צווישן צוויי וועלטן (דער דיבוק)
צווישן צוויי וועלטן (דער דיבוק) | |
מחבר: | ש. אנ–סקי |
---|---|
אויסגאַבע: | ווילנע, 1919 |
ערשטע אויסגאַבע: | 1914 |
פאַרלאַג: | אַרויסגעגעבן דורך ישראל קוויאַט |
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive: | tsvishntsveyveltansk |
די צאָל זייטן: | 83 |
זע אויך אין מאָדערנעם אויסלייג |
ר׳ סנדר בּריניצער. | 1⸗טער | ⎧ | |||
לאָה — זיין טאָכטער. | 2⸗טער | ⎨ | בּטלנים | ||
פראַדע — איר אַלטע ניאַניע. | 3⸗טער | ⎩ | |||
גיטל | ⎧ | ||||
⎨ | לאָה׳ס חברתּעס. | 1⸗טער | ⎧ | ||
בּתיה | ⎩ | 2⸗טער | ⎨ | חסידים | |
מנשה — לאָה׳ס חתן. | 3⸗טער | ⎩ | |||
נחמן — זיין פאָטער. | |||||
ר׳ מענדל — מנשה׳ס רבּי. | אַ בּאַיאָרנטע יידענע. | ||||
דער משולח. | אַ חתונה⸗אורח. | ||||
ר׳ עזריאלקע מיראָפּאָליער | אַ הויקערדיגער | ⎧ | |||
אַ צדיק. | ⎨ | אָרימע⸗לייט. | |||
מיכאל — זיין גבּאי. | איינער אויף קוליעס | ⎩ | |||
ר׳ שמשון — רב אין מיראָפּאָליע. | |||||
1⸗טער | ⎧ | אַ הינקעדיגע | ⎧ | ||
⎨ | דיינים | אַ איינהאַנטיגע | ⎨ | אַלטע אָרימע ווייבּער. | |
2⸗טער | ⎩ | אַ בּלינדע | ⎩ | ||
מאיר — שמש אין שול אין בּריניץ. | |||||
חנן | ⎧ | אַ הויכע בּלאַסע ווייבּל | ⎧ | ||
הענעך | ⎨ | ישיבה⸗בּחורים אין בּריניץ. | ⎨ | יונגע אָרימע ווייבּער | |
אָשר | ⎩ | אַ ווייבּל מיט אַ קינד אויף די הענט | ⎩ |
דער ערשטער און צווייטער אַקס קומט פאָר אין בּריניץ, דער דריטער און פערטער — אין מיראָפּאָליע. צווישן ערשטן און צווייטן אַקס — דריי חדשים, צווישן צווייטן און דריטן — צוויי טעג, צווישן דריטן און פערטן — אַ האַלבּער מעת⸗לעת.
איידער דער פאָרהאַנג הויבּט זיך אויף, בּיי אַ פולקומער פינסטערניש, הערט זיך ווי פונדערווייטן אַ שטילער מיסטישער געזאַנג:
- מחמת וואָס, מחמת וואָס
- איז די נשמה
- פון העכסטער הויך
- אַראָפּ אין טיפסטן גרונט?
- — דאָס פאַלן טראָגט
- דעם אויפקומען אין זיך...
דער פאָרהאַנג הויבּט זיך לאַנגזאַם אויף.
אַ הילצערנע שול, זעער אַן אַלטע מיט שוואַרצע ווענט. דער בּאַלטן אונטערגעשפּאַרט מיט צוויי סלופּעס. פון מיטן בּאַלטן, איבּערן בּימה, לאָזט זיך אַראָפּ אַן אַלטער מעשענער היינגלייכטער. די בּימה, שפּוע׳דיג, איז בּאַדעקט מיט אַ טונקעלן טישטוך. אין פאָדערשטער וואַנט, אינדערהויך, קליינע פענסטערלעך פון דער ווייבּערשער שול, אַ לאַנגע בּאנק. פאר איר א לאנגער הילצערנער טיש פארוואָרפן מיט ספרים. אויף אים בּרענען אין ליימענע לייכטערלעך צוויי שטיקלעך חלבנע ליכט, וואָס קומען אויס נידעריגער, ווי די אָנגעוואָרפענע ספרים. נאָך דעם בּאנק מיטן טיש, לינקס, אַ קליינע טיר אין חדר מיוחד. בּיים עק וואנט אן אלמער מיט ספרים. — וואַנט רעכטס: אינמיטן דער אָרון קודש, לינקס פון אים דער עמוד, אויף וועלכן עס בּרענט אַ דיקע וועקסענע יאָרצייטליכט. פון בּיידע זייטן אָרון קודש צוויי פענסטער. בּיינק אין דער גאַנצער ליינג פון וואנט. אַנטקעגן זיי עטליכע שטענדערס. וואַנט לינקס: אַ גרויסער קאכלנער אויוון, בּיי אים אַ באנק. אַנטקעגן בּאנק אַ לאנגער טיש, ↰ 6 אויך פארוואָרפן מיט ספרים. אַ האנטפאס מיט א האנטוך אין א רינג. א בּרייטע טיר פון גאס. נאָך דער טיר א קאסטן, איבּער אים אין אַ פאַרטיפונג בּרענט א נר תּמיד.
נאהענט פון עמוד בּיי אַ שטענדער זיצט הענעך שטארק פארטיפט אין א ספר. ארום טיש בּיי דער פאדערשטער וואנט זיצן פינף⸗זעקס ישיבה⸗בּחורים, האלבּ צעלייגט אין מידע פּאזעס, און לערנען שטיל מיט אַ פאַרחלומטן נגון גמרא. בּיי דער בּימה שטייט איינגעבּויגן מאיר און לייגט פונאַנדער אין בּימה זעקלעך מיט טלית און תּפילין. ארום טיש בּיי דער לינקער וואַנט זיצן 1⸗טער, 2⸗טער און 3⸗טער בּטלנים אינגאנצן פארחלומט, מיט פארגלאצטע אויגן און זינגען. אויפן בּאנק בּיים אויוון ליגט דער משולח מיט אַ זאק צוקאפּן. בּיים אלמער מיט ספרים, האלטנדיג זיך מיטן האנט פארן אויבּערשטן בּרעג אלטער, שטייט שטארק פארטראכט חנן. אוונט. די שול איז בּאנומען מיט א מיסטישער שטימונג. אין די ווינקלען שאטנס.
1⸗טער, 2⸗טער, 3⸗טער בּטלנים.
ענדיגן זינגען
- מחמת וואָס, מחמת וואָס
- איז די נשמה
- פון העכסטער הויך
- אַראָפּ אין טיפסטן גרונט?
- — דאָס פאַלן טראָגט
- דעם אויפקומען אין זיך...
לאַנגע פּויזע. אַלע דריי זיצן אומבּאַוועגט, שטארק פארחלומט.
1⸗טער בּטלן.
ווי מען דערציילט א מעשה
- בּיי ר׳ דודל טאַלנער, זכותו יגן עלינו, איז געווען אַ גילדענער שטול און אויף אים איז געווען אויסגעקריצט: „דוד, מלך ישראל, חי וקים”. — פּויזע.
2⸗טער בּטלן.
מיט דעמזעלבּן טאָן
- ר׳ ישראל רוזינער, זכרונו לברכה, האָט זיך אויפגעפירט, ווי אַן אמת׳ער מאָנאַרך. בּיי זיין טיש האָט שטענדיג געשפּילט אַ קאַפּעליע ↰ 7 פון פיר און צוואַנציג כלי⸗זמרים און אַרויספאָרן פלעגט ער ניט אַנדערש ווי אויף זעקס פערד נאַ⸗שפּיץ.
3⸗טער בּטלן.
מיט התפּעלות
- און וועגן ר׳ שמואל קאַמינקער דערציילט מען, אַז ער איז אומגעגאַנגען אין גילדענע פּאַנטעפעלעך, (אנציקט) אין גילדענע פּאַנטעפעלעך!
דער משולח.
הויבּט זיך אויף פון בּאנק, בּלייבּט זיצן אויסגעגלייכט. מיט א רואיג זאנפטן קול ווי אינדערווייטן.
- דער הייליגער ר׳ זוסיע אַניפּאָליער איז כל ימיו געווען אַן אביון, האָט געקליבּן נדבות, איז אומגעגאַנגען אין אַ פּויערשן טיזליק, מיט אַ שטריק אַרומגעגאַרטלט און האָט פונדעסטוועגן ניט ווייניגער אויפגעטאָן ווי דער טאַלנער אָדער דער רוזינער.
1⸗טער בּטלן.
ניט קאָנטעט.
- איר, האָט קיין פאַראיבּל ניט, ווייסט ניט וועגן וואָס מען רעדט און מישט זיך אַריין. אַז מען דערציילט וועגן דער גרויסקייט פונם טאַלנער אָדער רוזינער, רעדט זיך דען וועגן זייער רייכקייט? ווייניג גבירים אַדירים איז דאָ אויף דער וועלט? מען דאַרף דאָך פאַרשטיין, אַז אי אין דעם גאָלדענעם שטול, אי אין דער קאַפּעליע, אי אין די גילדענע פּאַנטעפעלעך איז געלעגן אַ טיפער סוד, אַ טעם הכּמוס.
3⸗טער בּטלן.
- עס פאַרשטייט זיך! ווער פאַרשטייט דאָס ניט!
2⸗טער בּטלן.
- ווער עס האָט געהאַט אָפענע אויגן, דער האָט געזעהן. מען דערציילט, אַז בּשעת דער אַפּטער רב האָט זיך צום ערשטן מאָל בּאַגעגנט אין וועג מיטן רוזינער, האָט ער זיך אַ וואַרף געטאָן קושן די רעדער פון זיין וואָגן. און אַז מען האָט אים געפרעגט, וואָס דאָס בּאַטייט, האָט ער אַ געשריי געטאָן: „טפּשים! איר זעהט דען ניט, אַז דאָס איז די מרכבה של מעלה?”
3⸗טער בּטלן.
אנטציקט
- אַיי, אַיי, אַיי!
1⸗טער בּטלן.
- דער תּוכן איז דאָך אין דעם, וואָס דער גילדענער שטול איז קיין שטול ניט געווען, די קאַפּעליע קיין קאַפּעליע און די פערד זיינען קיין פערד ניט געווען. דאָס אַלץ איז געווען נאָר אַ דמיון, אַן אָפּשיין, און האָט געדינט ווי אַ בּגד, ווי אַ שייד פאַר זייער גרויס.
דער משולח.
- אמת׳ע גרויס דאַרף ניט האָבּן קיין שיינעם בּגד.
1⸗טער בּטלן.
- איר האָט אַ טעות! אמתע גדלות מוז האָבּן אַ פּאַסיגן לבוש!..
2⸗טער בּטלן.
קוועטשט מיט די פּלייצעס.
- זייער גדלות! זייער תקיפות! עס איז דען משער צו זיין?
1⸗טער בּטלן.
- אַ חדוש זייער תקיפות! איר האָט געהערט די מעשה מיט ר׳ שמעלקע ניקלשבּערגערס קאַנטשיק? כדאי צו הערן. אַמאָל זיינען צו ר׳ שמעלקען געקומען לאָדן זיך אַן אָרימאַן מיט אַ גביר, וועלכער איז געווען אַ קרוב למלכות און פאַר וועמען אַלע האָבּן געציטערט. ר׳ שמעלקע האָט אויסגעהערט בּיידע צדדים און אַרויסגעגעבּן אַ פּסק⸗דין, אַז דער אָרימאַן האָט געוואונען דעם משפּט. איז דער גביר בּרוגז געוואָרן און האָט געזאָגט, אַז ער וועט ניט מקיים פּסק דין. רופט זיך אָפּ רואיג ר׳ שמעלקע: „דו וועסט מקיים זיין. אַז אַ רב הייסט, מוז מען מקיים זיין”. איז שוין דער גביר אין כעס געוואָרן און האָט אָנגעהויבּן שרייען: „איך לאַך זיך אויס פון אַייך מיט אַייער רבּנות!” דאָ האָט זיך ר׳ שמעלקע אויפגעהויבּן מלוא קומתו און אַ געשריי געטאָן: „בּזה הרגע זאָלסטו מקיים פּסק זיין! אַז ניט — נעם איך דעם קאַנטשיק”, דאָ איז דער גביר אינגאַנצן אַרויס פון די כלים, האָט אָנגעהויבּן מחרף ומגדף זיין דעם רבּין. נעמט ר׳ שמעלקע און גיט אַן עפן, רוקט אַבּיסל אַרויס דעם קעסטל פון טיש. אַז פון דאָרטן שפּרינגט מיט אַ מאָל ↰ 9 אַרויס דער נחש הקדמוני, דער אוראַלטער שלאַנג און וויקלט זיך אַרום דעם גביר אַרום האַלז. נו, נו, האָט זיך שוין דאָרט אַ בּיסל געטאָן. דער גביר שרייט און וויינט: „גוואַלד, רבּי, זייט מיר מוחל, איך וועל טאָן אַלץ, וואָס איר וועט הייסן, נאָר נעמט צו דעם שלאַנג!” האָט אים ר׳ שמעלקע געזאָגט: „דו וועסט שוין פאַרזאָגן די קינדער און קינדס⸗קינדער, זיי זאָלן פאָלגן דעם רבּין און מורא האָבּן פאַר זיין קאַנטשיק”. און האָט אַראָפּגענומען פון אים דעם שלאַנג.
3⸗טער בּטלן.
כאַ⸗כאַ⸗כאַ! אַ פיינער קאַנטשיק! פּויזע.
2⸗טער בּטלן.
צום ערשטן.
- איר האָט, ווייזט אויס, אַ טעות געהאַט. די מעשה האָט געמוזט פּאַסירן ניט מיט דעם נחש הקדמוני...
3⸗טער בּטלן.
- וואָסי? פאַרוואָס?
2⸗טער בּטלן.
- גאָר פּשוט. עס קאָן ניט זיין, אַז ר׳ שמעלקע ניקעלשבּורגער זאָל זיך בּאַנוצן מיט דעם נחש הקדמוני. דער נחש הקדמוני איז דאָך דער סמך⸗מם, אַליין די סטרא אַחרא, רחמנא לצלן. שפּייט אָפּ.
3⸗טער בּטלן.
- נו, פּטור! ר׳ שמעלקע האָט מסתמא געוואוסט וואָס ער טוט!
1⸗טער בּטלן.
בּאליידיגט.
- איך פאַרשטיי ניט, וואָס דו רעדסט! איך דערצייל אַ מעשה, וואָס האָט פּאַסירט לפני כל עם ועדה, צעהנדליגע מענטשן האָבּן דאָס מיט זייערע אויגן געזעהן, און דו קומסט און זאָגסט, אַז דאָס האָט ניט געקאָנט פּאַסירן. גלאַט אין דער וועלט אַריין גערעדט.
2⸗טער בּטלן.
- חס ושלום! נאָר איך האָבּ גערעכנט, אַז עס זיינען ניט פאַראַן אַזעלכע שמות און צרופים, וואָס מען זאָל קאָנען אַרויסרופן מיט זיי דעם סמך⸗מם. שפּייט אויס.
דער משולח.
- אַרויסרופן דעם טייוול קען מען נאָר מיט דעם גרויסן צווייפאַכיג אויסגעדריקטן שם, וואָס שמעלצט צונויף אין זיין פלאַם די העכסטע בּערג⸗שפּיצן מיט די טיפסטע טאָלן. חנן היינט אויף דעם קאָפּ און הערט זיך אויפמערקזאַם צו.
3⸗טער בּטלן.
אומרואיג.
- און עס איז קיין סכנה ניט צו בּאַנוצן דעם גרויסן שם?
דער משולח.
פארטראכט.
- אַ סכנה?... ניין... נאָר פון גרויס גלוסטיגקייט, וואָס דער פונק גלוסט צום פלאַם, קאָן פּלאַצן די כלי...
1⸗טער בּטלן.
- אין מיין שטעטל איז דאָ אַ בּעל⸗שם, אַ ווילדער בּעל⸗מופת. דהיינו, מיט אַ שם מאַכט ער אָן אַ שריפה און פאַרלעשט זי גלייך מיט אַ צווייטן שם. ער זעהט, וואָס עס טוט זיך פאַר הונדערט מייל פון אים, צאַפּט מיטן פינגער וויין פון וואַנט וכדומה. האָט ער מיר אַליין געזאָגט, אַז ער ווייס פון אַזעלכע שמות, וואָס מען קאָן מיט זיי בּאַשאַפן אַ גולם, מחיה מתים זיין, ווערן אַ רואה ואינו נראה, אַרוסרופן ניטגוטע... אַפילו דעם סמך⸗מם. שפּייט אויס. איך האָבּ דאָס פון זיין מויל געהערט.
חנן.
וועלכער איז די גאנצע צייט געשטאנען אומבּאוועגט און האָט זיך מיט קאָפּ צוגעהערט, מאכט א טריט צום טיש, קוקט אויפן משולח, נאָכדעם אויפן ערשטן בּטלן. מיט א ווייטן פארטראכטן קול.
- וואו איז ער? דער משולח שטעלט אָפּ זיין גליק אויף חנן׳ען און לאָזט די גאנצע צייט פון אים ניט אראָפּ די אויגן.
1⸗טער בּטלן.
פארוואונדערט.
- ווער?
חנן.
- דער בּעל שם.
1⸗טער בּטלן.
- וואו זאָל ער זיין! בּיי מיר אין שטעטל, אויבּ ער לעבּט נאָך.
חנן.
- ווייט פונדאַנען?
1⸗טער בּטלן.
- דאָס שטעטל? ווייט! אַ מהלך רב! אין טיף פּאָלעסיע!
חנן.
- וויפיל גאַנג?
1⸗טער בּטלן.
- גאַנג וויפיל? אַ גוטן חודש, אויבּ ניט מער... פּויזע. אַנטקעגן וואָס פרעגסטו דאָס? ווילסט אפשר גיין צו אים? חנן שווייגט. דאָס שטעטל רופט זיך קראַסנע. דער בּעל⸗שם הייסט ר׳ אלחנן.
חנן.
פארוואונדערט, פאר זיך.
- אלחנן? אל חנן?... גאָט פון חנן?...
1⸗טער בּטלן.
צו די בּטלנים.
איך זאָג אַייך, דאָס איז אַ בּעל מופת! ער האָט געפּרובט אין מיטן העלן טאָג מיט אַ שם...
2⸗טער בּטלן.
שלאָגט אים איבּער.
- זאָל זיין גענוג צו ריידן וועגן אַזעלכע זאַכן צו דער נאַכט! בּפרט נאָך אין אַ מקום קדוש. מ׳קען זיך חס ושלום אומגערן אַרויסכאַפּן מיט אַ שם, מיט אַ צרוף און עס וועט געשעהן אַן אומגליק... שוין געווען, רחמנא לצלן, אַזעלכע סבּות. חנן גייט לאנגזאם ארויס. אלע קוקן אים נאָך. פּויזע.
דער משולח.
- ווער איז דער בּחור?
1⸗טער בּטלן.
- אַ בּחור, אַ ישיבה⸗בּחור. מאיר מאכט צו די טירלעך פון בימה און גייט⸗צו צום טיש.
2⸗טער בּטלן.
- אַ טייערע כלי, אַן עלוי!
3⸗טער בּטלן.
- אַן אייזערנער קאָפּ! פינף הונדערט בּלאַט גמרא אויסווייניג אויפן פינגער!
דער משולח.
- פונוואַנען איז ער?
מאיר.
- ער איז ערגיץ פון דער ליטע! געלערנט דאָ אין דער ישיבה. גע׳שם׳ט פאַרן ערשטן בּחור. בּאַקומען סמיכה אויף הוראָה. מיט אַ מאָל איז ער פאַרשוואונדן געוואָרן, קיינער האָט ניט געוואוסט וואוהין, און האָט זיך אַ גאַנצן יאָר ניט געוויזן. מיהאָט געזאָגט, ער איז אַוועק אָפּריכטן גלות. ניט לאַנג האָט ער זיך אומגעקערט. גאָר ניט יענער בּחור, וואָס געווען. שטענדיג פאַרטראַכט, פאַסט הפסקות משבּת לשבּת, פּראַוועט מקואות... שטילער. מי זאָגט, אַז ער עסקט זיך מיט קבּלה...
2⸗טער בּטלן.
שטיל.
- אין שטאָט רעדט מען אויך וועגן דעם... מ׳איז שוין געווען בּעטן בּיי אים קמיעות. נאָר ער גיט ניט...
3⸗טער בּטלן.
- ווער ווייס ווער ער איז? אפשר פון די גדולים! ווער קאָן וויסן? און נאָכקוקן איז אַ סכנה... פּויזע.
2⸗טער בּטלן.
גענעצט.
- שפּעט... צייט לייגן זיך שלאָפן... צום 1⸗טן בּטלן מיט א שמייכל. אַ שאָדן, וואָס דאָ איז ניטאָ אַייער בּעל⸗שם, וואָס קאָן צאַפּן וויין פון וואַנט... איך וואָלט זיך איצט מחיה זיין מיט אַ קאַפּעלע בּראַנפן. איך האָבּ היינט אַ גאַנצן טאָג ניט געהאַט אין מויל!
1⸗טער בּטלן.
- בּיי מיר איז היינט אויך כמעט אַ תענית. מערניט נאָכן דאַוונען געמאַכט שהכל אויף אַ הריצענעם קיכל.
מאיר.
האלב בסוד, קאנטעט.
- וואַרט אַקאָרשט, מיר וועלן, דוכט זיך, בּאַלד האָבּן אַ גוט בּיסל משקה. סנדר איז געפאָרן זעהן אַ חתן פאַר זיין בּת⸗יחידה. זאָל ער נאָר שרייבּן למזל תנאים, וועט ער שוין שטעלן אַ פיינעם תקון.
2⸗טער בּטלן.
- אַ! איך גלויבּ ניט, ער זאָל ווען עס איז שרייבּן תנאים. דריי מאָל געפאָרן זעהן חתנים און אַלץ אומגעקערט זיך מיט גאָרנישט. דאָס געפעלט אים ניט דער חתן, דאָס איז אים קנאַפּ יחוס, דאָס ווייניג נדן... מען טאָר ניט זיין אַזאַ אויסקלייבּער!
מאיר.
- סנדר מעג זיך פאַרגינען, אָן עין הרע, אַ גביר, אַ מיוחס, די בּת⸗יחידה אַ געראָטענע, אַ יפת תואַר...
3⸗טער בּטלן.
מיט אַנטציקונג.
