פרדס יהודה נשא בלעטל תשס"ט
פרשת נשא
1] ויעשו כן בני ישראל וישלחו אותם אל מחוץ למחנה
כאשר דבר ה' אל משה כן עשו בני ישראל: (ה' ד')
שטייט אין מדרש (במדבר רבה ז' ט') להגיד שבחן כשם שאמר
להם משה כן עשו וכו' דארף מען פארשטיין וואס וויל דער
מדרש מחדש זיין. נאר עס איז באוואוסט אז צו זיין נאנט צו
א מצורע אדער א זב איז א סכנה ווייל עס קען שאטן פאר'ן
מענטש, איז אפילו די תורה וואלט נישט געזאגט מען זאל
ארויסשיקן א מצורע און א זב פון דער מחנה וואלט מען זיי
ארויסגעשיקט כדי זיי זאלן נישט זיין א מזיק פאר זייער
נאנטע, אבער דער רצון פון ה' איז געווען וישלחו: ווייל ולא
יטמאו את מחניהם. וועגן דעם און נישט וועגן מזיק זיין,
דעריבער שטייט אין פסוק וישלחו מן המחנה פארוואס האט
מען ארויסגעשיקט א צרוע וזב פון די מחנה, נאר כאשר דבר
ה' אל משה. וועגן ולא יטמאו את מחניהם, דאס מיינט דער
מדרש להגיד שבחן כשם שאמר להם משה. זיי האבן ארויסגעשיקט
די צרוע וזב נאר וועגן די ציווי פון ה' ולא יטמאו
את מחניהם, און נישט וועגן סכנה.
(כתב סופר)
2] וכפר עליו מאשר חטא על הנפש: (ו' י"א) פרעגט די גמ' וכי באיזו נפש חטא אלא שציער עצמו מן היין. מען האט געפרעגט הרהק מאוסטרובצא זיע וואס איז ידוע אז ער האט אסאך געפאסט, לכאורה מיר טרעפן אז א נזיר איז מחויב צו ברענגען א קרבן ווייל ציער עצמו מן היין ער האט זיך מצטער געווען פון טרינקען וויין, און אויך שטייט: כל (תענית י"א), היושב בתענית נקרא חוטא איז פארוואס פאסט דער רבי? האט דער הייליגע צדיק געענטפערט: עס שטייט נישט כל המתענה בתענית, נאר עס שטייט כל היושב בתענית, די דיוק איז אויף די ווארט פון היושב, דאס מיינט ער בלייבט זיצן אויף איין מדריגה, ווייל דעם פאסטן טוט אים צוריק האלטן פון גיין העכער אין עבודת השם, איז דאס מיינט יושב, אזא איינער טאר נישט פאסטן.
3] מען דערציילט אז איינער איז געקומען צום הייליגן ריזינער זי"ע, צו באקומען הוראה. און האט געזאגט פאר'ן רבי'ן: אויסער מיין תורה וואס איך האב געלערנט האב איך זיך אויך מסגף געווען. ווייל איך טרינק נאר וואסער. און איך האך זיך געקוילערט אין די שניי. און ווען עס איז געווען די הייסע טעג האב איך געלאזט די זון באקן אויף מיר. האט דער רבי זיך אנגערופן: קוק ארויס פון פענסטער, האט ער געזען פערד וואס טוען זיך קוילערן אין די שניי. האט זיך דער יונגערמאן געוואונדערט וואס ווייזט מיר דער רבי? האט דער רבי געזאגט די פערד טרינקען אויך נאר וואסער און זענען זיך מתגלגל אין שניי און מען טוט זיי שמייסן. און פון דעסטוועגן בלייבן זיי נאר א פערד.
4] כה תברכו את בני ישראל אמר להם: (ו' כ"ג)
טייטש דער תרגום אמור להם: כד תימרון להון. דארף מען פארשטיין
וואס וויל דער תרגום מיטן לשון ווען דו וועסט זאגן צו זיי?
אויך פארוואס שטייט כה? עס שטייט אין די גמ' (סוטה ל"ח)
נאך ווייל מען דארף בענטשן כלל ישראל נאר בלשון הקודש.
