פרדס יהודה בלעטל נצבים וילך תשס"ט
נצבים וילך
1] אתם נצבים היום: (כ"ט ט) דער מנהג ביי בני אשכנז איז, אויף צו שטיין
בהשכמה און זאגן סליחות 4 טעג פאר ר"ה. א רמז איז: אתם נצבים היום איז
בגימ' 694, (ספר המנהגים) און ווי די ספרים הק' שרייבן אז היום מיינט מען ר"ה, און
לעמוד לסליחות איז אויך בגימ' 694,
(מטה משה)
2] ומל ה' אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך: (ל' ו) די פרשה רעדט זיך וועגן
א מענטש וואס טוט תשובה, איז די תורה מבטיח, אז אויב א מענטש קומט זיך
מטהר זיין פאר ה' איז הבא לטהר מסייעין אותו, וועט דער אויבערשטער טאן
זיינס און דיר העלפן און עס וועט זיין ומל ה' אלקיך את לבבך.
(רמב"ן)
3] ומל ה' אלקיך א'ת ל'בבך ו'את ל'בב: (ל' ו') עס ווערט געברעגט אז די ר"ת
איז אלו"ל קען מען צולייגן אז את לבבך ואת לבב זרעך איז בגימ' אל שדי יתן
לכם רחמים. ווייל תשובה איז נאר מיט די הילף פון ה', פתחו לי כפתחו של
מחט ואני אפתח לכם כפתחו של אולם.
(אור למאיר לאדמו"ר מבוקאווסק)
4] כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו: (ל' י"ד) מיר ווייסן
אלעמאל אז עס דארף זיין מחשבה דיבור ומעשה, וואלט געדארפט שטיין
בלבבך ובפיך לעשותו. נאר דער הייליגער בית אהרן פ' נצבים איז מסביר ווייל
עס שטייט כי לא בשמים הוא. דאס מיינט אז מען וואלט געפאדערט פון א
מענטש קודם בלבבך וואלט נישט געווען שייך, נאר פריערט דארף זיין בפיך
דורך דעם דיבור אפילו עס איז נישט פון הארץ אבער נאך דעם, וועט דער
דיבור מעורר זיין אז עס זאל זיין בלבבך, און נאך דעם וועט זיין לעשותו. (ספר
הק' אש קודש – פיעסעצנא) עס איז באוואוסט די טייטש האמנתי כי אדבר: אז
דורך וואס מען רעדט פון אמונה וועט מען קומען צו אמונה. האמנתי: ווי אזוי
וועט מען האבן אמונה? דורך כי אדבר.
(הרה"ק ר' שלמה מקארלין זיע"א),
5] וחיית ורבית וברכך וגו': (ל' ט"ז) שטייט (נדרים ס"ד:) א עני און דער וואס
האט נישט קיין קינדער איז גערעכנט ווי א מת: קען זיין א רמז אין פסוק,
וחיית: אז דו וועסט זיין גערעכנט ווי דו ביזט א חי, איז ווייל ורבית, וועסט זוכה
זיין צו קינדער- עיין באבן עזרא- וברכך וועסטו געבענטש ווערן מיט געלט אזוי
ווי מען דארשענט אין פרשת לך לך ואברכך בממון.
(נועם אליעזר סקולען)
6] מצאוני הרעות האלה: (לא י"ז) ספר לב ארי' ברענגט אז אין די תוכחה פון
פרשת כי תבוא איז דא תרע"ו אותיות כמנין רעו"ת 676, און די עצה צו ממתיק
זיין די דינים שטייט 26 מאל דער שם הוי' אין די תוכחה וואס 26 מאל 26
קומט אויס 676 דאס מיינט ומצאתי הרעות האלה די תרע"ו קללות, און אויף
דעם זאגט דוד המלך ע"ה (תהלים ל"ד) רבות רעות צדיק ומכלם יצילנו ה', דאס
מיינט מען די רעו"ת קללות, און די עצה צו דעם איז, ומכלם יצילנו ה', די 26
הוי' 676 אין ספר תוכחה וואס איז ממתיק די 676 דינים.
(פני דוד להחיד"א)
7] ושב ה' אלקיך וגו' אשר הפיצך ה' אלקיך שמה: (ל' ג') ווען אידן גייען אין
גלות, גייט די שכינה מיט זיי, קען זיין די רמז דא: הפיצך איז בגימ' בב"ל מד"י
אדו"ם יו"ן, די פיר גליות וואס כלל ישראל זענען דורך געגאנגען, און נאך די
ווארט הפיצך, שטייט ה' אלקיך שמה. אז די שכינה איז דארטן מיט כלל
ישראל אין אלע גלות'ן.