- איך האָבּ האָלט סנדרן! אַן אמת׳ער חסיד, טאַקע פון די מיראָפּאָליער חסידים, מיטן בּרען!...
1⸗טער בּטלן.
קאלט.
- אַ חסיד איז ער אַ גוטער, ניטאָ וואָס צו ריידן. נאָר די בּת⸗יחידה זיינע האָט ער געמעגט אויסגעבּן אויף איין אַנדער אופן.
3⸗טער בּטלן.
- וואָסי? וואָס?
1⸗טער בּטלן.
- אַמאָליגע צייטן, אַז אַ גביר, און נאָך פון אַ פיינער משפּחה, פלעגט דאַרפן אַ שדוך טאָן, פלעגט ער ניט זוכן ניט קיין געלט, ניט קיין יחוס⸗אָבות, נאָר יחוס עצמו. פלעגט אַוועקפאָרן אין דער גרויסער ישיבה, אָפּגעבּן דעם ראש⸗ישיבה די שיינע מתנה און יענער פלעגט אים שוין אויסקלייבּן אַ בּחור פון די שופרא דשופרא. סנדר האָט אויך געקאָנט טאָן אַזוי.
דער משולח.
- ער וואָלט אפשר דאָ אין דער ישיבה אויך געפינען אַ פּאַסיגן חתן.
1⸗טער בּטלן.
פארוואונדערט.
- פונוואַנען ווייסט איר?
דער משולח.
- איך בּין משער.
3⸗טער בּטלן.
געאיילט.
- נו, נו, נו, ניט גערעדט קיין לשון הרע, בּפרט וועגן אַנשי שלומינו... אַ שדוך טוט מען מיט דעם, וועלכער איז בּאַשערט... עס עפנט זיך האסטיג די טיר און עס לויפט אריין א עלטערע יידענע, פירנדיג פאַר די הענט צוויי קליינע קינדער.
עלטערע יידענע.
לויפט מיט די קינדער צום ארון קודש, שרייענדיג מיט אַ געוויין.
- אַיי, אַיי רבּונו של עולם! העלף מיר! לויפט צום ארון קודש. קינדערלעך! מיר וועלן עפענען דעם אָרון קודש, מיר וועלן צופאַלן צו די ספרי תורות און ניט אַוועקגיין בּיז מיר וועלן אויסוויינען אַ רפואָה שלמה פאַר אַייער מאַמען! עפנט דעם אָרון קודש, וואַרפט זיך אין אים מיטן קאפּ און הייבּט אן מיט אַ וויינענדיגן רעטשיטאטיוו. גאָט פון אַברהם, פון יצחק און פון יעקב, קוק אויף מיין בּראָך, קוק אָן דעם צער פון די יונגע קינדערלעך און ניט נעם צו זייער מאַמען יונגערהייט פון דער וועלט. הייליגע תורות, שטעלט זיך איין פאַר אַ בּיטערע אַלמנה! הייליגע אָבות, ליבּע אמהות, גייט, לויפט צום רבּונו של עולם, שרייט, בּעט, אַז דאָס שיינע בּוימעלע זאָל ניט אַרויסגעריסן ווערן מיטן וואָרצל, אַז דאָס יונגע טייבּעלע זאָל ניט אַרויסגעוואָרפן ווערן פון נעסט, אַז דאָס שטילע שעפעלע זאָל ניט צוגענומען ווערן פון טשערעדע!... היסטעריש. איך וועל איינרייסן וועלטן, איך וועל שפּאַלטן הימלען! איך וועל ניט אַוועקגיין פונדאַנען, בּיז מי וועט מיר ניט אומקערן די קרוין פון מיין קאָפּ!...
מאיר
גייט צו, רירט זי שטיל אָן, רעדט געלאַסן.
- חנה⸗אסתר, אפשר אַוועקזעצן אַ מנין זאָגן תהלים?
עלטערע יידענע.
גיט אַרויס דעם קאָפּ פון אָרון קודש. קוקט אויף מאירן ניט פאַרשטייענדיג. מיט אַ מאָל געאיילט.
- אַיי! זעצט אַ מנין יידן תהלים זאָגן, זעצט! אָבּער גיכער, גיכערן יעדע מינוט איז טייער! שוין צוויי טעג ווי זי ליגט נעבּעך אָן אַ לשון און ראַנגלט זיך מיטן טויט.
מאיר.
- די רגע! אָט גלייך זעץ איך צעהן מענטשן! מיט אַ בּעטנדיגן קול. אָבּער מי דאַרף דאָך זיי עפּעס געבּן פאַר דער טרחה... אָרימע לייט.
עלטערע יידענע.
זוכט אין קעשענע.
- נאַט אַייך אַ גילן! אָבּער זעהט, עס זאָל זיין געזאָגט!
מאיר
- אַ גילן... צו דריי גראָשן אויף אַ פּאַרשוין... ווייניגליך...
עלטערע יידענע.
ניט הערנדיג אים.
- קומט, קינדערלעך, לאָמיר לויפן אין אַנדערע קלויזן! גייט געשווינט אַרויס.
דער משולח.
צום דריטן בּטלן.
- אינדערפרי איז געקומען אַ יידענע עפענען דעם אָרון קודש פאַר אַ טאָכטער, וואָס גייט צוויי טעג צו קינד און קען ניט מוליד זיין. איצט איז געקומען אַ יידענע עפענען דעם אָרון קודש פאַר אַ טאָכטער, וואָס ראַנגלט זיך צוויי טאָג מיטן טויט...
3⸗טער בּטלן.
- נו? איז וואָס?
דער משולח.
פאַרטראַכט.
אַז אַ נשמה פון אַ מענטשן, וואָס איז נאָך ניט געשטאָרבּן, דאַרף אַריין אין אַ גוף, וואָס איז נאָך ניט געבּאָרן געוואָרן, קומט פאָר אַ געראַנגל. שטאַרבּט די קראַנקע, ווערט געבּאָרן דאָס קינד. ווערט די קראַנקע געזונט, וועט געבּאָרן ווערן אַ טויט קינד.
3⸗טער בּטלן.
איבּעראַשט.
- אַיי, אַיי אַיי! ווי בּלינד אַ מענטש איז! ער זעהט ניט וואָס לעבּן אים טוט זיך!
מאיר.
גייט⸗צו צום טיש.
- נו, אָט האָט דער אויבּערשטער צוגעשיקט אויף תקון. אָפּזאָגן תהלים, מאַכן לחיים, און דער אויבּערשטער וועט זיך מרחם זיין און צושיקן דער קראַנקער אַ רפואָה שלמה.
1⸗טער בּטלן.
צו די בּחורים, וואָס זיצן פאַרשלאָפן בּיים גרויסן טיש.
- בּחורים! ווער וויל זאָגן תהלים? איר וועט בּאַקומען יעדערער צו אַ הרעצענעם קיכל. די בּחורים הייבּן זיך אויף פון אָרט. מיר וועלן גיין אין חדר מיוחד. די דריי בּטלנים, מאיר און די ישיבה⸗בּחורים חוץ הענעכן גייען אַוועק אין חדר מיוחד, בּאַלד הייבּט זיך אָן הערן פון דאָרטן אַ וויינענדיג: ”אשרי האיש”. בּיים קלענערן טיש בלייבּט די גאַנצע צייט אומבּאַוועגט דער משולח, וואָס לאָזט ניט אַראָפּ דעם בּליק פון אָרון קודש. לאַנגע פּויזע. עס גייט אַריין חנן.
חנן.
זעער מיד, גייט פאַרטראַכט, ווי אָן אַ ציל, צום אָרון קודש. בּאַמערקט, אַז ער איז אָפן. שטעלט זיך אָפּ איבּערראשט.
- דער אָרון קודש אָפן? ווער האָט אים געעפנט? פאַר וועמען האָט ער זיך געעפנט אום האַלבּע נאַכט? קוקט אין אָרון קודש. ספרי תורות... שטייען זיך צוגעטוליעטע איינע צו די אַנדערע, רואיגע, שווייגנדיגע. און אין זיי זיינען פאַרבּאָרגן אַלע סודות און רמזים, אַלע צרופים פון ששת ימי בּראשית בּיז דעם סוף פון אַלע דורות. און ווי שווער עס איז צו דערגיין פון זיי אַ סוד אָדער אַ רמז, ווי שווער! ציילט די ספרי⸗תורות. איינס, צוויי, דריי, פיר, פינף, זעקס, זיבּן, אַכט, ניין ספרים. דאָס וואָרט „אמת”, אין מספר קטן... און אין יעדן ספר — פיר עץ חיימ׳ס... ווייטער זעקס און דרייסיג! ניטאָ קיין שעה, איך זאָל זיך ניט אָנשטויסן אויף אָט דער צאָל — און וואָס זי בּאַטייט, ווייס איך ניט. נאָר איך פיל, אַז אין איר ליגט דער גאַנצער תוכן... 36 איז די צאָל פון לאָה. דריי מאָל ↰ 17 36 — איז חנן... לאָה מאַכט „לא ה׳. ניט גאָט... ניט דורך גאָט... גיט א ציטער. וואָס פאַר אַ שרעקליכער געדאַנק, און ווי ער ציט מיך צו זיך...
הענעך.
הייבּט אויף דעם קאָפּ, קוקט מיט קאָפּ אויף חננ׳ען.
- חנן! דו גייסט אום די גאַנצע צייט פאַרחלומט...
חנן.
טרעט אָפּ פון אָרון קודש. גייט לאנגזאם צו צו הענעכן, שטעלט זיך אָפּ. פארטראכט.
- סודות, רמזים אָן אַ סוף און דעם גלייכן וועג זעהט מען ניט... קליינע פּויזע. דאָס שטעטל הייסט קראַסנע... דער בּעל שם ר׳ אלחנן...
הענעך.
- וואָס זאָגסטו?
חנן.
ווי אויפוואכנדיג.
- איך? גאָרנישט... איך האָבּ געטראַכט...
הענעך.
שאָקלט מיטן קאפּ.
- האָסט זיך צו פיל אַריינגעטאָן אין קבּלה, חנן... זינט דו האָסט זיך אומגעקערט, האָסטו קיין ספר אין האַנט ניט גענומען.
חנן.
ניט פארשטייענדיג.
- קיין ספר אין האַנט ניט גענומען? וואָס פאַר אַ ספר?
הענעך.
- וואָס פרעגסטו? גמרא, פּוסקים, פאַרשטייט זיך...
חנן.
אלץ ניט קומענדיג צו זיך.
- גמרא?... פּוסקים?... אין האַנט ניט גענומען?... גמרא איז קאַלט און טרוקן... פּוסקים זיינען קאַלט און טרוקן. קומט מיט א מאל צו זיך, לעבּהאפט. אונטער דער ערד איז דאָ אַקוראַט אַזאַ וועלט ווי אויף דער ערד. דאָרטן זיינען דאָ פעלדער און וועלדער, ימים און מדבּריות, שטעט און דערפער. אין די פעלדער און מדבּריות טראָגן ↰ 18 זיך דאָרט אום שטאַרקע שטורים⸗ווינטן, און אויף די ימים שווימען גרויסע אָקרענטן און אין די געדיכטע וועלדער הערשט אַן אייבּיגער פּחד, און עס דונערן דונערן... נאָר איין זאַך איז דאָרטן ניטאָ. ניטאָ קיין הויכער הימל, פונוואַנען עס זאָלן זיך טראָגן פייערדיגע בּליצן, פונוואַנען עס זאָל בּלענדן די זון... אַזוי איז גמרא. זי איז טיף, זי איז גרויס און הערליך. אָבּער זי שמידט⸗צו צו דער ערד, זי לאָזט ניט פליען אין דער הויך. מיט התלהבות. און קבּלה! און קבּלה! זי רייסט אָפּ די נשמה פון דער ערד! זי הייבּט אויף דעם מענטשן צו די העכסטע היכלים, זי עפנט פאַר די אויגן אַלע הימלען. זי פירט גלייך צום פּרדס, זי ציט זיך צום אין⸗סוף! זי אַנטפּלעקט אַ בּרעג פון גרויסן פאָרהאַנג... ווארפט זיך אפּ. ניטאָ קיין כח... דאָס האַרץ חלשט...
הענעך.
זעער ערנסט.
- אַלץ אמת. אָבּער דו פאַרגעסט, אַז פליען אַרויף מיט אַ התלהבות איז די גרעסטע סכנה. מי קען לייכט זיך אָפּרייסן און אַריינפאַלן אין תהום אַריין... גמרא הייבּט די נשמה אין דערהויך, פּאַמעליך, אָבּער זי שיצט דעם מענטשן ווי אַ געטרייער וועכטער, וואָס שלאָפט ניט און דרימלט ניט. זי נעמט אַרום אַ מענטשן ווי מיט אַן אייזערנעם פּאַנצער און לאָזט אים ניט אָפּקערן פון גלייכן וועג ניט רעכטס, ניט לינקס. אָבּער קבּלה? דו געדיינקסט די גמרא. מיט א גמרא⸗נגון. „פיר זיינען אַריין אין פּרדס: בּן עזאי, בּן זומא, אַחר און ר׳ עקיבא. בּן עזאי האָט אַריינגעקוקט און איז געשטאָרבּן. בּן זומא האָט אַריינגעקוקט און איז אַראָפּ פון זינען. אַחר האָט אונטערגעהאַקט די פלאַנצונגען, האָט כופר בּעיקר געווען, און נאָר איין ר׳ עקיבא איז אַריין און אַרויס בּשלום...
חנן.
- שרעק מיך ניט מיט זיי. מיר ווייסן ניט, ווי זיי זיינען געגאַנגען און מיט וואָס זיי זיינען געגאַנגען. אפשר זיינען זיי געשטרויכלט געוואָרן, ווייל זיי זיינען געגאַנגען אָנקוקן, ניט מתקן זיין... אָט זעהען מיר דאָך, אַז נאָך זיי זיינען געגאַנגען אַנדערע — דער אַר״י הקדוש, דער בּעל שם טוב הקדוש — און זיינען ניט נכשל געוואָרן.
הענעך.
- דו גלייכסט זיך צו זיי?
חנן.
- איך גלייך זיך ניט. איך גיי מיט מיין וועג...
הענעך.
- מיט וואָס פאַר אַ וועג?
חנן.
- דו וועסט מיך ניט פאַרשסיין.
הענעך.
- איך וועל דיך פאַרשטיין. מיין נשמה ציט זיך אויך צו די הויכע מדריגות.
חנן.
טראכטגדיג א וויילע.
- די עובדה פון צדיקים בּאַשטייט אין דעם, וואָס זיי רייניגן אָפּ מענטשליכע נשמות, רייסן פון זיי אַראָפּ די קליפּה פון זינד און הייבּן זיי אויף צו זייער ליכטיגן מקור. די עובדה איז אַ שווערע, וואָרום „בּיין טיר הויערט די זינד”. אָפּגערייניגט איין נשמה, קומט אויף איר אָרט איין אַנדערע, אַ בּאַפלעקטע מיט נאָך גרעסערע זינד. געבּראַכט צו תשובה איין דור, קומט אויף זיין אָרט איין אַנדערער, נאָך אַ מער האַרטנעקיגער... און די דורות ווערן אַלץ שוואַכער און די זינד אַלץ שטאַרקער, און צדיקים — אַלץ ווייניגער.
הענעך.
- וואָס⸗זשע דאַרף מען נאָך דיין שיטה נאָך טאָן?
חנן.
שטיל, נאר זעער זיכער.
- מי דאַרף ניט קיין מלחמה האַלטן מיט דער זינד, נאָר אויסבּעסערן זי. ווי אַ גאָלדשמיד לייטערט גאָלד אין אַ שטאַרקן פייער ווי איין ערד⸗אַרבּעטער זיפּט אָפּ פולע קערנער פון פּוסטע קאָסטרע, אַזוי דאַרף מען אויסלייטערן די זינד פון איר טומאָה, אַזוי, אַז אין איר זאָל בּלייבּן נאָר קדושה...
הענעך.
פארוואונדערט.
- קדושה אין זינד? פונוואַנען קומט דאָס?
חנן.
- אַלץ, וואָס גאָט האָט בּאַשאַפן, האָט אין זיך אַ פונק פון הייליגקייט...
הענעך.
- זינד האָט בּאַשאַפן ניט גאָט, נאָר די סיטרא אַחרא!
חנן.
- און ווער האָט די סיטרא אַחרא בּאַשאַפן? אויך גאָט. סיטרא אַחרא הייסט די צווייטע זייט פון גאָט. ווי בּאַלד זי איז אַ זייט פון גאָט, מוז זי האָבּן אין זיך קדושה.
הענעך.
דערשיטערט.
- קדושה אין דער סיטרא אַחרא!! איך קאָן ניט! איך פאַרשטיי ניט! לאָז מיך בּאַטראַכטן! לאזט אראפּ דעם קאפּ, צוגעדריקט צו די הענט, אויפן שטענדער, פּויזע.
חנן.
גייט צו, בּייגט זיך אן צו אים. מיט א ציטערנדיגן קול.
- וואָסער זינד איז די שטאַרקסטע? וואָסער זינד איז שווערער ווי אַלץ מנצח צו זיין? די זינד פון אַ גלוסטונג צו אַ נקבה? יאָ?
הענעך.
ניט אויפהייבּנדיג דעם קאָפּ.
- יאָ...
חנן.
- און אַז מי לייטערט אויס אָט די זינד אין אַ שטאַרקן פייער, רעדט פון דער גרעסטער טומאָה די העכסטע קדושה, ווערט „שיר השירים” מיט א פארכאפּטן אטעם. „שיר השירים”! גלייכט זיך אויס און מיט א אנטציקונג⸗התלהבות הייבּט ער אן שטיל זינגען. „שיין בּיסטו מיין בּאַשערטע, שיין בּיסטו. דיינע אויגן ווי טויבּן קוקן אַרויס פון אונטער דיינע אויג⸗בּרעמען. דיינע האָר זיינען ווי אַ טשערעדע צוגעגליכן, וואָס לויפן אַראָפּ פון בּאַרג גלעד. דיינע ציין זיינען ↰ 21 ווי אַ טשערעדע שאָף, וואָס האָבן זיך נאָר⸗וואָס אויסגעבּאָדן, און אַלע זיינען זיי צווילינגען און קיין שום אומפרוכפּערדיגע איז ניטאָ צווישן זיי... פון חדר מיוחד גייט אַרויס מאיר. עס הערט זיך אַ שטילער קלאפּ אין טיר, זי עפנט זיך אומזיכער. עס גייען אריין לאָה, פירנדיג פארן האנט פראדען, נאך זיי גיטל. שטעלן זיך אפּ בּיין טיר.
מאיר.
דערזעהענדיג זיי, זעער פאַרוואונדערט. מיט אַ חניפה׳דיג⸗אנטציקטן קול.
- זעה?... ר׳ סנדר׳ס טאָכטער?... לאָה׳לע?...
לאָה.
פארשעמט.
- איר געדענקט, איר האָט צוגעזאָגט ווייזן מיר די אַלטע געשטיקטע פּרוכתן... ווי נאר עס דערהערט זיך איר קול, האקט איבּער חנן דעם זינגען. ער קוקט מיט בּרייט געעפנטע אויגן אויף לאָה׳ן. די גאנצע צייט — אָדער ער קוקט אויף איר אדער ער שטייט מיט געשלאסענע אויגן אין איין עקסטאז.
פראַדע.
- ווייז איר, מאירקע, די פּרוכתן, די אַלטע, די שענסטע, ווייז איר... לאָה׳לע האָט צוגעזאָגט אויסצושטיקן צו דער מאַמעס יאָרצייט אַ פּרוכת. אויסשטיקן וועט זי אים מיט גינגאָלד אויף דעם בּעסטן סאַמעט, ווי מי פלעגט אַמאָל אויסשטיקן, מיט לייבּעלעך, מיט אָדלערס. וועט מען אויפהענגען דעם פּרוכת אויפן אָרון קודש, וועט איר מאַמעס כשרע נשמה שרייען זיך אין גן עדן. לאה קוקט זיך ניט זיכער ארום, בּאמערקט חננ׳ען, לאזט אראפּ די אויגן און בּלייבּט אזוי די גאנצע צייט מיט אראפּגעלאזענע אויגן, אנגעשטרענגט.
מאיר.
- אָך! מיטן גרעסטן פאַרגעניגן! ווי דען! ווי דען! די רגע בּרענג איך די פּרוכתן, די שענסטע, די עלטסטע. גייט אפּ צום קאסטן ביין גאס⸗טיר און נעמט פון דארט ארויס פּרוכתן.
גיטל.
כאפּט אן לאה׳ן בּיין האנט.
- לאָה׳לע, האָסט קיין מורא ניט בּיי נאַכט אין שול?
לאָה.
- איך בּין קיין מאָל ניט געווען בּיי נאַכט אין אַ שול... חוץ שמחת⸗תורה, נאָר שמחת⸗תורה איז ליכטיג און פרייליך, און איצטער... ווי טרויעריג דאָ איז, ווי טרויעריג!
פראַדע.
- טעכטערלעך, אין אַ שול מוז זיין טרויעריג. אום האַלבּע נאַכט קומען אַהער מתים דאַווענען און לאָזן דאָ זייער טרויער...
גיטל.
- בּאָבּוניו! רעדט ניט וועגן טויטע, איך האָבּ מורא!
פראַדע.
ניט הערנדיג זי.
- און אַלע פרימאָרגן, אַז דער אַלמעכטיגער וויינט אויפן חורבּן בּית המקדש, פאַלן זיינע הייליגע טרערן אין די שולן. דערפאַר זיינען אין די אַלטע שולן די ווענט פאַרוויינטע. און מי טאָר זיי ניט קאַלכן. אַז מען קאַלכט זיי, בּייזערן זיי זיך און וואַרפן מיט שטיינער.
לאָה.
- ווי אַלט זי איז, ווי אַלט! פון דרויסן האָבּ איך דאָס ניט אַזוי געמערקט.
פראַדע.
- אַלט, זעער אַלט, טאָכטערל. מי זאָגט אַפילו, אַז מי האָט זי געפונען אַ געבּויטע אונטער דער ערד. וויפיל חורבּונות זיינען דאָ געווען, וויפיל מאָל איז די גאַנצע שטאָט אָפּגעבּרענט, און זי איז גאַנץ געבּליבּן. איין מאָל נאָר האָט זיך אין איר אָנגעכאַפּט דער דאַך, זיינען אָנגעפלויגן טייבּעלעך, אָן אַ צאָל טייבּעלעך, האָבּן גענומען פאָכן מיט די פליגעלעך און פאַרלאָשן דעם פייער...
לאָה.
