהערט דערציילנדיק, אז זיי האָבנ אליינ געזענ אזעלכע יאמ⸗מענטשנ בא קאָמעדיאנטנ, וואָס פלעגנ געוויינטלעכ נאָכ דער קאָמעדיע זיי ווײַזנ יעדערנ פאר עטלעכע גראָשנ. נאָר הײַנט האָב איכ עס דערלעבט צו זענ מיט מײַנע אייגענע אויגנ. איכ האָב מיט גרויס וווּנדער געוויזנ דערופ דעמ אָרל, אונ ער האָט ↰ 133 מיר געוויזנ אפ עפּעס פּראטשקעס, וואָס זענענ געשטאנענ באמ ברעג טײַכ אונ געוואשנ גרעט. איכ ווײַז אימ אונטנ אינ וואסער, אונ ער ווײַזט מיר אויבנ אפנ ברעג. אונ ווײַל מיר האָבנ איינער דעמ אנדערנס לאָשנ נישט פארשטאנענ, האָט ער ניט געוווּסט, וואָס איכ ווײַז אימ, אונ איכ האָב ניט געוווּסט, וואָס ער ווײַזט מיר, אונ איכ האָב פונ אימ מיקויעכ דעמ גאָרנישט געקענט דערגיינ.”

נישט ווײַט פונעמ ברעג לעבנ דער שטאָט האָט ביניאָמינ געזענ אזא אָרט אינ טײַכ, וווּ דאָס וואסער איז מעשונע געדיכט, ערטערווײַז איז עס פארגליווערט עפּעס נאָר ווי דרילעס, אונ ערטערווײַז איז דאָס וואסער נאָכ נעדיכטער. פונ דעמ דאָזיקנ וואסער פירנ די וואסערפירער צו די באלעבאטימ אינ די הײַזער. דאָרט ווערנ די געדיכטע דרילעס צעפירט מיט פּראָסט וואסער אינ דער פאס אונ מענ קאָכט דערמיט אלע מײַכאָלימ.

„איכ אליינ, זאָגט ביניאָמינ, האָב דאָס געקעכצ פונ אזא וואסער געגעסנ, איכ זאָל אזוי עסנ פונ דער סודע שעל⸗ליוויאָסנ 1. עס האָט געהאט דעמ זיבעטנ טאמ. א ראָסלפלייש דערפונ איז א מײַכל⸗מעלאָכימ. איכ האָב אָנגעלייגט מיט דעמ וואסער פולע קעשענעס אונ געהייסנ סענדערלענ מאכנ דערפונ א פּעקל, מאכמעס אפ אונדזער ווײַטער נעסיִע אינ יאמימ אונ אינ מידבאָריעס קענ עס זייער גוט צוניצ קומענ.”

1 דער מאָלצײַט פונעמ מיטאָלאָגישנ קאָלאָסאלנ פיש, וואָס גאָט וועט מאכנ פאר די צאדיקימ, ווענ מאָשיִעכ וועט קומענ (א רעליגיעזע פאָרשטעלונג).

לוסטיק אונ פריילעכ זענענ איינמאָל נאָכ מיטיק אונדזערע פּארשוינענ געגאנגענ נישט ווײַט פונ דער שטאָט, האָבנ געלאכט, געשפּאסט, געקוקט איינער דעמ אנדערנ אינ די אויגנ ארײַנ אונ ↰ 134 עפּעס זייער שטארק האנאָע געהאט. עס האָט אויסגעזענ נאָר ווי א פארליבט פּאָרפאָלק באלד נאָכ דער כאסענע, וואָס שפּאצירט זיכ פרײַ אפ דעמ גרינעמ גראָז אונ קוויקט זיכ מיט איטלעכס וואָרט, מיט איטלעכנ קוק. נאָר וואָס זשע איז מיט אונדזערע פּארשוינענ עפּעס אזוי די סימכע געווענ? פאָרט, וואָס האָט זיי עפּעס אזוינס מעשונע האנאָע געטאָנ, אזש זיי האָבנ געשפּרונגענ, אונטערגעזונגענ אונ געמאכט אָנשטעלנ ווי די ריינע מעשוגענע? אָט וואָס, ראבויסימ: בעלי⸗נעדער 1, מאָרגנ, איז בא זיי ביידע געבליבנ, צו פארלאָזנ גלופּסק אונ אינ א גוטער שאָ צו זעגלענ העט אהינ...

אונ ווי זיי גייענ זיכ דאָ אזוי לעבעדיק⸗פריילעכ, קומט זיי אונטער פּלוצלימ א פורל. אפנ וואָגנ זיצנ צוויי ייִדלעכ, איינער טרײַבט אָנ, אונ דער אנדערער זיצט אָנגעבויגנ אפ דער זײַט. דאָס היטל איז אימ פארוקט, אונ האלט אינ מויל א שטרויעלע, — זייער גוטע סימאָנימ, אז דאָס ייִדישע קעפּל טראכט דענסטמאָל עפּעס אנ אויבער⸗האסבאָרעלע 2 אונ דרייט זיכ מעשונע שטארק.

1 געמיינט: ניט נעמענריק אפ זיכ קיינ ניידער, אז עס מוז אזוי זײַנ; ניט געבּנדיק קיינ וואָרט (א בּאוואָרעניש, ווענ פרומע לײַט ריידנ וועגנ צוקונפט⸗פּלענער). — 2 א שפּיצל.

די צוויי ייִדנ האָבנ אָנגעקוקט אונדזערע לוסטיקע פּארשוינענ, זיי באטראכט פונ קאָפּ ביז די פיס אונ זיכ ארײַנגעלאָזט דערנאָכ מיט זיי אינ א שמועס. די ערשטע שײַלע איז, ווי דער שטייגער איז, געווענ: פונוואנענ זענענ עס ייִדנ? דערנאָכ — מא⸗שמייכעמ? אונ דערנאָכ דאָס איבעריקע צעטל שײַלעס, וואָס ייִדנ פרעגנ געוויינטלעכ איינער דעמ אנדערנ באמ ערשטנ באגעגעניש. מער האָבנ אונדזערע פּארשוינענ נישט באדארפנ, זיי האָבנ געעפנט א מויל אונ זיכ גענומענ דערציילנ אלצדינג, ווי ↰ 135 מענ זאָגט: וואָס אפ דער לונג — דאָס אפ דער צונג. די ייִדנ האָבנ זיכ אָנגעקוקט מיט א שמייכעלע, זיכ געשושקעט א ביסל, אונ דער ייִד מיטנ פארוקט היטל אי מיט דעמ שטרויעלע אינ מויל האָט דערבײַ געמאכט: — עט, נישקאָשע, עס וועט אָפּלויפנ, נאָר אינ ערגסטנ פאל איז נאָכ עטלעכע מאמטאקימ 1...

— ווייסט איר וואָס? — האָבנ די ייִדנ צומ סאָפ זיכ אָנגערופנ. — אונדזער שטאָט מעג, כ׳לעבנ, אויכ די זכיִע האָבנ צו זענ בא זיכ אזעלכע צוויי פײַנע מענטשנ. מיר בעטנ אײַכ זייער שיינ, אָט, כ׳לעבנ, טוט אונדז אָנ דעמ קאָוועד אונ זעצט זיכ, זײַט מויכל, באלד טאקע מיט אונדז אופ, נישט לאנג געטײַנעט! מיר זענענ אײַכ אָרעוו, אז מענ וועט אײַכ בא אונדז זייער שיינ צונעמענ, מיט עסנ, מיט טרינקענ אונ מיט וואָס נאָר מעגלעכ.

— מיר וואָלטנ עס אײַכ, בענעמאָנעס, צוליב געטאָנ, — האָט ביניאָמינ געענטפערט, — נאָר בא אונדז איז געבליבנ, מאָרגנ, בעלי⸗נעדער, פונדאנענ זיכ צו לאָזנ מיט דעמ וואסער.

— האָט נישט קיינ פאראיבל, — האָבנ די ייִדנ געזאָגט, — איר רעדט, כ׳לעבנ, נארישקײַטנ. אויכ מיר א וואסער די פּיאטיגנילעווקע! זי איז, מעכילע, א פּיש⸗גריבל, א טינעפ, א פארשטונקענע בלאָטע, א פארצוויטעטע, פארשימלטע לוזשע. בא אונדז האָט איר דעמ דניעפּער, וואָס פאלט גלײַכ אינ יאמ ארײַנ. פונ אונדז וועט איר טאקע, אימ⸗ייִרצע⸗האשעמ, גיכ אונ געשווינד קומענ אהינ אינ אײַער רו ארײַנ. אקשנט זיכ נישט, כ׳לעבנ, הײַדא ארופ אפנ וואָגנ.

1 דאָ געמיינט: געלט.

↤ 136

— וואָס זאָגסטו, סענדערל? — האָט ביניאָמינ זיכ אָנגערופנ — לאָמיר עפשער טאקע די ייִדנ צוליב טאָנ אונ פאָרנ?

— וואָס פאר א דײַגע איכ האָב, — האָט סענדערל געענטפערט, — אז דו ווילסט פאָרנ, זאָל זײַנ פאָרנ.

עס האָט נישט געדויערט לאנג, זענענ אונדזערע פּארשוינענ שוינ געזעסנ אינ וואָגנ שטארק צופרידנ אפ דעמ קאָוועד, וואָס מענ פארבעט זיי צוגאסט, אונ האָבנ זיכ פירגעשטעלט גדולעס 1. א וועג האָבנ זיי געהאט זייער א פריילעכנ. די ייִדנ האָבנ אפ זיי געהאט אנ אויג אונ פּאָשעט געהיט זייער טריט, האָבנ זיי צוגעפּילעוועט מיט עסנ אונ טרינקענ אזוי ווי א קימפּעטאָרנ. אונדזערע פּארשוינענ האָט זיכ אזוינס אינ זייער לעבנ נישט געכאָלעמט.

אפ דעמ צווייטנ טאָג פארנאכט זענענ זיי אָנגעקומענ בעשאָלעמ קיינ דניעפּראָוויצ. די ייִדנ זענענ מיט זיי פארפאָרנ אפ א סטאנציע אונ געמאכט פאר זיי א גוטע וועטשערע.

— הײַנט זענט איר פונ א וועג מיד, שלעפעריק, — האָבנ די ייִדנ געזאָגט, — בעכיינ איז גלײַכער, איר זאָלט זיכ לייגנ פאר פרי אויסרוענ. מאָרגנ, אימ⸗ייִרצע⸗האשעמ, אז איר וועט אופשטיינ געזונט, פריש אונ שטארק, וועלנ מיר אײַכ פירנ צו עטלעכע גרויסע לײַט, פארווארפנ פאר אײַכ א גוט וואָרט, אונ אז זיי וועלנ אײַכ אופנעמענ, זענט איר שוינ פארזאָרגט מיט אלע אײַערע היצטארכעס אונ וועט קענענ גיכ אונ באלד מאכנ אײַער ווײַטע נעסיִע. א גוטע נאכט!

1 דאָ געמיינט: גליקנ.

↤ 137

— א גוטע נאכט, א גוט יאָר! — האָבנ אונדזערע פּארשוינענ געענטפערט, באלד טאקע האָבנ זיי אָפּגעלייענט קרישמע, זיכ געגלעט א ביסל דעמ בײַכל, געגענעצט, געקראצט זיכ, ווי דער שטייגער איז, אונ זיכ געלייגט מיט א פריילעכ געמיט שלאָפנ.

↤ 138

דאָס צוועלפטע קאפּיטל
ווי מענ פירט אונדזערע פּארשוינענ אינ באָד

— גוואלד, ווידע 1, כאָטש אָפּזאָגנ ווידע: — האָט סענדערל פונעמ שלאָפ נישט מיט זײַנ קאָל געשריגנ אונ אופגעוועקט מיט זײַנ געשריי ביניאָמינענ.

ביניאָמינ איז נישט טויט, נישט לעבעדיק אראָפּגעשפּרונגענ פונ זײַנ געלעגער, האָט אינ דער גיכ אָפּגעגאָסנ נעגלוואסער אונ איז צוגעלאָפנ צו סענדערלענ זענ, וואָס טוט זיכ מיט אימ אזוינס.

1 טפילעס, וואָס רעליגיעזע מענטשנ זאָגנ פארנ טויט — זיי זײַנענ זיכ מוידע אינ זייערע זינד אונ בּעטנ, גאָט זאָל זיי מויכל זײַנ.

אינ דרויסנ האָט אָנגעהויבנ צו שאריענ אפ טאָג, אונ אומעטומ איז געווענ שטיל, מענ האָט נאָר געהערט א כראָפּענ פונ ↰ 139 שלאָפנדיקע מענטשנ אינ דעמ גאנצנ שטוב. איטלעכער האָט געכראָפּעט אפ זײַנ שטייגער: דער אפ א קאָל פונ א באנדורע, יענער אפ טרומייט, איינער האָט עס געמאכט שטיל בעקיצער, דער אנדערער האָט עס געצויגנ העכער, העכער אפ דרײַ גאָרנ, דערנאָכ אויסגעלאָזט מיט א דריי, מיט א בייזער, ווי איינער פרעגט א שטארקע קאשע, אונ צוגעפּויקט מיט די באקנ. אינאיינעמ איז עס געווענ א נאָזנ⸗קאָנצערט, אינ וועלכנ די נעזער האָבנ געטרײַ געארבעט אפ אלע קיילימ אונ צוגעשפּילט לעקאָוועד די בארימטע דניעפּראָוויצער וואנצנ, בעשאס זיי האָבנ געשמאק געגעסנ די שלאָפנדיקע אונ געטרונקענ זייער בלוט — ייִדיש בלוט!

דניעפּראָוויצ האָט א לאנגע צײַט געפּאשעט אירע וואנצנ, אירע מענטשנ⸗פרעסער דאָרט אינ דער שרעקלעכער פּאָדוועריע 1, אינ דער וויסטער אָפּגעזונדערטער ייִדישער אכסאניע. וווּ א וואנצ אינ עפּעס א קווארטאל איז אלצ אהינצו געקראָכנ אונ געזויגנ, געצאפּט ייִדיש בלוט...

קומענדיק קיינ דניעפּראָוויצ, איז שוינ א ייִד מוכנ⸗אומזומענ געווענ 2, אז ס׳וועט אימ קאָסטנ א ביסל בלוט, אונ אָנ אזא כאבאר איז גאָר קיינ סוואָרע נישט זיכ אויסצודרייענ. בײַס שוינ, בײַס, דו „דניעפּראָוועצק”, שטינק שוינ, שטינק, דו ווענצעלע, שרײַב שוינ, שרײַב דײַנע בלוטיקע צייכנס, אונ טראָג זיכ, גיי דיר צו אלדי שווארצע יאָר!

— וואָס שרײַסטו אזוי, סענדערל? — האָט ביניאָמינ אימ געפרעגט, צוגייענדיק צו זײַנ געלעגער — אוואדע א וואנצ האָט דיכ געמוזט שטארק א ביס טאָנ? א שרעק, וויפל דאָ איז וואנצנ. זיי האָבנ א גאנצע נאכט מיכ נישט געלאָזט אנ אויג צוטאָנ. ערשט נישט לאנג, וואָס איכ בינ אנשלאָפנ געוואָרנ.

1 אײַנפאָר⸗הויז. — 2 געווענ גרייט.

↤ 140

— אײַ, אײַ, גיכער, לאָמיר גיכער אנטלויפנ! — האָט סענדערל געשריגנ נאָכ אלצ פארדולט.

