פרדס יהודה בלעטל תולדות תש"ע
תולדות
1] ויהי יצחק בן ארבעים שנה בקחתו את רבקה: (כ"ה כ') די תורה קומט
אונז לערנען די צדקות פון יצחק אז אפילו ער איז שוין געווען פערציג יאר און
האט שוין בינה פון דעסטוועגן האט ער נישט עוסק געווען צו זוכן א פרוי נאר
ער האט זיך אינגאנצן פארלאזט אויף זיין טאטן, און אין גאנץ פ' חיי שרה זעט
מען נאר אברהם האט אלעס געטאן אזוי ווי יצחק וואלט נאך געווען א יונגע
בחור וואס האט זיך פארלאזט אויף זיין טאטן, דאס איז געווען זיין גרויסקייט,
זיך מבטל מאכן פארן טאטן.
(תפארת יהונתן – אייבשיץ)
2] ויעתר יצחק לד' לנכח אשתו: (כ"ה כ"א) לכאורה איז שווער פארוואס האט
יצחק געדארפט מתפלל זיין אויף קינדער ווען דער אויבערשטער האט אים צו
געזאגט אז ער וועט האבן קינדער? נאר מען קען זאגן אז יצחק האט געוואוסט
אז ער וועט האבן קינדער אבער ער האט מתפלל געווען אז זיי זאלן זיין פון
רבקה און נישט פון א צווייטן. דאס זאגט דער פסוק ויעתר יצחק לנכח אשתו
זיינע קינדער זאלן זיין פון רבקה .
(באר מנחם מהגה"צ מקאלוב)
3] ויהי עשו איש יודע ציד איש שדה יושב אוהלים: (כ"ה , כ"ז) לכאורה
פארוואס שטייט ביי עשו צוויי מאל איש? נאר מען קען ענטפערן אז עשו האט
זיך געמאכט פאר א צדיק פאר זיין טאטן און אינדרויסן איז ער געווען א רשע
דעריבער שטייט צוויי מאל איש מה שאין כן יעקב איז אייביג געווען א צדיק
תמים דער זעלבער איש .
(ס' חיים ושלום – מונקאטש)
4] ויאהב יצחק את עשו כי ציד בפיו: (כ"ה , כ"ח) פרעגן אלע מפרשים ווייל כי
ציד בפיו האט ער ליב געהאט עשו? און פארוואס האט ער נישט ליב געהאט
יעקב? נאר עס איז אמאל א ענין וואס דער צדיק איז מקרב דער רשע מער פון
דעם ערליכן איד, ווייל אויב ער וועט לאזן דעם רשע אנגיין אזוי ווי ער גייט,
וועט ער אים פארלירן ווייל ער וועט אנגיין ווייטער מיט זיין רשעות, ביז ער
וועט קיינמאל נישט תשובה טאן. אבער דער ערליכער איד אויב מען וועט אים
ווייזן התקרבות דארף מען מורא האבן אז ער זאל נישט זיך נישט גרויס האלטן
אז ער טוט גוטע מעשים, וועגן דעם טוט מען אים אמאל מרחק זיין, און אזוי
האט זיך געפירט די הייליגער בארדיטשובער זיע"א, וואס ער האט מקרב געווען
פרעמדע מער פון זיינע תלמידים, אויך איז דא נאך א ענין וואס דער צדיק איז
מקרב דעם רשע מער פון דעם ערליכן איד, ווייל ער וויל אז דורך דעם
התקרבות וועט דער רשע זיך אפלערנען פון די גוטע מעשים פון צדיק, און דאס
איז געווען ביי יצחק מיט עשו, ווייל ער האט געזען כי ציד בפיו, זיין רמאות און
שקרים און ער גייט נישט אין די גוטע וועג, וועגן דעם האט ער אים מקרב
געווען כדי ער זאל זיך אפלערנען פון זיין טאטן און ער זאל תשובה טאן, אבער
יעקב וואס ער איז געווען א ערליכער איד ער האט נישט געדארפט התקרבות
כדי ער זאל זיך ער נישט גרויס האלטן.
