פרדס יהודה בלעטל כי תבא תשס"ט
כי תבא
1] והיה כי תבא: (כ"ו א) איז דער אור החיים הק' מסביר דעם לשון והיה,
שמחה, ווייל מען דארף זיך פרייען מיט ישוב הארץ, קען מען מסביר זיין
לויט וואס דער בעל הטורים זאגט סמיכות פ' כי תצא פון מחיית עמלק צו
פ' כי תבא, די מצוה פון יישוב ארץ ישראל ווייל גלייך ווען מען גייט אריין
אין ארץ ישראל איז דא די מצוה פון מחיית עמלק ע"כ. קען זיין דאס איז די
ענין פון שמחה ווייל גלייך ווען דו וועסט ארייין אין ארץ ישראל קענסט
מקיים זיין מצות מחיית עמלק בשמחה. און מצות ביכורים.
(שמח זבולון -המו"ל)
2] ושמחת בכל הטוב: (כ"ו י"א) אין ספה"ק ישמח משה ברענגט ער א
מדרש: אין טוב אלא תורה שנאמר כי לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו
זהו שהזהיר משה ואמר עשר תעשר ע"כ. דארף מען פארשטיין די שייכות
פון תורה צו עשר תעשר, נאר חז"ל דארשע'נען עשר בשביל שתתעשר. איז
שווער ווי מעג מען געבן מעשר וועגן א שכר פון עושר ווען די גמרא זאגט
(פסחים ח') אל תהיו כעבדים המשמשין את הרב ע"מ לקבל פרס. נאר תוס'
ענטפערט דארטן אז דוקא ביי א עכום איז אזוי, אבער א איד מעג טאן א
מצוה צו מקבל זיין שכר, און תוספות יו"ט אין אבות איז מסביר, ווייל א איד
אויב ער טוט א מצוה וועגן שכר אויב די שכר קומט נישט וועט ער נישט
חרטה האבן אויף די מצוה, אבער א גוי וועט חרטה אויף זיין גוטע מעשה.
פון וואו נעמט דער איד די כח? נאר ווייל זיי האבן מקבל געווען די תורה
בשמחה, און זענען מאמין אז די תורה איז א טובה פאר זיי, אזוי ווי דער
הייליגע אוה"ח הק' שרייבט אין די וואכענדיגע סדרה, וועגן די זיסקייט פון
תורה וואס ווען מענטשן וואלטן געפילט דער זיסקייט פון תורה וואלטן זיי
ממאס געווען אין אלע געשמאקייט פון עולם הזה... איז דעריבער א איד
מעג טאן א מצוה צו מקבל זיין שכר, דאס איז פשט אין מדרש: ושמחת בכל
הטוב אין טוב אלא תורה. די הייליגע תורה וואס מען האט מקבל געווען
בשמחה, ממילא מעג מען טאן א מצוה אפילו לקבל פרס ווייל מען וועט
נישט חרטה האבן אויב די שכר וועט נישט קומען, איז דעריבער שטייט אין
מדרש: זהו שהזהיר משה עשר בשביל שתתעשר ווייל וועגן די תורה מעג זיין
עשר בשביל שתתעשר.
(תכלת מרדכי – שוואדראן)
3] נאך א מהלך אין מדרש: הרה"ק ר' הערשל'ע מליסקא זי"ע בעל אך פרי
תבואה פלעגט שטענדיג מעורר זיין די חסידים פונעם דרש: עשר בשביל
שתתעשר אז דאס איז א סגולה בדוק ומנוסה, איין מאל איז געקומען א
גרויסער סוחר צום רבי'ן מיט א בקשה אז היות לעצטנ'ס זענען זיינע
געשעפטן זייער געפאלן און שוואך געווארן. זאגט אים דער רבי: זאלסט
מקבל זיין צו געבן מעשר און בזכות דעם וועסטו ווערן צוריק א עושר. און
ער האט אזוי געטאן און פונדעסטוועגן זענען זיינע געשעפטן נאך אלץ
אראפ. איז ער צוריק צום רבי'ן און האט אים געזאגט אז די סגולה האט
נישט געהאלפן! פרעגט אים דער רבי אויף זיין הנהגה אין שמירת שבת און
אויף די הנהגה פון זיין בני בית בכלל און ער האט מודה געווען אז עס איז