(אור למאיר לאדמו"ר מבוקאווסק)
וילך: 8] לא אוכל עוד לצאת ולבוא וגו' ה' אלקיך הוא עובר לפניך (ל"א ב)
לכאורה מיט וואס בארוהיגט זיי משה רבינו אז ער וועט נישט אריין גיין מיט
זיי אין ארץ ישראל נאר דער תירוץ איז אז משה האט זיי געזאגט איר וועט
זוכה זיין צו א בעסערע מנהיג אייך אריין צופירן אין ארץ ישראל דאס איז ה'
אלקיך הוא עובר לפניך, דעריבער דארפט איר נישט ווערן בצער אז איך וועל
נישט אריין פירן אין א"י.
(ספורנו)
9] וחרה אפי וגו' והסתרתי פני מהם וגו' ומצאוהו רעות רבות וגו ואנכי
הסתר אסתיר פני וגו': (ל"א י"ז) מען קען געבן צו פארשטיין דעם ענין פון
הסתר פנים פון השי"ת מיט א משל: א עושר האט געהאט א בן יחיד וואס איז
געווארן קראנק און ער האלט ביי אויס גיין און דער דאקטער האט געגעבן א
רעצעפט פאר א זייער א ביטערע מעדיצין און דער קינד האט בשום אופן נישט
געוואלט נעמען די מעדיצין, דער טאטע האט נישט די כח און שטאלץ צו
צווינגען זיין זון צו נעמען די מעדיצין, האט דער דאקטאר געהייסן אז דער
טאטע מיט די קרובים זאלן ארויס גיין, און נאר זיינע קנעכט וואס זענען
געווען אכזרים, זאלן צווינגען דעם זון צו נעמען די מעדיצין, דער טאטע איז
מסכים צו דעם, ווייל ער האט געוואוסט אז דאס איז טובה פאר זיין קינד, און
דער קינד שרייט, טאטע! טאטע! אבער דער טאטע הערט נישט צו, האט דער
קינד געמיינט אז דער טאטע הערט זיך נישט צו אים, ווען דער קינד איז
געווארן געזונט פארשטייט ער, אז דאס איז געווען פאר זיין טובה, און דאס
וואס דער טאטע האט זיך באהאלטן איז ווייל ער האט נישט געקענט צו זען
די צער פון קינד. די זעלבע איז ביים אויבערשטער, ער וויל אז זיי זיינע קינדער
זאלן תשובה טאן און נישט שטארבן, אבער אויב ער זעט אז מען טוט נישט,
דעמאלטס שיקט ער פאר זיינע קינדער א שלעכטער מנהיג אדער מלך, אבער
ווייל ער איז א אב הרחמן און ער קען נישט צו זען אז זיינע קינדער זענען
בצער, הגם דאס איז פאר אונז א טובה, איז דא א הסתר פנים, ווייל דער רשע
איז נאר א שליח פון אויבערשטן, און דאס זעט מען אויך ביי אסתר. די אידן
האבן געזען א גרויסן הסתר פנים, האבן זיי געטראכט אז עס איז נישט דא א
באשעפער חלילה, אבער נאך דעם וואס מען האט געזען אז דער
אויבערשטער האט אנגעגרייט אסתר אפילו מען האט נאך נישט געוואוסט פון
דער פלאן פון המן הרשע, זעט מען אז דאס איז א רפואה פאר אונז, און די
רשעות איז נאר פאר א רפואה, דאס איז דער פשט אין די פסוקים: וחרה אפי
והסתרתי פני וגו' דאס הייסט ווי באלד ער קען נישט צו זען די צער פון זיינע
קינדער, ווען ער שטראפט זיי, דעריבער באהאלט ער זיך, איז דאס נאר א
הסתר פנים ווייל אלעס טוט ער מיט רחמנות, און מען שרייט טאטע! טאטע!
אבער שפעטער וועט מען זען, אז אלעס איז געווען לטובה.
(אמירה דכיא פעטעני)
10] ואף כי אחרי מותי (ל"א כ"ז) שטייט אין בעל הטורים א רמז כ"י איז
מרומז אויף די דרייסיג יאר נאך משה רבינו וואס יהושע האט מפרנס געווען די
אידן. 28 יאר און צוויי יאר האבן די זקנים געשפייזט די אידן, דאס איז 30 -כ"י-
יאר ע"כ. אויך יהושע האט געלעבט 110 יאר, קען זיין א רמז: די ס"ת פון כי'
אחרי' מותי' איז דרייסיג, צו מרמז זיין אויף די דרייסיג יאר פון שפייזן, און די
ס"ת ואף' כי' אחרי' מותי' איז 110 די מנין יארן וואס יהושע האט געלעבט.