ניט הערנדיג זי, ווי פאר זיך.
- ווי טרויעריג דאָ איז און ווי ליבּליך! מיר ווילט זיך ניט אַוועקגיין פונדאַנען, מיר ווילט זיך צופאַלן צו די פאַרוויינטע ווענט, אַרומנעמען זיי האַרציג און פרעגן: פאַרוואָס זיי זיינען אַזוי טרויעריג און פאַרטראַכט, אַזוי שטיל און פאַראומערט. איך וואָלט וועלן... ↰ 23 איך ווייס אַליין ניט וואָס, נאָר מיין האַרץ צורייסט זיך פון צאַרטקייט און רחמנות...
מאיר.
בּריינגט צום בּימה פּרוכתן, שפּרייט פונאנדער איינעם.
אָט דער איז דער עלטסטער. מער ווי צווייהונדערט יאָר אַלט, מי היינגט אים אויף נאָר אויף פּסח.
גיטל.
אנטציקט.
- זעה, לאָה׳לע, וואָס פאַר אַ פּראַכט! אויף האַרטן בּרוינעם סאַמעט איז אויסגעשטיקט מיט דיקע גאָלד צוויי לייבּן. זיי האַלטן אַ מגן דוד. בּיי בּיידע זייטן צוויי בּוימער און אויף זיי טויבּן! איצט איז ניט צו קריגן ניט אַזאַ סאַמעט, ניט אַזאַ גאָלד.
לאָה.
- דער פּרוכת איז אויך אַ האַרציגער און אַ טרויעריגער. גלעט אים און קושט.
גיטל.
כאפּט אן לאה׳ן בּיין האנט. שטיל.
- זעה, לאָה׳לע. דאָרטן שטייט אַ בּחור און קוקט אויף דיר! ווי מאָדנע ער קוקט אויף דיר!
לאָה.
נאָך מער אראפּלאזנדיג די אויגן.
- דאָס איז אַ ישיבה⸗בּחור... חנן... ער האָט בּיי אונז געגעסן טעג...
גיטל.
- ער קוקט אויף דיר אַזוי, ווי ער וואָלט דיך רופן מיט די אויגן. ער וויל אַוודאי צוגיין, נאָר ער וואַגט זיך ניט.
לאָה.
- איך וואָלט וועלן וויסן, פאַרוואָס ער איז אַזוי בּלייך און טרויעריג. ער האָט געמוזט קראַנק זיין...
גיטל.
- ער איז גאָרניט טרויעריג. בּיי אים פינקלען די אויגן.
לאָה.
- בּיי אים פיגקלען שטענדיג די אויגן. אַזעלכע אויגן בּיי אים. און אַז ער רעדט מיט מיר, פאַרכאַפּט בּיי אים דער אָטעם. און בּיי מיר אויך... עס איז דאָך ניט פּאַסיג, אַז אַ מיידל זאָל ריידן מיט אַ פרעמדן בּחור.
פראַדע.
צו מאירן.
- וואָלסט אונז געבּן, מאירקע, אַ קוש טאָן די רייניגקייטן. ווי איז דאָס: זיין צו גאַסט בּיי גאָט און ניט אַ קוש טאָן זיין הייליגע תורה.
מאיר.
אַדרבּא! אַדרבּא! קומט. ער גייט פאראויס, גיטל פירט פראדען, נאך זיי לאה. מאיר נעמט ארויס אַ ספר⸗⸗תורה, גיט פראדען קושן.
לאָה.
אויסגלייכנדיג זיך מיט חננ׳ען, שטעלט זיך אויף א רגע אפּ, שטיל.
- גוטן אָוונט, חנן... איר זייט צוריק געקומען?
חנן.
מיט א פארכאפּטן אטעם.
- יאָ
פראַדע.
- קום, לאָה׳לע, קושן די רייניגקייט! לאה גייט⸗צו צום ארון קודש. מאיר דערלאנגט איר די ספר תורה. זי כאפּט זי ארום און פאלט צו איר צו מיט די ליפּן, קושט זי ליידנשאפטליך. נו, טאָכטערל, גענוג! אַ רייניגקייט טאָר מען לאַנג ניט קושן. רייניגקייטן זיינען דאָך געשריבּן מיט שוואַרצן פייער אויף ווייסן פייער! מיט אַ מאָל שטאַרק דערשראָקן. אוי, ווי שפּעט עס איז, ווי שפּעט! קומט, טעכטערלעך, אַהיים קומט גיכער אַהיים! גייען געאיילט אוועק. מאיר פארמאכט דעם ארון קודש, גייט ארויס נאך זיי.
חנן.
שטייט אוויילע מיט געשלאסענע אויגן, הייבּט אן ווייטער זינגען „שיר השירים” פון ארט, וואו ער האט איבּערגעריסן.
- „ווי אַ פּורפּור⸗פאָדים זיינען די ליפּן דיינע און דיינע לעפצן זיינען ↰ 25 אייטל⸗שיין. ווי אַ גראַנאַט⸗עפּל זיינען די שלייפן דיינע אונטער דיין דעקטוך”.
הענעך.
הייבּט אויף דעם קאפּ, קוקט אויף חננ׳ען.
- חנן! וואָס זינגסטו? חנן ווערט אנטשוויגן, עפנט די אויגן, קוקט אויף הענעכן. דיינע פּאות זיינען נאַס, בּיסט נאָר וואָס ווידער געווען אין מקוה.
חנן.
- יאָ.
הענעך.
- בּשעת דו בּיסט זיך טובל בּאַנוצטו שמות? פּראַוועסט כונות און יחודים לויטן „ספר רזיאל”?
חנן.
- יאָ.
הענעך.
- און דו האָסט קיין מורא ניט?
חנן
- ניין.
הענעך.
- און דו פאַסט משבּת לשבּת? דיר איז דאָס ניט שווער?
חנן.
- מיר איז שווערער שבּת צו עסן איידער די גאַנצע וואָך צו פאַסטן. איך האָבּ אָנגעוואָרן דעם גלוסט צום עסן. פּויזע.
הענעך.
אינטים.
- פון וואָס וועגן טוסטו דאָס אַלץ? וואָס ווילסטו דערמיט דערגרייכן?
חנן.
ווי ריידנדיג צו זיך.
- איך וויל... איך וויל דערגרייכן אַ קלאָרן און פינקלענדיגן דימענט. צושמעלצן אים אין טרערן און אַריינזאַפּן אין מיין נשמה... איך וויל דערגרייכן די שטראַלן פונם דריטן היכל, פון דער דריטער ↰ 26 ספירה — תפארת... איך וויל... מיט א מאל זעער אומרואיג. יאָ! איך מוז נאָך בּאַקומען צוויי פעסלעך מיט גילדענע רענדלעך... פאַר יענעם, וואָס קען נאָר ציילן רענדלעך...
הענעך.
דערשטוינט.
- אָט⸗וואָס?... זעה, חנן, היט זיך, דו שטייסט אויף אַ גליטשיגן וועג... דורך הייליגע כחות וועסטו דאָס אַלץ ניט דערגרייכן...
חנן.
קוקט אים אן דרייסט.
- און אַז ניט דורך הייליגע? האַ? אַז ניט דורך הייליגע?
הענעך.
שטארק דערשראקן.
- איך האָבּ מורא מיט דיר צו ריידן. איך האָבּ מורא צו שטיין לעבּן דיר! גייט געאיילט ארויס. חנן בּלייבּט אומבּאוועגט מיט אַ דרייסטן אויסדריק. פון גאס גייט אריין מאיר, פון חדר מיוחד גייט ארויס 1⸗טער בּטלן.
1⸗טער בּטלן.
- אָפּגעזאָגט אַכטצעהן קאַפּיטלעך תהלים און גענוג. וואָס, דעם גאַנצן תהלים אָפּזאָגן פאַר אַ גילן? איז רייד מיט זיי. האָבּן זיך אַריינגעזאָגט — זאָגן זיי ווייטער. עס לויפט אַריין אַשר זעער פאַרהאַוועט.
אָשר.
- נאָר⸗וואָס בּאַגעגנט בּרוך דעם שניידער. ער איז געקומען פון קלימאָווקע, וואו סנדר איז זיך צונויפגעפאָרן מיט די מחותנים, און זאָגט, אַז מי איז ניט דורכגעקומען. סנדר האָט געמאָנט בּיין חתנס צד צעהן יאָר קעסט, און די מחותנים האָבּן געגעבּן נאָר פינף, — איז מען זיך צופאָרן...
מאיר.
- שוין דאָס פערטע מאָל!
3⸗טער בּטלן.
- וואָס פאַר אַ האַרצווייטיג!
דער משולח.
צום 3⸗טן בּטלן מיט אַ שמייכל.
- איר האָט אַליין געזאָגט, אַז אַ שדוך טוט מען דעם, וועלכער איז בּאַשערט.
חנן.
גלייכט זיך אויס, מיט העכסטער בּאַגייסטערונג.
- איך האָבּ ווידער מנצח געווען. פאַלט אָן כח אויפן בּאַנק און בּלייבּט זיצן מיט איין אויסדרוק פון גליק אויפן פּנים.
דער משולח.
נעמט זיין זאַק, נעמט אַרויס פון אים אַ לאַנטערנע.
- צייט קלייבּן זיך אין וועג מאיר.
- וואָס אַיילט איר?
דער משולח.
- איך בּין דאָך אַ משולח. פּריצים שיקן דורך מיר איינער צום אַנדערן וויכטיגע ידיעות, זעלטענע חפצים. דאַרף איך זיך אַיילן. די צייט איז ניט מיינע.
מאיר.
- איר וואָלט כאָטש וואַרטן בּיז עס וועט אָנהייבּן טאָגן.
דער משולח.
- צום טאָגן איז ווייט, און מיין וועג איז לאַנג. אַרום האַלבּע נאַכט וועל איך אַרויסגיין.
מאיר.
- דרויסן איז שטאָק⸗פינסטער.
דער משולח.
- מיט מיין לאַנטערן וועל איך ניט פאַרבּלאָנדזן. פון חדר מיוחד גייען אַרויס 2⸗טער און 3⸗טער בּטלנים און די ישיבה⸗בּחורים.
2⸗טער בּטלן.
- מזל⸗טוב! זאָל דער אייבּערשטער צושיקן אַ רפואָה שלמה דער חולנית!
אַלע.
- הלואי, אמן!
1⸗טער בּטלן.
- געדאַרפט איצט פאַרן גילן קויפן אַ בּיסל משקה און קיכלעך.
מאיר.
- איך האָבּ שוין צוגעגרייט. נעמט אַרויס פון בּוזים אַ פלעשל מיט קיכלעך. קומט אין פּאָליש, וועלן מיר דאָרטן מאַכן „לחיים”. עס עפנט זיך בּרייט די טיר און עס גייט אַריין סנדר אין פונאַנדערגעשפּילעטן בּגד, די היטל אַרויסגערוקט, פרייליך. נאָך אים דריי — פיר יידן.
מאיר און די בּטלנים.
צוזצמען.
- אָ! ר׳ סנדר: בּרוך הבּאָ!
סנדר.
- געפאָרן פאַרבּיי קלויז — קלער איך, מען דאַרף אַריינגיין אַ קוק טאָן, וואָס טוען אַנשי שלומינו. בּאַמערקט די פלעשל בּיי מאירן. געמיינט, זיי זיצן און לערנען אָדער ריידן וועגן הויכע ענינים. ערשט זיי קלייבּן זיך גאָר טרינקען תקון! כאַ — כאַ! אמתע מיראָפּאָליער חסידים!
3⸗טער בּטלן.
- איר וועט מיט אונז נעמען אַ קאַפּעצקע, ר׳ סנדר.
סנדר.
- פּרא אָדם! איך וועל אַליין שטעלן תקון, און אַ פיינעם תקון. גיט מיר אָפּ מזל⸗טוב! אין אַ גוטער שעה פאַרקנסט די טאָכטער. חנן כאַפּט זיך אויף פון אָרט דערשיטערט.
אַלע.
- מזל⸗טוב! מזל⸗טוב!
מאיר.
- און אונז האָט מען נאָר⸗וואָס אָנגעזאָגט, אַז איר זייט ניט דורכגעקומען מיטן מחותן. און דער ענין איז בּטל געוואָרן.
3⸗טער בּטלן.
- מיר האָבּן זיך אַזוי מצער געווען!
סנדר.
- געוועסט טאַקע בּטל געוואָרן, נאָר אין דער לעצטער רגע האָט דער מחותן מסכים געווען און מיר האָבּן געשריבּן למזל תנאים.
חנן.
- תנאים?!... תנאים?!... ווי הייסט? ווי קאָן דאָס זיין?... אין גרויס פארצווייפלונג. האָבּן, הייסט דאָס, ניט געהאָלפן ניט די תעניתים, ניט די מקואות, ניט די צרופים, ניט די סגופים? אַלץ אומזיסט?... וואָס⸗זשע איצטער?... מיט וואָסער וועג? מיט וואָסערע כחות? כאפּט זיך פארן בּרוסט, גלייכט זיך אויס, מיט אַ התלהבותדיגן פּנים. אַ — אַ — אַ!... פאַר מיר אַנטפּלעקט זיך דער סוד פון גרויסן צווייפאַכיג⸗אויסגעדריקטן שם!!! איך... זעה אים!!.. איך... איך.. איך האָבּ מנצח... געווען!!! פאַלט אויף דער ערד.
דער משולח.
עפנט דעם לאַנטערן.
- דאָס ליכטל האָט אויסגעבּרענט. מען דאַרף אָנצינדן אַ נייע. שרעקנדיגע פּויזע.
סנדר.
מאיר! וואָס איז דאָ אַזוי פינסטער! וואָלסט אָנצינדן ליכט. מאיר צינדט אָן.
דער משולח.
גייט שטיל צו צו סנדרן.
- זייט איר מיט דעם מחותן דורכגעקומען?
סנדר.
קוקט אים אָן פארוואונדערט, אבּיסל דערשראָקן.
- יאָ...
דער משולח.
- עס טרעפט, אַז מחותנים זאָגן⸗צו און האַלטן ניט וואָרט. עס דערגייט איין אַנדערש מאָל צו אַ דין⸗תורה. מי דאַרף זיין זעער אָפּגעהיט...
סנדר.
דערשראָקן, צו מאירן.
- ווער איז דער ייד? איך קאָן אים ניט?
מאיר.
- ער איז אַ ניט⸗היגער, אַ משולח...
סנדר.
- וואָס וויל ער פון מיר?
מאיר.
- איך ווייס ניט.
סנדר.
בּארואיגענדיג זיך.
- אָשר! גיבּ אַ שפּרונג צו מיר און זאָג, אַז איך האָבּ געהייסן צוגרייטן משקה, אַיינגעמאַכץ און אַ גוטן פאַרבּייסן. געשווינט! אויף איין פוס. אָשר לויפט ארויס. בּיז מען וועט דאָרטן צוגרייטן, וועלן מיר דאָ אַ וויילע זיצן און פאַרבּריינגען... אפשר ווייס ווער אַ נייעם וואָרט פון אונזער רבּין, אַ מופת, אַ משל. יעדע תנועה זיינע איז טייערער פון פּערל.
1⸗טער בּטלן.
צו מאירן.
- בּאַהאַלט דאָס פלעשל. וועט צוניץ קומען אויף מאַרק. מאיר בּאהאלט.
דער משולח.
- איך וועל אַייך דערציילן זיינעם אַ משל. עס איז געקומען צום רבּין אַ חסיד, אַ גביר, נאָר אַ גרויסער קמצן. האָט דער רבּי אים אָנגענומען פאַרן האַנט, צוגעפירט צום פענסטער און געזאָגט: „קוק”. האָט דער גביר אַרויסגעקוקט אויפן גאַס. פרעגט אים דער רבּי: „וואָס זעהסטו?” ענטפערט ער: „איך זעה מענטשן”. נעמט אים ווידער דער רבּי פאַרן האַנט און פירט אים צום שפּיגל און זאָגט: „קוק, וואָס זעהסטו איצט?” ענטפערט ער: „איצט זעה איך זיך”. זאָגט אים דער רבּי: „פאַרשטייסט דו מיך. אין פענסטער איז גלאָז און אין שפּיגל איז גלאָז. נאָר די גלאָז פון שפּיגל איז אַ בּיסל בּאַזילבּערט. און ווי בּאַלד נאָר בּאַזילבּערט, הערט מען אויף צו זעהן מענטשן און מען הייבּט אָן זעהן נאָר זיך”.
3⸗טער בּטלן.
- אָ! אָ! אָ! מתוק מדבש.
1⸗טער בּטלן.
- הייליגע ווערטער!...
סנדר.
צום משולח.
האַ? וואָס?... איר האָט דאָס מיר געוואָלט אַ שטאָך טאָן...
דער משולח.
- חס ושלום.
2⸗טער בּטלן.
- געדאַרפט עפּעס זינגען. צום 3⸗טן בּטלן. זאָג דעם רבּיס נגון! 3⸗טער בּטלן הייבּט אָן זינגען א שטילן מיסטישן חסידישן נגון, אלע העלפן אונטער.
סנדר.
כאפּט זיך אויף פון אָרט.
- און איצט אַ טאַנץ, אַ ריקודל! וואָס? סענדער גיט אויס זיין בּת⸗יחידה און מען זאָל ניט מאַכן קיין ריקודל. וואָס פאַר מיראָפּאָליער חסידים וואָלטן מיר געווען! סנדר, די דריי בּטלנים און מאיר לייגן אַרויף איינער דעם צווייטן די הענט אויף די אקסלען, מאכן א רעדל, פארגלאָצן די אויגן, זינגען א מאָנאָטאָן—מיסטישן נגון און דרייען זיך לאנגזאם אויף איין אָרט. סנדר רייסט זיך ארויס פון רעדל, פרייליך. און איצט אַ פרייליכן טענצל. אַלע אַהער!
3⸗טער בּטלן.
- בּחורים! בּחורים! אַלע אַהער. עס גייען צו עטליכע בּחורים. הענעך! חנן! וואו זייט איר? אַהער! אַ פרייליכן ריקודל?
סנדר.
אַ בּיסל צומישט.
- א — א! חנן! מיין חנקע איז דאָך דאָ! וואו איז ער? וואו איז ער? בּריינגט אים מיר אָקאָרשט אַהער!
מאיר.
דערזעהט חננען אויף דער ערד.
- ער שלאָפט גאָר אויף דער ערד.
סנדר.
- וועק אים אויף, וועק אים אויף!
מאיר.
וועקט אים. דערשראָקן.
- ער וואַכט ניט אויף! אלע גייען⸗צו, בּייגן זיך אָן, וועקן.
1⸗טער בּטלן.
שרייט אויס דערשראָקן.
- ער איז געשטאָרבּן!!
3⸗טער בּטלן.
- בּיי אים פון האַנט איז אַרויסגעפאַלן דער „ספר רזיאל המלאָך”!! אלע זיינען דערשיטערט.
דער משולח.
- ער איז געניזוקט געוואָרן.
אַ פּלאץ אין בּריניץ. לינקס — די אלטע הילצערנע קלויז, פארצייטיגע ארכיטעקטור. פארן קלויז, אבּיסל אן א זייט, אַ בּערגל מיט אַן אלטן מצבה⸗שטיין, וואס אויף אים איז אויפגעשריבּן: „פּ. נ. הקדושים והטהורים, חתן וכּלה, שנהרגו על קידוש השם, שנת ת״ח, לפ״ק. תּ׳נ׳צ׳בּ׳ה”. נאכן קלויז — א געסל, און א פּאר קליינע הייזלעך, וואס גיסן זיך צונויף מיט דער דעקאראציע. רעכטס — סנדרס הויז, א גרויסע הילצערנע הויז מיט א גאניק. נאכן הויז אַ בּרייטער טויער פון הויף, ווייטער, א געסל, א ריי קרעמלעך, וואס גיסן זיך אויך צונויף מיט דער דעקאראציע. אויף דער דעקאראציע רעכטס, נאך די קראמען, א קרעטשמע, א גרויסער פּריצישער גארטן, דעם פּריצ׳ס פּאלאץ. א בּרייטע וועג לאזט זיך אראפּ צום טייך. אויף יענער זייט טייך אויפן הויכן בּרעג א בּית⸗עולם מיט מצבות. לינקס א בּריק איבּערן טייך, א מיל, נעהענטער א מרחץ, דער הקדש. אויפן פאן — א געדיכטער וואלד.
די טויערן פון סנדרס הויף זיינען בּרייט געעפנט. אין הויף שטייען לאנגע טישן, וואס ציען זיך און גייען ארויס אויפן פּלאץ. די טישן זיינען געגרייט און ארום זיי זיצן ארימעלייט, קאליקעס, אלטע און קינדער, און עסן ווי הונגעריגע. שארווערס גייען אַרויס פון שטוב מיט גרויסע פּאלומעשקעס מאכלים און קארזינעס בּרויט און דערלאנגען צום טיש.
פאר די קרעמלעך און הייזער זיצן ווייבּער, מאכן זאקן און לאזן ניט אראפּ די אויגן פון סנדרס הויז. בּעלי⸗בּתּים און בּחורים גייען ארויס פון קלויז מיט טלית און תּפילין און גייען אין די קראמען און הייזער, אנדערע שטעלן זיך אפּ אין רעדלעך. פון סנדרס הויף הערט זיך א מוזיק⸗שפּיל, טענץ און א טומל⸗געשפּרעך.
אוונט. אין מיטן גאס, פאר דער קלויז, שטייט דער חתונה⸗אורח, א בּאיארנטער ייד אין איין אטלעסענער זשופּיצע, פארלייגט די הענט הינטערן גארטל. לעבּן אים דער צווייטער בּטלן.
דער אורח.
קוקט ארום די שול.
- אַ געהויבּענע שול בּיי אַייך... אַ פיינע, אַ גרויסע. די שכינה רוט אויף איר. ווייזט אויס, זעער אַיין אַלטע?
2⸗טער בּטלן.
- זעער אַיין אַלטע. זקנים זאָגן, אַז זייערע זיידעס האָבּן ניט געדענקט, ווען מי האָט זי געבּויט.
דער אורח.
דערזעהט די מצבה.
- און וואָס איז דאָס? גייט צו, לייענט. „פּה נקבּרו הקדושים והטהורים, חתן וכלה, שנהרגו על קדוש השם, שנת ת״ח”. אַ חתן מיט אַ כלה געהרגעטע אויף קדוש השם?
2⸗טער בּטלן.