פרעגט דער מדרש פארוואס רעדט דער פסוק צו אהרן
בפרטות און אים ארויסגענומען פונעם כלל פון כהנים, עס
האט געקענט שטיין דבר אל הכהנים כה תברכו? נאר צו
פארענטפערן די אלע דיוקים, דארף מען מקדים זיין וואס
מלא מיט א רשי שרייבט אמור להם: פארוואס שטייט אמור
וואו נאר מען זאל בענטשן די אידן מיט כוונה און בלב
שלם. לכאורה וואס מיינט דא רשי מיט דעם? נאר מען קען
זאגן אז ווען די כהנים בענטשן די אידן קענען זיי מיינען
מיט'ן ברכה זייער טובה ווייל אויב די אידן וועלן האבן כל
טוב וועלן די כהנים האבן מער מתנות. דעריבער זאגט די
הייליגע תורה אז זייערע כוונה זאל זיין בלב שלם, נאר פארן
טובה פון כלל ישראל און נישט זייער טובה. איז דאס זאגט
דער תרגום: כד תימרון להון, ווען וועט די ברכה פון כהן חל
זיין? נאר אויב תימרון להון, זיי וועלן מיינען נאר די טובה
פון כלל ישראל, און נישט זייער טובה, איז ווען דער
אויבערשטער האט געגעבן דעם באפעל פון כה תברכו, זענען
נאך נישט געווען שייך די מתנות כהונה, איז דאס זיכער
געווען די כוונה פון כהן נאר לטובת כלל ישראל, דעריבער
שטייט דבר אל אהרן, וואס אהרן האט זיכער געמיינט די
טובה פון כלל ישראל. און, כה תברכו, אזוי ווי די כוונה פון
אהרן איז נאר געווען לטובת כלל ישראל אזוי זאל זיין ביי די
שפעטערדיגע דורות זיי זאלן אויך בענטשן לטובת כלל
ישראל און נישט די אייגענע טובה.
(כתב סופר)
5] יברכך ה' וישמרך: (ו' כ"ד) שטייט אין מדרש (פי"א ה)
יברכך בעושר, וישמרך שתעשה ממנו מצוות: זאלסט
טאן מיט די געלט מצוות. עס קען זיין פשט לויט וואס
ווערט געברענגט אין ספר חוזה דוד תהלים (ס"ז ב') אויפ'ן פסוק
אלקים יחננו ויברכנו יאר פניו אתנו סלה: לכאורה איז שווער
ווי אזוי האט דוד המלך געקענט בעטן, יחננו: א מתנת חנם,
עס שטייט שונא מתנות? (משלי ט"ו כ"ז) יחי' דעריבער זאגט
דער פסוק: יאר פניו אתנו סלה. אזוי ווי עס איז באוואוסט
ווען דער מענטש וואס גיט א מתנה און האט הנאה וואס יענע
נעמט אן די מתנה הייסט דאס נישט קיין מתנה ווייל די הנאה האט דער נותן.
איז דאס זאגט דער פסוק: יחננו, א מתנת חנם:
אבער דאס איז נישט אין כלל פון שונא מתנות, וויבאלד
(איכה רבה א' לה) ישראל זענען מוסיף כח אין פמליא של מעלה,
איז די הנאה פאר'ן נותן דאס איז קוב"ה, יאר פניו אתנו
סלה: דורך די מצות און צדקות פון אונז טוט דאס באלייכטן
פארן אויבערשטן ממילא איז דאס נישט אין כלל פון מתנה
און שונא מתנות. דאס זאגט דער מדרש: אז באמת שכר מצוה
בהאי עלמא ליכא, און דאס וואס א מענטש דארף האבן אויף
צו לעבן דאס גיט אים דער אויבערשטן, און דאס איז נישט
בכלל פון א מתנה וויבאלד ער דארף דאס האבן אויף צום
לעבן, אבער מער פון דעם איז דאס בכלל פון מתנה און שונא
מתנות, איז דאס זאגט דער פסוק: יברכך: בעושר, וועסטו
פרעגן ווי אזוי קען איך דיר געבן מתנות, עס איז דאך מער
וויפל דו דארפסט און עס שטייט שונא מתנות יחי', אויף דעם
זאגט דער פסוק, וישמרך: אז דו זאלסט טאן מצות מיט די
געלט, און דורך די מצות וועסטו מיר שאפן א הנאה וועט
נישט זיין א מתנה. קען זיין פשט אין דער מדרש "שמא
לרעתכם נתתי לכם התורה לא נתתי אלא לטובתכם:" אויב עס
וועט עולה על דעת זיין אז דאס געבן די תורה איז פאר אייער
שלעכטס: ווייל שונא מתנות יחי', זאגט דער אויבערשטער:
לא נתתי לכם אלא לטובתכם: איך האב געגעבן די תורה נאר
פאר אייער טובה אז עס זאל זיין א טובה, און מען זאל
מקיים זיין די מצות איז דאס נישט בכלל פון א מתנה:
(אמרי יהודה מ.ל. קליין קראקא תרס"ב)
6] ושמו את שמי על בני ישראל ואני אברכם: (ו' כ"ז) אין די גמ' (חולין דף מ"ט)
איז דא א מחלוקת: ר' ישמעאל און ר'
עקיבא אויף וועמען גייט ארויף דעם ואני אברכם צו עס גייט