— גאָט איז מיט דיר, סענדערל! וואָס רעדסטו? מיילע, מא⸗ראש, אז א וואנצ גיט א ביס? דערופ איז זי דאָכ א וואנצ, אונ דו ביסט א מענטש...

סענדערל האָט אקעגנ א פּאָר מינוט אָנגעקוקט ביניאָמינענ ווי צעמישט, דערנאָכ זיכ אויסגעריבנ די אויגנ אונ געזאָגט מיט א זיפצ:

— אוי, עס האָט מיר זיכ געכאָלעמט זייער א שרעקלעכער כאָלעמ! האלעווײַ דערפונ זאָל זיכ גאָרנישט אויסלאָזנ.

— עט, מאלע וואָס א מענטשנ כאָלעמט זיכ אמאָל, — האָט ביניאָמינ געמאכט: — מיר האָט זיכ הײַנט אויכ געכאָלעמט, עפּעס א פּיפּערנאָטער קומט צו מיר געשווינד צו, קוקט מיכ שטארק אָנ אונ זאָגט צו מיר: איר זענט עס רעב ביניאָמינ פונ טונעיאדעווקע? קומט, זײַט מויכל, מיט מיר אהינ, אהינ, אלעקסאנדער מוקדנ שטייט דאָרט מיט זײַנ כאיִל אונ כאלעשט מיט אײַכ זיכ צו באקענענ. איכ גיב מיכ א לאָז, דער פּיפּערנאָטער לויפט פאָרויס, איכ נאָכ אימ. „איר לויפט, אָנ אײַנהאָרע, געשווינד, ווי א פײַל אויסנ בויגנ, איכ קענ אײַכ נאָר נישט אָניאָגנ, הער איכ עמעצנ שרײַענדיק הינטער מיר. איכ קער מיכ אומ אונ דערזע אלעקסאנדער מוקדנ. אדויני מעלעכ 1! שרײַ איכ, כאפּ אימ בא דער האנט, קוועטש אונ קוועטש. עס פארגייט מיר אָבער פּלוצלימ אינ דער נאָז עפּעס א מינ שרעקלעכער געשטאנק, טאקע נאָר צומ כאלעשנ. איכ כאפּ מיכ אופ אונ פיל אינ דער האנט א צעקוועטשטע וואנצ... טפו זאָל עס ווערנ! ↰ 141 אָט שפּײַ, כ׳לעבנ, דרײַ מאָל אויס, סענדערל, אונ פארגעס דײַנ כאָלעמ. וואָס האָט דיר אזעלכעס געכאָלעמט?

1 הער קיניג.

— טפו, טפו, טפו! — האָט סענדערל ביטמימעס דרײַ מאָל אויסגעשפּיגנ אונ דערציילט זײַנ כאָלעמ:

— מיר האָט זיכ געכאָלעמט, ווי איכ גיי מיר גלאט אזוי אפ דער גאס אונ פארגיי מיר העט⸗ווײַט. פּלוצלימ גיט מענ מיכ פונ הינטנ א כאפּ אונ מענ ווארפט מיכ אינ א זאק ארײַנ, מענ טראָגט מיכ אזוי אינ דעמ זאק, מענ טראָגט מיכ, טראָגט, ביז מענ האָט מיכ ערגעצ עפּעס פארטראָגנ. איכ פיל, ווי עמעצער בינדט דעמ זאק אופ אונ דערלאנגט מיר א פּאטש, טאקע וואָס א פּאטש הייסט, אז צוויי ציינ זענענ מיר ארויסגעפאלנ. דאָס האָסטו דיר ערשט אנ אדערופ, הער איכ, ווי מענ זאָגט, אינגאנצנ וועל איכ דיר סילעקנ שפּעטער. איכ גיב א בליק, מײַנ ווײַב אינ א ספּאָדעק שטייט מיר אקעגנ שטארק אינ קאס, די אויגנ ברענענ איר ווי א העליש פײַער אונ פונעמ מויל זעצט איר ארויס א שוימ. „ווארט נאָר א ביסל, ווארט, טאכשיט 1 מײַנער, זאָגט זי מיט א בייזנ געלעכטער, איכ וועל גיינ נעמענ די קאָטשערע אונ דיר ווײַזנ, וואָס פאר א גאָט מיר האָבנ.” ווי זי גייט נעמענ די קאָטשערע, אז מײַנער כאפּט די פיס אפ די פּלייצעס אונ אוועק, אוועק, אוועק. איכ לויפ, איכ לויפ אונ קומ צו לויפנ אינ עפּעס א קרעטשמע. אינ דער קרעטשמע איז פינצטער, גליטשיק, נישטאָ קיינ נעפעש. איכ לייג מיכ אינ א ווינקל, מאכ צו די אויגנ אונ שלאָפ. ווי איכ שלאָפ, קומט דער זיידע ראָוו סענדערל, אָלעוו⸗האשאָלעמ, צו מיר צו גיינ, זייער אומעטיק, מיט פארוויינטע אויגנ, אונ זאָגט: „סענדערל מײַנ קינד, שלאָפ נישט! ווי גאָט איז דיר ליב, סענדערל, שטיי אופ, שטיי אופ, סענדערל, ↰ 142 אונ לויפ פונדאנענ אוועק! אוועק, סענדערל, וווּהינ די אויגנ טראָגנ, דו ביסט אינ א סאקאָנע!” איכ וויל אופשטיינ, אָבער איכ קענ מיכ נישט רירנ, גלײַכ ווי מענ האלט מיכ צו. איכ נעמ מיכ צומ קאָפּ אונ טאפּ אפ מיר אָנ עפּעס א קאָפּקע 1. הע⸗הע, איכ בינ גאָר נישט סענדערל, איכ בינ, מעכילע, גאָר א ייִדענע, אָנ א סימענ באָרד, טראָג עפּעס א מינ יופּע אונ מײַנ בויכ, מײַנ בויכ, נישט פאר קיינ ייִדנ געדאכט, טוט מיר שרעקלעכ וויי! „נישקאָשע, רופט איינער עפּעס זיכ אָנ, בא אנ ערשטלינג גייט עס טאָמיד א ביסל שווער צו.” אוי, פעטער, פעטער! שרײַ איכ אינ איינ אָטעמ, ס׳איז גאָר ניט פאר מײַנע קויכעס, אָט, אָט פאל איכ כאלאָשעס. „א קולאק אינ דער פּאָטיליצע איז דערצו זייער א גוטע סגולע, דערמיט קענ איכ דיכ מינטערנ”, זאָגט דער פעטער, אונ לאָזט מיר טאקע אראָפּ עטלעכע קולאקעס. „נא דיר פאר פריִער, פאר אצינד אי פאר שפּעטער,” — מאכט ער דערבײַ, דרייט זיכ אויס אונ ווערט פארשוווּנדנ. איכ ליג אינ איינע צאָרעס, ליג אונ ליג, ביז גאָט העלפט מיר, איכ גיב מיכ א ריס מיט גוואלד אונ שטיי אופ. איכ לויפ צו גיכ צו דער טיר, זי איז פארשפּארט, איכ קלאפּ, קלאפּ אונ קלאפּ, — אומזיסט די מי. פּלוצלימ שפּרינגט די טיר זיכ אופ, אונ ווי איכ שטעל ארופ א פוס, כאפּנ מיכ גאזלאָנימ אונ פירנ מיכ אוועק עפּעס אינ א הייל. דאָרט נעמענ זיי ארויס א כאלעפ אונ ווילנ מיכ קוילענ. ווי זיי האלטנ דעמ כאלעפ מיר אפנ האלדז, שרײַ איכ: גוואלד! לאָזט מיכ כאָטש אָפּזאָגנ ווידע! אָט דאָס האָסטו דיר, ביניאָמינ, מײַנ כאָלעמ. האלעווײַ, ער זאָל זײַנ צו גוטנ.

1 צירונג (אנ איראָנישער אויסדרוק).

1 א פרוייִש קאָפּ⸗הײַבּל.

— שפּײַ אויס, סענדערל, נאָכ דרײַ מאָל, — האָט ביניאָמינ אימ אנ אייצע געגעבנ, — אונ שלאָג דיר דײַנ כאָלעמ פונעמ ↰ 143 קאָפּ ארויס. איבעריקנס, אויב דו ווילסט, שטיי אופ, ס׳איז שוינ טאָג, אונ זאָג עטלעכע קאפּיטל טילימ.

סענדערל איז מיט א זיפצ אראָפּ פונ זײַנ געלעגער, האָט אָפּגעגאָסנ נעגלוואסער, אָנגעטאָנ זײַנ כאלאטל אונ ארויסבאקומענ זײַנ טילימ איוורע⸗טײַטש. עס האָט זיכ אופגעמישט דאָס צענטע קאפּיטל, בא וועלכנ ער האָט געהאלטנ, אונ ער האָט מיט אנ אומעטיקנ ניגנ אָנגעהויבנ:

וואָס שטייסטו, גאָט, פונווײַטנ,
פארבאָרגסט זיכ אינ שלעכטע צײַטנ?

זײַנ ניגנדל איז געוואָרנ טרויעריקער אונ רירנדיקער ווײַטער א ביסל בא די דאָזיקע פּסוקימ:

ער זיצט אינ ערגעצ א פארטײַעט אָרט,
אינ שטילנ טײַט ער דעמ ערלעכנ דאָרט.
די אויגנ דרייענ אימ זיכ הינ אי צוריק,
אפנ אָרעמענ האָבנ זיי א שטארקנ קוק.
ווי א לייב אינ זײַנ נאָרע לויערט אויכ ער,
ער לויערט צו כאפּנ דעמ אָרעמענ אהער.
דערלאנגט דעמ אָרעמענ שוינ טאקע א כאפּ
אבי מיט זײַנ נעצ א צי נאָר, א קלאפּ.

אז סענדערל האָט אָפּגעזאָגט טילימ, איז שוינ געוואָרנ רעכט טאָג. אלע מענטשנ אינ שטוב זענענ שוינ אופגעשטאנענ. א גרויסער סאמאָוואר ווי א קעפּל האָט שטארק געקאָכט אפנ טיש, אונ דער אוילעמ האָט געטרונקענ טיי. ביניאָמינענ אונ סענדערלענ האָט מענ אויכ געגעבנ צו גלעזלעכ ווארעמס. זיי האָבנ א ביסל זיכ דערפרישט אונ פריילעכער געוואָרנ.

די שטוב, וואָס פריִער א ביסל איז זי געווענ א ספּאלניע, דערנאָכ א טשײַנע, איז פּלוצלימ געוואָרנ א קלייזל. עס האָבנ ↰ 144 זיכ פארקאטשעט ארבל, זיכ אנטפּלעקט נאקעטע ייִדישע אָרעמס: רויכיקע, גלאטע, דארע, פעטע, שווארצע, ווײַסע, טונקעלע, פונ אלערליי קאָלירנ אונ געשטאלטנ. איטלעכער איז ארײַנ אינ טאלעס⸗אונ⸗טפילנ אונ געגעבנ א דאוונ.

אונדזערע צוויי ייִדנ האָבנ געדאוונט געשמאק, זיכ געפּיעסטעט, געקרימט, געמאכט כיינדלעכ אונ פּיסקעלעכ, ווי עמעס צעבראָכענע ייִדנ. זיי האָבנ אוועקגעטײַנעט מיטנ ריבוינע⸗שעל⸗אוילעמ אלצ: טאטעניו! פאָטערוניו! אונ שיִעס געמאכט אינ דאוונענ מער פונ אלע אנדערע. נאָכנ דאוונענ האָבנ זיי גענומענ צו קעלישקעלעכ שליש, א זופּ געטאָנ פריִער, זיכ פּאָסמאקעוועט, אונ אפ דער נאָז זענענ ארויסגעטראָטנ רויטגלאנצנדיקע ווײַמפּערלעכ. דערנאָכ האָבנ זיי געמאכט צומ גאנצנ אוילעמ: לעכאיִמ, לעכאיִמ. אונ צוגעווינטשעוועט: דער אייבערשטער זאָל שוינ ראכמאָנעס האָבנ אפנ גאנצנ קלאל⸗ייִסראָעל, נעבעכ! האָבנ פארגלאָצט דערבײַ די אויגנ, געטאָנ א שטילנ זיפצ אונ ארײַנגעגאָסנ אינ זיכ דאָס קעלישעקל. א סימענ, דאָס זענענ געווענ נישט קיינ פּראָסטע ייִדנ, נאָר פרומע, קאָשערע, שיינע ייִדנ.

איינער פונ די דאָזיקע שיינע ייִדנ איז דערווײַל אוועקגעגאנגענ אינ דער שטאָט אונ האָט זיכ דאָרט פארזאמט אקעגנ א פּאָר שאָ. אז ער איז צוריק געקומענ, האָט דער כאווער זײַנער אימ ארײַנגעקוקט אינ פּאָנעמ, וואָס האָט באשײַמפּערלעכ געלויכט, אונ ביידע זענענ געווענ זייער צופרידנ. זיי האָבנ געהייסנ גרייטנ צומ טיש, זיכ געגאנגענ וואשנ אונ איבערגעקוקט פריִער די קוואָרט, ווי דער שטייגער איז פונ שיינע ייִדנ, האָבנ געבעטנ אונדזערע פּארשוינענ זאָלנ אויכ זיכ וואשנ אונ מויכל זײַנ זעצנ זיכ מיט זיי אינאיינעמ עפּעס איבערצובײַסנ. באמ טיש זענענ זיי געווענ לוסטיק, האָבנ געלויבט די באלעבאָסטע פאר אירע ↰ 145 גוטע מײַכאָלימ אונ מעשונע פונ איר האנאָע געהאט. זיי האָבנ זיכ ארײַנגעלאָזט אינ א שמועס, גערעדט מיקויעכ דעמ קלאל ייִדנ, ווי ס׳איז שוינ טאקע צײַט, זיי זאָלנ, נעבעכ, אופגעריכט ווערנ. פארוואָס קומט אזא פאָלק, אזא טײַער פאָלק זאָל, נעבעכ, אזוי פארשווארצט ווערנ? זיי האָבנ זיכ צעלאָזט אינ די שוואָכימ פונ די קנעסעס⸗ייִסראָעל 1, געלויבט אינ טאָג ארײַנ דאָס ייִדיש קעפּל.

— וואָס קענענ דענ ייִדנ נישט? אלע כאָכמעס פונ דער וועלט, ווי דער טעלעגראפ, אײַזנבאנ אונ נאָכ אזעלכע זאכענישנ, געפינט מענ נאָכ גאנצ לאנג בא ייִדנ. נאָר דאָס אלצדינג אָבער איז נאָכ פונ די קלייניקײַטנ, דער איקער איז גאָר עפּעס אנדערש, דאָס פּינטעלע, דאָס פּינטעלע, אָט וואָס דער איקער איז!..

זיי האָבנ זיכ ארופגעכאפּט אפ די אפּיקאָרסימ, אפ די הײַנטיקע מאָדנע געלערנטע, פארשאָלטנ זיי דאָס געביינ, געשפּיגנ קלעק אפ זיי אינגאנצנ אונ אפ די שקאָלעס, וואָס מענ לערנט דאָרט טרייפ⸗פּאָסל 2 אָנ א היטל.

— באלד וועט טאקע זײַנ א פּיירעק מישנײַעס א רענדל, אונ א פּראָשעניע אָנשרײַבנ — א גילדנ. אוי, איז הײַנט א וועלט, א שיינע וועלט, כ׳לעבנ!..