- אַז דער צורר האַמעליוק, ימח שמו, איז אָנגעפאַלן מיט זיינע קאָזאַקן אויפן שטאָט און האָט אויסגעקיילעט אַ העלפט יידן, האָט ער געהרגעט אַ חתן מיט אַ כלה, בּשעת מען האָט זיי געפירט צו דער חופּה. מען האָט זיי מקבּר געווען דאָ אויפן אָרט, וואו מי האָט די געהרגעט, בּיידן אין איין קבר, און פון יעמאָלט אַן רופט מען אים „דער הייליגער קבר׳ל”. שטיל, ווי אַ געהיימעניש. יעדן מאָל, בּשעת דער רב איז מסדר קדושין, הערט ער זיפצן פון קבר׳ל... און בּיי אונז איז פון לאַנג אָן אַ מנהג, אַז נאָך דער חופּה גייט מען טאַנצן אַרום קבר׳ל, משמח זיין די בּאַגראָבּענע חתן און כלה...
דער אורח.
- אַ פיינער מנהג! פון סנדרס הויף גייט ארויס מאיר, גייט⸗צו.
מאיר.
מיט היץ.
- איז עס אַיין אָרים⸗מאָלצייט! זינט איך שטיי אויף די פיס האָבּ איך אַזאַ אָרים⸗מאָלצייט ניט געזעהן!
דער אורח.
- קיין חדוש ניט. סנדר גיט אויס אַ בּת⸗יחידה...
מאיר.
מיט התלהבות.
- מי טיילט יעדערן צו שטיק פיש, נאָכדעם צו שטיק גיבּראָטנס, און נאָך צימעס! און פאַר דער סעודה האָט מען געטיילט בּרוינפן און לעקעך! דאָס דאַרף דאָך אָפּקאָסטן מיליאַסן געלט, ניט צו משער זיין!
2⸗טער בּטלן.
- סנדר ווייס וואָס ער טוט. אַז מי איז ניט יוצא פאַר איין גערופענעם אורח, איז ניטאָ קיין גרויסע אַחריות. וועט ער זיך בּלאָזן! אָבּער אַז מי איז ניט יוצא פאַר אָרימעלייט, איז טאַקע אַ גרויסע סכנה... מי קאָן דאָך קיינמאָל ניט וויסן, ווער עס געפינט זיך אין די בּגדים פון איין אָרימאַן. אפשר אַ בּעטלער און אפשר גאָר אַנדערש ווער. אַ נסתר, אַ ל⸗וו׳ניק...
מאיר.
- פאַר וואָס ניט אליהו הנביא? ער ווייזט זיך דאָך אַלעמאָל אין געשטאַלט פון אַיין אביון.
דער אורח.
- אָפּגעהיט דאַרף מען זיין ניט נאָר מיט אָרימעלייט. וועגן קיין מענטשן קאָן מען ניט וויסן, ווער ער איז, ווער ער איז געווען אין פריערדיגן גלגול און צוליבּ וואָס ער איז געקומען אויף דער וועלט. פון געסל לינקס גייט ארויס דער משולח מיטן זאק אויף די פּלייצעס
מאיר.
דערזעהענדיג דעם משולח, גייט⸗צו צו אים.
- שלום עליכם. איר זייט ווידער געקומען צו אונז?
דער משולח.
- מען האָט מיך ווידער געשיקט אַהער.
מאיר.
- איר זייט געקומען אין אַ גוטער צייט, צו אַ גבירישער חתונה.
דער משולח.
- וועגן דער חתונה רעדט מען אין גאַנצן געגענט.
מאיר.
איר האָט אפשר געטראָפן וואו אין וועג די מחותנים? זיי האָבּן פאַרשפּעטיגט.
דער משולח.
- דער חתן וועט קומען בּאַצייטנס. גייט צום קלויז. דער אורח, 2⸗טער בּטלן און מאיר גייען אין הויף. הינטער די טישן בּאווייזט זיך לאָה אין חתונה⸗קליידער, דרייט זיך טאנצנדיג מיט איינע נאָך די אנדערע פון די אלטע אָרימע יידינעס. אנדערע ארימע ציען זיך צו איר. די וואס האבּן געענדיגט טאנצן גייען ארויס אויפן פּלאץ, מאכן רערלעך.
אַ יידינע מיט אַ קינד.
קאנטעט.
- איך האָבּ געטאַנצט מיט דער כלה.
אַ הינקעדיגע.
- איך אויך. האָבּ זי אַרומגענומען און געטאַנצט, כי, כי!
דער האָרבּאַטער.
- וואָס טאַנצט עפּעס די כלה נאָר מיט ווייבּער? איך וואָלט אויך וועלן אַרומנעמען זי און דרייען זיך מיט איר, כע, כע, כע!
עטליכע אָרימעלייט.
כע, כע, כע! עס גייען אַרויס פון שטובּ אויפן גאַניק פראדע, גיטל, בּתיה.
פראַדע.
אומרואיג.
- וויי איז מיר! לאָה׳לע טאַנצט נאָך אַלץ מיט די אָרימעלייט. בּיי איר וועט זיך די קאָפּ פאַרדרייען. טעכטערלעך, בּריינגט זי צופירן אַהער. זעצט זיך אויף א בּיינקל. גיטל און בּתיה גייען צו לאָה׳ן.
גיטל.
- גענוג, לאָה׳לע, צו טאַנצן. קום.
בּתיה.
- דיר וועט זיך די קעפּעלע פאַרדרייען. זי און גיטל נעמען אָן לאָה׳ן פאר די הענט און ווילן זי אפּפירן.
די אָרימע ווייבּער.
רינגלען ארום לאה׳ן, מיט א בּעטנדיגן, וויינענדיגן געשריי:
- — זי האָט נאָך מיט מיר ניט געטאַנצט! מיט וואָס בּין איך ערגער פאַר אַיין אַנדערער?
- — אַ גאַנצע שעה ווי איך וואַרט, זי זאָל מיט מיר טאַנצן!
- — לאָזט מיך. נאָך עלקען דאַרף איך מיט איר טאַנצן.
- — מיט דער הינקעדיגער יחנה האָט זי זיך געדרייט אפשר צעהן מאָל, און מיט מיר אַפילו איין מאָל ניט! איך האָבּ צו גאָרנישט קיין מזל! מאיר גייט ארויס פון הויף און שטעלט זיך אויף א בּיינקל.
מאיר.
אויפן קול מיט א געזאנג ווי אַ מארשעלאק.
- האָט געלאָזט בּעטן דער מחותן דער גביר
- אַלעמען קומען אין שפּייכלער צום טיר!
- ס׳וועט טיילן נדבות ר׳ סנדר אַליין
- צו 10 גראָשן פאַר יעדער פּאַרשוין!
די אָרימעלייט.
לויפן געאיילט, שטופּנדיג איינער דעם אנדערן אין הויף, שרייען אויפגערעגט.
- צעהן גראָשן!! צעהן גראָשן!! דער פּלאץ ווערט פּוסט. עס בּלייבּן נאר לאה, גיטל, בּתיה און אַ בּלינדליכע אלטע.
די בּלינדליכע אַלטע.
כאפּט אן לאה׳ן.
- איך דאַרף ניט די נדבה, נאָר טאַנץ מיט מיר. כאָטש איין מאָל דריי זיך אַרום מיט מיר. שוין פערציג יאָר ווי איך האָבּ ניט געטאַנצט! אוי, האָבּ איך געטאַנצט אין דער יוגנט, האָבּ איך געטאַנצט! לאה נעמט ארום די אלטע, דרייט זיך מיט איר. די אלטע לאזט זי ניט אפּ, בּעט. נאָך! נאָך! זיי דרייען זיך. די אלטע מיט א פארכאפּטן אטעם, היסטעריש. נאָך!... נאָך!... גיטל פירט אפּ די אַלטע מיט גוואלד אין הויף, קערט זיך אום און צוזאמען מיט בּתיהן פירן זיי אפּ לאה׳ן צום גאניק, זעצן אויף א בּיינקל. די שארווערס און דינער נעמען⸗צו די טישן, שליסן⸗צו טויער.
פראַדע.
- בּיסט גלייך ווי אַ טוך, לאָה׳לע. האָסט זיך פאַרמאַטערט?
לאָה.
מיט געשלאסענע אויגן, פארוואָרפענעם קאפּ, רעדט ווי אין חלום.
- זיי האָבּן מיך אַרומגענומען, אַרומגערינגלט, געדריקט זיך צו מיר, געצויגן זיך צו מיר מיט זייערע קאַלטע טרוקענע פינגער... דער קאָפּ האָט זיך געדרייט, דאָס האַרץ האָט געחלשט... נאָכדעם האָט מיך אימיצער אויפגעהויבּן אין דער לופטן און אַוועקגעטראָגן ווייט... ווייט...
בּתיה.
דערשראקן.
- לאָה׳לע! זעה ווי זיי האָבּן צוקנייטשט אין פאַרפלעקט דיין קלייד! וואָס וועסטו איצטער טאָן!
לאָה.
ווי פריער.
- אַז מי לאָזט די כלה אַליין פאַר דער חופּה, קומען רוחות און טראָגן זי אַוועק...
פראַדע.
דערשראקן.
- וואָס פאַר אַ ווערטער רעדסטו, לאָה׳לע! די שוואַרצע טאָר מען ניט דערמאָנען מיט זייער נאָמען. די זיצן זיך בּאַהאַלטן און פאַרגראָבּן אין אַלע ווינקעלעך, אין אַלע לעכעלעך, אין אַלע שפּעלטעלעך. אַלץ זעהען זיי, אַלץ הערן זיי און וואַרטן נאָר, מי זאָל זיי אָנרופן מיט זייער טרפהנעם נאָמען, שפּרינגען זיי בּאַלד אַרויס און וואַרפן זיך אָן אויף אַ מענטשן. טפו! טפו! טפו!
לאָה.
עפנט די אויגן.
- זיי זיינען ניט קיין בּייזע...
פראַדע.
- גלויבּן זיי טאָר מען אויך ניט. אַז מי גלויבּט אַ ניטגוטן, ווערט ער צולאָזן און הייבּט אָן שטיפן...
לאָה.
זעער זיכער.
- בּאָבּינקע! אונז רינגלען אַרום ניט בּייזע רוחות, נאָר נשמות פון מענטשן, וואָס זיינען געשטאָרבּן פאַר דער צייט. אָט זיי קוקן זיך דאָס צו און הערן זיך צו צו אַלץ, וואָס מיר טוען און ריידן...
פראַדע.
- גאָט איז מיט דיר, טאָכטערל! וואָס רעדסטו! נשמות. וועלכע נשמות? ריינע כשרע נשמות פליען אַרויף אויפן הימל, רוען אין ליכטיגן גן⸗עדן...
לאָה.
- ניין, בּאָבּוניו, זיי זיינען מיט אונז! מיט איין אנדער טאן. בּאָבּע! אַ מענטש ווערט דאָך געבּאָרן אויף אַ גרויסן לאַנגן לעבּן. און אַז ער שטאַרבּט פאַר דער צייט, וואו קומט אַהין זיין ניט דערלעבּטער לעבּן? זיין פרייד און זיין לייד? זיינע געדאַנקען, וואָס ער האָט קיין צייט געהאַט צו טראַכטן, זיינע מעשים, וואָס ער האָט קיין צייט געהאַט צו טאָן? וואו קומען אַהין די קינדער, וועלכע ער האָט קיין צייט געהאַט צו האָבּן? וואו קומט דאָס אַלץ אַהין? וואו? פארטראכט. האָט געלעבּט אַ בּחור, געווען איז בּיי אים אַ הויכע נשמה און טיפע געדאַנקען. אַ לאַנגער לעבּן איז געווען פאַר אים... און מיט אַ מאָל, אין איין רגע האָט זיך איבּערגעריסן זיין לעבּן, אין עס זיינען געקומען פרעמדע מענטשן און האָבּן אים מקבּר געווען אין אַ פרעמדער ערד. מיט פארצווייפלונג. וואו⸗זשע איז אַהינגעקומען זיין איבּעריגער לעבּן? זיינע רייד, וואָס זיינען אַנשוויגן געוואָרן, זיינע תפילות, וואָס זיינען איבּערגעריסן געוואָרן?... בּאָבּע אַ ליכט, אַז זי ווערט פאַרלאָשן, צינדט מען זי ווידער אָן און זי בּרענט ווייטער בּיז זי בּרענט אויס בּיזן סוף. ווי⸗זשע קען פאַרלאָשן ווערן אויף אייבּיג אַ ניט⸗אויסגעבּרענטע ליכט פון לעבּן? ווי קען דאָס זיין?
פראַדע.
שאקלט מיטן קאפּ.
- מי טאָר ניט, טאָכטערל, טראַכטן וועגן אַזעלכע זאַכן! דער אייבּערשטער ווייס וואָס ער טוט, און מיר זיינען בּלינדע, מיר ווייסן גאָרנישט. עס גייט⸗צו אומבּאמערקט דער משולח און שטעלט זיך אפּ ניט ווייט הינטער די ריידנדיגע.
לאָה.
ניט הערנדיג זי, זיכער.
- ניין, בּאָבּוניו. אַ מענטשנס לעבּן גייט ניט פאַרפאַלן. אַז אימיצער שטאַרבּט פאַר דער צייט, קערט זיך זיין נשמה אום אויף דער ↰ 40 וועלט, כדי צו דערלעבּן די איבּעריגע יאָרן, צו פאַרענדיגן די ניט⸗געטאָנענע מעשים, דורכפילן די ניט⸗איבּערגעלעבּטע פריידן און ליידן. פּויזע. בּאָבּע! איר האָט דערציילט, אַז אום האַלבּע נאַכט קומען אין שול מתים דאַווענען. דאָס קומען זיי פאַרענדיגן די תפילות, וואָס זיי האָבּן קיין צייט געהאַט אַרויסצוזאָגן. פּויזע. מיין מאַמע איז געשטאָרבּן אין דער יוגנט, האָט קיין צייט געהאַט איבּערלעבּן וואָס איר איז בּאַשערט געווען. וועל איך היינט גיין אויפן בּית⸗עולם און וועל זי בּעטן, זי זאָל קומען און צוזאַמען מיטן טאַטן פירן מיך אונטער דער חופּה. און זי וועט קומען און וועט נאָכדעם טאַנצן מיט מיר. און אַזוי איז מיט אַלע נשמות, וואָס זיינען פאַר דער צייט אַוועק פון דער וועלט. זיי זיינען צווישן אונז, נאָר מיר זעהען זיי ניט, מיר פילן זיי ניט... שטיל. בּאָבּוניו, אַז מי זאָל שטאַרק וועלן, קען מען זיי זעהן און הערן זייער קול און פאַרשטיין וואָס זיי טראַכטן... איך ווייס... פּויזע, ווייזט אויפן קבר׳ל. אָט דער הייליגער קבר׳ל, איך געדיינק אים פון קינדווייז, איך קען דעם חתן⸗כלה, וואָס זיינען דאָרט בּאַגראָבּן. איך האָבּ זיי פיל מאָל געזעהן אין חלום און אויפן וואָר, און זיי זיינען מיר נאָהענט, ווי אייגענע. פאַרטראַכט. יונגע און שיינע זיינען זיי געגאַנגען צו דער חופּה, פאַר זיי איז געווען אַ לאַנגער לעבּן, אַ שיינער לעבּן. מיט אַ מאָל זיינען אָנגעלאָפן בּייזע מענטשן מיט העק — און דער חתן⸗כלה זיינען געפאַלן טויטע. מי האָט זיי בּיידן בּאַגראָבּן אין איין קבר, זיי זאָלן בּלייבּן אויף אייבּיג ניט צושיידט. און בּיי יעדער חתונה, אַז מי טאַנצט אַרום זייער קבר, גייען זיי אַרויס און נעמען אַ טייל אין דער פרייד פון חתן⸗כלה... הייבּט זיך אויף און גייט צום קבר׳ל. פראַדע, גיטל און בּתיה גייען איר נאך. שפּרייט אויס די הענט, הויך. הייליגע חתן⸗כלה! איך פאַרבּעט אַייך צו מיר אויף חתונה! קומט און שטעלט זיך לעבּן מיר אונטער דער חופּה! עס דערהערט זיך מיט א מאל א פרייליכער כלי⸗זמר⸗מארש. לאה שרייט אויס פון שרעק און פאלט שיער ניט.
גיטל.
האלט זי אונטער.
- וואָס האָסטו זיך דערשראָקן. דאָס איז מסתמא געקומען דער חתן. האָט מען אים בּיין אַריינפאָר אין שטעטל בּאַגעגנט מיט מוזיק.
בּתיה.
אויפגערעגט.
- איך וועל לויפן שטילערהייט אָנקוקן אים.
גיטל.
- איך אויך. נאָכדעם וועלן מיר קומען זאָגן דיר, אַ וועלכער ער איז. ווילסט?
לאָה.
שאקלט מיטן קאפּ.
- ניין.
בּתיה.
- זי שעמט זיך! שעם זיך ניט, נאַרעלע, מיר וועלן קיינעם ניט אויסזאָגן. גייען געשווינט אוועק. לאה און פראַדע קערן זיך אום צום גאניק.
פראַדע.
- אַ כלה בּעט אַלע מאָל די חברתעס, זיי זאָלן גיין שטילערהייט אָנקוקן דעם חתן און קומען זאָגן איר, אַ וועלכער ער איז, אַ ווייסינקער, צי אַ שוואַרצינקער.
דער משולח.
גייט צו נעהענטער.
- כלה.
לאָה.
גיט א גיטער, קערט זיך אום.
- וואָס ווילט איר? קוקט אויפמערקזאם אויף אים.
דער משולח.
- נשמות פון געשטאָרבּענע קערן זיך אום אויף דער וועלט, אָבּער ניט ווי רוחות אָן אַ גוף. פראַן נשמות, וואָס גייען דורך עטליכע גופים, בּיז זיי דערגרייכן זייער אויסלייטערונג. לאָה הערט אים צו מיט אַלץ שטאַרקערער אויפמערקזאמקייט. זינדיגע נשמות ווערן מגולגל אין חיות, אין עופות, אין פיש, אַפילו אין צמחים, און זיי קענען זיך אַליין ניט אויסלייטערן און זיי וואַרטן בּיז אַ צדיק וועט די בּאַפרייען און מתקן זיין. און עס זיינען דאָ נשמות, וואָס קומען אַריין אין אַ ניי⸗געבּאָרענעם גוף און לייטערן זיך אַליין אויס, מיט די אייגענע מעשים...
לאָה.
ציטערנדיג.
- רעדט! רעדט ווייסער!
דער משולח.
- און עס זיינען דאָ פאַרוואָגלטע נשמות, וואָס געפינען זיך קיין רוה ניט און זיי דרינגען אַריין אין אַ פרעמדן לעבּעדיגן גוף, ווי אַ „דיבּוק”, און דורך דעם דערגרייכן זיי זייער אויסלייטערונג... ער פאַרשווינדט. לאה בּלייבּט איבּערראַשט. עס גייט אַרויס פון שטוב סנדר.
סנדר.
- וואָס זיצטו דאָ, טאָכטערל?
פראַדע.
- זי האָט משמח געווען די אָרימע⸗לייט פון אָרים⸗מאָלצייט, געטאַנצט מיט זיי, האָט זי זיך פאַרמאַטערט און רוט אָפּ.
סנדר.
- אָ! די אָרימע⸗לייט משמח געווען — דאָס איז אַ גרויסע מצוה! קוקט אום הימל. שוין שפּעט. די מחותנים מיטן חתן זיינען שוין געקומען. זייט איר גרייט?
פראַדע.
- זי דאַרף נאָך גיין אויפן הייליג אָרט...
סנדר.
- גיי, טאָכטערל, גיי, צו דער מאַמען אויפן קבר. זיפצעט. וויין זיך אויס דאָרטן און פאַרבּעט די מאַמען אויף חתונה. זאָג איר, אַז איך וויל מיט איר אינאיינעם פירן צו דער חופּה אונזער בּת⸗יחידה... זאָג איר, אַז איך האָבּ מקיים געווען אַלץ, וועגן וואָס זי האָט מיך געבּעטן פאַרן טויט. דעם גאַנצן לעבּן האָבּ איך אָפּגעגעבּן נאָר דיר, האָבּ דיך אויסגעהאָדעוועט, געמאַכט פאַר אַ כשרע יידישע טאָכטער. און איצטער גיבּ איך דיך אויס פאַר אַ בּחור אַ וואויל⸗לערנער, אַ ירא⸗שמים און אַ מיוחס... ווישט אָפּ די טרערן און מיט איין אַראָפּגעלאָזענעם קאָפּ קערט זיך אום אין שטוב. פּויזע.
לאָה.
- בּאָבּוניו, אויפן בּית⸗עולם מעג איך רופן אויף חתונה אַנדערע, אַ חוץ דער מאַמען?
פראַדע.
- נאָר די נאָהענטע קרובים. וועסט רופן דעם זיידע ר׳ אפרימ׳ען, די מומע מירעלע.
לאָה.
איך וואָלט וועלן רופן איינעם... ניט אַ קרוב.
פראַדע.
- מי טאָר ניט, טאָכטערל. אויבּ דו וועסט רופן אַ פרעמדן, וועלן די איבּעריגע מתים פאַראיבּל האָבּן און זיי קענען בּייז טאָן...
לאָה.
- ניט קיין פרעמדער... ער איז געווען בּיי אונז ווי איין אייגענער...
פראַדע.
שטיל, דערשראָקן.
- אָ... טאָכטערל, איך האָבּ מורא!... מי זאָגט, ער איז געשטאָרבּן מיט אַ מיאוסן טויט... לאָה וויינט שטיל. נו, וויין ניט, וויין ניט. רוף אים. איך נעם אויף זיך דעם חטא... דערמאָנט זיך. אָבּער איך ווייס דאָך ניט, וואו זיין קבר איז, און פרעגן איז ניט פּאַסיג.
לאָה.
- איך ווייס, וואו ער איז.
פראַדע.
פאַרוואונדערט.
פונוואַנען ווייסטו?
לאָה.
- איך האָבּ געזעהן אין חלום זיין קבר. מאַכט⸗צו די אויגן, פאַרטראַכט. און אים האָבּ איך אויך געזעהן. און ער האָט מיר דערציילט, וואָס מיט אים טוט זיך... און האָט געבּעטן, איך זאָל אים רופן אויף חתונה. עס קומען צולויפן גיטל און בּתיה.
גיטל, בּתיה.
צוזאַמען אויפגערעגט.
- מיר האָבּן אים געזעהן! מיר האָבּן אים געזעהן.
לאָה.
דערשיטערט.
- וועמען? וועמען האָט איר געזעהן?
גיטל.
