לדלג לתוכן

פרדס יהודה בלעטל וישב תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


לשון הרע אויף בעלי מחלוקת

1] והוא נער את בני וגו' ויבא יוסף את דבתם וגו'. (ל"ז ב') שטייט אין ירושלמי (פאה פ"א ה"א) אז מען מעג רעדן לשון הרע אויף בעלי מחלוקת אזוי ווי עס שטייט (מלכים א, א יד) ואני אבא אחריך ומלאתי את דבריך. דאס איז מבואר אין פסוק והוא נער: ער איז געווען גוט מיט די בני השפחות אבער די ברידער האבן זיך ארום געקריגט און זיי גערופן בני השפחות, וועגן דעם ויבא יוסף את דבתם רעה וגו' ווייל עס איז מותר צו רעדן לשון הרע אויף בעלי מחלוקת.
(ישמח משה)

שטענדיג מיט א פרישקייט

2] והוא נער: (שם) יוסף איז שטענדיג געווען אזוי ווי א נער אזוי ווי עס שטייט (תהלים ל"ז כ"ה) נער הייתי גם זקנתי. איך בין יונג אפי' איך בין אלט ווייל אלע מיינע טעג פאנג איך אן מיט א פרישקייט א נייע טאג א נייע עבודה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ק"ג ה) תתחדש כנשר נעורייכו.
(בית אהרן)

געפירט ווי א חכם

3] וישראל אהב את יוסף מכל בניו כי בן זקנים הוא לו: (ל"ז ג') דארף מען פארשטיין אז דער תרגום טייטשט בר חכים ער איז קלוג, און אין פריערדיגן פסוק שטייט והוא נער את בני בלהה און רשי שרייבט עושה מעשה נערות. איז דאך א סתירה אדער ער איז א נער אדער א חכם? נאר די תורה איז מגלה די גרויסקייט פון יוסף אז מיט די בני בלהה האט ער זיך געפירט מעשה נערות אבער מיט אנדערע האט ער זיך געפירט ווי א חכם דעריבער שטייט הוא לו' ווייל מיט יעקב האט ער זיך געפירט ווי א חכם, ער האט געוואוסט ווי זיך צו פיהרן מיט יעדן.
(כלי יקר)

די ברידער האבן נישט געטאן קיין עוולה

4] וישראל אהב את יוסף מכל בניו: (שם) דאס מיינט ער האט זיי נישט פיינט געהאט נאר ער האט מער ליב געהאט יוסף ווייל כי בן זקונים הוא לו ווייל ער איז געווען א חכם, מען זעט אויך אז היה רועה אחיו בצאן וואס חז"ל זאגן אז יוסף האט געגעסן מיט זיינע ברידער. איז אויב אזוי אז יוסף האט גערעדט אויף זיין ברידער אז זיי עסען אבר מן החי וואלט דאך יעקב געדארפט מוחה זיין אויף זיי? נאר דער ענין איז אז די ברידער האבן נישט געטאן קיין עוולה נאר יוסף לויט זיין דרגא אין עבודה האט זיך אפגעהאלטן און נישט געגעסן וואס די ברידער האבן יא געגעסן. וועגן דעם האט יעקב נישט מוחה געווען, און וועגן יוסף'ס העכערקייט האט יעקב אים ליב געהאט מער פון אלע ברידער אבער ער האט זיי אלעמען ליב ווייל זיי האבן נישט געטאן קיין עבירות.
(חת"ם סופר)

פארוואס וישנאו אותו

5] ויראו אחיו כי אותו אהב אביהם מכל אחיו וישנאו אותו: (ל"ז ד') פרעגט דער הייליגע חידא פון דא איז משמע אז אויף די דיבה רעה האבן זיי איהם נישט פיינט געהאט נאר פון דעם וואס זיי האבן געזען אז דער טאטע האט אים ליב וועגן דעם האבן זיי איהם פיינט געהאט. לכאורה איז שווער ווייל אין רש"י איז משמע, ד"ה ועל דבריו אז זיי האבן אים פיינט געהאט אויף די דבתם רעה? נאר מען קען ענטפערן אז ווען יוסף האט אנגעהויבן צו רעדן אויף זיי, האבן זיי געזאגט אז ער איז א יונגער בחור און ווייסט נישט וואס ער רעדט, האט מען אים נישט פיינט געהאט. אבער נאך דעם ווען זיי האבן געזעהן אז יעקב האט אים מער ליב ווי אלע ברידער איז דאס נאר ווייל ער איז א בר חכים וועגן דעם האבן זיי אים יעצט פיינט געהאט אויף דער דבתם רעה.
(אמרות טהורות)