אזוי האָבנ זיי אלצ גערעדט אונ זענענ איבערגעגאנגענ דערפונ אפ א שמועס מיקויעכ דער נעסיִע פונ אונדזערע פּארשוינענ.

— מיר ווינטשנ אײַכ, — האָבנ זיי געזאָגט, — האשעמ⸗ייִסבאָרעכ זאָל כעסעד 3 טאָנ אונ מעמאלע זײַנ 4 דאָס אלצדינג, וואָס מיר באגערנ אינ אײַכ צו זענ.

1 געמיינט: דאָס ייִדישע פאָלק. — 2 געמיינט: זאכנ, וואָס זײַנענ פארבּאָטנ פונ רעליגיעזנ שטאנדפּונקט. — 3 גנאָד. — 4 דאָ געמיינט: אויספילנ; פארווירקלעכנ.

↤ 146

ביניאָמינ איז געווענ אפ דעמ זיבעטנ הימל פונ אזא בראָכע. דערצו איז ער נאָכ געווענ, ווי זאָגט מענ עפּעס, א ביסל פארלעקט. ער האָט געעפנט א מויל אונ גערעדט פאר פײַער אי פאר וואסער.

— ווייסט איר וואָס, רעב ביניאָמינ, ראָוו סענדערל? — האָבנ די ייִדנ געזאָגט צעצויגנ, נאָכ דעמ, אז זיי האָבנ זיכ אופגעהויבנ פונעמ טיש. — מיר וועלנ זיכ נויהעג זײַנ 1 בעפּאשטעס 2, ווי פּראָסטע ייִדנ, אזוי ווי אונדזערע עלטערנ האָבנ זיכ נויהעג געווענ. נאָכ א וועג וועלנ מיר זיכ אלע גיינ אינ מערכעצ 3 ארײַנ, צעפּארענ די ביינער. איר וועט זיכ מעגנ דאָרט אָפּשערנ אָדער אָפּגאָלנ, איר וועט, כ׳לעבנ, ווערנ גאָר אנדערע מענטשנ. אונ נאָכנ מערכעצ וועלנ מיר זיכ נעמענ צו אונדזערע אסאָקימ. אזוי טאקע, בענעמאָנעס, אזוי וועט בעפּאשטעס טאקע זײַנ גוט. ס׳איז עפשער א ביסל נישט הײַנטמאָדיש, בא די אפּיקאָרסימ מעג זיכ א מערכעצ אויסקומענ עפּעס ניט שיינ, נאָר מיר זענענ אָבער נישט קיינ געבולבעטע, אָט לאָמיר זיכ נויהעג זײַנ ווי אונדזערע זיידעס פארצײַטנ!

פונ א מערכעצ זאָגט זיכ א ייִד קיינמאָל נישט אָפּ. דאָס, וואָס א שענק פאר די פּויערנ, א טײַכל פאר גענדז אונ קאטשקעס, דאָס איז אינ הונדערט גראדנ נאָכ מער די באָד פאר א ייִדנ. דעמ טאמ, וואָס א ייִד פילט אינ א באָד, קענ עס קיינ אומע⸗וועלאָשנ 4 גאָר נישט פילנ. די באָד האָט בא אימ א גרויס שײַכעס מיט זײַנ רעליגיע, מיט זײַנע אינעווייניקסטע געפילנ אונ נויט זײַנ סעמיינעמ לעבנ. קיינ ייִדישע נעשאָמע רירט זיכ נישט פונעמ הימל ארײַנצוקריכנ ערגעצ אינ א בויכ, מענ קענ זי נישט נעמענ, אײַנבעטנ דורכ קיינ שומ זאכ, סײַדנ נאָר דורכ א באָד. ↰ 147 דאָ איז די גלאוונע אגענטסטווע, די צענטראלנע קאָנטאָר צווישנ דעמ הימל מיט דער ערד. איידער א ייִד ווערט נאָכ געבוירנ, איידער נאָכ עס ווארפט זיכ אינ אימ אנ אייווער, ווייסט מענ שוינ פונ אימ אינ דער דאָזיקער קאָנטאָר פונעמ בעדער מיט דער בעדערקע ביז דער טוקערקע 1 אונ דער ביטלמאכערנ. די נעשאָמע⸗יעסיירע 2 שאבעס אונ יאָמטעוו פילט אינ זיכ נישט אזוי א ייִד, ווענ ער שווענקט זיכ פריִער נישט אָפּ אינ באָד. אָנ דעמ איז ער עפּעס אלט⸗געבאקנ, נישט פריש. קוקט אָנ א ייִדנ פרײַטיק קומענדיק פונעמ מערכעצ, ער בליט, ער איז יינגער מיט עטלעכע יאָר, דער ייִדישער פונק ברענט אינ אימ אונ לייכט ארויס פונ זײַנע אויגנ, אלע זײַנע געפילנ זענענ עפּעס שארפער, פרישער, דער רייעכ פונ די געפילטע פיש אי פונ דעמ אײַנגעפּריעטנ צימעס פארגייענ אימ ווי קטוירעס 3 אינ דער נאָז. זי שמעקט, שטאָרעט אונ איז מעקאבל⸗טײַנעג 4. עס זינגט זיכ אימ עפּעס אפנ הארצ, ער גיט קאָנצערט אינ טראָפּ, קנאקט ווי א סאָלאָוויי שיר⸗האשירימ, צעפּעסטעט זיכ דאָרט ווי א קינד, צעפלאקערט זיכ, צעהיצט זיכ אונ איז האלב אפ יענעמ אוילעמ...

2 זיכ אופירנ. — 2 פּאָשעט; פּראָסט. — 3 בּאָד. — 4 געמיינט: קיינ פאָלק.

1 א פרוי, וואָס בּאדינט די ווײַבּער, וועלכע גייענ זיכ אָפּטוקנ אינ מיקווע (א וואסער⸗בּאסיינ צוליבּ ריטועלע צוועקנ). — 2 די צוגאָבּ⸗נעשאָמע, וואָס, לויט דער רעליגיעזער פאָרשטעלונג, בּאקומט קלוימערשט א ייִד שאבּעס אונ יאָמטעוו. — 3 געמיינט: דער רייעכ פונעמ געווירצנ⸗געמיש (קטוירעס), וואָס מע פלעגט רייכערנ פאר גאָט אינ בּייס⸗האמיקדאָש. — 4 בּאקומט פארגעניגנ.

אינ באָד קומט א ייִד ווי אינ א פאָטערלאנד, ווי אינ א פרײַער מעדינע, וווּ איטלעכער האָט א גלײַכע דייע, וווּ עס שטייט פאר אימ פרײַ צו דערגרייכנ גלײַכ מיט אנדערע א הויכע שטופע — ארופקריכנ אפ דער אייבערשטער באנק, דערמונטערנ זײַנ פאראומערטע נעשאָמע, כאָטש אפ א שאָ אויסגלײַכנ זײַנע ↰ 148 ביינער אונ אראָפּווארפנ פונ זיכ זײַנ פּעקל דײַגעס אונ יעסורימ. אָט וואָס א באָד איז בא ייִדנ!

דעריבער איז דער פּלאנ פונ אינ מערכעצ גיינ אונדזערע פּארשוינענ געווענ שטארק לעראָצנ 1. זיי האָבנ נישט געמאכט קיינ גרויסע האכאָנעס 2, אונ אינ עטלעכע מינוט ארומ זענענ זיי שוינ געגאנגענ מיט די צוויי שיינע ייִדנ.

אונדזערע פּארשוינענ האָבנ זיכ פירגעשטעלט א באָד, ווי געוויינטלעכ א מערכעצ איז אינ די ייִדישע שטעטלעכ, עפּעס א מינ ביניענ, שווארצ, פארשמירט פונ דרויסנ, בארג⸗אראָפּ ערגעצ אינ א העק, מיט א שווערנ צוטריט אהינצו אפ שמאָלע צעבראָכענע קלאדקעס. אונ אז די ייִדנ זענענ צוגעקומענ צו א שיינעמ דרײַגאָרנדיקנ מויער, סאמע אינ דער מיט גאס, אונ געזאָגט: „אָט דאָס איז די באָד”, האָבנ זיי פאריסנ די אויגנ אונ געקוקט שרעקלעכ פארוווּנדערט.

— איר זענט נאָכ טאקע גאָר עמעסע פריצנ, — האָבנ די ייִדנ פונ זיי געשפּאסט, — קומט, זײַט מויכל, ארײַנ אינעווייניק, וועט איר נאָכ עפּעס שענערס זענ.

ארײַנקומענדיק אינ דער פּערעדניע, האָט אונדזערע פּארשוינענ פארשײַנט אינ די אויגנ דער געמאָלטער פּאָל מיט די אויסגעשפּרייטע סטעזשקעס. עס האָט זיי זיכ אויסגעדאכט, אז זיי זענענ אינ דעמ פארצויבערטנ שלאָס, וואָס אינ „באָווע⸗מײַסע” אונ אינ „טויזנט מיט איינ נאכט”. באלד וועלנ פּרינצעסנס, באס⸗מאלקעס זיי מעקאבל פּאָנעמ זײַנ, זיי וועלנ זיכ דאָ ווויל טאָנ אונ לעבנ, אפ וואָס די וועלט שטייט. נאָר אנשטאָט די באס⸗מאלקעס איז צוגעגאנגענ צו זיי א סאָלדאט מיט אייבעלעכ 3 אונ האָט שיינ⸗פײַנ זיי געלאָזט בעטנ זיכ אויסצוטאָנ.

1 געמיינט: צומ הארצנ. — 2 צוגרייטונגענ. — 3 מעדאלנ.

↤ 149

— טוט זיכ, זײַט מויכל, אויס, — האָבנ די שיינע ייִדנ צו זיי געזאָגט, — מיר וועלנ דערווײַל ארײַנגיינ אהינ באצאָלנ באָד⸗געלט. נישקאָשע, איר וועט דאָ האָבנ א גוט שוויצבעדל.

אז אונדזערע פּארשוינענ האָבנ זיכ אויסגעטאָנ, האָבנ זיי פארנומענ זייער פּעקל זאכנ, ווי דער שטייגער איז, אויסצופּרודזענ עס. קיינ טוצ העמדער האָט אינ זייער גארדעראָבע זיכ נישט געפונענ. זיי האָבנ אוועקגעטראָגנ א העמד עטלעכע וואָכנ. עס פארשטייט זיכ, אז עס האָט זיי, נעבעכ, געביסנ, אונ דאָס פּרודזענ איז זיי געווענ טאקע נייטיק אינ לעבנ ארײַנ. נאָר דער סאָלדאט האָט בא זיי אוועקגענומענ די זאכנ אונ זיי ארײַנגעפירט אינ א כיידער ארײַנ. דער כיידער איז געווענ אויסגעמעבלט מיט בענקלעכ, ארומ א גרויסנ טיש זענענ דאָרט אפ שטולנ געזעסנ מענטשנ פײַנ אָנגעטאָנ. אונדזערע פּארשוינענ האָבנ זיכ ארומגעקוקט אינ אלע זײַטנ, זיי איז שטארק קאָשע געווענ, וווּ גיסט מענ דאָ אפנ שטיינ אונ וווּ וועלנ זיי דאָ שוויצנ?

— צי טוט זשידאָווסקי באניא? — האָט סענדערל א פרעג געטאָנ נאָכ דעמ, אז ביניאָמינ האָט אימ א שטורכ געגעבנ אונ אימ געהייסנ נישט מאכנ דאָ קיינ פיל שיִעס אונ פרעגנ.

איינער פונ די לײַט, וואָס ארומ טיש, איז צוגעגאנגענ, האָט אָנגעקוקט אונדזערע נאקעטע פּארשוינענ, וואָס זענענ, נעבעכ, געווענ דאר, אויסגעדייווערט, אָנ א לויט פלייש, נאָר הויט אונ ביינ, אונ געמאכט מיט זיי עפּעס א שמועס אפ מאָסקאָוויטערש 1.

— הא, וואָס זאָגט ער דאָ עפּעס, סענדערל? — האָט ביניאָמינ געפרעגט.

1 געמיינט: אפ רוסיש.

— איכ זאָל דאָס אָנהייבנ פארשטיינ א וואָרט! — האָט סענדערל ↰ 150 געענטפערט אונ געמאכט מיט די אקסלענ. — נאט אײַכ, מישטיינס⸗געזאָגט, א לאָשנ! עפּעס זאָגט ער אלצ: בילעט, בילעט.

— א⸗א, נארעלע, — האָט ביניאָמינ זיכ אָנגערופנ, — וואָס פארשטייסטו דאָ נישט, נארעלע? דאָס איז דער בעדער, ער פאָדערט בא אונדז א בילעט, וואָרעמ אינ אזא באָד מוז מענ גיינ אפ בילעטנ. זאָג אימ, אז די ייִדנ האָבנ שוינ דאָכ דאָ פריִער באצאָלט פאר אונדזערע בילעטנ.

— יאק זשע, פּאני, טייע זשידקי אָווזשע דאלי טוטעטשקא זא... זא... — האָט סענדערל א רעד געגעבנ אונ איז פּלוצלימ געבליבנ ווי דערוואָרגנ, נישט געקענט אויספירנ, וואָס ער האָט געוואָלט זאָגנ.

— זא בילעט, פּאני, סטײַטש, זשידקי, לעהאוודל, פּאני, זאפּלאטיל! — איז ביניאָמינ ארויס אפ זײַנ לאָשנ אונ האָט דערקלערט די זאכ גאנצ קלאָר, קורצ אונ שארפ.

דער דאָזיקער מענטש, וואָס איז פריִער צוגעגאנגענ צו אונדזערע פּארשוינענ, האָט א מאכ געטאָנ מיט דער האנט, אונ מענ האָט זיי באלד ארײַנגעפירט ווײַטער אינ א כיידער, וואָס דאָרט איז מענ, קעפי זייער מיינונג, מעכוּיעוו געווענ, אפּאָנעמ, צו שוויצנ געשמאק...

אז מענ האָט ביניאָמינענ אונ סענדערלענ שפּעטער א ביסל מיט א צײַט ארויסגעפירט אפ דער גאס, איז שווער געווענ זיי צו דערקענענ, אזוי פארענדערט זענענ זיי, נעבעכ, געוואָרנ: אָפּגעגאָלט פונ פאָרנט, אָנ בערד, אָנ פּייעס, די אויגנ פארדרייט, נאָר גלעזערנע, אפ דעמ שטערנ קאלטע גרויסע טראָפּנ שווייס, א וואָלקנ, א כמארע אפנ גאנצנ פּאָנעמ, אײַנגענורעט, אײַנגעהויקערט, מיט א דראָזש איבער דעמ גאנצנ לײַב, אונ ארומ זיי סאָלדאטנ.

