פרדס יהודה בלעטל שופטים תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו פרדס יהודה


שופטים

בזכות קדושת א"י וועט זיין משפט צדק

1] שפטים ושטרים וגו' ושפטו את העם משפט צדק וגו' צדק צדק תרדף: (ט"ז יח- כ) לכאורה איז זייער שווער ווייל עס שטייט ושפטו את העם משפט צדק איז פארוואס שטייט נאך דעם צדק צדק תרדוף. נאר מען קען דאס מסביר זיין אז די פסוקים רעדן אין צוויי זמנים. ווען אידן זענען אין א"י און ווען זיי זענען אין חו"ל. און די תורה הק' איז מפרש ווען די אידן זענען בשעריך- אין א"י- איז אין זכות פון קדושת א"י וועלן די דיינים משפטן צדק, שטייט איין מאל צדק, אבער צדק צדק תרדף, רעדט מען ווען די אידן זענען אין חו"ל דעמאלטס דארף זיין הלך אחר ביד יפה מיט מדות טובות וואס דאס איז צדק, און דעמאלטס בזכות פון זייערע תורה און מדות טובות וועט זיין משפט צדק.
(אזור אליהו דרוהביטש)

מחלוקת רש"י ורמב"ם בדין דיינים לכל שבט ושבט

2] שפטים ושטרים תתן לך בכל שעריך וגו' לשבטך: (ט"ז י"ח) זאגט רש"י מלמד שמושיבין דיינין לכל שבט ושבט ובכל עיר ועיר, דאס מיינט אז אין איין שטאט האט מען געדארפט האבן דיינים פאר יעדן שבט. פרעגט דער הייליגער אור החיים הק' אז רש"י נעמט דאס פון די גמ' (סנהדרין יז) אויב אזוי פארוואס פסקענט דער רמב"ם אז מען דארף נאר א בי"ד בכל עיר ועיר און לאזט אויס דער דין פון לכל שבט ושבט? צו מפרש זיין די מחלוקת רש"י מיט'ן רמב"ם, קען זיין, ווייל מיר ווייסן אז רש"י איז א מפרש און די רמב"ם איז פוסק להלכה און עס איז ידוע אז די תורה הק' האט געאסרט די שבטים זאלן זיך נישט מישן און חתונה האבן מיט א צווייטן שבט און האבן געמוזט חתונה האבן נאר מיטן אייגענעם שבט, דעריבער שרייבט רש"י לכל שבט ושבט: ווייל רש"י איז מפרש די תורה וואס האט געאסרט די שבטים פון מישן מיט א אנדערע שבט דעריבער דארף זיין בי"ד לכל שבט. אבער נאך וואס יהושע איז געשטארבן האט מען מתיר געווען שבטים זיך מישן מיט אנדערע שבטים דעריבער דארף מען נישט האבן באזונדערע בי"ד פאר יעדן שבט דעריבער פסקענט דער רמב"ם להלכה אז מען דארף בי"ד נאר בכל עיר ועיר און נישט לכל שבט.
(אזור אליהו דרוהביטש)

א דיין דארף זיין א ירא שמים און ת"ח

3] צדק צדק תרדוף למען תחיה וירשת את הארץ: (ט"ז כ) שרייבט רש"י כדאי הוא מנוי הדיינין הכשרים להחיות את ישראל ולהושיבן על אדמתן עכ"ל, צו פארשטיין דעם רש"י דארף מען מקדים זיין וואס עס שטייט אין אבות (פ"ה מי"א) חרב -מיתה- בא לעולם על עיוות הדיין, גלות באה לעולם על עבודת כוכבים , און די גמרא זאגט המעמיד דיין שאינו הגון -א נישט ערליכע-כאילו נוטע אשרה, וואס דאס איז עבודה זרה, איז דעריבער דארף מען שטעלן א דיין וואס איז א ירא שמים, אבער עס קען זיין א דיין וואס איז א ירא שמים אבער נישט א גרויסער תלמיד חכם . און אזא דיין קען פאסק'ינען נישט ריכטיג און דאס איז עוות הדין. און אויף דעם איז מיתה בא לעולם, און א דיין וואס איז נישט א ירא שמים איז כאילו נוטע אשירה וואס דאס איז עבודה זרה און דער עונש איז גלות בא לעולם. דעריבער דארף מען שטעלן א דיין וואס איז א ירא שמים און א תלמיד חכם ממילא וועט נישט זיין גלות און נישט קיין חרב, איז דאס מיינט צדק צדק תרדוף, ממילא למען תחי', וועט נישט זיין חרב, וירשת את הארץ און עס וועט נישט זיין גלות.
(פנינים יקרים)