- דעם חתן! ער איז אַ שוואַרצינקער, אַ שוואַרצינקער!
בּתיה.
- ניין, אַ ווייסינקער! ניין, אַ ווייסינקער!
גיטל.
- קום, מיר וועלן אים נאָך אַ מאָל אָנקוקן! גייען געשווינט אַוועק.
לאָה.
שטייט⸗אויף.
- בּאָבּע! קומט אויפן בּית⸗עולם.
פראַדע.
טרויעריג.
- קום, טאָכטערל, אָח⸗אָח⸗אָח! לאה נעמט אַ שוואַרצן שאַל אויף די פּלייצעס און גייט מיט פראַדען אין געסל רעכטס. אַ וויילע שטייט די סצענע פּוסט. עס הערט זיך מוזיק⸗שפּילן. פון געסל לינקס גייען אַרויס נחמן, ר׳ מענדל און מנשה, אַ קליינער, דאַרער בּחורל, אַ דערשראָקענער מיט גרויסע פאַרוואונדערטע אויגן; נאָך זיי מחותּנים, מחותּנתטעס, אָנגעטאָן יום⸗טובדיג. זיי אַנטקעגן גייט אַרויס סנדר.
סנדר.
דערלאנגט די האַנט נחמנ׳ען
- שלום עליכם, מחותן. בּרוך הבּא! קושן זיך. סנדר גיט שלום מנשה׳ן, קושט זיך מיט אים, גיט שלום די איבּעריגע. ווי איז געווען די וועג, מחותן?
נחמן.
- מיר האָבּן געהאַט זעער אַ שווערע און בּיטערע וועג! מיר זיינען אַראָפּ פון שליאַך און אַ לאַנגע צייט געבּלאָנדזעט אין פעלד, נאָכדעם זיינען מיר פאַרקראָכן אין אַ זומפּ און שיער דאָרט ניט איינגעזונקען געוואָרן, קוים אַרויסגעקראָכן. מיר איז שוין אַריינגעפאַלן אַ מחשבה, אַז די ניט⸗גוטע, רחמנא לצלן, האָבּן זיך דאָ אַריינגעמישט און לאָזן אונז ניט פאָרן... נאָר, ווי די מעשה איז, אַ דאַנק גאָט, געקומען אין דער צייט.
סנדר.
- איר זייט אַודאי מיד פון וועג. איר ווילט מסתמא אָפּרוען?
נחמן.
- קיין צייט ניטאָ אָפּצורוען. מיר האָבּן נאָך פיל צו ריידן וועגן אונזערע התחיבותן, וועגן איינלייגן דעם נדן, מתנות, רח״ש וכל״ז.
סנדר.
אַדרבּה! ער נעמט אים ארום און זיי הייבּן אָן אומגיין הין און צוריק איבּערן פּלאַץ און ריידן שטיל.
ר׳ מענדל.
צו מנשה׳ן.
- געדענק⸗זשע! בּיין טיש דאַרפסטו זיצן שטיל, ניט רירן זיך פון אָרט, און האַלטן אַראָפּגעלאָזן די אויגן... און בּאַלד נאָך דער חופּה⸗וועטשערע, ווי נאָר דער בּדחן וועט אויסרופן: „דער חתן וועט זאָגן די דרשה!” זאָלסטו גלייך אויפשטיין, שטעלן זיך אויפן בּיינקל און זאָלסט אָנהייבּן זאָגן אויפן קול, מיט אַ נגון. וואָס העכער דו וועסט שרייען, איז אַלץ בּעסער. און שעם זיך ניט! הערסט?
מנשה.
מעכאניש.
איך הער... שטיל. רבּי, איך האָבּ מורא...
ר׳ מענדל.
דערשראָקן.
- וואָס האָסטו מורא? האָסט אפשר פאַרגעסן די דרשה?
מנשה.
- די דרשה געדענק איך...
ר׳ מענדל.
- וואָס⸗זשע האָסטו מורא?...
מנשה.
מיט א שטארקן צער.
- איך ווייס ניט... ווי נאָר מיר זיינען אַרויסגעפאָרן פון דער היים, איז אויף מיר אָנגעפאַלן אַ שטאַרקער פּחד: מיר זיינען פרעמד די ערטער, וואו מיר זיינען דורכגעפאָרן, איך האָבּ קיין מאָל ניט געזעהן אַזוי פיל פרעמדע מענטשן... מיך נעמט אָן אַ שרעק, אַז זיי קוקן אויף מיר... איך האָבּ מורא פאַר זייערע אויגן... ציטערט. ↰ 46 רבּי! פאַר קיין זאַך ציטער איך ניט אַזוי, ווי פאַר דעם בּליק פון פרעמדע אויגן!
ר׳ מענדל.
- איך וועל דיר אָפּשפּרעכן עין⸗הרע.
מנשה.
- רבּי! איך וואָלט וועלן בּלייבּן אַליין, פאַרבּאָרגן זיך ערגיץ אין אַ ווינקל, און דאָ רינגלען מיך אַרום פון אַלע זייטן פרעמדע מענטשן, איך דאַרף מיט זיי ריידן, ענטפערן זיי... ווי מי וואָלט מיך פירן צו דער תליה! מיט א מיסטישער שרעק. רבּי! און מער פאַר אַלץ פירכט איך זיך פאַר איר... פאַר דער בּתולה!...
ר׳ מענדל.
- טו אָן אויף זיך אַ כח! זיי מנצח די שרעק, אַ ניט — וועסטו די דרשה, חלילה, פאַרגעסן... קום, מיר וועלן אַריינגיין אין אכסניה, וועסט זי נאָך אַמאָל איבּערחזרן. זיי גייען.
מנשה.
דערזעהט פאר זיך דעם הייליגן קבר׳ל, ווערט פאַרציטערט, כאפּט ר׳ מענדלען פארן האנט. רבּי! וואָס איז דאָס? אַ קבר אין מיטן גאַס!! שטעלן זיך אפּ. לייענען שווייגענדיג די מצבה. שטייען א וויילע און גייען מיט אראפּגעלאזענע קעפּ אין געסל לינקס. סנדר, נחמן און די מחותנים גייען אריין אין הויז. פון סנדרס הויף גייען ארויס איינע נאך די אנדערע ארימע⸗לייט, מיט די טארבּעס אויף די פּלייצעס, מיט שטעקנס אין די הענט, גייען⸗דורך שטיל און טרויעריג דעם פלאץ און פארשווינדן אין געסל לינקס. אייניגע שטעלן זיך אָפּ אויף אַ רגע.
אַ הויכע בּלאַסע ווייבּל.
- אָט איז דער אָרים⸗מאָלצייט אויך פאַרבּיי, גלייך ווי ניט געווען...
אַ הינקעדיגע זקנה.
- געזאָגט, אַז מי וועט געבּן צו אַ טעלער יויך, און מי האָט ניט געגעבּן.
אַ האָרבּאַטע.
- חלה געגעבּן צו קליינע המוציא׳לעך...
אַיין אָרימאַן אויף קוליעס.
אַזאַ גבּיר! קראַנק איז ער געווען צו געבּן צו גאַנצע בּולקעס יעדערן?
אַ הויכע בּלאַסע ווייבּל.
- געמעגט געבּן צו שטיקעלע עוף. נישקשה, פאַר די גבירישע אורחים האָט מען אָנגעגרייט אי הינער, אי גענז, אי נישטאָפּטע ענדיקעס...
בּלינדליכע זקנה.
- אַלץ איינס... נאָכן טויט וועט אַלץ אָנקומען די ווערים. אָח⸗אָח⸗אָח! גייען לאנגזאם אוועק. די סצענע שטייט אוויילע פּוסט. דער משולח גייט לאנגזאם דורך איבּער דער סצענע, גייט אריין אין שול. עס ווערט פינסטערליך. די קרעמער שליסן די קראָמען, גייען אוועק. אין קלויז און בּיי סנדרן אין הויז צינדט זיך אָן פייער. אויפן גאניק גייען ארויס סנדר, גיטל און בּתיה, קוקן זיך אום.
סנדר.
אומרואיג.
- וואו איז לאה? וואו איז די אַלטע? פאַרוואָס קומען זיי ניט אַזוי לאַנג פון הייליגן אָרט? צי האָט זיך מיט זיי, חס ושלום, עפּעס ניט געטראָפן.
גיטל, בּתיה.
מיר וועלן גיין זיי אַיינקעגן. פון געסל רעכטס גייען געאיילט ארויס פראדע און לאה.
פראַדע.
- געכער, געכער, טאָכטערל! איי, ווי מיר האָבּן פאַרשפּעטיגט!... נאָך וואָס האָבּ איך דיך געדאַרפט פאָלגן! איך ציטער, עס זאָל ניט טרעפן עפּעס אַיין אומגליק, חס ושלום.
סנדר.
- נו! אָט זיינען זיי! וואָס האָט איר אַזוי פאַרשפּעטיגט? פון שטובּ גייען ארויס ווייבּער.
ווייבּער.
- פירט די כלה ליכט בּענטשן! זיי פירן אריין לאה׳ן אין שטובּ.
פראַדע.
שטיל צו גיטל און בּתיה.
- זי איז געפאַלן חלשות. קוים אָפּגעמינטערט זי! איך ציטער נאָך...
בּתיה.
- זי פאַסט דאָך, האָט איר פאַרחלשט דאָס האַרץ.
גיטל.
- זי האָט שטאַרק געוויינט אויף דער מאַמעס קבר?
פראַדע.
מאַכט מיטן האַנט.
- פרעג בּעסער ניט.. וואָס דאָרטן האָט זיך געטאָן! איך ציטער! מי גרייט⸗צו לעבּן טיר א שטול, מי פירט ארויס לאה׳ן און מי בּאזעצט זי. עס שפּילט מוזיק. פון געסל לינקס גייען ארויס נחמן, מנשה, ר׳ מענדל, די מחותּנים. מנשה טראָגט אין בּיידע הענט אַ דעקטוך און גייט צו לאה׳ן אַרויפוואַרפן איר אויפן פּנים. פון קלויז גייט ארויס דער משולח.
לאה.
רייסט אראפּ דעם דעקטוך, שפּרינגט אויף פון ארט, שטויסט אפּ מנשה׳ן און שרייט אויס.
- ניט דו בּיסט מיין חתן!! עס ווערט א שטארקער טומל. אלע רינגלען ארום לאה׳ן.
סנדר.
דערשיטערט.
- טאָכטערל! טאָכטערל! לאה! וואָס איז מיט דיר?!
לאה.
רייסט זיך ארויס, לויפט⸗צו צום קבר׳ל, שפּרייט אויס די הענט.
- הייליגע חתן⸗כלה, בּאַשיצט מיך, ראַטעוועט מיך! זי פאלט. מי לויפט⸗צו צו איר, מי הייבּט זי אויף. זי קוקט זיך ווילד ארום און שרייט ניט מיט איר קול, מיט א מאנסבּילשן. אַ⸗אַ! איר האָט מיך מקבּר געווען! און איך האָבּ זיך אומגעקערט צו מיין בּאַשערטער און וועל ניט אַוועקגיין פון איר! נחמן גייט⸗צו צו לאה׳ן. זי שרייט אים אויס אין פּנים. האַמעליוק!!
נחמן.
פארציטערט.
- זי איז משוגע געוואָרן.
דער משולח.
- אין דער כלה איז אַריין אַ דבּוק. א שטארקער טומל.
אין מיראפּאליע. בּיי ר׳ עזריאלקע מיראפּאליער אין הויז. א גרויסער חדר רעכטס אַ טיר אין די אינווייניגסטע חדרים. אין מיטן דער פאדערשטער וואנט א טיר פון גאס. בּיי בּיידע זייטן טיר שול⸗בּענק. אין וואנט פענסטער. לינקס, כמעט אין דער גאַנצער לענג פון וואַנט, אַ בּרייטער טיש בּאדעקט מיט אַ ווייסן טישטוך. אויפן טיש בּערגלעך אנגעשניטענע חלה אויף המוציא. אויבּן⸗אן א פאטעל. אין דער רעכטער וואנט, נאך דער אינווייניגסטער טיר, א קליינער ארון קודש מיט איין עמוד. אַנטקעגן זיי ניט קיין גרויסער טיש. א קאנאפּע, עטליכע שטולן.
שבּת צו נאכטס. בּאלד נאך מעריב. אין חדר זיינען חסידים. דער גבּאי מיכאל שטייט פיין טיש און לייגט פונאנדער די בּערגלעך חלה. לעבּן ארון קודש זיצט דער משולח. אים רינגלט ארום איין עדה חסידים. עטליכע חסידים זיצן בּאַזונדער, קוקן אריין אין ספרים. ערשטער און צווייטער חסידים שטייען אין מיטן חדר בּיין קליינעם טיש. פון די אינווייניגסטע חדרים הערט זיך אַ שטילער געזאַנג: „גאט פון אברהם, פון יצחק און פון יעקב”.
1⸗טער חסיד.
- דער אורח דערציילט עפּעס זעער וואונדערליכע מעשיות... עס נעמט אָן אַ פּחד. איך האָב מורא זיי צו הערן...
2⸗טער חסיד.
- וואָס?
1⸗טער חסיד.
- אין זיי זיינען דאָ טיפע רמזים, ניט צו פאַרשטיין... אין זיי מוז זיין עפּעס פון דעם בּראַסלאַווערס שיטה... ווער ווייס...
2⸗טער חסיד.
עלטערע חסידים הערן, מסתמא איז ניטאָ קיין חשש. גייען צום רעדל ארום דעם משולח.
3⸗טער חסיד.
- דערציילט נאָך עפּעס!
דער משולח.
- שפּעט. די צייט איז קורץ.
4⸗טער חסיד.
- נישקשה. דער רבּי וועט נאָך ניט בּאַלד אַרויסגיין.
דער משולח.
דערציילט.
- אין עק וועלט איז דאָ אַ הויכער בּאַרג, און אויף דעם בּאַרג ליגט אַ גרויסער שטיין, און פון דעם שטיין שלאָגט אַ לויטערער קוואַל. און אויף דעם אַנדער עק וועלט געפינט זיך דאָס האַרץ פון דער וועלט, וואָרום יעדער זאַך אין דער וועלט האָט איר האַרץ און די וועלט אינגאַנצן האָט איין גרויסע האַרץ. און דאָס האַרץ פון דער וועלט לאָזט ניט אַראָפּ איר בּליק פון לויטערן קוואַל און קען זיך אויף אים זאַט ניט אָנקוקן, און עס בּיינקט און גלוסט און ציט זיך דורשטיג צום לויטערן קוואַל, נאָר עס קען דעם קלענסטן טראָט צו אים ניט מאַכן. וואָרום ווי דאָס האַרץ רירט זיך נאָר פון אָרט, פאַרלירט עס פון די אויגן דעם שפּיץ בּאַרג מיט דעם לויטערן קוואַל, און אַז דאָס האַרץ פון דער וועלט זעהט ניט דעם לויטערן קוואַל כאָטש איין רגע, פאַרלירט עס דעם חיות. און צוגלייך מיט דעם הייבּט אָן שטאַרבּן די וועלט. און דער לויטערער קוואַל האָט ניט קיין אייגענע צייט און ער לעבּט מיט דער צייט, וואָס דאָס האַרץ פון דער וועלט שיינקט אים. און דאָס האַרץ גיט אים נאָר איין טאָג. און אַז דער טאָג פאַרגייט, הייבּט אָן דער לויטערער קוואַל זינגען צו דעם האַרץ פון דער וועלט. און דאָס האַרץ פון דער וועלט זינגט צום לויטערן קוואַל. און זייער געזאַנג פאַרשפּרייט זיך איבּער דער וועלט, און עס גייען אַרויס פונם געזאַנג לייכטענדיגע פאָדים אין ציען זיך צו די הערצער פון אַלע זאַכן אין דער וועלט און פון איין האַרץ צום אַנדערן... און עס איז פאַרהאַנדן אַ רעכטפאַרטיגער און לייטזעליגער מאַן, וואָס גייט אום איבּער דער וועלט און קלייבּט די ליכטיגע פאָדים פון די הערצער און וועבּט פון זיי צייט. און אַז ער וועבּט אויס אַ גאַנצן טאָג, גיט ער אים אָפּ דעם האַרץ פון ↰ 51 דער וועלט, און דאָס האַרץ פון דער וועלט גיט עס אָפּ דעם לויטערן קוואַל. און ער לעבּט נאָך אַ טאָג...
3⸗טער חסיד.
- דער רבּי גייט! אלע ווערן אנשוויגן, הייבּן זיך אויף — פון טיר רעכטס גייט ארויס ר׳ עזריאל, א טיפער זקן אין א ווייסער זשופּיצע און אין א שטריימל.
ר׳ עזריאל.
גייט לאנגזאם מיד און פארטראכט צום טיש, לאזט זיך שווער אראפּ אין פאטעל. מיכאל שטעלט זיך בּיי זיין רעכטער האנט, די חסידים זעצן זיך ארום טיש. די עלטערע זעצן זיך אויף די בּיינק. די יינגערע שטייען הינטער זיי. מיכאל טיילט חלה די חסידים. ר׳ עזריאל הייבּט אויף דעם קאפּ, הייבּט אן שטיל מיט א ציטערנדיגן קול זינגען.
- דא היא סעודתא דדוד מלכּא משיחא
אלע ענטפערן, מאכן המוציא, מי הייבּט אן זינגען שטיל א נגון אן ווערטער, א טרויעריג⸗מיסטישן. פּויזע. ר׳ עזריאל גיט א טיפן זיפץ, שפּארט אונטער דעם קאפּ מיט בּיידע הענט אוּן זיצט א וויילע פארטיפט אין די געדאנקען. עס הערשט איין אימהדיגע שטילקייט. ר׳ עזריאל הייבּט אויף דעם קאָפּ און הייבּט אן שטיל מיט א ציטערנדיגן קול.
- מי דערציילט וועגן בּעל שם הקדוש, זכותו יגן עלינו. קליינע פּויזע. אַ מאָל זיינען געקומען אין מעזשיבּוזש דייטשלעך, קונצנמאַכער, וואָס בּרעכן זיך אין די גאַסן: האָבּן די איבּערגעצויגן איבּערן בּרייט פון טייך אַ שטריק און איינער פון זיי איז געגאַנגען איבּערן שטריק. איז מען זיך פון גאַנצן שטאָט צונויפגעלאָפן צום טייך קוקן אויף דעם בּייזוואונדער. איז דער בּעל שם הקדוש אויך אַרויס צום טייך און איז געשטאַנען מיט אַלעמען און האָט אויך געקוקט אויף דעם מענטשן, וואָס איז געגאַנגען איבּערן שטריק. איז דאָס געווען פאַר די תלמידים אַ גרויסער וואונדער און זיי האָבּן געפרעגט, וואָס דאָס בּאַטייט, וואָס ער איז געגאַנגען אָנקוקן די קונצן. האָט דער בּעל שם הקדוש זיי געענטפערט: „איך בּין געגאַנגען אָנקוקן און זעהן, ווי אַזוי אַ מענטש גייט דאָס איבּער אַ טיפן אָפּגרונט. און איך האָבּ געקוקט און געטראַכט: ווען דער מענטש וואָלט אַזוי פיל אַרבּעטן אויף זיין נשמה, וויפיל ער האָט געאַרבּעט אויפן גוף, איבּער וועלכע טיפע אָפּגרונטן וואָלט זי געקאָנט אַריבּערגיין אויף דעם דינינקן שנירעלע פון לעבּן!” אַ טיפער זיפץ. פּויזע. די חסידים קוקן זיך איבּער מיט התפּעלות.
1⸗טער חסיד.
- הויך ווי די וועלט!
2⸗טער חסיד.
- פּלאי פּלאים!
3⸗טער חסיד.
- שופרא דשופרא!
ר׳ עזריאל.
שטיל צו מיכאלן, וואָס בּייגט זיך אָן צו אים.
- דאָ געפינט זיך אַ פרעמדער...
מיכאל.
קוקט זיך אום.
- דאָס איז אַ משולח, ווייזט אויס, אַ בּעל מקובּל...
ר׳ עזריאל.
- מיט וואָס פאַר אַ שליחות איז ער געקומען אַהער?
מיכאל.
- איך ווייס ניט. אפשר בּעטן אים אַרויסגיין?
ר׳ עזריאל.
