לדלג לתוכן

פרדס יהודה בלעטל וירא תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו פרדס יהודה


וירא

פארוואס שטייט וירא אליו ה'

1] וירא אליו ה': (י"ח א) פרעגן אלע מפרשים פארוואס שטייט נישט וירא ה' אליו? אויך איז שווער פארוואס שטייט נישט אין פסוק די סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן פאר אברהם? נאר די גמ' זאגט אז דער אויבערשטער רוהעט נאר אויף א מענטש וואס טוט א מצוה בשמחה: מתוך שמחה של מצוה (שבת ל.) קומט אויס אז אברהם וואס האט געהאט יסורין און פונדעסטוועגן זיצט ער פתח האוהל, איז דאס נאר ווייל ער איז געווען בשמחה של מצוה וואס דאס האט אויף אים געברענגט השראת השכינה. קומט אויס אז אין פסוק שטייט יא די סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן פאר אברהם! ווייל והוא יושב פתח האוהל, מתוך שמחה של מצוה דעריבער איז וירא אליו: אברהם האט גורם געווען אז דער אויבערשטער זאל זיך באווייזן צו אים.
(שמח זבולון – המו"ל)

מצוה פון בקור חולים

2] וירא אליו ה': (י"ח א) פירש"י לבקר את החולה: פרעגט דער שפתי חכמים פארוואס שטייט לבקר את החולה און נישט לבקרו? נאר ווייל מען לערנט ארויס פון דא די מצוה פון ביקור חולים (סוטה י"ד) דעריבער שטייט לבקר את החולה און נישט לבקרו, דער הייליגער מהר"ל אין זיין ספר גור אריה שרייבט אז וויבאלד עס שטייט נישט אין פסוק קיין שום דיבור און אמירה פון אויברשטן צו אברהם איז א ראיה ער איז געקומען מבקר חולה זיין ע"כ. איז לכאורה א ראיה פון דא, אז די מצוה פון בקור חולים איז נאר מבקר זיין די חולה אבער מען מוז נישט רעדן מיטן חולה. און בפרט איז אסאך מאל שווער פאר די חולה צו רעדן.
(ספר שדה יוסף תשס"ז – המו"ל)

מלאכים אים צו העלפן

3] וישא עיניו וירא והנה שלשה אנשים נצבים עליו וירא וירץ לקראתם: (י"ח ב') דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט צוויי מאל וירא? אויך דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט והנה עס האט געקענט שטיין וישא עיניו וירא שלשה אנשים? אויך דארף מען פארשטיין וואס מיינט וירא וירץ אויב ער האט געוואוסט אז זיי זענען מלאכים פארוואס איז ער געלאפן צו זיי? נאר אין ספר הק' בית ישראל למוח"ז האדמו"ר ממאטערסדארף זצ"ל שטייט סוף פ' ויצא אויפן פסוק ויעקב הלך לדרכו ויפגעו בו מלאכי אלקים ויאמר יעקב כאשר ראם מחנה אלקים זה ויקרא שם המקום ההוא מחנים. (ויצא לב – כג) שמעתי מהרבני הצדיק מוה"ר אליעזר האנירכער ממאטערסדארף - א תלמיד פון זיידן דער תפארת אהרן הרה"ג ר' אהרן זינגר תלמיד חתם סופר- וואס האט דאס געהערט פון הגאון ר' שמעון סופר אב'"ד מקראקא בעל מכתב סופר זצ"ל, וואס האט געזאגט אז א צדיק האט א כח אראפצוברענגען מלאכים אויף דער וועלט מיט באשווערן הייליגע שמות, אבער ווען מלאכים קומען צום צדיק אן א פעולה פון זיין זייט. דעמאלסט ווייסט דער צדיק אז זיי זענען געקומען אים צו העלפן. דאס מיינט דער פסוק ויעקב הלך לדרכו: און אן א פעולה איז געווען ויפגעו בו מלאכי אלקים: פון זיך אליין, ויאמר יעקב כאשר ראם: פלוצלונג! אז זיי שטייען פאר אים, מחנה אלקים זה: זיי זענען זיכער געקומען אים צו העלפן פון עשו ע"כ, קען מען זאגן דאס זעלבע איז דא וישא עיניו וירא: אברהם האט געזען מלאכים. אבער, והנה, עס איז געווען פלוצלונג זיי זענען געקומען פון זיך אליין אן קיין פעולה, איז דעריבער וירא: האט ער פארשטאנען אז זיי זענען געקומען אים צו העלפן, איז דעריבער וירץ לקראתם.
(ס' שדה יוסף תשס"ז – המו"ל)