שכר אויף די וועלט וועגן אמונה

4] למען תחיה וירשת את הארץ אשר ה' אלהיך נותן לך. לא תטע לך אשרה וגו': (ט"ז כ-כא) כדאי הוא מנוי הדיינין הכשרים להחיות את ישראל ולהושיבן על אדמתן (רש"י ספרי ט"ז, ד) לכאורה איז שווער שכר מצוה בהאי עלמא ליכא (קידושין לט:)? נאר עס שטייט פארוואס שכר מצוה בהאי עלמא ליכא? עס שטייט לא תלין פעולת שכיר! נאר דער דין איז, ווען מען דינגט א ארבעטאר דורך א שליח איז מען נישט עובר בל תלין און די תורה האט מען געגעבן דורך משה רבינו, אבער אנכי ולא יהיה איז געגעבן געווארן דורכ'ן אויבערשטן אליין, דעריבער איז דא שכר אויף די וועלט. און וועגן דעם זאגן חז"ל אז שכר אויף די וועלט איז וועגן אמונה דאס איז די מצוה פון אנכי ולא יהיה לך. און דאס זאגט די פסוק למען תחיה: זאגט רש"י. אז מען באקומט שכר אויף די וועלט, לכאורה וועסטו פרעגן שכר מצוה בהאי עלמא ליכא? אויף דעם איז די תירוץ: לא תטע לך אשירה כל עץ. און אויף דעם זאגן חז"ל (סנהדרין ז:) אויב איינער שטעלט אוועק א דיין שאינו הגון איז כאילו ער איז נוטע אשרה, און מכלל לאו אתה שומע הן אז אויב איינער וואס ער טוט יא אוועק שטעלן א דיין כשר איז כאילו ער איז מבטל ע"ז און ער איז מקיים לא יהיה לך און וועגן דעם באקומט מען שכר אויף די וועלט אויך.
(חות יאיר)

שמחה ביים גיין אין מלחמה?

5] והיה כקרבכם אל המלחמה: (כ' ג') דארף מען פארשטיין וואס איז דער לשון והיה א לשון שמחה ביים גיין אין מלחמה? נאר מען קען דאס מסביר זיין לויט וואס עס שטייט (שמואל א' י"ד ח-ט) ווען יהונתן האט געזאגט צו זיין נער צו פרווון צו זיי וועלן מנצח זיין די מלחמה מיט די פלשתים: אויב זיי -די פלשתים- וועלן זאגן דומו: מיר זאלן ווארטן אויף זיי, איז דעמאלטס, ועמדנו תחתיו: וועלן מיר בלייבן שטיין ווייל מען וועט נישט מנצח זיין די מלחמה, אבער אויב זיי וועלן זאגן עלינו: מיר זאלן גיין צו זיי איז, ועלינו כי נתנם ה' בידינו מיר וועלן געווינען די מלחמה. איז דאס איז פשט אין פסוק והיה עס וועט זיין שמחה און נצחון המלחמה. כקרבכם אל המלחמה אז איר וועט זיך דערנענטערן צו די מלחמה, אבער אויב זיי-די שונא- וועלן זיך דערנענטערן וועט חו נישט זיין קיין נצחון.
(שפתי קדושים בשם בעל באר מים חיים הק')

טאן און מחזק זיין אנדערע מענטשן

6] הירא ורך הלבב ילך וישב לביתו ולא ימס את לבב אחיו כלבבו: (כ' ח') מען דארף מקדים זיין דברי הרמב"ן (דברים כ"ז כ'ו) אויפן פסוק ארור אשר לא יקום את דברי התורה הזאת לעשות אותם. אז אויב איינער האט די מעגליכקייט צו טאן און מחזק זיין אנדערע מענטשן, און ער טוט נאר מיט זיך איז ער אין כלל פון ארור אשר לא יקום עיי"ש. לויט דעם איז מפרש הרה"ק ר' בונם מפשיסחא זיע"א דער פסוק ולא ימס את לבב אחיו כלבבו. אז אויב א מענטש וועט נישט ארבעטן מיט יענעם אז זיין הארץ זאל צו גיין נאר ער וועט טראכטן פון זיך, דאס מיינט ולא ימס לבב אחיו אים מחזק זיין: כלבבו-אזוי ווי דיין הארץ- איז דעמאלטס ילך וישב לביתו עכ"ד איז יעצט פארשטייט מען וואס רש"י שרייבט הירא מעבירות שבידו ילך וישב לביתו. אויב א מענטש האט מורא פון זיינע עבירות און טראכט נאר פון זיך און טראכט נישט צו העלפן א צווייטן אים מחזק זיין, אזא איינער זאל זיך צוריק קערן פון די מלחמה ווייל מען דארף דאגן אויך אז דיין חבר זאל זיין א צדיק און א ירא שמים.
(קול מבשר מפשיסחא)