(תולדות אהרן, - ר' אהרן מזיטאמיר)
5] ויזרע יצחק וגו' וימצא מאה שערים ויברכהו ד': (כ"ו , י"ב) דארף מען
פארשטיין לכאורה וואלט געדארפט שטיין פריערט ויברכהו ד' און נאך דעם
וימצא מאה שערים? נאר מען קען דאס מסביר זיין לויט וואס עס שטייט פון
הייליגן שר שלום מבעלזא זצוק"ל אויפן פסוק ישא ברכה מאת ה' וצדקה
מאלקי ישעו: )תהלים כד ה'( אז דער אויבערשטער גיט נישט א ברכה פארן
מענטש נאר אויב ער ווייסט אז די ברכה קומט פון אויבערשטן און נישט פון
זיין כח, נאר צדקה פון אים, דאס זאגט די פסוק. ישא ברכה מאת ה': ווען איז
דא די ברכת ה' נאר אז מען ווייסט אז עס איז מאת ה', וצדקה: עס איז נאר
צדקה, מאלקי ישעו עכדה"ק. דאס זאגט די פסוק ויזרע וכו' וימצא מאה שערים,
יצחק האט איינגעפלאנצט און ער זעט מאה שערים, ווייסט ער אז דאס איז נאר
פון אויבערשטן און נישט זיין כח, דעריבער, ויברכהו ה', עס איז געווען אויף
דעם ברכת ה'.
(בנין דוד, אות ס"ו)
6] ויחפרו עבדי יצחק בנחל וגו' ויריבו וגו' ויחפרו באר אחרת ויריבו גם
עליה וגו' ויעתק משם ויחפר באר אחרת ולא רבו עליה וגו': (כ"ו י"ט – כ"ב)
דארף מען פארשטיין פארוואס ביי די ערשטע פאר בארות האט מען זיך
געקריגט און נישט ביי די לעצטע? אויך איז שווער וואס מיינט דער פסוק ויעתק
משם, פארוואס האט ער געמוזט אוועק גיין פון דארט? אויך איז שווער
פארוואס פריערט שטייט ויחפרו און דא שטייט ויחפר? נאר מיר האבן
געברענגט אין פ' נח (גליון 45) דעם ענין פון תיבת נח פארוואס די מענטשן וואס
זענען געווען אריינגעטאן אין גזל און האבן נישט געקענט צונעמען די טייערע
האלץ פון נח? און מיר האבן געברעגט דעם סיפור פון ר' וועלוועל פון לבוב
וואס ווען די ארבעטארער'ס האבן געגנב'ט זיין געלט האבן זייערע הענט
אנגעהויבן שטארק צו טרייסלען, ווייל אין א חפץ פון א צדיק לייגט אריין דער
צדיק א קדושה אז זיי לאזן נישט אז מען זאל טאן א עבירה מיט זיין חפץ,דאס
זעלבע קען מען זאגן דא: די ערשטער פאר בארות שטייט ויחפרו עבדי יצחק
און נישט יצחק, דעריבער איז געווען א קריגעריי, אבער ביי די לעצטע באר איז
געווען ויחפר: ער אליין האט דאס געגראבן און האט אריין געלייגט קדושה,
ממילא אין אזא באר קען נישט געטאן ווערן א עבירה פון קריגעריי. איז אויך
פארענטפערט פארוואס שטייט ויעתק: ווייל אויב ער וואלט דארטן געווען מיט
זיינע קנעכט וואלטן זיי אים נישט געלאזט אליין גראבן, וואלט שוין ווייטער
געווען א קריגעריי.
(שמח זבולון – המו"ל עפ"י ס' משמרת איתמר)
7] ראו ראינו כי היה ה' עמך וגו': (כ"ו , כ"ח) וואס איז די דאפעלטע לשון ראו
ראינו? נאך איז שווער וואס מיינט רש"י צו זאגן ראו באביך ראינו בך? נאר מען
קען זאגן אז אברהם אבינו ע"ה האט געטאן זיין עבודה אפענערהייט, מקרב זיין
מענטשן, זיין הכנסת אורחים, האבן 4 טירן אין אלע זייטן פון שטוב. אבער
יצחק איז געווען א עובד ה' בצנעה, א באהאלטענער צדיק, דאס מיינט דער
פסוק ראו ראינו זאגט רש"י ראו באביך: ביי דיין טאטן האט מען געזען זיין
עבודה, אבער ביי דיר איז אין די ערשטן ראיה האט מען נישט דערקענט דיין
עבודה, נאר ווען מען האט טיפער געקוקט האט מען געזען דיין עבודה,
דעריבער שטייט ראו ראינו אז ה' עמך, אז דו ביזט אויך א עובד ה'.
