לדלג לתוכן

פרדס יהודה חוקת בלק בעלטל תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו פרדס יהודה


פרשת חקת בלק

טעם פון פרה אדומה

1] זאת חקת התורה וגו': (י"ט ב') זאגט רש"י ווייל דער שטן ואומות פרעגן מה טעם יש בה, וועגן דעם זאגט די תורה גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה, איז אויף דעם שווער, ווייל עס איז דא א טעם אויף פרה אדומה: משל לבן שפחה וגו' כך תבוא פרה ותכפר על העגל. (עיין רש"י פסוק כ"ב פון מדרש תנחומא). נאר באמת דאס איז די כוונה פון שטן מיט דעם וואס ער פרעגט דעם טעם פון פרה אדומה, כדי די אידן זאלן ענטפערן וועגן מעשה עגל און דורך דעם וועט דער שטן מעורר זיין דינים אויף כלל ישראל. איז קען זיין פשט אין רשי: לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל: דאס הייסט אז זיי טוען דאס מיט א ערמה אז די אידן זאלן אליין זאגן דעם טעם. דעריבער האט דער אויבערשטער געווארענט און האט געזאגט גזירה הוא מלפני אז עס איז נישט קיין טעם נאר א חוק ממילא וועט דער שטן נישט טרעפן קיין קיטרוג.
(ילקוט דברי חכמים בשם ספר דבש השדה)

ביי א מצוה פארדרייט דער יצה"ר א קאפ

זאת חקת התורה וגו': (י"ט ב') זאגט רש"י אז ווייל דער שטן ואומות העולם דערצערענען די אידן מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה וועגן דעם שטייט גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה עכ"ל. בשעת א מענטש וויל טאן א מצוה קומט צו אים דער יצר הרע און זאגט אים פארוואס דארפסטו טאן די מצוה און ער פארדרייט אים א קאפ זאלסט נישט טאן די מצוה ווייל די מצוה איז אסאך העכער פון דיין השגות, און האסט נישט קיין שייכות מיט די מצוה, און אויב מען הערט זיך נישט צו צום יצר הרע און מען טוט יא די מצוה, קומט דער בעל דבר און זאגט, האסט נישט געטאן די מצוה בשלימות. איז דאס זאגט די תורה: מה טעם יש בה: מיינט מען צו זאגן אז דער יצר הרע זאגט אז די מצוה וואס ער טוט איז דא א גרויסער טעם און איז העכער פון דיין השגות, דעריבער שטייט חוקה גזירה היא מלפני, מיינט מען צו זאגן אז אפילו די יצר הרע וועט דיר וועלן איבעררעדן נישט צו טאן די מצוה, זאלסטו אים זאגן גזירה היא מלפני, און איך דארף טאן די מצוה אפילו עס איז העכער פון מיין השגות, און אויב די יצר הרע וועט קומען זאגן אז אז ער האט נישט געטאן די מצוה בשלימות אויף דעם זאלסט אים זאגן אין לך רשות להרהר אחריה, נאך וואס מען טוט א מצוה דארף מען נישט מאכן צופיל חשבונות. [שטייט אין הייליגע ספרים די זעלבע בחינה אויף וואס מען זאגט והסר שטן מלפנינו ומאחרינו].
(המו"ל געבויט אויפן ס' אור ישרים פון צדיקי לעכאוויטש קאברין)

תורה מיט'ן פרה אדומה האבן איין קשר

3] זאת חקת התורה וגו': (י"ט ב') דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט נישט זאת חקת הפרה? נאר מען טרעפט אז די תורה ווערט אנגערופן על שם משה רבינו, זכרו תורת משה: (מלאכי ג' כ"ב) און ביי פרה אדומה האט מען נאר מגלה געווען דעם טעם פאר משה, און שלמה המלך זאגט "והיא רחוקה ממני" (קהלת ז') מוז מען זאגן אז די תורה מיט'ן פרה אדומה האבן איין קשר, ווייל נאר משה רבינו האט דערגרייכט מ"ט שערי בינה, און דעריבער האט ער מקבל געווען די תורה און דעריבער נאר צו אים האט מען געזאגט דעם טעם פון פרה, דערפאר שטייט חקת התורה און נישט חקת הפרה צו ווייזן אז ביידע זענען געבונדן.
(כלי יקר)