אפנ הימל האָט זיכ אָנגערוקט א שווארצע פינצטערע כמארע. ↰ 151 א בליצ האָט מיטאמאָל באלײַכטעט די דאָזיקע קאָמפּאניע. באלד דערופ האָט א דונער געגעבנ שרעקלעכ שטארק, אז אלע זענענ פארציטערט געוואָרנ. עס האָט זיכ אופגעהויבנ א שטורעמ⸗ווינט, רעדלעכ שטויב האָבנ זיכ געטראָגנ ווי די רוכעס, פארכאפּט אפנ וועג מיסט, שטרוי, בלעטלעכ אי שטיקלעכ פּאפּיר. אלע אינאיינעמ האָבנ געטאנצט עפּעס א מעשוגענעמ טאנצ אונ זיכ געדרייט, געדרייט אלצ אינ דער הייכ ארופ, ארופ... די טשערעדע פונעמ פעלד איז געלאָפנ אומרויִק מיט א געשריי אונ א רעווענ, ווי א סטײַע הונגעריקע וועלפ וואָלטנ זי נאָכגעיאָגט. עס האָט געשטורעמט, געבליצט, געדונערט, גלײַכ ווי דער אייבערשטער איז שטארק אופגעבראכט געוואָרנ אפ דער זינדיקער ערד אונ אפ אלצדינג, וואָס דאָ גייט פיר. ער האָט זיכ אָנגעכאפּט באמ קאָפּ, געבליצט מיט זײַנע צאָרנדיקע אויגנ, געהילכט אונ געשריגנ: אײַ, אײַ! מיט זײַנ דונערדיקנ קאָל. עס האָט צומ לעצט א זעצ געטאָנ מעשונע א שרעקלעכער דונער, פונ הימל האָט אראָפּגעקאפּעט ווי טרערנ גרויסע טראָפּנס רעגנ, וואָס אינ זיי האָבנ זיכ אויסגעמישט טראָפּנ נויט⸗שווייס אונ בלוטיקע טרערנ פונ אונדזערע בידנע, אומגליקלעכע פּארשוינענ...

אכ, ביניאָמינ אונ סענדערל האָבנ גאָר ניט געוווּסט, אז נישט דאפקע אינ דער מידבער איז א סאקאָנע צו רײַזנ מאכמעס די ווילדע שלעק, עקדישנ, פּיפּערנאָטערנ אונ כײַעס⸗ראָעס, וואָס דאָרט, נאָר דאָ, אינ די מעקוימעס, דאָ איז ערשט די גרעסטע סאקאָנע! יענע צײַט, ווענ אונדזערע פּארשוינענ האָבנ געוואנדרעוועט, איז געווענ די שווערע, פינצטערע, ביטערע צײַט — די צײַט, ווענ איינ ייִד האָט געזוכט צו דערטאפּנ דעמ אנדערנ אונ

ווי א לייב אינ זײַנ נאָרע געלויערט האָט אויכ ער,
געלויערט צו כאפּנ דעמ בעזפּאספּאָרטנע אהער

↤ 152

אונ אימ אָפּגעבנ פאר א פּוימענע, א קאָרבנ פאר זײַנע, אָדער פאר יענעמס קינדער! אכ, אונדזערע פּארשוינענ, נעבעכ, האָבנ נישט געוווּסט, אז זיי געפינענ זיכ שוינ טאקע אינ דער מידבער, צווישנ ווילדע באשעפעניש אי כײַעס⸗ראָעס, אונ די צוויי שיינע, קאָשערע ייִדנ זענענ גאָר פּיפּערנאָטערנ!

1 א געכאפּטער; אזא, וואָס מע האָט אימ אָנ קיינ שומ רעכט דערופ געכאפּט אונ אָפּגעגעבּנ פאר א רעקרוט.

↤ 153

דאָס דרייצנטע קאפּיטל
זעלנער זענענ, נעבעכ, אונדזערע נויסימ געוואָרנ

איטלעכער קענ זיכ מעשאער זײַנ די שלעכטע לאגע פונ אונדזערע בידנע פּארשוינענ, ווי פינצטער אונ ביטער זיי איז, נעבעכ, געווענ. מיר פארשפּאָרנ עס צו שילדערנ.

די ערשטע צײַט זענענ זיי געווענ ווי צעמישט אונ האָבנ לאכלוטנ נישט פארשטאנענ, וואָס מיט זיי טוט זיכ אזוינס. אלצדינג איז פאר זיי געווענ פרעמד, אי די סבאָרנע, אי די סאָלדאטנ, אי דער לאָשנ, אונ די אלע זאכנ, וואָס מענ האָט זיי געהייסנ טאָנ. דער שינעל איז אפ זיי געהאנגענ ווי א טאָרבע, ער האָט אויסגעזענ טאקע נאָר ווי א יופּע, אונ דאָס היטל, מישטיינס⸗געזאָגט, איז געלעגנ ↰ 154 אפ זייער קאָפּ נאָר ווי א קאָפּקע. אָנקוקנדיק זיי, האָט זיכ געדאכט עפּעס איז עס אינגאנצנ נאָר אנ אָנשטעל, עפּעס האָבנ צוויי ייִדנ זיכ פארשטעלט אונ מאכנ כויזעק פונ די אלע זעלנער, קרימענ זיי זיכ נאָכ אונ ווײַזנ פאר איטלעכנ גאנצ פרײַ, ווי נאריש, מישטיינס⸗געזאָגט, זיי אלע זענענ מיט זייער אלצ⸗מיט⸗אנאנדער. אז אָכ⸗אונ⸗וויי צומ ביקס, נעבעכ, וואָס ער איז ארײַנגעפאלנ צו אונדזערע פּארשוינענ. בא זיי אינ די הענט האָט ער גאָר ניט געהאט דאָס פּאָנעמ, אקוראט ווי א קאָטשערע אינ די הענט פונ א מאנצביל, וואָס פּאָרעט זיכ אינ קיכ באמ פּריפּעטשעק. בא דער אוטשעניע פלעגנ זיי אָפּארבעטנ אזעלכע שטוקעס מיט די הענטלעכ אונ די פיסלעכ, אז ס׳איז געווענ נאָר א ריינע קאָמעדיע.

אינ קלעפּ, פארשטייט זיכ, זענענ זיי ניט זשעדנע געווענ, נאָר וווּ איז דענ, זאָגט מענ, אינ דער וועלט עפּעס א צאָרע, וואָס דער מענטש זאָל מיט איר נישט געוווינט ווערנ? נישט נאָר דער מענטש, אפילע אנדערע באשעפעניש ווערנ אויכ געוווינט, באדארפ מענ מער פרײַ ווי א פויגל איז, פונדעסטוועגנ, אז מענ פאנגט אימ אונ מע זעצט אימ ארײַנ אינ א שטייגעלע, געוווינט ער זיכ צוביסלעכ, הייבט אָנ צו פּיקנ זערנע מיט אפּעטיט, שפּרינגט אונ זינגט פריילעכע לידער, גלײַכ ווי די גאנצע וועלט מיט אירע פעלדער אונ וועלדער איז פאר אימ דאָ אינ דעמ ענגנ שטייגעלע. אונדזער סענדערל האָט ווײַטער⸗ווײַטער טאקע אָנגעהויבנ מיט זײַנ לאגע זיכ צוגעוווינענ, פלעגט זיכ גוט צוקוקנ צומ מושטיר פונ די זעלנער אונ פּרוּוונ נאָכמאכנ זייערע אלע שטוקעס אפ זײַנ שטייגער. ס׳איז געווענ א פרייד צוצוזענ, ווי סענדערל פלעגט אָפט פאר זיכ אליינ איבערכאזערנ דעמ מושטיר, זיכ אויסציִענ גלײַכ ווי א סטרונקע, פארײַסנ דאָס קעפּל, אָנבלאָזנ די פּיסקלעכ ווי א גיבער, הייבנ פיסלעכ אונ גיינ א ↰ 155 מארש נאָר טאקע ווי אנ אָנגעבלאָזענער אינדיק, פלעגט זיכ דרייענ, דרייענ, אונ לעסאָפ פארפּלאָנטענ די פיסלעכ אונ פאלנ. נאָר אקעגנ זשע ביניאָמינ אָבער, ער האָט מיט אזעלכע זאכנ בעשומ אויפנ נישט געקענט זיכ געוווינענ, ער איז געווענ בעטעווע איינער פונ יענע מינע פייגל, וואָס הייסנ וואנדער⸗פייגל, דאָס הייסט אזעלכע, וואָס זייער טעווע איז אלע יאָר סאָפ זומער אוועקצופליִענ אונ איבערווינטערנ דאָרט אינ די ווײַטע ווארעמע מעקוימעס. די טעווע צו וואנדרעווענ מאָנט אזא מינ פויגל אזוי שטארק, אז בעיִמ מענ האלט אימ דענסטמאָל געפאנגענ אינ א שטייגל, איז אימ נישט ניכע דאָס לעבנ. ער עסט נישט, טרינקט נישט, ער דראפּעט זיכ אפ די גלײַכע ווענט אונ זוכט ערגעצ עפּעס א שפּאלט אנטרונענ צו ווערנ. די נעסיִע אהינ אינ יענע ווײַטע מעקוימעס, וואָס האָט ווי א זלידנע זיכ אײַנגעגעסנ אינ ביניאָמינס קאָפּ, וואָס איז אימ געוואָרנ די צווייטע נאטור, וואָס צוליב איר האָט ער אוועקגעוואָרפנ ווײַב אונ קינדער — די ריזיקע נעסיִע האָט אימ נישט געלאָזט רוענ קיינ רעגע, האָט אימ געבויערט, געפּיקט דעמ קאָפּ, זי האָט אינ אימ געבורטשעט אונ אלצ געשריגנ: ביניאָמינ, גיי ווײַטער! גיי ווײַטער, ווײַטער! דערווײַל איז אוועקגעגאנגענ אזוי דער ווינטער, אונ אונדזער ביניאָמינ, נעבעכ, האָט זיכ שטארק געמוטשעט.

איינמאָל אינ א שיינעמ טאָג נאָכ פּייסעכ, אז סענדערל האָט בינו לבין עצמו 1 זיכ געמושטירט, איז ביניאָמינ צו אימ צוגעגאנגענ מיט אזא שמועס:

1 בּיינוי⸗לעבּיינ⸗אצמוי — פאר זיכ אליינ.

— כ׳לעבנ, סענדערל, דו ביסט א ייִנגל! דו שפּילסט זיכ אונ מאכסט עפּעס אזעלכע קונצנ ווי א קונדעס. וואָס קענ דערפונ, איכ בעט דיכ, דער טאכלעס זײַנ? פארגעס נאָר נישט, אז דו ↰ 156 ביסט, באָרעכ⸗האשעמ, א באווײַבטער, דערצו נאָכ אויכ עפּעס א ייִד. הײַנט, צו וואָס פארנעמסטו זיכ מיט אזעלכע זאכענישנ אונ לייגסט דערינענ דעמ גאנצנ קאָפּ דײַנעמ ארײַנ? לעמײַ⸗נאפקע⸗מינע, צי מיט דער לינקער צי מיט דער רעכטער פוס קרוגאָמ, ווי זיי רופנ עס דאָרט עפּעס, וואָס מאכט עס אויס?

— ווייס איכ? — האָט סענדערל געענטפערט, — מענ הייסט קרוגאָמ, זאָל זײַנ קרוגאָמ, וואָס פאר א דײַגע איכ האָב.

— אונ אונדזער נעסיִע, זאָג נאָר, האָסטו שוינ פארגעסנ? גוואלד, אונדזער נעסיִע, אונדזער נעסיִע אהינ, אהינ... לינדנוואָרעמ, מויל⸗אייזל, פּיפּערנאָטער! — האָט ביניאָמינ גערעדט צעקאָכט.

— מארש, מארש, מארש! — האָט סענדערל געמאכט אונ געהויבנ פיסלעכ.

— אז אָכ⸗אונ⸗וויי צו דיר, סענדערל, אונ צו דײַנ מארש! פע, מעגסט זיכ, כ׳לעבנ, שעמענ! זאָג מיר נאָר בעסער, קונדעס איינער, וועלנ מיר מאכנ אונדזער נעסיִע?

— פונ מײַנעטוועגנ, אָכ! — האָט סענדערל געענטפערט, — אבי מענ וועט אונדז נאָר לאָזנ.

— וואָס טויגנ מיר זיי, אונ וואָס באדארפנ זיי אונדז האָבנ? — האָט ביניאָמינ זיכ אָנגערופנ. — אדעראבע, סענדערל, זאָג אליינ, בא דײַנ ייִדישקײַט, אז בעיִמ דער סוינע זאָל, כאס⸗וועשאָלעמ, קומענ, וועלנ דענ אזעלכע צוויי אירע, ווי מיר, זיכ קענענ שטעלנ אימ אנטקעגנ? אונ אז דו וועסט אימ טויזנט מאָל זאָגנ: ”גיי דיר אוועק, עלע ניט מאכ איכ פּוי⸗פּוי!” וועט ער דענ דיכ הערנ? פארקערט, ער וועט דיכ נאָר אָנכאפּנ, אונ דײַנ גליק וועט זײַנ, אז דו וועסט לעבעדיק פונ זײַנע הענט ארויס. גלײַכ מיר, כ׳לעבנ, ווי איכ זע, זענענ מיר דאָ אינגאנצנ איבעריק, זיי ↰ 157 וואָלטנ גערנ געווענ אונדזערער פּאָטער צו ווערנ. איכ האָב אליינ געהערט, ווי דער עלטסטער האָט זיכ איינמאָל אויסגעדריקט, אז מיר זענענ טאקע נאָר אנ אָנשיקעניש, ווענ עס זאָל אינ אימ געווענדט זײַנ, וואָלט ער אונדז שוינ לאנג ארויסגעטריבנ צו אלדי שווארצע יאָר. אונ בעעמעס טאקע, וואָס טויגנ מיר זיי? איכ זאָג דיר, סענדערל, בעפיירעש, אז דאָס איז גאָר לעכאטכילע געווענ א קרומע זאכ, נישט קיינ גלײַכער שידעכ. מיר טויגנ זיי נישט, אונ זיי טויגנ אונדז נישט. די ייִדנ, וואָס האָבנ אונדז אינ זייערע הענט ארײַנגעגעבנ, האָבנ זיכער געמוזט זיי דערציילנ אפ אונדז, אז מיר זענענ ווילדע גיבוירימ אונ קענענ טאכסיסיי⸗מילכאָמע 1, טאקע וואָס קענענ הייסט. מיילע, וואָס זענענ מיר שולדיק, אז די ייִדנ האָבנ זיי אָפּגענארט? לעמײַ, אונדז האָבנ די ייִדנ אויכ מיִעס אָפּגענארט. מיר זענענ דאָכ נאָר מיט דער דייע אהער געקומענ עפּעס צונויפצומאכנ אונ לאָזנ זיכ ווײַטער אינ וועג אראָפּ. פונ טאכסיסיי⸗מילכאָמע איז קלאל קיינ מעדובאָר 2 נישט געווענ. איכ וועל שווערנ אפילע אינ טאלעס אונ קיטל, אז דערפונ האָט מענ אפילע נישט מאזקיר געווענ 3. גלאט כאפּעניש⸗גילטעניש איז דאָכ פּאָשעט שוינ קיינ יוישער נישט, הערט דאָכ שוינ טאקע אופ — אלצדינג! קורצ, זיי זענענ ניט שולדיק, וואָס מענ האָט אונדז אָפּגענארט, אונ מיר זענענ אויכ ניט שולדיק, וואָס מענ האָט זיי אָפּגענארט. שולדיק זענענ דאָ נאָר די ייִדנ, די ליגנער, די קאלבויניקעס, וואָס האָבנ ביידע צדאָדימ אָפּגעליגנערט. די ייִדנ, סענדערל, די ייִדנ — זיי אליינ זענענ דאָ טאקע אינגאנצנ שולדיק, קיינעמ באדארפ מענ אינ דער זאכ ניט באשולדיקנ, נאָר די ייִדנ, די ייִדנ אונ נאָכאמאָל די ייִדנ!..