נישט ווי עס דארף צו זיין! האט דער רבי זיך אנגערופן: איך וועל דיר
דערציילן א מעשה עס איז געווען א עושר וואס האט געוואוינט אין א קליין
דארף און אין א טאג באקומט ער א באפעל פון שר פון שטאט זיך צו
שטעלן פאר אים אויף מארגן אין דער פרי 8 אזייגער. דער עושר שטייט
אויף צופרי און דאווענט און גרייט זיך צו פארן אין שטאט אריין. זיין משרת
שפאנט איין די פערד און פארט צום שטאט, אביסל פארן שטאט שטעלט
זיך אפ די פערד און פארן נישט, דער בעל עגלה שמייסט די פערד אבער זיי
רוקן זיך נישט, גייט אראפ דערעושר צו זען וואס טוט זיך דא, און זעהט ווי
א מענטש האט אים געטאן א שפיצל, ער האט געבונדען צוויי פערד צו דער
וואגן פון אונטן וואס שלעפן די פערד אויף צוריק ממילא האבן די פערד
נישט געקענט ווייטער גיין. האט דער עושר אפגעבונדן די שטריק פון די
פערד אזוי האבן זיינע פערד געקענט ווייטער גיין. האט אויסגעפירט דער
הייליגער צדיק, דאס זעלבע איז מיט דיין געבן מעשר, א וודאי איז דאס א
גוטע וואגן אויף צו באקומען עשירות, אבער אויב מען בינט צו פערד פון
אונטן קען עס נישט פארן, אויב דו וועסט מקבל זיין שמירת שבת און
פארעכטן די הנהגה פון די בני הבית ווי עס דארף צו זיין, וועסטו זיין
פארזיכערט אז די מעשר געבן וועט דיר ברענגען עשירות ע"כ המעשה: איז
מיט דעם קען מען פארשטיין די מדרש: אין טוב אלא תורה: אויב א מענטש
וועט זיך פירן על פי תורה אין אלע זיינע וועגן, איז דעמאלטס עשר בשביל
שתתעשר, און עס וועט העלפן די סגולה.
(לקוטי צבי הכהן ר' צבי הירש מסעליש)
4] השקיפה ממעון קדשך וגו' כאשר נשבעת לאבותינו ארץ זבת חלב
ודבש: (כ"ו ט"ו) לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס דארף מען
דערמאנען ארץ זבת חלב ודבש? נאר איך האב געהערט פון הגה"צ המנוח
אב"ד דק'ק פולדעש וואס האט מיר דערציילט אז ער איז געווען ר"ה ביי
הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע און אין די נאכט פון ר"ה ווען ער האט
איינגעטונקען די עפל אין האניג האט ער געזאגט יה"ר שתתחדש עלינו שנה
טובה ומתוקה, רופט זיך אן דער ייטב לב פארוואס דארף מען צולייגן
מתוקה? נאר עס שטייט מפי עליון לא תצא הרעות ווייל אלעס וואס דער
אויבערשטער טוט אפי' עס זעט אויס שלעכט איז עס גוט במקורו ווייל ער
וויל נאר גוטס טאן ווי עס שטייט כי אל טוב ומטיב אתה, וועגן דעם בעטן
מיר פון דעם אויבערשטער נישט נאר אז די יאר זאל זיין גוט, נאר אויך
מתוקה, אז מיר זאלן טאקע פילן די זיסקייט. איז דאס זאגט די פסוק
השקיפה ממעון קדשך מן השמים וברך את עמך את ישראל ואת האדמה
אשר נתת לנו, און אויב דו וועסט פרעגן אז אלעס איז גוט פון ה': אויף דעם
זאגט דער פסוק ארץ זבת חלב ודבש. אז דאס זאל זיין מתוקה, מיר זאלן
טאקע פילן דעם זיסקייט.
(לקוטי צבי הכהן צבי הירש בן יהונתן בנימין מסעליש)
5] הסכת ושמע: (כ"ז ט') עס איז דא א באוואוסטע רמז פון דעם פסוק. די אלע פלעצער וואו מען דארף שטיין ה=הלל, ס=ספר תורה, כ=כהן- דוכן, ת=תפלה, שמו"ע, ו= ווידוי, ש= שופר, מ= מגילת אסתר , ע= עומר, ספירה.