די מעלה פון די ברידער

6] ולא יכלו דברו לשלום: (ל"ז ד') זאגט רשי מתוך גנותם למדנו שבחם שלא דברו אחת בפה ואחת בלב עכ. קען מען זאגן אז די תורה הק' לערנט אונז די מעלה פון די ברידער אז זיי האבן נישט געקענט רעדן לשלום ווייל זיי האבן נישט געקענט רעדן אחד בפה ואחד בלב.
(בית ישראל – מאטטעסדארף)

דיבור פון א צדיק ווערט נישט פארפאלן

7] ואביו שמר את הדבר: (ל"ז י"א) ווי אזוי האט יעקב געוואוסט אז עס וועט מקויים ווערן די רייד פון יוסף? נאר יוסף איז געווען דער צדיק יסוד עולם וואס ער איז די צינור וואס איז משפיע פאר די וועלט שפע דעריבער שטייט ביי יוסף - הוא המשביר, ער האט געגעבן עסן. און דער וואס איז דער צדיק יסוד עולם זיין דיבור ווערט נישט פארפאלן און וואס ער זאגט מוז מקויים ווערן. דעריבער ואביו שמר את הדבר.
(צמח דוד – דינוב)

שכם איז א הייליג פלאץ

8] הלא אחיך רועים בשכם לכה ואשלחך אליהם: (ל"ז י"ג) פרעגן אלע מפרשים אויב יעקב האט געוואוסט אז די ברידער האבן אים פיינט פארוואס האט ער אים געשיקט צו זיי? נאר יעקב האט געטראכט אז שכם איז א הייליגע פלאץ ווייל דארט האט אברהם אבינו מתפלל געווען פאר ער איז אריין אין ארץ ישראל: ויעבר אברם בארץ עד מקום שכם. (י"ב ו') און האט זוכה געווען צו גילוי השכינה און דער אויבערשטער האט אים באוויזן ווי אידן זענען מקבל די תורה, דעריבער האט יעקב געזאגט הלא אחיך רועים בשכם וואס איז א מקום קדוש דארפסט נישט מורא האבן גיין צו זיי.
(אפריון)

לויט דעם פשט איז גוט פארוואס יעקב האט געשיקט צו שכם. אבער מען דארף פארשטיין ווי אזוי האבן די ברידער אים פארקויפט אויב די פלאץ איז הייליג? נאר מען קען ענטפערן ווייל נאך שכם איז ער געגאנגען צו דותן און דארטן איז שוין נישט געווען הייליג אזוי ווי שכם האבן די ברידער שוין געקענט אים פארקויפן.
(המו"ל)

תורה ווערט אנגערופן דבר

9] ויאמר לו לך נא ראה את שלום וגו' והשיבני דבר: (ל"ז י"ד) דארף מען פארשטיין אז יעקב האט געזאגט והשיבני דבר זאלסט מיר צוריק קערן א תשובה און א ווארט פון א צדיק גייט נישט אומזיסט און מען זעט נישט אז יוסף האט צוריק געקערט א תשובה. נאר מען טרעפט שפּעטער (מ"ה כ"ו) וידברו אליו את דברי יוסף, און מיר טרעפן אז תורה ווערט אנגערופן דבר. ווי עס שטייט (תהלים ק"ח ח') דבר צוה לאלף דור, און דברי יוסף איז וואס ער האט געלערנט מיט יעקב דעם ענין פון עגלה ערופה, איז דאס האט יעקב מרמז געווען והשיבני דבר זאלסט צוריק קערן מיט די תורה וואס מיר האבן יעצט געלערנט. איז דעריבער געווען שפּעטער, ותחי רוח יעקב אביהם.
(אורח לחיים)