(באהלי צדיקים רמ"מ מווארקא זצ"ל )
8] וישבת עמו ימים אחדים עד אשר תשוב חמת אחיך, עד שוב אף אחיך
ממך: (כ"ז מ"ד-מ"ה) לכאורה וואס איז די דאפעלטע לשון עד אשר תשוב עד שוב
נאר עס שטייט כמים הפנים לפנים כן לב האדם לאדם: (משלי כ"ז י"ט) אויב א
מענטש האט ליב זיין חבר ברענגט ער ארויס אז זיין חבר זאל איהם אויך ליב
האבן, און אויב נישט וועט נישט אוועק גיין די שנאה. דאס האט רבקה געזאגט
פאר יעקב אז כדי דו זאלסט אפקערן די שנאה פון דיין ברודער זאלסטו אריין
ברענגען אין דיר א ליבשאפט צו אים, און דיין סימן וועט זיין אז דיין ברודער
האט דיר שוין נישט פיינט, אויב די שנאה וועט ארויס גיין פון דיר. דאס מיינט
דער פסוק עד אשר תשוב: ווען וועסטו וויסן אז די שנאה איז אוועק, ווען שוב
אף אחיך ממך: ווען דו האסט אים אויך נישט פיינט.
(פנים יפות)
מדור העובדות
הרב הצדיק ר' יעקב יוסף זצוק"ל דער מגיד מישרים פון אוסטרהא מחבר ספר רב ייבי האט געהאט דריי זין צדיקים: 1] הרב הצדיק ר' אליקים געציל ז"ל וואס איז געווען דער ממלא מקום פון זיין טאטן אין אוסטרהא. 2] הרב הצדיק ר' פנחס זצוקל וואס צדיקים האבן מעיד געווען אויף אים אז ער האט געהאט גילוי אליהו און ער איז נפטר געווארן זייער יונג. 3] הרב הצדיק ר' יהודה ליב זצוק"ל וואס ער איז געווען א גביר און מפורסם אין בארדיטשוב. זיין מסחר איז געווען מיט בעסערע פעל וואס מען האט געמאכט מלבושים פארן ווינטער. איינמאהל האט ר' יהודה ליב זל געהאט געקויפט אסאך פעל און מען האט אויף אים געמסר'ט אז ער האט דאס געקויפט אינדרויסן פון די מדינה און ער קען דורך דעם פארלירן זיין גאנצע פארמעגן און אויך ער וועט מוזן זיין אין תפיסה, מען האט אים געאסרט ארויס גיין פון שטאט ביזן משפט. האט מען שנעל געשיקט א שליח קיין מעזיבוז צו הרה"ק מאפטא זצוק"ל ער זאל מתפלל זיין פאר זיי.
