פרדס יהודה בלעטל יתרו תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


אן אינטרעסאנטע פסק פון הגאון ר' שלמה קלוגער

1] ויצא משה לקאת חתנו וישאלו איש לרעהו לשלום: (י"ח ז') שטייט אין רש"י פון די מכילתא (פ' יתרו וישמע יתרו פ"א) כשהוא אומר איש לרעהו מי הקרוי איש זה משה שנאמר והאיש משה (במדבר י"ב ג') דארף מען פארשטיין פארוואס האט משה רבינו מקדים געווען שלום פאר יתרו? נאר עס איז געווען א מעשה אז דער הייליגער ר' מאיר'ל מפרימישלאן האט זיך אפגערעדט זיך צו טרעפן מיט הגאון ר' שלמה קלוגר לעבן שטאט זלאטשוב וואס איז געווען זייער ווייט פון בראד די שטאט פון ר' שלמה, און נאנט צו פרימישלאן.

ווען דער טאג פון זיך טרעפן איז אנגעקומען, האט ר' מאיר'ל געשיקט זיין משמש פרעגן דעם דעת תורה פון הגאון ר' שלמה קלוגר אז וויבאלד ביידע זענען אורחים אין שטאט, ווער דארף מקבל פנים זיין און אויך געבן שלום דער ערשטער. האט ר' שלמה קלוגר געשיקט זאגן אז ר' מאיר'ל דארף געבן פריערט שלום. און ר' מאיר'ל האט אנגענומען דעם פסק, און איז געקומען און געגעבן שלום אין די אכסניא פון ר' שלמה קלוגר. ביים זיצן צוזאמען פרעגט ר' מאיר'ל פון וואו האט ער גענומען זיין פסק? האט ער געזאגט, אז מען לערנט דאס ארויס פון משה וואס שטייט, ויצא משה לקראת חותנו און וישאלו איש לרעהו לשלום, און איש איז דאך משה, אזוי ווי עס שטייט והאיש משה, איז שווער פארוואס האט משה געגאנגען מקבל פנים זיין יתרו און אויך געגעבן פריערט שלום צו יתרו, אויב זיי ביידע זענען געווען אורחים אין מדבר? איז מוז מען זאגן, ווייל משה האט געטראכט אז יתרו קומט דאך פון א ווייטערן וועג קומט אים אז מען מוז אים מקבל פנים זיין און געבן שלום פריערט, און דאס זעלבע האט ר' שלמה קלוגר געזאגט: אז פרימישלאן איז נאנט אבער בראד איז א ווייטערע וועג דעריבער איז אויסגעקומען דער פסק אז איר דארפט מיר מקבל פנים זיין און געבן פריערט שלום.
(אוצר אפרים)

שיציאת צדיק מן המקום עושה רושם

2] ויצא משה לקראת חתנו: (י"ח ז') דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט ויצא און נישט וילך משה? נאך דארף מען פארשטיין אז רשי זאגט כיון שיצא משה יצא אהרן, פון וואו נעמט רשי אז אהרן איז אויך ארויס געגאנגען? נאר עס שטייט ויצא יעקב (בראשית כ"ח י') זאגט רשי לא היה צריך לכתוב וילך יעקב ולמה הזכיר יציאתו אלא מגיד שיציאת צדיק מן המקום עושה רושם, שבזמן שהצדיק בעיר הוא הודה וכו' עכ"ל. קומט אויס אז די תורה הק' שרייבט ויצא משה מוז זיין דאס זעלבע דרש, אז יציאת צדיק מן המקום עושה רושם. איז שטייט אין די תורה הוא אהרן ומשה זאגט רש"י לומר לך ששקולין כאחד. איז דאך אהרן א צדיק פונקט אזוי ווי משה. איז אויב אהרן וואלט געבליבן וואלט מען נישט געקענט זאגן דעם דרש אז יציאת צדיק מן המקום עושה רושם ווייל עס איז געבליבן א צדיק, אהרן, ע"כ מוז מען זאגן כיון שיצא משה יצא אהרן, דעריבער שטייט ויצא משה. ווייל עס איז נישט געבליבן קיין צדיק אין שטאט.
(אוצר אפרים בשם אבן בוחן)

דריי תירוצים פארוואס משה האט דערציילט פאר יתרו

3] ויספר משה לחתנו את כל אשר עשה ה' לפרעה ולמצרים: (י"ח ח') פרעגט דער אוהח הק' עס שטייט שוין אין פסוק א' וישמע יתרו וגו' את כל אשר עשה וגו' איז וואס דארף שטיין נאכאמאל כל אשר עשה? נאר מען קען ענטפערן אז פרעה האט ביז יעצט געהערט אלע נסים און טובות וואס דער אויבערשטער האט געטאן פאר די אידן, אבער יעצט האט אים משה דערציילט וואס דער אויבערשטער האט געשטראפט די מצריים וואס האבן געטאן שלעכטס צו די אידן.
(בן יוסף שווארץ)