מעלות פון עיר און פון שדה
6] ברוך אתה בעיר ברוך אתה בשדה: (כ"ח ג') דארף מען פארשטיין אדער
מען וואוינט אין שטאט אדער מען וואוינט אין פעלד אבער ווי קען זיין מען
זאל וואוינען אין ביידע? נאר דער וואס וואוינט אין א שטאט האט מעלות
ווייל ער האט גענוג שוהלן וואו צו דאווענען און לערנען און האט
מעגלאכקייטן צו קויפן כשר'ע עסן און אויך איז דא חינוך פאר די קינדער,
אבער די שטאט האט חסרונות ווייל מען האט אסאך מענטשן וואס מען
קומט צו מחלוקת, קנאות און שנאות, און די מעלות פון שדה איז מען האט
נישט די נסיונות פון מחלוקת, קנאות און שנאות, אבער עס האט חסרונות
פון שוהלן וואו צו דאווענען און לערנען און קויפן כשר'ע עסן און אויך פאר
חינוך פאר די קינדער. זאגט די תורה אז דיין ברכה וועט זיין אז דו וועסט
האבן ביידע מעלות סיי פון עיר און סיי פון שדה.
(שער בת רבים)
7] והיית משוגע ממראה עיניך אשר תראה: (כ"ח ל"ד) מען דארף היטן די
אויגן ווען מען גייט אין גאס, און אמאל שעמט מען זיך צו מאכן גדרים
וועגן שמירת עינים: אדער גיין אין מיטן גאס אדער פארמאכן די אויגן, ווייל
מענטשן וועלן זאגן ביסט משוגע דעריבער זאגט די פסוק והיית משוגע,
בעסער זאל מען זאגן ביזט משוגע איידער מראה עיניך פון קוקן וואו מען
טאר נישט.
(געהערט פון ידידי הרה"ח ר' משה אייזיק בוקשפאן ז"ל נלב"ע כז' טבת
ותהא לעילו נשמתו הטהורה)
מדור העובדות עפעס ארויסלערנען
לכאורה איז שווער אז עס שטייט ובאו אליך מיינט דאס אז די ברכות זענען שוין געקומען, איז וואס דארף שטיין והשיגוך? ווייל והשיגוך מיינט אויך אז ובאו אליך!
נאר מען קען דאס מסביר זיין מיט א מעשה וואס איז געווען מיט א איד וואס זיין ווייב האט געהערט אז מען האט געברענגט אסאך חשובע און גוטע סארט פיש
אין מארק צו פארקויפן, און זי שיקט איר מאן גיין קויפן פון די פיש לכבוד שבת. דער פיש סוחר האט געבערנגט אסאך פון די גוטע פיש, און מען האט נאר דאס
געקויפט, און דער סוחר האט געהאט איין גאר גרויסע פיש וואס איז נישט געווען פון די חשובע פיש און קיינע האט דאס נישט געוואלט קויפן, דער סוחר האט
דערזען דעם תמימות'דיגע איד און וויל אים איינרעדן צו קויפן די פשוטע פיש, אבער ער האט מורא געהאט אז זיין ווייב וועט עס נישט געפעלן און וועט מוזן
צוריק קומען. אבער דער סוחר האט אים שטארק געבעטן און געזאגט ער וועט אים דאס געבן פאר האלב געלט, און ער האט מסכים געווען. נאכן קויפן האט ער
געטראכט ביי זיך אויב ער וועט דאס אהיים נעמען און זיין ווייב וועט די פיש זען, וועט זי אים הייסן צוריק געבן די פיש, האט ער מחליט געווען אז ער וועט גלייך
גיין אין זיין קאך און ער וועט די פיש צושניידן אויף שטיקער אזוי וועט זיין ווייב נישט באמערקן וועלכע פיש ער האט געקויפט, און גלייך ווען ער עפענט די פיש
טרעפט ער א שיינע שטיין, און איז שנעל געגאנגען ווייזן דעם שטיין צו א סוחר און ווען ער האט דאס געזען האט ער זיך געוואונדערט פון וואו ער האט אזא שיינע
שטיין האט ער פארציילט די גאנצע מעשה, און דער סוחר האט אים אנגעטראגן א גרויסן סכום פאר די שטיין, און דער איד האט דאס גענומען און איז געווארן א
עושר, נאך דעם האט די שטיין סוחר אנגערופן אז יעצט וועל איך דיר דערציילן פון וואו איך האב מיין עשירות: מיין טאטע איז איינמאל קראנק געווארן און א
גרויסן דאקטער האט אים אויסגעהיילט און נאך דעם וואס מען האט אים אויסגעהיילט האט דער דאקטער באפוילן אז ער זאל גיין צו א געוויסע שטאט ביים