- חלילה. אַדרבּה, אַ ניטהיגן דאַרף מען אָפּגעבּן כבוד. דערלאַנג אים אַ שטול. מיכאל א בּיסל פאַרוואונדערט, דערלאַנגט דעם משולח אַ שטול. קיינער בּאַמערקט עס ניט. ר׳ עזריאל גיט אַ בּליק אויף איינעם פון די חסידים, יענער זינגט אַ מיסטישן נגון אָן ווערטער. פּויזע. ר׳ עזריאל ווי פריער. גאָטס וועלט איז גרויס און הייליג. דאָס הייליגסטע לאַנד אין דער וועלט איז ארץ ישראל. אין ארץ ישראל איז די הייליגסטע שטאָט ירושלים, אין ירושלים איז דער הייליגסטער אָרט געווען דער בּית המקדש און אין בּית המקדש איז הייליגער פון אַלץ געווען דער קדשי קדשים. קליינע פּויזע. עס זיינען דאָ אויף דער וועלט זיבּעציג אומות. דאָס הייליגסטע צווישן זיי איז דאָס פאָלק ישראל. אין פאָלק ישראל איז הייליגער פון אַנדערע דער שבט לוי, אין שבט לוי זיינען די הייליגסטע די כהנים. צווישן די כהנים איז דער הייליגסטער געווען דער כהן גדול. קליינע פּויזע. אין יאָר זיינען דאָ 354 טעג. צווישן זיי זיינען הייליג ימים טובים. העכער פון זיי ↰ 53 איז די הייליגקייט פון שבּתים. צווישן שבּתים איז דער הייליגסטער יום כפּור, שבּת שבּתון. קליינע פּויזע. עס זיינען דאָ אין דער וועלט זיבּעציג לשונות. דער הייליגסטער איז לשון הקודש. הייליגער פאַר אַלץ איז אויף דעם לשון די הייליגע תּורה, אין דער תּורה איז דאָס הייליגסטע די עשרת הדבּרות. אין די עשרת הדבּרות איז הייליגער פון אַלע ווערטער דער שם הויה. קליינע פּויזע. און איין מאָל אין יאָר, אין אַ בּאַשטימטער שעה, פלעגן זיך די אַלע פיר העכסטע הייליגטומען פון דער וועלט צונויפקומען מיט אַנאַנדער. דאָס איז געווען יום כפּור, בּשעת דער כהן גדול פלעגט אַריין אין קדשי קדשים און דאָרטן אַרויסריידן דעם שם המפורש — און ווייל אָט די שעה איז געווען אָן אַיין ערך הייליג און פורכטבּאַר, איז זי געווען די סכנות׳דיגע, ווי פאַרן כהן גדול, אַזוי פאַר דעם כלל ישראל. וואָרום ווען אין דער שעה וואָלט דעם כהן גדול, חס ושלום, אַריינגעפאַלן אין זינען אַ זינדיגער געדאַנקען אָדער אַ מחשבה זרה, וואָלט די וועלט חרוב געוואָרן. פּויזע. יעדער אָרט, וואָס אַ מענטש הייבּט פון אים אויף דעם בּליק צום היטל, איז קדשי קדשים; יעדער מענטש, וועלכן גאָט האָט בּאַשאַפן בּצלמו וכדמותו, איז אַ כהן גדול; יעדער טאָג פון אַ מענטשנס לעבּן איז יום כפּור און יעדער וואָרט, וואָס אַ מענטש רעדט אַרויס מיט תמימות, איז אַ שם הויה. דרום — יעדער עבירה און יעדער עולה, וואָס אַ מענטש טוט, בּריינגט אַ חורבּן פון דער וועלט. מיט אַ ציטערדיגן קול. מענטשישע נשמות — דורך גרויסע יסורים און פּיין, דורך פיל גלגולים ציען זיי זיך, ווי אַ קינד צו דער מוטערס בּרוסט, צו זייער מקור, אין דער הויך צום כסא הכבוד. נאָר עס טרעפט, אַז בּעת אַ נשמה דערגרייכט שוין די גאָר הויכע מדריגות, איז מיט אַ מאָל גובר די קליפּה, חס ושלום, און די נשמה ווערט געשטרויכלט און פאַלט. און וואָס העכער זי איז געווען אויפגעהויבּן, אַלץ טיפער איז איר פאַלן. און אַז אַזאַ נשמה פאַלט, ווערט חרוב אַ וועלט, און עס ווערט פינסטער אין אַלע היכלים און עס קלאָגן אַלע צעהן ספירות. פּויזע. ווי אויפוואַכנדיג. קינדער! היינט וועלן מיר מקצר זיין מיט דער מלוה מלכה. אַלע, חוץ מיכאלן, גייען שטילערהייט אַרויס אונטער דעם איינדרוק פון געהערטן. קליינע פּויזע.
מיכאל.
גייט⸗צו צום טיש, ניט זיכער.
- רבּי! ר׳ עזריאל קוקט אויף אים מיד און טרויעריג. רבּי, עס איז געקומען סנדר בּריניצער...
ר׳ עזריאל.
ווי ער וועלט נאָכזאָגן.
- סנדר בּריניצער... איך ווייס...
מיכאל.
- אים האָט געטראָפן אַיין גרויסער אומגליק. אין זיין טאָכטער איז אַריין אַ דבּוק, רחמנא לצלן.
ר׳ עזריאל.
- אַריין אַ דבּוק... איך ווייס...
מיכאל.
- ער האָט זי געבּראַכט צו אַייך...
ר׳ עזריאל.
ווי פאַר זיך.
- צו מיר?... צו מיר?... ווי האָט ער געקאָנט קומען צו מיר, אַז מיין „איך” איז גאָר ניטאָ...
מיכאל.
- רבּי, צו אַייך פאָרט אַ גאַנצע וועלט.
ר׳ עזריאל.
- אַ גאַנצע וועלט... אַ בּלינדע וועלט... בּלינדע שאָף גייען נאָך אַ בּלינדן פּאַסטוך... ווען זיי וואָלטן ניט זיין בּלינד, וואָלטן זיי גיין ניט צו מיר, נאָר צו יענעם, וועלכער קען זאָגן „איך”. צום איינציגן „איך” פון דער וועלט.
מיכאל.
- רבּי, איר זייט זיין שליח...
ר׳ עזריאל.
- דאָס זאָגט די וועלט, און איך ווייס ניט... שוין פערציג יאָר ווי איך זיץ אויף דעם שטול פון אַ רבּין. און איך בּין עד היום ניט זיכער, אַז איך בּין בּאמת גאָט בּרוך הוא׳ס אַ שליח... פראַן צייטן, אַז איך פיל מיין נאָהענטקייט צום כביכול, יעמאָלט זיינען בּיי מיר ניטאָ קיין ספקות, יעמאָלט האָבּ איך אין זיך תקיפות, און ↰ 55 איך האָבּ אַ שליטה איבּער די הויכע עולמות. אָבּער עס טרעפט צייטן, אַז איך פאַרליר מיין זיכערקייט. און יעמאָלט בּין איך קליין און שוואַך ווי אַ קינד. יעמאָלט נויטיג איך זיך אַליין אין הילף...
מיכאל.
- רבּי, איך געדענק... איין מאָל זייט איר צו מיר געקומען אום האַלבּע נאַכט און געבּעטן, איך זאָל מיט אַייך זאָגן תהלים. מיר האָבּן יעמאָלט די גאַנצע נאַכט געזאָגט תהלים און געוויינט...
ר׳ עזריאל.
- דאָס איז אַמאָל געווען. איצט איז מיר נאָך ערגער. מיט אַ ציטערנדיגן קול. וואָס וויל מען פון מיר? איך בּין אַלט און שוואַך. דער גוף דאַרף רוה, די נשמה דורשט צו התבּודדות. און צו מיר ציען זיך דער צער און יסורים פון דער וועלט. יעדער קוויטל, וואָס מי דערלאַנגט מיר, שטעכט מיך ווי אַ נאָדל אין לייבּ. איך האָבּ שוין מער קיין כח ניט... איך קאָן ניט!...
מיכאל.
דערשראָקן.
- רבּי! רבּי!
ר׳ עזריאל.
כליפּעט.
- איך קאָן מער ניט! איך קאָן ניט! וויינט.
מיכאל.
- רבּי! איר טאָרט ניט פאַרגעסן, אַז גאַנצע דורות צדיקים און קדושי עליון שטייען הינטער אַייך. אַייער פאָטער ר׳ איצעלע, זכרונו לברכה, אַייער זיידע דער אַדמו״ר ר׳ וועלוועלע דער גרויסער, דעם בּעל שם׳ס תלמיד...
ר׳ עזריאל.
קומט צו זיך. הייבּט אויף דעם קאָפּ.
- מיינע אָבות... מיין הייליגער פאָטער, וואָס האָט דריי מאָל געהאַט גלוי אליהו... דער פעטער, רבּ מאיר בּער, וואָס פלעגט צו שמע ישראל אַרויפגיין אויפן הימל... דער זיידע, דער גרויסער ר׳ וועלוועלע, וואָס האָט מחיה מתים געווען. גיט זיך אַ קער צו מיכאלן. ↰ 56 לעבּהאַפט. ווייסט, מיכאל, דער זיידע, דער גרויסער ר׳ וועלוועלע, פלעגט אַרויסטרייבּן אַ דבּוק אָן שמות און השבּעות, נאָר מיטן געשריי, מיט איין געשריי! אין אַ שווערער צייט ווענד איך זיך צו אים און ער האַלט מיך אונטער. ער וועט מיך איצט אויך ניט פאַרלאָזן... רוף אַריין סנדרן. מיכאל גייט אַרויס און קערט זיך אום מיט סנדרן.
סנדר.
אויסשטרעקנדיג די הענט מיט אַ וויינענדיגן געבּעט.
- רבּי! האָט רחמנות! העלפט מיר, ראַטעוועט מיין בּת⸗יחידה!
ר׳ עזריאל.
- ווי אַזוי האָט זיך דער אומגליק געטראָפן.
סנדר.
- צום רעכטן בּאַדעקנס. ווי נאָר...
ר׳ עזריאל.
שלאָגט אים איבּער.
- ניט דאָס פרעג איך. ווי אַזוי האָט זיך דער אומגליק געקענט טרעפן? אַ וואָרים קאָן אַריינדרינגען אין אַ פּרי נאָר יעמאָלט, ווען זי הייבּט אָן פוילן.
סנדר.
- רבּי! מיין בּת⸗יחידה איז אַ גאָטספאַרכטיגע יידישע טאָכטער. זי גייט מיט אַראָפּגעלאָזענע אויגן און טרעט ניט אַרויס פון מיין ווילן.
ר׳ עזריאל.
- קינדער ווערן אַיין אַנדערש מאָל געשטראָפט פאַר די זינד פון די עלטערן.
סנדר.
- ווען איך וואָלט וויסן אויף זיך אַ זינד, וואָלט איך תשובה טאָן...
ר׳ עזריאל.
- האָט מען געפרעגט דעם דבּוק, ווער ער איז און פאַרוואָס ער איז אַריין אין דיין טאָכטער?
סנדר.
- ער ענטפערט ניט. נאָר נאָכן קול האָט מען אין אים דערקענט ↰ 57 אַ בּחור פון אונזער ישיבה, וואָס איז מיט עטליכע חדשים פריער פּלוצלינג געשטאָרבּן אין שול. ער האָט זיך געפּאָרעט אין קבּלה⸗מעשיות און איז נזוק געוואָרן.
ר׳ עזריאל.
- דורך וועלכע כחות?
סנדר.
- מי זאָגט, דורך די ניטגוטע... עטליכע שעה פאַרן טויט האָט ער געזאָגט זיינעם אַ חבר, אַז מי דאַרף ניט מלחמה האַלטן מיט זינד און אַז אין דער סטרא אחרא, רחמנא לצלן, איז דאָ אַ ניצוץ פון קדושה, ער האָט נאָך געוואָלט דורך כשוף בּאַקומען צוויי פעסלעך גאָלד...
ר׳ עזריאל.
- דו האָסט אים געקענט?
סנדר.
- יאָ... ער האָט בּיי מיר געגעסן טעג.
ר׳ עזריאל.
קוקט אויפמערקזאַם אויף סנדרן.
- האָסט אים אפשר מיט עפּעס מצער געווען, מבייש געווען? דערמאָן זיך.
סנדר.
- איך ווייס ניט... איך געדענק ניט! מיט פאַרצווייפלונג. רבּי, איך בּין דאָך ניט מער ווי אַ מענטש. פּויזע.
ר׳ עזריאל.
- פיר אַריין די בּתולה. סנדר גייט אַרויס און קערט זיך גלייך אום מיט פראַדען, פירנדיג פאַר די הענט לאהן. זי שפּארט זיך איין בּיין שוועל און וויל ניט גיין.
סנדר.
מיט געוויין.
- טאָכטערל, האָבּ רחמנות, זיי מיך ניט מבייש פאַרן רבּין. גיי אַריין.
פראַדע.
- גיי אַריין, לאה׳לע, גיי אַריין, טייבּעלע!
לאה.
- איך וויל אַריין, נאָר איך קאָן ניט!
ר׳ עזריאל.
- בּתולה! איך בּאַפעל דיר אַריינגיין. לאה טרעט איבּער דעם שוועל, און גייט צום טיש. זעץ זיך.
לאה.
זעצט זיך געהאָרכזאם. מיט א מאָל שפּרינגט זי אויף פון אָרט און שרייט ניט מיט איר קול.
לאָזט מיך! איך וויל ניט! זי וויל לויפן, סנדר און פראדע האלטן זי איין.
ר׳ עזריאל.
- דבּוק, איך בּין גוזר אויף דיר, זאָלסט זאָגן, ווער דו בּיסט.
לאה (דבּוק).
- מיראָפּאָליער רבּי! איר ווייסט אַליין ווער איך בּין און פאַר אַנדערע וויל איך מיין נאָמען ניט אַנטפּלעקן.
ר׳ עזריאל.
- איך פרעג ניט דיין נאָמען. איך פרעג, ווער בּיסטו?
לאה (דבּוק).
שטיל.
- איך בּין פון די וואָס האָבּן געזוכט נייע וועגן...
ר׳ עזריאל.
- נייע וועגן זוכט יענער, ווער עס האָט פאַרלאָרן דעם גלייכן וועג.
לאה (דבּוק).
- ער איז צו ענג...
ר׳ עזריאל.
- דאָס האָט שוין געזאָגט איינער, וואָס האָט זיך ניט אומגעקערט צוריק. פּויזע. פאַרוואָס בּיסטו אַריין אין דער בּתולה?
לאה (דבּוק).
- איך בּין איר בּאַשערטער.
ר׳ עזריאל.
- נאָך אונזער הייליגער תּורה, טאָר אַ מת ניט געפינען זיך אין דער סביבה פון לעבּעדיגע.
לאה (דבּוק).
- איך בּין ניט געשטאָרבּן.
ר׳ עזריאל.
- דו בּיסט אַוועק פון אונזער וועלט און טאָרסט זיך אַהער ניט אומקערן בּיז מען וועט בּלאָזן אין גרויסן שופר, דרום בּין איך גוזר אויף דיר, דו זאָלסט פאַרלאָזן דעם גוף פון דער בּתולה, כדי עס זאָל ניט פאַרוועלקט ווערן אַ לעבּעדיגער צווייג פון אייבּיגן בּוים פון פאָלק ישראל.
לאה (דבּוק).
שרייט.
- מיראָפּאָליער רבּי! איך ווייס, ווי שטאַרק און אַלמעכטיג איר זייט! איך ווייס, אַז איר קאָנט בּאַפעלן מלאָכים און שרפים, אָבּער מיט מיר וועט איר גאָרנישט ניט מאַכן. איך האָבּ ניט וואוהין צו גיין! פאַר מיר זיינען פאַרצוימט אַלע וועגן און פאַרשלאָסן אַלע שטעגן און פון אַלע זייטן לויערן אויף מיר בּייזע רוחות, גרייטע מיך איינצושלינגען. מיט א ציטערנדיגן קול. עס איז דאָ הימל און ערד, עס זיינען דאָ אָן אַ צאָל וועלטן און ניט אין איינעם פון זיי האָט זיך ניט געפונען קיין אָרט פאַר מיר. און איצט, אַז מיין פאַרבּיטערטע, פאַריאָגטע נשמה האָט געפונען איר רוה, ווילט איר מיך אַרויסטרייבּן פונדאַנען. האָט רחמנות, יאָגט מיך ניט, פאַרשווערט מיך ניט.
ר׳ עזריאל.
- פאַרוואָגלטע נשמה! איך בּין דורכגעדרונגען מיט אַ טיפן רחמנות צו דיר און וועל זיך מיען אויסלייזן דיך פון די מלאכי חבּלה. אָבּער פון דעם גוף פון דער בּתולה מוזטו אַרויסגיין.
לאה (דבּוק).
אנטשיידן.
- איך וועל ניט אַרויסגיין!
ר׳ עזריאל.
- מיכאל, רוף אַריין פון קלויז אַ מנין יידן. מיכאל גייט ארויס און קערט זיך בּאלד אום. נאָך אים גייען אריין צעהן יידן, שטעלן זיך אין א זייט. עדה קדושה! גיט איר מיר רשות אין אַייער נאָמען און מיט ↰ 60 אַייער מאַכט אַרויסטרייבּן פון אַ גוף פון אַ יידישער טאָכטער אַ רוח, וואָס וויל ניט אַרויס מיט גוטן?
אַלע צעהן יידן.
- רבּי! מיר גיבּן אַייך רשות אין אונזער נאָמען און מיט אונזער מאַכט אַרויסטרייבּן פון גוף פון אַ יידישער טאָכטער אַ רוח, וואָס וויל ניט אַרויס מיט גוטן.
ר׳ עזריאל.
הייבּט זיך אויף.
- דבּוק! נשמה פון אַ מענטשן, וואָס איז אַוועק פון אונזער וועלט, אין נאָמען און מיט דער מאַכט פון אַ הייליגער עדה יידן בּין איך, עזריאל בּן הדס, גוזר אויף דיר, דו זאָלסט פאַרלאָזן דעם גוף פון דער בּתולה לאה בּת חנה און זאָלסט אַרויסגייענדיג ניט מזיק זיין ניט זי, ניט קיין שום לעבּעדיגע בּאַשעפעניש... אויבּ דו וועסט ניט מקיים זיין מיין בּאַפעל, וועל איך אַרויסטרעטן אַיינקעגן דיר מיט קללות און חרמות, מיט השבּעות און נדויים, מיט גאַנצער מאַכט פון מיין אויסגעשפּרייטן אָרעם, ווען אָבּער דו וועסט פאָלגן מיין בּאַפעל, וועל איך אָנווענדן אַלע כחות מתקן זיין דיין נשמה און אָפּטרייבּן די בּייזע רוחות און מחבּלים, וואָס רינגלען דיך אַרום...
לאה (דבּוק).
שרייט.
- איך פורכט מיך ניט פאַר אַייערע קללות און חרמות און גלויבּ ניט אין אַייערע הבטחות! עס איז ניטאָ קיין כח אין דער וועלט, וואָס זאָל מיר קענען העלפן! עס געפינט זיך ניט אַזאַ העכסטע הויך, וואָס זאָל זיך גלייכן צו מיין איצטיגן רוה⸗אָרט, און עס איז ניטאָ אַזאַ פינסטערער תּהום ווי דער, וואָס ערוואַרט מיך! איך וועל ניט אַרויסגיין!
ר׳ עזריאל.
- אין נאָמען פון אַלמעכטיגן גאָט! בּאַשווער איך דיך דאָס לעצטע מאָל און בּאַפעל דיר אַרויסגיין. ווען ניט — בּין איך דיך מחרים און גיבּ דיך איבּער אין די הענט פון די מלאכי חבּלה! אַ שרעקנדיגע פּויזע.
לאה (דבּוק).
- אין נאָמען פון אַלמעכטיגן גאָט בּין איך בּאַהעפט מיט מיין בּאַשערטער און וועל זיך מיט איר ניט שיידן בּיז אייבּיג.
ר׳ עזריאל.
- מיכאל, הייס אַריינטראָגן פאַר אַלעמען, וואָס געפינען זיך דאָ, ווייסע קיטלען. בּרענג זיבּן שופרות, זיבּן שוואַרצע ליכט. נאָכדעם נעם אַרויס פון אָרון קודש זיבּן ספרי תורות... אַ שרעקנדיגע פּויזע, בּשעת וועלכער מיכאל גייט ארויס און קערט זיך אום מיט שופרות און שווארצע ליכט. נאָך אים גייט אריין דער משולח מיט קיטלען.
דער משולח.
ציילט די קיטלען.
- עס איז דאָ אַיין איבּעריגער קיטל. קוקט זיך אום. אפשר פעלט דאָ אימיצער אין חדר?
ר׳ עזריאל.
אומרואיג, ווי דערמאָנענדיג זיך.
- אום צו מחרים זיין אַ יידישע נשמה, דאַרף מען דאָך נעמען רשות , פון דעם שטאָט⸗רב... מיכאל, בּאַהאַלט דערווייל די שופרות, די ליכט און די קיטלען... מיכאל, נעם מיין שטעקן און גיי צום רב רבּ שמשונען און בּעט אים אין מיין נאָמען קומען אַהער תיכף ומיד. מיכאל פארנעמט די שופרות און ליכט און גייט צוזאמען מיטן משולח, וואָס טראָגט די קיטלען ארויס. ר׳ עזריאל צו די צעהן מענטשן. איר קענט דערווייל אַרויסגיין. זיי גייען ארויס. פּויזע. ר׳ עזריאל הייבּט אויף דעם קאָפּ. סנדר! וואו זיינען פאַרבּליבּן די מחותנים מיט דעם חתן?
סנדר.
- זיי זיינען פאַרבּליבּן אויף שבּת בּיי מיר אין בּריניץ.
ר׳ עזריאל.
- שיק אַ רייטער אָנזאָגן זיי אין מיין נאָמען, אַז זיי זאָלן דאָרט פאַרבּלייבּן און וואַרטן אויף מיין באַפעל.
סנדר.
- איך שיק גלייך אַ רייטער.
ר׳ עזריאל.
דערוייל קענט איר אַרויסגיין און אַרויספירן די בּתולה אין צוייטן חדר.
לאה.
וואכט⸗אויף, מיט איר קול, ציטערנדיג.
- בּאָבּע! איך האָבּ מורא... וואָס וויל מען מיט אים טאָן? וואָס וויל מען טאָן מיט מיר?
פראַדע.
- האָבּ קיין מורא ניט, מיין קינד! דער רבּי ווייס, וואָס ער טוט. ער וועט קיין בּייז ניט טאָן. דער רבּי קען קיין בּייז ניט טאָן. זי און סנדר פירן אַרויס לאה׳ן אין צווייטן חדר.
ר׳ עזריאל.
זיצט טיף פארזונקען אין די רעיונות. ווי אויפוואכנדיג.
- און ווען אַפילו אין די הויכע עולמות האָט מען גוזר געווען אַנדערש, וועל איך בּרעכן דעם גזר⸗דין! עס גייט אריין ר׳ שמשון.
ר׳ שמשון.
- גוט וואָך, רבּי!
ר׳ עזריאל.
הייבּט זיך אויף אים אנטקעגן.
גוט וואָך, גוט יאָר, רב. זיצט! ר׳ שמשון זעצט זיך. איך האָבּ אַייך מטריח געווען צוליבּ זעער אַ וויכטיגן ענין. אין אַ יידישער טאָכטער איז אַריין אַ דבּוק, רחמנא לצלן, און וויל בּשום אופן ניט אַרויס. עס איז געבּליבּן דאָס לעצטע מיטל — אַרויסטרייבּן אים מיט חרמות און נדויים. בּעט איך אַייער בּאַוויליגונג אויף דעם, און די מצוה פון פּקוח נפש וועט אַייך בּיישטיין.
ר׳ שמשון.
זיפצעט.
- אַ חרם איז אַ האַרבּע שטראָף פאַר אַ לעבּעדיגן, בּפרט פאַר אַ טויטן... נאָר וויבּאַלד קיין אַנדער מיטל איז ניטאָ און אַזאַ געטליכער מענטש ווי איר געפינט עס פאַר נויטיג, גיבּ איך מיין הרשאה. אָבּער פריער מוז איך אַייך, רבּי, אַנטפּלעקן אַ סוד, וואָס האָט אַ שייכות צום ענין.
ר׳ עזריאל.
- אַדרבּה.
ר׳ שמשון.
- איר געדענקט, רבּי, מיט אַ יאָר 20 צוריק פלעגט צו אַייך פאָרן פון בּריניץ אַ יונגערמאַן, אַ חסיד און אַ מקובּל, ניסן רבקה׳ס.
ר׳ עזריאל.
- ער איז אָפּגעפאָרן אין מרחקים און דאָרטן יונגערהייט געשטאָרבּן.