הכנסת אורחים פאר אלע

4] וירא והנה שלשה אנשים נצבים עליו: (י"ח ב') דא שטייט אנשים אבער זיי זענען געווען מלאכים, איז לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס ביי לוט שטייט ויבואו שני המלאכים וגו' ויבא לוט ויקם לקראתם: (י"ט א') פארוואס שטייט דארטן מלאכים און נישט אנשים? נאר מען קען דאס מסביר זיין מיט א סיפור וואס איז געווען ביים הייליגן בארדיטשובער דער קדושת לוי זיע"א, וואס איז אמאל געקומען קיין לעמבערג און איז אריין צו א עושר און בעט אים צו ער קען זיין א אורח. דער עושר האט נישט געוואוסט פון דעם צדיק, ענטפערט ער דא איז נישט קיין קרעטשמע. עס איז דא גענוג קרעטשמעס אין שטאט. איז דער רבי געגאנגען צום א מלמד א ארימאן וואס האט אים אריין גענומען. אזוי ביז א פאר שעה האט מען זיך דערוואוסט אז דער הייליגער צדיק איז אין שטאט און אלע קומען צום הויז פון דעם מלמד צו זען דעם צדיק. דער עושר קומט אויך צו לויפן און דערזעט דעם צדיק און עס ווערט אים פינסטער פאר זיינע אויגן וואס ער האט ארויס געלאזט אזא חשובער גאסט פון זיין שטוב. און גייט צו צום צדיק אים איבערבעטן ברבים, זאגענדיג אז אלע צדיקים שטייען איין ביי אים. רופט זיך אן דער צדיק: מיט דעם פארשטייט מען פארוואס ביי לוט שטייט ויבאו מלאכים, ווייל לוט זעט אז מלאכים קומען צו אים, נעמט ער זיי אריין פאר אורחים. אבער ביי אברהם שטייט אנשים און די גמ' (קידושין דף ל"ב.) שרייבט שמא תאמרו כמלאכי השרת נדמו לו אברהם. לא נדמו לו אלא כערבים ע"כ. און פונדעסטוועגן האט זיי אברהם אריינגענומען אין שטוב, דאס איז אונז צו לערנען אז ביי הכנסת אורחים דארף מען נישט קוקן ווער איז דער אורח. דער עושר האט מקבל געווען די רייד פון הייליגן צדיק.
(אמרות חכמה)

צוויי סארטן מלאכים

5] וישא עיניו וירא וגו' וירץ לקראתם: (י"ח ב') פארוואס שטייט צוויי מאל וירא? נאר מען קען דאס ענטפערן לויט וואס עס שטייט אין הייליגן ספר ישמח משה אנפאנג פ' וישלח, עס שטייט: ויפגעו בו מלאכי אלקים: וואס מיינט מלאכי אלקים? נאר עס איז דא צוויי סארטן מלאכים וואס דער אויבערשטער שיקט צו העלפן א מענטש, איינס איז וואס דער אויבערשטער האט באשאפן פון ששת ימי בראשית וואס דאס הייסט מלאכי אלקים. און עס זענען דא מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון תורה ומצוות פון מענטש. איז ווען יעקב האט געזען די מלאכים האט ער געוואלט זען פון וואו קומען די מלאכים, האט ער געזען אז זיי זענען מלאכי אלקים, האט ער מסכים געווען צו הנאה האבן פון זיי, ווייל אויב די מלאכים זענען פון זיינע תורה ומצוות. וויל יעקב נישט הנאה האבן פון זיין תורה ומצוות. עכ"ד הישמח משה. איז לויט דעם קען מען זאגן פשט ביי אברהם. וירא והנה שלשה אנשים נצבים עליו: זיי זענען מלאכים! און ער וויל נישט הנאה האבן פון מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיין תורה ומצוות. דעריבער וירא: האט ער אריין געטראכט און געזען אז די מלאכים זענען פון די וואס זענען באשאפן געווארן מששת ימי בראשית, איז דעריבער וירץ לקראתם האט ער מסכים געווען צו הנאה האבן פון זיי.
(ס' שדה יוסף תשס"ז – המו"ל)