(נועם אליעזר סקולען)
מדור העובדות עפעס ארויסלערנען
דער הייליגער גאון ר' יונתן אייבשיץ האט געפירט א גרויסע ישיבה און זיין התמדה אין תורה איז געווען אויסערגעוויינטלאך, אבער זיין עמקות און זיך אריינטאן אין א ענין אז ער איז נישט געווען אין דעם עולם, זעט מען פון די פאלקאמדיגע מעשה: אין זיין ישיבה האט זיך געקאכט וועגן א זייער שווערע רמב"ם וואס א בחור האט געפרעגט די קשיא און דער גרויסע גאון האט זיך געפלאגט און געזוכט צו פארענטפערן די שווערע רמבם און האט נישט געקענט, האט ער געזאגט די בחורים אז ער וויל ארויס גיין שפאצירן אין גארטן און אפשר וועט ער קענען טרעפן א תירוץ. און אזוי גייט ער ארויס אין גארטן, און די בחורים לערנען ווייטער און ווארטן ביז דער גאון וועט צוריק קומען. און אזוי ציט זיך א לענגערע צייט און דער גאון קומט נישט צוריק, און די זארג אויפן גאון איז ארום געגאנגען ביי די ישיבה בחורים און האבן מחליט געווען אז מען גייט זוכן דעם ראש ישיבה, און מען האט שוין געטראכט די ערגסטע, און מען האט געמוזט ווארפן גורל צווישן די בחורים ווער מוז גיין זוכן דעם ראש ישיבה , און עס איז געפאלן אויף צוויי בחורים, זיי הויבן אן צו זוכן אין די ווינטערדיגע נאכט ווען די שניי פאלט פון הימל און באדעקט אלעס אויף די ערד און וואו גייט מען זוכן דעם ראש ישיבה? ביז זיי האבן דערזען פון דער ווייטענס אונטער די שיין פון די לבנה לעבן א טיש אין גארטן וואס איז געווען דער פלאץ וואו דער גאון פלעגט דארט זיצן, און זיי זעהן ווי א בארג מיט שניי איז לעבן דעם טיש פון ראש ישיבה, און זיי ווערן דערשראקן אבער זיי שטארקן זיך, און גייען צו צום טיש און מען זעט ווי דער ראש ישיבה איז באדעקט מיט שניי, און זיי נעמען שנעל אוועק די שניי פון אים און זיי זען ווי די ראש ישיבה איז זייער טיף פארטראכט און ווייסט נישט וואס טוט זיך ארום אים, און זיי הערן ווי ער רעדט פון דעם שווערן רמבם, און זאגט איך האב שוין א תירוץ. און מיט גרויס כבוד און מורא פון דעם ראש ישיבה האבן די ביידע בחורים ארויפגעלייגט אויף אים זייער מאנטל אנצוווארעמען דעם ראש ישיבה, און אזוי כאפט זיך אויף דער ראש ישיבה פון זיין דביקות, וואס ער האט געשוועבט אין די אלע ווינקלן פון תורה כדי צו טרעפן א תירוץ אויפן שווערן רמב"ם, און האט בכלל נישט מרגיש געווען אז די שניי האט אים באדעקט, דא האבן די תלמידים געזען ווי גרויס איז די עמקות פון זייער ראש ישיבה און זיין יגיעה אין וועלן פארשטיין יעדן ווינקל אין תורה, דאס איז געווען א לעבעדיגע מוסר ספר פאר די בחורים און האט זיי זייער שטארק דערהויבן אין זייער לימוד התורה. מען טרעפט די זעלבע איז געווען ביי הלל הזקן וואס איז געווען א עני און האט נישט געהאט געלט פארן שומר צו אריין גיין אין בית המדרש צו הערן דברי תורה מפי שמעיה ואבטליון, איז הלל הזקן ארויף אויפן דאך כדי שישמע דברי אלהים חיים, יענעם טאג איז געווען ערב שבת און אין תקופת טבת און איז אראפ א שניי, כשעלה עמוד השחר זאגט שמעיה צו אבטליון, אבטליון אחי! יעדן טאג לייכט דער בית המדרש און היינט איז טונקל, שמא יום המעונן הוא, האבן זיי ארויף געקוקט און געזען א דמות אדם אין דעם דאך פענצטער, זענען זיי ארויף און געטראפען הלל באדעקט מיט דריי אמות שניי, און האבן אים געווארעמט ביים פייער, אמרו ראוי זה לחלל עליו את השבת, (יומא ל"ה). דאס איז ולדבקה בו.