ר׳ שמשון.
- יאָ... איז אָט דער ניסן רבקה׳ס די נאַכט געקומען צו מיר דריי מאָל צו חלום און געפאָדערט, איך זאָל אַרויסרופן סנדר בּריניצער צו אַ דין⸗תורה מיט אים.
ר׳ עזריאל.
- וואָס פאַר אַ תביעות האָט ער צו סנדרן.
ר׳ שמשון.
- דאָס האָט ער ניט געזאָגט. ער האָט נאָר געטענהט, אַז סנדר האָט פאַרגאָסן זיין בּלוט.
ר׳ עזריאל.
אַז אַ ייד מאָנט דעם אַנדערן צו אַ דין⸗תורה, טאָר זיך אַ רב, פאַרשטייט זיך, ניט אָפּזאָגן. בּפרט אַז עס רופט אַרויס אַ מת, וואָס קען מאָנען צום בּית⸗דין של מעלה... נאָר וואָס פאַר אַ שייכות האָט דאָס צום דבּוק?
ר׳ שמשון.
- עס האָט אַ שייכות... איך האָבּ געהערט, אַז דער געשטאָרבּענער בּחור, וואָס איז אַריין ווי אַ דבּוק אין סנדרס טאָכטער, איז געווען ניסן רבקה׳ס אַ זון... מי דערציילט נאָך וועגן עפּעס אַ התחיבות, וואָס סנדר האָט געהאַט אַיינקעגן ניסנ׳ען און ניט אויסגעפילט...
ר׳ עזריאל.
טראכט א וויילע.
- אויבּ אַזוי, וועל איך אָפּלייגן דעם אַרויסטרייבּן פון דבּוק בּיז מאָרגן האַלבּן טאָג. אם ירצה השם, אינדערפרי נאָכן דאַווענען וועלן מיר אַייך מטיב חלום זיין און איר וועט אַרויסרופן דעם מת ↰ 64 צו אַ דין⸗תורה. נאָכדעם וועל איך מיט אַייער רשות אַרויסטרייבּן דעם דבּוק מיש אַ חרם...
ר׳ שמשון.
- אַזוי ווי אַ דין⸗תורה צווישן אַ לעבּעדיגן מיט אַ טויטן איז זעער אַ האַרבּע און אַ ניט געוויינליכע, וואָלט איך בּעטן אַייך, רבּי, איר זאָלט בּאַוויליגן זיין דער ראש הדיינים און אָנפירן די דין⸗תורה.
ר׳ עזריאל.
- איך בּין מסכים. מיכאל! עס גייט אריין מיכאל. הייס אַריינפירן די בּתולה. סנדר און פראדע פירן אריין לאה׳ן, וואס זיצט מיט געשלאָסענע אויגן. דבּוק! איך גיבּ דיר צייט אַ האַלבּן מעת לעת, בּיז מאָרגן האַלבּן טאָג. אויבּ דו וועסט צו דער בּאַשטימטער צייט ניט אַרויסגיין מיטן גוטן ווילן, וועל איך דיך, מיט דעם רשות פון דעם מרא דאתרא, אַרויסציען מיט גוואַלד דורך אַ האַרבּן חרם. פּויזע. איצט קען מען אַרויספירן די בּתולה. סנדר און פראדע ווילן ארויספירן לאה׳ן. סנדר! דו פאַרבּלייבּ נאָך דאָ. פראדע פירט ארויס לאה׳ן. סנדר! דו געדענקסט דיין אַמאָליגן חבר ניסן רבקה׳ס?
סנדר.
דערשראָקן.
- ניסן רבקה׳ס?... ער איז דאָך געשטאָרבּן...
ר׳ עזריאל.
- זיי וויסן, אַז די נאַכט איז ער דריי מאָל געקומען צום מרא דאתרא צו חלום. ווייזט אויף ר׳ שמשון. און האָט געפאָדערט, ער זאָל אַרויסרופן דיך אויף אַ דין⸗תורה מיט אים.
סנדר.
דערשיטערט.
- מיך אויף אַ דין⸗תורה?... וויי איז מיר!... ראש וויל ער פון מיר?... וואָס סוס מען, רבּי?
ר׳ עזריאל.
- איך ווייס ניט, אין וואָס ער בּאַשולדיגט דיך, נאָר אָננעמען די דין⸗תורה מוזטו.
סנדר.
- איך וועל מאַן ווי איר הייסט.
ר׳ עזריאל.
מיט אַיין אַנדער טאָן.
- תיכף ומיד שיק אין בּריניץ די פלינקסטע פערד נאָך די מחותנים מיטן חתן, זיי זאָלן קומען אַהער מאָרגן פאַר האַלבּן טאָג, כדי אַז גלייך ווי דער דבּוק וועט אַרויס זאָל מען שטעלן די חופּה.
סנדר.
- רבּי! אפשר וועלן זיי ניט וועלן איצט מיט מיר זיך מתחתן זיין און וועלן ניט וועלן קומען. אין טיר ווייזט זיך דער משולח.
ר׳ עזריאל.
מיט תקיפות.
- זאָל מען זיי זאָגן, אַז איך האָבּ בּאַפוילן... נאָר זעה, דער חתן זאָל קומען בּאַצייטנס.
דער משולח.
- דער חתן וועט קומען בּאַצייטנס. דער זייגער שלאָגט 12.
זעלבּיגער צימער וואָס אין דריטן אַקט. אָנשטאָט דעם לאַנגן טיש לינקס, ניט אַ גרויסער טיש, נעהענטער צום ראַמפא. פאָר אים אין אַ פאָטעל און אויף צוויי שטולן זיצן: ר׳ עזריאל אין טלית און תּפילין און בּיידע דיינים. בּיין טיש שטייט ר׳ שמשון, פונדערווייטנס מיכאל. מען פאַרענדיגט מטיב חלום זיין.
ר׳ שמשון.
- חלמא טבא חזאי, חלמא טבא חזאי, חזאי!
ר׳ עזריאל, 1⸗טער און 2⸗טער דיינים.
צוזאַמען.
- חלמא טבא חזית, חלמא טבא חזית, חלמא טבא חזית!
ר׳ עזריאל.
- רב! מיר האָבּן פּותר געווען אַייער חלום צו גוטן. איצט זעצט זיך מיט אונז ווי שופט. ר׳ שמשון זעצט זיך צום טיש, לעבּן ר׳ עזריאלן. איצט וועלן מיר שיקן אָנזאָגן דעם מת, ער זאָל קומען צום דין⸗תורה. נאָר פריער וועל איך אָפּצוימען פאַר אים אַ ראָנד, פון וועלכן ער זאָל קיין רשות ניט האָבּן אַרויסצוטרעטן. מיכאל, דערלאַנג מיר מיין שטעקן! מיכאל דערלאַנגט דעם שטעקן. ר׳ עזריאל שטייט אויף פון אָרט און מאַכט אין לינקן ווינקל פון חדר מיטן שטעקן אַ קיילעכדיגן ראָנד, פון לינקס אויף רעכטס. זעצט זיך צוריק צום טיש. מיכאל! נעם מיין שטעקן און גיי אויפן בּית עולם, און אַז דו וועסט אַרויפגיין אויפן בּית עולם, מאַך⸗צו די אויגן און שאַר פאַר זיך מיטן שטעקן, און בּיי דעם ערשטן קבר, אָן וועלכן דער שטעקן וועט זיך אָפּהאַלטן, שטעל זיך אָפּ, און גיבּ אַ קלאַפּ מיטן שטעקן איבּערן קבר דריי מאָל און זאָג בּזה הלשון: „מת טהור! עזריאל, דער זון פון דעם גרויסן צדיק ר׳ איצעלע מיראָפּאָליער האָט מיך געשיקט בּעטן דיך מחילה, וואָס ער שטערט דיין רוה ↰ 68 און בּאַפעלט דיר, דו זאָלסט דורך וועגן, וואָס זיינען דיר בּאַוואוסט, אָנזאָגן דעם מת טהור ניסן בּן רבקה, אַז דער בּית⸗דין צדק פון מיראָפּאָליע רופט אים אַרויס תיכף ומיד אויף אַ דין⸗תורה הייסט אים קומען אין די בּגדים, אין וועלכע ער איז געקומען צו קבר ישראל. זאָלסט דאָס איבּערחזרן דריי מאָל. נאָכדעם קער זיך אויס און גיי צוריק. און ניט קוק זיך אום, וואָס פאַר אַ געשרייען, קולות און רופענישן דו זאָלסט ניט הערן הינטער זיך, און ניט לאָז אַרויס פון האַנט מיין שטעקן ניט אויף איין רגע, אַז ניט — בּיסטו אין גרויסער סכנה. גיי, און גאָט זאָל דיך היטן, וואָרום די, וואָס ווערן געשיקט וועגן אַ מצוה⸗ענין, ווערן ניט געניזוקט... גיי, נאָר פריער שיק אַריין צוויי מענטשן מאַכן מחיצה פאַרן מת. מיכאל גייט אַרויס. עס גייען אַריין צוויי מענטשן מיט אַ ליילעך, מיט וועלכן זיי פאַרהענגען בּיז דער ערד דעם גאַנצן לינקן ווינקל, און גייען אַרויס. רופט אַריין סנדרן. עס גייט אַריין סנדר. סנדר, האָסטו מקיים געווען, וואָס איך האָבּ דיר בּאַפוילן? האָסטו געשיקט פערד נאָך די מחותנים מיטן חתן?
סנדר.
- איך האָבּ געשיקט די פלינקסטע פערד, נאָר די מחותנים זיינען נאָך ניט געקומען.
ר׳ עזריאל.
- שיק זיי אַיינקעגן אַ רייטער, זיי זאָלן פאָרן וואָס גיכער.
סנדר.
איך וועל עס טאָן. פּויזע.
ר׳ עזריאל.
- סנדר! מיר האָבּן געשיקט אָנזאָגן דעם מת טהור ניסן בּן רבקה, אַז דער בּית⸗דין רופט אים אַרויס אויף אַ דין⸗תורה מיט דיר. נעמסטו אָן אונזער משפּט?
סנדר.
- איך נעם אים אָן.
ר׳ עזריאל.
- וועסטו מקיים זיין אַלץ, וואָס מיר וועלן בּאַשטימען?
סנדר.
- איך וועל מקיים זיין.
ר׳ עזריאל.
- גיי אָפּ און שטעל זיך רעכטס.
סנדר.
- רבּי! איך האָבּ זיך דערמאָנט... ניסן רבקהס מוז מיך אַרויסרופן צו אַ דין⸗תורה וועגן אַ תקיעת כף, וואָס איז געווען צווישן אונז... נאָר איך בּין אין דעם ניט שולדיג...
ר׳ עזריאל.
- דאָס וועסטו דערציילן שפּעטער, אַז דער בּעל תביעה וועט אַרויסזאָגן זיינע תביעות. פּויזע. בּאַלד וועט זיך בּאַווייזן צווישן אונז אַ מענטש פון דער אמת׳ער וועלט, כדי מיר זאָלן אים משפּטן מיט אַ מענטשן פון אונזער עולם הדמיון. פּויזע. אַזאַ דין⸗תורה בּאַווייזט, אַז די דינים פון דער הייליגער תּורה הערשן איבּער אַלע וועלטן און איבּער אַלע בּאַשעפענישן און זיינען אַ חוב אי פאַר לעבּעדיגע אי פאַר טויטע. פּויזע. אַזאַ דין⸗תורה איז זעער האַרבּ און פורכטבּאַר. אויף איר ווערט געקוקט פון אַלע היכלות. און ווען דער בּית⸗דין זאָל חס ושלום אויף אַ האָר אָפּטרעטן פון דין, ווערט אַ רעש אין בּית⸗דין של מעלה. דערפאַר דאַרף מען צו אַזאַ משפּט צוטרעטן מיט אימה און פּחד... אימה... און פּחד... קוקט זיך אומרואיג ארום, שטעלט זיך אָפּ מיטן בּליק אויפן פאָרהאנג און ווערט אנטשוויגן. א שרעקנדיגע שטילקייט.
1⸗טער דיין.
צום צווייטן. שטיל, דערשראָקן.
- דוכט זיך, ער איז דאָ...
2⸗טער דיין.
אינם זעלבּן טאָן.
- ער איז, דוכט זיך, דאָ...
ר׳ שמשון.
- ער איז דאָ...
ר׳ עזריאל.
- מת טהור, ניסן בּן רבקה דער בּית⸗דין צדק איז גוזר אויף דיר, ↰ 70 דו זאָלסט ניט אַרויסטרעטן פון דעם ראָנד און פון דער מחיצה, וואָס עס איז פאַר דיר געמאַכט. פּויזע. מת טהור, ניסן בּן רבקה. דער בּית⸗דין צדק בּאַפעלט, דו זאָלסט זאָגן, וואָס פאַר אַ טענות ותביעות דו האָסט צו סנדר בּן העניע? שרעקנדיגע פּויזע. אלע הערן זיך צו ווי פארשטיינערט.
1⸗טער דיין.
ווי פריער.
- דוכט זיך, ער ענטפערט...
2⸗טער דיין.
- דוכט זיך, ער ענטפערט...
1⸗טער דיין.
- איך הער אַ קול, נאָר קיין ווערטער הער איך ניט.
2⸗טער דיין.
איך הער ווערטער, נאָר קיין קול הער איך ניט...
ר׳ שמשון.
צו סנדרן.
- סנדר בּן העניע! דער מת טהור ניסן בּן רבקה טענהט און זאָגט, אַז אין דער יוגנט זייט איר געווען חברים אין איין ישיבה און אַייערע נשמות האָבּן זיך פאַרקניפּט דורכאַנאַנדער אין אַ געטרייער פריינדשאַפט. איר האָט בּיידע אין איין וואָך חתונה געהאַט. נאָכדעם אַז איר האָט זיך געטראָפן אויף ימים נוראים בּיים רבּין, האָט איר אָפּגעמאַכט מיט אַ תקיעת⸗כף, אַז אויבּ אַייערע ווייבּער וועלן פאַרנומען ווערן אין טראָגן און וועלן געבּאָרן איינע אַ יינגל, די אַנדערע אַ מיידל, וועט איר זיך מתחתן זיין.
סנדר.
מיט א ציטערנדיגן קול.
- יאָ, דאָס איז אַזוי געווען.
ר׳ שמשון.
- דער מת טהור ניסן בּן רבקה דערציילט ווייטער, אַז אינגיכן איז ער אָפּגעפאָרן אין מרחקים, דאָרטן האָט זיין ווייבּ געבּאָרן אַ זון אין דער זעלבּיגער צייט וואָס דיין ווייבּ האָט געבּאָרן אַ טאָכטער. ↰ 71 בּאַלד נאָך דעם איז ער אַליין נפטר געוואָרן. קליינע פּויזע. אין דער אמת׳ער וועלט האָט ער זיך דערוואוסט, אַז זיין זון איז געבּענטשט מיט אַ הויכער נשמה און ער שטייגט פון איין מדרגה אויף דער אַנדערער. און זיין פאָטער⸗האַרץ האָט זיך געפרייט און געגרויסט. און ער האָט ווייטער געזעהן, אַז ווען זיין זון איז געוואָרן עלטער, האָט ער זיך געלאָזן איבּער דער וועלט און איז געגאַנגען פון אָרט צו אָרט, פון לאַנד צו לאַנד, פון שטאָט צו שטאָט, וואָרום זיין נשמה האָט זיך געצויגן צו זיין בּאַשערטער. און ער איז געקומען אין דער שטאָט, וואו דו וואוינסט, און איז אַריין צו דיר אין הויז און געזעצט זיך בּיי דיין טיש. און זיין נשמה האָט זיך בּאַהעפט אין דער נשמה פון דיין טאָכטער. נאָר דו בּיסט געווען רייך און ניסנ׳ס זון איז געווען אָרים. און דו האָסט אָפּגעקערט דיין בּליק פון אים און בּיסט געגאַנגען זוכן פאַר דיין טאָכטער שדוכים פון הויכן יחוס און מיט פיל נדן. קליינע פּויזע. און ניסן האָט ווייטער געזעהן, אַז זיין זון פאַלט אַריין אין יאוש. און איז אַוועק וואַנדערן איבּער דער וועלט און זוכן נייע וועגן, און דעם פאָטערס נשמה האָט זיך דורכגעדרונגען מיט אומרוה און טרויער. און די שוואַרצע מאַכט, דערזעהענדיג דעם יאוש פון בּחור, האָט אויסגעשפּרייט פאַר אים אירע נעצן און האָט אים געפאַנגען און צוגענומען פאַר דער צייט פון דער וועלט, און זיין נשמה האָט געבּלאָנדזעט בּיז זי איז אַריין ווי אַ דבּוק אין גוף פון זיין בּאַשערטער. קליינע פּויזע. ניסן בּן רבקה זאָגט: מיט דעם זונס טויט איז ער געוואָרן אָפּגעשניטן פון בּיידע וועלטן, געבּליבּן אָן אַ נאָמען און אָן אַ געדעכעניש, אָן אַ יורש און אָן אַ קדיש. עס איז פאַרלאָשן געוואָרן אויף אייבּיג זיין ליכט, און די קרוין פון זיין קאָפּ האָט זיך אַראָפּגעקייקלט אין אָפּגרונט, און ער בּעט דעם בּית⸗דין צדק, ער זאָל משפּטן סנדרן על פּי דין פון אונזער הייליגער תורה פאַר די פאַרגיסונג פון בּלוט פון ניסנ׳ס זון און דעם זונס קינדער און קינדס קינדער עד סוף כל הדורות. שרעקנדיגע שטילקייט. סנדר כליפּעט.
ר׳ עזריאל.
- סנדר בּן העניע. האָסט געהערט די טענות פונם מת טהור ניסן בּן רבקה? וואָס קענסטו אויף זיי ענטפערן?
סנדר.
- איך קען ניט עפענען דעם מויל און איך האָבּ ניט קיין ווערטער צו פאַרענטפערן זיך. נאָר איך בּעט מיין אַלטן חבר, ער זאָל מיר מוחל זיין מיין זינד, וואָרום ניט פון בּייזן ווילן בּין איך עס בּאַגאַנגען. בּאַלד נאָך אונזער תקיעת⸗כף איז ניסן אַוועקגעפאָרן און איך האָבּ ניט געוואוסט, אויבּ זיין ווייבּ האָט געבּאָרן אַ קינד און וואָס פאַר אַ קינד. נאָכדעם האָבּ איך זיך דערוואוסט, אַז ער איז געשטאָרבּן. מער קיין ידיעות האָבּ איך וועגן זיין געזינט ניט געהאַט און האָבּ בּיסלעכווייז פאַרגעסן וועגן דעם.
ר׳ עזריאל.
- פאַרוואָס האָסטו זיך ניט נאָכגעפרעגט? ניט אויסגעפאָרשט דעם ענין?
סנדר.
- געוויינליך מאַכט דעם חתנס צד דעם ערשטן שריט. האָבּ איך גערעכנט, אַז אויבּ בּיי ניסנ׳ען וואָלט געבּאָרן ווערן אַ זון, וואָלט ער מיר מודיע זיין. פּויזע.
ר׳ שמשון.
- ניסן בּן רבקה פרעגט, פאַר וואָס, אַז זיין זון איז אַריין צו דיר אין הויז און געזעצט זיך בּיי דיין טיש, האָסטו אים קיין מאָל ניט געפרעגט, ווער ער איז און פונוואַנען ער שטאַמט?
סנדר.
- איך ווייס ניט... איך געדענק ניט... נאָר איך שווער, אַז מיך האָט שטענדיג געצויגן נעמען דעם בּחור פאַר איין איידים. דערפאַר האָבּ איך בּיי יעדן פאָרגעלייגטן שדוך געשטעלט אַזעלכע שווערע תנאים, אַז די מחותנים זיינען אויף זיי ניט אַיינגעשטאַנען, אויף אַזאַ אופן זיינען זיך דריי שדוכים פונאַנדערגעגאַנגען. נאָר די ווייבּ, די קרובים זיינען צוגעשטאַנען... פּויזע.
ר׳ שמשון.
- ניסן בּן רבקה זאָגט, אַז דו האָסט טיף אין האַרצן דערקענט זיין זון און האָסט מורא געהאַט פרעגן, ווער ער איז. דו האָסט געזוכט פאַר דיין טאָכטער אַ רייכן און אַ זאַטן לעבּן און האָסט איבּער דעם אַראָפּגעשטויסן זיין זון אין אָפּגרונט. סנדר וויינט שטיל פארדעקנדיג דעם פּנים. שווערע פּויזע. עס גייט אריין מיכאל און גיט אָפּ ר׳ עזריאלן דעם שטעקן.
ר׳ עזריאל.
רעדט שטיל מיט ר׳ שמשון און די דיינים. הייבּט זיך אויף, נעמט דעם שטעקן אין האנט.
- דער בּית⸗דין צדק האָט אויסגעהערט בּיידע צדדים און טראָגט אַרויס אַזאַ פּסק⸗דין: היות ווי עס איז ניט בּאַוואוסט, אויבּ בּיין תקיעת⸗כף צווישן ניסן בּן רבקה און סנדר בּן העניע זיינען זייערע ווייבּער שוין געווען פאַרנומען אין טראָגן און היות ווי לויט אונזער הייליגער תורה האָט ניט קיין ממשות אַיין אָפּמאַך וועגן אַ זאַך, וואָס איז נאָך ניט בּאַשאַפן געוואָרן, קענען מיר ניט בּאַשטימען, אַז סנדר איז מחויב געווען מקים זיין דעם תקיעת⸗כף. נאָר אַזוי ווי אין די היכלים האָט מען אָנגענומען דעם תקיעת⸗כף און מען האָט איינגעפלאַנצט בּיי ניסן בּן רבקה׳ס זון אין האַרצן די מחשבה, אַז סנדר בּן העניעס טאָכטער איז זיין בּאַשערטע, און אַזוי ווי דורך סנדרס ווייטערדיגע אויפפירונג זיינען פאָרגעקומען גרויסע אומגליקן פאַר ניסן בּן רבקה און זיין זון, — איז דער בּית⸗דין צדק גוזר, אַז סנדר זאָל אָפּגעבּן אַ העלפט פון זיין פאַרמעגן אָרימע⸗לייט און זאָל זיין גאַנצן לעבּן שטעלן יאָרצייט און זאָגן קדיש נאָך ניסן בּן רבקה און נאָך זיין זון, ווי נאָך אייגענע קינדער. פּויזע. דער בּית⸗דין צדק בּעט דעם מת טהור ניסן בּן רבקה, ער זאָל מוחל זיין סנדרן בּמחילה גמורה. און נאָך בּעט ער אים, ער זאָל גוזר זיין אויף זיין זון בּגזרת אָב, יענער זאָל פאַרלאָזן דעם גוף פון דער בּתולה לאה בּת חנה, כדי עס זאָל ניט פאַרדאַרט ווערן אַ צווייג פון פרוכטבּאַרן בּוים פון פאָלק ישראל. און דערפאַר וועט דער אַלמעכטיגער אַרויסווייזן זיין גרויס גנאָד צו ניסן בּן רבקה און צו זיין פאַרוואָגלטן זון.