ענין הצלת ומכירת יוסף

10] ועתה לכו ונהרגהו ונשליכהו באחד הבורות ואמרנו חיה רעה אכלתהו, ויאמר אליהם ראובן אל תשפכו דם, השליכו אותו אל הבור הזה אשר במדבר ויד אל תשלחו בו וכו', ויאמר יהודה אל אחיו מה בצע כי נהרוג את אחינו וכסינו את דמו, לכו ונמכרנו לישמעאלים וגו' (ל"ז כ-כ"ז) לכאורה דארף מען פארשטיין, אין אנהויב האבן די ברידער געוואלט הארגענען יוסף, און ראובן האט זיי געזאגט אל תשפכנו דם, - אים צו ראטעווען - לכאורה וואס איז געווען די כוונה פון ראובן - אים צו ראטעווען- בשעת דארטן אין בור איז געווען נחשים ועקרבים, וואס וועלן הארגענען יוסף, נאך דארף מען פארשטיין וואס די ברידער האבן געביטן זייער מיינונג, פון וועלן הרגענען יוסף, און נאך דעם אז יהודה האט געזאגט מען זאל פארקויפן יוסף, - אחינו בשרנו - איז געווען וישמעו אחיו? און לכאורה וואס איז געווען די כוונה אל הבור הזה אשר במדבר דווקא אין די בור? נאר מען קען דאס פארשטיין מיט א מעשה ביים הייליגן בעש"ט וואס איז געפארן מיט א בעל עגלה אין וואלד זענען זיי געקומען צו א פּלאץ און פּלוצלונג זאגט איהם דער בעל עגלה איך בין דא אליין מיט דיר און איך וויל דיר הארגענען, האט איהם דער בעל שם טוב געזאגט: גוט, אבער ער האט אים געבעטן ער זאל איהם נישט הארגענען אויף דעם פּלאץ נאר אויף א צווייטן פּלאץ, און דער בעל עגלה האט מסכים געווען, און נאך דעם וואס זיי זענען אוועק געגאנגן פון יענעם פּלאץ האט דער בעל עגלה געזאגט צום בעש"ט, איך ווייס נישט פארוואס איך האב דאס געוואלט טאן און פארגעב מיר אויף מיין שלעכטע כוונה, האט אים דער בעש"ט מסביר געווען דעם גאנצן ענין: ווייל אין יענעם פּלאץ האט מען אמאל געהארגעט א מענטש איז די פּלאץ מסוגל אויף שלעכט. דעריבער האב איך דיר געבעטן גיין אין א אנדערע פּלאץ וואס איז נישט מסוגל אויף שלעכט.

קען מען זאגן אז דאס איז געווען די כוונה פון ראובן כדי צו ראטעווען יוסף, ווייל אין יענע פּלאץ האט מען אמאל געהארגעט א מענטש איז די פּלאץ מסוגל לרעה וועגן דעם האט זיך מעורר געווען צו הארגענען יוסף, און אויף דעם האט ראובן, וואס האט דאס מרגיש געווען -, געזאגט אל תשפכנו דם אלא תשליכנו אל הבור הזה אשר במדבר. ווייל ראובן האט געוואוסט אז אין יענע פּלאץ איז נישט מסוגל צו שלעכטס, פארשטייט מען פארוואס די ברידער האבן געבעטן זייער מיינונג, ווייל זיי האבן פארלאזט דאס פּלאץ וואס איז געווען מסוגל פאר שלעכטס, און די כוונה וואס ראובן האט געזאגט ווארפט אים אריין אין א בור פון נחשים ועקרבים, קען מען זאגן אזוי ווי עס שטייט און אוה"ח הק' אז בעלי חיים האבן נישט קיין בחירה, און ער קען נישט טאן שאדן פאר א מענטש אויב עס קומט נישט פאר דעם מענטש א עונש. משא"כ א מענטש האט א בחירה וואלטן די ברידער געקענט טאן צו יוסף אפילו עס קומט אים נישט, דעריבער אויב די ברידער וועלן מסכים זיין אריינווארפן יוסף אין בור פון נחשים ועקרבים וועט זיין א הצלה פאר יוסף.
(שמח זבולון המו"ל)