הרה"ק ר' שמעלקא ז"ל האט געדינט ברבנות אין שטאט ניקעלשבורג. ווען עס איז באוואוסט געווארן אז ער פירט זיך בדרך החסידות און אסאך מאל האט פאסירט אז ער האט עובר געווען אויף זמן תפלה וכו'. און ווייל די מענטשן פון שטאט זענן נישט געווען פון די חסידים און ווען זיי האבן געזען וואס דער רבי טוט האט זיי דאס נישט געפעלן און האבן געמאכט א אסיפה, און מען האט באשלאסן אז ער קען נישט זיין מער מנהיג אין דער שטאט, און מען האט באפוילן דעם שמש אז ער זאל זיין דער שליח, זאגן פארן רב בשמם, אז ער טאר נישט האבן קיין דריסת הרגל אין שטאט! דער שמש איז געווען א פשוטע מענטש, אבער ער האט זיי געפרעגט פארוואס איז דאס פלוצלינג געשען? האבן זיי אים אנגעשריגן. דער שמש כאפט נישט קיין התפעלות פון זייער שרייען און זאגט מיט א שטאלצקייט אז ער ווייסט אז דער רב איז א גאר גרויסע צדיק. האבן די מענטשן אים געפרעגט פון וואו ווייסטו? האט ער זיי דערציילט:
ער אלץ שמש גייט ארום אין שטאט אויפוועקן די מענטשן לעבודת הבורא, און ווען ער גייט אריבער דער רב'ס הויז, אייביג איז דארטן ליכטיג ווייל דער רב לערנט דארט בהתמדה גדולה מיט איינעם וואס איך האט אים נישט געקענט! איינמאל האב איך געפרעגט דעם רב ווער איז דאס וואס ער לערנט מיט? האט ער געענטפערט אז דאס איז אליהו הנביא, און אזוי פירט זיך אלע נאכט אז איך זע דעם רב לערנט מיט אליהו הנביא!
איין נאכט האב איך געזען צוויי ליכט ברענען ביים רב, ווייל ער האט געהאט צוויי מענטשן מיט זיך, און דער רב האט זיי ביידן באגלייט, האב איך אים געפרעגט ווער איז דער אנדערע מענטש ווייל ער האט געטראגן א גאלדענע קרוין? האט דער רב געזאגט אז דאס איז מנשה בן חזקיה וואס ער איז געקומען פארענטפערן א שאלה וואס איז פארגעקומען ביים רב. אז היות אז אין א שטאט איז געווען א מענטש א חסיד וואס האט צובראכן אלע עו"ז און צלמים פון שטאט, און מען האט אים געכאפט און געמשפט צו הארגענען דורך הענגען. אין יענעם שטאט איז געווען א חברה וואס פלעגן געבן כתובה געלט פאר די וואס זייערע מענער האבן נישט געהאט צו געבן, און די אלמנה איז געקומען צו די חברה מען זאל איר אויך געבן כתובה געלט, און זיי האבן נישט געוואלט, ווייל מען גיט נאר די וואס שטארבן נארמאל און נישט דער וואס איז מאבד עצמו לדעת אזוי ווי איר מאן, און די שאלה איז אנגעקומען צום רב און ער האט צדדים לכאן ולכאן, ביז מנשה בן חזקיה איז געקומען צום רב און האט געזאגט אז דער חסיד איז געווען א גלגול פון אים צו מתקן זיין וואס ער האט אריין געלייגט א צלם אין בית המקדש, דעריבער בעט ער פון רב אז מען זאל געבן די כתובה געלט. די מעשה האט דערציילט הרה"ק ר' אליהו אבדק"ק וויסקיט בעמ"ס אזור אליהו וואס ער האט דאס געהערט פון זיין רבי'ן רבי ר' בונם, וואס האט מיט דעם געוויזן דער גרויסקייט פון שמש, וואס האט זוכה געווען יעדע נאכט צו גילוי אליהו און האט זיך נישט גרויסגעהאלטן. נאר האט גאר געלויבט רבי ר' שמעלקא וואס האט זוכה געווען דערצו. די שטאט האט געגלויבט דעם שמש, און זיי האבן געלאזט ר' שמעלקא אנפירן ברבנות. אזוי איז געווען אמאליקע שמשים!!, זיע"א