1 קריג⸗טאקטיק. — 2 גאָר קיינ רייד ניט געווענ. — 3 ניט דערמאָנט.

↤ 158

— מיילע, וואָס ווילסטו, ביניאָמינ, זאָלנ מיר טאָנ? — האָט סענדערל געפרעגט.

— איכ וויל, — האָט ביניאָמינ געענטפערט, — מיר זאָלנ זיכ לאָזנ ווײַטער אפ אונדזער נעסיִע. אויס קאלע אונ ווײַטער א מויד! מיר דאכט זיכ, אז קיינער וועט אונדז דאָס נישט פארווערנ, הענ אלפּי דינ וועהענ אלפּי יוישער 1 טאָר קיינער נישט אונדז פארהאלטנ. אי וואָס, דו האָסט מוירע, טאָמער וועט מענ אונדז פאָרט נישט לאָזנ, איז דערצו א פּראָסטע טרופע, מיר זאָלנ פונדאנענ שטילערהייט אוועקגיינ. וועמענס אייסעק איז דאָס בא אונדז צו וויסנ? געזעגענענ באדארפנ מיר מיט קיינעמ נישט.

— איכ מיינ אויכ אזוי, אז געזעגענענ זיכ איז אנ איבעריקע זאכ, — האָט סענדערל געמאכט, — לעהיי 2, אז מיר זענענ פאראיאָרנ אוועקגעגאנגענ פונ דער היימ אונ קיינעמ, נישט אפילע ווײַב אונ קינדער, נישט געזאָגט כאָטש נא... טעבי!

1 סײַ לויטנ געזעצ אונ סײַ לויט דער גערעכטיקײַט. — 2 זאָל זײַנ.

פונ דעמ דאָזיקנ שמועס אָנ האָבנ אונדזערע פּארשוינענ אָנגעהויבנ טראכטנ ווידער פונ זייער נעסיִע אונ זיכ אלצ מעיאשעוו געווענ ווי צו מאכנ פּלייטע. אינ ביניאָמינענ האָבנ זיכ שטארק צעשפּילט די געבליטנ, ער איז געווענ שרעקלעכ אומרויִק אונ ארומגעפּאדעט צעקאָכט ווי א הונ, וואָס וויל, אינ וועסנע, זיכ זעצנ אפ אייער. ער איז געווענ אזוי פארטיפט אינ זײַנע געדאנקענ, אז ער האָט נישט געהערט, נישט געזענ, וואָס ארומ אימ טוט זיכ. איז פארבײַ אימ דורכגעגאנגענ עפּעס אנ עלטסטער, האָט ער מאכמעס צעטראָגנקײַט נישט אראָפּגענומענ דאָס היטל; ער האָט געכאפּט א פּאטש אָדער א זעצ אינ דער פּאָטיליצע, האָט ער אפילע זיכ נישט פארקרימט, גלײַכ ווי נישט אימ מיינט ↰ 159 מענ; האָט מענ צו אימ גערעדט עפּעס אינ איניאָניי⸗האמושטיר 1, איז אימ נישט ארײַנ אפילע אינ דער לינקער פּייע. ער האָט געהערט דאָס אוכדוימע אזעלכע זאכנ אקוראט ווי אינ טשערנאָוויצ די מעגילע. ער האָט אינ זינענ געהאט נישט מער ווי די נעסיִע, אונ דער קאָפּ זײַנער איז געפלויגנ ווײַט, ווײַט!

איינמאָל שפּעט בא דער נאכט, אז אלע זעלנער אינ דער קאזארמע האָבנ געשמאק געשלאָפנ, איז ביניאָמינ אפ די שפּיצ פינגער צוגעגאנגענ צו סענדערלס געלעגער.

— סענדערל, דו ביסט פארטיק? — האָט ביניאָמינ שטילערהייט געפרעגט.

סענדערל האָט א שאָקל געטאָנ מיט דעמ קאָפּ, אָנגענומענ ביניאָמינענ פאר דער פּאָלע אונ זײַנענ ביידע שא⸗קיטש ארויסגעגאנגענ אפנ הויפ.

אינ דרויסנ האָט געבלאָזנ א ווארעמ ווינטל, שטיקער שווארצע אי ברוינ⸗בלויע וואָלקנס האָבנ זיכ געטראָגנ אינ דער הייכ אונ זיכ געצויגנ איינע נאָכ די אנדערע, גלײַכ ווי טויזנטער טשומאקעס גייענ דאָרט מיט אָנגעלאָדענע פורנ סכוירעס אונ יאָגנ זיכ באצײַטנס אָנצוקומענ אינ הימל אפ דעמ יאריד. די לעוואָנע איז ווי א פּריקאשטשיק אויכ געגאנגענ מיט דעמ דאָזיקנ מעשונע⸗לאנגנ צוג, פלעגט אפ א מינוט נאָר ארויסשטעקנ דעמ קאָפּ, א קוק טאָנ, וואָס טוט זיכ אינ דרויסנ, דערנאָכ ווײַטער אפ א היפּשע צײַט זיכ באהאלטנ, אונ געלעגנ אײַנגענורעט דאָרט ערגעצ אונטער א וואָלקנדיקנ לאנטוכ, שווארצ אָפּגעשמירט ווי מיט סמאָלע.

1 מושטיר⸗זאכנ.

אונדזערע פּארשוינענ האָבנ אינ דער פינצטער זיכ געלאָזט ↰ 160 גיינ איבער דעמ הויפ אונ שטילערהייט צוגעגאנגענ צומ פּלויט, זיי זענענ ארופגעקראָכנ אפ א בארג מיט האָלצ, אונ פונ דאָרט איז זיי שוינ גרינג געווענ ארופצוקלעטערנ אפנ פּלויט. פּלוצלימ האָט סענדערל זיכ א כאפּ געטאָנ אונ געזאָגט ביניאָמינענ אינ אויער ארײַנ:

— אכ, ביניאָמינ, איכ האָב פארגעסנ די טאָרבע! זאָל איכ מיכ אומקערנ נעמענ די טאָרבע?

— כאָלילע! — האָט ביניאָמינ געמאכט — אומקערנ זיכ איז א מיִעסע זאכ, אז גאָט העלפט א מענטשנ, העלפט ער אימ אויכ אפ א טאָרבע!

— עס קומט מיר איצט פיר, — האָט סענדערל געזאָגט, — וואָס דער זיידע ראָוו סענדערל, אָלעוו⸗האשאָלעמ, האָט מיכ געוואָרנט אינ כאָלעמ: שטיי אופ, סענדערל, האָט ער געזאָגט, אונ לויפ פונדאנענ אוועק, וווּהינ די אויגנ טראָגנ! האלעווײַ זײַנ זכוס זאָל אונדז אצינד בײַשטיינ. ער איז געווענ טאקע מיטנ פולנ מויל א ייִד, גאָר אָנ שומ מעלאָכעס, די באָבע, אָלעאָ⸗האשאָלעמ, פלעגט אלצ דערציילנ...

נאָר איידער סענדערל האָט זיכ גענומענ צו דערציילנ, וואָס זײַנ באָבע פלעגט אלצ דערציילנ פונ זײַנ זיידנ, האָט זיכ געלאָזט הערנ א קאָל פונ א זעלנער, וואָס איז דאָרט אינ דער זײַט געשטאנענ אפ דער וואכ.

אונדזערע פּארשוינענ האָבנ זיכ צוגעטוליעט צומ פּלויט, אײַנגעהאלטנ דעמ אָטעמ, געלעגנ שטיל, קיינ ריר זיכ נישט צו טאָנ, אונ אויסגעזענ, ווי צוויי גרויסע אלטע שמאטעס. שפּעטער א ביסל, אז ס׳איז ווידער געוואָרנ רויִק⸗שטיל, האָבנ די דאָזיקע שמאטעס ארויסגעוויזנ א סימענ פונ לעבנ אונ פּאמעלעכ זיכ אראָפּגעלאָזט פונעמ פּלויט. זיי זענענ געקראָכנ אפ די הענט ↰ 161 אונ אפ די פיס אונ זיכ גערוקט פּאמעלעכ אלצ ווײַטער, ווײַטער, ביז גאָט האָט זיי געהאָלפנ אויסצומײַדנ דעמ זעלנער, וואָס אפ דער וואכ, אונ ארויסצוקריכנ אינ א געסל. אונדזערע פּארשוינענ האָבנ זיכ אופגעשטעלט אפ די פיס, געשטאנענ א ביסל צו כאפּנ דעמ אָטעמ, אונ זיכ אָנגעקוקט פריילעכ מיט פײַערדיקע אויגנ.

— די באָבע, אָלעאָ⸗האשאָלעמ, פלעגט אלצ דערציילנ, — האָט סענדערל אָנגעהויבנ צו רעדנ, — ווי דער זיידע ראָוו סענדערל, אָלעוו⸗האשאָלעמ, פלעגט בעכאיאָוו 1 אלצ דענקענ פאָרנ קיינ ערעצ⸗ייִסראָעל. פארנ טויט האָט ער זיכ אופגעזעצט אונ געזאָגט מיט די ווערטער: אויב איכ האָב נישט זויכע געווענ בא נאָט פאָרנ קיינ ערעצ⸗ייִסראָעל, בינ איכ באָטועכ 2, אז איינער פונ מײַנע קינדער וועט דאָרט זײַנ. דאָס הארצ מײַנע זאָגט מיר איצט, אז דאָס האָט ער געמיינט מיכ. האלעווײַ פונ מײַנ מויל אינ גאָטס אויערנ ארײַנ!

נאָר פונ סענדערלס מויל אָבער איז גאָר אינ אנדערע אויערנ ארײַנ! קוימ וואָס סענדערל האָט ארויסנערעדט דעמ וווּנטש זײַנעמ, האָט פּלוצלימ איינער אפ מאָסקאָוויטערש זיי א פרעג געגעבנ: ווער איז דאָ? אונ אז ער האָט נישט באקומענ קיינ ענטפער, איז ער געשווינד צוגעגאנגענ אונ ווײַטער געפרעגט.

די לעוואָנע האָט, צומ שלימאזל, ארויסגעשטעקט דעמ קאָפּ פונ אונטער א פינצטערנ שטיק כמארע אונ באלויכטנ אונדזערע בידנע פּארשוינענ, וואָס זענענ געשטאנענ אָנ לאָשנ, טויט ווי די וואנט, אונ דעמ עלטסטנ זייערנ, וואָס האָט זיכ שרעקלעכ געבייזערט, געמאכט מיט די הענט אונ זיי, נעבעכ, געגעבנ אינ טאטנ אונ אינ דער מאמענ ארײַנ.

1 בּא זײַנ לעבּנ, — 2 זיכער.

↤ 162

אינ עטלעכע מינוט ארומ זענענ אונדזערע פּארשוינענ געזעסנ ווי ארעסטאנטנ דאָרט אפ דער הויפּטוואכטע!

ס׳איז גאָר נישטאָ אזעלכע ווערטער צו באשרײַבנ די שרעקלעכע יעסורימ, וואָס אונדזערע פּארשוינענ האָבנ געפילט, זיצנדיק אינ געפענקעניש. זיי זענענ, נעבעכ, אראָפּ שטארק פונעמ פּאָנעמ אונ געוואָרנ פּאָשעט אויס מענטשנ. סענדערל כאָטש פלעגט נאָכ שלאָפנ, אונ שלאָפנדיק האָט ער ווייניקסטנס עטלעכע שאָ נישט געפילט די ביטערע צאָרעס. ער פלעגט נאָכ אמאָל האָבנ א גוטנ כאָלעמ. דער זיידע ראָוו סענדערל האָט עפּעס אָנגעהויבנ עפטערס זיכ צו זענ אונ געטריבנ מיט אימ שפּאס. ער פלעגט קיינמאָל נישט קומענ ליידיק: אמאָל איז ער געקומענ מיט א פײַלנבויגנ, מיט א שווערדל אָדער מיט א האָמאָנ⸗קלעפּל, פלעגט א קניפּ געבנ דעמ אייניקל באמ בעקעלע אונ זאָגנ מיט א שמייכעלע: נא דיר, קונדעסל, טשאטשקעלעכ! שפּיל זיכ, שקאָצ, דערמיט, מאכ פּוי, פּיפ, פּאפ, סענדערל!.. אונ אמאָל איז ער געקומענ מיט א דריידל, זיכ געזעצט שפּילנ מיט זײַנ ליבהארצעדיקנ סענדערוניענ. סענדערל האָט געדרייט, געדרייט, געדרייט, געמאכט „ג” 1 אונ געוווּנענ באמ זיידנ א גראָשנ... גוט איז דעמ מענטשנ אי א גוטער כאָלעמ. די וועלט אינגאנצנ איז דענ נישט א כאָלעמ? ביניאָמינ אָבער האָט דאָס אויכ נישט געהאט, עס האָט פונ אימ זיכ אָפּגעטאָנ דער שלאָפ. ער איז געווענ מעשונע צעטראָגנ, אונ דאָס בלוט האָט אינ אימ געקאָכט ווי א קעסל. ער האָט געזענ דורכ דעמ פענצטער, די זונ שײַנט גאָר מעכײַע, דאָס גרינע גראָז וואקסט אונ שפּראָצט, ביימער צוויטענ וווּנדערשיינ, מענטשנ גייענ, לויפנ אהינ אונ אהער, אונ פייגל פליִענ ↰ 163 פרײַ אינ הימל. אצינד איז די רעכטע צײַט צו וואנדרעווענ, נאָר ער זיצט אָבער פארשפּארט אונ קענ זיכ נישט לאָזנ אפ זײַנ נעסיִע. ער פלעגט אזש אונטערשפּרינגענ פאר גרויס אגמאס⸗נעפעש, זיכ כאפּנ באמ קאָפּ, ארומלויפנ צעדולט אונ שרײַענ, רעדנ מיט גאל: גוואלד וואָס האָב איכ זיי געטאָנ? גוואלד, גוואלד! וואָס האָבנ זיי צו מיר?..

1 אנ אויסדרוק בּאמ שפּילנ כאנעקע אינ דריידלעכ, ווענ דאָס דריידל פאלט אפנ אָס „ג”.

↤ 164

דאָס פערצנטע קאפּיטל
אויס קאלע — ווײַטער א מויד!

אינ דער וואָיענער קאנצעליאריע זענענ שפּעטער מיט עטלעכע טעג, נאָכ דער מײַסע מיט אונדזערע פּארשוינענ, געזעסנ א סאכ אָפיצירנ אינ דער פּאָלנער פאָרמע, צווישנ זיי דער יענעראל מיטנ פּאָלקאָווניק. אינ דער זײַט לעבנ דער טיר זענענ געשטאנענ צוויי זעלנער מיט אראָפּגעלאָזענע קעפּ אונ האָבנ אויסגעזענ ווי א מויז, וואָס מענ נעמט ארויס פונ א לאדישקע זויערמילכ. די אָפיצירנ האָבנ געקוקט אפ די זעלנער, זיי באטראכט פונ קאָפּ ביז די פיס, דערנאָכ צווישנ זיכ עפּעס גערעדט אונ א ביסל אונטערגעשמייכלט.