מדרש פליאה

11] וישב אל אביו ויאמר הילד איננו ואני אנה אני בא: (ל"ז, ל') עס איז דא א מדרש פליאה: ואני אנה אני באה במעשה בלהה וצע. מען קען דאס מסביר זיין לויט וואס עס שטייט אין ילקוט ראובני פ' וישלח: ללמדך שהיה ראובן מתענה כל ימיו על אותו מעשה עד שבא משה וקיבלו בתשובה דכתיב יחי ראובן ואל ימות וגו'. עכ"ל. אין מדרש (ב"ר פ"ד, י"ח) שטייט: וישב ראובן אל הבור והיכן היה וכו' בשקו ובתעניתו וכו'. זעט מען אז אלע זיינע טעג זענען געווען בתשובה אויף מעשה בלהה. אויך שטייט אין ילקוט ראובנו בשם דעם זוהר הק' אין פרשת וישב אויף דעם פסוק אל תשפכו דם וגו' למען הציל אותו מידם. וואס פרעגט וועלכע הצלה איז דאס אז מען לייגט אים אריין אין א בור פון נחשים ועקרבים? נאר ראובן האט געטראכט אז אויב מען וועט יוסף איבערגעבן אין זייערע הענט וועט דאס זיין א זיכערע סכנה, אבער אריינווארפן אין גרוב קען זיין אז יוסף וועט זיך ראטאווען דורך א נס אדער בזכות אבות עיי"ש. און ראובן האט געוואלט פרובין צו מען האט שוין מקבל געווען זיין תשובה, דורך דעם כלל פון מגלגלין זכות עי זכאי, אבער ווען ער האט געזעהן אז עס איז נישט געווען א הצלה דורך א נס אדער זכות אבות, האט ער אנגעהאנגן דעם דורכפאל אין אים, און וועגן דעם האט ער געפרעגט ואנה אני בא במעשה בלהה, ווייל דער אויבערשטער האט נאך נישט מקבל געווען מיין תשובה.
(שמח זבולון - המו"ל)


מדור העובדות

דער טיפע עצה פון אפטא רב ראטעוועט זיין זון

הרה"ק ר' יוסף משה איז געווען דעם זון פון הייליגן אפטא רב זיע"א. איינמאל איז ער געקומען צום זיין טאטן דער אפטא רב און געפרעגט אויב ער איז מסכים אז ער זאל פאהרן קיין יאס? און ער האט מסכים געווען, פארן פאהרן איז ער אריין געגאנגן צום טאטן און דער אפטא רב פרעגט זיין זון: יוסיל משה אויב דו פאהרסט, און אין מיטן וועג שטעלט דיר אפ א ארימאן און בעט מיטפאהרן ווייל ער האט נישט כח צו גיין אזוי פיל, וועסט אים ארויף נעמען! איז אוודאי ווען דער ארימאן הינקעט און גייט מיט שטעקינעס וועסטו אוודאי אים ארויף נעמען! זאגט ר' יוסיל משה צום אפטא רב: אוודאי!! רופט זיך אן דער אפטא רב צו זיין זון: ניין!! דער געזונטע ארימאן האט געמיינט ער וועט קענען גיין די גאנצע וועג צו פיס און איז געווארן שוואך, זאלסט אים ארויף נעמען, אבער דער הינקעדיגען מיט שטעקינעס,דארף מען וויסן פארוואס ער האט זיך ארויס געלאזט אויף א לאנגע וועג? נאר מען דארף חושש זיין אז ער איז נישט מער ווי א באהאלטענע רוצח אדער גזלן און מען זאל אים נישט ארויף נעמען. און דער אפטא רב געזעגענט זיך מיט זיין זון.

די רייד פון צדיק איז געווען א פלא פאר ר' יוסף משה, ער איז ארויס געפארן אין וועג צו יאס מיט זיין משפחה איינע פון די משפחה זעט ווי א ארימאן ליגט אויף די זייט פון וועג און ער שרייט מען זאל ווארטן פאר אים ווייל ער גייט מיט שטעקינעס, ר' יוסף משה האט געדרימלט און די משפחה הייסן דער בעל עגלה זיך אפשטעלן און ווארטן פארן ארימאן. ר' יוסף משה האט זיך דערווייל זיך אויף געוועקט און פרעגט פארוואס האט מען זיך אפגעשטעלט? האט מען געזאגט אז מען ווארט פאר א הינקעדיגן ארימאן וואס וויל מיטפאהרן מיט זייער וואגן! אזוי ווי די ר' יוסף משה האט דאס געהערט האט ער זיך דערמאנט וואס זיין הייליגן טאטע האט אים געזאגט פארן פאהרן און און ער האט געהייסן דער בעל עגלה זאל שנעל אוועק פאהרן און טרייבן די פערד.

