פרדס יהודה שבועות בלעטל תשס"ט המשך
פרדס יהודה שבועות בלעטל תשס"ט - - - פרדס יהודה שבועות בלעטל תשס"ט המשך - - - צוריק צו פרדס יהודה בלעטל
לכו לחמו בלחמי - א רפואה דורך די ברויט
הרה"ח ר' אליעזר סופר ז"ל א פייערדיגע חסיד פון סטאלין איז לא עלינו געווארן קראנק און געלעגן א האלב יאר אין בעט און איז געווען זייער שוואך און אויסגעדארט אז ער האט נישט געקענט רוקן אפי' זיינע הענט און פיס. דעמאלטס האט דער רבי געפירט זיין הייליגן הויף אין קארלין (היינט א שעה פון סטאלין). און פאר יו"ט שבועות איז דער עולם שוין געפארן א פאר טעג פריער כדי צו הערן דעם לעצטן ספירה ציילן פון הייליגן בית אהרן.
און די חסידים זענען געקומען זיך געזעגענען פון ר' אליעזר און מען האט געטרונקן לחיים צוזאמען און מען האט אים געבענטש און מען האט אים צוגעזאגט אים מזכיר זיין ביים רבי'ן ווען די חסידים זענען ארויסגעגאנגען פון זיין הויז האט אים אנגעכאפט א ברען צו פארן צום הייליגן בית אהרן זאגן א
גוט יום טוב, און ער געזאגט פאר זיין ווייב אז ער וויל אויך פארן, און אויב זי וויל ער זאל לעבן זאל זי מסכים זיין און נישט מעכב זיין, האט זי אנגעהויבן צו וויינען ווי אזוי קענסטו דאס טון ,דו ביסט קראנק! און עס איז פאר דיר א סכנה צו פארן, אבער ער האלט זיך ביי זיינ'ס און האט איר געזאגט אז ער מוז גיין.
איז זי געגאנגען זיך באקלאגן פאר החסיד ר' משה'קלה מסטאלין, וואס זיין מאמע איז געווען א שוועסטר צום רבי'ן. א זקן ונכבד, האט ער געזאגט אז ער זאל גיין,ווייל אויב נישט, וועט דאס זיין ממש סכנות נפשות, איז זי געגאנגען צו איר טאטן הרה"ח ר' מעכיל וואס האט אויך געוואוינט אין סטאלין, האט איר
טאטע מייעץ געווען אז מען זאל דינגען א וואגן און מען זאל לייגן קישענס און דעקן און אויף דעם זאל מען לייגן ר' אליעזר.
און ווען מען וועט אנקומען אין קארלין וועט מען אים אריין לייגן ביי זיין טאטן ר' דוד זאב אין שטוב וואס האט דארט געוואוינט. און אזוי וועט ער זיך קענען אפרוען, ר' אליעזר איז א חכם און האט זיך מיישב געווען צו מיט נעמען ברוינפן און כסדר געגעבן צום בעל עגלה צו טרינקען אז ער
זאל צוזאגן אים אריין צו פירן אין חצר הקודש אין קארלין, און נישט צום שטוב פון זיין טאט'ן, וואס ער וועט זיכער גוזר זיין אויף אים אז ער זאל בלייבן דארט'ן אין בעט און וועט נישט קענען נעמען שלום פון רבי'ן.
דער בעל עגלה האט אזוי געטאן און די חסידים האבן געהאלפן ארויס נעמען ר' אליעזר פון וואגן אריין אין הויף פון שוהל, און איז דארט געלעגן ביז דער רבי וועט ארויס גיין, ווען דער רבי איז ארויסגעגאנגען אפצונעמען שלום פון דער עולם האט מען אים דערציילט אז ר' אליעזר סופר פון סטאלין איז דא אבער איז זייער קראנק און שוואך און דער רבי האט זיי גארנישט גענטפערט, און האט געגעבן שלום
פאר ר' אלעזר און האט אים גוט אנגעקוקט און געזען זיין מצב אבער ער האט אים גארנישט געזאגט.
ווען עס איז געקומען ביי נאכט און דער רבי איז געגאנגען דאווענען מנחה מעריב, און נאך דעם ספירה ציילן פון לעצטן נאכט, איז ווען ר' אליעזר הערט דעם קול פון ספירה ציילן פון רבי'ן , האט דאס אריין געברענגט אין זיינע ביינער א פרישע חיות פרישקייט און א געשמאק, און ער האט געזאגט "פאר דאס אליין האט זיך שוין געלוינט די גאנצע טרחה צו קומען".