דער צדיק האט געענטפערט אז מען האט נישט וואס מורא צו האבן ווייל זיין טאטע רב ייבי האט א דיעה אין הימל און אוודאי יעצט נאך זיין הסתלקות וועט ער איבערדרייען וועלטן אז עס זאל נישט פאסירן שלעכט'ס פאר זיינע קינדער, ווען מען האט געהערט די תשובה פון הייליגן אפטא רב איז די ווייב פון הר' יהודה ליב געפארן צום ציון פון איר שווער רב ייבי, און זי איז איינגעשטאנען אין אוסטרהא ביי איר שוואגער הרה"ק ר' אליקים געציל און האט אים דערציילט די גאנצע מעשה זי איז נאך דעם געגאנגען צום ציון פון איר שווער רב ייבי און זי האט פארברענגט דארטן א לענגערע צייט און זיך צו- וויינט אויפן ציון, ווען זי איז צוריק געקומען צו איר אכסניא ביי איר שוואגער האט ער איר געפרעגט אינדערפרי צו זי געדענקט נאך דעם כתב יד פון איר שווער? האט זי גענטפערט: יא, ווייל ער האט דאך געשיקט צו אונז אסאך בריוו'ן. האט ער איר צוגערופן צו זיין טיש און ארויס גענומען א בריוו פון זיין טאטן רב ייבי און דארטן איז געשטאנען אז ער גיט ארויס דעם פסק דין אז זיין זון איז זכאי אין משפט, און האט איר געפרעגט צו זי דערקענט דעם כתב? האט זי געענטפערט אז יא, האט ער איר געזאגט אז דער טאטע האט געברענגט צו מיר דעם בריוו ביינאכט, זאלסט זיין זיכער אז דיין מאן וועט ארויס גיין זכאי, און ער האט איר איבער געגעבן דעם בריוו, זי האט אים שטארק באדאנקט און איז צוריק א היים מיט שמחה, און טאקע א קורצע צייט נאך דעם איז געווען דער משפט פון ר' יהודה ליב און ער איז ארויס זכאי. זיע"א. (קהל חסידים החדש) אין דעם קומענדיגן גליון וועט מען ברענגן בעזהי"ת א סיפור מיט רב ייבי און ר' ברוך'ל ממעזיבוז וועגן דעם הארבקייט פון רעדן אין מיטן דאווענען.
1] אין פ' חיי שרה אויפן פסוק שני חיי שרה איז געווען דעם פשט אז שרה האט געלעבט צוויי מאל אלץ חוה און שרה. האט מעורר געווען ידידי הרה"ג ר' יעקב וואלפין שליט"א אויב אזוי וואס קען מען טייטשן אויפן פסוק שני חיי ישמעאל? (כ"ח י"ז) נאר מען קען אויך זאגן א ענדליכע פשט, ווייל דארט אין פסוק ט' שטייט יצחק וישמעאל: זאגט רש"י מכאן שעשה ישמעאל תשובה. ממילא האט דאך ישמעאל געלעבט א לעבן פון א רשע און א לעבן מיט תשובה. דאס איז שני חיי ישמעאל. 2] אין דעם ענין פון שרה איז געווען א גלגול פון חוה האט הר"ר יעקב בלייך שליט"א צוגעשטעלט א זוהר הק' פ' חיי שרה אז חוה איז ארויס פון איר קבר און נישט געוואלט לאזן באגראבן דארטן שרה ווייל חוה האט געטענה'ט אז זי וועט ווערן פארשעמט פון די גוטע מעשים וואס שרה האט געטאן און זי האט דאך געטאן א גרויסע עבירה, און שרה האט איר געזאגט אז דו ביזט אם כל חי, עכ"פ זעט מען דעם שייכות שרה מיט חוה. ממילא קען זיין ווייל שרה האט מתקן געווען חוה דעריבער האט זי מסכים געווען אז שרה זאל אריין גיין אין מערת המכפלה. ותשואות חן חן להם.
3]
המשך: אלע אונזערע צדיקים האבן געשטרעבט צו פאהרן קיין ארץ ישראל. דער הייליגע בית אהרן האט געקויפט אונזער שול אין טבריה וואס איז געבויט אויפן דאך פון דעם הייליגן ר' מנדעלע וויטעבסקער'ס שול זיע"א. דער פראנקפורטר שרייבט כמה פעמים אין זיין בריוו אז ער וויל פאהרן קיין ארץ ישראל אבער זיין געזונט האט אים נישט געלאזט, אבער ער האט געהאט ארץ ישראל'דיגע חסידים וואס זענען געקומען קיין סטאלין. דער קארלינער איז אבער יא געפארן 4 מאל קיין ארץ ישראל. 1] כ"ב תמוז תרפ"ה דער יומא דהילולא פון הרה"ק ר' שלמה קארלינער זיע"א, און איז געווען אין א"י צוויי חדשים. 2] פון נאך שבועות תרפ"ח ביז חודש אלול. 3] פון חנוכה תרצ"ג ביז נאך פורים. 4] פון כ"ו אייר תרצ"ט ביז י"ד אלול. וואס די נסיעה האט ער גערעדט אפענע דיבורים וואס ערווארט כלל ישראל אין אירופא און האט פרובירט מיט אלע כוחות צו מבטל מאכן די גזירה.
המשך יבא