דעם ענין פון פרה נקראת על שמך

4] ויקחו אליך פרה אדמה: (י"ט ב) זאגט רשי לעולם היא נקראת על שמך פרה שעשה משה במדבר: דער שפתי חכמים איז מסביר דעם ענין פון נקראת על שמך ווייל פון זיין פרה איז געבליבן אויף אייביג למשמרת, ווייל אין יעדע פרה אדומה וואס די כהנים גדולים האבן שפעטער געמאכט נאך משה רבינו האבן זיי געמוזט מישן מיט משה רבינו'ס פרה, און מיט דעם האבן זיי מקדש געווען זייער פרה עכ"ד, מען קען צו שטעלן א הסבר צו דעם, ווייל יעדע מצוה דארף מען טאן במחשבה בדיבור ובמעשה, מחשבה: איז דער טעם פון די מצוה, דבור: איז די ברכה פון די מצוה, און מעשה איז די מעשה המצוה. יעצט פרה אדומה איז פאר כלל ישראל א חק בלי טעם, אבער משה רבינו האט יא געוואוסט דעם טעם, ממילא האט מען געמוזט נעמען א חלק פון משה רבינו'ס פרה כדי עס זאל זיין די מצוה ביי זיי בשלימות במחשבה בדיבור ובמעשה, דעריבער איז לעולם היא נקראת על שמך.
(ספר ליקוטים חדשים לר' יחיאל משה)

אלע תרי"ג מצוות ביי כלל ישראל בלק

5] אפס קצהו תראה וכלו לא תראה וקבנו לי משם וגו: (במדבר כג) דארף מען פארשטיין וואס איז די נפקא מינה צו ער זעט דעם גאנצן פאלק צו נישט? נאר עס שטייט אין די גמ' (ראש השנה י"ח) אז אין ר"ה איז כולן נסקרים בסקירה אחת אז קוב"ה קוקט אויף כלל ישראל מיט איין קוק אויף זיי אלע, פארוואס? כדי ער זאל זען אלע תרי"ג מצוות ביי די אידן, ווייל איין מענטש איז מדקדק אין איין מצוה און א אנדערער מענטש איז מדקדק אין א אנדערע מצוה אזוי אז בכללות פון כלל ישראל זעט דער רבש"ע אלע תרי"ג מצוות ביי כלל ישראל, און וועגן דעם איז דא חתימה טובה, ע"כ דברי חז"ל, קען זיין פשט אויך דא, אז בלק האט געזאגט צו בלעם "אפס קצהו תראה": אויב דו ווילסט עפעס טאן צו כלל ישראל: איז קוק נאר אויף א חלק פון זיי, אבער "וכולו לא תראה" אויב דו וועסט קוקן אויף גאנץ כלל ישראל, וועסט לא תראה, גארנישט קענען טאן קעגן זיי, ווייל בכללות האבן כלל ישראל תרי"ג מצוות צוזאמען און דאס וועט זיי באשיצן פון דיר.
(מנחת יצחק בשם רבי ר' ברוך ממעזיבוז זיע"א)

עונש איז א ווארענונג פון הימל

6] לא תאור את העם כי ברוך הוא: די קללות וועלן סיי ווי נישט חל זיין ווייל זיי זענען געבענטש, אבער עס וועט זיין אויב איינע וועט באקומען א עונש וועט ער נישט תשובה טאן ווייל ער וועט טראכטן אז דאס איז פון די קללה און נישט א ווארענונג פון הימל.

מדור העובדות

ויבכו את אהרן שלשים יום כל בית ישראל: (כ' כ"ט) זאגט רש"י: אז גאנץ כלל ישראל האבן געוויינט אנשים ונשים. ווייל אהרן איז געווען א אוהב שלום ורודף שלום און האט געברענגט א אהבה צווישן בעלי מחלוקת און צווישן מאן און פרוי. דער גרויסער גאון מטשעבין זצוק"ל איז געווען באוואוסט אין עוסק זיין מאכן שלום בין איש לאשתו אפילו דאס האט אים צוגענומען אסאך צייט פון לערנען האט ער געטאן זיין עבודה מיט א געטריישאפט.