ערב יום טוב: און דער רבי איז געגאנגען דאווענען מנחה מעריב, און ער הערט דעם קול פון רבינ'ס דאווענען און האט זיך מוראדיג געפרייט, די זעלבע זאך האט זיך אפגעשפילט בייטאג יום טוב און דעם רבינ'ס דאווענען און די אקדמות און דעם קריאת התורה, וואס דאס האט געשאפט א הנאה פאר ר' אליעזר, און גיט א שבח והודאה אז ער האט דאס אלעס זוכה געווען.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי געמאכט קידוש, און דער רבי איז זיך געגאנגען א ביסל אפרוען , און מען האט דערווייל געטיילט פאר די חסידים קליינע חלות און שווארצע ברויט מיט זאלץ, און צווישן איז דער רבי ארויס פון זיין צימער און זיך אוועקגעשטעלט ביים טיר און געלייגט די הענט אויף די ביידע שוועל און גיט א קוק אויפן עולם און געזען וואס מען האט אנגעגרייט די שווארצע ברויט מיט די זאלץ. האט ער זיך אנגערופן: קינדערלאך עסט פון אונזערע ברויט און זאלץ, ווער עס דארף א רפואה וועט האבן א רפואה ווער עס דארף א ישועה וועט האבן א ישועה, און האט דערמאנט נאך בקשות און האט אלעמען געבענטש אז אלע זאלן געהאלפן ווערן: און דער רבי איז צוריק געגאנגען צו זיין שטוב.
ווען ר' אליעזר האט דאס געהערט האט ער זיך געשטארקט און איז געקראכן מיט די הענט און פיס צום טיש און האט גענומען א שטיקל ברויט און זאלץ, און האט געזאגט אז אפילו די שווארצע ברויט איז זייער שווער פאר זיין קרענק אבער ער האט געגלויבט באמונה שלימה אין דעם צדיק'ס ווערטער אז ער וועט געהאלפן ווערן דורך די ברויט און האבן א גאנצע רפואה. און צו גרויס וואונדער נאכ'ן עסן א ביסל ברויט איינגעטונקען אין זאלץ פילט ר' אליעזר ווי זיינע כוחות קומען צוריק, און בעזרת ה' איז זיין קרענק געווארן אויסגעהיילט אז דער צווייטן טאג יו"ט איז שוין ר' אליעזר געזעצן ביים סעודה און געגעסן בשר ודגים וכל מטעמים.
נאך יו"ט האט מען זיך געזעגנט פון רבין און די חסידים האבן דאך נישט געהאט קיין געלט אויף צו דינגען א וואגן און זענען געגאנגן צו פוס פון קארלין ביז סטאלין און אונזער ר' אליעזר איז געגאנגען מיט זיי אויך. געזונט און פריש.
דער כח פון אמונת צדיקים!!!! דער ר' אליעזר סופר איז געווארן אינגאנצן געזונט און נאך דעם הסתלקות פון אלט'ן רבי'ן איז ער געפארן קיין ארץ ישראל און איז נסתלק געווארן י"א כסלו תרנ"ז מנו"כ בהר הזיתים, ער האט זוכה געווען צו צוויי זין הרה"ח ר' משה סופר און הרה"ח ר' אפרים סופר וואס זענען געווען פון די אריות שבחבורה.
(פרי ישע אהרן דף שט"ז פון הרה"ח ר' משה אהרן הלוי הורויץ ז"ל.)
רבינו ר' אברהם אלימלך זצוק"ל אדמו"ר מקארלין הי"ד איז
געקומען אויף חג השבועות שנת תרצט צו עיה"ק ירושלים,
אויסבעטן א ישועה פאר כלל ישראל און געקערט וועלטן. בערב
יו"ט נאכ'ן דאווענען האט דער רבי געטרונקן "לחיים" מיט'ן
עולם, און האט גערעדט פון דעם ענין פון יראה כמאמר הכתוב
וקול השופר הלך וחזק מאוד ויחרד כל העם אשר במחנה, און אז
מען דארף שטענדיג געדענקען דעם קול השופר. און האט ארויס
געברענגט דעם מוסטער פון יראת שמים פון אמאליגע
חסידים וואס האבן געציטערט און מורא געהאט פון יעדן
מחשבה ודיבור ומעשה, מורא געהאט ממחשבה רעה ח"ו,
מהבטה רעה, מדיבור רעה, ווען מען איז געגאנגען עסן א סעודה
איז געפאלן אויף זיי א פחד, דער רבי האט דערציילט מאחד
מחסידיו של מרן האדמו"ר הזקן זיע'"א שכשהיה צריך ליטול
ידיו לסעודה היה כל גופו רועד מיראה שיהיה הכל כהלכה,
הנטילה ואחכ הברכה וכו', און דער רבי האט מאריך געווען
בענין יראת שמים אז דער עיקר איז מען זאל מורא האבן,
דער רבי האט כסדר דערמאנט וועגן דעם גרויסקייט פון קבלת
התורה און עניני קבלת התורה, און דער ויהי ביום השלישי
בהיות הבוקר ויהי קולות וברקים וענן כבד על ההר ויהי קול
השופר הולך וחזק מאוד ויחרד כל העם אשר במחנה, און
געזאגט מען זאל נישט מסיח דעת זיין אזוי ווי עס ווערט
געברענגט אין ספר הק' מאור ושמש בשם דעם זוהר הק' אז
אפילו ביי מתן תורה זענען געווען אסאך מענטשען וואס זענען
נתפעל געווארן פון די קולות וברקים און האבן פארגעסן פון
דעם עיקר וועגן וואס זיי זענן געקומען, מען טאר זיך נישט
מסיח דעת זיין א מינוט.