טייך וואס דארט איז די לופט זייער גוט פאר אים. דער סדר איז געווען אז מען פלעגט דארטן זיין צוויי חדשים אייר וסיון, אבער פאר זיין טאטע האט דער
דאקטער געהייסן פארן אין חודש ניסן און דארטן אויפשטעלן א געצעלט, מיין טאטע האט נישט געוואלט זיין אליין נאר ווארטן אויף חודש אייר, אבער צום סוף
נאך אזויפיל בעטן האט ער מסכים געווען, און איז געגאנגען אין חודש ניסן, און כדי אויפשטעלן א געצעלט האט ער געגראבן אין איין פלאץ און א אנדערע פלאץ
אבער א עס איז נישט געווען גוט ווייל עס איז געווען דארט שטיינער, ביז ער האט געטראפן א גוטן פלאץ און דארט האט ער אנגעהויבן צו גראבן און אביסל
טיפער אין די ערד האט ער געטראפן א אוצר מיט געלט, האט דער סוחר געזאגט צו דעם איד אז מיין גאנצע עשירות איז פון דארט. און ער האט געזאגט: אז ביי
אונז ביידע זעט מען די השגחה פרטית אז מען זאל טרעפן די אוצרות, ביי מיין טאטע איז א פלא ווייל אלע יארן האבן מענטשן געגראבן און קיינמאל נישט
געטראפן די אוצר נאר ווייל עס איז געווען באשערט ער זאל גראבן און גראבן ביז ער וועט אנקומען צום אוצר. און אויב מיין טאטע וואלט געגאנגען אין חודש אייר
וסיון ווען דארטן קומען אסאך מענטשן וואלט איינער געקענט זען אז ער האט געטראפן א אוצר און וואלט דאס איבער געגעבן פאר די ממשלה, אבער ווייל ער
איז געגאנגען אין חודש ניסן איז ער געווען אליין. און די זעלבע איז געווען ביי די פיש דו האסט נישט געוואלט קויפן די פיש נאר דער סוחר האט דיר אסאך
געבעטן און האסט נאך אלץ נישט געוואלט, אבער ווייל בהגשחה פרטית איז עס געווען באשערט פאר דיר און ווייל דו האסט מורא געהאט פון דיין ווייב און
האסט אליין געעפענט די פיש האסטו געטראפן די טייערע שטיין. און דאס שטייט אין די גמרא )יומא דף לח:( בשמך יקראון ובמקומך יושיבוך ומשלך יתנו לך. ואין
אדם נוגע מה שמוכן לחבירו, א מענטש קען נישט צו נעמען פרנסה וואס באלאנגט פאר זיין חבר, און מען קען דאס לערנן פון אונזער פסוק ובאו עליך כל הברכות
איי וועסטו מיינן אז דו שטופסט אוועק דיין באשערטע פרנסה! זאגט די תורה: והשיגוך דיין פרנסה וועט דיר דערגרייכן אפי' דו וועסט נישט וועלן, ווייל דו האסט
געפאלגט וואס דער אויבערשטער האט דיר געהייסן.
(ספה"ק עוד יוסף חי להבן איש חי)
עס האט אמאל פאסירט אז א חסיד פון הרה"ק ר' הערשל'ע מליסקא זי"ע האט געהאט גאר גרויסע מייז ביי אים שטוב און האבן געמאכט א חורבן איז ער געגאנגען צום רבי'ן ער זאל אים געבן א עצה ווי אזוי זאל ער ווערן פטור פון די מייז. האט דער רבי אים געשיקט צו א דאקטאר ראטאי וואס האט געוואוינט אין שטאט פאטאק און זאלסט אים זאגן אז דער ליסקער ראבינער האט געשיקט צו אים ער זאל פארשרייבן א סם פאר די מייז, און דער חסיד האט געפאלגט דעם רבי'ן און ער האט באקומען די סם וואס האט געהאלפן און די מייז זענען פארשוואונדן געווארן, אינצווישן איז ר' הערשל'ע נפטר געווארן און עס האט פאסירט אז זיין חבר האט אויך געהאט די זעלבע פראבלעם מיט מייז איז ער געקומען צו זיין חבר, האט ער אים געזאגט צו גיין צו דאקטאר ראטאי אין שטאט פאטאק ער זאל פארשרייבן א סם פאר די מייז, און ער איז טאקע געגאנגען צום דאקטאר און ער האט געבעטן די זעלבע סם צו פטור ווערן פון די מייז, און ער האט באקומען די סם אבער דאס האט נישט געהאלפן, האט מען געזען אז נישט די סם האט געהאלפן נאר די כח פון צדיק וואס האט מתפלל געווען דאס האט געמאכט די זאך אבער דער צדיק וויל מלביש זיין די כח הרוחני אין א גשמיותדיגע זאך.
(דרכי הישר והטוב)