וואס צדיקים דארפן מתפלל זיין

7] והרידו זקני העיר את העגלה אל נחל איתן וגו: (כ"א ד') כפר לעמך ישראל וגו' זאגט רש"י כפר הכהנים אומרים: דארף מען פארשטיין וואס איז די כוונה פון רש"י? נאר די גמ' (מכות דף י"א.) ברענגט אז א לייב האט פארצוקט א מענטש אין די דריי פרסה פון ר' יהושע בן לוי און אליהו הנביא האט זיך נישט געוואלט קומען צו ריב"ל פארוואס ווייל ער אלץ צדיק וואלט געדארפט מתפלל זיין אז עס זאל נישט געשען אזא זאך אין זיין צייט. דעריבער איז אליהו נישט געקומען צו אים.. איז יעצט פשט, והורידו זקני העיר את העגלה אל נחל איתן איז ר"ת בגימט אליהו - 52, און עס שטייט נאך דעם ידינו לא שפכו את הדם הזה, הגם מיר האבן בפועל נישט געזעהן די מעשה און וועגן דעם נישט מתפלל געווען אז עס זאל נישט געשעהן איז דעריבער כפר לעמך ישראל בעטן די כהנים א כפרה אויף דעם וואס זיי האבן נישט מתפלל געווען.
(אור לשמים אפטא)

מדור העובדות

תמים תהיה מיט התקשרות צו צדיקים וואס זעען זייער ווייט

צוויי סיפורים פון ספה"ק דרכי הישר והטוב הרה"ק ר' הערשעל'ע מליסקא זצוק"ל פלעגט דערציילן די מעשה וואס עס איז געשען ביים הייליגן רבי ר' הירש'ל מרימינוב זיע"א: איינמאל האט איינער חתונה געהאט פון פוילן און איז געווען זייער יונג ביי די חתונה, אזוי איז אריבער א שיינע פאר יאר און ער איז נישט געבענטש געווארן מיט קינדער איז ער געפארן צו ר' הירש פאר א ברכה ער זאל האבן קינדער, האט ר' הירש אים געזאגט אויב דו וועסט מיר געבן 50 רייניש וועסטו געהאלפן ווערן מיט א בן זכר. זאגט דער יונגער מאן איך בין א עני ואביון! פון וואו וועל איך נעמען די געלט? זאגט אים דער רבי אויב אזוי פארמשכון דיין ווייבס שטרענטיכל, און ברענג מיר די געלט. דער יונגערמאן איז א היים געפארן און נישט געוואלט זאגן פאר זיין ווייב וואס דער רבי האט אים געהייסן, א צייט שפעטער האט דער יונגערמאן געטראכט אז דער רבי וועט זיכער פארגעסן פון דעם פארלאנג און איז צוריק צום רבי'ן בעטן פאר א ברכה פאר קינדער, און צו זיין וואונדער זאגט אים דער רבי אויב וועסטו מיר געבן 50 רייניש וועסטו האבן א בן זכר, און אויב דו האסט נישט? זאלסטו פארמשכונען דיין ווייב'ס שטערנטיכל. און אזוי גייט ער אהיים און זאגט ווייטער גארנישט פאר זיין ווייב. און אזוי חזר'ט זיך עס איבער א דריטער מאל די זעלבע זאך אזוי ווי פריערט, ביז דער יונגערמאן זעט אז אויב ער וויל געהאלפן ווערן האט ער נישט קיין ברירה און מוז דערציילן פאר זיין ווייב, וואס דער רבי האט אים געהייסן, און אזוי האט ער געטאן, און זי האט מסכים געווען דערצו, און האט פארמשכונט איר שטערנטיכל און באקומען 50 רייניש, און ער איז צוריק געגאנגען צום רבי'ן און גיט אים די 50 רייניש, און דער רבי ווינטש אים אן: פאר אהיים און השית וועט דיר העלפן און וועסט האבן קינדער.