איין מאל פארטאגס האט מען געזען ווי דער רבי זיצט אנקעגן דעם פידהייצער רב און לערנט מיט אים זוהר הק',, דער פידהייצער רב לערנט פון זוהר און דער רבי'ןס פנים לייכט כלפיד אש און שוועבט צווישן הימל און ערד. דער וואס געדענקט דעם רבי'ןס הקדמות וואס איז געווען בבחינת כלות הנפש ממש מיט קול און כח אז מען האט געמיינט אז דער רבי געפינט זיך אין עולם שכולו טוב און וועט דארטן בלייבן, מדברות קדשו בסעודת החג
בסעודת יו"ט פון חג השבועות האט דער רבי גערעדט וועגן דאווענען און לערנען און מען זאל זיין בשמחה וואס שמחה איז א מתנה פון אויברשטן, און אויך מען זאל נישט פארגעסן וואס טוט זיך ארום אונז וואס די פעלקער וויל'ן אונז איינשלינגען, פונדעסטוועגן דארף מען זיך פרייען אז מען האט א זכיה צו דאווענען און זיין בשמחה, ובפרט כשזוכים לגשת לפני הכותל המערבי, ואמר אם אבותיו הק' היו זוכים לזה היו מרעישים את כל הארץ.
אין דעם צווייטן טאג שבועות זינגט מען אין קארלין בפי
התורה הקדושה: ונקראת: אין מיט'ן דער סעודה, דער רבי האט
דערציילט פון אלט'ן רבי'ן וואס ביי דעם ניגון איז ער אמאל
געזעצן צוויי שעה מיט פארמאכטע אויגן, און מען האט געמוזט
בייטן די זינגר'ס, און אזוי איז דער רבי געווען פאר'דביקות אין
דעם ניגון ביז ער האט פארמאכט דעם סידור, אזוי פיל חיות
האט ער געהאט פון דעם ניגון.
(מרשימות הרה"צ ר' מנשה הכהן רוזנפלד)
ועתה כאשר ימי החג הקדוש שהוא יום אחד המיוחד שבו ההעולם תלוי ועומד, יתנו את לבם אשר זה החג תלוי באחדות , כמאמר חז"ל עה"כ , ויחן שם ישראל כאיש אחד בלב אחד, על כן יתחזקו להתאסף יחד בקירוב לבבות, ויחזק איש את רעהו , ובזה ימשכו עליהם לכל השנה לטוב להם תמיד.
וראיתי דבר יקר מאוד בספר הק' אור פני משה על פרשות במדבר . וידבר וכו' לאמור האמור בסוף הפ' קאי על כל הפ' לכל איש ישראל במדבר אם תחזיק א"ע כמדבר אז סיני וז"א אם תהיה הפקר כמדבר אז התורה התורה נתונה לך במתנה כניתנה מסיני וכמו שאמרו חז"ל ממדבר מתנה ניתנה לו תורה, במתנה זה לשונו הק', ובידעם ומכירם קאמינא שיש לכם שיפלות רוח מידה יקרה זו תחזיקו אצלם גם כעת ועי"ז תזכו עם הכנות הק' בימי הספירה שהכל הם הכנות ליום הק.
ער האט געשריבן א בריוו וועגן מצב וז"ל: אין דרך עם סגולה להתגולל בעפר: וכאשר כל ישראל מקבלים התורה הק' ובזה נקראים עם סגולה להם אין דרך להיות סגולה מתגוללת באשפה ועפר. על כן ירחם ה' עמו הנתונים בצרה ושביה ללעג ולקלס ולחרפה, וכ"א עושה בהם כרצונו ודם נקיים נשפך כמים, עולם אומרים איה וכו' ע"כ מאשפות ירים אותנו סגולות, ועד מתי יהי' שריד בית תפארתינו חרב, יגאל אותנו בקרוב להביאנו מד' כנפות הארץ לארצינו הק', יגאל עם כל אחד המאמינים בה' אחד, ומקבלים תורה א' לארץ אח"ת ארץ - ישראל מיוחדת מכל הארצות, לבנות בית מקדשינו ותפארתינו, ואז יהיה ה' אחד ושמו אחד בנקמו דם עבדיו השפוך, ואז ה' שוכן בציון שכינת תפארתו, שהוא ג"כ בגלותא עם עמו ישראל. ואתם יקירי בעמדכם בתפלה במקום קודש הקדשים ששם נשמעים תפילות ישראל העתירו בתפלה לפני השומע תפלה, שהשי"ת יאמר לצרותינו די, וישוב וירחם עלינו ועל מקדשו ברחמיו המרובים ויבנהו מהרה, ואז יתגדל כבודו והי' ה' למלך על כל הארץ, ולשנה הבאה בירושלים, ועוד מקודם נזכה לזה. עכ"ל.