פרדס יהודה במדבר בלעטל תשס"ט
פרדס יהודה במדבר בלעטל תשס"ט - - - פרדס יהודה במדבר בלעטל תשס"ט המשך - - - צוריק צו פרדס יהודה בלעטל
חומש הפקודים
1] במדבר וגו' שאו את ראש כל עדת ישראל: (א' ב')
ספר במדבר ווערט אנגערופן חומש הפקודים (מנחות מה:).
ווייל אין ספר במדבר האט מען געציילט כלל ישראל צוויי
מאל, איינמאל אנפאנג במדבר, און איין מאל אין פ' פנחס.
און ווייל די חז"ל רופן דאס חומש הפקודים קומט אויס אז
דער עיקר פון ספר און זיין חשיבות איז דעם ציילן, ווייל
ישרא"ל איז נוט' י'ש ש'שים ר'בוא א'ותיות ל'תורה: קומט
אויס יעדן איד האט א שייכות צו א אות אין די תורה. מיט
דעם קען זיין פשט, שאו את ראש בני ישראל: שאו, מיינט
זאלסט אויפהייבן יעדן יחיד צו זיין אות און הייב אויף,
שורש אין תורה.
(אור גדליהו)
2] וידבר ה' אל משה במדבר: שטייט אין מדרש (א'א)
בג' דברים נתנה תורה במים באש ובמדבר. (פא ו')
מען קען זאגן אז דער מדרש איז מרמז אויף דריי זאכן וואס
זענען נויטיג אויף קיום התורה, א] מים, איז מרומז אויף
זיך אפקילן, כמים קרים על נפש עיפה, ווען עס קומט א
נסיון צו טאן א עבירה דארף מען אפקילן דעם נסיון כדי
מען זאל דאס דורכמאכן. ב] אש, מען זאל לערנען און טאן
מצות מיט א ברען און מיט א זריזות אזוי ווי פייער איז
, ג] מדבר, ווי חזל זריזות און גייט זייער שנעל ברען ווארעם
טייטשן שישים עצמו כמדבר אז מען איז אין א חבורה פון
מענטשן וואס רעדן דברים בטלים זאל מען זיצן שטיל אזוי
ווי א מדבר און אז א מענטש וועט זיך פיהרן מיט די דריי
זאכן וועט ער זוכה זיין צו תורה.
(מהרי"א אסאד)
3] נאך א פשט: מים, איז מרומז אויף הכנעה, ווייל וואסער גייט אלעמאל צו א נידעריגע פלאץ. אש, מיינט מען התלהבות, און מדבר, מיינט אז מען זאל זיך מאכן הפקר אזוי ווי א מדבר ער איז גארנישט: און מיט די דריי זאכן פון הייליגן קאצקער. קען מען זוכה זיין לכתרה של תורה, אויף דעם זאגט הרה"ק ר' בונם מפרשיסחא אז דאס איז גוט ווען מען איז זיך אליין מפקיר אבער די אנדערע מענטשן דארף מען האלטן חשוב. (נפלאות חדשות)
4] באחד לחודש השני בשנה השנית לצאתם מארץ מצרים לאמר: (א א) שטייט: באחד, לחודש השני, בשנה השנית, דאס איז א- ב- ב- אותיות בבא וואס דאס איז נוטריקון ב'ראשית ב'רא א'לקים.
דאס קומט אונז מרמז זיין, ווייל מען גייט יעצט ציילן כלל ישראל ממילא דארף
מען זכות התורה אז עס זאל נישט שאטן דעם ציילן. דאס
איז דער רמז בב"א. נאך א רמז איז דא, בבא אין לשון
ארמי איז טייטש א שער - א טויער. אזוי טייטשט דער
תרגום אויף שער - בבא. און חכמה וועט אנגערופן שער
אזוי ווי די גמרא ברענגט (שבת ל"א ע"ב) ר' ינאי האט
אויסגערופן חבל על דלית ליה דרתא. וואס דרתא מיינט
חכמה. צו מרמז זיין אז די אלע אידן וואס מען האט געציילט זענען געווען בעלי חכמה.