דער יונגערמאן פארט אהיים מיט פרייד און האפענונג אז ער וועט געהאלפן ווערן מיט א קינד. אבער עס גייט אריבער א שטיק צייט און ער ווערט נישט געהאלפן איז ער שנעל געלאפן צום רבי'ן, אז ער האט איינגעהאלטן זיין חלק און ער איז נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן מיט א קינד. זאגט אים דער רבי מיט א שטרענגקייט! ביזט נאך א יונגערמאן האסט נאך צייט, וועסט נאך געהאלפן ווערן מיט קינדער, איז דער יונגערמאן אהיים מיט א פארביטערטע הארץ, און אין א קורצע צייט שפעטער איז ער לא עלינו זייער קראנק געווארן און די דאקטוירים האבן זיך מייאש געווען פון זיין לעבן, און ער פילט אז זיינע כוחות גייען פון אים ארויס און קוים וואס ער כאפט דעם אטעם. אזוי ווי ער מאכט ביי זיך א חשבון הנפש פאר ער וועט גיין פון דער וועלט, דערמאנט ער ביי זיך אז דער רבי ר' הירש האט אים דאך צו געזאגט אז ער וועט האבן קינדער, און אז דער רבי האט צוגעזאגט מוז ער דאך האבן קינדער! און אזוי מאמין זיין אין רייד פון רבי'ן פילט ער ווי א חיות קומט אריין אין אים, און פון מינוט צו מינוט וועט ער שטארקער און שטארקער ביז א פאר טעג איז ער געווארן אין גאנצן געזונט. און א צייט ארום האט דער אויבערשטער אים געהאלפן און האט זוכה געווען צו קינדער.

פלעגט דער רבי ר' הירש מליסקא אויספירן אז מען זעט ווי ווייט דער רבי ר' הירש האט געזען. אבער חוץ פון דעם זעט מען די מסירות נפש פון חסיד וואס איז געווען א עני ואביון און די נסיעות צום צדיק איז נישט געווען גרינג ווייל מען האט געמוזט גיין צו פוס. און די וועגן זענען געווען געבונדן מיט סכנות נפשות און פון דעסטוועגן האט מען זיך נישט אפגעהאלטן פון פארן איין מאל און נאכאמאל.

לענ"ד קען מען אפלערנען פון דעם דער כח פון אמונת צדיקים וואס האט ממשיך געווען אויף דעם חסיד א ישועה און איז געווארן געזונט. אזוי ווי עס ווערט דערציילט ביים הייליגן בית אהרן זיע"א אז א פאר פאלק פון קעשינוב זענען געקומען צום רבי'ן וועגן קינדער און דער בית אהרן האט זיי אנגעוואונטשן. נעמט די פרוי שטאלץ און פרעגט רבי! אויב עס וועט זיין א אינגל וועלכע נאמען זאל מען געבן? ענטפערט די רבי, זאלסט געבן א נאמען בצלאל, און זיי זענען געהאלפן געווארן מיט א בן זכר. און א פאר יאר שפעטער זענען זיי געקומען צום בית אהרן מיט'ן קינד און זי זאגט: רבי! דאס איז דיין בצלאל. רופט זיך אן דער בית אהרן אז נאר מיט איר אמונה האט זי ממשיך געווען א בן זכר.

דער רבי האט געזען די טובה פארן חסיד

א יונגערמאן איז געקומען צו הרה"צ ר' הירשל'ע מליסקא זיע"א אז היות ער קען יעצט אפדינגען א גאר גרויסער פעלד אויף דריי יאר, און ער וועט קענען האבן שיין פרנסה פון דעם, און בעט דעם רבי'ן א ברכה אויף הצלחה אז די פירות זאלן וואקסן גוט און פיין, דער רבי זאגט אים ווען דער אויבערשטער וועט דיר העלפן מיט גוטע געלונגענע פירות, זאלסטו מיר שיקן פערציג גילדן, די חסידים וואס זענען דארטן געשטאנען האבן אים געוואונקען אז ער זאל שוין יעצט אוועק געבן דעם רבי'ן די פערציג גילדן, און ער האט אזוי געטאן, און גלייך געגעבן דאס געלד צום רבי'ן, וואס ווינטש אים א ברכה אויף הצלחה, און איז אהיים געפארן פול מיט פרייד און האפענונג, די פעלד האט געגעבן געראטענע פירות בעסער ווי ער האט געחלומט, און געהאט שיין פרנסה, ווען די דריי יאר זענען אפגעלאפן. איז ער צוריק געפארן צום רבי'ן ער זאל אים נאכאמאל ווינטשן, דאס מאל זאגט אים דער רבי: דער אויבערשטער זאל אייך העלפן. דער איד זאגט: רבי!! איך גיב אייך יעצט פערציג גילדן. זאגט אים דער רבי: ניין!! עס איז נישט וויכטיג. דער איד נעמט ארויס פון זיין טאש פערציג גילדן און זאגט נאכאמאל רבי !! איך גיב דא פערציג גילדן, דער רבי וויל דאס בשום אויפן נישט נעמען, עס איז נישט נויטיג. דער איד איז אהיים געפארן און האט דאס פעלד נישט אפגדונגען, יענע יאר איז געווען א גרויסע קעלט מיט פראסט. און דער גאנצער פעלד מיט די בוימער זענען פאפרוירן געווארן. דעמאלטס האט דער יונגערמאן איינגעזען ווי גליקלאך ער איז, וואס ער האט די פעלד נישט געדונגען. ווי ווייט דער רבי האט געזען.