ארויף אז דער אויבערשטער וועט בענטשן די כהנים אדער
כלל ישראל. בכלל דארף מען פארשטיין וואס איז דער חילוק
פון א ברכת צדיק אדער א ברכת כהן. נאר מען ברענגט פון
ספר העקרים און פון בעל העקידה דער ענין פון ברכת צדיק:
ווען א צדיק גיט א ברכה איז דער אויבערשטער וויל טאן
דעם רצון פון צדיק טוט ער משפיע זיין די ברכה דורך דעם
צדיק אז דער צדיק ווערט א צינור פון רבשע צו דעם
מענטש, דעריבער איז דא א חילוק פון א ברכת צדיק צו די
ברכה פון א איש פשוט ווייל וואס מער א מענטש איז נענטער
צום רבשע אלץ מער פויעלט זיין ברכה דורך א ריינעם
צינור. אבער אנדערשט איז א ברכת כהן וואס עס איז נישט
קיין חילוק וואס פאר א מדריגה דער כהן האלט, ווייל די
ברכה איז פון רבשע אליין און נישט דורך א צינור דורך
דעם כהן, און זיין ברכה איז אנדערש פון א ברכת צדיק וואס
ווענדעט זיך ווער דער צדיק איז. קען זיין פשט אין פסוק:
ושמו את שמי על בני ישראל ואני אברכם: איך אליין דער
רבשע, וועט זיי בענטשן, און נישט אז די ברכה וועט חל
זיין אויף די כהנים און דורך די כהנים צו די אידן, ווייל
דעמאלטס וועט זיין אז דער כהן איז א צינור און דאס וועט
מוזן זיין א כהן וואס איז נאנט צו ה'. נאר ואני אברכם: די
ברכה פון כהן קומט גלייך פון הקבה און דעריבער וועט די
ברכה חל זיין תיכף ומיד.
(כתב סופר)
אין פ' נשא געפינט מען א ווארט וואס דאס שטייט נאר איין מאל אין די תורה, אבער אין ש"ס שטייט דאס זייער אסאך מאל!
ביי נחשון בן עמינדב שטייט וקרבנו (ז' י"ג) עס איז דא צוויי שווערע דיוקים, איינס פארוואס שטייט צוויי מאל קרבנו אין פסוק י"ב און פסוק י"ג, נאך א דיוק איז דא פארוואס שטייט וקרבנו מיט א ווא"ו. ווער עס וועט ענטפערן 5 תירוצים אויף יעדן דיוק וועט געווינען א ספר, שיקט ענטפער'ס נאר דורך די פאקס אדער אי-מייל און מען וועט מפרסם זיין די אלע געווינערס בקרוב.
מדור העובדות
. דער כהן איז מרומז צום צדיק, אז האשם המושב לה' לכהן
דורך דעם צדיק וועט מען צוריק באצאלן וואס מען איז שולדיג:
צו דאס פארשטיין וועט מען ברענגען א מעשה וואס איז געשען
ביים הייליגן אהבת ישראל זיע"א נאך ווען זיין הייליגן טאטן
דער אמרי ברוך זיעא איז נסתלק געווארן און דער אהבת
ישראל האט איבערגענומען די אדמורו"ת, איז די פרנסה געווען
זייער מצומצם ווייל ווייניג מענטשן זענען געקומען מיט
קוויטלאך און פדיונות. איין טאג קומט אין פאסט א בריוו מיט א
קוויטל מיט א שיינע פדיון, די מענטשן פון שטוב זענען געווען
צופרידן אז עס איז שוין דא געלט, אבער אין צווישן איז
אנגעקומען א מענטש און וויינט זיך אויס פאר'ן רבי'ן אז ער
דארף חתונה מאכן זיינע קינדער און האט נישט קיין געלט זיי
חתונה צו מאכן נעמט דער רבי ארויס די גאנצע פדיון און גיט
דאס פאר דעם איד . די גבאי בייזרט זיך אויפ'ן רבי'ן אז מען קען
געבן א חלק פאר צדקה אבער פארוואס דאס גאנצע געלט, קוקט
אים אן דער אהבת ישראל און פרעגט דעם גבאי! די גלויבסט
אין גלגולים? ענטפערט ער אים יא! אוודאי! וועל איך די
דערציילן א מעשה זאגט דער רבי: עס איז געווען א איד וואס
איז געווען שולדיג פאר א צווייטן געלט און איז געשטארבן. און
ער דארף צוריק קומען אויף דעם עולם באצאלן זיין חוב. וואס
פאסירט אויב דער מענטש פאר וועם ער קומט געלט טרעפט ער
אים נישט, אדער וואוינט ווייט וואס טוט דער אויבערשטער?
ער שיקט א פדיון צום רבי'ן און שיקט דעם בעל חוב
אפצונעמען דעם חוב און אזוי ווערן ביידע אויפגעראכטן! דעם
גבאי א קלוגער זאגט ער פארשטייט שוין אלעס. דאס מיינט
האשם וואס מען איז שולדיג, המושב, צאלט מען צוריק לה' א
חוב וואס מען קומט פאר'ן רבש"ע. לכהן: דורך דעם צדיק קומט
זיך צוזאמען די געלט צו באצאלן דעם חוב.
(שמח זבולון -המו"ל)