ווייל די אידן פון דור המדבר זענען געווען א דור דעה פול מיט חכמה.
(עוד יוסף חי - בן איש חי)
5] ויתילדו על משפחותם לבית אבותם: (א' יח) שטייט אין ילקוט שמעוני (תרפ"ד) בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו אומות העולם בהן, מה ראו אלו להתקרב יותר, סתם הקבה פיהם ואמר: הביאו לי ספר יוחסין שלכם שנאמר הבו לה' משפחות עמים כשם שבני מביאין. ויתילדו על משפחותם עכ"ל. פרעגן אלע מפרשים וואס איז דער שייכות יחוס מיט קבלת התורה ?
1] דער חילוק פון חכמת התורה מיט חכמת אומות העולם
איז: ביי חכמת העולם איז יעדן דור שלאגט מען אפ די
אלטע חכמה ווייזינדיג אז די פריערדיגע האבן נישט
געוואוסט און האבן טועה געווען. אבער אונזער תורה הק'
איז דאך נצחיות און אלע חכמים אין די שפעטרדיגע
דורות זען ווי קלאר און קלוג איז די רייד פון תורה און
זיי זענען נאר מפרש די הייליגע רייד פון די פריערדיגע.
ממילא דאס מיינט די ילקוט הביאו לי ספר יוחסין: ווייל
כלל ישראל זענען מתייחס די תורה צו זייערע אבות און
האלטן דאס אן מה שאין כן די אומות העולם שלאגן אפ די
חכמה פון זייער יחוס ממילא קען מען נישט געבן צו זיי די
תורה. און דאס מיינט ויתילדו: די שפעטערדיגע דורות
זענען מתייחס זייער תורה לבית אבותם. ווייל זיי
פארשטיין אז די תורה פון זייערע אבות איז הייליג און
נצחיות.
(ערוגת הבושם)
2] מען קען דאס מפרש זיין מיט א הקדמה פון הייליגן ספר קדושת לוי (ליקוטים פרקי אבות) שטייט
(אבות פ'"א מ"א) משה קיבל תורה מסיני, איז לכאורה שווער עס וואלט געדארפט שטיין: משה קיבל תורה
בסיני, נאר משה רבינו איז געווען: עניו מאד מכל האדם און ווען דער רבשע האט
געוואלט שיקן משה רבינו אויסלייזן כלל ישראל האט ער (שמות ג' י"א) געזאגט: מי אנכי כי אלך,
אבער ווען דער אויבערשטער וויל געבן די הייליגע תורה דורך משה
רבינו האט ער גלייך מסכים געווען, איז לכאורה שווער
וואו איז זיין עניות? נאר דער תירוץ איז אז משה רבינו
האט א קוק געטאן אז דער תורה גייט מען געבן אויף הר סיני וואס חז"ל זאגן (ב"ר צ"א א')
לפי שהוא נמוך מכל ההרים. האט משה רבינו געזען אז די תורה דארף געגעבן
געווארן דוקא דורך די נידעריגסטע מענטש, און משה
רבינו האט געהאלטן אז עס נישטא א נידעריגע מענטש
פון אים דעריבער האט ער מסכים געווען, און דאס מיינט
משה קיבל תורה: פארוואס האט משה רבינו מסכים געווען
צו מקבל זיין די תורה, ער איז דאך א עניו! נאר מסיני: ער
האט זיך געלערנט פון סיני עכד הקדושת לוי: קען זיין
פשט אין ילקוט: כלל ישראל אז זיי טוען מצות ומעשים
טובים האלטן זיי אז דאס איז נאר אין זכות פון זייערע
אבות, אבער די אומות העולם אויב עס געפינט זיך ביי זיי
א גוטע מדה זענען זיי תולה די גדולה אין זיך און האלטן
זיך גרויס מיט זייערע מעשים, זאגט דער אויבערשטער צו
די אומות: הביאו ספר יוחסין כשם שבני מביאין, וואס
זייערע גוטע מעשים זענען זיי תולה אין זייער יחוס און
נישט ווי אייך אומות העולם וואס זענען תולה אין זיך און האלטן זיך גרויס.