ליל שבת באגלייטן צוויי מלאכים

6] והוא עומד עליהם תחת העץ ויאכלו: (י"ח ח') שטייט אין רש"י ויאכלו: נראו כמו שאכלו. דארף מען פארשטיין אויב מלאכים עסן נישט פארוואס האבן זיי געמוזט ווייזן ווי זיי עסן? נאר מען דערציילט אז ווען דער הייליגער תורת חיים מקאסוב זיע"א האט משדך געווען זיין זון דער צמח צדיק צו די טאכטער פון הייליגן ריזינער זיע"א. און ווי באוואוסט האט דער ריזינער געגעסן זייער ווייניג ווייל ער האט באשוואוירן זיין גוף אז ער קומט נישט אראפ אויף דעם עולם נאר אויב דער גוף וועט נישט ליגן אין עולם הגשמיות. איז ביים סעודה וואס דער ריזינער האט נאר אביסל טועם געווען האט דער תורת חיים אויך נישט געגעסן. פרעגט אים דער ריזינער, צו ער האט אויך באשוואוירן זיין גוף נישט צו ליגן אין גשמיות. ענטפערט דער תורת חיים ניין! אבער מען זעט ביי אברהם האבן די מלאכים זיך געמאכט ווי זיי עסן, ווייל ווען נישט, וואלט אברהם זיך נישט געזעצט עסן ווייל ווען מען זיצט מיט מלאכים קען מען נישט עסן. אזוי איז אויך גוט: ווייל עס איז ידוע אז ליל שבת באגלייטן צוויי מלאכים א מענטש ביז זיין שטוב און דארטן זאגט מען זיי שלום עליכם, בואכם און דערנאך צאתכם לשלום, פארוואס זאגט מען צאתכם לשלום, און מען וויל נישט זיי זאלן בלייבן ביי די סעודה? זעט מען אז מען זיצט מיט מלאכים וואס עסן נישט קען א מענטש אויך נישט עסן.
(אמרות חכמה)

מדור העובדות

המשך פון פריער: דער זקן האט געזאגט פארן הייליגן ריזינער, אז איך האב געזען מיט זיינע אויגן ווי דער בעש"ט האט מחיה מתים געווען, קען ער נישט ווערן מקורב צו א רבי חוץ דעם בעש"ט, דעריבער האב איך נישט געוואלט קומען צום רבין.האט דער הייליער ריזינער געזאגט פארן זקן איך וועל דיר פארציילן פון דעם רוח הקודש פון מיין זיידן דער מגיד פון מעזריטש.

משה איז געווען א גרויסן עושר וואס פלעגט פארן צום זיידן דער מגיד, עס איז אדורך א שטיק צייט און דער עושר איז געווארן א ארימאן. איז ער געקומען צום מגיד דערציילן וואס האט פאסירט מיט אים. ביים מגיד איז געווען דער סדר אז דער גבאי האט געבעטן געלט פארן אריין גיין, און ווער עס האט נישט געהאט, איז נישט אריין, האט מען משה נישט אריינגעלאזט, די חסידים האבן אים דערקענט פון פריערט, האבן זיי צו אים געזאגט אז מארגן וועט זיין א ברית, און דער רבי וועט זיין סנדק און דעמאלטס וועט זיין א שעת הכושר זאלסט אריין גיין צום רבי'ן און דערציילן דיין מצב. אינדערפרי נאכן ברית ווען דער רבי איז צוריק געגאנגען אין זיין צימער איז משה געלאפן צום רבין און האט זיך ביטערליך צו-וויינט, און ער האט געזאגט זיין מצב, האט אים דער מגיד געזאגט, זאלסט גיין דינגען א קרעטשמע און דער אויבערשטער וועט דיר העלפן, האט ער געזאגט פארן רבין אז ער האט נישט קיין געלט! האט אים דער רבי געזאגט נאך אמאל ער זאל דינגען א קרעטשמע און דער אויבערשטער וועט העלפן.