↤ 165

— הערסטו, סענדערל, — האָט איינ זעלנער שטילערהייט געזאָגט, בעשאס די אָפיצירנ האָבנ צווישנ זיכ געשמועסט, — איכ זאָל וויסנ מײַנ טויט זאָל דאָ אפילע זײַנ, מוז איכ זיי ארויסזאָגנ דעמ גאנצנ עמעס. איכ בינ שטארק אָנגעלאָדנ.

— פונ מײַנעטוועגנ, ביניאָמינ, זאָג דיר זיי דעמ עמעס, — האָט דער אנדערער זעלנער זיכ אָנגעלופנ, — אויב דו ווילסט אזוי, זאָל זײַנ אזוי, וואָס פאר א דײַגע איכ האָב.

— איר זענט עס די לײַט, וואָס האָבנ שפּעט בא דער נאכט זיכ ארויסגעגאנוועט פונ דער קאזארמע? — האָט דער יענעראל געפרעגט סטראָגע. — איר ווייסט, וואָס קומט פאר אזא שולד?

— אָ⸗ווא, אָ⸗ווא! — איז ביניאָמינ אפ גאָטס באראָט ארויס מיט א שפּראכע, האלב ייִדיש, פּאָלאָווינע רײַסיש, אונ אנידערגעלייגט א שמועסל, אז כײַקל זאיִקע, דער באל⸗דאָוואָרנ פונ טונעיאדעווקע, האָט געמעגט, כ׳לעבנ, זיכ באגראָבנ נײַנ איילנ אינ דער ערד.

דער יענעראל האָט אוועקגעקערט דעמ קאָפּ מיט א געלעכטער, א מאכ געגעבנ מיט דער האנט, אונ דער פּאָלקאָווניק האָט אנשטאָט אימ אָנגעהויבנ צו רעדנ.

— איר האָט זיכ שטארק פארזינדיקט, אײַכ קומט מיִעס צו באשטראָפנ פאר אזא שולד.

— וואשע בלאגאָראָדיע! — האָט ביניאָמינ אויסגעשאָסנ אפ א קאָל, — כאפּנ מענטשנ אינמיטנ העלנ טאָג אונ פארקויפנ זיי ווי הינער אפנ מארק, דאָס מעג מענ, אונ אז זיי, נעבעכ, ווילנ ניצל ווערנ 1, דאָס רופט מענ אָנ א שולד! אויב אזוי, איז דאָכ טאקע העפקער א וועלט, אונ איכ פארשטיי שוינ, אָסער, נישט, וואָס הייסט אזוינס מעגנ אונ נישט מעגנ! אדעראבע, לאָמיר פרעגנ דאָ טאקע מענטשנ, זאָלנ זיי זאָגנ, ווער איז שולדיק. ↰ 166 אשטייגער, ווי וואָלט געווענ, אז מענ זאָל אײַכ כאפּנ ערגעצ אפנ וועג אונ מיט גוואלד ארײַנשטופּנ אינ זאק ארײַנ, נו, וואָלט איר, כאָלילע, שולדיק געווענ, ווענ איר וואָלט מיט אמצוס⸗קויכ 1 פונעמ זאק ארויס? איכ זאָג אײַכ בעפיירעש, דאָס איז געווענ לעכאטכילע א גענייטע זאכ, א גענארערײַ. שולדיק זענענ דאָ נאָר די ייִדנ, מי⸗יעדייע וואָס זיי האָבנ נאָכ אָנגערעדט. מיר זענענ אײַכ מויסער⸗מוידאָע 2 — זאָג, סענדערל, זאָג! וואָס שטייסטו ווי א גוילעמ? גיי ארויס מיט דעמ עמעס אפ גאָטס באראָט, גאָר אָנ מוירע, אונ זאָג מיט מיר איניינעמ: — „מיר זענענ אײַכ מויסער⸗מוידאָע, אז פונ טאכסיסיי⸗מילכאָמע האָבנ מיר נישט געוווּסט, מיר ווייסנ נישט אונ מיר ווילנ נישט וויסנ. מיר זענענ, באָרעכ⸗האשעמ, באווײַבטע, האָבנ אינ זינענ עפּעס גאָר אנדערש, אונ מיט אזעלכע זאכענישנ קענענ מיר לאכלוטנ זיכ נישט אָפּגעבנ. זיי גייענ אונדז אפילע גאָר אינ קאָפּ נישט. הײַנט, מיילע, וואָס טויגנ מיר אײַכ? מיר דאכט זיכ, אז איר באדארפט אליינ וועלנ אונדזערער פּאָטער צו ווערנ.

1 זיכ ראטעווענ.

אונ בעעמעס איז ביניאָמינ טאקע זייער גערעכט געווענ. מענ איז נאָכ לאנג טאקע גערנ געווענ זייערער פּאָטער צו ווערנ. אז די עלטסטע האָבנ זיכ געווענ צוגעקוקט צו אונדזערע פּארשוינענ, צו זייער הילעכ, צו זייערע פּאָסטעמקעס, צו זייער שמועס, אונ צו זייערע מארשנ, האָבנ זיי שוינ זיכ אָנגעשטויסנ, מיט וועלכע נעפאשעס זיי האָבנ צו טאָנ, אונ פלעגנ נישט איינ מאָל זיכ האלטנ בא די זײַטנ לאכנדיק. דער קיוונ 3 פונ דער איצטיקער סאָבראניע אָפיצירנ איז געווענ צו נעמענ אונדזערע פּארשוינענ אפנ פארהער אונ פּרוּוונ זענ, מיט וועמענ זיי האָבנ אנ אייסעק. ביניאָמינ מיט סענדערלענ האָבנ דאָ זיכ פארהערט, אונ, באָרעכ⸗האשעמ, שטארק אויסגענומענ, נאָכ מער ווי געוווּנטשנ, ↰ 167 אזוי אז די אלע אָפיצירנ האָבנ עפּעס מעשונע האנאָע געהאט פאר געלעכטער.

1 קויעכ⸗אָנשטרענגונג. — 2 מעלדנ. — 3 דער מיינ.

— נו, דאָקטער? — האָט דער יענעראל געמאכט צו איינ אָפיציר, וואָס האָט זיכ ארײַנגעלאָזט אינ א שמועס אונ מיט אונדזערע פּארשוינענ זיכ שטארק אָפּגעגעבנ.

דער דאָקטער האָט אנידערגעלייגט א פינגער אפנ שטערנ אונ געמאכט שאָקלענדיק מיטנ קאָפּ, גלײַכ ווי ער וואָלט געזאָגט: דאָ פעלט א קלעפּקע!

דער שפּיצ איז געווענ, נאָכ דעמ, אז די אָפיצירנ האָבנ צווישנ זיכ גערעדט אונ עפּעס געשריבנ, האָט מענ געהייסנ אָפּלאָזנ אונדזערע פּארשוינענ פרײַ פונעמ דינסט.

— גייט אײַכ, — האָט מענ צו זיי געזאָגט, — גייט אײַכ געזונטערהייט!

ביניאָמינ האָט זיכ זייער שיינ געזעגנט מיט א פארבײַג אונ זיכ געלאָזט אוועקגיינ.

סענדערל האָט ווי א זעלנער געהויבנ פיסלעכ אונ געגאנגענ נאָכ אימ מיט א מארש.

↤ 169

בּאמערקונגענ צו „מאסאָעס בּיניאָמינ האשלישי” 1

די ראָליע פונ די פאנטאסטישע ריטער⸗ראָמאנענ, וואָס פונ זיי שעפּט סערוואנטעסעס דאָנ⸗קיכאָט „קאָנקרעטנ” מאטעריאל פאר זײַנ צעדרייטנ וועלט⸗בּילד, שפּילנ בּא בּיניאָמינענ אינ מענדעלעס „מאסאָעס” די פארשיידענע מיטלעלטערלעכע העבּרעיִשע אָדער ייִדיש⸗איבּערגעזעצטע אונ צווישנ די מאסנ פארשפּרייטע רײַזע⸗בּאשרײַבּונגענ, פאנטאסטישע בּיכער וועגנ געאָגראפיע, וווּ ס׳געפינענ זיכ אויכ מעשונעדיק פארקריפּלטע לעגענדארישע יעדיִעס וועגנ זאָאָלאָגיע, בּאָטאניק, עטנאָגראפיע אאוו. אינ פארלויפ פונ זײַנע נעסיִעס ציטירט בּיניאָמינ די דאָזיקע בּיכער, פונ וועלכע ער האלט, אז זיי זײַנענ דער בּעסטער וועגווײַזער פאר אלע זײַנע טריט. פּונקט ווי דאָנ⸗קיכאָט, האָט אויכ בּיניאָמינ צו קעמפנ קעגנ אויסגעטראכטע מעניִעס אונ איז לאכלוטנ בּלינד בּענעגייע די עמעסע געפארנ, וואָס לאָקערנ אפ אימ. בּיידע אָריִענטירנ זיכ אפ פאנטאסטישע אויסטראכטענישנ, פאנטאזירנ אפ דער וואָר אונ פאלנ ארײַנ אינ די קאָמישסטע אונ שווערסטע סיטואציעס.




צו דער פאָלקסטימלעכער מיטלעלטערלעכער ליטעראטור, וואָס האָט געשפּײַזט בּיניאָמינ דעמ דריטנ מיט נײַסטע אונ נייטיקסטע יעדיִעס פאר זײַנ גרויסער נעסיִע, געהער אויכ די אזוי גערופענע „רײַזע⸗בּאשרײַבּונג פונ בּיניאָמינ פונ טודעלא”. דער דאָזיקער בּיניאָמינ פונ טודעלא איז דאָס, לויט מענדעלעס מיינ, בּיניאָמינ דער ערשטער. מענדעלעס „מאסאָעס” איז קלוימערשט נאָכגעמאכט לויטנ סטיל פונ די דאָזיקע „מסעות בּנימין מטודלה”.

1 מיר גיבּנ דאָ געקירצט מ. ווינערס בּאמערקונגענ צו „מאסאָעס בּיניאָמינ האשלישי”, געדרוקט אינ מענדעלעס „געזאמלטע ווערק”, בּ. III, פארלאג „דער עמעס”, מאָסקווע 1935.

בּיניאָמינ פונ טודעלא (אינ קאנט נאווארא, שפּאניע), א בּאוווּסטער ייִדישער וועלטרײַזנדער אינ XII יאָרהונדערט, האָט זײַנ רײַזע⸗בּאשרײַבּונג ניט אליינ געשריבּנ. אנ אנאָנימער שרײַבּער האָט זי צונויפגעשטעלט לויט נאָטיצנ, וואָס בּיניאָמינ פונ טודעלא האָט זיכ געמאכט אינ פארלויפ פונ זײַנע (מיסטאמע סאָכרישע) נעסיִעס ↰ 170 אונ האָט זיי געבּראכט אינ יאָר 1173 קיינ קאסטיליע. זײַנ נעסיִע האָט געדויערט 13 יאָר, 1160—1173, זײַנ מארשרוט איז געווענ: סאראגאָסא, בּארסעלאָנא, מאָנפּעליע, איטאליע, גריכנלאנד, קאָנסטאנטינאָפּאָל, סיריע, פּאלעסטינע, מעסאפּאָטאמיע, בּאגדאד — אונ צוריק: כוזיסטאנ, אינדישער אָקעאנ, יעמענ, עגיפּטנ, סיציליע, שפּאניע. בּיניאָמינ פונ טודעלא איז, ווי פאר יענער צײַט, געווענ א גענוג געבּילדעטער מענטש, האָט געהאט אינטערעס אונ פארשטענדעניש פאר א סאכ זאכנ, וואָס ער האָט אפ זײַנע נעסיִעס געזענ, אונ אויכ א בּאשטימטנ פארשטאנד פאר געשיכטע. דעריבּער האָט זײַנ בּוכ א געוויסנ ווערט אלס היסטאָרישער קוואלנ⸗מאטעריאל פאר דער דעמלטיקער פּאָליטישער געאָגראפיע, פאר די דעמלטיקע האנדלס⸗וועגנ, עקאָנאָמיק, פּאָליטיק אונ קולטור, בּאזונדערס פאר דער געשיכטע פונ די ייִדנ אינ יענער צײַט; פאר „בּיניאָמינ דעמ דריטנ” זײַנענ אָבּער די דאָזיקע קוואלנ פונ XII יאָרהונדערט — די סאמע נײַסטע נײַס, דער פארלאָזלעכסטער פירער אפ זײַנ ווײַטנ וועג! בּיניאָמינ פונ טודעלאס רײַזע⸗בּאשרײַבּונג ווערט דורכנ אנאָנימענ שרײַבּער געפירט אינ נאָמענ פונ בּיניאָמינ. נאָכמאכנדיק דעמ דאָזיקנ נוסעכ, שרײַבּט אויכ מענדעלע אינ „מאסאָעס”: אָמאר בּיניאָמינ — זאָגט בּיניאָמינ אאוו. די דאָזיקע „מאסאָעס” פונ בּיניאָמינ „דעמ ערשטנ” זײַנענ צומ ערשטנ מאָל געדרוקט געוואָרנ אינ קאָנסטאנטינאָפּאָל, אינ יאָר 1543. א ייִדישע איבּערזעצונג איז צומ ערשטנ מאָל געדרוקט געוואָרנ - אינ אמסטערדאמ 1691: „דיזי זײַן דיא רײֵזי פונ רבּי בּנימים טודעלענס רויפע, וועלכי ער דורך די דרייא עקין פון דען עולם געמאכט האט”.

דאָס איז, הייסט דאָס, געווענ בּיניאָמינ דער ערשטער.

בּיניאָמינ דער צווייטער, וועלכנ מענדעלע דערמאָנט אינ זײַנ האקדאָמע צו „מאסאָעס” (זע אויבּנ ז. 5), איז אויכ געווענ א ייִדישער וועלט⸗רײַזנדער, וואָס האָט אינעמעסנ געהייסנ יאָסעפ ייִזראעל (געבּ. 1818 אינ פּאָלטיטשעני, מאָלדאוויע, געשט. 1864 אינ לאָנדאָנ). אורשפּרינגלעכ א הענדלער מיט אלטע זאכנ, האָט ער אָבּער בּאוויזנ א נייגונג צו נעסיִעס, ער האָט זיכ געקליבּנ אופזוכנ די פאנטאסטיש⸗לעגענדארישע קלוימערשט פארלאָרענע „צענ ייִדישע שוואָטימ”. פונ גרויס פארערונג צו בּיניאָמינ פונ טודעלא, האָט ער אָנגענומענ זײַנ נאָמענ אונ האָט זיכ אָנגערופנ „בּיניאָמינ דער צווייטער”. דער מארשרוט פונ זײַנ וועלט⸗רײַזע איז געווענ: 1844 ווינ, 1845 קאָנסטאנטינאָפּאָל, א ריי שטעט פונ מיטללענדישנ יאמ, 1847—1850 אלעקסאנדריע, דורכ קייראָ קיינ פּאלעסטינע, פונדאנענ ווײַטער אפ מיזרעכ, סיריע, בּאבּילאָניע, קורדיסטאנ, פּערסיע, אינדיע, קאבּול, אפגאניסטאנ, 1851 צוריק קיינ ווינ. דערנאָכ האָט ער געמאכט א ריי נעסיִעס קיינ אפריקע. 1856 האָט ער ארויסגעגעבּנ זײַנ בּוכ „פינפ יאָר אפנ מיזרעכ” (העבּרעיִש, דערנאָכ איבּערגעזעצט אפ פראנצויזיש, אונ אינ א בּרייטערער אויסגאבּע אפ דײַטש). דײַטשע געלערנטע אונ וועלט⸗רײַזנדע (פּ. הומבּאָלדט, קײַזערלינג אא.) האָבּנ דעמ דאָזיקנ בּוכ געלויבּט. 1859 האָט ייִזראעל געמאכט א נעסיִע קיינ אמעריקע אונ האָט זי בּאשריבּנ אינ א בּוכ. 1864 איז ער געשטאָרבּנ, קימאט א בּעטלער, אינ לאָנדאָנ.