(כוונת הלב)
3] מיט די הקדמה פון משנה (אבות פ"ב מ"ב) "וכל העוסקים
עם הציבור יהיו עוסקים עמהם לשם שמים, שזכות אבותם
מסייעתם". טייטש דער רע"ב שזכות אבותם מסייעתם:
שזכות אבותם של הציבור וצדקתם העומדת לעד היא
המסייעת את העוסקים עמהם להוציא צדקתם לאור עכל.
מען מיינט זכות אבות, די אבות העולם, אברהם יצחק
יעקב ביז אונזערע עלטערן. און דאס איז קלאר אז זכות
אבות העלפט נאר ווען מען גייט אין די וועגן פון די
אבות, אבער אויב מען גייט אין נייע וועגן, קען זייער
זכות נישט מגין זיין. און אפילו דער יצר הרע איז זיך
מתגבר אויף דעם מענטש און בדרך הטבע איז דאס שווער
צו מתגבר זיין אויף אים. פונדעסטוועגן שטייט פאר אונז
די זכות פון אונזערע אבות וואס האבן זיך מוסר נפש
געווען, אז מיר זאלן קענען ביישטיין די נסיונות פון יצר
הרע, און דאס מיינט דער ילקוט, וואס די אומות העולם
פרעגן: מה ראו אלו להתקרב יותר, ווייל די אידן האבן
אויך נסיונות פון יצר הרע, ענטפערט דער אויבערשטער
הביאו לי ספר יוחסין: ווייל כלל ישראל גייען אין וועג פון
זייערע אבות דעריבער איז דער זכות אבות מגין אויף זיי
אז מען זאל קענען מתגבר זיין אויף די נסיונות היצר,
אבער די אומות העולם האבן נישט זכות אבות ממילא
קענען זיי נישט מתגבר זיין אויף דעם יצר הרע דעריבער
קענען זיי נישט זוכה זיין צו קבלת התורה.
(עטרת יהושע רמ"א פריינד)
מען קען צושטעלן צו דעם וואס מיר האבן געברענגט אין פ' אמור גליון
24 פון דער כלי יקר פארוואס די שתי הלחם איז געווען פון חמץ? ווייל
ווען די מלאכים האבן געפרעגט פארן אויבערשטן חמדה גנוזה יש לך
וכו', און ווילסט דאס געבן צו א בשר ודם, האט זיי משה רבינו
געענטפערט כלום יש יצר הרע ביניכם, (גמ' שבת דף פח:) איז דעריבער
מרומז אין חג השבועות וואס דאס איז קבלת התורה, צו מקריב זיין
דעם קרבן מיט חמץ וואס איז מרומז אויף דעם יצר הרע. אז נאר אין
זכות פון יצר הרע איז געגעבן געווארן די תורה און די תורה איז דער
שליסל צו מנצח זיין דעם יצר הרע. ע"כ הכלי יקר, איז א ראי' צו
דעם פשט פון עטרת יהושע וואס וועגן די אומות קענען נישט מתגבר
זיין אויף די נסיונות היצר, קענען זיי נישט באקומען די תורה.
(שמח זבולון - המו"ל)
6] ויהיו בני ראובן בכר ישראל: די ברכה פאר (א' כ') ראובן איז:
ראובן בכרי אתה כחי וראשית אוני עס איז אינטרעסאנט אז "ראובן בכר ישראל"
איז די גימט' פון "כחי וראשית אוני" 1022.