דער רבי האט אים געגעבן א מטבע און ווינטש אים הצלחה. משה איז ארויס פון מגיד און ער האט זיך געשטארקט מיט אמונת צדיקים אז דער אויבערשטער וועט אים זיכער העלפן. און ער גייט צום פלאץ וואו וועגענער רוהען זיך אפ און איז צוגעגאנגען צו איינע פון די בעל עגלות און פרעגט וואו ער פארט? האט דער בעל עגלה געזאגט וואו ער פארט, פרעגט אים משה צו ער קען מיט פאהרן, האט דער בעל עגלה מסכים געווען אים מיט צו נעמען, משה האט אמונה אין צדיק אז ער וועט אים זיכער פיהרן אין די ריכטיגע וועג.

אין מיטן וועג האט משה געזען ווי אסאך וועגענער שטעלן זיך אוועק אפצורוהען לעבן א קרעטשמע, אבער קיינע גייט נישט אריין אין קרעטשמע, האט משה געבעטן דעם בעל עגלה אז ער זאל זיך אפשטעלן און פרעגן די מענטשן וואס דא גייט פאר? האבן זיי אים געענטפערט: אז עס איז שוין א לאנגע צייט וואס די קרעטשמע איז ליידיג און קיינער וויל עס נישט דינגען ווייל עס דרייען זיך דארט שדים און מזיקין און שעדיקן די איינוואוינער פון קרעטשמע. האט זיי משה געזאגט אז ער וויל אפדינגען די פלאץ! האבן די מענטשן געמיינט אז ער איז משוגע ווייל אסאך מענטשן האבן געליטן פון די מזיקין, און ער וויל דאס דינגען! האבן זיי אים גענומען צום פריץ און געזאגט אז דער איד וויל דינגען דעם קרעטשמע וואו עס דרייט זיך די מזיקין. האט זיך דער פריץ געזאגט עס איז א פלאץ פון סכנה. און דו ווילסט דאס דינגען? האט ער געזאגט יא! איך האב בטחון אין אויבערשטן אז עס וועט מיר גארנישט שאטן. דער פריץ האט געזען אז דער משה איז א שטארקער מענטש און זאגט: איך בין מסכים דאס דיר אוועק געבן פאר ביליג און אפילו יעצט האסטו נישט קיין געלט, ווען דו וועסט האבן געלט וועסטו מיר באצאלן. האט משה געזאגט אן איך וואוין ווייט פון דא, וויל איך בעטן פונעם פריץ אויב ער קען מיר בארגן וועגענער כדי איך זאל קענען נעמען מיין משפחה, האט דער פריץ מסכים געווען, און משה איז געפארן ברענגען זיין משפחה, ער האט זיי דערציילט וועגן די מסחר וואס ער האט געמאכט און זיי האבן זיך זייער שטארק געפרייט און געהאפט צו ה' אז עס זאל זיין מיט הצלחה. און בעזר ה' האט משה געפירט דעם קרעטשמע און דעם רבין'ס ברכה איז מקויים געווארן, און דער קרעטשמע האט זיך צוריק געלעבט מיט קונים, און משה איז געווארן א עושר.

דער שר וואס האט זיך געדרייט ביים פריץ האט אנגעהויבן פיינט צו האבן משה ווייל ער האט נושא חן געווען ביים פריץ, און דער פריץ האט אריין גענומען משה צו זיינע געשעפטן און זיי האבן מצליח געווען. אבער די שנאה האט ער געהאלטן ביי זיך. איינמאהל האט דער פריץ גערופן משה און זאגט אים אז ער זאל ארויס פאהרן צום מארק און איינקויפן גוטע אקסן און גיט אים 50 טויזנט רובל, און זאגט, איך וועל דיר שיין באצאלן פאר דיין טירחה, איך פארלאז זיך אויף דיר. משה האט גענומען דאס געלט פון פריץ און ער איז אהיים געגאנגען און דערציילט פאר זיין ווייב וואס איז געווען, האט זי געבעטן אז ער זאל גיין נעמען א ברכה פון רבין, דאס האט אים זייער געפעלן. דער יריד איז געווען אין א דינסטאג האט משה געטראכט ער וועט זיין שבת ביים רבין און ער וועט האבן גענוג צייט גיין צום יריד. דערווייל האט דער שר געטראכט א עצה, אז מען זאל אפווארטן משה לעבן דעם יריד און אים הארגענען און צונעמען דאס געלט, און האט געדונגען דריי מענטשן וואס זאלן דאס טאן. משה קומט צום רבין אויף שבת, און דער מגיד זעט ברוח הקודש וואס די גויים ווילן טאן האט ער באפוילן די גבאים אז מען זאל בשום אופן נישט אריין לאזן משה'ן אפילו ער וועט זיך בעטן מיט געוויין. נאך אזא שבת פוהל מיט חיות וויל משה אריין גיין צום מגיד נעמען א ברכה, אבער מען לאזט אים נישט אריין, און ער הויבט אן צו בעטן אבער מען הערט זיך נישט צו, צו אים.