פונ דעמ טאראראמ, וואָס א ריי זשורנאלנ האָבּנ געמאכט וועגנ די אופטוענ פונעמ דאָזיקנ בּיניאָמינ II, כויזעקט דאָס מענדעלע אינ זײַנ האקדאָמע צו זײַנע „מאסאָעס”.

↤ 171

מענדעלעס בּיניאָמינ, אלס פאָרזעצער פונ דער בּיניאָמינישער רײַזע⸗טראדיציע, הייסט דעריבּער בּיניאָמינ דער דריטער.




וועגנ די איבּעריקע בּיכער, וואָס האָבּנ בּא אונדזער בּיניאָמינ דעמ דריטנ געשפּילט די זעלבּע ראָליע ווי בּא דאָנ⸗קיכאָטנ די ריטער⸗ראָמאנענ, דארפ מענ אָט וואָס זאָגנ:

1. ראבּע⸗בּאר⸗בּאר⸗כאָנעס רײַזע⸗מײַסעס זײַנענ פאנטאסטיש⸗קאָמישע, לעגענדאריש⸗גוזמעדיקע (א לא מינכהאוזענ) אנעקדאָטישע מײַסעלעכ, וואָס ווערנ אינעמ טאלמוד דערציילט אינ נאָמענ פונ ראבּע⸗בּאר⸗בּאר⸗כאָנע.

2. די פאנטאסטישע אויסגעטראכטע רײַזע⸗בּאריכטנ פונ עלדאָד⸗האדאָני (א רײַזנדער, אוואנטיוריסט אונ שווינדלער פונ IX יאָרהונדערט) זײַנענ דערשינענ אפ העבּרעיִש 1448 אינ מאנטוא, 1516, 1519 אינ קאָנסטאנטינאָפּאָל, אינ פראנצויזישער שפּראכ 1838 אינ פּאריז. אינ ייִדישער איבּערזעצונג: 1769 אינ פירט (דײַטשלאנד), 1849 ווילנע. אינ רוסישער שפּראכ: 1841 ספּ״בּ.

3. „שבחי ירושלים” (שיווכיי⸗יערושאָלאיִמ) — א קלעריקאלישע פאנטאסטיש⸗לעגענדארישע געשיכטע אונ טאָפּאָגראפיע פונ יערושאָלאיִמ, וווּ ס׳ווערט דערציילט אויכ וועגנ פארשיידענע שטעט אונ קוואָרימ פונ בּארימטע לײַט אינ פּאלעסטינע, וועגנ פארשיידענע „וווּנדער”, אויסטערלישקײַטנ אאוו. אינעמ דאָזיקנ בּוכ ווערט אויכ געבּראכט די בּאשרײַבּונג פונ איינעמ א רײַזנדנס א נעסיִע אינ יאָר 1520—1521 פונ ווענעציע קיינ פּאלעסטינע מיט קאָלערליי פאנטאסטישע יעדיִעס. אונ צומ סאָפ אויסצוגנ פונ בּיניאָמינ טודעלאס רײַזע⸗בּאשרײַבּונג. דאָס דאָזיקע בּוכ איז א קאָמפּיליאציע פונ דעמ פארלעגער יאקאָבּ קאצ בּארוכ, אונ איז צומ ערשטנ מאָל ארויס אינ ליוואָרנאָ (איטאליע) 1785. שפּעטער איז עס א סאכ מאָל איבּערגעדרוקט געוואָרנ: לעמבּערג 1799, ווילנע 1817 אאוו.

4. „צל העולם” (צייל האָוילאָמ) פונ מאטאטיא דעלאקרוט. — א פּוילישער געלערנטער ייִד פונ XVI יאָרהונדערט, וואָס האָט אינ דער יוגנט אויסגעוואנדערט קיינ איטאליע אונ האָט שטודירט אינ בּאָלאָניער אוניווערסיטעט סכאָלאסטישע פילאָסאָפיע אונ מיסטיק. דעלאקרוט האָט פארפאסט פארשיידענע קאָמענטאריעס צו העבּרעיִשע איבּערזעצונגענ פונ נאטור⸗וויסנשאפטלעכע ווערק. „צל העולם” איז א העבּרעיִשע איבּערארבּעטונג פונ גאָסוענס (Gossouìn) קאָסמאָגראפיע: Lívre de clergîe אָדער L‘ímage du monde. די דאָזיקע העבּרעיִשע איבּערארבּעטונג איז צומ ערשטנ מאָל דערשינענ אינ אמסטערדאמ 1763 אונ איז שפּעטער א סאכ מאָל איבּערגעדרוקט געוואָרנ.

אזא אונ ענלעכע ליטעראטור מיט פארשיידענע, נאָכ מער פארקריפּלענדיקע צוגאָבּנ, זײַנענ עס אינ „בּעסטנ פאל” (אינ ערגסטנ — זײַנענ עס געווענ אויסשליסלעכ די בּיבּל, דער טאלמוד, מעדראָשימ אונ מיטלעלטערלעכע מוסער⸗ספאָרימ) געווענ די קוואלנ, פונוואנענ די שטעטלדיקע מאסנ פונ יענער צײַט האָבּנ געשעפּט קאָנקרעטע יעדיִעס אונ מאטעריאלנ פאר זייער וועלט⸗אָנשויוּנג. אויבּ מענדעלע האָט א שטיק צײַט געהאט איבּערגעטריבּענע האָפענונגענ אפ די רעזולטאטנ, וואָס קאָנענ קומענ פונ (בּלויזער) בּילדונג⸗פּראָפּאגאנדע — איז אָבּער דאָס דאָזיקע אונטערשטרײַכנ דעמ ווערט פונ דער בּילדונג פארנ קאמפ קעגנ דער מיטלעלטערלעכער אָפּגעשטאנענקײַט ↰ 172, פאר דער אויסבּילדונג פונ א נײַעמ בּירגערלעכנ בּאוווּסטזײַנ, פאָרט געווענ א דורכויס אקטועלער, א זייער פּראָגרעסיווער אופטו. מענדעלעס שילדערונג פונ בּיניאָמינס „ערודיציע” האָט געדארפט דינענ דעמ דאָזיקנ ווערטפולנ פּונקט פונ זײַנ מאסקילישער פּראָגראמ.

אינ דער האקדאָמע צו „מאסאָעס” האָט מענדעלע, דערעכ⸗אגעוו, אינ צוזאמענהאנג מיט זײַנ אָפּשפּאָטערישער טענדענצ אפ דער מאָשיִעכ⸗ווארטעניש, אָפּגעכויזעקט אויכ פונעמ כאָכמאס⸗האיאהאדוסדיקנ זוכנ די „פארלוירענע צענ ייִדישע שוואָטימ”, לעמאָשל, אינ צאָפנ⸗אפריקע בּא די נעגרישע טראָגלאָדיטנ (היילנ⸗בּאוווינער)„ אינ אבּיסיניע, אינ אינדיע, כינע, יעמענ, קורצ אומעטומ, וווּ סע לאָזט זיכ נאָר. מענדעלע האָט אָפּגעכויזעקט פונ דער דאָזיקער זוכעניש, וואָס איז אינ טאָכ א מאָדיפיקאציע פונ מאָשיִעכיזמ אונ וואָס זוכט א בּאשטעטיקונג פאר דער נאציִאָנאליסטישער אל⸗ייִדישקײַט.

ס׳איז אינטערעסאנט, אז ווענ מענדעלע האָט אינ יאָר 1911 (אינ דער העבּרעיִשער אויסגאבּע פונ זײַנע ווערק, בּ. 11) איבּערגעדרוקט זײַנ העבּרעיִשע איבּערזעצונג פונ „מאסאָעס”, האָט ער צומ סאָפ פונעמ בּוכ 1 צוגעגעבּנ א קליינעמ צוגאָבּ, געהאלטנ אינעמ גײַסט פונעמ אורשפּרינגלעכנ טעקסט, אונ דירעקט פארבּונדנ מיטנ אָפּשפּאָט אפנ זוכנ די „אסערעס⸗האשוואָטימ” אונ סאָפקאָלסאָפ טאקע אויכ אפ דער גאנצער פרומער כאָכמאס⸗האיאהאדוסדיקער פאָרשונג — פּונקט אזוי ווי אינ דער אלטער האקדאָמע צו „מאסאָעס”. אזא צומאָליק אופבּליצנ פונ זײַנע פריִערדיקע טענדענצנ קאָנ מענ בּאמ שפּעטנ מענדעלע אָפט טרעפנ. דעמ דאָזיקנ קליינעמ צוגאָבּ מענדעלעס וועלנ מיר דאָ בּרענגענ אינ א ייִדישער איבּערזעצונג.

1 כל כתּבּי מנדלי מוכר ספרים, אודיסא, תרע״א (1911), בּ. 11, ז. 164.

דערצו דארפנ מיר אָט⸗וואָס בּאמערקנ. זײַט דעמ סאָפ XIX יאָרהונדערט האָט זיכ, אונטער דער ווירקונג פונ די פארשיידענע נאציִאָנאליסטישע שטרעמונגענ, אינ די קרײַזנ פונ דער בּורזשואזער ייִדישער אינטעליגענצ פארשטארקט דער אינטערעס פאר די פאדשיידענע „פארלוירענע טיילנ פונ ייִדישנ פאָלק” אינ אזיע, אפריקע אאוו. גראָד 1910 לעמאָשל, קורצ פארנ דערשײַנענ פונ מענדעלעס צוגאָבּ צו די „מאסאָעס”, איז ארויס זשאק פײַטלאָוויטשעס בּוכ וועגנ די אבּיסינישע פאלאשאס (א יודאיִזירנדיקער שייוועט אינ אבּיסיניע — דעמלט אנ ערעכ 50 טויזנט נעפאשעס, וואָס האָט אָבּער אכוצ די יודאיִסטישע עלעמענטנ אינ דער רעליגיע קיינ שומ שאיכעס ניט צו ייִדנ, אויכ ניט אינ פּראט פונ ראסע). דער דאָזיקער בּוכ וועגנ די קלאָמערשטע „פארלוירענע צווײַגלעכ פונ ייִדישנ פאָלק” האָט ארויסגערופנ א בּאשטימטנ טאראראמ אינ די יאהודישע קרײַזנ אינ מײַרעוו⸗אייראָפּע אונ אויכ צווישנ די פארשיידנערליי קלעריקאלע אונ ציִעניסטישע קרײַזנ אינ מיזרעכ⸗אייראָפּע. ס׳האָבּנ זיכ דעמלט געגרינדעט קאָמיטעטנ אפ צו דערנעענטערנ די פאלאשאס צו די ייִדנ, אפ ארויסצושיקנ א נײַע עקספּעדיציע אאוו. אינ דער זעלבּער צײַט האָבּנ זיכ די געלערנטע פונ דער כאָכמאס⸗האיאהאדוס שטארק גענומענ אינטערעסירנ מיט די כינעזישע „ייִדנ” פונ קאָכינכינא, מיט „ייִדנ” טדאָגלאָדיטנ אינ צאָפנ⸗אפריקע אאוו. אפ די דאָזיקע אונ ↰ 173 ענלעכע פאקטנ פונ פריִער גיט דאָס מענדעלע אנ אָנצוהערעניש אינ זײַנ נײַעמ צוגאָבּ צו „מאסאָעס”. ס׳האָט זיכ דאָ אינ אימ אָפּגערופנ דער אלטער מענדעלע, וואָס קאָנ ניט פארלײַדנ די דאָזיקע אומגעלומפּערטע ראָמאנטיק, דעמ טומלדיקנ אינטערעס פאר עפּעס „ייִדנ” פונ אונטער די האָריי⸗כוישעכ, בּייס סע דארבּנ אונ פוילנ אינ טיפער אָפּגעשטאנענקײַט אונ אָרעמקײַט בּרייטסטע מאסנ פונ דער בּאפעלקערונג, גאָר ניט ערגעצ ווײַט, נאָר הארט אונטער דער נאָז.

אינ דעמ דאָזיקנ אינטערעס זעט ער א נײַ⸗בּאטלאָנישע מאָדיפיקאציע פונ בּיניאָמינ דעמ דריטנס זוכענישנ אונ שרײַבּט צו צו זײַנ מײַסטער⸗ווערק א נײַ שטיקל פּאמפלעט, וואָס טרעפט מיט פעסטע, זיכערע קלעפּ ניט בּלויז די „פאָרשונגענ” פונ די קאָלערליי כאָכמיי⸗האיאהאדוס אונ קלעריקאלע וויסנשאפטלער פונ יענער צײַט, נאָר אפ פאָרויס אויכ די גרויסארטיקע „איבּערמאָדערנע” בּאטלאָנעס, וואָס ווערט פּראָדוצירט צוליבּ גאָטס נאָמענ אונ אדאנק די קאָלערליי ציִעניסטישע פּושקעס פונ רעבּ מייער בּאל⸗האנעס — אינ דער יערושאָלאיִמער „אוניבּרסיטה”, אונ פונ פארשיידענע אנדערע אוינעג⸗שאבּעסדיקע געלערנטע אינ „די לענדער פונעמ גאָלעס”.