דער ארימאן שרייט מען זאל ווארטן אבער זייי ווארטן נישט! און די מענטשען פון וואגן האבן געזעהן ווי דער ארימאן האט אנגענומען די שטעקינעס און אנגעהויבן נאך צו לויפן די פערד ווען ער האט געזען אז ער וועט נישט דערגרייכן דער וואגן האט ער געווארפן זיין שטעקנס אויפן וואגן און געמאכט א קליין שאדן צום וואגן אבער מען האט געקענט ווייטער פאהרן!

ר' יוסף משה האט יעצט לייכט געאטעמנט און האט געזען די אפענע אויגן פון זיין הייליגן טאטן וואס האט זיי געראטעוועט פון די הענט פון א רוצח. און יעצט פארשטאנן די טיפע עצה פון זיין טאטן. זיע"א

חנוכה

עס איז באוואוסט אז דער אויבערשטער האט אריין געלייגט אין די תורה דער אור הגנוז, וואס דורך דער אור קענען צדיקים זען וואס איז געווען און וואס וועט זיין. דער זעלבע בחינה איז אויך געווען ביי די מנורה אין בית המקדש ווי די הייליגע ספרים שרייבן אויף ויעש כן אהרן אז כן מיינט דער אור הגנוז. זאגן אונז די הייליגע צדיקים אז אין די מנורה פון חנוכה איז אויך דא די אור הגנוז וואס עס איז ידוע אז צדיקים האבן אריין געקוקט אין זייער מנורה און געזאגט וואס וועט זיין יענע יאר. בכלל איז א גרויסע ענין צו קוקן אויף די ליכט ווען זיי ברענען און אוודאי אויב עס איז פאראן אזעלכע אורות פאר אונז וואלט מען געדארפט מאכן א הכנה צו אזא הייליגע מצוה. און בפרט וואס עס שטייט פון הייליגן קדושת לוי וואס איז מסביר דעם ענין פון בימים ההם בזמן הזה אז די זעלבע הארות און השפעות וואס איז געווען ביי די נס פון חנוכה אזוי חזר'ט זיך איבער יעדן יאר בזמן הזה, און וועגן דעם אז עס טוט זיך אפ אזעלכע גרויסע ענינים אין נרות חנוכה, דארף מען זיך אריין טראכטן וואו האלט מען אין די וועלט, וויפל קשר האט מען מיט די ליכטיגקייט, וויסן די הלכות און לערנען די הייליגע ספרים וואס ווייזן אונז די גרויסקייט פון דעם יו"ט, חנוכה איז אויך א צייט וואס דער אויבערשטער איז משפיע חסדים מיט ישועות וואס חנוכה האט אכט טעג און שמיני איז למעלה מן העולם וואס איז העכער פון די טבע, וועגן דעם קען מען אויסבעטן ישועות אין חנוכה און בפרט ביי די הייליגע ליכט, חסידים ואנשי מעשה מאכן א הכנה צום צינדן און שטיין און קוקן אויף די ליכט מיט א העכערע געפיל. דעם יאר האבן מיר די זכיה צו צווי שבתים אין חנוכה וואס דאס קומט נישט אויס אפט וואס ביי צדיקים איז שבת חנוכה געווען א יומא דפגרא וואס חסידים פאהרן אויף שבת חנוכה צו נהנה זיין פון די קדושה פון צדיק און נעמען גרויסע השפעות פון צדיק אויף א גאנץ יאר, זאל דער אויבערשטער אונז געבן א ליכטיגן חנוכה מיט חסדים און אזוי ווי ער האט געטאן מיט אונז נסים בימים ההם זאל ער דאס אויך טאן בזמן הזה און אונז אויסלייזן פון גלות און שיקן משיח מיטן בנין בית המקדש לנצח אמן.
(המו"ל)