(כמים לים מכסים)
7] ויכהן אלעזר ואיתמר על פני אהרן אביהם: (ג' ד')
פרעגט דער אלשיך הק' וואס מיינט דער פסוק על פני
אהרן אביהם? עס האט געקענט שטיין נאר ויכהן אלעזר
ואיתמר, נאר מען קען עס ענטפערן, ווייל עס ווערט
געברענגט אין ספרים הק' אז נדב ואביהוא זענען ביידע
מגולגל געווארן אין פנחס. קומט אויס אז נדב ואביהוא
זענען געווארן כהנים גדולים ערשט נאך די פטירה פון
אהרן הכהן. דעריבער שטייט ויכהן אלעזר ואיתמר: נאר
זיי זענען געווען כהנים גדולים: על פני אהרן אביהם, ווען
אהרן האט געלעבט, אבער נדב ואביהוא זענען געווארן
כהנים גדולים ערשט נאך פטירת אהרן אביהם.
(אלשיך הק')
8] ויהיו כל פקודי בני ישראל: (א' מ"ה) דעם ענין פון
ציילן כלל ישראל איז ווייל ווען יעדן איד איז געקומען
פאר משה רבינו האט ער געזאגט זיין נאמען, וועט דאס
זיין פארן מענטש א זכות און אויך פאר לעבן, ווייל ווען
מען האט זיך דערמאנט פאר משה ואהרן האבן זיי ארויף
געלייגט אויף יענעם א גוטע אויג און האבן געבעטן
רחמים: ה' אלקי אבותיכם יוסף עליכם ככם אלף פעמים.
(רמב"ן)
9] והיו לי הלוים אני ה': (ג' מ"ה) לכאורה איז שווער וואס
מיינט דא אני ה', נאר עס שטייט אין חז"ל לעתיד לבא
וועט צוריק קערן די עבודה צו די בכורים, אזוי ווי ביי
יעקב אבינו וואס האט געוואלט די בכורה פון עשו כדי ער
זאל מקריב זיין קרבנות און שטייט אין מדרש אז דער
אויבערשטער האט אים גערופן בני בכורי ישראל.
פונדעסטוועגן לעתיד וועלן די לוים נישט אראפגיין פון
כשם אני ה' זייער דרגא. און דאס מיינט והיו לי הלוים
(אור החיים הק') ששמי לעולם ועד כן יהיו לי הלוים.
אין איין רגע קען מען מתקן זיין אלעס
10] ואת פדויי השלשה והשבעים והמאתים העדפים
לכאורה איז שווער (ג' מ"ו) : על הלוים מבכור בני ישראל
ווייל אין פסוק שטייט נישט וואס מען דארף טאן מיט די
עודפים נאר אין דעם אנדערן פסוק שטייט: ולקחת חמשת
חמשת. און מען טרעפט נישט אזא פסוק אין די תורה. נאר
יעדן מספר פון כלל ישראל אין די תורה האט א כוונה און
אלעס איז בהשגחה פרטית,אזוי ווי עס שטייט אין מדרש:
אומות העולם יש להם סכום ואין להם מספר, (שיר השירים)
משאכ ישראל יש להם סכום ויש להם מספר: ווייל ביי
כלל ישראל, יעדן סכום האט א מספר א ציל פארוואס עס
איז אזוי, כדוגמא: דער מספר פון כלל ישראל פון ששים
רבוא, איז נישט געווען א מקרה חלילה, נאר איז געווען
כנגד ששים רבוא אותיות בתורה. איז דער מספר פון די
עודפים איז 273 כמנין רג"ע. און דאס איז נישט קיין מקרה
נאר ע"ד וואס עס שטייט אין די תורה: ועתה אם שמוע
תשמעו בקולי: און רש"י איז מפרש: ועתה אם תקבלו
עליכם. ווייל דער עיקר תשובה איז אין איין רגע, וואס אין
דעם רגע האט מען בכח מתקן זיין אלע זמנים וואס זענען
אריבער ביים מענטש, און דאס מעלה זיין אזוי ווי עס
שטייט תספרו חמשים יום אז אפילו מען האט ביז יעצט
נישט געציילט ווי עס דארף צו זיין האט מען נאך כח מיט
דעם יום החמישים אלעס מעלה צו זיין. איז דאס איז דער
רמז מיט די עודפים: רע"ג אותיות רג"ע: וואס מיט איין
רגע קען מען אלעס מתקן זיין, ווי עס שטייט לרגעים
תבחננו.
(ערוגות הבושם)