עס גייט אדורך די פאר טעג און אין דעם דריטן טאג דינסטאג האט מען אים אריינגעלאזט. ער קומט אריין צום רבי'ן, דער רבי גיט אים שלום און משה לאזט אויס זיין אומצופרידנקייט אויף די גבאים, ווייל ער איז געקומען וועגן קויפן אקסן פארן פריץ און היינט איז געווען די יריד און אויב ער וועט נישט ברענגען פארן פריץ די גוטע אקסן, קען ער אים שטראפן, זאגט אים דער מגיד: דו פאר אין א אנדער שטאט און דארט זאלסטו איינהאנדלען בעסערע אקסן, און גיט אים א ברכה זאלסט מצליח זיין. כך הוה: ער איז טאקע געפארן אין יענעם שטאט און געקויפט גוטע סחורה און האט אפילו אהיים געברענגט רעשט פארן פריץ. דער פריץ האט זיך זייער געפריידט מיט משה'ן, ווען פלוצלינג קומען אריין די דריי מענטשן וואס דער שר האט זיי געדונגען און זיי דערזעהן ווי דער פריץ רעדט אזוי פריינדלאך מיט משה'ן, און זיי דערציילן פארן פריץ וואס דער שר האט געטאן, און זיי זאגן פאר משה אז זאלסט דאנקן ה' וואס האט דיר געראטאוועט פון א זיכערן טויט, ווייל דער שר האט אונז צוגעזאגט אסאך געלט דיר אפצוווארטן און מיר האבן געווארט דריי טעג פאר דיר, דער פריץ האט דאס געהערט און געהייסן טאן פארן שר וואס ער האט געוואלט טאן צו משה'ן.

יעצט האט שוין משה פארשטאנען פארוואס דער מגיד האט אים אויפגעהאלטן און האט געגעבן א שבח והודאה לה' פאר דעם גרויסן נס. דאס האט דער הייליגער ריזינער דערציילט פארן זקן וואס האט געזען דעם הייליגן בעש"ט זיע"א. (סיפורי צדיקים החדש תרס"ט)

רבי ר' אברהם אלימלך אדמו"ר מקארלין זיע"א

יום י"ד חשון איז באשטימט געווארן אלץ דעם יום ההילולא פון הייליגן רבי ר' אברהם אלימלך אדמו"ר מקארלין זיע"א . וואס איז אומגעקומען דורך די רשעים אין חשון תש"ג. הרה"צ ר' אברהם אלימלך איז געווען דער פינפטער זון פון הייליגען רבי ר' ישראל מסטאלין דער פראנקפורטער. ער איז געבוירן ד' אלול תרנ"ב. [אברהם: האט ער געהייסן נאך זיין עלטער פעטער דער הייליגער מגיד פון טריסק בעל מחבר ספה"ק מגן אברהם . דער פראנקפורטער איז געווען א איידעם ביי הרה"צ ר' דוד מזלאטיפולי בן הרה"ק ר' יוחנן מרחמיסטריווקא וואס איז געווען א ברודער פון דער טריסקער מגיד בני הרה"ק ר' מרדכי דער מגיד פון טשעראביל, און אלימלך נאך זיין הייליגער זיידע דער צדיק ר' אלימלך מגראדזיסק וואס איז געווען דער שווער פון הרה"צ ר' אשר מסטאלין דער יונגער רבי] המשך יבא.