תרוץ ב

4] ויספר משה: (י"ח ח') מען קען נאך ענטפערן: אז יתרו האט אויך געהערט וואס דער אויבערשטער האט געטאן פאר די אידן אין מצרים, אבער די נסים פון וועג אז פרעה איז זיי נאך געלאפן און אז די ים האט זיך געשפאלטן און די אידן זענען ארויס פון די אנדערע זייט און די מצריים האבן זיך דערטרונקען, דאס האט יתרו נישט געהערט ביז משה האט אים דערציילט. דאס איז אשר מצאתם בדרך.
(אשר אהרן- וואלינעץ)

תירוץ ג' וקשיא על ההגדה

5] ויספר משה: (י"ח ח') אין הגדה של פסח שטייט אפילו כלנו חכמים וכו' מצוה עלינו לספר ביציאת מצרים און מען ברענגט א ראי' ווייל די חכמים שהיו מסובין בבני ברק היו מספרים ביציאת מצרים. איז לכאורה דארף מען פארשטיין אז די תורה הק' שרייבט ויספר משה לחותנו און משה דערציילט נישט סתם א סיפור נאר אויב עס איז א מצוה דאס צו דערציילן, אלץ מצות סיפור יציאת מצרים, איז אויב אזוי פארוואס ברענגט נישט דער בעל ההגדה א ראיה פון משה וואס איז געווען א חכם און האט דערציילט דעם סיפור יציאת מצרים? אבער לויט רש"י איז גוט, ווייל ער שרייבט אז יתרו האט נאר געהערט קריעת ים סוף און מלחמת עמלק און יציאת מצרים בכללות אבער די אלע פרטים האט יתרו נישט געהערט דעריבער האט משה אים געמוזט דערציילן און נישט אלץ מצוה, דערפאר מוז מען ברענגען א ראי' פון חכמים וואס האבן שוין געוואוסט דעם סיפור והיו מספרים כל אותו הלילה.
(אגודת אזוב- בוימגולד)

חילוק פון מתחת און יד מצרים

6] ויאמר יתרו ברוך ה' אשר הציל אתכם מתחת יד מצרים ומיד פרעה, אשר הציל את העם מתחת יד מצרים: (י"ח י') פרעגן אלע די קשיא: אתכם איז משה ואהרן און זיי זענען דאך נכלל אין העם? איז פארוואס שטייט צוויי לשונות? נאך איז שווער א דיוק ביי אתכם שטייט מיד מצרים און ביי העם שטייט מזעז יד מצרים? נאר דאס איז טאקע דער חילוק, ווייל אודאי משה אהרן נדב ואביהוא וכדו' האבן נישט געהאט דעם עול פון שווערע ארבעט, נאר זיי האבן געהאט דעם עול פון פרעה און פון זיינע שרים, משאכ דאס פאלק האבן געהאט אויך דער עול פון שווערע ארבעט. דעריבער ביי אתכם וואס מיינט משה ואהרן איז געווען נאר הציל מיד מצרים דעם עול פון הערשאפט פון פרעה ושריו. אבער די אידן איז אשר הציל את העם מתחת: וואס זיי זענען געווען אונטער זייער שווערע ארבעט פון יד מצרים.
בן יוסף – שווארץ)

וואס מיינט בדבר אשר זדו

7] עתה ידעתי כי גדול ה' מכל האלהים כי בדבר אשר זדו עליהם: (י"ח י"א) עס איז שווער וואס עס שטייט גדול הוי'-רחמים. מכל האלקים רחמיםמדת הדין. און אויך וואס מיינט אשר זדו עליהם? נאר ווען משה האט געזאגט למה הרעתה לעם הזה (ה' כ"ב) שטייט ויאמר אליו אני ה' (ו' ב') דאס מיינט אז דער וואס וועט ארויס קומען וועט זיין שטארקער פון דעם דין, ווייל די קושי השיעבוד אפילו עס זעט אויס ווי דין, פונדעסטוועגן איז דאס רחמים ווייל וועגן דעם וועלן די אידן ארויס גיין פריערט פון מצרים. דאס האט יתרו געזאגט: עתה ידעתי כי גדול ה' וועטרחמים, מכל האלקים פון מדת הדין, ווי אזוי? כי בדבר אשר זדו עליהם: וואס די מצריים האבן געמאכט די אידן ארבטן שווער, וועט דער רחמים ארויסקומען און זיין גרעסער פון דין ווייל דאס וועט מקרב געווען די גאולה.
(בן יוסף – שווארץ)

פארוואס האט יתרו געמאכט די סעודה

8] ויקח יתרו חותן משה עולה וזבחים לאלהים, ויבא אהרן וכל זקני ישראל לאכל לחם עם חותם משה לפני האלהים: (י"ח י"ב) דארף מען פארשטיין עטליכע דיוקים: פארוואס שטייט אז עס איז געווען זבחים לאלקים. אויב זבחים איז שלמים אזוי ווי רשי זאגט איז פארוואס שטייט לאלקים? אויך דארף מען פארשטיין יתרו איז דאך געווען א גאסט וואלט געדארפט זיין אז משה ואהרן זאל מאכן א סעודה לכבוד יתרו און נישט יתרו פאר זיי? נאר מען קען זאגן אז עס שטייט ויחד יתרו און רש"י אין (סנהדרין צ"ד) דרשנט שמל בשרו ונתגייר. קומט אויס אז יענע טאג האט יתרו געמאכט א סעודת ברית מילה, וואס דאס איז א סעודת מצוה, דעריבער האט יתרו געמאכט די סעודה און נישט משה ואהרן. יעצט איז גוט וואס די פסוק זאגט זבחים לאלקים אז די שלמים איז נישט געווען א שלמים פון רשות נאר פון סעודת מצוה דאס מיינט לאלקים א מצוה.
(אשר אהרן וואלינעץ)