איין מאל איז געווען א פרשה פון א שלום בית וואס איז געגאנגען גאר שווער און דער גאון האט זיך אריין געלייגט אין דעם ראשו ורובו ביז ער האט נישט געהאט קיין צייט צו לערנען, האבן זיינע נאנטע אים געפרעגט, פארוואס ארבעט ער אזוי שווער, און דאס וועט נאך שאטן פאר זיין געזונט, און האבן עגמת נפש און אויך בזיונות אסאך! האט געענטפערט דער גרויסער גאון: איך ווייס אז דער שלום מאכן ביי דעם פארפאלק איז מיר גורם עגמת נפש און אויך אסאך בזיונות און מען פארשעמט מיר, פונדעסטוועגן איז מיר אלעס כדאי, אבי עס זאל רוען שלום אין א יידישן הויז.

האט דער גאון מיט זיין גאונות צוגעשטעלט צו דעם א מאמר חז"ל אין גמ' (ברכות דף נ"ו) שטייט הרואה קדירה בחלום אז א מענטש זעט אין זיין א חלום א טאפ וואס מען קאכט אין דעם יצפה לשלום. זאל ער דערווארטן אז עס וועט זיין שלום ביי אים: דארף מען פארשטיין וואס האט א טאפ מיט שלום? נאר בשעת מען קאכט, איז דאס פייער אונטערן טאפ און דאסי וואסער איז אין די טאפ. און די טאפ מאכט שלום צווישן דעם וואסער אין די טאפ און דאס פייער. פונדעסטוועגן די טאפ ווערט אינגאנצען שווארץ אונטן פון פייער און אינעווייניג ווערט עס שמוציג פון דעם געקעכץ. דאס ווייזט וויפיל מען דארף מאכן שלום בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו אפי' מען וועט האבן אסאך עגמת נפש און באקומען בושות און בזיונות פונדעסטוועגן דארף מען דאס טאן.

און חז"ל זאגן אונז אמר רבי שמעון בן חלפתא לא מצא הקדוש ב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום שנאמר (תהלים כט) ה' עוז לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום: (עוקצין פ"ג מי"ב). און אז מען האט א כלי מחזיק ברכה קען מען געניסן פון די גרויסע השפעות וואס דער בעל הרחמים גיט שטענדיג פאר אונז נאר עס פעלט אויס די כלי וואס זאל דאס מקבל זיין, און דורך שלום האט מען דעם ריכטיגן כלי, און דערפאר האט דער גרויסער גאון אין תורה אויך געווען א גרויסע גאון אין מאכן שלום.
(מעובד ע"י שמח זבולון - המו"ל)

געמאכט שלום צווישן צדיקים

ויבכו כל העדה כי גוע אהרן ווייל ער איז געווען אוהב שלום ורודף שלום. עס איז געווען אמאל א סוחר און חסיד פון הרה"ק ר' מאיר'ל : מפרימישלאן זי"ע וואס פלעגט פארן אויף מסחר צו א יריד לעבן שטאט רימינוב. און דער חסיד פלעגט זיך געזעגענען פון ר' מאיר'ל וואס פלעגט מיט שיקן א ווארעמע גרוס פאר הרה"ק ר' הערשל'ע מרימינוב זיע"א, און ר' הירשל'ע פלעגט זיך פרייען און צוריק שיקן דאס זעלבע צו זיין ידיד ר' מאיר'ל, אזוי האט זיך געפירט אסאך יארן.

איין יאר האט געשאפט א פירוד צווישן די צוויי צדיקים און ווען דער חסיד איז געגאנגען געזעגענען פון זיין רבי'ן ר' מאיר'ל האט ער נישט געשיקט קיין גרוס פאר ר' הערשל'ע. דער חסיד וואס איז געווען אריין געטאן אין זיין מסחר האט נישט געכאפט אז ר' מאיר'ל שיקט נישט קיין גרוס, און כדרכו נאכ'ן יריד גייט ער אריין צו ר' הערשל'ע זיך געזעגענען פון אים און גיט איבער א גרוס וואס ר' מאיר'ל האט געשיקט צו אים. רופט זיך אן ר' הערשל'ע אויב די אלע גריסן וואס דו האסט געברענגט אלע יארן זענען ווי די יאר, גלויב איך שוין נישט אין די אלע גרוסן וואס האסט געברענגט די אלע יארן, דער חסיד וואס האט נאך נישט געכאפט אז ר' מאיר'ל האט נישט געשיקט דעם יאר א גריס, רופט זיך אן מיט גרויס התרגשות: אויב דער רבי פון פרימישלאן האט מיר נישט געשיקט דעם יאר א גרוס פאר אייך, בין איך מוכן צו פארלירן מיין עולם הזה און עולם הבא!