אַלע.
- אָמן! פּויזע.
ר׳ עזריאל.
- מת טהור ניסן בּן רבקה. האָסט געהערט אונזער פּסק⸗דין? נעמסטו אים אָן? אַ שרעקנדיגע פּויזע. סנדר בּן העניע! האָסטו געהערט אונזער פּסק⸗דין? נעמסטו אים אָן?
סנדר.
- יאָ. איך נעם אים אָן.
ר׳ עזריאל.
- מת טהור ניסן בּן רבקה. די דין⸗תורה צווישן דיר מיט סנדר בּן העניע האָט זיך געענדיגט. איצט מוזטו זיך אומקערן אין דיין רוה אַריין. און מיר זיינען גוזר, אַז אין וועג זאָלסט ניט שעדיגן ניט קיין מענטשן און ניט קיין שום לעבּעדיגע בּאַשעפעניש. פּויזע. מיכאל! הייס אַראָפּנעמען די מחיצה און געבּן וואַסער. מיכאל רופט אריין צוויי מענטשן, וואס נעמען אראפּ דעם פארהאנג. ר׳ עזריאל מאכט מיטן שטעקן א קיילעכדיגן ראנד אויפן זעלבּיגן ארט וואו פריער, נאר פון רעכטס אויף לינקס. מען טראגט אריין א שיסל מיט א קענדל. אלע וואשן די הענט. סנדר? זיינען די מחותנים געקומען?
סנדר.
עס האָט זיך נאָך ניט געהערט קיין רעש פון זייער אָנפאָרן.
ר׳ עזריאל.
- שיק זיי אַיינקעגן נאָך אַ רייטער. זיי זאָלן טרייבּן די פערד מיט אַלע כחות. הייס צוגרייטן די חופּה מיט די כלי⸗זמרים. הייס אָנטאָן די כלה אין אירע חופּה⸗קליידער, אַזוי, אַז ווי נאָר דער דיבּוק וועט אַרויס, זאָל מען זי קענען פירן צו דער חופּה. וואָס עס וועט זיין געטאָן — וועט זיין אָפּגעטאָן! סנדר גייט ארויס. ר׳ עזריאל נעמט אראפּ און לייגט צונויף דעם טלית און תפילין.
ר׳ שמשון.
שטיל צו די דיינים.
- איר האָט פאַרשטאַנען, אַז דער מת האָט ניט מוחל געווען סנדרן?
1⸗טער און 2⸗טער דיינים.
שטיל, דערשראקן.
- מיר האָרן פאַרשטאַנען.
ר׳ שמשון.
- איר האָט פאַרשטאַנען, אַז דער מת האָט ניט אָנגענומען דעם פּסק⸗דין?
1⸗טער און 2⸗טער דיינים.
- מיר האָרן פאַרשטאַנען.
ר׳ שמשון.
- איר האָט געפילט, אַז אויף ר׳ עזריאלקעס ווערטער האָט ער ניט געענטפערט אָמן?
1⸗טער און 2⸗טער דיינים.
- מיר האָבּן געפילט.
ר׳ שמשון.
- דאָס איז זעער אַ שלעכטער סימן!
1⸗טער און 2⸗טער דיינים.
- דאָס איז זעער אַ שלעכטער סימן!
ר׳ שמשון.
- זעהט ווי ר׳ עזריאל איז צורודערט. בּיי אים ציטערן די הענט. פּויזע. מיר האָבּן אונזערס אָפּגעטאָן, קענען מיר גיין... די דיינים גייען שטיל אומבּאמערקט ארויס. ר׳ שמשון קלייבט זיך אויך ארויסגיין.
ר׳ עזריאל.
- רב. בּלייבּט דאָ בּיז דער דיבּוק וועט אַרויס, וועט איר מסדר קדושין זיין. ר׳ שמשון גיט א זיפץ און מיט איין אראפּגעלאזענעם קאפּ זעצט ער זיך אן א זייט. אַ דרייענדיגע פּויזע. רבּונו של עולם! פאַרבּאָרגן און וואונדערבּאַר זיינען דיינע וועגן. אָבּער די וועג, מיט וועלכער איך גיי, איז דאָך בּאַלויכטן מיט דעם שיין פון פלאַם פון דיין הייליגן ווילן. און איך וועל פון אים ניט אָפּטרעטן ניט רעכטס ניט לינקס... הייבּט אויף דעם קאפּ. מיכאל. האָסטו אַלץ צוגעגרייט?
מיכאל.
יאָ, רבּי.
ר׳ עזריאל.
- הייס אַריינפירן די בּתולה. סנדר און פראדע פירן אריין לאה׳ן אין א ווייסער חופּה⸗קלייד מיט א שווארצן מאנטל אויף די פּלייצעס. זעצן זי אויפן סאפע, ר׳ שמשון זעצט זיך לעבּן ר׳ עזריאלן. דבּוק! אינם נאָמען פון דעם מרא דאתרא, וואָס זיצט דאָ, אינם נאָמען פון אַ הייליגער עדה יידן, אינם נאָמען פון דעם גרויסן סנהדרין פון ירושלים בּין איך, עזריאל בּן הדס, דעם לעצטן מאָל גוזר אויף דיר, זאָלסט פאַרלאָזן דעם גוף פון דער בּתולה, לאה בּת חנה!
לאה (דבּוק).
אנטשיידן.
איך וועל ניט אַרויסגיין!
ר׳ עזריאל.
- מיכאל, רוף אַריין מענטשן און בּרענג קיטלען און שופרות און שוואַרצע ליכט. מיכאל גייט ארויס און קערט זיך אום מיט פופצעהן מענטשן, צווישן זיי — דער משולח. זיי טראגן אריין קיטלען, שופרות און ליכט. נעמט אַרויס די ספרים! מיכאל נעמט ארויס זיבּן ספרי תורות, צוטיילט זיבּן מענטשן. גיט פאנאנדער זיבּן שופרות. האַרטנעקיגער רוח! אַזוי ווי דו בּיסט זיך ניט מכניע אונזער בּאַפעל — גיבּ איך דיך איבּער אין רשות פון די העכערע רוחות, זיי זאָלן דיך אַרויסציען איבּערגוואַלד. בּלאָזט תקיעה. מען בּלאזט תקיעה.
לאה (דבּוק).
גיט זיך א ריס פון ארט, ווארפט זיך, שרייט.
- לאָזט מיך! ציט מיך ניט! איך וויל ניט! איך קען ניט אַרויסגיין!
ר׳ עזריאל.
אַזוי ווי די העכערע רוחות קענען דיך ניט גובר זיין, גיבּ איך דיך איבּער אין רשות פון די מיטעלע רוחות, די ניט גוטע ניט שלעכטע, זיי זאָלן דיך מיט זייער אַכזריות אַרויסציען. בּלאָזט שברים. מען בּלאזט שברים.
לאה (דבּוק).
מיט אָפּגעשלאַפטע כחות.
- וויי איז מיר: אַלע כחות פון דער וועלט זיינען אויפגעשטאַנען אַיינקעגן מיר. מיך ציען די שרעקליכסטע רוחות, וואָס ווייסן ניט קיין רחמנות; אַיינקעגן מיר שטייען גדולים און צדיקים און צווישן זיי מיין פאָטערס נשמה און זיינען גוזר אויף מיר, איך זאָל אַרויס. ניין. און כל זמן אין מיר וועט בּלייבּן כאָטש איין פונק כח, וועל איך זיך ראַנגלען און ניט אַרויסגיין.
ר׳ עזריאל.
פאר זיך.
- ניט אַנדערש אַז אימיצער אַ מעכטיגער העלפט אים: פּויזע. מיכאל! זאָל מען אַריינשטעלן די ספרים אין אָרון קודש (מען שטעלט ↰ 77 אריין. פאַרהענג דעם אָרון קודש מיט אַ שוואַרצן פּרוכת. מיכאל פאַרהענגט. צינד אָן די שוואַרצע ליכט. מען צינדט אָן. זאָלן אַלע אָנטאָן ווייסע קיטלען. אלע און אויך ר׳ עזריאל און ר׳ שמשון טוען אָן ווייסע קיטלען: ר׳ עזריאל שטעלט זיך, הייבּט אויף די האנט. הויך און שרעקנדיג. שטיי אויף, גאָט! און זאָלן זיך צושפּרייטן און אַנטלויפן דיינע פיינט פון פאַר דיר. ווי עס צושפּרייט זיך רויך, זאָלן זיי זיך צושפּרייטן... זינדיגער און ווידערשפּעניגער רוח! מיט דעם כח פון אַלמעכטיגן גאָט און מיטן רשות פון דער הייליגער תורה צורייס איך, עזריאל בּן הדס, אַלע פעדים, וואָס פאַרקניפּן דיך מיט דער לעבּעדיגער וועלט און מיט דעם גוף און נשמה פון דער בּתולה לאה בּת חנה...
לאה (דבּוק).
שרייט אויס.
- וויי איז מיר!
ר׳ עזריאל.
- און איך בּין דיך מחרים פון כלל ישראל!! תרועה!!!
דער משולח.
- דער לעצטער פונק האָט זיך צונויפגעגאָסן מיטן פלאַם.
לאה (דבּוק).
אָן כחות.
- איך קען זיך מער ניט ראַנגלען... מען הייבּט אָן בּלאָזן תּרועה
ר׳ עזריאל.
שטעלט געשווינט אָפּ די שופרות, צו לאה׳ן.
- גיסטו זיך אונטער?
לאה (דבּוק).
מיט אַ טויטן קול.
- איך גיבּ זיך אונטער...
ר׳ עזריאל.
- זאָגסטו צו מיטן גוטן ווילן פאַרלאָזן דעם גוף פון דער בּתולה לאה בּת חנה און מער זיך אין אים ניט אומקערן?
לאה (דבּוק).
ווי פייער.
- איך זאָג צו.
ר׳ עזריאל.
- מיט דעם זעלבּיגן כח און רשות, מיט וועלכע איך האָבּ דיך מחרים געווען, נעם איך אַראָפּ פון דיר דעם חרם. צו מיכאל׳ן. לעש אויס די ליכט און נעמט אַראָפּ דעם שוואַרצן פּרוכת. מיכאל טוט עס. בּאַהאַלט די שופרות. מיכאל קלייבּט זיי צונויף. און זאָלן די אַריינגערופענע מענטשן אַראָפּנעמען די קיטלען און אַרויסגיין. די פערצעהן מענטשן טוען אויס די קיטלען און גייען אַרויס צוזאַמען מיט דעם משולח און מיכאל׳ן. ר׳ עזריאל הייבּט אויף די הענט אין דער הויך. רבּונו של עולם! גאָט פון רחמים און לייטזעליגקייט! קוק אָן אויף דעם גרויסן צער פון דער פאַרוואָגלטער און געפּלאָגטער נשמה, וואָס איז איבּער פרעמדע זינד און טעותן געשטרויכלט געוואָרן. קער אָפּ דיין בּליק פון אירע חטאים און זאָלן ווי אַ דעמפונג אַרויפגיין צו דיר אירע פריערדיגע גוטע מעשים, איר גרויסער צער און דער זכות פון אירע אָבות. רבּונו של עולם, רוים אָפּ פון איר וועג אַלע מלאכי⸗חבּלה און גרייט איר צו אַיין אייבּיגע רוה אין דיינע פּאַלעצן. אָמן!
אַלע.
- אמן!
לאה (דבּוק).
גיט א שטארקן ציטער.
- זאָגס נאָך מיר קדיש. די בּאַשטימטע צייט גייט אויס!
ר׳ עזריאל.
- סנדר! זאָג דעם ערשטן קדיש.
סנדר.
יתגדל ויתקדש שמיה רבּא. בּעלמא די ברא כרעותיה... דער זיינער שלאגט 12.
לאה (דבּוק).
שפּרינגט אויף פון שרעק.
אַ⸗אַיי!!! פאלט אויפן סאפע ווי אין אוממאכט.
ר׳ עזריאל.
- פירט די כלה צו דער חופּה! עס לויט אריין מיכאל.
מיכאל.
זעער צורודערט.
- נאָר⸗וואָס אומגעקערט זיך דער לעצטער רייטער. ער זאָגט, בּיי די מחותנים האָט זיך צובּראָכן אַ ראָד און זיי גייען צופוס. נאָר זיי זיינען שוין נאָהענט, אויפן בּערגל, מען זעהט זיי פונדאַנען!
ר׳ עזריאל.
שטאַרק איבּערראַשט.
- וואָס עס האָט געזאָלט זיין — זאָל זיין! צו סנדרן. די אַלטע בּלייבּן דאָ מיט דער כלה און מיר אַלע וועלן גיין מקבּל פּנים זיין דעם חתן. מאכט אַרום לאה׳ן מיטן שטעקן א ראנד פון לינקס אויף רעכטס. נעמט אראפּ דעם קיטל, הענגט אים אויף לעבן טיר און גייט ארויס מיטן שטעקן אין האנט, נאך אים סנדר און מיכאל. לאנגע פּויזע.
לאה
וואכט אויף. מיט זעער א שוואכן קול.
- ווער איז דאָ מיט מיר? דאָס זייט איר, בּאָבּינקע? בּאָבּוניע? מיר איז שווער. העלפט מיר... פאַרוויגט מיך...
פראַדע.
גלעט זי.
- זאָל דיר ניט זיין שווער, טאָכטערל. שווער זאָל זיין דעם טאָטער, דעם שוואַרצן קאָטער, און דיר אויפן הערצעלע זאָל זיין גרינג ווי אַ פּוכעלע, ווי אַ הויכעלע, ווי אַ ווייסע שנייעלע, הייליגע מלאָכים׳לעך זאָלן אַרומפאָכן דיך מיט זייערע פליגעלעך. עס הערט זיך אַ כלי⸗זמר⸗שפּיל, ווי מ׳פירט צו דער חופּה.
לאה.
פארציטערט, כאפּט פראדען פארן האנט.
- איר הערט? דאָס גייט מען טאַנצן אַרום הייליגן קבר׳ל, משמח זיין די טויטע חתן⸗כלה!
פראַדע.
- ציטער ניט, טאָכטערל, האָבּ קיין מורא ניט. אַרום דיר שטייט אַ׳גרויסע וואַך, אַ מעכטיגע וואַך. זעכציג גבּורים מיט בּלויזע ↰ 80 דעגנס בּאַשיצן דיך פון אַ בּייזער בּאַגעגעניש, די הייליגע אָבות און די הייליגע אמהות בּאַשיצן דיך פון אַ בּייז אויג. גייט בּיסלעכווייז אריבּער אין א סקאנדירנדיגן געזאנג.
- ּבּאַלד וועט מען דיך פירן צו דער חופּה
- אין אַ גוטער שעה, אין אַ מזל׳דיגער שעה...
- דיין מאַמע די צדקניות גייט זיך פון גן⸗עדן אַרויס,
- פון גן⸗עדן אַרויס,
- אין גאָלד און אין זילבּער אויסגעצירט.
- גייען איר צוויי מלאָכים׳לעך איינקעגן אויס,
- איינקעגן אויס.
- נעמען זיי זי פאַר די הענט,
- איינער רעכטס און איינער לינקס:
- „חנה׳לע דו מיין, חנה׳לע דו פיין,
- וואָס האָסטו זיך אויסגעצירט אין גאָלד און זילבּער און שיין?”
- ענטפערט זיי חנה׳לע אַזוי און אַזוי:
- „ווי זאָל איך זיך ניט אויסצירן? דער יום⸗טוב איז מיר גרויס!
- מיין איינציגע טאָכטער, מיין ליכטיגע קריין,
- טוט צו דער חופּה מיט מזל גיין!
- — „חנה׳לע דו מיין, חנה׳לע דו פיין!
- פאַרוואָס איז אויף דיין פּנים לייד און פּיין?”
- ענטפערט זיי חנה׳לע אַזוי און אַזוי:
- ווי זאָל איך ניט טרויערן? דער יום⸗טוב איז מיר וויי!
- מיין טאָכטער צו דער חופּה פירן פרעמדע לייט,
- און איך מוז זיך שטיין אין טרויער אָן אַ זייט...
- פירט מען די כלה צו דער חופּה בּאַלד,
- גייען איר אַיינקעגן יונג און אַלט.
- קומט אליהו הנביא און נעמט דעם גרויסן בּעכער אין האַנט...
- מאַכט ער אַ בּרכה אויפן גאַנצן לאַנד...
- אָמן ואָמן... ווערט אנטשלאפן, לאנגע פּויזע.
לאה.
מיט געשלאסענע אויגן. לאזט ארויס א שווערן זיפץ, עפנט די אויגן.
- ווער זיפצעט דאָ אַזוי שווער.
חנן׳ס קול.
איך.
לאה.
- איך הער דיין קול, נאָר איך זעה דיך ניט.
חנן׳ס קול.
- דו בּיסט אָפּגעצוימט פון מיר מיט אַ פאַרשוואָרענעם ראָנד...
לאה.
דיין קול איז מיר זיס ווי דער געוויין פון אַ פידל אין אַ שטילער נאַכט... זאָג מיר ווער בּיסטו?
חנן׳ס קול.
- איך האָבּ פאַרגעסן... נאָר דורך דיין געדאַנקען קען איך געדענקען זיך...
לאה.
- איך דערמאָן זיך... מיין האַרץ האָט זיך געצויגן צו אַ ליכטיגן שטערן... איך האָבּ אין שטילע נעכט פאַרגאָסן זיסע טרערן און האָבּ אין חלום געזעהן שטענדיג אַ געשטאַלט... בּיסטו דאָס געווען?
חנן׳ס קול.
- איך...
לאה.
- איך דערמאָן זיך... בּיי דיר זיינען געווען ווייכע ווי פאַרוויינטע האָר און טרויעריגע מילדע אויגן... בּיי דיר זיינען געווען לאַנגע און דינע פינגער... טאָג און נאַכט האָבּ איך געטראַכט נאָר וועגן דיר... פּויזע. טרויעריג. נאָר דו בּיסט אַוועק פון מיר, און מיין ליכט האָט זיך אויסגעלאָשן און מיין נשמה איז פאַרוועלקט געוואָרן. און ווי אַ וויסטע אלמנה בּין איך געווען, אַז צו מיר האָט זיך אַ פרעמדער מאַן דערנעהענט... נאָכדעם האָסטו זיך אומגעקערט און אין מיין האַרצן האָט אויפגעבּליט אַ לעבּן פון טויט און אַ פרייד פון טרויער... פאַרוואָס האָסטו מיך ווידער פאַרלאָזן?
חנן׳ס קול.
איך האָבּ צובּראָכן אַלע צוימען, איך האָבּ איבּערגעשטיגן איבּערן טויט, האָבּ פאַרשטערט אַלע געזעצן פון צייטן און דורות. איך ↰ 82 האָבּ זיך געראַנגלט מיט שטאַרקע, מיט מאַכטיגע, מיט אומבאַרמהאַרציגע. און אַז בּיי מיר האָט זיך אויסגעשעפּט דער לעצטער פונק כח האָבּ איך פאַרלאָזן דיין גוף, כדי אומקערן זיך צו דיין נשמה.
לאה.
צארט.
- קער זיך אום צו מיר, מיין חתן, מיין מאַן... איך וועל דיך אַ טויטן טראָגן אין מיין האַרצן און אין די חלומות פון נאַכט וועלן מיר צוזאַמען וויגן אונזערע ניט געבּאָרענע קינדערלעך. וויינט. מיר וועלן זיי נייען העמדעלעך, מיר וועלן זיי זינגען לידעלעך. זינגט וויינענדיג.
- בּאַיו, בּאַיו, קינדערלעך,
- אָן אַ וויג אָן ווינדעלעך,
- טויטע ניט געבּאָרענע,
- אָן אַ צייט פאַרלאָרענע...
פון דרויסן הערט זיך א חופּה⸗מארש, וואָס דערנעהענט זיך. לאה פארציטערט.
- מען גייט מיך פירן צו דער חופּה מיט אַ פרעמדן! קום צו מיר, מיין חתן!
חנן׳ס קול.
דיין גוף האָבּ איך פאַרלאָזן און קום צו דיין נשמה. ער באווייזט זיך אין וואנט אין ווייסן.
לאה.
מיט פרייד.
- דער ראָנדן⸗צוים צובּראָכן! איך זעה דיך, חתן מיין! קום צו מיר!
חנן.
ווי א ווידערהאל.
- קום צו מיר!
לאה.
שטייט אויף מיט פרייד.
- איך גיי צו דיר.
חנן.
ווי א ווידערהאל.
- איך גיי צו דיר.
קולות.
הינטערן סצענע.
- פירט דאָ כלה צו דער חופּה! אַ חופּה⸗מארש. לאה פארלאזט אויפן סאפע דאס שוואַרצע מאנטל און אינגאנצן אין ווייסן גייט זי אונטערן חופּה⸗מארש צו חנן׳ען, שטעלט זיך אויף זיין ארט און ווי זי גיסט זיך צונויף מיט אים. עס גייט אריין עזריאל מיטן שטעקן אין האנט, נאך אים דער משולח. שטעלן זיך אפּ בּיין טיר. אין טיר סנדר, פראַדע, די איבּעריגע.
לאה.
מיט אַ קול ווי פונדערווייטנס.
- אַ גרויסע ליכט צוגיסט זיך רונד⸗אַרום... איך בּין בּאַהעפט מיט דיר אויף אייבּיג, מיין בּאַשערטער... צוזאַמען שוועבּן מיר אַלץ העכער, העכער, העכער... עס ווערט אלץ פינסטערער.
ר׳ עזריאל.
אראפּלאזנדיג דעם קאפּ.
- פאַרשפּעטיגט.
דער משולח.
- בּרוך דיין האמת. עס ווערט שטאק⸗פינסטער. פונדערווייטנס הערט זיך שטיל⸗שטיל.
- מחמת וואָס, מחמת וואָס
- איז די נשמה
- פון העכסטער הויך
- אַראָפּ אין טיפסטן גרונט?
- — דער פאַלן טראָגט
- דעם אויפקומען אין זיך...