מדור העובדות

דער פיש האט א גארטל

הרה"ק ר' יחזקאל טויב מקוזמיר איז געבוירן געווארן אין שטאט פלונסק תקל"ב צו זיין הייליגן טאטן וואס ער איז געווען א צדיק יסוד עולם ר' צבי הירש זצוק"ל און איז נסתלק געווארן י"ז שבט תרט"ז ער איז געווען א תלמיד פון חוזה מלובלין פון קאזניצער מגיד און די יהודי הקדוש ער האט געמאכט ספר נחמד מזהב. עס איז געווען א חסיד א ארימאן וואס האט געוואלט פארן צום רבי'ן ר' יחזקאל מקוזמיר זצ"ל מיט א קוויטל אבער ער האט נישט געהאט קיין געלט פאר א פדיון און דער רבי האט נישט אנגענומען א קוויטל אן א פדיון. האט ער געטראכט אז ער גייט כאפן א גרויסע פיש און ער וועט דאס איבער געבן פאר'ן רבי'ן אלץ פדיון און ער האט טאקע געכאפט א גרויסע פיש פאר'ן רבי'ן. אויף צו פאר'ן פון זיין דארף צו קוזמיר האט ער געקענט גיין צוויי וועגן, א לאנגע וועג וואס האט געדויערט צו גיין צופיס דריי טעג אדער גיין דורך א ים וואס געדויערט שנעלער, דער חסיד טראכט וואס טוט מען מיט די פיש? אין די לאנגע וועג וועט די פיש שטארבן. און אין די קורצע וועג מיט א שיפ'ל וואו וועט ער האלטן די פיש? האט ער געטראכט אז ער וועט צו בינדן די פיש צו זיין שיפ'ל מיט א גארטל כדי עס זאל נישט אנטלויפן, האט ער גענומען די פיש וואס ער האט געכאפט פארן רבי'ן און ער האט דאס צו געבינדן צו זיין שיף מיט זיין גארטל, אויפן וועג זעט ער אז די גארטל האט זיך אפגעריסן פון שיף און די פיש איז פארשוואונדן געווארן, דער איד האט נישט געהאט קיין ברירה און קומט אן צו קוזמיר, אבער ער קען נישט אריין גיין צום רבי'ן ווייל ער האט נישט א פדיון, גייט ער אריין אין שול צו זאגן אביסל תהלים און פלוצלינג הערט ער ווי די גבאי פון רבי'ן רופט אויס זיין נאמען אז ער זאל אריין גיין צום רבי'ן! ווען ער קומט אריין צום רבי'ן נעמט דער רבי שמייכלען און זאגט אים אז דיין פדיון האט דיר שוין מקדים געווען, און ווייסט אים די גרויסע פיש וואס האט נאך די גארטל ארום אים, האט דער איד געפרעגט פון וואו האט דאס דער רבי? האט דער רבי געענטפערט אז די פיש האט מען געטראפן מיט א גארטל און מען האט נישט געוואוסט וואס מען טוט מיט דעם האט מען געזאגט אז א פיש וואס האט א גארטל באלאנגט זיכער צום רבי'ן, און מען האט עס אריין געטראגן צום רבי'ן.

רבי ר' אברהם אלימלך אדמו"ר מקארלין זיע"א

הרה"ח ר' מענדל קירשנבוים נ"י האט דערציילט אז דער קארלינער איז געווען אמאל אין מירון און איינע פון די חסידים האט געהאט א איידעם וואס האט נישט זוכה געווען צו קינדער, ער איז נישט געווען א קארלינער חסיד אבער אז ער איז געווען אין מירון ביים רבין איז ער צוגעגאנגען מיט זיין שווער צום רבי'ן זיך מזכיר זיין פאר א קינד. דער קארלינער האט שטארק אנגעוואונטשן און דער איידעם איז געהאלפן געווארן מיט א קינד. א פאר יאר שפּעטער ווען דער קארלינער איז געקומען אין ארץ ישראל, האט מען געברענגט דעם קינד אין שול. האט זיך איינער אנגערופן צום רבין אז דער קינד איז דער רבין'ס קינד! האט זיך דער רבי געגעבן א טרייסל און רופט זיך אן בזהל: וואס זענען מיר א גאט? איז א קלוגער חסיד צו געגאנגען צום רבי'ן און געזאגט: אז מען האט געמיינט צו זאגן אז דער רבי האט געגעבן א ברכה און דאס איז דער קינד! האט דער רבי געזאגט אזוי! און איז געווארן בארוהיגט און זיך געפרייט מיטן קינד.