אזוי! רופט זיך אן ר' הערשל'ע מיט א שטארקן רגש, אויב עס איז אמת אז ר' מאיר'ל האט מיט דיר געשיקט א ווארעמע גרוס פאר מיר, שיק אים אויך צוריק א ווארעמע גרוס און זאג אים אז די אהבה פון אמאל און שוין צוריק און עס וועט ווערן נאך שטארקער פון אמאל.

אויפן וועג אהיים ווען דער חסיד הויבט אן צו טראכטן וואס איז דא געווען און כאפט זיך אז ר' מאיר'ל האט אים טאקע נישט געשיקט א גרוס. קומט אויס אז ער וועט פארלירן זיין עולם הזה און עולם הבא, אבער מצד שני בארוהיגט ער זיך אז צוליב זיין פארלירן ביידע וועלטן האט ער כאטש געמאכט שלום צווישן די צוויי צדיקים. איז כדאי צו פארלירן פאר דעם ביידע וועלטן. און אזוי ביים אנקומען אהיים קיין פרימישלאן, אנשטאט גיין צו זיין שטוב לויפט ער שנעל צו ר' מאיר'ל און וויל אויסגיסן זיין הארץ פארן רבי'ן, קומט אים אנטקעגן ר' מאיר'ל מיט גרויס שמחה און זאגט אים: האסט גוט געטאן, און אויב דו האסט מורא פון פארלירן דיין עולם הזה, בין איך דיר מבטיח עשירות פאר דיר און דיינע קינדער. און וועגן פארלירן דיין עולם הבא, זאג איך דיר צו אז וועסט זיין מיט מיר אין עולם הבא. דער מעשה האט מען דערציילט פאר הרה"ק ר' יוחנן מסטאלין זצוק"ל וואס האט זייער משבח געווען די מעשה אין געזאגט מען קען זיך אסאך אפלערנען פון די מעשה.
(ציצים ופרחים עה"ת)

דער מלאך המקטרג האט געראטעוועט פארוואלגערטע נשמות

אין פיוט לפרשת פרה שטייט "לטהר טמאים לטמא טהורים באומר קדוש" מען דערציילט אז ביים היייליגן ב"ח (מחבר פירוש אויפ'ן טור, רבינו יואל סירקיש דער שווער פון הייליגן ט"ז אויפ'ן שו"ע רבינו דוד הלוי זצ"ל) ווען ער איז ארויף קיין עולם העליון נאך זיין הסתלקות האט מען נישט געטראפן ביי אים קיין שום שטיקל פון א חטא אדער עבירה, אז ער זאל דארפן גיין אין גיהנם. און אפילו נישט דארפן דורך גיין דעם טויער פון גיהנם.

זענען געקומען די פארוואלגערטע נשמות צום רבש"ע אז אויב דער ב"ח וועט דורך גיין דעם טויער פון גיהנם וועט ער קענען ארויס נעמען אסאך נשמות פון גיהנם. אזוי ווי דער ב"ח האט צו געזאגט ווען ער האט געלעבט. אין צווישן איז אנגעקומען דער מלאך המקטרג און שרייט אז דער ב"ח איז אמאל געגאנגען אין שוק און דארטן איז געווען א וואגן וואס איז צו דעם געווען צוגעבונדן א שור וחמור וואס דאס איז כלאים, און דער ב"ח האט געטאן עפעס וואס האט גורם געווען אז דער שור וחמור האבן אנגעפאנגען צו גיין וואס דאס קען זיין א נדנוד פון א עבירה פון כלאים, און דורך דעם האט מען געפסקנ'ט אז דער בח דארף נאר דורך גיין דער טויער פון גיהנם.

טייטש דער הייליגער ריזינער זיע"א: דאס מיינט "לטהר טמאים", אז אויב דער אויבערשטער וויל מטהר זיין די פארוואלגערטער נשמות און זיי מטהר זיין, אז זיי זאלן שוין האבן זייער תיקון, איז דארף זיין "לטמא טהורים", מוז ער טרעפן ביי דעם טהור א נדנוד פון א חטא כדי דער טהור זאל מוזן דורך גיין דעם טויער פון גיהנם. ווי אזוי? " באומר קדוש", אז דער אויבערשטער זאגט אז דער קדוש האט געטאן א עבירה קלה.
(נר ישראל רוזין)