צו וואָס זאָל איך דיך גלייַכן

פֿון װיקיביבליאָטעק

שמואל האלקין 1897 – 1960 תרנ"ז – תש"כ. שמואל האלקין, געבוירן: רוסלאנד. גשטארבן: 1960, רוסלאנד.


צו וואָס זאָל איך דיך גלייַכן


זאָג, צו וואָס זאָל איך דיך גלייַכן

קלייַב זיך אויס אַליין צו וועמען


כ'קאָן די שטערן געבן נעמען

וועלכע מער פון זיי נאָך לייַכטן


כ'קאָן מיט ביימער זיך פאַרבינדן

כ'קאָן צו גראָזן גראָזיש רעדן

אָט די שפּראַכן אָט די ביידע

כ'האָב דערלערנט אין דער קינדהייט


כ'קאָן פון שטיינער פייַער שלאָגן

ציילן כוואַליעכלעך אין טייַכן

זאָג, צו וואָס זאָל איך דיך גלייַכן

זאָג, אויב ניט – וועל איך דיר זאָגן


אויב דער שטערן-גאַנג – צו לאַנג דיר


און פאַרראַטן קאָנען טייַכן

דאַן דערלויב צו מיר דיך גלייַכן


ווען איך שרייַב אָט דאָס געזאַנג דיר



מקורות[רעדאַקטירן]

צו וואָס זאָל איך דיך גלייַכן