קינדער, מיר האָבן שמחת-תּורה
פון מארק וואַרשאַווסקי 1848 – 1907
קינדער, מיר האָבן שמחת-תּורה
קינדער, מיר האָבן שמחת-תּורה,
שמחת-תּורה אויף דער גאַנצער וועלט!
תּורה איז די בעסטע סחורה -
אַזוי האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט.
רעפֿרען :
אוי-וויי, אוי-אוי-אוי!
פֿריילעך, קינדער, אָט אַזוי!
רענדלעך שיטן זיך פֿון די זעק -
פֿריילעך אָן אַן עק !
כאָטש איך בין מיר אַן אָרעם ייִדל,
און עס דאַרט מיר גוט דער מוח,
שמחת-תּורה זינג איך אַ לידל
און מאַך אַ גוטע כּוסע אויך…
רעפרען : אוי-וויי…
דבֿורה, גיב מיר די ניַיע קאַפּאָטע,
איך וועל זי אָנטאָן טאַקע אצינד,
איך וויל דיר זאָגן: אַלצדינג איז בלאָטע,
אַבי מ´איז ברוך-השם, געזונט !…
רעפֿרען : אוי-וויי…
דבֿורה, גיב זשע נאָך אַ גלעזל
פֿון דעם יום-טובדיקן וויַין !
וואָס האָסטו אַראָפּגעלאָזט דאָס נעזל? -
אַ רוח אין מיַינע שונאימס טאַטן אַריַין !
רעפֿרען : אוי-וויי…
אוי-וויי, דבֿורה, וואָס האָסטו מורא? -
כ´בין אַ ביסל פֿריילעך, כ´קאָן ניט שטיין? -
דבֿורה-לעבן, אום שמחת-תּורה
ווער איז ניט פֿריילעך, זאָג אַליין !
רעפֿרען : אוי-וויי…
צי עס דרייען זיך מיט מיר די גאַסן?
צי עס דרייט זיך מיט מיר די שטוב?
דבֿורה, אָט האָסטו באמת גענאָסן -
לעבן זאָלסטו, דאָס לעבן איז ליב !..
רעפֿרען : אוי-וויי…
שמחת-תּורה - פֿון גאָט אַ מתּנה -
זאָל אונדז תּמיד הייליק זייַן !
אפֿילו די שטערן מיט דער לבנה
זיַינען געגאַנגען טרינקען וויַין…
רעפֿרען : אוי-וויי…
קינדער, מיר האָבן שמחת-תּורה,
שמחת-תּורה אויף דער גאַנצער וועלט !
תּורה איז די בעסטע סחורה -
אזוי האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט.
רעפֿרען : אוי-וויי…