מענדעלעס צוגאָבּ צו „מאסאָעס” פונ יאָר 1911 1 איבּערגעזעצט פונ העבּרעיִש:

„זאָל זײַנ בּאוווּסט אונ בּאקאנט

זאָגט מענדעלע מויכער⸗ספאָרימ: ווי איכ האלט מיר אזוי אינ דרוקנ מײַנע מײַסעס וועגנ די נעסיִעס פונ בּיניאָמינ דעמ דריטנ, וואָס דערווײַל האָבּ איכ פונ זיי ארויסגעבּראכט, מיט גאָטס הילפ, דעמ דאָזיקנ טייל, וואָס ליגט פאר אײַכ, ראבּויסײַ, האָבּנ די צײַטונגענ געבּראכט די יעדיִע, אז אונדזער בּיניאָמינ דער פאָרער קלײַבּט זיכ איצט א צווייט מאָל, אינ דער שפּיצ פונ א גרופּע פאָרשונג⸗פאָרערס, אינ די ווײַטע לענדער אונ אינדזלענ אפ יענער זײַט האָריי⸗כוישעכ, וווּ ער איז שוינ איינ מאָל געווענ. די מײַסע דערפונ איז אזוי:

דער קאָל פונ א נײַעמ בּוכ הערט זיכ אינ לאגער פונ ייִסראָעל — „ספר דרישתּ כבּוד חכמי התורה” („א בּוכ, וואָס נעמט זיכ אָנ פארנ קאָוועד פונ די טוירע⸗געלערנטע” — מ. וו.), ארויסגעגעבּנ דורכ די ריינ⸗פארשטאנדיקע טוערס דאָ אינ דער הייליקער שטאָט יערושאָלאיִמ — אינ יאָר תרנ״ח 2 לפּ״ק (לויט דער קליינער יאָרנציילונג — מ. וו.). די ריזיקע טוערס זאָגנ אָנ אונ טוענ צו וויסנ: „האקאָדעש בּאָרוכ⸗הו (דה. גאָט — מ. וו.) האָט פאר אונדז אנטפּלעקט דעמ קוואלנ⸗אויסגאנג פונעמ טײַכ סאמבּאטיענ (וואָס ער איז דאָס דאָכ א בּאווײַז, אז שאבּעס איז פונ גאָט, אזוי ווי אונדזערע לערערס זאָגנ) אונ דער דאָזיקער טײַערער טײַכ איז פּונקט אזוי, ווי ↰ 174 ער וואָלט געווענ אָט⸗אָ פאר אונדזערע אויגנ... איז טאקע קעדײַ זיכ אינ דער דאָזיקער זאכ ניט צו פוילנ... נאָר זיכ צוצוײַלנ אונ צו בּרענגענ א פאָרטל, אז די אזעס⸗פּענעמער זאָלנ זיכ ניט מער דערוועגנ גרינג צו שאצנ, כאָלילע, די ווערטער פונ די כאכאָמימ (רעליגיעזע אווטאָריטעטנ — מ. וו.)... דעריבּער האָבּנ מיר געגרינדעט א כעוורע מיטנ נאָמענ „פארטיידיקערס פונעמ קאָוועד פונ די טוירע⸗געלערנטע” אפ צו מאכנ די נעסיִע אהינ אונ צוריק... אונ מיר בּעטנ פונ אלע, וואָס דער קאָוועד פונ גאָט אונ דער קאָוועד פונ זײַנע כאכאָמימ איז זיי ציטעריק, אז זיי זאָלנ אונדז העלפנ אונ זאָלנ זיכ בּאטייליקנ מיט אונדז אינ אונדזער כעוורע אָדער אלס פאָרערס אָדער אלס מיטהעלפערס פונ דער נעסיִע, יעדער לויט וויפל זײַנ הארצ וועט בּאוויליקנ צו געבּנ... דער איניענ פאָדערט גרויסע הויצאָעס אפ צו דערלאנגענ מאטאָנעס אונ אפ געבּעט (דה. אפ כאבּאר פאר פארשיידענע בּאאמטע — מ. וו.)... אפ צו בּאצאָלנ בּילעטנ... אונ שפּײַז אפנ וועג... אפ צוצוגרייטנ, אז מיר זאָלנ האָבּנ די מעגלעכקײַט צו דאוונענ ווי געוויינלעכ די טפילעס אונ אויכ די וועג⸗טפילעס יעדנ טאָג מיט א מיניענ מענטשנ... פונ די פאָרערס, וואָס דארפנ דעריבּער פאָרנ צענ אירע איניינעמ.

1 מענדעלע האָט אפּאָנעמ דעמ צוגאָבּ אָנגעשריבּנ מיט א צײַט פריִער, ווארשײַנלעכ קורצ נאָכ 1898. אינ „אגדות הקדמונים” („לעגענדעס פונ פארצײַטנס”) פארופט זיכ מענדעלע (1902) אפ פאקטנ, וואָס ווערנ דערציילט אינ דעמ דאָזיקנ צוגאָבּ.

2 דער בּוכ, פונ וועלכנ מענדעלע האָט דאָ אָפּגעכויזעקט, איז טאקע דערשינענ אינ יערושאָלאיִמ אינ יאָר 1898.

בּיניאָמינ האָט דאָס דערהערט, האָט ער זיכ געפעדערט אונ גענומענ סענדערל די ייִדענע, זײַנ טאלעס אונ טפילנ, זײַנ שטעקנ אונ זײַנ קלומעקל, אונ האָט זיכ בּאהעפט צו יענע בּעקאָוועדע טוערס, די ריינ⸗פארשטאנדיקע. אונ איצט פירט ער זיי ווי א פערד אינ דער שרעקלעכער מידבּער, וואָס איז פול מיט עגדעשנ אונ פּיפּערנאָטערס אונ טיראנענ פונ די פעלקער ווי פּרישטא יואנ אונ קאָפר אל טורכ. אונ איכ בּענטש אימ פונ טיפסטנ הארצנ: זאָל גאָט בּאגליקנ זײַנ וועג אונ זאָל אימ אונדז אומקערנ בּעשאָלעמ. אונ איכ וועל זיכ בּאמיִענ צו וויסנ טונ צווישנ אלע ייִדנ אויכ די מײַסעס פונ זײַנ צווייטער נעסיִע”.




אינ זײַנ פּאראָדיע „אגדות הקדמונים” („לעגענדעס פונ פארצײַטנס”), וואָס איז אָפּגעדרוקט אינ דער זאמלונג „אחיאסף” פונ יאָר 1902, זז. 145—147, גיט מענדעלע א צוזאָג אויספירלעכ צו דערציילנ וועגנ די וווּנדערבּארע פּאסירונגענ, געשעענישנ אונ רעזולטאטנ פונ דער דאָזיקער צווייטער נעסיִע בּיניאָמינס צו די רויטע ייִדעלעכ איניינעמ מיט די אויבּנ דערמאָנטע „ריינ⸗פארשטאנדיקע טוערס” פונ יערושאָלאיִמ. דערווײַל בּאנוגנט זיכ מענדעלע בּלויז מיט א קורצנ בּאריכט אינ דער פאָרמ פונ אנ אוראלטער לעגענדע, פונ אנ אגאָדע, וואָס בּיניאָמינ האָט מיטגעבּראכט פונ די רויטע ייִדעלעכ. די דאָזיקע לעגענדע איז קלאָמערשט אוראלט, זי אנטהאלט אָבּער נעוויִעסנ אפ דער צוקונפט, דעריבּער ווערט אינ איר שוינ פאָרויסגעזענ דאָס אָנקומענ בּיניאָמינס צו די רויטע ייִדעלעכ. ווי געוויינלעכ אלטע לעגענדעס אונ דאָקומענטנ זײַנענ די דאָזיקע אגאָדעס פארהוילנ אונ אומפארשטענדלעכ, צומ טייל פארגרײַזט, די פארשיידענע טיילנ דורכגעוואָרפנ, דער אָנהייבּ אינ דער מיט אאוו. דאָס אלצ קלײַבּט זיכ מענדעלע, קלאָמערשט, קאָרעגירנ, אויסטײַטשנ, אויסשטעלנ אפנ ריכטיקנ אָרט. די אלטערטומ⸗פאָרשערס האָבּנ, דערציילט מענדעלע, דאָס שוינ אָפּגעדרוקט אפ דײַטש אונ ענגליש (אָפּשפּאָט אפ דער „וויסנשאפט פונ יודנטומ” אינ די פארשיידענע שפּראכנ) אונ מע האלט דאָס אינ איינ פאָרשנ. דערווײַל ↤ 175 אָבּער, זאָגט מענדעלע, איידער מע וועט דאָס דורכזיפּנ דורכ דרײַצנ זיפּנ, וויל ער דאָס אָפּדרוקנ אינ העבּרעיִשנ אָריגינאל בּלויז איינ מאָל דורכגעזיפּט. בּרענגט מענדעלע דעמ קלאָמערשטנ טעקסט פונ אזא אגאָדע מיט אויספאריכטונגענ, קאָניעקטורנ, אויסטײַטשונגענ אונטערנ טעקסט אונ מיט אלע קונצנ פונ דער ארכעא- לאגישער טעקסט⸗קריטיק. אונ די דאָזיקע פאראדיסטישע אגאָדע איניינעמ מיט די אויסטײַטשונגענ אָנטהאלט אייגנטלעכ אינ זיכ דעמ בּאריכט וועגנ בּיניאָמינס צווייטער נעסיִע.

דער אינהאלט פונ דעמ בּאריכט איז אינקורצנ אזא.

די עקספּעדיציע פונ די „ריינ⸗פארשטאנדיקע טוערס” פונ יערושאָלאיִמ, איניינעמ מיט בּיניאָמינענ אונ סענדערל די ייִדענע, איז אָנגעקומענ בּיז צומ טײַכ סאמבּאטיענ. אָבּער דאָ, האָבּנ שוינ די „ריינ⸗פארשטאנדיקע טוערס” מוירע געהאט ווײַטער צו גיינ, זיי האָבּנ זיכ דערשראָקנ פאר די אומגעהייערע בּערג, פאר די שרעקלעכע שטורעמ⸗ווינטנ, פאר דער פינצטערניש אונ פארנ סאמבּאטיענ, וואָס האָט געפערלעכ גערוישט, געטראסקעט מיט שטיינער אאוו. זײַנענ זיי געבּליבּנ טרויעריק זיצנ מיט זייער געפּעק אונ פונדערווײַטנס געקוקט אפנ סאמבּאטיענ. „בּיניאָמינ האָט זיכ אנידערגעלייגט בּאמ בּרעג פונ דעמ טײַכ, אפנ זאמד, אונ ארײַנגעקוקט אינ א סייפערל, בּייס סענדערל איז לעבּנ אימ געזעסנ אונ געשיילט קארטאָפליעס אפ וועטשערע. פּלוצעמ שפּרינגט בּיניאָמינ אופ ווי א לייבּ אונ זאָגט מיט בּאגײַסטערונג:

— הוישײַנאָ, סענדערל: ווילסט פליִענ?

— פליענ מיטנ קאָפּ אראָפּ אינ טיפער גרובּ אונ בּרעכנ רוק⸗אונ⸗לענד ווילסטו, בּיניאָמינ? — האָט סענדערל קאלטבּלוטיק געפרעגט אונ זיכ ניט אָפּגעקערט פונ די קארטאָפליעס, וואָס ער האָט געהאלטנ אינ שיילנ.

— ניינ, סענדערל, פליִענ צומ הימל אונ העכער אונ העכער.

— מיט בּלויזע הענט אונ פיס?”

ס׳האָט זיכ ארויסגעוויזנ, אז בּיניאָמינ האָט נאָרוואָס ארויסגעלייענט פונ בּיניאָמינ טודעלאס רײַזע⸗בּאשרײַבּונג, וויאזוי יאמ⸗רײַזנדע, וואָס זייער שיפ ווערט דורכ שטורעמ⸗ווינטנ פארוואָגלט אינ אײַז⸗יאמ, ראטעווענ זיכ ארויס פונ זייער האָפענונגלאָזער לאגע. זיי קריכנ ארײַנ אינ א פעל פונ א בּעהיימע אונ נייענ זי פונ אינווייניק צו. דערנאָכ ווארפנ זיי זיכ, אזוי אינ דער פעל, אנידער אפנ אײַז, קומט טייקעפ צו פליִענ אנ אָדלער, וואָס ווערט אָנגערופנ „גריפּוז” (דה. Greìf—Гриф), ווײַל ער מיינט, אז דאָס איז א בּעהיימע, פּאקט די פעל, אונ פליט מיט איר צו דער טריקעניש, קעדיי זי דאָרט, די קלאָמערשטע בּעהיימע, אפ א פעלדז⸗שפּיצ אופצופרעסנ, מוז דעמלט דער מענטש גיכ אופשנײַדנ מיט א מעסער די פעל, ארויסקריכנ פונ איר אונ דערהארגענענ דעמ אָדלער. דערנאָכ מוז ער גיינ אונ זוכנ די ערטער, וווּ מענטשנ וווינענ.

בּיניאָמינ האָט פאָרגעלייגט דער עקספּעדיציע, אז זיי זאָלנ זיכ אלע אפ אזא מינ קונציקנ אויפנ אריבּערפּעקלענ איבּערנ טײַכ סאמבּאטיענ אונ איבּער די פינצטערע הויכע בּערג צו די רויטע ייִדעלעכ, האָבּנ די אָנטיילנעמער פונ דער עקספּעדיציע מוירע געהאט אונ זיכ אָפּגעזאָגט. בּלויז בּיניאָמינ אונ סענדערל האָבּנ זיכ אָנגענומענ מיט מוט אונ געטאָנ אזוי ווי די פארוואָגלטע יאמענ⸗פאָרערס. קיינ געהיימישע פעלנ האָבּנ זיי ניט געהאט, האָבּנ זיי זיכ בּאנוצט מיט זייערע לעדערנע טשעמאָדאנעס. טייקעפ האָט זיי דער אָדלער גריפּוז געפּאקט אונ איז מיט זיי ↤ 176 אריבּערגעפלויגנ צומ לאנד אונ די רויטע ייִדעלעכ. ווי נאָר סענדערל איז ארויס פונעמ טשעמאָדאנ, האָט ער פריִער פאר אלצ אָנגעהויבּנ שטעלנ פיס אונ ווײַזנ די רויטע ייִדעלעכ א סאָלדאטישנ מארשיר, קעדיי זיי זאָלנ זענ, אז ער פארשטייט אויכ א טאָלק אינ מילכאמע⸗זאכנ. דאָ איז זיכ אימ צוניצ געקומענ דאָס, וואָס ער איז אמאָל געווענ א רעקרוט. די רויטע ייִדעלעכ האָבּנ זיי בּיידע גאָר גרויסארטיק אופגענומענ אָנגעשטאָפּט זיי מיט גאָלד אונ זילבּער אונ טײַערע זאכנ. צוריק זײַנענ זיי געפלויגנ ווי אהינצו. א טייל פונ די זאכנ, וואָס זיי האָבּנ געבּראכט, זײַנענ איבּערגעגעבּנ געוואָרנ דעמ בּריטישנ מוזיי אינ לאָנדאָנ, זיי שמייענ דאָרט גאָר אויבּנאָנ, אונ אלע מענטשנ כידעשנ זיכ אָנ אָנ עק. אזוי לעמאָשל א פלעשל זאמד פונעמ סאמבּאטיענ. א גאנצע וואָכ שטורעמט אונ בּרויזט דער זאמד אינעמ פלעשל, אָבּער שאבּעס רוט ער. איז דאָס אנ איניענ פאר ניט⸗ייִדנ, אָבּער פאר ייִדנ האָבּנ בּיניאָמינ אונ סענדערל געבּראכט עפּעס בּעסערס, פארשיידענע טוירעס אונ אגאָדעס פונ די רויטע ייִדעלעכ. איינע פונ זיי איז דאָס טאקע די דאָזיקע קונציקע פּאראָדיע, וואָס אנטהאלט אינ זיכ (אלס נעוווּע) דעמ בּאריכט, וואָס מיר האָבּנ נאָרוואָס איבּערדערציילט.

מענדעלע כויזעקט דאָ סײַ פונ די ווילד⸗בּאטלאָנישע ראבּאָנימ סײַ פונ די כאָכמאס⸗האיאהאדוכניקעס, פונ דער נאציִאָנאליסטישער ראָמאנטיק אונ, אינ אָנצוהערענישנ, אויכ פונעמ ציִעניזמ.






Обложка, титул, заставки и концовки художника Горшмапа М. Е.

Редактор А. Фрумкин. Техн. редактор А. Кантор




Подписано к печати 30 I-1948 г. Б — 00205. Печ. л. 5.5, Уч.-изд-л. 6,64

?во. зн. в листе 44 800. Формат 7?х1081/32. Тираж 10 000. Зак. 173. Ц. 3 р.




Типография Госиздательства „Дер Эмес“, Москва, Старипанский пер., 1.


↤ 180

3 руб.‎‏



МЕНДЕЛЕ МОЙХЕР-СФОРИМ
ПУТЕШЕСТВИЕ ВЕНИЯМИНА ТРЕТЬЕГО



ОГИЗ


Госиздательство „Дер Эмес“‎‏
Москва, Старопанский пер., 1.‎‏